רבי אברהם אהרן טייטלבוים מקאלבאסוב זצ"ל - י"ב אלול תר"ע

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

געוואלד האט געשריבן:
image 123 - די מחלוקה צווישן ר' יחיאל השני מיט ר' אשר'ל.
ר' אשר'לס הסתלקות אין מיטן ברען פון די ערשטע מלחמה.
דער רב ר' יחיאל ומשפחתו פליכטן קיין העלמעץ אונגארן.

image 133 - תיכף נאך די ערשטע וועלט מלחמה, ר' לייבוש בן ר' יחיאל קומט אהיים קיין קולבאסוב און ווערט צייטווייליג אויפגענומען אלס רב, ביז זיין טאטע דער רב איז אהיימגעקומען.
מען האט ר' יחיאל הי"ד קיינמאל פאר רב נישט אויף גענומען, פינטל. ר' לייבוש האט זעך איין געגעבען אלס אויף-האלטס ראבינער.
געוואלד האט געשריבן:
image 146 - א 'מיניטשור' מחלוקה'לע צווישן דער רב ר' יחיאל און ר' אשרל'ס איידעם ר' מענדעלע מ'גלאגוב (אן אייניקל פון ר' מענדעלע הידוע בן ר' אשר'ל ראפשיצער) א בילד פון ר' מענדעלע.
דער שרייבער הרב חיים יהודה בערל אדער וואו מען האט אים גערופן פון דערהיים לייבוש בערל איז דאן נישט געווען אין דערהיים, ווייסט ער נישט וואו שטארק די מחלוקה האט געברענט ביז צו די דין תורה און אפילו שפעטער, און וואו אזוי די דין תורה איז צושטאנד געקומען אא"וו.
בכלל שרייבט לייבוש בערל זייער איין געהאלטן כאטשיג ער איז געווען א פערזענליכע תלמיד פון ר' לייבוש ט"ב, נאר ער האט געוואוסט דעם אמת פונקט וואו ר' לייבוש [איינע פון די סיבות פאר וואס ער האט עוקר געווען קיין אמעריקא בימים ההם] נישט נאר פאר וועמען דאס רבנות געהער, [והשאר נמחק ע"י האחראים]
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יאסל האט געשריבן:סאיז ידוע אז דער ר' לייבוש איז געווען א פשרה ער איז געווען אנגענומען ביי אלע צדדים אין די שטאט, אין נאכן ערשטען קריג ווען ער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא איז שוין נישט געווען ציפיל וואס זיך ציקריגען.
אגב איך דארף זיך אויך איינהאלטען ווען איך ליין אייערע תגיבות די שיטה פון שרייבען בקוציר נעמט מיר אין אנדערע אסאך מאל ארויס פון די כלים!

וואס ביי אייך איז ידוע איז נישט אייביג דער ריינער אמת.

יאך שרייב בקיצור וויל עס קומט מיר נישט גרינג אן צו קלאפן דעם שליס"ל ברע"ט [טייפ"ן בלע"ז].
ועמך כולם צדיקים
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

ס' נורא נוראות די גילוים מיט די זיופים מיט די אמת מיט די שקר, טראץ אלע אנגעהאלטקיינט, ווען נישט ס'חודש אדר, וואלט איך געפרעגט א שאלה אויב מ'מעג לאכן פאר התעוררות.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

פייש קרויז האט געשריבן:ס' נורא נוראות די גילוים מיט די זיופים מיט די אמת מיט די שקר, טראץ אלע אנגעהאלטקיינט, ווען נישט ס'חודש אדר, וואלט איך געפרעגט א שאלה אויב מ'מעג לאכן פאר התעוררות.

