שושלת משפחת פרענקל-תאומים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

Re: שושלת משפחת פרענקל-תאומים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

שכוח,

איך זעה נישט אז דארט זאל בכלל שטיין דאס וואס ריכ"ץ שרייבט אז ס'שטייט,
אלעס וואס שטייט איז "האשה הרבנית הגבירה מ' פערל אחותה של הרבנית מ' גיטל בנות של הגאון מ' ליב זצ"ל אב"ד מקראקא"
דאס הייסט אז ער האט געהאט א טאכטערגיטל,
ס'קען זיין אז דאס איז הרבנית דידן אשת הבית שמואל, אבער ס'שטייט נישט אז זי איז אוועק אין ברעסלוי וכו
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שושלת משפחת פרענקל-תאומים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

משיח האט געשריבן:

איך האלט נישט קאפ בכלל, איך האב נאר געזוכט דעם מ"מ
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

Re: שושלת משפחת פרענקל-תאומים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

הסרפד האט געשריבן:איך האלט נישט קאפ בכלל, איך האב נאר געזוכט דעם מ"מ

איך האב מיר באצויגן צו דיר נאר אין די ערשטע שורה פון מיין תגובה, עיין שם…

פון דארט און ווייטער איז צוריק צום נושא
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שושלת משפחת פרענקל-תאומים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

חותן ר' יוסף תאומים מדעטרויט (מווילקאטש וכו')

מיר ליגט אין קאפ אז איך האב עס אמאהל געזעהן פארשריבען, אבער לע"ע טרעף איך עס נישט - איך ווייס אז הרב ר' יוסף תאומים פון דעטרויט'ס שווער האט געהייסן ר' שלמה ראטענבערג פון ראזוואדוב. שטייט דען ערגעץ ווער דאס איז געוועהן? דער זעלבער (נכד האור לשמים) וואס איז געוועהן דער שווער פון בעל 'צל"ח החדש'?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שושלת משפחת פרענקל-תאומים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן:חותן ר' יוסף תאומים מדעטרויט (מווילקאטש וכו')

מיר ליגט אין קאפ אז איך האב עס אמאהל געזעהן פארשריבען, אבער לע"ע טרעף איך עס נישט - איך ווייס אז הרב ר' יוסף תאומים פון דעטרויט'ס שווער האט געהייסן ר' שלמה ראטענבערג פון ראזוואדוב. שטייט דען ערגעץ ווער דאס איז געוועהן? דער זעלבער (נכד האור לשמים) וואס איז געוועהן דער שווער פון בעל 'צל"ח החדש'?

מצאתי את דברי הרב בן בוזי, והיא אבדתי...
viewtopic.php?p=512195#p512195
בן בוזי האט געשריבן:די רעדע איז וועגן הרב יוסף תאומים א זוהן פונעם ווילקאטשער רב ר' נפתלי הירץ תאומים, ער איז געועון א תלמיד פונעם גרויסער גאון רבי יצחק שמעלקיס. געטוהן א גביריש/רעביש'ער שידוך חתונה האבנ'דיג מיט די טאכטער פון ר' שלמה ראטענבערג א גרויסער גביר פון ראזוודוב און א זוהן פונעם אור לשמים'ס זוהן.

נאך די חתונה האט ער געוואוינט אין ראזוואדוב ווי ער האט משמש געווען בהוראה שלא על מנת לקבל פרס, און אום יאהרע תרע"ב איז ער געלאדנט געווארן דורך די יוצאי ווילקאטש אויף נוא יארק בכדי משמש צו זיין ביי זיי ברבנות וואס ער האט אנגעהאלטן פאר א גאר קורצע תקופה צוליב דעם וואס ס'איז איהם נישט געפעלן געווארן זייער געפירעכץ, דערנאך האט ער נאכאמאל אנגענומען א רבנות שטעלע אין דער נוא יארקער אנשי אוסטרי' שוהל, און צוויי יאהר אין דער ראזוואדוב'ער שוהל, און פאר א תקופה אויך אין באסטאן אין די ביהכ"נ אנשי אוסטרי', צום לעצט האט ער פאר 48 יאהר משמש געווען ברבנות אין דער גאליציאנער שוהל ברית אברהם אין דעטרויט, און געווען דער ראש פון וועד רבני מישיגען.

