רבי אברהם אהרן טייטלבוים מקאלבאסוב זצ"ל - י"ב אלול תר"ע

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הגה"צ רבי דוד טייטלבוים מעטשעד הי"ד בן הרה"ק רבי אברהם אהרן מקאלבאסוב זצ"ל

דוד-טייטלבוים.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ר' יחיאל טייטלבוים ב"ר אברהם אהרן מקאלבאסוב האט געהאט א זוהן דא אין ניו-יארק ר' ארי' לייבוש וועלכער איז קודם געווען רב אין קאלבאסוב בחיי אביו, און ווען ער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא האט אים דער פאטער ממלא מקום געווען אין קאלבאסוב ביז צו דער קריג.


דער זוהן פון ר' יחיאל, ר' ארי' לייבוש איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא בשנת תרפ"א און ער נאך נפטר געווארן בחיי אביו כ"ט שבט תש"א (פונקט יעצט טאקע די יארצייט) ער ליגט אין קיו גארדענס הילס, זוון זוהן ר' אלכסנדר שמואל האט אים ממלא מקום געווען באדמורות קאלבאסוב ביז צו זיין פטירה ב' תמוז תש"מ.
בילד


אין 'די אידישע צייט' יענע וואך, האט דער בארימטער שריפטשטעלער און יעדן נפלא הרב א.ז.י. פר"מ געהאט א באשרייבונג איבער הרה"ק רבי אלעזר מריישא זצ"ל ומשמשו בקודש החסיד ר' הערש באק ע"ה וועלכער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא בעצת רבו הק' זי"ע. דערציילט דארט ר' חנא בדרך אגב אז אויך דער שוואגער פון רבי אלעזר ריישער זצ"ל, דער קאלבאסובער רב זצ"ל ר' לייבוש ט"ב איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא עפ"י עצת גיסו ז"ל.

בייגעלייגט איז די מודעה אין 'מארגן זשורנאל' איבער די אנקום פונעם קאלבאסובער רב קיין אמעריקא:
אטעטשמענטס
קאלבאסוב.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מגליון זקניך ויאמרו לך (סוכות תשע"ג)

unnamed.png
unnamed.png (92.85 KiB) געזען 5021 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מאמר אודותיו בגליון עלים לתרופה (פר' כי תצא תשע"ז)
אטעטשמענטס
רבי אברהם אהרן מקאלבסוב.pdf
(92.01 KiB) געווארן דאונלאודעד 160 מאל
תולעת-ספרים
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2015 9:52 am

רבי מנחם מענדל טייטלבוים מטשענסטחוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולעת-ספרים »

כ'ווייס נישט צי דא איז דער פלאץ, אבער אפשר ווייסט איינער מעהר פרטים אויף הגה"צ ר' מנחם מענדל טייטלבוים בן הרה"צ ר' דוד אבד"ק עטשעד, בן הרה"צ ר' אברהם אהרן מקאלבסוב זצ"ל, עהר איז גיוועהן א איידים ביי הגה"צ ר' אביגדור מטשענסטחוב אין אזוי נאך גיוועהן א שוואגער מיט רביה"ק מסאטמאר זי"ע.
אפשר דרייט זיך דא אין פארום איינער וואס האט עפעס גיהערט פון די רעבעצין מאת אלטא פייגא ע"ה אויף איהר ברידערס אין שוואגערס?
אינטערעסאנט איז אז די ביידע שוועסטערס - וואס זענען גיבוירען דעם זעלבען טאג (אזוי ווי מעט זעהט לכאורה אין די פאפירען) - האבען ביידע חתונה גיהאט מיט משפחת התמרים...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

משפחת אחיו ר' נפתלי האבן נישט קיין אינפארמאציע?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט איז דער הילולא קדישא פין הרה''ק ר' אברהם אהרן מקולבוסוב זי''ע
געליינט דער שבת די שיינע ביוגראפיע איבער איהם אין דער תורה בלעטל עלים לתרופה וואס כ'האב געזעהן אין א שוהל ..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

מומחה יוחס האט געשריבן:היינט איז דער הילולא קדישא פין הרה''ק ר' אברהם אהרן מקולבוסוב זי''ע
געליינט דער שבת די שיינע ביוגראפיע איבער איהם אין דער תורה בלעטל עלים לתרופה וואס כ'האב געזעהן אין א שוהל ..

