ר' נפתלי עהרליך זצ"ל אבד"ק דעלאטין, ה' שבט תש"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

יודל קליין האט געשריבן:אין ירושלים וואוינט א איד הרב לערער (אפשר שלמה זלמן? אויב איך געדענק גוט) א זון פונעם באקאנטן ראה"ק פון צאנז - אנטווערפן, ער איז שוין יארן עוסק און צוזאמען נעמען א רשימה פון אלע צאנזער אייניקלעך, האב איך אמאל געזעהן אין זיינע כתבים עפעס וועגן ר' יודא טייטלבוים וואס איז אומגעקומען אין אוישוויץ הי"ד אן איידעם פונעם דעלעטינער רב זי"ע וואס ווי ער שרייבט דארט האט ער געדארפט זיין די ממלא מקום אויף די רבנות און דילעטין (אמר לי שכך שמע הרה"צ רמ"י מקאסאן בעת שהותו בירושלם), איך געדענק אבער נישט ווער ער אליין איז געוועהן עפעס א צאנזער און דאכצעך מיר אויך א בלאזובער אייניקל

פאר 10 יאר צירוק בין איך אראפגעפארען קיין טאראנטא נאכען זיך דערוויסען אז ר' מרדכי ברעסלער ע"ה א דעלאטינער יוד פון דערהיים וואס איז געוועהן גאר דער משב"ק און ווי ער האט דאס גערופען דער 'שיק אינגל' פון רב, לעבט און איז בצלילות הדעת (געוועהן שוין דאן איבער די תשעים) ער האט אונז פארציילט אסאך פלאות'דיגע זאכן וואס ער האט אליין מיטגעהאלטען זייענדיג א נאמן ביתו פונעם דעלטינער רב, בתוך הדברים האט ער עפעס ערווענט פון א איידעם טייטעלבוים, אבער האמת ניתן להאמר עס האט מיך נישט געצויגען אינטערעסע דעם פרט, קאן איך נישט זאגען מער פרטים אויף דעם! אבער צווישען מיינע פארשטויבטע אלטע ארכיווען פון בוידעם מיז ליגען ערגעץ א פלאטע (א טייפ) וואס מיר האבען דאמאלטס רעקאדירט די שמועס אונזערע, אפשר דארט וועל איך הערען מער דעטאלען וואס וועט קענען זיין בייהילפיג.

אדער קאן גאר געמאלען זיין אז איהר מישט (אדער גאר איך מיש) מיט זיין זוהן ר' לייבוש עהרליך האדמו"ר מ'בערעגסאז זצ"ל וואס איז געוועהן א איידעם ביי ר' משה יוסף טייטעלבוים מ'איהעל זצ"ל בזווג ראשון (זי איז ליידער נעדר געווארען אינעם שנה ראשונה רח"ל) אפשר רעדט מען פון דיזע טייטעלבוים? אלנספאל איך וועל פריבירען אפירזיכען דעם באהאלטענעם אפיקומן, אפשר וועט דאס קאנען אויסקלארען דעם ענין....
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

יודל קליין האט געשריבן:דבר תורה בשם הרה"ק מדילעטין זי"ע, ונזכר בשם אב"ד זידיטשוב בס' היכלי שן פון זיין עלטער שווער ר' שמואל נחום גאססענבויער אב"ד וואהנילאוו והו"ל ע"י בנו הרב בן ציון הלוי גאססענבויער ז"ל פון קאמארנא
(ואגב זה אזכיר מה ששמעתי פי קדוש ממלל לפרש והאמין בה׳ ויחשבה לו צדקה האמור באברהם אבינו ע״ה כי מצינו שאמר הנביא בשליחות מאת המקום ב"ה מי הקדימני ואשלם ואמרו רז"ל במדרש פי' הכתיב מי עשה לי מזוזה קודם שנתתי לו בית מי עשה ציצית קודם שנתתי לו טלית א״כ בכל מקום הקב"ה עושה חסד עם האדם והאדם מחזיק לו טובה ומקיים ע"י זה מצותיו כי ממך הכל ומידך נתנו לך אבל בענין האמונה אין הקב"ה מקדימו בשום מעשה והוא באמת צדקה מן האדם אל ה' ובזה פי' חתן אחי ה״ה הרב החסיד מוכתר בתורה ויראה ענף עץ אבות מוה׳ נפתלי ערליך נ״י האב״ד פה זידיטשוב נכד הרב הצדיק מוה׳ צבי הירש מזידיטשוב ז"ל נ"ע ז״ע ומצאת את לבבו נאמן לפניך שלא הקדמת לו שום עשי׳ לפני האמונה ודברי פי ח״ח)