נפטר געווארן איז ער ט' ניסן שנת תשכ"ב.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שושלת משפחת פרענקל-תאומים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

ר' הירצל תאומים מסאניק-קראקא

אפשר קען מיר איינער דא העלפן (און יא, איך ווייס אז עס זעהט אויס מאדנע אז איך זאל פרעגן דעם פראגע...)

עס איז באקאנט במשפחות תאומים (נכדי הרבנים מקריסניפאל) וגאלדבערג (נכדי הרב מלימאנוב) אז עס זענען געוועהן צוויי שידוכים צווישן די צוויי משפחות:
- איינס (וואס האט זיך נישט געהאלטן) צווישן ר' אברהם אב"ד קריסניפאל (ב"ר יצחק אב"ד דשם, ב"ר אפרים אב"ד דשם וחתן דודו החסד לאברהם) און ר' חיים יצחק ירוחם אב"ד אלטשטאדט חתן הרב מלימאנוב (וואס פון דארטן שטאמט משפחת תאומים נכדי אלטשאדט, האחים הרבנים ר' נתן ור' יעקב זכרונם לברכה)
- און איינס, הרב נגיד ר' הירצל תאומים (נכד הרבנים מקריסניפאל) שהיה חתן [שם אשתו רעכ'טשע] הרב הנגיד ר' שמחה סג"ל גאלדבערג מסאניק בן הרב מלימאנוב (שעסק במסחר ולא ברבנות אף שהיה ראוי לכך, כפי עצת הרה"ק מצאנז לאביו, רעו ותלמידו), ובסוף ימיו ישב בקראקא.

אויף דעם ר' הירצל איז מיין שאלה, אבער היות אז ער איז א דאפעלטע קרוב מיט זיינע איינציגסטע נאהנטע קרובים (לכאורה) איז דא א מקום פאר א טעות. (קרובי זוגתו זענען פארבליבן, משפחת סג"ל טייטלבוים ונכדי ר' יעקב באב"ד, אבער דאס העלפט לכאורה נישט לענייננו.)

איך האב נישט מאורי גליציה ביי די הענט, אבער לויט וואס איך זעה שרייבט ער אז ר' שמחה גאלדבערג האט געהאט איין איידים ר' נפתלי הירץ תאומים, יליד תרפ"א, בן ר' יונה אב"ד ווילקאטש (ב"ר הירץ אב"ד שם ב"ר משה אב"ד האראדענקא ב"ר אפרים אב"ד קריסניפאל הנ"ל). דאס הייבט נישט אהן צו קלעבן. ראשית כל, דער ר' הירץ ב"ר יונה איז געוועהן א מחבר ספר - עס הייסט 'בינת הלב' (בילגורייא, תרצ"ח) ווי ער ווערט אהן גערופן 'היניק' אין די הסכמות. זיין ברודער'ס אייניקליך האבן עס איבער געדרוקט, און זיי רופן איהם אויפ'ן שער בלאט 'הבחור'! איך ווייס נישט וואו עס שטייט אז ער איז געבוירן תרפ"א, אבער זיין זיידע נאך וועמן ער האט געהייסן איז אוועק תרע"ח בערך.
מה גם אז זיין שווער איז געבוירן אין תר"כ בערך... איין איידים מיט 60 יאהר יונגער פון'ם שווער?
ועוד, שמעתי מפי ר' יעקב תאומים (יליד תרפ"ב!) הנ"ל אז ער איז איינגעשטאנען ביי דודו ר' הירצל אין קראקא אלץ קינד.

איז די שאלה איז, וועמנס זוהן איז ר' הירץ געוועהן, און פון וואנעט קומט דעם טעות?

דעתי נוטה (אין באמת כך רשום אצלי ששמעתי מפי מורי ר' יעקב ז"ל, אבער אפילו בשעת'ן שרייבן איז עס נישט געוועהן בתורת ברי) אז דער ר' הירצל איז געוועהן א זוהן פון ר' יצחק אב"ד קריסניפאל. ועוד לבי אומר לי, אז עס שטייט ערגעץ אז ר' שמחה גאלדבערג'ס איידים איז געוועהן א זוהן פון'ם אב"ד ווילקאטש - אבער מיינען מיינט עס ר' יצחק, און נישט זיין פלומעניק ר' יונה.

