ר' נפתלי עהרליך זצ"ל אבד"ק דעלאטין, ה' שבט תש"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

א גרויסן יישר כח בעל הילולא פארן דאס ארויף לייגן כ'האב מיך נישט געקענט אן עצה געבן
עס וואונדערט מיר גראדע וואס עס מיינט די ר"ת דבק נפשו בהו"ע (אפשר איז עפעס נישט גיט נאכגעשריבן)
צווייטענס איז אינטערעסאנט אז עס שטייט אויפן מציבה "הכניס אורחים ומעיל צדקה לבש" דאס מיז זיין א מורא'דיגע מסירת נפש ווייל לויט ווי איך האב געהערט פון ר' יודל עביר ראזענבערג הי"ו און יבלחט"א אן אנדערן נירעדהאזער איד וואס איז שוין נישט בין החיים איז ער געוועהן אן עני ואביון מדוכא וואס האט ממש נישט געהאט דעם טאג איבער צוקומען.
דריטענס עס שטייט אויפן מציבה "לדור ישרים בתורה שבק חיים" ווייסט אפשר איינער צו עס איז עפעס געבליבען מיוצאי חלציו, אפשר אז עס שטייט "לדור" און נישט "לדורות" ווי מען שרייבט געווענליך מיינט דאס עפעס?
זה הקטן גדול יהי'
קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 12, 2011 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמח »

יודל קליין האט געשריבן:דריטענס עס שטייט אויפן מציבה "לדור ישרים בתורה שבק חיים" ווייסט אפשר איינער צו עס איז עפעס געבליבען מיוצאי חלציו, אפשר אז עס שטייט "לדור" און נישט "לדורות" ווי מען שרייבט געווענליך מיינט דאס עפעס?

מיינט גארנישט
ווען ער איז אוועק איז נאך געווען יו"ח, איך גלייב די מצבה איז געשטעלט געווארן בשעתו, איז וואס איז די שאלה, דעמאלט'ס איז נאך געווען 'לדור'.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

יודל קליין האט געשריבן:און לכבוד ר' יעקעלע יישר כח פאר דיין תשובה איך האב עס נישט פארזעהן איך האב אבער ביז אהער נישט געוויסט וואס עס איז געווארן מיט איהם צו איז ער אום געקומען אויף קידוש ה' אדער צו האט ער גאר איבער געלעבט די קריג, אדער איז ער אוועק נאך פארן גריג, און יעצט בין איך געוואר געווארן אז ער איז נפטר געווארן געציילטע חדשים פארן דעפאטירן און ער האט זוכה געוועהן צו קומען לקבר ישראל, און אפי' א מציבה האט מען געשטעלט, (וואס זיין פעטער האט צו דעם נישט זוכה געווען ביז לעצטענס ווי איהר האט שוין פארציילט), און ער האט אפי' די זכיה אז די לעצטערע יארן גייען א מנין אידן פון ראצפערט זאגן תהלים און קדיש אויף זיין ציון ביומא דהילולא. יישר כח ר' יעקעלע נאך אמאל פאר אלע אייערע שטארק תוכן'דיגע תגובות

ברוכים תהיה
יודל קליין האט געשריבן:ג) אין נירעדהאז האט געוואוינט א זידיטשוב'ער רבי ר' יודע'לע עהרליך (געהערט פון עטליכע נירעדהאזע אידן, ווי אויך ווערט ער דערמאנט אין ספר "זכרנו לחיים" סיפורים מהרה"ק מצאנז זי"ע) ווייסט איינער עפעס מער איבער איהם?

אויפן מצבה שטייט כ"ק אדמו"ר אבער פון וואנעט נעמט איהר אז מ'האט אים / ער האט זיך גערופען "זידיטשוב'ער רבי"?
טעמו וראו כי טוב השם
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

