ולוים בדוכנם: רבנים ממשפחת הלוים 'סג"ל-לאנדא'

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3499
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: ולוים בדוכנם: רבנים ממשפחת הלוים 'סג"ל-לאנדא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

איטשע האט געשריבן:ס׳איז עפעס בלויז געווען איין מארגאשיס אין בראד?

איך גלייב עס איז נישט געווען 2 שפירא - מארגאשיש, און אויך געהאט א ברודער יצחק אייזיק שפירא
גראדע די מארגאשיש פאמיליע איז פון לבוב, ער האט געהייסן מארגאשיש על שם חותנו ר’ יוסף מארגאשיש מלבוב, ווי אויבן געברענגט
הה”נ נאך אלץ נישט 100 אבער 99.99 וואלט איך געזאגט, מיט רוב זשינילאגיע קען מען נישט מתיר זיין קיין עגונות....

Jhon האט געשריבן:יעצט געפינען בסוף מגילת יוחסין של משפחת לאנדא (עמו’ צג) למהרה”ג אפרים זלמן מרגליות, שבספר מעלות היוחסין כתב, לאא”ז מוה’ יחזקאל [סג”ל לאנדא] אביו של אא”ז מוהרצ”ה וויטישיס הנ”ל הי’ לו גם בת אחת... [מ’ רעכיש] היתה נשואה להרב המאוה”ג מ’ נתן נטע [שפירא] נכד הגאון בעל מגלה עמוקות. מ’ רעכיש הנ”ל הי’ לה בן... יצחק אייזיק, ולו בן הנגיד ר’ משה מגלוסק, ולו היו שני בנים, א) הרב... מארגאשיס מבראד, ב) הרבני הנגיד מ’ אייזיק מגלויסק. ע”כ.
ולפי פנקס דבראד המובא לעיל צ”ל כן; א) הרב [ר’ מענדל] מארגאשיס מבראד ב) הרבני הנגיד מ’ [יצחק] אייזיק מגלויסק.
לויט דעם איז דער ר’ מענדיל שפירא - מארגאשיש, טאקע אן אייניקל פונעם מגלה עמוקות, אבער אויך א לאנדא אייניקל, און זיך משדך געווען מיט א קאזען ווי אויבן געברענגט פונעם פנקס

אינעם מגילת יוחסין הקצר פון ר' משה יעקב שווערדשארף (בסוף ספר דעת לנבונים), אות כ"ג שרייבט ער, הג"מ יוסף תאומים אבד"ק אוסטראווצא (זקינו של הג"מ הברוך טעם), היה חתן הג"מ נתן נטע אבד"ק טורבין שהיה נכד להג"מ נתן נטע שפירא אבד"ק קראקא בעמח"ס מגלה עמוקות.
שפעטער באות כ"ד כתב, הג"מ נתן נטע אבד"ק טורבין הנ"ל אות כ"ג היה חתן הג"מ אברהם ברוך כהנא ראפפורט אבד"ק פיורדא וכו', לפי זה איז דאס נישט דער זעלבער נתן נטע נכד המגלה עמוקות הנ"ל.
חוקר משפחות
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:19 am

"הצאצאית של ה'נודע ביהודה' הלכה לעולמה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר משפחות »

בחדרי חרדים מובא כאן על פטירתה של אסתר מלכה זליג ע"ה, בת 97, ילידת רומניה תרפ"ה, "בתו של הרב חיים ‏לנדאו זצ"ל, צאצא להגאון המפורסם רבי יחזקאל לנדא, בעל ה'נודע ביהודה' זיע"א".
האם ידוע כיצד התייחסה המנוחה לנודע ביהודה?
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: "הצאצאית של ה'נודע ביהודה' הלכה לעולמה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

חוקר משפחות האט געשריבן:בחדרי חרדים מובא כאן על פטירתה של אסתר מלכה זליג ע"ה, בת 97, ילידת רומניה תרפ"ה, "בתו של הרב חיים ‏לנדאו זצ"ל, צאצא להגאון המפורסם רבי יחזקאל לנדא, בעל ה'נודע ביהודה' זיע"א".
האם ידוע כיצד התייחסה המנוחה לנודע ביהודה?

