רבי יהושע רוקח מבעלזא זי"ע - כ"ג שבט תרנ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

שטאפיק
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
לאקאציע: עיה"ק ירושלם תובב"א

Re: א) הרבנית מרת חוה ע"ה אשת הרה"ק רבי משה מרדכי ממאקארוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאפיק »

אנא עבדא האט געשריבן:
אנא עבדא האט געשריבן:א) הרבנית מרת חוה ע"ה אשת הרה"ק רבי משה מרדכי ממאקארוב זצ"ל
[בן הרה"ק רבי יעקב יצחק ממאקארוב, בן הרה"ק רבי מנחם נחום ממאקארוב, בן הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל זי"ע]

צאצאי הרה"ק רבי משה מרדכי ממאקארוב זצ"ל:
1) הרבנית מרת מאטיל ע"ה אשת הרה"ק רבי שמואל אברהם אבא מהורדענקא זצ"ל
[בן הרה"ק ה'אמרי ברוך' מוויזניץ, בן ה'צמח צדיק' מוויזניץ וחתן הרה"ק רבי אריה לייב מזיטאמיר - בן הרה"ק רבי שמואל אבא מסלאוויטא זי"ע]
2) הרה"צ רבי צבי אריה ממאקארוב-בראדיטשוב זצ"ל
[חתן דודו הרה"ק רבי יחיאל העשיל מקרילוויץ זצ"ל]
3) הרה"צ רבי שמואל אברהם אבא ממאקארוב-ווינפיעג זצ"ל
[חתן דודו הרה"ק רבי דוד ממאקארוב, בן הרה"ק רבי יעקב יצחק ממאקארוב זי"ע]
4) בתו הרבנית מרת פייגא ע"ה אשת הגה"צ רבי נחום אהרן ממאגרוב זצ"ל
[בן דודה הרה"ק רבי אריה לייבוש ממאגרוב זצ"ל]
5) הרבנית מרת מלכה ע"ה בזיוו"ר אשת הרה"צ ר' זושא רבינוביץ זצ"ל מאורעל
[בן הרה"ק רבי יצחק יואל מקונטיקוזיבה, בן הרה"ק רבי גדליהו אהרן מסוקוליבקא, בן הרה"ק רבי יצחק יואל מליניץ, בן הרה"ק רבי גדליהו מליניץ זי"ע]
בזיוו"ש אשת הרב סענדער גינזבורג זצ"ל
[בן רבי צבי גינזבורג מריזישצב, בן? רבי צבי גינזבורג מדריבין זצ"ל]
6) הרבנית מרת צפורה ע"ה אשת רבי חיים אהרן זילביגער זצ"ל מיערוסלב
[בן הרה"צ ר' אברהם חנוך העניך מציעשינוב זצ"ל]
7) הרבנית חנה רחל ע"ה אשת הרב יהודה לייבוש אינגבער זצ"ל
[בן הרה"צ ר' אברהם אבא מריישא]
אוועטאר
הרב שעפטיל שליט''א
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 11:57 pm
לאקאציע: קרית טעגלאש

Re: רבי יהושע רוקח מבעלזא זי"ע - כ"ג שבט תרנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב שעפטיל שליט''א »

עס איז ידוע אז הרה"ק בעל דברי שמחה מציעשנוב זי"ע בן הרה"ק משינאווע זי"ע א איידעם פונעם בעלזער רב ר' יושע'לע, איז געווען א געוואלדיגער קנאי,
אמאל זענען אריין צו אים עטליכע ציוניסטן און געסטראשעט אז אויב ער וועט נישט אויפהערן צו רעדן אקעגן זיי וועלן זיי אים שיסן, האט ער געעפנט זיין בגד און געזאגט שיסטס,
מונח בזכרוני אז ער האט געזאגט בעפאר זיין פריצייטיגע פטירה אז ער וויל נישט לעבן מיט זיי אין איין דור,
ער איז אוועק אויף א מוצאי שבת, יענע וואך ביי קידוש פרייטאג צונאכטס ביי זיין שוואגער הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע האט זיך אויסגעגאסן די כוס ביי קידוש,
האט די רעבעצין זיך צוקרעכצט, ווער ווייסט וואס גייט פאר ביים שוואגער אין ציעשנוב, ווייל פאריגע מאל וואס די כוס האט זיך אויסגעגאסן איז דער אנדערער שוואגער הרה"ק מסקאהל זי"ע נסתלק געווארן,
נאכן קריג האט זיך איינע פון די גדולי עולם אויסגעדריקט אז אויב וואלט דער ציעשנובער רב מאריך ימים געווען וואלט ער איינגענומען די וועלט,
זיין שווער האט אים ארויסגעוויזן א חיבה יתירה
דער אייבערשטער האט טאקע ליב דעם אינגערמאנטשיק מיט די קורצע ערמל און דשינס הויזן אנעם בערדל...