איך האב געהערט פון צוויי נירעדהאז'ער אידן איינער פון זיי וואס איז נאך אתנו בחיים און דער צווייטער וואס איז שוין ליידער נישט מיט אונז, האב איך פון זיי געהערט אז אין נירעדהאז איז געוועהן א זידיטשוב'ער רבי ר' יודל'ע עהרליך זצ"ל. אויך האב איך געזעהן אין ספר "זכרנו לחיים" (חיברו הרה"ח ר' בערל עהרמאן ז"ל פון קליינווארדיין) סיפורים מהרה"ק מצאנז זי"ע שטייט אזוי בזה"ל: הה״צ ר׳ יודא עהרליך שליט"א נכד הה"ק מזדטשאיב ומקום דירתו בעיר נירעדהאזא סיפר לי [וכו'] ע"כ עס שטייט טאקע נישט אז מ'האט איהם גערופן זידיטשוב'ע רבי אבער איך זעה אז ער אידענטיפיצירט איהם מיט זידיטשוב. שפעטער בין איך הערשט געוואויר געווארן אז עס איז דא דער מקום מנוחתו און באקומען די נוסח המציבה וואס פון דעם נוסח איז משמע אז ער איז געוועהן א רבי.
זה הקטן גדול יהי'
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

איי וועלט איי וועלט ווי גרויס ביסטו, אז מ'זיכט טרעפט מען און טאקע דא אויף איי וועלט טרעפט מען וואס מ'זיכט.

ענדליך געטראפן אן ערנסטער שטיק אינפארמאציע איבער די משפחה פון ר' יודא לייביש עהרליך זצ"ל פון נירעדהאז וואס איך פרעג מיך שוין נאך דא א שטיק צייט. יעצט האב איך געטראפן אינעם אשכול וואס רופט זיך שושלת זאבנא ברענגט דארט הרב רבי יעקב דוב מיללער [על ישראל הדרתו בעיר סקרענטאן ומצודתו פרוסה על איי וועלט והגלילות] א שמועס צווישן צוויי שרייבערס ר' יוסלמאן און בן הרחמן אינעם אשכול בילדער פון גדולי ישראל ווער ווייסט, מיט אביסעל הילף פון הסרפד. וזה תוכן שיחתם בסייתא דמשיא:

רבי יודא לייבוש עהרליך זצ"ל אדמו"ר בנירעדהאז משושלת זידיטשוב בן ר' חיים זצלה"ה מברעזנא ודעבערצין ומנו"כ בסוואליאווע וחתן ר' יוסף כ"ץ האלענדער מאמסאנא. אשת ר' חיים איז געוועהן הרבנית טויבא ע"ה בת בנו פון הצדיק ר' מנחם מענדיל הויזער

ער האט געהאט א זוהן רבי יוסף שמואל שמעלקא עהרליך זצ"ל הי"ד אב"ד ריגליץ וואס ער איז געוועהן אן איידעם ביי רבי נפתלי צבי אונגער מבארדיוב ב"ר משה אליקים בריעה אונגער מדאמבראווא ב"ר ישראל אלימלך מזאבנא ב"ר יוסף מדאמבראווא ב"ר מרדכי דוד מדאמבראווא. זיין שווער רבי נפתלי צבי אונגער איז געוועהן אן איידעם ביי ר' משה'לע בארדיוב'ער ב"ר ברוך'ל גארליצער זי"ע

רבי יוסף שמואל שמעלקא האט געהאט צען קינדער פארן קריג ואלה שמותם (לויט יד ושם): פייגא, טויבא, חנה, משה, מנחם, גיטא [מרים גיטל הי"ד], שרה, יוטא, יהודה [לייבוש], פעסיא. בלויז צוויי האבן איבער געלעבט די קריג און זיך באזעצט אין מושב יסודות בארה"ק, דאס זענען צווילינג שוועסטער מרת טויבא באש אשת ר' דוד באש און אשת ר' מענדל בריקמאן.

ר' חיים ברעזנא'ער האט געהאט אן איידעם הגאון רבי נפתלי הירץ באמבאך ראבדק"ק סאמבור בעל מחבר ספר גבעת הלבונה
זה הקטן גדול יהי'
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