ר' חיים ב"ר נפתלי צבי בהרב מממאדא
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: "הצאצאית של ה'נודע ביהודה' הלכה לעולמה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

loyodea האט געשריבן:
חוקר משפחות האט געשריבן:בחדרי חרדים מובא כאן על פטירתה של אסתר מלכה זליג ע"ה, בת 97, ילידת רומניה תרפ"ה, "בתו של הרב חיים ‏לנדאו זצ"ל, צאצא להגאון המפורסם רבי יחזקאל לנדא, בעל ה'נודע ביהודה' זיע"א".
האם ידוע כיצד התייחסה המנוחה לנודע ביהודה?

ר' חיים ב"ר נפתלי צבי בהרב מממאדא

זי האט געהאט עטליכע געשוויסטער, צווישן זיי אשת ר' מרדכי לייב פריינד
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: ולוים בדוכנם: רבנים ממשפחת הלוים 'סג"ל-לאנדא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:האט דער נודע ביהודה געהאט א ברודער מאיר?

לכאו’ נאר באוויסט פון א ברודער יוסף

דא ווערט דערמאנט א ברודער מאיר, אבער מסתמא קומט איהר פון דארט
[דארף מען פרעגען נחוניא אויב ער האט שוין א דנ"א טעסט]

אז ער האט געהאט א ברודער "מאיר" איז בלויז א השערה, משא"כ אז דער אור המאיר איז געווען "בן אחיו" פונעם נודע ביהודא שרייבט ר' פנחס לנדא אלס א דבר ידוע.
איך טראכט אז אפשר איז דער אור המאיר טאקע געווען א זון פון רבי יוסף אב"ד קלימינטוב.
סמך לדבר אז דער עלטסטער זון פונעם אור המאיר האט געהייסן "יוסף". ווייטער קיין מאיר טרעפט מען נישט לעת עתה אין די משפחה פונעם אור המאיר.
פיישל
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 1:22 am

תגובה דורך פיישל »

אגודיסט האט געשריבן:אפשר קען מיר איינער העלפען?

דער קונטרס הספיקות זצ"ל האט געהאט א זוהן מיטן נאמען שמעון צבי הירש כהנא, וואס האט געוואוינט און דאלינא.

דער שמעון צבי האט געהאט א איידעם חיים מאיר לאנדא, וואס האט חתונה געהאט מיט זיין טאכטער שרה פייגא.

לויט ווי עס קוקט אויס איז חיים מאיר געווען א זוהן פון צבי, און צבי טאטע האט געהייסן שלמה.

און די משפחה איז אנגענומען אז מען איז איינקליך פונעם נודע ביהודה, וואלט איך געוואלט וויסען, איז דער שלמה געווען א אייניקעל פונעם נודע ביהודה?

דו רעדסט פון לאנדא דאלינא נכדי הרה"ק ר' שלמה מדאלינא
פון זיין משפחה האלט מען זיך אויך אלס נודע ביהודה משפחה, טייל האבן געשריבן אז זיין טאטע ר' משה מלבוב איז געווען אחי הנודע ביהודה. אבער מער מסתבר א קאזין.
לעצט פארראכטן דורך פיישל אום מיטוואך אפריל 06, 2022 7:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פיישל
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 1:22 am

Re: ולוים בדוכנם: רבנים ממשפחת הלוים 'סג"ל-לאנדא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיישל »

נחוניא האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:האט דער נודע ביהודה געהאט א ברודער מאיר?