סאיז נישט נורא נוראות נישט גילוים נישט קיין זיופים, נאר וואס איינער האט אזוי געהערט די פאקטען אין א צווייטער האט די צווייטע וועג געליינט די פאקטען ס'איז דאך איבער 100 יאר צירוק, מקען זיך טענה'ן דערין אבער קיינער איז נישט משקר זיכער נישט ביודעין.
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

יאסל אהא נחמתני, איך האב ח"ו נישט געטראכט אז מ'איז משקר ביודעין ממש, ס'איז מיר נאר געווען א פלא וויאזוי מ'קען שרייבן ... רח"ל. נאכ'ן הערן די נייע גילוים און פאקטן, אבער אז דו זאגסט אז מ'קען זיך טענה'ן דערין, ווייס איך שוין נישט, נישט אז איך ווייס אז ס'יא געווען די צוויי ווערטער דארט, איך בין דאך דארט נישט געווען, אבער וועגן דעם נעם איך נישט קיין שטעלונג..
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

בעזהשי''ת
אלץ אפשר ""זקן שבחבורה " בעט איך פליז סטאפטס דעם נושא סי ברענגט נישט קיין כבוד פאר קיינעם --סאיז דא אייניקלעך פין ביידע . ערליכע פיינע
יודען און זייא ווייסען מיט אמאהל פין דיא גאנצע "זאווארוכע " סאיז איין אנגווייטגטער פרשה --
אבל דבר אחד רצוני להגיד שהיטב -לב עוד בחייו ביקש את קהילת סיגעט שבנו שהי' אב''ד טעטש ישב על מקומו ויש כמה הסברים בדבר שמעתי
ממורה-הוראה זקן זה שקנה חכמה שר' אברהם אהרן הי' שארפער וע''כ פחד הייט''ל להושיבו על כסאו .
צורבא מרבנן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צורבא מרבנן »

עס איז דא א בוך וואס הייסט פנקס קאלבסוב וואס די קאלבסאבע יידען האבן געדריקט נאך די מלחמה דארט איז דא א געוואלד מיט אינפארמאציע דארט ווערט דערמאנט אז ווען דער רב הרה"ק יחיאל איז נפטר געווארן איז זיין זוהן ר' אשר ישעי' אלט געווען פיר יאהר אין זיין מאמע די רבעצין האט נישט געלאזט גיין צו די לויה ביז מען שרייבט אינטער א כתב רבנות פאר דעם ייונגל אין דארט האט מען געשריבן אז דער איידעם הרה"ק ר' אברהם אהרן וועט זיין רב "עד כי יגדל שילה (ישעיילע) בני" ווען ער איז געווארן 15 יאהר האט ער געווארן אן איידעם ביי די עלסטע זוהן פון הרה"ק בעל היכל הברכה מקאמארנא "הרה"ק ר' אלכסנדר סנדר" אין ער האט געוונט אין קאמארנא ביים זיידן דער היכל הברכה (הרה"ק ר' אלכסנדר סנדר נפטר בחיי אביו) אין שפעטער האט ער געווינט ביים פעטער דעם דמשק אליעזר פון קאמארנא ביז ער האט חתונה געמאכט זיין עלסטער טאכטער מיט הרה"ק ר' ברוך פינחס מסקאליע דענסמאהל האט דער הרה"ק ר' אליעזר מקאמארנא געשיקט א בריוו צו די ראשי הקהילה פון קטלביסאוו זיי זאלן מקיים זיין דעם כתב רבנות אין מען האט עם אויפגענימן אויף רב אין הרה"ק ר' אברהם אהרן איז געפארן קיין סיגוט באלד דערנאך זענען געקימן סיגיטער גבירים ווי אויך חסידים קיין קאלבאסוב אין דארטן האבן געווינט אסאך ראזוועדאבער חסידים אין צוזאמן געמאכט א סקאנדאל ווי שיקט מען אוועקט א רב אין מען האט איהם ציריקגעברענגט אויף זיין שטעלע אבער די דזיקובער חסידים פון קאלביסוב ווי אויך די קאמארנע חסידים האבן זיך גענימן שלאגן פארן רב ר' אשר ישעי' זאל זיין רב עז איז געווען א ביטערע מחלוקת וואס הגאון הגדול אבד"ק בראדי בעל מחזה אברהם מיטן שואל ומשיב האבן זיך אנגענימן פארן ר' אשר ישעי'. דארט אין בוך ווערט דערמאנט זייער אסאך איטכרסאנטע זייכן וועגן די מחלוקה. ווען הרה"ק ר' אברהם אהרן איז נפטר געווארן האט ער געהייסן מען זאל נישט מקבר זיין אין זיין שווערס אוהל וויל די פלאץ באלאנגט פאר זיין שוואגער ר' אשר ישעי' וכן הוה. ווען ר' אברהם אהרן איז נסתלק געווארן איז ר' אשר ישעי' געווען דעמאלס דאס אופיצעלע איינציגסטע רב אין שטאט ווייל הרהג ר' יחיאל האט מורא געהאט פאר זיין פעטער אבער נאכדעם וואס הרה"ק ר' אשר ישעי' איז נסתלק געווארן דעמאלטס האט זיך פון ניי אנגעהובן א ריזיגע מחלוקת ווייל רבי אשר יעי' האט נישט געהאט קיין זוהן נאר איידימער אין ר' יחיאל די זוהן פון ר' אברהם אהרן האט גענימן די רבנות אין אויך הרה"ק ר' מנחם מנדל רובין (א זוהן פון א טאכטער פון הרה"ק ר' דוד מדינוב בן הבני יששכר) די איידעם פון ר' אשר ישעי' איז אויך געווארן רב אין מען האט זיך דארט געשלאגן אין די גויישע קארט אין מען האט איינגיזעצט אויף א שטיק צייט דער רב ר' מנחם מנדל
אין מאנסי איז דא א זוהן פון ר' מנחם מנדל א זקן מופלג עד מאה ועשרים די דינובער רב שליט"א אין זיין אייניקל האט יעצט ציריק אויף געבויט די אוהל און אויך שטעלט ער יעצט א מצבה פאר הרה"ק ר' אברהם אהרן
עס איז דא ספרים פון די קינדער פון הרה"ק ר' אברהם אהרן
הרה"ק ר' איתמר מנאדבורנא און אויך איינער פון די קאסאנער רביס זענען איידימער פון ר' אשר ישעי'
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