דא האט איהר א לינק צו די מקור אויפן זאבנא'ער אשכול עס איז דא דארט א בילד פון רבי יוסף שמואל שמעלקא עהרלעך אב"ד ריגליץ זצ"ל הי"ד און אויך א בילד פון א בריוו וואס זיין טאכטער מרים גיטל הי"ד 9 יאר אלט האט געשריבן גייענדיג צו די שחיטה ווי זי שרייבט דארט "חטאנו צורנו סלח לנו יוצרינו, שמע ישראל ד' אלקינו ד' אחד, ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד, ד' הוא האלקים, ד' מלך ד' מלך ד' ימלוך לעולם ועד"
viewtopic.php?f=31&t=24688&p=954757&hilit=%D7%96%D7%90%D7%91%D7%A0%D7%90#p954757
אטעטשמענטס
445_9.jpg
445_9.jpg (5.93 KiB) געזען 5702 מאל
sss.gif
sss.gif (24.14 KiB) געזען 5702 מאל
לעצט פארראכטן דורך יודל קליין אום מאנטאג מארטש 09, 2015 12:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

זייער אינטערעסאנט!
אבער נישט פארמישען:
עס איז געוועהן א ר' יהודה ליבוש עהרליך אדמו"ר מ'בערעגסאז
און אויך א ר' יהודה ליבוש עהרליך אדמו"ר מ'נירעדהאז
דער בערעגסאזער איז געוועהן א זוהן פן דעלאטינער רב זצ"ל
און דער נירעדהאזער א זוהן פונעם ברודער ברעזנא רב זצ"ל
דער נירעדהאזער איז נסתלק געווארען ערב יו"כ און ליגט ושם מנו"כ
דער בערעגסאזער איז אומגעקומען דורך די חיות טורפות בצורת אדם יום ב' סוכות תש"ד אין אוישוויץ הי"ד
טעמו וראו כי טוב השם
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

יודל קליין האט געשריבן:רבי יודא לייבוש עהרליך זצ"ל אדמו"ר בנירעדהאז משושלת זידיטשוב בן ר' חיים זצלה"ה מברעזנא ודעבערצין ומנו"כ בסוואליאווע וחתן ר' יוסף כ"ץ האלענדער מאמסאנא.

דער רבי יוסף הכהן האלענדער מאמסאנא זצ"ל דער שווער פון רבי יודא'לע פון נירעדהאז איז געוועהן דער פאטער פון הרה"צ ר' נתן דוד הכהן האלענדער זצ"ל מאמסאנא שווער פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא זצ"ל און הגה"צ רבי אברהם ברוך ראזענבערגער אב"ד גמזו זצ"ל
זה הקטן גדול יהי'
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט!
אבער נישט פארמישען:
עס איז געוועהן א ר' יהודה ליבוש עהרליך אדמו"ר מ'בערעגסאז
און אויך א ר' יהודה ליבוש עהרליך אדמו"ר מ'נירעדהאז
דער בערעגסאזער איז געוועהן א זוהן פן דעלאטינער רב זצ"ל
און דער נירעדהאזער א זוהן פונעם ברודער ברעזנא רב זצ"ל
דער נירעדהאזער איז נסתלק געווארען ערב יו"כ און ליגט ושם מנו"כ
דער בערעגסאזער איז אומגעקומען דורך די חיות טורפות בצורת אדם יום ב' סוכות תש"ד אין אוישוויץ הי"ד

דער פשוט'ער מהלך זיך נישט צו פארמישן איז אז דער בערעגסאזער האט מען גערופן ר' לעהביש און דער נירעדהאזער האט מען גערופן ר' יודא'לע
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יודל קליין האט געשריבן:

רבי ליבוש עהרליך מנירעדהאז ווערט דערמאנט אין די מעות קדימה פון "ספר החיים":
viewtopic.php?p=1033170#p1033170
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

מיללער האט געשריבן:
יודל קליין האט געשריבן:דער פשוט'ער מהלך זיך נישט צו פארמישן איז אז דער בערעגסאזער האט מען גערופן ר' לעהביש און דער נירעדהאזער האט מען גערופן ר' יודא'לע

רבי ליבוש עהרליך מנירעדהאז ווערט דערמאנט אין די מעות קדימה פון "ספר החיים":
viewtopic.php?p=1033170#p1033170