(1) קען איינער זעהן די ברייטערע דיבורים פון וונדר'ן, צי דערמאנט ער א ר' הירץ ב"ר יצחק, צי ברענגט ער א מקור אויף ר' הירץ ב"ר יונה אלץ ר' שמחה'ס איידים?
(2) האט איינער עפעס מוסיף צו זיין ראיות לכאן או לכאן?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שושלת משפחת פרענקל-תאומים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

ר' הירצל תאומים מסאניק-קראקא
(המשך)
הסרפד האט געשריבן:דעתי נוטה (אין באמת כך רשום אצלי ששמעתי מפי מורי ר' יעקב ז"ל, אבער אפילו בשעת'ן שרייבן איז עס נישט געוועהן בתורת ברי) אז דער ר' הירצל איז געוועהן א זוהן פון ר' יצחק אב"ד קריסניפאל. ועוד לבי אומר לי, אז עס שטייט ערגעץ אז ר' שמחה גאלדבערג'ס איידים איז געוועהן א זוהן פון'ם אב"ד ווילקאטש - אבער מיינען מיינט עס ר' יצחק, און נישט זיין פלומעניק ר' יונה.

אז ר' יצחק אב"ד קריסניפאל האט געהאט אזא זוהן קען איך גרינג אויף ווייזן, ווייל ער ווערט דערמאנט אין ביידע באשרייבונגן פון ר' יצחק'ס פטירה אלץ דעם צווייטן זוהן (א דריטע זוהן, אפרים, ווערט נאר דערמאנט ביי איינעם).
מחזיקי הדת
קול מחזיקי הדת

שווערער איז אויף צו ווייזן ווער זיין שווער איז געוועהן.
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: שושלת משפחת פרענקל-תאומים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

אויב געדענק איך ריכטיג, האב איך געזעהן אויף יד ושם אז דער ר' הירצל מסאנוק-קראקא האט געהאט אייניקלעך נאכ'ן קריג.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שושלת משפחת פרענקל-תאומים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

ר' הירצל תאומים מסאניק-קראקא
(המשך)
הסרפד האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:דעתי נוטה (אין באמת כך רשום אצלי ששמעתי מפי מורי ר' יעקב ז"ל, אבער אפילו בשעת'ן שרייבן איז עס נישט געוועהן בתורת ברי) אז דער ר' הירצל איז געוועהן א זוהן פון ר' יצחק אב"ד קריסניפאל. ועוד לבי אומר לי, אז עס שטייט ערגעץ אז ר' שמחה גאלדבערג'ס איידים איז געוועהן א זוהן פון'ם אב"ד ווילקאטש - אבער מיינען מיינט עס ר' יצחק, און נישט זיין פלומעניק ר' יונה.

(1) קען איינער זעהן די ברייטערע דיבורים פון וונדר'ן, צי דערמאנט ער א ר' הירץ ב"ר יצחק, צי ברענגט ער א מקור אויף ר' הירץ ב"ר יונה אלץ ר' שמחה'ס איידים?
(2) האט איינער עפעס מוסיף צו זיין ראיות לכאן או לכאן?

אז ר' יצחק אב"ד קריסניפאל האט געהאט אזא זוהן קען איך גרינג אויף ווייזן, ווייל ער ווערט דערמאנט אין ביידע באשרייבונגן פון ר' יצחק'ס פטירה אלץ דעם צווייטן זוהן (א דריטע זוהן, אפרים, ווערט נאר דערמאנט ביי איינעם).
מחזיקי הדת
קול מחזיקי הדת

שווערער איז אויף צו ווייזן ווער זיין שווער איז געוועהן.