אבער ער האט אויך נישט פיינט דעם תלמוד חכם מיט די לאנגע בארד און ברייטע ביבער הוט..

(הצדיק ר' חיים בער זצ"ל)
אוועטאר
הרב שעפטיל שליט''א
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 11:57 pm
לאקאציע: קרית טעגלאש

Re: רבי יהושע רוקח מבעלזא זי"ע - כ"ג שבט תרנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב שעפטיל שליט''א »

ווען ניו יארק האט געזוכט צו אויפנעמען א רב הכולל וואס זאל צוזאמברענגען אלע ארטאדטקסישע קהילות אונטער איין רבנישער קערפערשאפט, זענען געווען פארשידענע הצעות,
האט מען געשיקט א משלחת פון חשובי העדה פון ניו יארק קיין אייראפע כדי צו באוועגן א גדול בתורה וביראה צו קומען קין אמעריקא להרים קרן התורה והיראה,
זענען זיי געקומען אויף שבועות קיין בעלזא צום מיטעלען רב הרה"ק ר' יושע'לע זי"ע און זיי זענען אריין צו אים בעטן אז ער זאל זיך אריבערציען אויף אמעריקא, זיי האבן געהאלן אז ער איז ראוי און פאסיג דערפאר,
האט ער זיי געזאגט אז ער דארף דריי טעג זיך צו איבערטראכן, זענען זיי צוריקגעקומען נאך דריי טעג האט ער זיי געגעבן די תשובה אז ער האט בקבלה אז יעדעס מקום ווי עס האבן נישט געוואוינט תלמידי בעש"ט הק' איז ממש נישט מעגליך אז עס זאל זיך דארט האלטן אידישקייט בקדושה וטהרה, דעריבער האט ער פשוט מורא זיך דארט צו באזעצן,
האט ער זיי געזאגט אז זיי זאלן גיין נאך דער ליטא, און דארט זוכן א אדם גדול, וויבאלד זיי האבן נישט די קבלות, זיי האבן טאקע דאמאלטס אויפגענומען הגה"ק רבי יעקב יוסף זיעועכי"א אלס רב הכולל דניו יארק,
און עס האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט צום סויף אזוי ווי בעלזא רב ר' יושע'לע האט פאראויס געזאגט, און ער האט זיך אנגעשטויסן און אבנארמאלע שוועריקייטן, און עס האט אים ממש מקצר ימים געווען.

(דאס איז טאקע דער גרויסער חידוש וויאזוי מרן רבינו הקדוש והטהור מסאטמאר זיעועכי"א האט מצליח געווען לעמוד הדת על תילה בנוי' דא אין אמעריקא, מיט זיין געוואלדיגע כח הקדושה, וואס די ראשונים כמלאכים האבן געציטערט אז זיי וועלן נשפע ווערן פון די טריפה'נע גאס, דער רבי האט געזאגט אין א געלעגנהייט אז די סיבה פארוואס דער רב הכולל האט נישט מצליח געווען איז ווייל ער האט זיך גראד גענומען צו די גאנצע ברייטע אמעריקאנע גאס, אנדערש ווי דער רבי האט זיך ארום גענומען מיט א קומץ קטן פון ערליכע אידן און מיט זיי געבויעט זיין קהלה, כידוע אז דער רבי האט אמאל געזאגט אין ביהמ"ד: דא איז נישט אמעריקא, דא האט מען אויפגעשטעלט א קהלה ווי סאטמאר אינדערהיים, אזוי אויך דער הייליגער מלאך, וועלכער איז אויך געווען אין אמעריקא פארן קריג, איז געווען ארומגענומען מיט געציילטע בעלי מסירת נפש ממש, וואס האבן זיך מיט גרויס שוועריקייט געהאלטן ביי אידישקייט)
דער אייבערשטער האט טאקע ליב דעם אינגערמאנטשיק מיט די קורצע ערמל און דשינס הויזן אנעם בערדל...