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=232

יא יא עס שטימט! ער איז געוועהן רב אין זידיטשוב איידער די זידיטשוב'ע חסידים פון דעלאטין האבען איהם אהין פארבעטען, ונעתר לבקשתם לאור המצב.
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

ר' יעקל, וואס מיינט איר לאור המצב
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:
יודל קליין האט געשריבן:אין ירושלים וואוינט א איד הרב לערער (אפשר שלמה זלמן? אויב איך געדענק גוט) א זון פונעם באקאנטן ראה"ק פון צאנז - אנטווערפן, ער איז שוין יארן עוסק און צוזאמען נעמען א רשימה פון אלע צאנזער אייניקלעך, האב איך אמאל געזעהן אין זיינע כתבים עפעס וועגן ר' יודא טייטלבוים וואס איז אומגעקומען אין אוישוויץ הי"ד אן איידעם פונעם דעלעטינער רב זי"ע וואס ווי ער שרייבט דארט האט ער געדארפט זיין די ממלא מקום אויף די רבנות און דילעטין (אמר לי שכך שמע הרה"צ רמ"י מקאסאן בעת שהותו בירושלם), איך געדענק אבער נישט ווער ער אליין איז געוועהן עפעס א צאנזער און דאכצעך מיר אויך א בלאזובער אייניקל

קאן גאר געמאלען זיין אז איהר מישט (אדער גאר איך מיש) מיט זיין זוהן ר' לייבוש עהרליך האדמו"ר מ'בערעגסאז זצ"ל וואס איז געוועהן א איידעם ביי ר' משה יוסף טייטעלבוים מ'איהעל זצ"ל בזווג ראשון (זי איז ליידער נעדר געווארען אינעם שנה ראשונה רח"ל) אפשר רעדט מען פון דיזע טייטעלבוים? אלנספאל איך וועל פריבירען אפירזיכען דעם באהאלטענעם אפיקומן, אפשר וועט דאס קאנען אויסקלארען דעם ענין....


ניין איך מיש נישט איך האב זיכער אזוי געזעהן דארט, איך געדענק נאר נישט וועמענס זוהן ער איז געוועהן, עס דאכצעך מיר אפשר א זוהן פון ר' ברכי' טייטלבוים אבער איך וויל נישט זאגען ווייל דעמאלס קענסטו נאך גערעכט זיין ווען דו וועסט זאגען אז איך מיש
זה הקטן גדול יהי'
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

יודל קליין האט געשריבן:אין ירושלים וואוינט א איד הרב לערער (אפשר שלמה זלמן? אויב איך געדענק גוט) א זון פונעם באקאנטן ראה"ק פון צאנז - אנטווערפן,

איך האב זיך יעצט דערמאנט ער הייסט ר' הערשל לערער זיין טאטע האט געהייסן ר' שלמה זלמן לערער יליד צאנז ראה"ק אין אנטווערפן און מחבר פונעם מעשה ביכל צאנז די פארלוירענע שטאט, דער ר' הערשל איז עוסק און האפט ארויס צוגעבן א ספר תוצאות חיים א רשימה פון אלע אייניקלעך פון הרה"ק מצאנז זי"ע
זה הקטן גדול יהי'
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

יעקעלע פוקס האט געשריבן: (ער האט מיר געשאפט פונעם ארטיגען ביבליאטיק א קונטרס פון אריבער 100 צירוק אלטע היסטארישע פאליטיק)


די קונטרס הייסט אפשר עמק יהושפט?
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

יודל קליין האט געשריבן:
יעקעלע פוקס האט געשריבן: (ער האט מיר געשאפט פונעם ארטיגען ביבליאטיק א קונטרס פון אריבער 100 צירוק אלטע היסטארישע פאליטיק)


די קונטרס הייסט אפשר עמק יהושפט?