וזה לך האות שקרא לו ר' יודא (משא"כ קרוביו שכיניהם היה ר' לייבוש/לעהביש), עיין במה שציין ידידנו מ'סקרענטאן בספר החיים בכינתו ר' יודא
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:ער האט געהאט א זוהן ר' יהודה לייביש זצ"ל הי"ד וואס האט געוואינט אין בערעגסאז אין געהאט א אייגענעם קלויז (לעצטענס געזעהן אין א באשרייבונג, אז מ'האט דעם ר' לייביש גערופען 'די בערעגסאזע רבי') און געוועהן א איידעם ביים בני שלישים פון קאסאן זצ"ל

IMG_1301.JPG
סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

עס איז געווען איינער רבי יעקב דאכנער זצ"ל מדעלעטין [נכד התורת חיים מקאסוב זי"ע] האט דאס שייכות? איז דאס די זעלבע דעלעטין?
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

viewtopic.php?p=1085858#p1085858
יעקעלע פוקס האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:כתב נכדו הרה"ק רבי נפתלי עהרליך אב"ד דילעטין זי"ע בהקדמתו לספה"ק שו"ת מגדל השן וז"ל מעשי תקפו וגבורתו של כבוד חותני זקיני הגאון המובהק קדוש יאמר לו מ' שמואל נחום הלוי זללה"ה האבד"ק וואהנילאוו לוביטשוב וליזענסק ושם מנוחתו כבוד לנשמתו צרורה בצרור החיים שהי' מתגבר כארי אף שהי' תמיד גבר חלש כי הוה ממית עצמו ממש על התורה ובכל פעם בא לו מיחש אחר מיחש מרוב עמלו בתורה ולא השגיח על שום דבר רק שעסק בתורה יומם ולילה, והוא הי המוצאן לאחרים והממציא אותן ועשה לו רב ה"ה הרב האי גאון רשכב"ה נר ישראל מרן בעל הישועות יעקב זי"ע שהי' תלמודו המובהק וקנה לו חברים ה"ה בנו של הרב הנ"לוהיה דולה מרבו ומשקה לכל צמא מים מי התורה, והעמיד תלמידים הרבה והרביץ תורה ברבים ושלח מעיינותיו על פני תבל לכל מגמת לבבו וחפץ רצונו היה רק שישתרש התורה בלב התלמידים ויעשו שורש למעלה ופרי למטה ותמיד היתה מחשבתו היאך לנהג התלמידים לרגל התורה ואהבת האמת ויראת ה'. ע"כ.
כידוע אז פונעם דעלאטינער רב זצ"ל איז גארנישט געבליבען בכתובים ליידער אחוץ דעם איינעם שטיקל וואס ער שרייבט אינעם הקדמה פונעם 'מגדל השן' הגם מ'זעהט אסאך תשובה ספרים וואס רבנים שרייבען איהם צירוק וואס ער האט זיך מיט זיי געשריבען אבער וואס ער האט געשריבען זעלבסט איז נישט בנמצא אחוץ דאס איינע
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

פאריגע וואך ביי די יארצייט סעודה פון דעלאטינער רב זצ"ל האט פארציילט דער בערטשע רב שליט"א אז זיין טאטע להבחל"ח דער קיוויאשע רב זצ"ל איז געוועהן צוויי מאל ביים דעלאטינע רב זצ"ל פאר אפשניט פון 6 חדשים, איינמאל אין תרצ"א און איין מאל אין תרצ"ה

פארציילט ער אז זיין טאטע האט אים פארציילט אז י"א תמוז תרצ"א איז ער מיטגעפארען מיט'ן דעלאטינער רב קיין זידיטשוב אויף די 100'סטע יערצייט פונעם עטרת צבי זי"ע, בערך 12 נאכמיטאג זענען זיי געוועהן ביים באן שטאנציאן ווי מ'קימט אן צי גיין קיין זידישוב, עס איז געוועהן אזא ריבוי עם און די דעלאטינער רב האט געפרעגט דעם אויפזעהר צו ער האט א חשבון וויפיל יודען זענען שוין דא געוועהן היינט, האט ער גע'ענפערט אז ער אליין האט שוין געסטעמפלט איבער צען טויזענט סטעמפעלס א מאושר אז מ'האט באצאלט פארען בילעט! זיי האבען געמיזט האלטן חשבון....

און דאס איז נאך געוועהן 12 מיטאג, און נאר אדורך דעם וועג.....