אבער ער האט אויך נישט פיינט דעם תלמוד חכם מיט די לאנגע בארד און ברייטע ביבער הוט..

(הצדיק ר' חיים בער זצ"ל)
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24612
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי יהושע רוקח מבעלזא זי"ע - כ"ג שבט תרנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט גייט זיין די הילולא קדישא פין רבי יהושע'לע מבעלזא זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: רבי יהושע רוקח מבעלזא זי"ע - כ"ג שבט תרנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

ביומא דהילולא זענען געוועהן עטליכע מנינים יודן אויפן ציון הקדוש.
מ'האט געצינדן די נר תמיד מיט די אויל וואס בעלזער רב שליט"א האט ספיציעל געשיקט.
אטעטשמענטס
2021-02-07.png
2021-02-07.png (546.13 KiB) געזען 1451 מאל
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

הרבנית ממאגרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מיללער האט געשריבן:מודעת אבל מפטירתה של הרבנית ממאגרוב בעיתון מחז"ה תרס"ז:

דא שטייט אז זי האט געהייסן "חנה מלכה".
פון אן אייניקל האב איך געהערט אז זי האט געהייסן בלויז "מלכה".
ווייסט איינער מער דערוועגן?
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: הרבנית ממאגרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

נחוניא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:מודעת אבל מפטירתה של הרבנית ממאגרוב בעיתון מחז"ה תרס"ז:

דא שטייט אז זי האט געהייסן "חנה מלכה".
פון אן אייניקל האב איך געהערט אז זי האט געהייסן בלויז "מלכה".
ווייסט איינער מער דערוועגן?

אין 'באהלי צדיקים' (בעלזא, תשנ"ג) איז געדרוקט געווארן בפשיטות אז זי האס געהייסן 'חנה מלכה'.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: הרבנית ממאגרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אנא עבדא האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:מודעת אבל מפטירתה של הרבנית ממאגרוב בעיתון מחז"ה תרס"ז:

דא שטייט אז זי האט געהייסן "חנה מלכה".
פון אן אייניקל האב איך געהערט אז זי האט געהייסן בלויז "מלכה".
ווייסט איינער מער דערוועגן?

אין 'באהלי צדיקים' (בעלזא, תשנ"ג) איז געדרוקט געווארן בפשיטות אז זי האס געהייסן 'חנה מלכה'.

זיי האבן געהאט א קלארע מקור דערויף, אדער פשוט מעתיק געווען פון מאורי גליציה וואס האט אזוי געזען אין מחזיקי הדת?
זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:01 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא »

חמרא טבא האט געשריבן:צאנזער רב שרייבט שוין וזל״ק בא״ד כל העולם שלהם ובלבם המה אנשי מדע ואין בנמצא בעולם זולת רבם אתו הכל כלא יחשבו פני איש ולכן מה יועיל להם פסק דין וכו׳

געדיך אוואש האט געשריבן:על שכמותך שרייבט דער צאנזער רב זי"ע אין א בריוו משנת תרכ"ט:
"אוסיף שנית להסיר מעלי דיבת רבים ותלונתם, ואתפלא מאוד מדוע עלתה זאת על לבבכם שחרפתי חסידי בעלזא, הלא כתבתי במכתבי 'כת חדשה', וחסידי בעלזא המה עדה קדושה מאז, וגם כתבתי שם 'שונאי נפשי', ועדת חסידי בעלזא מעודם הי' אהובי נפשי, וגם כתבתי כי המה כתבו פאשקיוועלין, וחסידי בעלזא נקיים מכל זה..."
(נעתק מקובץ "עתיקות" ח"ג עמוד צו)

עתיקות 3.jpg
עתיקות 3.jpg (290.36 KiB) געזען 1214 מאל

נאך איינער ווייסט עפעס וועגן דעם 'קונטרס קטן בת דפים אחדים' פונעם 'ת"ח אחד מחסידי צאנז',
אדער מ'טאר עס נאך אלץ נישט ווייזן פאר קיין נברא?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24612
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

רבי ארי' לייביש רוקח ממאגרוב בן רבי יהושע מבעלזא - ה' אב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט די הילולא קדישא פין הרה"ק רבי לייביש ממאגרוב זי"ע די זיהן פין די מיטעלע בעלזער רב רבי יהושעל'ע זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

נכד הרה"ק מנאווריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

בשנת תשי"ב איז פארגעקומען אין תל אביב א בר מצוה פון אן אייניקל פון הרה"ק מנאווריע.
איינער ווייסט מער פרטים דערוועגן?
די מאמע פון די בר מצוה בחור האט געהייסן שרה.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: נכד הרה"ק מנאווריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

נחוניא האט געשריבן:בשנת תשי"ב איז פארגעקומען אין תל אביב א בר מצוה פון אן אייניקל פון הרה"ק מנאווריע.