א זכר לדבר האב איך ב"ה יא געטראפן, אין א מזל טוב פון ר' הירץ ב"ר יצחק אין קול מחזיקי הדת:
kmd19021226.jpg
kmd19021226.jpg (37.75 KiB) געזען 1127 מאל

ער רופט ר' חיים יצחק ירוחם (דעמאלטס אב"ד לימאנוב) 'דו"ז', וואס לויט די יאהרן קען נאר מיינען 'דוד זוגתי', און אויב איז ער געוועהן איין איידים ביי ר' שמחה גאלדבערג שטימט עס.
====
איך זעה יעצט אז איך האב פארזעהן אז ר' הירצל שרייבט דאך אויף זיך 'ח"ג', דהיינו 'חתן גיסו', ואם כן פשוט כהשערתי, ודברי נכד אחיו, הרב תאומים ז"ל, עולים יפה כפשוטם. (בין שאר הדברים, סיפר שהיה מדובר ר' הירץ השני ימלא מקום אביו ולא הבכור ר' אברהם, מחמת ענייני קנאות ודאגה על העתיד ודי.)
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שושלת משפחת פרענקל-תאומים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

איך בין נאך אלץ נייגעריג צו מיין מהלך אין ווי אזוי וונדר איז צו געקומן צום טעות איז ריכטיג, איך אויב האט עס איינער ביי די האנט ביטע לאזט מיר וואוסן.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שושלת משפחת פרענקל-תאומים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

א דאנק למי שהעירני אז וונדר שרייבט בפירוש (ע"פ א באשרייבונג פון ר' יצחק'ס לווייה) אז ר' הירץ ב"ר יצחק האט געוואוינט אין סאנוק. אבער עם כל זה שרייבט ער אויף [הבחור!] ר' הירץ ב"ר יונה אז ער איז געוועהן ר' שמחה גאלדבערג'ס איידים. בכלל, מי גילה לו רז זה אז ר' שמחה'ס טאכטער האט געהייסן רעכטשע?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שושלת משפחת פרענקל-תאומים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן:א דאנק למי שהעירני אז וונדר שרייבט בפירוש (ע"פ א באשרייבונג פון ר' יצחק'ס לווייה) אז ר' הירץ ב"ר יצחק האט געוואוינט אין סאנוק. אבער עם כל זה שרייבט ער אויף [הבחור!] ר' הירץ ב"ר יונה אז ער איז געוועהן ר' שמחה גאלדבערג'ס איידים. בכלל, מי גילה לו רז זה אז ר' שמחה'ס טאכטער האט געהייסן רעכטשע?

המצפה (קראקא)
ואגב יצויין אז דעם זוהן פון ר' יצחק בשם ר' משה (רב הצעיר בקריסניפאל לצד אחיו האב"ד) לא היה ולא נברא לדעתי. אפשר איז ער א זוהן פון ר' אברהם ב"ר יצחק, האב"ד אחריו, דהיינו שהיה רב הצעיר לצד אחיו ר' דוד ב"ר אברהם האב"ד האחרון.

(בכלל ווייסט מען זייער ווייניג פון ר' אברהם און זיינע קינדער. אויף משפחת זוגתו ווייסט מען כמעט גארנישט. וואו און ווען ר' אברהם איז אוועק איז נישט אזוי קלאהר (אפשר פעסט ביים ערשטן קריעג?). איך ווייס פון איין טאכטער וואס ווערט נישט געבראכט בספרי היחס, און דאס נאר צוליב א פליטת פה פון נכדו ר' יעקב - וואס האט מיך אליינס געזאגט אז ער ווייסט ווייניג ממשפחת אביו; א חלק פון וואס ער האט געוואוסט איז נאר געוועהן פון פאברענגן ביי זיין עלטער-פעטער ר' הירץ הנ"ל אין קראקא ביי א שמחה.)
אחרון של פסח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 07, 2018 10:06 pm

Re: שושלת משפחת פרענקל-תאומים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחרון של פסח »

ר' יהושע העשיל תאומים פרענקיל די מו"ל פון די ספר דרכי ציון איז א זון פון ר' שלמה פרענקל פון מיהאלאוויץ בן ר' מרדכי פרענקל פון די שטאט LOPOCHOV דער ר' מרדכי איז אוועק אינגערהייט.
ער שרייבט זיך אינטער תאומים פרענקיל ווארשיינליך איז ער א אייניקל פונעם ברוך טעם
קען איינער דא אפשר אנצייגן וויאזוי ער איז א אייניקל?
אטעטשמענטס
דרכי ציון .jpg
דרכי ציון .jpg (175.04 KiB) געזען 1083 מאל
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: שושלת משפחת פרענקל-תאומים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