גא"מ
יא! זייער שיין געשריבן!
טייטל
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

במיוחד הנאה געהאט פון די ווארט פון די רשעים האבן געלט ווייל זיי זאגן חטאתי און שפעטער בעט מען פאר פרנסה, און וואס זיין טאטע הרה"ק די ייטב לב זי"ע האט איהם גענטפערט.
תולעת-ספרים
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2015 9:52 am

רבי מנחם מנדל טייטלבוים מטשענסטחוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולעת-ספרים »

משפחת אחיו ר' נפתלי האבן נישט קיין אינפארמאציע?
אפשר האט איהר א טעלעפאן-נאמבער פון איינער פון די משפחה וואס קען וויסען?
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

תולעת-ספרים האט געשריבן:כ'ווייס נישט צי דא איז דער פלאץ, אבער אפשר ווייסט איינער מעהר פרטים אויף הגה"צ ר' מנחם מענדל טייטלבוים בן הרה"צ ר' דוד אבד"ק עטשעד, בן הרה"צ ר' אברהם אהרן מקאלבסוב זצ"ל, עהר איז גיוועהן א איידים ביי הגה"צ ר' אביגדור מטשענסטחוב אין אזוי נאך גיוועהן א שוואגער מיט רביה"ק מסאטמאר זי"ע.
אפשר דרייט זיך דא אין פארום איינער וואס האט עפעס גיהערט פון די רעבעצין מאת אלטא פייגא ע"ה אויף איהר ברידערס אין שוואגערס?
אינטערעסאנט איז אז די ביידע שוועסטערס - וואס זענען גיבוירען דעם זעלבען טאג (אזוי ווי מעט זעהט לכאורה אין די פאפירען) - האבען ביידע חתונה גיהאט מיט משפחת התמרים...

מיין פארוואלקנטע זכרון געדענקט עפעס פונם קונטרס 'מחברתו הטהורה', וואס לעת עתה זענען ארויס געקומען נאר חלקים דערפון, דארט אינעם ערשטן קונטרס דאכציך מיר שטייט עפעס
טייטל
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

קען איינער אהער ברענגען דו באוואוסטע בילד פון זיין זון ר' יחיאל מיט טו"ת (גענומען געווארן דורך די נאצי'ס ימ"ש)? דערמאנט געווארן אין די עלים די וואך
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

טייטל האט געשריבן:קען איינער אהער ברענגען דו באוואוסטע בילד פון זיין זון ר' יחיאל מיט טו"ת (גענומען געווארן דורך די נאצי'ס ימ"ש)? דערמאנט געווארן אין די עלים די וואך

Kolbosov.jpg
Kolbosov.jpg (26.89 KiB) געזען 4761 מאל
טייטל
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

ליגט מיר אין קאפ כ'האב געזעהן דא אין וועלטל עפעס א הסבר וועגן די אופן וויאזוי ער זיצט, די נאציס האבן עם געהייסן עפעס פארשטעלן.
תולעת-ספרים
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2015 9:52 am

רבי מנחם מענדל טייטלבוים מטשענסטחוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולעת-ספרים »

מיין פארוואלקנטע זכרון געדענקט עפעס פונם קונטרס 'מחברתו הטהורה', וואס לעת עתה זענען ארויס געקומען נאר חלקים דערפון, דארט אינעם ערשטן קונטרס דאכציך מיר שטייט עפעס