איא :x
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

טהור-עיניים האט געשריבן:ר' יעקל, וואס מיינט איר לאור המצב

עס האט זיך ערווארבען א פאליטיקע, וואס ב"ה עס איז פארלוירען געגאנגען אין אוישוויץ, ממילא איז נישט כדאי דאס אויפצילעבען, איבערהויפט ווי די צוויי צדיקים האבען ביידע געהאלטען אז זיי כאפען ביטערע קלעפ צילוב אט דעם מחלוקה....
איינער האט אמאל געברענגט דעם עמק יהושפט צי ר' פנחס שלום זצ"ל אין די בראנקס, ער האט נישט געלאזט אפילו די קונדער אריינקוקען דערין פארן זעלבען חשבון אז פארוואס אריינטינקען די הענט אין פייער...
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

את חטאי אני מזכיר היום! איך געהערט מאחורי הפרגוד עס איז דא אזא קונטרס און איך האב זייער עס געוואלט זעהן! איך האב געזיכט און גענישטערט ביז איך האב זיך דערוויסט אז די אייציגסטע פלאץ ווי מ'קען דאס געפינען איז אין די גרויסע ביבליטיק פון די אינווערזיטעט נעבען ירושלים... איינער האט דאס מיר פארשאפט פון דארט אבער ער האט דאס מעביר געוועהן נאך איידער ער האט אויסגעפיעט מיר דאס איבערגעגעבען צילוב זהירות פון גחלתן, עס האט מיך פארט געארט, בין איך אליין אריבערגעפארען אהין! לנעשה נאכען פארברענגען אהאלבען טאג דארט האט מען עס בשום אופן נישט געקענט אפירזוכען, עס איז געוועהן וואונדערליך פאר זיי אליין ווייל עס איז מילתא דלא שכיחא אזאך זאל נעלם ווערען איבערהויפט זיי האבען געהאט נאר איין איינצעלען קאפי!

זייי האבען גענומען מיין קאנטעקט און מיר פארשפראכען אז זיי וועלען מיר דאס שוקען, נאך א לאנגע תקופה נישט הערען פון זיי האבען מיר זיך פארבינדען מיט זיי, אין זיי האבען מיר געזאגט אז זיי שעמען זיך זייער, אבער עס איז אינטערעסאנט אז ס'נישטא!, כ'האב זיי פארשפראכען צי באצאלען אן אפוטיקי אויב זיי קענען כאטש איינהאנדלען א פילם פון דעם, אבער גארנישט האט געהאלפען עס האט זיך נישט אפיר געזיכט....

למעשה האב איך געזעהן אז מן שמים איז בעסער אזוי, האב איך פארשפראכען פארן בוכ"ע אז אויב איך וועל דאס שאפען וועל איך בלויז שטילען מיין נייגער און בשו"א נישט ווייזען פאר אנדערע!
באותו יום באקום איך א רוף פונעם אינווערזיטעט אז זיי האבען א פילם פונעם קונטרס און פאר א באשטימטען פרייז וועלען זיי מיר דאס שיקען, וכך הוה

איך האב דאס אין מיין באזיץ - למעשה האב איך באקומען א רוף פון אן אנטיק סוחר אז ער האט א עמק יהושפט און איך קען מיר דאס איינהאנדלען, איך האב אים אטזאגט, אבער איך האב חרטה! איך וואלט עס געדארפט אפקויפען און מעביר זיין....
טעמו וראו כי טוב השם
תולעת-ספרים
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2015 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולעת-ספרים »

הרה"צ רבי יהודה טייטלבוים איז געווען דער זון פון הרה"צ ר' דויד, בנו בכורו פון הרה"ק רבי ברכיה פון אוהעל זצ"ל, אזוי האב איך געזעהן שטיין אין זיין חתונה-קארטעל.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

תולעת-ספרים האט געשריבן:הרה"צ רבי יהודה טייטלבוים איז געווען דער זון פון הרה"צ ר' דויד, בנו בכורו פון הרה"ק רבי ברכיה פון אוהעל זצ"ל, אזוי האב איך געזעהן שטיין אין זיין חתונה-קארטעל.