פלא!
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זוכענדיג אויפן קהלה-לינקס זייטל פון סוואליווע ביה"ח:
http://kehilalinks.jewishgen.org/Svalya ... igious.htm
זענען מיינע אויגן געפאלן אויף א בילד פון מצבת הרה"צ רבי חיים עהרליך ב"ר צבי הירש מראזלא זצ"ל (אחיו של נושא האשכול), מ'קען צוריקגיין אין דעם אשכול וואו מ'האט עטוואס דערמאנט פון אים, און אויך אינעם זשאבנער אשכול האט מען געשמועסט איבער זיין זון ר' יוסף שמואל.
viewtopic.php?p=960846#p960846

בילד

מ'האט דא אויבן גערופען דעם רבי חיים "ברעזנא רב" ד.ה. אז ער האט משמש געווען ברבנות העיר ברעזנא? אינטערעסאנט אז עס ווערט נישט דערמאנט אויף זיין מצבה פארוואס ליגט ער אין סוואליווא?

נעבן רבי חיים ליגט אויך זיין רביצין הרבנית טויבא בת רבי זאב, זי איז נפטר געווארן בחיי בעלה, עס זעהט אויס אז איר מצבה האט מען לעצטענס איבערגעמאכט
בילד

ווער איז געווען איר פאטער?
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

לא נס ליחו פון דעם סקרענטענער רב... כה לחי

קיינמאל נישט געזעהן דעם מציבה פון ר' חיים'ן זצ"ל! אינטערעסאנט ווי מ'שרייבט אויף'ן טאטע'ן ר' צבי מ'ראזלי

ווי דערמאנט אויבען איז דער ר' צבי געוועהן א רעכטער אייניקל פונעם עטרת צבי און אויף אים האט דער עטרת צבי געזאגט פאר די מוטער הרבנית רבקה'לי בשעת עיבורה וועסט האבען א בן זכר און זאלסט אים אנאמען געבען צבי נאך מיר!

גיט גיט...
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:לא נס ליחו פון דעם סקרענטענער רב... כה לחי

קיינמאל נישט געזעהן דעם מציבה פון ר' חיים'ן זצ"ל! אינטערעסאנט ווי מ'שרייבט אויף'ן טאטע'ן ר' צבי מ'ראזלי

ווי דערמאנט אויבען איז דער ר' צבי געוועהן א רעכטער אייניקל פונעם עטרת צבי און אויף אים האט דער עטרת צבי געזאגט פאר די מוטער הרבנית רבקה'לי בשעת עיבורה וועסט האבען א בן זכר און זאלסט אים אנאמען געבען צבי נאך מיר!

גיט גיט...

א גוטן ר' יעקל, שלום עיליכם וברוך שובך לטובה! מ'זעמיר צוריק אין דעלאטין פאר א וויילע, חבי כמעט רגע

וואס קענט איר דערציילן איבער דעם רבי חיים עהרליך זצ"ל?
אוועטאר
פארצייטנס
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 1:04 pm

רבי צבי הירש עהרליך מראזלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטנס »

א שיינע שטר מיט א חתימה פון ר' צבי הירש עהרליך -די טאטע פון ר' נפתלי דעלאטינער און ר' חיים פון ברעזנא - (בנוגע אן אייניקל זיינער א יתום לייבוש קאלעך) איז געדרוקט און דעם ספר גנזי יהודה חלק ב' (י"ל תחילת שנה זו תשע"ו לרגל שמחה בבית ר' יודל מאנדל) מדור זידיטשוב.

דארט ווערט אויך אביסעל באשריבן משפחת עהרליך נכדי זידיטשוב.
קיינמאל נישט פארגעסען אז מיר זענען בני מלכים!! בשבילנו נברא העולם!!
נישט ווערן אראפגעשלעפט פון וואס עס גייט פאר אין די וועלט!!
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

פארצייטנס האט געשריבן:א שיינע שטר מיט א חתימה פון ר' צבי הירש עהרליך -די טאטע פון ר' נפתלי דעלאטינער און ר' חיים פון ברעזנא - (בנוגע אן אייניקל זיינער א יתום לייבוש קאלעך) איז געדרוקט און דעם ספר גנזי יהודה חלק ב' (י"ל תחילת שנה זו תשע"ו לרגל שמחה בבית ר' יודל מאנדל) מדור זידיטשוב.