געוואלד האט געשריבן:אין קולבאסוב איז נאך פון לאנג געווען א שיינער צאל ראפשיצער חסידים. דער ראפשיצער רב פלעגט דארט אפט קומען באזוכן, זיין זוהן ר' יעקב איז געקרוינט געווארן דארט פאר רב בשנת תקס"ד. ר' יעקב איז געווען א גאר איידעלער, שטילער, צוריקגעצויגענער און ערליכער מענטש. ער איז אבער אויף נישט צו לאנג געבליבן אין קולבאסוב, בלויז בערך זעקס אדער זיבן יאר, ווייל מעליץ האט מקנא געווען קולבאסוב פארן האבן ר' יעקב. לעגענדעס געבן איבער אז געוויסע געעהרטע מעליצער ראשי הקהלה זענען געקומען און מיטן נאכט און איהם אוועקגעגנבעט, און מיט דעם זיך איינגעקויפט דעם נאמען "די גנבים פון מעליץ" (קשה להבין – והוא פליאה)

אין יאר תקצ"ה איז ר' יחיאל רובין ז"ל אויפגענומען געווארן אלס רב און קולבאסוב. דער ר' יחיאל באקאנט אלס ר' חיליש רובין, איז געבוירן בשנת תק"ע, ער איז געווען א זוהן פון ר' אשר'ל ראפשיצער, און אן איידעם ביי הנגיד החסיד ר' אלי רייך פון ריישא.

ר' חיליש איז נסתלק געווארן בשנת תר"כ אלט זייענדיג 50 יאר. ער האט איבערגעלאזט זיין איידעם ר' אברהם אהרן טייטלבוים דער עלצטער זוהן פון דעם ייטב לב, אשתו הצ' רייצא, ר' אברהם אהרן האט געוואוינט און קולבאסוב און איז שוין דעמאלטס אלט געווען 34 יאר, ער האט זיך דאן באשעפעטיגט מיט פארקויפן אונגארישע וויין.

ר' חיליש'ס איינציגער זוהן איז געווען ר' אשר, ער איז געבוירן בשנת תר"ו און איז א נאמען געגעבן נאך זיין זיידע ר' אשר'ל ראפשיצער, ער איז אלט געווען בלויז 14 יאר ווען זיין טאטע איז אוועק.

יעדער האט דעמאלטס פארשטאנען אז ווילאנג דער יונגער אשר'ל וואקסט אונטער ער זאל קומען צו א יארגאנג פאסיג צו איבערנעמען זיין טאטענס ארט אלס קולבאסובער רב, זאל ר' אברהם אהרן דינען און דעם שטעלע.