הסרפד האט געשריבן:א דאנק למי שהעירני אז וונדר שרייבט בפירוש (ע"פ א באשרייבונג פון ר' יצחק'ס לווייה) אז ר' הירץ ב"ר יצחק האט געוואוינט אין סאנוק. אבער עם כל זה שרייבט ער אויף [הבחור!] ר' הירץ ב"ר יונה אז ער איז געוועהן ר' שמחה גאלדבערג'ס איידים. בכלל, מי גילה לו רז זה אז ר' שמחה'ס טאכטער האט געהייסן רעכטשע?

בד"כ נעמען פון די ווייבער שול האט ער געהערט פון די משפחה. איך האב נאכגעקוקט אין יד ושם [מה שזכרתי לעיל מזכרון], זעה איך דארט א פרוי פון תל אביב, בלאנקא רפאפורט-אלטער, האט איינגעגעבן אז זי האט געהאט א זיידע און באבע ר' הירצל און רחל תאומים מסאניק-קראקא וואס זענען אומגעקומען ביים קרוג הי"ד. לכאורה המדובר טאקע פון דער ר' הירצל וואס דו רעדסט וועגן. אויך ווערט דארט דערמאנט אז זיי האבן געהאט דריי קינדער [צוויי טעכטער ווערן דערמאנט ביים גוי'שע נאמען די דריטער איז כפה"נ איר מוטער].
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: שושלת משפחת פרענקל-תאומים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

אויף JRI האב איך געפונען א געבורט אין קראקא אום 1939 פון יצחק בן יעקב האפנונג ופעסל לאה תאומים טאכטער פון ר' הירצל הנ"ל.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שושלת משפחת פרענקל-תאומים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הרב מגאליציען האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:א דאנק למי שהעירני אז וונדר שרייבט בפירוש (ע"פ א באשרייבונג פון ר' יצחק'ס לווייה) אז ר' הירץ ב"ר יצחק האט געוואוינט אין סאנוק. אבער עם כל זה שרייבט ער אויף [הבחור!] ר' הירץ ב"ר יונה אז ער איז געוועהן ר' שמחה גאלדבערג'ס איידים. בכלל, מי גילה לו רז זה אז ר' שמחה'ס טאכטער האט געהייסן רעכטשע?

בד"כ נעמען פון די ווייבער שול האט ער געהערט פון די משפחה. איך האב נאכגעקוקט אין יד ושם [מה שזכרתי לעיל מזכרון], זעה איך דארט א פרוי פון תל אביב, בלאנקא רפאפורט-אלטער, האט איינגעגעבן אז זי האט געהאט א זיידע און באבע ר' הירצל און רחל תאומים מסאניק-קראקא וואס זענען אומגעקומען ביים קרוג הי"ד. לכאורה המדובר טאקע פון דער ר' הירצל וואס דו רעדסט וועגן. אויך ווערט דארט דערמאנט אז זיי האבן געהאט דריי קינדער [צוויי טעכטער ווערן דערמאנט ביים גוי'שע נאמען די דריטער איז כפה"נ איר מוטער].

יא יא, איך האב מיך אריין געלייגט אין דעם נושא צוליב משפחת רפאפורט, און איך ווייס פון דיע דףי-עד צו זאגן (ווי אויך פון לידת הילד יצחק האפנונג).
מ' פראדל טויבא ('טובה') אשת ר' שמואל רפאפורט מטארנא (הורי מ' בלאנקא שנפטרה לפני כמה שנים) נפטרה בארץ ישראל בניסן תש"ח.

שוין, ב"ה עס איז שוין מסודר:
ר' הירצל תאומים בן הרב מקריסניפאל נשא את מ' ראכטשע (=רחל) בת ר' שמחה גאלדבערג בן הרב מלימאנוב, כך יוצא מפורש מרשימת ילדי ר' שמחה שמסרו צאצאי חתנו ר' יעקב באב"ד לר' מאיר וונדר ונדפס בערכו של ר' שמחה במאורי גליציה חלק ו'.

