רבי אברהם דוב מאווריטש-צפת ה'בת עין' זצ"ל - י"ב כסלו תר"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

נחוניא האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:
הרב רבי אברהם דוב אויערבאך שליט"א רב פון טבריה איז א אייניקל פונם בת עין? ער האט דאך ממש דע זעלבע נאמען
וואס מיינט אז ער האט ממש די זעלבע נאמען?
דאכט זיך מיר אז דער בת עין האט נישט איבערגעלאזט קיין דורות
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7217
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

מומחה יוחס האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:
הרב רבי אברהם דוב אויערבאך שליט"א רב פון טבריה איז א אייניקל פונם בת עין? ער האט דאך ממש דע זעלבע נאמען
וואס מיינט אז ער האט ממש די זעלבע נאמען?
דאכט זיך מיר אז דער בת עין האט נישט איבערגעלאזט קיין דורות
דאכט זיך דיר?
ס'איז א דבר ברור, ס'שטייט קלאר ארויס אינעם הקדמת הכותב אויפן בת עין
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7217
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: רבי אברהם דוב מאווריטש-צפת ה'בת עין' זצ"ל - י"ב כסלו תר"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

חידוש נפלא האט געשריבן:
לכאורה ווען מ'טוט עפעס לעילוי נשמתו דארף מען זאגן ר' אברהם דוב "בער" בן ר' דוד, נישט ר' אברהם דוב אליינס, ווי מ'זעהט אויפן שער בלאט פונעם בת עין שטייט קלאר ר' אברהם דוב בער.
אבער די עיקר ראי' איז פון דעם וואס ס'שטייט דארט אין די הקדמה אז דער הייליגער בת עין האט געזאגט פאר ר' מאטעלע טשערנאבלער אז ער האט קורא שם געווען זיין ספר "בת עין" ווייל ס'איז גימטריא זיין נאמען "אברהם דוב בער", און ווען מ'רעכנט עס אויס זעהט מען טאקע אז די גימטריא שטימט נאר ווען מ'רעכנט אויך "בער".
ס'שטייט דארט צוויי מאל.
אינעם הקדמת הכותב שטייט: ושמו קראתיו ב"ת עי"ן מפני שעולה כשמי אברהם דוב בער.
און אינעם התנצלות המביא לבית הדפוס שטייט: כבר קראתיו בשם אשר הי' אתי בכתובים בת עין כי כן עולה הגי' של שמי אברהם דוב בער.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי אברהם דוב מאווריטש-צפת ה'בת עין' זצ"ל - י"ב כסלו תר"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

איז דאס שוין געוועהן דא ?
תולדות הרה"ק מאווירטש

אבער ער חתמ'ט אייביג נאר בשם "אברהם דוב"
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7217
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

שפע רב האט געשריבן:
הרב רבי אברהם דוב אויערבאך שליט"א רב פון טבריה איז א אייניקל פונם בת עין? ער האט דאך ממש דע זעלבע נאמען
דער הייליגער תולדות האט אויך געהאט אן איידעם ר' אברהם דוב אויערבאך מחמעלניק
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7217
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: רבי אברהם דוב מאווריטש-צפת ה'בת עין' זצ"ל - י"ב כסלו תר"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
אבער ער חתמ'ט אייביג נאר בשם "אברהם דוב"
נישט אייביג חתמ'ט מען מיט די גאנצע נאמען
אבער דא האט ער קורא געווען שם ספרו אינאיינעם מיט "בער".
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי אברהם דוב מאווריטש-צפת ה'בת עין' זצ"ל - י"ב כסלו תר"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

חידוש נפלא האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
אבער ער חתמ'ט אייביג נאר בשם "אברהם דוב"
וואו זעהסטו זיין חתימה?
דא האסטו איינס
אין דער נייע בת עין איז דא א ליקוט פון אלע הסכמות [בערך 10] אין כמה מכתבים [ויש עוד]
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי אברהם דוב מאווריטש-צפת ה'בת עין' זצ"ל - י"ב כסלו תר"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