בנו (אחד מבני?) ר' אהרן רבינוביץ מתל אביב, חתן (אחיו?) ר' שמואל אבא רבינוביץ (ב"ר פנחס מקאנטיקאזיווא) חתן הרב מנאוואריא, אפשר? אשת ר' אהרן מ' חיה שרה שמה.

הסרפד האט געשריבן:

יפה כיוונתי: ווינטער תשי"ב איז פאר געקומן דער בר מצוה פון בנם יחידם ר' פינחס:
https://www.nli.org.il/en/newspapers/hz ... rticle/75/
https://www.nli.org.il/en/newspapers/sh ... ---------1
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4144
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: רבי יהושע רוקח מבעלזא זי"ע - כ"ג שבט תרנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

מאיר האט געשריבן:היינט כ"ג שבט איז די יארצייט פון דעם וועלט בארימטן גאון וצדיק רבי יהושע רוקח בן הרה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע ועכי"א.

רבי יהושע'לע ווי מען האט אים גערופן בלשון חיבה איז געבוירן געווארן בשנת תקפ"ה צו זיינע גרויסע עלטערן, ווי שוין אלס קינד האט מען געזען אז לאילנא רברבי יתעבד, און כאטש ער איז געווען דער יונגסטער זוהן פון ר' שלום'קע, האט ער זוכה געווען צו ממלא מקום זיין דעם טאטן'ס שטול, און ער האט געפירט די עדה ביד רמה ביז צו זיין פטירה ביום כ"ג שבט שנת תרנ"ד לפ"ק, זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24612
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי יהושע רוקח מבעלזא זי"ע - כ"ג שבט תרנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

לחיים לחיים צו די הילולא פין דער מיטעלע בעלזער רב רבי יהושע'לע זי''ע ועכי''א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: רבי יהושע רוקח מבעלזא זי"ע - כ"ג שבט תרנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

מרן מהר''י זי''ע.jpg
מרן מהר''י זי''ע.jpg (130.04 KiB) געזען 748 מאל
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: רבי יהושע רוקח מבעלזא זי"ע - כ"ג שבט תרנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

היינט אידאך די יארצייט פון די הייליגע מיטעלע בעלזא רב זי"ע, כידוע איז בעלזא געווען פון די דריי גרעסטע הויפן אין גאליציע, (די אנדערע צוויי איז געווען צאנז און דינוב) בעלזא האט פארקערפערט אין זיך חסידות און מלכות ביינעזאם, עס האט געהאט די פלאקערדיגע חסידישע ברען, אבער אויך היבש די גינוני מלכות.

הגה"ק ר' יושע'לע איז געווען א מחותן מיטן צאנזער רב, די דברי שמחה פון ציעשנוב איז געווען זיין איידעם, און דאמאלטס ביי די שמחה איז שוין געווען אין די לעצטע יאר פון צאנזער רב, איז געווען די איינציגסטע מאל וואס די בעלזא רב איז געווען אויף שבת אין צאנז ביים הייליגן דברי חיים. (די בעלזא אב האט געזאגט דערויף א טעם, ווייל זיין טאטע די שר שלום האט אים איבערגעגעבן אלעס וואס ער וועט ברויכן צו וויסן, און ער האט אים נישט געזאגט צו פארן קיין צאנז, ווייל אינ'אמת'ן איז געווען א שטיקל פלאצפארוואס די בעלזא רב פארט נישט אויף צאנז, די צאנזער רב איז געווען די רשכבה"ג זייענדיג לכאורה די לעצט פארבליבענע מנהיג א פערדע אין דור פון די בעשטה"ק אין גאליציע)

נאך צאנזער רב'ס פטירה איז די מיטעלע בעלזא רב געווארן די גרעסטע רבי אין גאליציע, און די קרוין פון בעלזא איז נאך מער געשטיגן.