לכאו’ נאר באוויסט פון א ברודער יוסף

דא ווערט דערמאנט א ברודער מאיר, אבער מסתמא קומט איהר פון דארט
[דארף מען פרעגען נחוניא אויב ער האט שוין א דנ"א טעסט]

אז ער האט געהאט א ברודער "מאיר" איז בלויז א השערה, משא"כ אז דער אור המאיר איז געווען "בן אחיו" פונעם נודע ביהודא שרייבט ר' פנחס לנדא אלס א דבר ידוע.
איך טראכט אז אפשר איז דער אור המאיר טאקע געווען א זון פון רבי יוסף אב"ד קלימינטוב.
סמך לדבר אז דער עלטסטער זון פונעם אור המאיר האט געהייסן "יוסף". ווייטער קיין מאיר טרעפט מען נישט לעת עתה אין די משפחה פונעם אור המאיר.

איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבט, ער שרייבט דאך" "וידוע כי לר' יחזקאל זצ"ל היה אח ושמו ר' מאיר זצ"ל"
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

פיישל האט געשריבן:
אגודיסט האט געשריבן:אפשר קען מיר איינער העלפען?

דער קונטרס הספיקות זצ"ל האט געהאט א זוהן מיטן נאמען שמעון צבי הירש כהנא, וואס האט געוואוינט און דאלינא.

דער שמעון צבי האט געהאט א איידעם חיים מאיר לאנדא, וואס האט חתונה געהאט מיט זיין טאכטער שרה פייגא.

לויט ווי עס קוקט אויס איז חיים מאיר געווען א זוהן פון צבי, און צבי טאטע האט געהייסן שלמה.

און די משפחה איז אנגענומען אז מען איז איינקליך פונעם נודע ביהודה, וואלט איך געוואלט וויסען, איז דער שלמה געווען א אייניקעל פונעם נודע ביהודה?

דו רעדסט פון לאנדא דאלינא נכדי הרה"ק ר' שלמה מדאלינא
פון זיין משפחה האלט מען זיך אויך אלס נודע ביהודה משפחה, טייל האבן געשריבן אז זיין טאטע ר' משה מלבוב איז געווען אחי הנודע ביהודה. אבער מער מסתבר א קאזין.

אין דער אויסגאבע אינטערסאנט [חודש ניסן] איז דא א שיינע ביישרייבונג פון ר' בעריש וועבער איבער משפחת ר' שלמה מדאלינא

יישר כח. דארף איך ווארטן ביז ער וועט עס ארויפלאדענען אויף אקאדעמיע.
ער רעדט פון די שייכות צום נודע ביהודה?
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: ולוים בדוכנם: רבנים ממשפחת הלוים 'סג"ל-לאנדא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

פיישל האט געשריבן:יישר כח. דארף איך ווארטן ביז ער וועט עס ארויפלאדענען אויף אקאדעמיע.
ער רעדט פון די שייכות צום נודע ביהודה?

דער ארטיקעל איז וועגען דער שייכות להנו"ב
אז דו ווייסט נישט איז דא עפעס וואס הייסט א געשעפט, דארט קען מען עס קויפן ...
פיישל
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 1:22 am

Re: ולוים בדוכנם: רבנים ממשפחת הלוים 'סג"ל-לאנדא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיישל »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
פיישל האט געשריבן:יישר כח. דארף איך ווארטן ביז ער וועט עס ארויפלאדענען אויף אקאדעמיע.
ער רעדט פון די שייכות צום נודע ביהודה?

דער ארטיקעל איז וועגען דער שייכות להנו"ב
אז דו ווייסט נישט איז דא עפעס וואס הייסט א געשעפט, דארט קען מען עס קויפן ...

איך קויף נישט קיין מאגאזינען

איך ווייס נישט דיין גדרים פונקטליך
אבער לשבחו של האינטערסאנט יאמר, אז עס איז נישט א מעגזין
עס איז א קונ' פון מאמרים געשריבען דורך ערליכע שרייבער שתוכם כברם
עס איז דער איינציגסטע וואס מען קען זאגען אז עס איז אינגאנצען כשר

הער איך

לא מעיר שם רד"ב על דברי הרב איטינגא שרק ר' יוסף הי' אחי הנו"ב, כנראה אין פירכא על זה.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: ולוים בדוכנם: רבנים ממשפחת הלוים 'סג"ל-לאנדא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

פיישל האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:האט דער נודע ביהודה געהאט א ברודער מאיר?