חידוש נפלא האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
אבער ער חתמ'ט אייביג נאר בשם "אברהם דוב"
נישט אייביג חתמ'ט מען מיט די גאנצע נאמען
אבער דא האט ער קורא געווען שם ספרו אינאיינעם מיט "בער".
בשמות ספרים איז דער עיקר אז דער גמטריא זאל שטימן
ביי א גט [ומסתמא ה"ה ביי צינדן א לעכט] קוקט מען אויף דער חתימה
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי אברהם דוב מאווריטש-צפת ה'בת עין' זצ"ל - י"ב כסלו תר"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

סידור שהיה שייך לו
כת"י של הספר בת עין
מאמר המיוחס אליו [כמדומה לי שאומרים אותו בשם צדיק אחר]
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7217
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

dovidal האט געשריבן:
תפארת שלמה קרא לבנו ע"ש הבת עין אבל למה היה שמו אברהם "ישכר" דוב?
דער בעל חסד לאברהם מראדאמסק האט געהייסן אברהם נאכן בת עין, און ישכר דוב נאכן הייליגן ראדאשיצער.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי אברהם דוב מאווריטש-צפת ה'בת עין' זצ"ל - י"ב כסלו תר"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ווי עס קוקט אויס איז די משפחה נאמען פון זיין ברודער רבי יוסף צבי מחמעלניק געווען "פישטיין".
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: רבי אברהם דוב מאווריטש-צפת ה'בת עין' זצ"ל - י"ב כסלו תר"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

https://www.dropbox.com/s/rx6updlo1p3q7 ... l.mp3?dl=0

געזעהן אין חלום א נשמה פון די ערדצוטערניש פון שנת תקצ''ז - א היינטיגע מעשה נורא לכבוד די יא''צ פון די בת עין, פארציילט בטוב טעם דורך הרה"ח ר' שמואל נתן נוסבוים ז"ל מחשובי חסידי בעלזא בירושלים וואס איז אוועק פאריגע חודש. זאל עס זיין לעילו נשמתו
אוועטאר
מ'לערנט
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 12:22 am

Re: רבי אברהם דוב מאווריטש-צפת ה'בת עין' זצ"ל - י"ב כסלו תר"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מ'לערנט »

די הייליגער בת עין וואס איז היינט די יארצייט.
איז ארויפגעגאנגען קיין ארץ ישראל און ער האט געוואלט וואוינען אין ירושלים
אבער ער איז אנגעקומען קיין צפת פאר סוכות,
און ער האט געהערט א פרוי זאגן פאר איר טאכטער,
אז מען דארף אראפנעמען אלעס פון די דאך וועגען מען גייט שוין בענטשען גשם און עס גייט רעגענען,
אזוי ווי ער האט דעס געהערט האט ער געזאגט
דע אידן דא זענען אזוי תמימות'דיג בלייב איך דא וואוינען.
זי"ע
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: רבי אברהם דוב מאווריטש-צפת ה'בת עין' זצ"ל - י"ב כסלו תר"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

בשם הר"א בידערמאן שליט"א
ב"ת עי"ן, ר"ת י'שראל נ'ושע ב'ה' ת'שועת ע'ולמים
אכיה"ר
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
א_נייע_גרינער
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 12:14 pm

Re: רבי אברהם דוב מאווריטש-צפת ה'בת עין' זצ"ל - י"ב כסלו תר"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א_נייע_גרינער »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
איז דאס שוין געוועהן דא ?
תולדות הרה"ק מאווירטש
דעם שיינע קונטרס
תולדות הרה"ק רבי אברהם דוב מאווריטש בעמח"ס בת עין זי"ע
איז מעשי ידיו להתפאר של הר"ר משה ב"ר מענדל גלוזיוס מעיר הבריה לונדון
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7217
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: רבי אברהם דוב מאווריטש-צפת ה'בת עין' זצ"ל - י"ב כסלו תר"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
חידוש נפלא האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
אבער ער חתמ'ט אייביג נאר בשם "אברהם דוב"
וואו זעהסטו זיין חתימה?
דא האסטו איינס
יענע איינס איז נישט זיין חתימה, אלע הסכמות דארט איז די זעלבע שריפט.
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי אברהם דוב מאווריטש-צפת ה'בת עין' זצ"ל - י"ב כסלו תר"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