וואס האסטי געזעהן אינעם קארטעל? אז ער איז געוועהן א איידעם אין דעלאטין?
אויב יא אפשר ציטירסטו דעם קארטעל?
טעמו וראו כי טוב השם
תולעת-ספרים
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2015 9:52 am

רבי יהודה טייטלבוים מדעלאטין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולעת-ספרים »

די חתונה-קארטעל האט געשריבען דער דעלאטינער רב זצ"ל צו די חתונה פון זיין טאכטער עטל רחל מיט הה"צ ר' יהודה טייטלבוים אין תרצ"ד, אבער ס'איז אין זעהר א שווער מצב מ'קען עס קוים ליינען.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

זייער אינטערעסאנט! אין ביהמד"ר בלא חידוש... אפשר איז מעגליך מאכען א פאטאקפיע אין עס ציטירן? אויב נישט שווער, הכל ריוח מיר וועלען זייער הנאה האבען..
בדרך אגב - אינטערעסאנט זי האט געהייסען עטל רחל! ווייל ר' לייבוש מ'בערעגסאז זצ"ל (דעלאטינער רב'ס זוהן) האט געהאט א טאכטער 'עטל' מערמעלשטיין ע"ה (אשת חבר הרה"ח ר' חיים נחום ז"ל) און איהר קאזינע ר' ישראל'טשע קאסאנער זצ"ל פלעגט איהר אלץ נאכשרייען "די הייסט נישט 'עטל' די הייסט עטל רחל" און זי פלעגט צירוקשרייען (פון ווייבער שוהל), "איך הייס נישט 'עטל רחל'! איך הייס 'עטל'!"
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

אז מ'רעדט שוין יא איז כדאי צי ברענגען וואס איך האב געהערט די געוועזענע זונטאג ביומא דהילולא פון די אידען וואס זענען געוועהן דעם געוועזענען אלול בשעת הקמת המציבה אין דעלאטין....

עס איז אפיר געקומען א אלטע גויה און געוויינט ביטערליך אז ענדליך זעהט זי נאכאמאל אידען וואס זי געדענקט פון אמאל ווי גיט מ'האט זיך געלעבט, און זי האט גערעדט גאנצע תשעה קבין פון די גיטע שכינים, די רב וכו' צווישען האט זי פארציילט אז זי ווארט שוין אזוי לאנג צי פארציילען די ענדע פון די מעשה וואס האט זיך אנגעפאנגען ביי די סוף פון די אידען עפאכע דארט:
זי פארציילט אז אקעגען איבער דעם רב'ס ביהמד"ר האט מען געבויעט א גרויסע קלויסטער מיט א גרויסען שתי וערב (אנטי-סעמיטיזם איז שוין געוועהן ליידער בייים קלימאקס דאן) וואס האט פאר'ן רב זייער ווי געטוהן, עס איז געוועהן פון איין זיין א שיינעם טייך (די טאך וואס לויפט אדורך דעם גאנצען שטאט) ציוויינט זי זיך אז די אידען האבען שוין נישט אויסגעפיעט צי זעען די נקמה פון גאט! ווי די גאנצע קלויסטער איז איין שיינעם פרימארגען אריינגעטראסקעט און טייך, כליל תקטר מיט'ן גרינדשטיין! און זי פארענדיגט אז עס האט געבאבעלט, געזידט אין געקאכט דאס פלאץ פאר יארן! ביז עס איז איבערגעוואקסען געווארען מיט ערד און גראז... זי האט אונז נאר געוואלט פירן צום טייך ווייזען גענוי דעם ארט אבער מיר האבען זיך זייער געיאגט נישט געהאט קיין צייט מער...
בין הדברים האט אונז געוויזען פונדערווייטענס א הויז וואס אויך יענע בוידעם זענען געוועהן באהאלטען 12 אידען ביי די מלחמה...
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