די בעלזא רב איז אוועק אין וויען ווי ער האט געוויילט פאר צרכי רפואה, דאס איז געווען די צווייטע מאל וואס ער איז געווען אין וויען, דאס ערשטע מאל איז נאך געווען אלס אינגערמאן, (אגב איז דא א אינטערעסאנטע מעשה, דאס ערשטע מאל ר' יושע'לע איז געפארן קיין וויען האט נאך די הייליגע שר שלום געלעבט, און ער האט מיטגעשיקט צוויי עלטערע חסידים זאלן מיטפארן מיט אים, זייענדיג אין וויען האזן זיך די צוויי חסידים אריבערגעכאפט איין נאכט צום שכינות'דיגן פרעשבורג, און זיי זענען געווען פאר א לינת לילה ביים הייליגן חתם סופר, צוריקומענדיג קיין בעלזא, האט די שר שלום אויסגעפרעגט וואס זיי האבן געזען אין ביים חתם סופר האבן זיי אזוי גענטפערט: "די קליינע והוא רחום - ד"ה וואס מ'זאגט פאר מעריב - איז געווען אזויווי ביי אונז כל נדרי, און די גרויסע והא רחום - ד"ה פון שחרית - איז געווען התפשטות הגשמיות ממש)

דאס צווייטע מאל בעלזא רב איז געפארן קיין וויען האט ער זיך געוואלט אויסדרייען אינמיטן וועג, אבער די גבאים האבן נישט געלאזט, און ער איז טאקע אוועק דארטן אין וויען.

זכותו יגן עלינו.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
ראסיל
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 10, 2019 1:34 pm

Re: רבי יהושע רוקח מבעלזא זי"ע - כ"ג שבט תרנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראסיל »

אה''ו האט געשריבן:היינט אידאך די יארצייט פון די הייליגע מיטעלע בעלזא רב זי"ע, כידוע איז בעלזא געווען פון די דריי גרעסטע הויפן אין גאליציע, (די אנדערע צוויי איז געווען צאנז און דינוב) בעלזא האט פארקערפערט אין זיך חסידות און מלכות ביינעזאם, עס האט געהאט די פלאקערדיגע חסידישע ברען, אבער אויך היבש די גינוני מלכות.

די בעלזא רב איז אוועק אויף'ן באן אויף'ן וועג אהיים פון וויען ווי ער האט געוויילט פאר צרכי רפואה, דאס איז געווען די צוויטע מאל וואס ער איז געווען אין וויען, דאס ערשטע מאל איז נאך געווען אלס אינגערמאן, (אגב איז דא א אינטערעסאנטע מעשה, דאס ערשטע מאל ר' יושע'לע איז געפארן קיין וויען האט נאך די הייליגע שר שלום געלעבט, און ער האט מיטגעשיקט צוויי עלטערע חסידים זאלן מיטפארן מיט אים, זייענדיג אין וויען האזן זיך די צוויי חסידים אריבערגעכאפט איין נאכט צום שכינות'דיגן פרעשבורג, און זיי זענען געווען פאר א לינת לילה ביים הייליגן חתם סופר, צוריקומענדיג קיין בעלזא, האט די שר שלום אויסגעפרעגט וואס זיי האבן געזען אין ביים חתם סופר האבן זיי אזוי גענטפערט: "די קליינע והוא רחום - ד"ה וואס מ'זאגט פאר מעריב - איז געווען אזויווי ביי אונז כל נדרי, און די גרויסע והא רחום - ד"ה פון שחרית - איז געווען התפשטות הגשמיות ממש)

דאס צווייטע מאל בעלזא רב איז געפארן קיין וויען האט ער זיך געוואלט אויסדרייען אינמיטן וועג, אבער די גבאים האבן נישט געלאזט, און ער איז טאקע אוועק דארטן אין וויען.

זכותו יגן עלינו.