היינט איז געגעבן געווארען א נאמען פאר בן הנולד להרב דוד אייזענבערגער שליט"א מו"ץ בסקווירא בן הגה"צ הדומ"ץ שליט"א ויקרא שמו בישראל אברהם דוב בן דוד !!!
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: רבי אברהם דוב מאווריטש-צפת ה'בת עין' זצ"ל - י"ב כסלו תר"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

עס האט מיר א חבר אריין געשיקט א שיין ווארט פונעם הייליגן בת עין בלשון אידיש המדיברת בינינו, היות איך האב הנאה געהאט דערפון וועל איך עס מייטטיילן אנדערעע זאלן אויך קענען הנאה האבן.
לכבוד די יארצייט פונעם הייליגן בת עין זי"ע שרייב איך אייך א שטיקל בת עין כאטש וואס עס איז הערשט אויף קומענדיגע וואכעדיגע פרשה.

אוי ווי גוט איך געדענק דעם רש"י, איך בין נאך אפילו אביסל טראמאטייזד פון דעם רש"י, נאך פון די גאר פריע יוגענט ווען מ'האט קוים אנגעהויבן לערנען רש"י, ס'איז דאך אבער אנהייב סדרה דעריבער האב איך געהאט די זכיה דאס צו לערנען שוין אין אזא פריע עלטער.

די תורה הק' פארציילט אונז: וישב יעקב וגו', זאגט אונז רש"י הק' בקש יעקב לישב בשלוה קפץ עליו רגזו של יוסף, לא דיין לצדיקים מה שמתוקן להם לעולם הבא אלא שמבקשים לישב בשלוה בעולם הזה?!

לאמיר דאס אויס שמועסן אין א היימישע אידיש: יעקב אבינו האט געוואלט אויף דער עלטער האבן אביסל מנוחה, דער אלטער צדיק יעקב האט ביי די הונדערט און עלעף יאר אלט געטראכט אז ער וויל האבן מנוחה, וואס מיינט דאס? ער וויל דען פארן קיין פלארידע און זיך אפריען ביים וואסער? אפשר וויל ער נאר גיין אין קאנטרי און גיין אינדערפרי און אויף דער נאכט שפאצירן מיט זיין רעביצין?

אפילו אויב יא, איז מאי כל הרעש? דאס איז דאך אבער בכלל נישט פון וואס מען רעדט דא! דער אלטער יעקב האט סך הכל געוואלט קענען דינען דעם הייליגן באשעפער פיר און צוואנציג שעה א טאג, לערנען תורה און מייחד זיין יחודים מקשט זיין קישוטין פאר די שכינה הקדושה און מאכן א נחת רוח פאר זיין לעכטיגן טאטע'ן אין הימל.

אה מ'האט אים געכאפט ביי די מעשה, האא? דו ווילסט האבן מנוחה אויף דער וועלט?! ס'איז דער נישט גענוג וואס עס ווארט דיר אויף יענער וועלט?! יעצט וועט מען דיר ווייזן! יעצט העסטו הערשט געוואר ווערן וואס צרות מיינט, טאמער האסטו געמיינט אז דיין ברודער עשיו וויל דיך הרג'נען און דו מיסט אנטלויפן און באראבעוועט ווערן דורך אליפז און מיט מאכן צרות יגון ואנחה מיטן פעטער לבן אויסגע'נער'ט און אויסגעפאפט הונדערט מאל, און דיך נאך געיאגט אויפן וועג אהיים און נאך דעם אלעם נאך פארלוירן דיין באליבטע אשת נעורים אויפן וועג אהיים און געבליבן מיט צוויי יונגע יתומים'לעך וכו' וכו'.