דער ייטב לב מיט א שיינע צאל סיגעטע חסידים זענען געקומען צו פארן צום התמנות פון ר' אברהם אהרן - א גאר ווייטער רייזע פון סיגעט ביז טיף אין גאליציען - אויך די ארטיגע צאנזער חסידים האבן איהם שטארק געשטיצט, וויבאלד ר' אברהם אהרן איז געווען א גרויסער צאנזער חסיד.

עס איז אבער געווען אן ערענסטע קעגנשאפט קעגן ר' אברהם אהרן, א צאל קולבאסובער אידן האבן געוואלט א צווייטער קאנדידאט זאל דינען אלס רב ביז דער יונגער ר' אשר'ל וואקסט אונטער. זיי האבן בוחר געווען איינער א ר' וואלף קרייזמאן פון ריישא, א תלמיד חכם און עושר, ער האט שוין געהאט געוואוינט אין קולבאסוב. דער ר' וואלף האט זיך געפירט זיין אייגן רבנות, וואס האט צוגעברעגט פאר ר' אברהם אהרן היפש עגמות נפש.

המשך יבוא

אינטערסאנט אז קיינער האט נאך נישט באמערקט, אז צוליב די מחלוקת קעגן די התמנות פון ר' אברהם אהרן (ווי מען האט אריינגעווארפן שטיינער דורכן פענסטער אין די אכסניא פונעם ייטב לב - אזוי שטייט אין ספר מראה אש פון הרב פריעדמאן - ואולי דעמאלס איז געווען די מעשה וואס דער ייטב לב האט ממליץ געווען אז די שטיינער האבן זיך געקריגט ווער ס'זאל פאלן אויף אים, און ס'איז געווארן איין גרויסע שטיין) האט דער ייטב לב געמוזט אנטלויפן צוזאמען מיט ר' אברהם אהרן באישון לילה...
ווי אויך שטייט דארט אז א שבת פריער איז דער ר' וואלף קרייזמאן געווען אין צאנז און געזאגט פארן צאנזער רב אז היות מ'וויל אים קומענדיגן שבת אויפרופן צו די תורה מיטן טיטול מורה מורינו וויל ער בעטן א ברכה פון צאנזער רב, האט אים דער דברי חיים געזאגט ס'דאך דא ר' אברהם אהרן? האט ער געזאגט אז מ'זאגט אז סיגוט'ער רב'ס זון איז א עם הארץ און קען נישט לערנען (חס מלהזכיר)... און דער דברי חיים האט אים עפעס צוריקגעענטפערט (איך דענק נישט וואס - ווער ס'האט די ספר מראה אש פון הרב פריעדמאן קען עס נאכקוקן), עכ"פ יענער האט זיך אויסגעלאכט פון צאנזער רב און האט יא אנגענומען די רבנות, און יענע נאכט ווען ער האט זיך געלייגט איז ער מער נישט אויפגעשטאנען ה"י, און דאן זענען די ראשי הקהלה געקומען צו לויפן צום ייטב לב און ר' אברהם אהרן און איבערגעבעטן, און מ'האט אים אויפגענומען אלס רב.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווי דער זקן החבורה הרב הבד"ץ דערמאנט, אוה איך רעקאמענדירען אז מ'זאל זיך אפהאלטן פון שרייבן איבער מחלוקת שנתהוו בעבר, הוי זהיר בגחלתן שלא תכוה, והחכם עיניו בראשו.

מיר רעדן דא פאזיטיוו איבער די שושלת בית קאלבאסוב-סיגוט, וואלו איז די חלק פון די מנציחי זכרם של רבותינו יהי חלקינו עמהם.