לר' הירצל היתה בת, רבקה, שנישאת לר' משה (ב"ר חיים זאב) ז"ק, ובתם מ' לאה (שהיתה כבת ד' בפרוץ המלחמה) נשארה בחיים - ומדף 'לע"נ' שנדבו היא ובעלה ר' נתן אהרן ז"ל (ב"ר ישראל זאב) וואלף יוצא שהיה ר' הירצל בנו של ר' יצחק
אב"ד קריסניפאל, ושמ' ראכטשע 'רחל' שמה.

וזה תואם ממש דברי מ' בלאנקא אלטער לבית רפפורט שמסרה ליד-ושם שדודתה רעגינא לבית תאומים (בת הערץ ורחל) היתה אשת משה זאק ושבתם נשארה בחיים.

היוצא לפי זה שהכל אחד, ולר' הירץ תאומים מסאניק נשארו שלש נכדות אחרי המלחמה, והצעירה מהן עדיין בחיים לאויוש"ט לכאורה, והיא אמו של הראש ישיבה (פון באבוב?) ר' משה יוסף וואלף שליט"א בלעיקוואוד. וקצת פלא שקרובה ר' יעקב תאומים מאלטשטאדט-ב"פ לא ידע מזה מאומה.
(מה גם דר' משה יוסף השתדך אם קרובו ר' פייבל ה"ש ז"ל נכד הרב מאלטשטאדט גיסו של ר' שמחה גאלדבערג.)

אויב ווייסט איינער מיט וועם מען קען זיך מתקשר זיין מצד משפחת וואלף, ביטע לאזא מיר וויסן פריוואט.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שושלת משפחת פרענקל-תאומים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

ר' יוסף גינצבורג גיסו של הברוך טעם

איך זוך פרטים אויף א משפחה מיוחסת וואס ווערט כמעט נישט דערמאנט בספרי היוחסין, און חאטשיק עס געהערט נישט צו משפחת פרענקל-תאומים האט עס א שייכות אבער, כאשר יבואר.

עס איז געוועהן א ייד א תלמיד חכם (מער איז נישט דא קיין פרטים אויף איהם) וואס האט געוואוינט אין סאנז, ושמו ר' חיים יהודה גינצבורג. ער איז בעיקר באקאנט אלץ דער שווער פון הרה"ק ר' שלמה לייב'לע טיטשינער. (ער האט אויך געהאט א זוהן, ר' ישראל הירש, וואס האט געוואוינט אין ניימארק.)

מיר אינטערעסירט יעצט ר' חיים יהודה'ס יחוס. נכדו ר' שמשון מונד (ב"ר אברהם זאב מטיטשין-קראקא, מזו"ר בת רש"ל מטיטשין הנ"ל) שרייבט (בספרו הנדיר 'תולדות מהרש"ל' - איך האב מיר א סקען פון מהדו"ת כת"י שלא בא בדפוס, אויב האט איינער צוטריט צו מהדו"ק הנדפס ביטע לאז מיך וויסן) אויף ר' חיים יהודה אז ער איז געוועהן א זוהן פון ר' זאב צבי, ב"ר יוסף גינצבורג (און ער רעכנט אויס נעמן פון עטליכע ספרים וואס ר' יוסף האט פערפאסט, "עץ חיים", "מים חיים" ועוד, אבער קיין איינס קען איך נישט טרעפן), חתן ר' יודל פרנס מווישניצא חותנו של הברוך טעם.

איך טרעף אין ערגעץ נישט קיין פרטים אויף די אנדערע קינדער פון ר' יודל פרנס בכלל. איך ווייס אז משפחת הכהנים האלענדער זענען אייניקליך פון איין אנדערע איידים, ר' ליזר האלענדער, אבער ער ווערט אויכעט נישט דערמאנט אין אנדערע מקורות.

דעם נאמן ר' יוסף גינצבורג האב איך געטראפן אלץ א פרענומעראנט אין ווישניצא אין ספר יראים (תרס"ד). ר' זאב צבי האב איך נישט געטראפן בכלל.