יישר כח ר' יעקל, א הערליכע מעשה. עס גיט א שטיקל נחמה צו הערן אזעלכע מעשיות.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

שיינע מעשה יעקעלע, ייש"כ .
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
ראשון לציון
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 20, 2015 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראשון לציון »

ר' יעקל לכבוד מיר איז דא דעם פילם איך האב געארדערט דעם קאפי אום תשס"ו און מען האט מיר געזאגט אז אזוי ווי קיינער האט נאכנישט געמאכט א קאפי דארף מען קודם מאכן א פילם און דערנאך קען מען מאכן א קאפי פון דעם פילם. האב איך געארדערט דעם פילם און זיי האבן געזיכט דעם קונטרס קנאפע 3 חדשים ביז איך האב אריין געמישט איינער פון די באהערדע דארט און יענער האט עס געטראפן און דערנאך געמאכט א קאפי.
לדעתי העניה, זייענדיג א אייניקל פון הרה"ק מדעליטין ז"ל איז ראטזאם דאס נישט צו מפיץ זיין, עס איז זייער גוט געשריבן מען קען זיך האלטן ביי די זייטן אבער מען רעדט נישט דארט פון קיין היינטיגער רבי'ס נאר פון שינאווער רב וכדומה וואס ווערט דארט אויסגעטון נאקעט.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

איי איז דאס א וועלטעל! ישר כח פאר'ן ראשון לציון ירום הודו, ניטאמאל האב איך געוויסט וועמען צי באדאנקען....
אלזא איז ריכטיג וואס איהר זאגט! פאר דעם האלט איך עס ביי מיר (הגם איינער האט פון מיר אויסגעשנארעט אינפארמאציע אין אישי, זייענדיג נאנט מיט יענעם ניק (נאר דא אינעם אייער-וועלט) האב איך אים געזאגט נאר ראשי פרקים, אוודאי נישט די שארפע זאכען דארט, און זיכער נישט פון שינאווא רב זי"ע)
איך זאג דיר דעם אמת עס האט געדויערט א וויילע ביז איך האב געקאנט פארדייען וואס איך האב געלעזט דארט!
היצטערט זאג'שע נאר איהר זענט א דעלאטינער אייניקעל? אדער פרובירט צו זאגען אז איך בין? אויב איהר זענט אפשר זאגט איהר וויאזוי?
טעמו וראו כי טוב השם
ראשון לציון
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 20, 2015 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראשון לציון »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:איי איז דאס א וועלטעל! ישר כח פאר'ן ראשון לציון ירום הודו, ניטאמאל האב איך געוויסט וועמען צי באדאנקען....
אלזא איז ריכטיג וואס איהר זאגט! פאר דעם האלט איך עס ביי מיר (הגם איינער האט פון מיר אויסגעשנארעט אינפארמאציע אין אישי, זייענדיג נאנט מיט יענעם ניק (נאר דא אינעם אייער-וועלט) האב איך אים געזאגט נאר ראשי פרקים, אוודאי נישט די שארפע זאכען דארט, און זיכער נישט פון שינאווא רב זי"ע)
איך זאג דיר דעם אמת עס האט געדויערט א וויילע ביז איך האב געקאנט פארדייען וואס איך האב געלעזט דארט!
היצטערט זאג'שע נאר איהר זענט א דעלאטינער אייניקעל? אדער פרובירט צו זאגען אז איך בין? אויב איהר זענט אפשר זאגט איהר וויאזוי?

יא איך בין א אייניקל, די זעלבע וועג די רוטנברג'ס זענען.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

אהא! איך הער... איך וויל נישט גיין צי טיעף ווייל עס איז גילוי, אבער איך פארשטיי פון די באבע שרה חנה, היצטערט ביזטי אפשר באבטשא'ס אן אייניקעל אויך אדער דאס שוין נישט?
טעמו וראו כי טוב השם
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

יודל קליין האט געשריבן:אין נירעדהאז האט געוואוינט א זידיטשוב'ער רבי ר' יודע'לע עהרליך (געהערט פון עטליכע נירעדהאזע אידן, ווי אויך ווערט ער דערמאנט אין ספר "זכרנו לחיים" סיפורים מהרה"ק מצאנז זי"ע) ווייסט איינער עפעס מער איבער איהם?