ביקסאד,
1) וויאזוי הייסט דער קולבאסובער רבי פון ב"פ בנו של ר' ארי' לייבוש?
2) ווען איז ר' נפתלי ב"ר דוד מעטשעד נפטר געווערן, ואיה מקום מנוחתו?
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

כ'האב היינט אינדערפרי גערעדט מיט אן אייניקעל פון ר' אשר'ל, אין לויט אים איז ווילאנג ר' אברהם אהרן האט געלעבט איז ער געווען דער דע'פאקטא רב אין קאלבעסוב.
אין איינע פון די פריערדיג תגובות שרייבט עימיצער אז דער שואל ומשיב האט זיך אנגענומען פאר ר' אשר'ל, וואלט ווען געווען זייער אינטערסאנט ציוויסען וואס דער שטעלונג פונעם הייליגען ד"ח איז געווען (האב מיללער אין היברו בוקס איז דא שו"ת הד"ח? אז יא אפשר ברענגט איר אהער די תשובה).
פון דעם ר' אשר'ל איז היינט דא הינדערטער אייניקעלך פון זיינע איידעמער
ר' איתמר'ל פון נאדבורנא, ר' מענדעלע רובין , אין דער מוטער פונעם סקאליע רבי וואס האט געוואוינט אין וומ"ס
דערפון לעבן נאך צוויי דירעקטע אייניקלעך דער דינוב'ער רבי פון מאנסי (פאטער פון רז"ל רובין פון ק"י), אין דער נדבורנא חדרה רבי פון א"י
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

דער נאדבורנא חדרה פון א"י הייסט דאכט זיך אשר ישעי' נאך אים.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאסל,

האסט א מראה-מקום צום שואל-ומשיב אדער דברי-חיים? וועל מיר פרובירען צו שטעלן די תשובה.
אוועטאר
געוואלד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2007 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלד »

דא איז וואס פנקס קאלבושאב איז מעתיק פונעם שואל ומשיב
אטעטשמענטס
פנקס קאלבושאב מראה מקום
פנקס קאלבושאב מראה מקום
kolbuszowa.jpg (58.53 KiB) געזען 5119 מאל
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

סקרענטאן'ער רב, זעהט אויס מיר האבן זעך שוין לאנג נישט געטראפן מחמת ריחוק המקום, גענוג א שאד,

דא האט איר א לינק צו די תשובה פון דעם שואל ומשיב תשובה כ,
איין תשובה פאר דעם איז איבער די דראהביטש'ער רבנות [יאסל ודעימיה, זאלן זעך מחיה זיין],
און צוויי פריער י"ז איז דא א מערקווירדיגע שטיקל היסטאריע, א אינטערסאנטע אנדעקאט,
אז הרה"ק ר' אהרן פון ראפשיץ האט געזאלט ווערן רב אין בלאזשוב.

די תשובה פון דעם דברי חיים איז קיין מאל נישט געדריקט געווארן,
עס איז דא א תשובה פון דעם מהרש"ם וואס מען האט געדריקט צענזורירט'ערהייט,
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:ביקסאד,
1) וויאזוי הייסט דער קולבאסובער רבי פון ב"פ בנו של ר' ארי' לייבוש?
2) ווען איז ר' נפתלי ב"ר דוד מעטשעד נפטר געווערן, ואיה מקום מנוחתו?

1) זיין נאמען פרח מזכרוני כעת, ער דאווענט אין סטיטשין, מיט רביסטעווע האט ער נישט קיין שייכות.
2) דאכט זעך תשל"א.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

וואס טיט זיך מיט עטשעד פון ב"פ ווי אזוי איז ער פינקטליך אן אייניקעל?
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

מיללער האט געשריבן:ער האט איבערגעלאזט;
א) בנו ומ"מ הרה"ק ר' יחיאל וועלכער איז אומגעקומען עקד"ה (זעה קומענדיגע תגובה)
ב) בנו ר' דוד מעטשעד בעמח"ס דברי דוד
ג) בנו ר' משה (נפטר בחיי אביו בדמי ימיו)
ד) חתנו ר' משה דוד אשכנזי ב"ר אשר אנשיל חתן הלב שמח מאלעסק
ה) חתנו ר' צבי הירש ריינמאן מקרעטשניף

די סדר תולדותם איז ווי פאלגענד:
א) בתו הבכירה מרת חנה, נולדה ברישא בשנת תרי"ג, נישאה לר' צבי הירש ריינמאן אב"ד קרעטשניף
ב) בתו ריזשא בלומא נולדה בדראהביטש בשנת תרט"ז, נישאה לר' משה דוד ב"ר אשר אנשיל אשכנזי מלבוב
ג) בנו אשר [ישעי'] נולד בתרי"ח, ונפטר בעודו ילד
ד) ר' יחיאל מ"מ אביו
ה) ר' דוד אב"ד עטשעד
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