האב איך עפעס פארזעהן נאך א מקור?
אוועטאר
פירותיך מתוקים
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2020 12:12 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פירותיך מתוקים »

מיילעך האט געשריבן:הגה"ק ר' ברוך תאומים-פרענקל בעל ברוך טעם זי"ע.
בניו:
ר' יהושע העשיל מאקאמארנא
ר' יוסף מפלונסק
חתניו:
מרן ה'דברי חיים'
ר' יחיאל מאיר קאמינער (חו"ז של ה'שפת אמת' מגור)
ר' מאניש פ"ת מבראד
ר' זלמן גאלדשטאף
ר' ישעי' שיף מזאמושטש

ר' ישעי' שיף חתן הברוך טעם:

זוגתו מרת חי' ע"ה
רישום פטירתה בקרעשוב בשנת תרט"ו.
בגליון בוני צאנז (תשע"ז, עמ' כב) התפרסם לראשונה תעודת יפוי כח מאתה יחד עם אחותה מ' רחל פייגא אשת הרה"ק מצאנז זי"ע להבית משפט בלייפניק אודות חלוקת מלבושי אביהם - רבינו, המכתב נכתב בלשון דייטש ותורגם ללשה"ק: "אל כבוד בית המשפט הנכבד בלייפניק. אחרי שאני חי' פרענקל, עכשיו נשואה בשם שיף המתגוררת בקרעשוב, ואחותי רחל כעת נשיאה הלברשטאם המתגוררת ברודניק, חתמנו תעודה זו, שמבטאת את רצונינו ורצון כי אחיי ואחותיי, שהמלבושים שנשארו מאבינו המנוח מר. ברוך פרענקל, יתחלק בין כל האחים והאחיות, אנחנו החלטנו שהמלבושים ימסרו אל אחינו המסור מר. הערשל פרענקל [הוא אחיהם הגה"ק רבי יהושע העשיל תאומים זצ"ל מקראמארנא], בזאת אנו מבקשים מבית משפט הנכבד להתנדב וליתן כל המלבושים לאחינו כאמור לעיל. רודניק יוני 15 1829 [י"ד סיון תקפ"ט] חי' שיף, רחל הלברשטאם".

אביו:
הגאון רבי וואלף בער שיף זצ"ל מזאמושט בעמח"ס מנחת זכרון [ראה אודותיו בס' גויעת ארי לנכדו, ובהקדמה לספרו מנחת זכרון].

צאצאיו:
א. בתו מרת ריקל אשת הג"ר אהרן נתן העללער אבד"ק פראמפאל וקרעשוב (בנו של הג"מ שמואל זיינוויל אבד"ק פרעמישלא בעמח"ס זכרון שמואל על התורה. נלב"ע כ"ז אדר תרט"ו).
ב. בנו הרה"ג ר' יהודה שיף זצוק"ל אבד"ק באבוב.
ג. בתו מרת רבקה אשת הרבני המפורסם מו"ה שלמה זאלע זילבערפעלד מקראקא.
ד. בנו המופלג ר' הרשיל'ה שיף מק"ק קראקא

הגאון רבי יהודה שיף זצ"ל אבד"ק באבוב:
בניו:
א. הרה"ח ר' בנימין וואלף שיף מבראדיוב.
ב. מ' ריבא אשת ר' מרדכי אשר יעקובר מוועליטשקא [חותן הרה"ח ר' שלמה פרוכטהנדלר ז"ל מקראקא].
ג. הגאון רבי חיים שיף זצ"ל [מגדולי חסידי באבוב ומו"ל שם עולם]
ד. ר' ישעי' שיף.