געטראפן!
היינט האב איך געטראפן א איד וואס פארט די לעצטערע יארן אויף יוה"ק קיין ראצפערט פוקד זיין דעם ציון פון הרה"ק ר' הירצקא'לע ראצפערטער זי"ע ביומא דהילולא ערב יום הק', שמועסן'דיג איבער די נסיעה פארציילט ער מיר אז ערב יוה"ק פארט ער אויך די לעצטע 2 יאר קיין נירעדהאז וואס איז נישט ווייט פון ראצפערט ווייל דארט האט ער געטראפן א מציבה וואס עס שטייט אויף דעם אז די יארצייט איז ערב יוה"ק שנת תש"ד (וואס דאס מיינט אז לכאורה איז נאך קיינמאל נישט געוועהן דארט קיין מנין ביום היארצייט) און פון די נוסח המציבה זעהט אויס אז ער איז געווען א חשוב'ער איד עפעס א זידיטשוב'ער רבי ר' יודא לייביש זצ"ל, ער זאגט אז ער האט אפגעשריבען די נוסח המציבה און ער וועט עס מיר ממציא זיין, אי"ה ווען איך וועל עס האבן וועל איך עס דא ארויף לייגן.
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

הרב יודל

הגיע זמן, ארויף צו לייגן די נוסח המציבה, טוה השתדלות דאס צו באקומען
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

רי יודל
אפשר האט איהר פארזעהן וואס מיר האבען אייך געענפערט גלייך נאך אייער שאלה.
יעקעלע פוקס האט געשריבן:
יודל קליין האט געשריבן:ג) אין נירעדהאז האט געוואוינט א זידיטשוב'ער רבי ר' יודע'לע עהרליך (געהערט פון עטליכע נירעדהאזע אידן, ווי אויך ווערט ער דערמאנט אין ספר "זכרנו לחיים" סיפורים מהרה"ק מצאנז זי"ע) ווייסט איינער עפעס מער איבער איהם?

אויב איך האב קיין טעות האט ער געהייסען ר' יודא לייבוש עהרליך, א זוהן פון ר' חיים א ברודער פונעם דעלאטינער רב.... און פארשטייט זיך א זידיטשובער אייניקל און אפשר זיך גאר גערופען זידיטשוב'ע רבי
טעמו וראו כי טוב השם
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

לכבוד בעל הילולא איך וועל עס אי"ה גאר בקרוב ארויף לייגן
און לכבוד ר' יעקעלע יישר כח פאר דיין תשובה איך האב עס נישט פארזעהן איך האב אבער ביז אהער נישט געוויסט וואס עס איז געווארן מיט איהם צו איז ער אום געקומען אויף קידוש ה' אדער צו האט ער גאר איבער געלעבט די קריג, אדער איז ער אוועק נאך פארן גריג, און יעצט בין איך געוואר געווארן אז ער איז נפטר געווארן געציילטע חדשים פארן דעפאטירן און ער האט זוכה געוועהן צו קומען לקבר ישראל, און אפי' א מציבה האט מען געשטעלט, (וואס זיין פעטער האט צו דעם נישט זוכה געווען ביז לעצטענס ווי איהר האט שוין פארציילט), און ער האט אפי' די זכיה אז די לעצטערע יארן גייען א מנין אידן פון ראצפערט זאגן תהלים און קדיש אויף זיין ציון ביומא דהילולא. יישר כח ר' יעקעלע נאך אמאל פאר אלע אייערע שטארק תוכן'דיגע תגובות
לעצט פארראכטן דורך יודל קליין אום דינסטאג פעברואר 24, 2015 5:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

באקומען אין אישי נוסח המצבה
שכ'וח ר' יודל פארן שיקן (עפעס זיך נישט מסדר געווען, און מיר געבעטן)

נוסח מציבת ר' יודל זצ''ל
אטעטשמענטס
נוסח מציבת ר' יודל זצ''ל.jpg
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”