לכאו’ נאר באוויסט פון א ברודער יוסף

דא ווערט דערמאנט א ברודער מאיר, אבער מסתמא קומט איהר פון דארט

אז ער האט געהאט א ברודער "מאיר" איז בלויז א השערה, משא"כ אז דער אור המאיר איז געווען "בן אחיו" פונעם נודע ביהודא שרייבט ר' פנחס לנדא אלס א דבר ידוע.
איך טראכט אז אפשר איז דער אור המאיר טאקע געווען א זון פון רבי יוסף אב"ד קלימינטוב.
סמך לדבר אז דער עלטסטער זון פונעם אור המאיר האט געהייסן "יוסף". ווייטער קיין מאיר טרעפט מען נישט לעת עתה אין די משפחה פונעם אור המאיר.

איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבט, ער שרייבט דאך" "וידוע כי לר' יחזקאל זצ"ל היה אח ושמו ר' מאיר זצ"ל"

גערעכט. איך האב נישט נאכגעקוקט פאר איך האב געשריבן.
אבער למעשה איז א חידוש וואס ער שרייבט "וידוע" אז דער נו"ב האט געהאט א ברודער ר' מאיר, ווייל איך מיין עס ווערט אין ערגעץ נישט דערמאנט.
בכל אופן וואלט איך ענדערש געזאגט אז דער אור המאיר איז געווען א זון פון רבי יוסף, א ברודער וואס איז באמת ידוע, ווי צו זאגן אז איז טאקע געווען נאך א ברודער ר' מאיר וואס מען זעט אין ערגעץ נישט.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: ולוים בדוכנם: רבנים ממשפחת הלוים 'סג"ל-לאנדא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אינעם ספר "לוחות זכרון" עמוד 35 שטייט אויף רבי צבי הירש לאנדא (ר' הירש וויטיש) "הרב הנגיד מ' צבי הירש, אשר נדפס ד"ת בשמו בס' אבני שהם פ' ויצא".
וועלכע ספר אבני שוהם רעדט מען דא?
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: ולוים בדוכנם: רבנים ממשפחת הלוים 'סג"ל-לאנדא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

נחוניא האט געשריבן:אינעם ספר "לוחות זכרון" עמוד 35 שטייט אויף רבי צבי הירש לאנדא (ר' הירש וויטיש) "הרב הנגיד מ' צבי הירש, אשר נדפס ד"ת בשמו בס' אבני שהם פ' ויצא".
וועלכע ספר אבני שוהם רעדט מען דא?

דא האט איהר
https://viewer.rusneb.ru/ru/rsl01006575523?page=39&rotate=0&theme=white
[דער צווייטע עמוד (קאלאום), ר' צ"ה איז נאר דער איבער זאגער]
מגבעות
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2018 1:39 pm

ר"י מארגושיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגבעות »

Jhon האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:זיכענדיג אינעם פנקס בית דין מברודי האב איך דאס געפינען,
כתובה דאורייתא, אור ליו’ ג’ חית ניסן תקסחית ל’, האלמן מוהר”ר יהודא יודל בהרב מוהר”ר יעקבקא סג”ל לנדאו, מברכתא טריינא בת מוהר”ר מענדל שפירא (מארגעסישיש)

לויט דעם איז טריינא געווען א זיווג שני

טריינא שפירא
הערט זיך ווי א קאריצער נאמען.
לעת עתה ווייסן מיר נישט פון קיין ר' מענדל שפירא אין די קאריצער משפחה, אבער עס איז נאך אלס מעגליך.