אפשר קענט איהר דאס ארויפלייגען, כ'האב דאס קיינמאהל נישט גיזעהן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יציב פתגם האט געשריבן:הגה"צ רבי דוד טייטלבוים מעטשעד הי"ד בן הרה"ק רבי אברהם אהרן מקאלבאסוב זצ"ל

עטשעד.jpg
עטשעד.jpg (57.59 KiB) געזען 3823 מאל

מכתב ממנו
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיילעך האט געשריבן:לכבוד מיללער
ר' נפתלי מעטשעד ליגט אין סאטמארער חלקה אין ניו זשערסי.
אגב ר' אברהם אהרן מקאלבסוב האט געהאט נאך אן איידעם. ר' יעקב שלמה פרענקל ב"ר יצחק יודא פרענקל בעל "מחיר חלב" אב"ד סאניק. משפחת פרענקל אין לאנדאן די נדבנים פינעם זאל "עטרת אברהם" אין וומסב"ג זענן אייניקלעך.

פלא - ברעקארד בעיר סאנוק מצאתי רישום נישואי מלכה בתו של הגה"צ מקאלבאסוב זצ"ל עם 'חיים מרדכי ב"ר אפרים' פרענקל - בשנת תר"ס
teitelbaum frenkel.png
teitelbaum frenkel.png (42.61 KiB) געזען 3692 מאל

ובהמשך שם יש רישום לידתו של חיים מרדכי פרענקל הנ"ל ב"ר אפרים וחנה לבית ענגלארד משנת תרל"ג

איז מעגליך ר' אפרים געווען א זון פון ר' יהודה יצחק מסאניק? דער פאטער פון ר' יהודה יצחק האט טאקע געהיייסן חיים מרדכי, כנראה מהקדמת הספר שני צמידים:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =1&hilite=

אויף די מצבה פון הרה"ח ר' ליבוש פרענקל אין קרית יואל נכד הנ"ל ווערט געשריבן זיין יחוס ווי פאלגענד: ר' יהודה יצחק המכונה ליבוש ב"ר חיים אפרים ב"ר יעקב שלמה ב"ר יהודה יצחק מסאניק - וחתן רא"א מקלאבסוב, עס איז נישט קלאר אויף וועם דער 'וחתן' גייט ארויף צו ר' חיים אפרים איז געווען דער איידעם אדער ר' יעקב שלמה - אבער לויט די רעקארד איז גאר געווען א דריטע דור אינדערמיט 'חיים מרדכי ב"ר אפרים ב"ר יעקב שלמה' וצ"ע
בילד
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

רבי אברהם אהרן ט"ב עטשעד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

בנו של ?
אטעטשמענטס
AAT ETCHED.jpg
AAT ETCHED.jpg (204.71 KiB) געזען 3509 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מציבת מרת רחל ב"ר חיים מרדכי פרענקל בזוו"ר אשת ר' אברהם ביטערספעלד הי"ד ובזוו"ש אשת ר' שלמה זלמן פרענקל מוויליעפאלע

אין "די אידישע צייט" די וואך דערציילט הרה"ח ר' שמואל דוד גאנץ זז"ג א סיפור ווי מרן אדמו"ר בעל ויואל משה זצ"ל האט געסקיפט א דאקטער'ס אפוינטמענט און געגאנגען צו א תנאים צו מחזק אן אלמנה וכו'

ער פארפעלט די פרט אז זי איז געוועזן אן אייניקל פון קאלבסוב און ייטב לב

"פ"נ האשה הצנועה והצדקנית רודפת צדקה וחסד קידשה שם שמים בשנות השואה וזכתה להקים דורות ישרים הרבנית רחל ע"ה בת הרב החסיד ר' חיים מרדכי זצ"ל
אשת הרה"צ רבי שלמה זלמן פרענקעל האדמו"ר מוויעליפולא זצ"ל מגזע בעל ייטב לב ובעל ישמח משה זי"ע הרה"צ רבי אברהם אהרן זצ"ל אב"ד קאלבסוב והרה"ג ר' יהודה יצחק פרענקעל זצ"ל אב"ד סאנוק נלב"ע ביום שביעי של פסח תשנ"ה ת'נ'צ'ב'ה'