א קליינע תיקון
די צווייטע מאל ער האט געוואלט פארען האט זיך די גרויסע יושב ר' מרדכי פעלץ זצ"ל אויסגעלייגט פארן וואגען אין נישט געלאזט די מיטעלע רב פארען בשום אופן, אפילו ווען די מיטעלע רב האט איהם געסטראשעט אז ער וועט איהם פארווארפן פון ביידע וועלטן האט ער זיך נישט אוועקגערוקט, און ער איז טאקע נישט געפארען.
די דריטע מאל פאר די באקאנטע אפעראציע פון וואס ער איז ליידער נפטר געווארן האט שוין ר' מרדכי פעלץ נישט געלעבט, און אינמיטען וועג ווען די מיטעלע רב האט זיך געוואלט צוריקדרייען און די גבאים האבן נישט געלאזט, האט זיך די מיטעלע רב צוקרעכצט "אוי ווי איז מרדכי פעלץ", און טאקע נאך די אפעראציע, אויף'ן באן אויף'ן וועג אהיים קיין בעלזא איז ער נסתלק געווארן.
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: רבי יהושע רוקח מבעלזא זי"ע - כ"ג שבט תרנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

נישט געוואוסט דאס, ש'כח פארן מתקן זיין.

אמאל איז געווען חסידים וואס זענען געווען גרייט פאר זייער רבין צו פארווארפן ווערן פון ביידע וועלטן, און די אמת איז אז מ'האט געהאט אזעלכע רביס וואס זענען געווען גרייט זיך מקריב צו זיין בזה ובבא אבי למען שמו יתברך ווי די הייליגע יש"מ, איז נישט קיין ווי דער אז די רביס האבן געהאט אזעלכע חסידים.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24612
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי יהושע רוקח מבעלזא זי"ע - כ"ג שבט תרנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אה''ו האט געשריבן:היינט אידאך די יארצייט פון די הייליגע מיטעלע בעלזא רב זי"ע, כידוע איז בעלזא געווען פון די דריי גרעסטע הויפן אין גאליציע, (די אנדערע צוויי איז געווען צאנז און דינוב) בעלזא האט פארקערפערט אין זיך חסידות און מלכות ביינעזאם, עס האט געהאט די פלאקערדיגע חסידישע ברען, אבער אויך היבש די גינוני מלכות.

הגה"ק ר' יושע'לע איז געווען א מחותן מיטן צאנזער רב, די דברי שמחה פון ציעשנוב איז געווען זיין איידעם, און דאמאלטס ביי די שמחה איז שוין געווען אין די לעצטע יאר פון צאנזער רב, איז געווען די איינציגסטע מאל וואס די בעלזא רב איז געווען אויף שבת אין צאנז ביים הייליגן דברי חיים. (די בעלזא אב האט געזאגט דערויף א טעם, ווייל זיין טאטע די שר שלום האט אים איבערגעגעבן אלעס וואס ער וועט ברויכן צו וויסן, און ער האט אים נישט געזאגט צו פארן קיין צאנז, ווייל אינ'אמת'ן איז געווען א שטיקל פלאצפארוואס די בעלזא רב פארט נישט אויף צאנז, די צאנזער רב איז געווען די רשכבה"ג זייענדיג לכאורה די לעצט פארבליבענע מנהיג א פערדע אין דור פון די בעשטה"ק אין גאליציע)

נאך צאנזער רב'ס פטירה איז די מיטעלע בעלזא רב געווארן די גרעסטע רבי אין גאליציע, און די קרוין פון בעלזא איז נאך מער געשטיגן.

די בעלזא רב איז אוועק אין וויען ווי ער האט געוויילט פאר צרכי רפואה, דאס איז געווען די צווייטע מאל וואס ער איז געווען אין וויען, דאס ערשטע מאל איז נאך געווען אלס אינגערמאן, (אגב איז דא א אינטערעסאנטע מעשה, דאס ערשטע מאל ר' יושע'לע איז געפארן קיין וויען האט נאך די הייליגע שר שלום געלעבט, און ער האט מיטגעשיקט צוויי עלטערע חסידים זאלן מיטפארן מיט אים, זייענדיג אין וויען האזן זיך די צוויי חסידים אריבערגעכאפט איין נאכט צום שכינות'דיגן פרעשבורג, און זיי זענען געווען פאר א לינת לילה ביים הייליגן חתם סופר, צוריקומענדיג קיין בעלזא, האט די שר שלום אויסגעפרעגט וואס זיי האבן געזען אין ביים חתם סופר האבן זיי אזוי גענטפערט: "די קליינע והוא רחום - ד"ה וואס מ'זאגט פאר מעריב - איז געווען אזויווי ביי אונז כל נדרי, און די גרויסע והא רחום - ד"ה פון שחרית - איז געווען התפשטות הגשמיות ממש)

דאס צווייטע מאל בעלזא רב איז געפארן קיין וויען האט ער זיך געוואלט אויסדרייען אינמיטן וועג, אבער די גבאים האבן נישט געלאזט, און ער איז טאקע אוועק דארטן אין וויען.