דו האסט געמיינט אז דאס מיינט צרות? יעצט וועסטו שוין זעהן וואס מיינט צרות, דאס קומט זיך פאר די חוצפה פון בקש לישב בשלווה, האסטו דיר, דו פארדינסט זיך נישט בעסער פאר אזא חוצפה!

עד כאן איז טייל פון די טראמא וואס ליגט מיר נאך אין די ביינער פון די אויבנדערמאנטן רש"י.

און יעצט צום קשיא וואס דער הייליגער בת עין פרעגט אויף דעם רש"י.

רש"י הק' זאגט אונז אז בקש יעקב לישב בשלוה, נו אונז זאג מיר דאך יעדן איינציגסטן טאג, לכה"פ דריי מאל א טאג "רצון יראיו יעשה" דער הייליגער באשעפער טוט די רצון פון די וואס פארכטן אים. אויב אזוי אז יעקב וויל שלווה קומט עס אים ערליך, אז ער האט א רצון דארף דאס דער באשעפער ערפילן, פארוואס רעד זיך דעמאלט רש"י אפ אויף אים און פארציילט אונז פארוואס ער האט דאס געמוזט מיט מאכן אויף דער עלטער?

זאגט אונז דער הייליגער בת עין אז דאס קומט אונז טאקע רש"י דא פארציילן, אז יעקב אבינו האט געוואלט האבן שלווה, עס איז דאך אבער געווען א שרעקליכע גזירה אויף יעקב אבינו נאך פון דער ברית בין המצרים, אזויווי די גמרא פארציילט אונז אין מס' שבת "ראוי היה יעקב לירד למצרים בשלשלאות של ברזל אלא זכותו עמדה לו", אבער דער הייליגער באשעפער זאגט: איך קען נישט אויספירן די גזירה אז יעקב אבינו זאל געברענגט ווערן קיין מצרים אין געפענגעניש געבינדן ווי א פארברעכער אין אייזענע קייטן, ווייסט פארוואס איך קען דאס נישט אויספירן ווייל איך האב צו געזואגט אז "רצון יראיו יעשה" און יעקב אבינו האט א רצון "לישב בשלווה" דעריבער איז "קפצה עליו רגזו" של יוסף מיט די גאנצע השתלשלות הדברים אז יוסף זאל ווערן מלך אין מצרים און אזוי וועט יעקב אבינו קענען אנקומען קיין מצרים "בשלווה" מיטן גרעסטם כבוד און פאראד.

פירט רש"י אויס, וואס האט אויסגעפעלט די גאנצע איבערקערעניש פאר יעקב'ס וועגן איז דען נישט אנגעגרייט פאר אים גענוג שכר אויף יענע וועלט? זאגט רש"י: ניין (דאס מאל דארף מען אביסל אנדערש זינגען די ווערטער) לא דיין לצדיקים מה שמתוקן להם בעולם הבא, עס איז טאקע נישט גענוג און אויב ווילן זיי עפעס אויך אויף די וועלט וועט דער הייליגער באשעפער אלעס איבערדרייען כדי זייער רצון זאל מקויים ווערן אויך אויף דער וועלט.
זה הקטן גדול יהי'
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: רבי אברהם דוב מאווריטש-צפת ה'בת עין' זצ"ל - י"ב כסלו תר"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

לבקשת חברים לייג איך צו דעם שטיקל בת עין הנ"ל אין א "פי די עף"
אטעטשמענטס
בת עין.pdf
(29.01 KiB) געווארן דאונלאודעד 26 מאל
זה הקטן גדול יהי'
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

חידוש נפלא האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:
הרב רבי אברהם דוב אויערבאך שליט"א רב פון טבריה איז א אייניקל פונם בת עין? ער האט דאך ממש דע זעלבע נאמען
וואס מיינט אז ער האט ממש די זעלבע נאמען?
דאכט זיך מיר אז דער בת עין האט נישט איבערגעלאזט קיין דורות
דאכט זיך דיר?
ס'איז א דבר ברור, ס'שטייט קלאר ארויס אינעם הקדמת הכותב אויפן בת עין
אויב געדענק איך ריכטיג שרייבט הרה"ק רבי דוד יצחק אייזיק מסקאליע זי"ע אז ער איז אן אייניקל פונעם בת עין
זה הקטן גדול יהי'
אמונת אומן
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:21 pm