עדה המצבה הזאת לזכר נשמות הקדושים שניספו עקה"ש אביה הר"ר חיים מרדכי פרענקיל הי"ד שנהרג במוצאי יום הכיפורים תש"ג בעיר סאנוק בנה הילד נפתלי צבי הי"ד שהובל מעיר גארליץ למחנה ההשמדה יחד עם אביו הר"ר אברהם ביטערספעלד הי"ד וסבו הר"ר שמואל ביטערספעלד וכל משפחתם הי"ד"

אטעטשמענטס
IMG_8822.jpg
IMG_8822.jpg (100.6 KiB) געזען 2622 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

ביקסאד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ביקסאד,
1) וויאזוי הייסט דער קולבאסובער רבי פון ב"פ בנו של ר' ארי' לייבוש?
2) ווען איז ר' נפתלי ב"ר דוד מעטשעד נפטר געווערן, ואיה מקום מנוחתו?

1) זיין נאמען פרח מזכרוני כעת, ער דאווענט אין סטיטשין, מיט רביסטעווע האט ער נישט קיין שייכות.
2) דאכט זעך תשל"א.

הרב לייביש דוד שליט''א. ער איז א שיינע איד דארט אלץ ר' איציקל סטיטשינער'ס אן אייניקל.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבי לייבוש דוד איז א זון פון רבי אלכסנדר שמואל וואס ער׳ז געווען א זון פון רבי ארי׳ לייבוש.

ער׳ז נישט קיין אייניקל פונעם אלטן סטיטשינער רב נאר פון זיין ברודער דער פלאנטשער רב.
דביה תחדי נפשא
אחד מעיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מעיר »

חמרא טבא האט געשריבן:רבי לייבוש דוד איז א זון פון רבי אלכסנדר שמואל וואס ער׳ז געווען א זון פון רבי ארי׳ לייבוש.

ער׳ז א אייניקל פון זיין ברודער דער פלאנטשער רב.

ווי אזוי?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבי אלכסנדר שמואל טייטלבוים היה חתן רבי דוד מפשעצלוב בן הרב מפלאנטש
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

חמרא טבא האט געשריבן:רבי לייבוש דוד איז א זון פון רבי אלכסנדר שמואל וואס ער׳ז געווען א זון פון רבי ארי׳ לייבוש.

ער׳ז נישט קיין אייניקל פונעם אלטן סטיטשינער רב נאר פון זיין ברודער דער פלאנטשער רב.

גערעכט. פליטת הקולמוס
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

מאיר האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ער האט איבערגעלאזט;
א) בנו ומ"מ הרה"ק ר' יחיאל וועלכער איז אומגעקומען עקד"ה (זעה קומענדיגע תגובה)
ב) בנו ר' דוד מעטשעד בעמח"ס דברי דוד
ג) בנו ר' משה (נפטר בחיי אביו בדמי ימיו)
ד) חתנו ר' משה דוד אשכנזי ב"ר אשר אנשיל חתן הלב שמח מאלעסק
ה) חתנו ר' צבי הירש ריינמאן מקרעטשניף

די סדר תולדותם איז ווי פאלגענד:
א) בתו הבכירה מרת חנה, נולדה ברישא בשנת תרי"ג, נישאה לר' צבי הירש ריינמאן אב"ד קרעטשניף
ב) בתו ריזשא בלומא נולדה בדראהביטש בשנת תרט"ז, נישאה לר' משה דוד ב"ר אשר אנשיל אשכנזי מלבוב
ג) בנו אשר [ישעי'] נולד בתרי"ח, ונפטר בעודו ילד
ד) ר' יחיאל מ"מ אביו
ה) ר' דוד אב"ד עטשעד


וועלכע יאר איז ר' יחיאל געבוירן?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”