אזוי פיהל זעה איך פונעם פנקס ר’ מענדל שפירא איז געווען אן איידעם ביי ר”י (לכאורה ר’ יוסף) מארגאשיש, און געהאט א ברודער ר”י אייזיק שפירא, אין 1808 איז נפטר געווארן אין לבוב הנגיד ר’ אליעזר מארגאשיש געווען דער לעצטער סופר פונעם וועד ארבע הארצות, געהאט א זוהן הנגיד ר’ יוסף מארגאשיש, אבער דער ר’ יוסף איז שוין געווען לכאו’ די זעלבע דור ווי ר’ יהודה יודל, מן הסתם האט דער פאטער פון ר’ אליעזר געהייסן ר’ יוסף און ר’ מענדל איז געווען זיין איידעם

Jhon האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:ס׳איז עפעס בלויז געווען איין מארגאשיס אין בראד?

איך גלייב עס איז נישט געווען 2 שפירא - מארגאשיש, און אויך געהאט א ברודער יצחק אייזיק שפירא
גראדע די מארגאשיש פאמיליע איז פון לבוב, ער האט געהייסן מארגאשיש על שם חותנו ר’ יוסף מארגאשיש מלבוב, ווי אויבן געברענגט
הה”נ נאך אלץ נישט 100 אבער 99.99 וואלט איך געזאגט, מיט רוב זשינילאגיע קען מען נישט מתיר זיין קיין עגונות....

איבער משפחת מארגושיש, עס באלאנגט נישט עכט דא אבער איר מאכט א קליינעם טעות וואס קען עס מעגליך אויסגראדן אייער דוחק.

ר' יוסף מארגושיש פון לבוב איז טאקע געווען א זון פון ר' אליעזר מארגושיש פון לבוב דער נאמן דד' ארצות, אבער דער טאטע פון ר' אליעזר האט געהייסן ר' יהודא (נישט יוסף). עיין בספר אשל הגדולים דף קפ"ג מנכדו ר' אליעזר ליפא גארטינהויז שראה מצבתו בעיר לבוב.

לפי זה קען זיין אז ווען עס שטייט ר"י מיינט עס ר' יהודא, עס איז נישט קיין ראי' אז ר' מענדל איז טאקע געווען אן איידעם ביי דעם ר' יהודא מאגושיש אבער עס קען בעסער שטימען איידער ווי ר' יוסף.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

על יחוס אביו של הנו"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

באחד ממאמרי ויתילדו יש בירור אם אביו של הנו"ב היה ג"כ נכד הרבי העשיל מקראקא.
אשמח לקבל מראה מקום מדויק באיזה מאמר מדובר.
אחד אני יודע
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 10:14 am

Re: ולוים בדוכנם: רבנים ממשפחת הלוים 'סג"ל-לאנדא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד אני יודע »

אודות צאצאי הנודע ביהודה, ואם אפשר לתרגם ללה"ק.

viewtopic.php?f=73&t=34544&start=25#p3553470
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: ולוים בדוכנם: רבנים ממשפחת הלוים 'סג"ל-לאנדא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אחד אני יודע האט געשריבן:אודות צאצאי הנודע ביהודה, ואם אפשר לתרגם ללה"ק.

viewtopic.php?forms=0&t=34544&start=25#p3553470

זה נחוץ לעכשיו?

אולי בזמן הקיץ כשיהיה קצת זמן פנאי אחזור ואכתבם בלה"ק.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

Re: ולוים בדוכנם: רבנים ממשפחת הלוים 'סג"ל-לאנדא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

פיישל האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:האט דער נודע ביהודה געהאט א ברודער מאיר?

לכאו’ נאר באוויסט פון א ברודער יוסף

דא ווערט דערמאנט א ברודער מאיר, אבער מסתמא קומט איהר פון דארט
[דארף מען פרעגען נחוניא אויב ער האט שוין א דנ"א טעסט]

.

פאלגענד איז פון עלי זכרון 60:

02BAF184-69BB-4A8D-A913-25316081F44B.jpeg
02BAF184-69BB-4A8D-A913-25316081F44B.jpeg (582.23 KiB) געזען 609 מאל

אין איין שורה:
רבי ירמי׳ ממאטעסדארף איז געווען א קרוב - דרך חתנות - מיט הגאון בעל נודע ביהודה.