זוגתו של ר' יודל בזוו"ש מ' לאה נפטרה ביום ט"ז אדר שנת תרפ"ה ומצבתה נשתמרה בבית החיים בבאבוב, וכה חרות על המצבה:
פ"נ
לפרט ב'ג'ן' ע'ד'ן' ת'ה'א' מ'נ'ו'ח'ת'ה'
לפ"ק
הרבנית הצנועה והחשובה
החסידה אשת חיל מרת לאה אשת
הרה"ג המאה"ג החסיד שלשלת היוחסין
מו"ה יהודא אב"ד דפה בת הרב הגאון
מו"ה אהרן נתן זצ"ל ששימש בכתר
הרבנות בק"ק פראמפאל ובק"ק
קרעשוב ונכדת להגאון הקדוש
אבד"ק לייפניק ולהגאון הקדוש
איש אלקים בעל מחבר ספר
מגלה עמוקות ולגאון הגאונים
רשכבה"ג רבי ר' העשל זצוק"ל
יצאה נשמתה ט"ז אדר תרפ"ה
ת' נ' צ' ב' ה'
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: שושלת משפחת פרענקל-תאומים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

פון דא
הסרפד האט געשריבן:
יצויין אז ר' יהושע העשיל ברענגט מען אז ער איז אויך געוועהן איין איידים ביי משפחת וועקלסער
הסרפד האט געשריבן:
דער אבי המשפחה [ממשפחת וועקסלער מקאמארנא] , לויט עטליכע מקורות, איז ר' זאב וואלף וועסקלר, א שוואגער פון הרה"ג ר' יהושע העשיל פרענקל-תאומים, בן הגאון המפורסם ר' ברוך מלייפניק בעל ברוך טעם, וואס איז געוועהן איין איידים אין קאמרנא ווי ער האט געוואוינט. (איך האב נישט געטראפן ערגעץ וואו עס זאל שטיין קלאהר צי ר' יהושע העשיל איז געוועהן איין איידים ביי ר' וואלף'ס פאטער, צי ביי ר' וואלף'ס שווער, און דאס וועט אונז זיין וויכטיג שפעטער.)
וואס זענען די מקורות אז זיי זענען געווען שוואגערס? ובפרט אויף דעם הנחה אז ר' יהושע העשיל איז געוועהן אן איידים ביי משפחת וועקלסער?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שושלת משפחת פרענקל-תאומים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

כח און מח האט געשריבן:

כמדומה שכ"כ בספר בית קומרנא לר' ברוך ישר
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: שושלת משפחת פרענקל-תאומים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

ווער איז געוועהן משפחת תאומים פון דוקלא, א רבני'שע משפחה? אין די אנהייב ת"ר יאהרן (אדער א ביסל פריהער) הייסט עס אז איינער פון דיע משפחה איז געוועהן א רב אין סערעדנא (אדער עפעס ענדליך) אין אונגארן, און איך טרעף גארנישט.
אוועטאר
שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2007 11:45 pm
לאקאציע: דער שיק אינגל

Re: שושלת משפחת פרענקל-תאומים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא »

איך זוך אינפארמאציע איבער מו"ה משה תאומים פרענקיל מגריבוב, דור רביעי להגאון מו"ה יצחק יוסף ת"פ אבד"ק ברעסלוי [נ' ט"ז מרחשוון תקנ"ד] בהגמו"ה חיים יונה ת"פ, בן הגמו"ה יהושע פייביל אבד"ק פרעמיסלא בן הגמו"ה יונה ת"פ בעל קיקיון דיונה.
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: שושלת משפחת פרענקל-תאומים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

הסרפד האט געשריבן:
כמדומה שכ"כ בספר בית קומרנא לר' ברוך ישר
שכח טאקע געפונען אין דף 151, ער שרייבט בלויז אז ר' יהושע העשל איז געווען א שוואגער מיט ר' וואלף, אבער פון מאיר וונדר זעה איך ער שרייבט אויף ר' יהושע העשיל: "י"א שנשא אשה מלובלין, והנכון שהי' בת משפחת וקסלר מקומרנא"
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: שושלת משפחת פרענקל-תאומים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

הסרפד האט געשריבן:
ווער איז געוועהן משפחת תאומים פון דוקלא, א רבני'שע משפחה? אין די אנהייב ת"ר יאהרן (אדער א ביסל פריהער) הייסט עס אז איינער פון דיע משפחה איז געוועהן א רב אין סערעדנא (אדער עפעס ענדליך) אין אונגארן, און איך טרעף גארנישט.
אין דוקלא איז דאך געוועהן דער וויינבערגער משפחה שבמקורם הם תאומים [פון ערגעץ האט פלוני גענומען דער געדאנק ...]
האט דאס א שייכות ?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”