צורבא מרבנן האט געשריבן:עס איז דא א בוך וואס הייסט פנקס קאלבסוב וואס די קאלבסאבע יידען האבן געדריקט נאך די מלחמה דארט איז דא א געוואלד מיט אינפארמאציע
יאך האב געקאנט פערזענליך א טייל פון די שרייבער - זאלן זיי רועהן דארטן וואו זיי זענען - [נישט קיין גרויסע זכיה] מילא ווייס יאך מער וואו ווייניגער אויף וועמען מען קאן זעך פארלאזן
צורבא מרבנן האט געשריבן:אין ער האט געוונט אין קאמארנא ביים זיידן דער היכל הברכה (הרה"ק ר' אלכסנדר סנדר נפטר בחיי אביו) אין שפעטער האט ער געווינט ביים פעטער דעם דמשק אליעזר פון קאמארנא ביז ער האט חתונה געמאכט זיין עלסטער טאכטער מיט הרה"ק ר' ברוך פינחס מסקאליע דענסמאהל האט דער הרה"ק ר' אליעזר מקאמארנא געשיקט א בריוו צו די ראשי הקהילה פון קטלביסאוו זיי זאלן מקיים זיין דעם כתב רבנות אין מען האט עם אויפגענימן אויף רב
עס איז אן גענומען ביי א טייל אייניקלעך אז ער האט געוואוינט אין קאמארנא 25 יאהר, און עס קאן שטימען לויט די יאהרן,
חוץ הרה"ק ר' ברוך פינחס פון סקאליע, האט ער אויך חתונה געמאכט זיין איידעם דעם שמועה טובה פון קאסאן אויך אין קאמארנא, עס איז דא אין טאהש א סיפור דעריבער, הרה"ק ר' איתמר וואו אויך זיין אינגסטער איידעם הרה"ק ר' מנחם מענדיל [בעל עצי צדיק] האבן חתונה געהאט אין קולביסאב, די אנדערע צוויי איידימער ווייס יאך נישט אויף אדערווייל וואו זיי האבן חתונה געהאט.
צורבא מרבנן האט געשריבן:אין הרה"ק ר' אברהם אהרן איז געפארן קיין סיגוט באלד דערנאך זענען געקימן סיגיטער גבירים ווי אויך חסידים קיין קאלבאסוב אין דארטן האבן געווינט אסאך ראזוועדאבער חסידים אין צוזאמן געמאכט א סקאנדאל ווי שיקט מען אוועקט א רב אין מען האט איהם ציריקגעברענגט אויף זיין שטעלע אבער די דזיקובער חסידים פון קאלביסוב ווי אויך די קאמארנע חסידים האבן זיך גענימן שלאגן פארן רב ר' אשר ישעי' זאל זיין רב עז איז געווען א ביטערע מחלוקת וואס הגאון הגדול אבד"ק בראדי בעל מחזה אברהם מיטן שואל ומשיב האבן זיך אנגענימן פארן ר' אשר ישעי'. דארט אין בוך ווערט דערמאנט זייער אסאך איטכרסאנטע זייכן וועגן די מחלוקה. ווען הרה"ק ר' אברהם אהרן איז נפטר געווארן האט ער געהייסן מען זאל נישט מקבר זיין אין זיין שווערס אוהל וויל די פלאץ באלאנגט פאר זיין שוואגער ר' אשר ישעי' וכן הוה.
ראזוועדאבער חסידים אלס וואס זייער רבי איז א איידעם אין סיגעט ביים ייטב לב,
וויל די פלאץ באלאנגט פאר זיין שוואגער ר' אשר ישעי' די דיבורים האט איר צוגעלייגט, ווייסט דען איינער דא וואס פאר א שארפע דיבורים הרה"ק ר' אשר'ל האט געלאזט הערן פאר מען איז אפיר געקומען מיט די "צוואה".
צורבא מרבנן האט געשריבן:ווען ר' אברהם אהרן איז נסתלק געווארן איז ר' אשר ישעי' געווען דעמאלס דאס אופיצעלע איינציגסטע רב אין שטאט ווייל הרהג ר' יחיאל האט מורא געהאט פאר זיין פעטער
פון וואס ר' יחיאל הי"ד האט מורא געהאט וועלן מיר דא נישט אויס שמועסן, אבער א מחלוקה האט דאן געפלאקערט - פיר יאהר, ביז צו דעם ערשטן וועלטס קריג - אבער נאך וואו, ואכהמ"ל.
צורבא מרבנן האט געשריבן:אבער נאכדעם וואס הרה"ק ר' אשר ישעי' איז נסתלק געווארן דעמאלטס האט זיך פון ניי אנגעהובן א ריזיגע מחלוקת ווייל רבי אשר יעי' האט נישט געהאט קיין זוהן נאר איידימער אין ר' יחיאל די זוהן פון ר' אברהם אהרן האט גענימן די רבנות אין אויך הרה"ק ר' מנחם מנדל רובין (א זוהן פון א טאכטער פון הרה"ק ר' דוד מדינוב בן הבני יששכר) די איידעם פון ר' אשר ישעי' איז אויך געווארן רב אין מען האט זיך דארט געשלאגן אין די גויישע קארט אין מען האט איינגיזעצט אויף א שטיק צייט דער רב ר' מנחם מנדל
די מחלוקה האט זעך אן געהויבן תרפ"ט, דער עצי צדיק הי"ד איז קיין מאל אין תפיסה נישט געזעצן וועגען דעם פרשה,
פון זיין צד איז אויך הרה"ח ר' יעקב קירשנבוים הי"ד [אבי ר' אלימלך ע"ה פון אנטווערפן] געזעצן נאך דעם וואס די סיטרא אחרא [אנדערע זייט] האבן אים גע'מסר'ט.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יאסל האט געשריבן:וואס טיט זיך מיט עטשעד פון ב"פ ווי אזוי איז ער פינקטליך אן אייניקעל?