ס׳איז שטארק מעגליך אז רבי ירמי׳ס שווער ״המנוח הרבני הנגיד המפורסם מו׳ מאיר הלוי זצ״ל״ איז געווען ממשפחת הלויים לאנדא.

דעריבער האב איך געפרעגט אויב דער נודע ביהודא האט געהאט א ברודער מאיר, אבער ס׳איז נישט מסתבר אז רבי ירמי׳ס שווער איז געווען א ברודער פונעם נו״ב, ווייל דאן וואלט רבי ירמי׳ לכאורה געשריבן אופן נו״ב ״דודי״, נישט ״ש״ב״.

די שאלה איז וואס יא?

איך האב שוין פיל געזוכט און נישט געקענט געפונען די שפיץ פאדעם…

אפשר איינע פון די מומחים דא קענען ארויסהעלפן.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אחד אני יודע
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 10:14 am

Re: ולוים בדוכנם: רבנים ממשפחת הלוים 'סג"ל-לאנדא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד אני יודע »

מתי שיהיה ביכלתך, יישר כחך.

נא_שכל האט געשריבן:
אחד אני יודע האט געשריבן:אודות צאצאי הנודע ביהודה, ואם אפשר לתרגם ללה"ק.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 5#p3553470

זה נחוץ לעכשיו?

אולי בזמן הקיץ כשיהיה קצת זמן פנאי אחזור ואכתבם בלה"ק.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3499
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

מיללער האט געשריבן:כבוד הרב יוסלמאן,
אפשר דאך לייענט איר דורך די אשכולות פון אנהייב, אויף אייער שאלה בנוגע א מקור אז ר' יוסף הצדיק מפוזנא האט זיך גערופען לאנדא, האב איך אויבן געשריבען.

מיללער האט געשריבן:כ'האב טאקע געטראפן אז דער איידעם פונעם נו"ב האט זיך גערופען לאנדא, אין אינאיינוועגס נאך אן אייניקל פונעם נו"ב א רב ומח"ס.

ר' יהודא ב"ר יוסף לאנדא אב"ד וולאדווי ומח"ס בית יהודה , דער ספר האט ארויסגעגבן זיין זוהן ומ"מ ר' יצחק לאנדא אב"ד וולאדווי ובעמח"ס מנחת יצחק

יעצט אז משפחת ר' וואלף לאנדא מדעברעצין זענען אייניקלעך פון ר' יוסף הצדיק, אויף זיי האב איך טאקע מרמז געווען אז הדברים צריכים בירור, ווייל ווי איר דערמאנט האט מען נישט געהאט קיין פונקטליכע סדר היחס און מ'רעדט פון איינעם וועלכער איז נישט געווען אזוי לאנג צוריק, ווידער וועגן דעם זוהן 'ר' דוד' וואס איר שרייבט, ער ווערט נישט דערמאנט בין כותבי תולדותיו און דאס ברויך א בעסערע מקור.

ר' שלומי,
די טאהשער לאנדא משפחה, זענען טאקע א דריטע משפחת כהנים לאנדא, ואין לי ידיעה אודות יחוסם להנו"ב.

ביקסאד,
די בילדער דארט זענען היבש אומקלאר, דערפאר האב איך עס נישט קאפירט.

די סאטמארע כהנים לאנדא'ס און די טאהש'ע כהנים לאנדא'ס זענען איין משפחה, ר' בערל הכהן לאנדא ז"ל, זיין פאטער ר' שלמה מאיר הי"ד איז געווען א ברודער פון ר' יחזקאל שרגא הכהן לאנדא, אבי ר' נפתלי צבי זקינם פון די טאהשע כהנים לאנדאס, און א ברודער פון ר' חנני' יו"ט ליפא הכהן לאנדא
בניו של הרה"ח ר' חיים מנחם מענדל הכהן לאנדא מחבר 'הצוואה'
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”