זכותו יגן עלינו.

די נסיעה פין בעלזער רב קיין צאנז איז געוועהן ביי די שידוך פין ר' ישעי' פין טשחויב זי"ע הי"ד
די ציעשינובער רב איז שוין א זוהן פין שינאווע רב אין ס'איז געוועהן אביסלע שפעטער שוין נישט בחיי די צאנזער רב
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: רבי יהושע רוקח מבעלזא זי"ע - כ"ג שבט תרנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

ש'כח פארן אויפמערקן @מומחה
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
ראסיל
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 10, 2019 1:34 pm

Re: רבי יהושע רוקח מבעלזא זי"ע - כ"ג שבט תרנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראסיל »

מומחה יוחס האט געשריבן:

ביי די חתונה פון ציעשינובער רב איז געווען די באקאנטע מעשה פון די קפידא פון שינאווא רב אויף איינער פון די בעלזער חסידים, וואס די מיטעלער רב האט ממתיק געווען
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: רבי יהושע רוקח מבעלזא זי"ע - כ"ג שבט תרנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

די מעשה גייט אז די שינאווער רב האט זיך אויסגעדריקט אז דער איד זאל נישט מוצא שנתו זיין, איז דער חסיד געלאפן צום בעלזא רב זייענדיג דערשראקן, האט אים די בעלזא רב בארואיגט, אז די שינאווער רב האט געמיינט צוזאגן אז ער זאל נישט קענען שלאפן מלשון שינה און נישט ח"ו ער זאל נישט אויסלעבן די יאר מלשון שנה, וכך הוה.

געדענק איך אבער נישט אויף ארויף די קפידא איז געווען.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
בטיש בטישין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

Re: רבי יהושע רוקח מבעלזא זי"ע - כ"ג שבט תרנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטיש בטישין »

אה''ו האט געשריבן: ווייל אינ'אמת'ן איז געווען א שטיקל פלאצפארוואס די בעלזא רב פארט נישט אויף צאנז, די צאנזער רב איז געווען די רשכבה"ג זייענדיג לכאורה די לעצט פארבליבענע מנהיג א פערדע אין דור פון די בעשטה"ק אין גאליציע)[/size]

נישט אזא פליאה אויף בעלזער רב און בפרט קיין צאנז ואכמ"ל.

אה''ו האט געשריבן: נאך צאנזער רב'ס פטירה איז די מיטעלע בעלזא רב געווארן די גרעסטע רבי אין גאליציע, און די ''קרוין''... פון בעלזא איז נאך מער געשטיגן.

דער גרעסטע רבי? אפשר שינעווער רב?
אוועטאר
ראסיל
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 10, 2019 1:34 pm

Re: רבי יהושע רוקח מבעלזא זי"ע - כ"ג שבט תרנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראסיל »

אה''ו האט געשריבן:די מעשה גייט אז די שינאווער רב האט זיך אויסגעדריקט אז דער איד זאל נישט מוצא שנתו זיין, איז דער חסיד געלאפן צום בעלזא רב זייענדיג דערשראקן, האט אים די בעלזא רב בארואיגט, אז די שינאווער רב האט געמיינט צוזאגן אז ער זאל נישט קענען שלאפן מלשון שינה און נישט ח"ו ער זאל נישט אויסלעבן די יאר מלשון שנה, וכך הוה.

געדענק איך אבער נישט אויף ארויף די קפידא איז געווען.

די קפידא איז געווען אויף'ן באהאלטן די קאלפיק פון שינאווא רב
שינאווער רב איז כידוע געווען א שארפע הלכה איד. אינמיטן שחרית האט ער באמערקט ווי די מיטעלע בעלזער רב'ס תפילין ליגט קרום, איז ער צוגעגאנגען און עס גראד געמאכט.
די מיטעלע בעלזער רב האט צוריק געלייגט די תפילין קרום זאגענדיג אז אויף די מקום האט מיר די טאטע ז"ל געלייגט תפילין.
איינע פון די בעלזער חסידים האט געכאפט א רוח שטות און האט אלס קנאות אויף כבוד רבו באהאלטן די קאלפיק פון שינאווא רב, אויף וואס ארויף שינאווא רב האט געלייגט א קפידה אז ער זאל נישט מוצא שנתו זיין
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”