כהאב געשריבען א הערה'לע אן ידיעות באגאזש
עיין שם
viewtopic.php?p=618144#p618144נאך אנ'ענין האב איך געטראכט היי יאהר
פרעה און אבימלך טענה'ן צו אברהם אז ער האט זיי בא'עוול'ט
למה לא אמרת כי אשתך היא למה אמרת אחותי היא
די מפרשים שטעלען זיך אויף דער כפל הלשון
האב איך געטראכט על פי דער טייטש פון שיניאווער רב זי"ע עה"פ אהבת רע מטוב שקר מדבר צדק סלה
א רשע האט ליב ווען א צדיק איז נכשל אין א געוויסע ענין
און דא אויך הגם זיי האבען געטוהן אנ'עוולה זיי האבען פארכאפט א פרוי
דאך האבען זיי נישט געקענט באהאלטען זייערע עקסטערע הנאה אז אברהם האט לשיטתם געזאגט א ליגענט....