א זוהן פון ר' נפתלי ב"ר דוד.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ביקסאד האט געשריבן:דער שרייבער הרב חיים יהודה בערל אדער וואו מען האט אים גערופן פון דערהיים לייבוש בערל

ער האט אויך געשריבן איטליכע ביכער, דערונטער ר' יצחק אייזיק מקאמארנא געדרוקט דורך מוסד 206.
ועמך כולם צדיקים
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ביקסאד האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:דער שרייבער הרב חיים יהודה בערל אדער וואו מען האט אים גערופן פון דערהיים לייבוש בערל


ער האט אויך געשריבן איטליכע "ביכער ", דערונטער ר' יצחק אייזיק מקאמארנא געדרוקט דורך מוסד 206.


ב''ה

פארוואס ריפסט דיא דאס " ביכער " מיט וואס איז דאס ווייניגער וויא אנדערע מעשה ביכלעך .
------סתם איין עצה טובה אים געבעטען !!! דיא שארפע לשונות העלפין נישט שרייב צים פוינט אפילו בייא א דין תורה דאס וואס יענער שרייט אדער באליידעגט
איז נישט משנה סיא לאזט נאר איבער א שלעכטין טעם !!!!!!.-------- איבער דיא פרשה פין קאלבעסאוו האט איך נאך גיהערט אסאך פין בלוזשעווער רבי'ן
אבער וואס וועט דאס ציא געבען .
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יאך האב נישט גענוצט די לשון ביכער אלס גנאי, אויב האט מען אזוי פארשטאנען בעט יאך אנטשולדיגונג.
ועמך כולם צדיקים
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

לכבוד מיללער
ר' נפתלי מעטשעד ליגט אין סאטמארער חלקה אין ניו זשערסי.
אגב ר' אברהם אהרן מקאלבסוב האט געהאט נאך אן איידעם. ר' יעקב שלמה פרענקל ב"ר יצחק יודא פרענקל בעל "מחיר חלב" אב"ד סאניק. משפחת פרענקל אין לאנדאן די נדבנים פינעם זאל "עטרת אברהם" אין וומסב"ג זענן אייניקלעך.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כחך ר' מיילעך.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער האט געשריבן:געטראפן דעם בילד פון די מצבה פון ר' אברהם אהרן מקאלבאסוב.

דאס איז אין איננקלאנג מיט זיין צואה:
אטעטשמענטס
kulbossov.JPG
kulbossov.JPG (23.15 KiB) געזען 3826 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”