Re: רבי אברהם דוב מאווריטש-צפת ה'בת עין' זצ"ל - י"ב כסלו תר"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונת אומן »

על שם זקינו הרה"ק רבי אברהם דוב מחמעלניק זי"ע חותנו של הרה"ק בעל תולדות יעקב יוסף זי"ע
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

יודל קליין האט געשריבן:
חידוש נפלא האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:
הרב רבי אברהם דוב אויערבאך שליט"א רב פון טבריה איז א אייניקל פונם בת עין? ער האט דאך ממש דע זעלבע נאמען
וואס מיינט אז ער האט ממש די זעלבע נאמען?
דאכט זיך מיר אז דער בת עין האט נישט איבערגעלאזט קיין דורות
דאכט זיך דיר?
ס'איז א דבר ברור, ס'שטייט קלאר ארויס אינעם הקדמת הכותב אויפן בת עין
אויב געדענק איך ריכטיג שרייבט הרה"ק רבי דוד יצחק אייזיק מסקאליע זי"ע אז ער איז אן אייניקל פונעם בת עין
מזכיר הבדיחותא שמספרים
על איזה ספרדי שהתפאר שהוא נכד האור החיים הקדוש בן אחר בן!, שאלו לו, הלא האוה"ח לא הניח אחריו בנים?, ענה בצעקות גדולות "אני לא בן, אני נכד!".....
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

יודל קליין האט געשריבן:
חידוש נפלא האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:
הרב רבי אברהם דוב אויערבאך שליט"א רב פון טבריה איז א אייניקל פונם בת עין? ער האט דאך ממש דע זעלבע נאמען
וואס מיינט אז ער האט ממש די זעלבע נאמען?
דאכט זיך מיר אז דער בת עין האט נישט איבערגעלאזט קיין דורות
דאכט זיך דיר?
ס'איז א דבר ברור, ס'שטייט קלאר ארויס אינעם הקדמת הכותב אויפן בת עין
אויב געדענק איך ריכטיג שרייבט הרה"ק רבי דוד יצחק אייזיק מסקאליע זי"ע אז ער איז אן אייניקל פונעם בת עין
דאס האב איך געטראפן אינעם הקדמה צום ספר "משנה לחם" לינק
אטעטשמענטס
Screenshot (5).jpg
Screenshot (5).jpg (88.52 KiB) געזען 360 מאל
זה הקטן גדול יהי'
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי אברהם דוב מאווריטש-צפת ה'בת עין' זצ"ל - י"ב כסלו תר"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

חידוש נפלא האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
חידוש נפלא האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
אבער ער חתמ'ט אייביג נאר בשם "אברהם דוב"
וואו זעהסטו זיין חתימה?
דא האסטו איינס
יענע איינס איז נישט זיין חתימה, אלע הסכמות דארט איז די זעלבע שריפט.
פשוט כדבריך [ער איז נישט געזעצן אין גע'חתמ'ט יעדע ספר]

אבל לעיקר הענין ווייס איך נישט פארוואס איהר פאר'עקשנ'ט זיך
במהדו"ח פון דער בת עין איז געדריקט 7 הסכמות און 9 בריוון, אויף אלע -אויסער איין הסכמה- חתמ'ט ער נאר "אברהם דוב", דער מדפיסים האבן נישט געהאט קיין שום סיבה משמיט צו זיין דער שם "בער" אויב ער וואלט גע'חתמ'ט מיט דעם

אז איהר ווילט דוקא כתב יד קדשו האט איהר עס דא און נאך צוויי דא [דער לעצטע צוויי לא נדפסו בבת עין הנ"ל]

איז פשוט אז ער האט גענוצט בער נאר אלץ א כינוי ולא מעיקר השם
[איך ווייס פון איינער וואס האט געגעבן א נאמען "אברהם דוב בער" על שמו, וטעות הוא]
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”