דארט ווערט אויך אביסעל באשריבן משפחת עהרליך נכדי זידיטשוב.

ווי קען מען קריגן די אינפערמעישן? (בספר, או בפי די עף)
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
פארצייטנס
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטנס »

מיללער האט געשריבן:
נעבן רבי חיים ליגט אויך זיין רביצין הרבנית טויבא בת רבי זאב, זי איז נפטר געווארן בחיי בעלה, עס זעהט אויס אז איר מצבה האט מען לעצטענס איבערגעמאכט

ווער איז געווען איר פאטער?

איך האב ביי מיר און באזיץ א משפחה בילד פון א רעביצין און אויף די אנדערע זייט איז אנגעצייכנט אויף פויליש (?) אפאר ווערטער און גע'חתמ'ט:

רבינערען רייזיל עהרליך פון סוואליעווא 1927

די בילד דארף צו זיין פון א רעבעצין רייזל בת ר' יוסף יעקב [לייכטאג] ואמה למשפחת הורוויץ. און די מסורה גייט אז הה"ק משינאווא זי"ע האט זיך פאר איר אויפגעשטעלט.

אבער ווער די רייזל'ס מאן איז געווען איז דערווייל נאך א מיסטערי.

נאך אסאך זוכען, און טאקע נאכן געפונען די מצבה פון רבי חיים און סוואליאווא [ע"י ידידנו חוקר היוחסין הרב דובעריש וובר שי'], קומט אויס אז עס איז יתכן אז די הרבנית רייזל האט חתונה געהאט בזוו"ש מיט הה"צ רבי חיים עהרליך מברעזנא - סוואליאווא זצ"ל.
קיינמאל נישט פארגעסען אז מיר זענען בני מלכים!! בשבילנו נברא העולם!!
נישט ווערן אראפגעשלעפט פון וואס עס גייט פאר אין די וועלט!!
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

מיללער ידידי - חבי כמעט רגע חאחא... גיט גיט און (ליידער ריכטיג) ב"ה פארדעם!
בנוגע ר' חיים'ן איז נישטא קיין סך וואס מ'ווייסט, די משפחה פון ר' חיים'ן זצ"ל פרעגען אסאך אן און ווילן טאקע וויסען פון ווער וואס ווייסט עכ"פ פון וויפיל מיר ווייסען איז שוין געשריבען געווארען דא אין דיזען געהענגל פריער

פארצייטנס
ווי איז בנמצא דער גנזי יהודה! וואלט געוועהן אינטערעסאנט צו לעיזען..
וואלט הנאה געהאט פון אביסל מער דעטאלען - לאז זיך הערן
יש"כ
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
פארצייטנס
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטנס »

[attachment=0]
יעקעלע פוקס האט געשריבן:פארצייטנס
ווי איז בנמצא דער גנזי יהודה! וואלט געוועהן אינטערעסאנט צו לעיזען..
וואלט הנאה געהאט פון אביסל מער דעטאלען - לאז זיך הערן
יש"כ

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
ווי קען מען קריגן די אינפערמעישן? (בספר, או בפי די עף)

איך וועל עס פריבירען צו פארשאפען, כמדומה אז עס איז נישט געווען צו באקומען און די געשעפטען, נאר די חובבי עתיקות האבן אויסגעווארט ביי די שבע ברכות פון בן ר' יודל מאנדל ווי ער האט עס דארט געטיילט.

אגב איך מיין אז אויב מען קלינגט דעם מו"ל - בעל העתיקות- פארן ספר גיבט ער עס בתשועות חן.
קיינמאל נישט פארגעסען אז מיר זענען בני מלכים!! בשבילנו נברא העולם!!
נישט ווערן אראפגעשלעפט פון וואס עס גייט פאר אין די וועלט!!
אוועטאר
פארצייטנס
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטנס »

3.jpg

2.jpg
1.jpg
אטעטשמענטס
4.jpg
קיינמאל נישט פארגעסען אז מיר זענען בני מלכים!! בשבילנו נברא העולם!!
נישט ווערן אראפגעשלעפט פון וואס עס גייט פאר אין די וועלט!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”