משפחת חיאל ברימאנוב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

סטראפ האט געשריבן:
א גרויסן ישר כח
איך קלער אזוי, ווי געשמועסט איז געוועהן 3 דורות דומצי"ם ברימנאב ממשפחת חיאל, הגאון רבי אליעזר (נפטר לפני תרט"ו) בנו הג' רבי מרדכי (נפטר תר"ל), בנו הגאון רבי יצחק נפתלי (נפטר תרע"ח), רבי יצחק נפתלי האט געהאט א זוהן רבי מרדכי חיאל, ראש ישיבה בקראקא, אין זיינע דאקומענטן שטייט אז זיין ווייב איז גיטל לבית גאלדבערג, פון שטאט טארנא, עס איז מסתבר אז זי איז געוועהן א טאכטער פון הגאון רבי נפתלי צבי גאלדבערג ראב"ד טארנא (נפטר תרס"א), אין דעי מציבה איז כנראה בתה, וואס איז געוועהן א אייניקעל פון ראב"ד רימנאב (רבי יצחק נפתלי חיאל), או א אייניקעל פון ראב"ד טארנא (רבי נפתלי צבי גאלדבערג)
דאס שטימט מיט די לאנגע מגילה אויף די מציבה וואס כמדומה איז נישט געוועהן אזא זאך נאר אין די יארן פארן קריג

איך האב שטארק חשק צו עפענען א אשכול איבער משפחת חיאל, איך האב בס"ד חידושים נפלאים אויף די משפחה, איך ווייס נאר נישט וויאזוי צו עפענען, קען איינער מיך העלפן?
פתח פיך ויאירו דבריך !!

[נ.ב. אויב איהר דארפט אביסל העלף וויאזוי מען שרייבט דא, ליין דער שיינע תגובה דא עיי"ש ותמצא נחת, אבער ביטע ווארט נישט צו שרייבן ביז איהר ווייסט אלץ, עס איז גוט אזוי אויך]
סטראפ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:12 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפ »

א קורצע איבערזיכט אויף משפחת חיאל איידער מען גייט ווייטער בעז"ה:
משפחת חיאל איז א גוטע דוגמא פון א גאר חשובע משפחה אין גאליציע וואס איז כמעט פארגעסן געווארן
זיי האבן זוכה געוועהן צו תורה וגדולה, געוועהן רבנים אין ראשי קהילה, תלמידי חכמים ואנשי מעשה, אזויווי עס וועט מתברר ווערן בעז"ה לעני כל

משפחת חיאל איז אויך א גוטע דוגמא וויאזוי מען קען בעז"ה חוקר זיין יחוס אפילו אין אזעלכע געגענטער אין גאליציע וואס עס איז כמעט נישט געבליבן קיין דאקומענטן (מאטריקאל), אלעס דורך אלטערנעטיווע וועגן, און בפרט "פרענומעראנטן"

ווען איך האב אנגעהויבן טוהן וועגן דעי משפחה, האבן מענטשען געמיינט אז איך רעד פון עפעס א ספארדישע משפחה, איך האף אז בקרוב - מיט די ארויסקום פון ספר 'משפחת חיאל מק"ק רימנאב - ושאר ערי גאליציע', וועט די נאמען 'חיאל' זיין מפורסם לשם ולתפארת, כערכם הרם

אגב די נאמען 'חיאל' איז ככל הנראה וויבאלד די ראש המשפחה האט געהייסן 'יחיאל', אין די רעקארדס איז יחיאל שטענדיג געשריבן געווארן 'חיאל' CHILL אדער CHIEL ממילא ווען איינער האט בוחר געוועהן די שם משפחה, איז עס געוועהן 'חיאל'. אגב עיין גם בספרים לענין שמות גיטין דיחיאל נקרא לפעמים חיאל.

די ערשטע פון משפחת חיאל ברימנאב וואס מיר ווייסן איז הגאון רבי אליעזר חיאל זצ"ל דומ"ץ ברימנאב, דאס ווייסן מיר פון ספר אהלי שם שי"ל תרע"ב וואס ער שרייבט דארט אז די דיין לעת עתה אין רימנאב איז הרב יצחק נפתלי חיאל, וואס האט ממלא מקום געוועהן זיין טאטע הגאון רבי מרדכי, וואס האט ממלא מקום געוועהן זיין טאטע הגאון רבי אליעזר זצ"ל, אלע דריי דומצי"ם ברימנאב

ווען איינער וועט מיך מסביר זיין וויאזוי מען נעמט א בילד פון א פי די עף וכדו' און מען לייגט עס דא ארויף, וועל איך עס אי"ה ארויפלייגן

רבי יצחק נפתלי, ווי אויך עטליכט אנדערע אייניקלעך פון רבי אליעזר וואס מיר האבן געטראפן זייערע פרטים, זענען אלע געבוירן געווארן סביבות תק"ץ, ממילא איז רבי אליעזר געבוירן לכה"פ 40 יאר פאר זיינע אייניקלעך, תק"נ. און תרט"ו האב איך שוין געטראפן א אייניקעל וואס הייסט נאך איהם. קומט אויס אז ער איז ככל הנראה געוועהן דומ"ץ בימי הרה"ק ר"ר הערש וואס איז נסתלק געווארן תר"ז.

אין תר"כ איז ד א רעקארד פון די רעגירונג (גשר גאליציע) אז רבי מרדכי איז די רב (דאס הייסט דומ"ץ) אין רימנאב

עס איז דא א ספר תולעת יעקב, שנדפס 1799, תקמ"ט, (וואס מען האט שוין אראפגעברענגט אין די אשכול 'בית החיים ברימנאב'), וואס האט די חתימה פון 'הק' אליעזר דיין מרימנאב', אין אונטער דעם א זיגעל פון זיין אייניקעל 'יצחק נפתלי חיעל מו"ץ ברימאנאב'
איך האב ב"ה געקויפט די ספר, ביים סוף ספר שרייבט איינער אזוי: 'שייך להחריף ובקי הרב המופלג ר' אליעזר דיין נ"י'
אין דעי מענטש חתמ'עט זיין נאמען הק' מנשה אליעזר וואלף מאושפיצין בהרב ... נתן אהרן אבד"ק אושפיצין נ"י'
אזעלכע טיטלען 'החריף ובקי הרב המופלג' זענען גאר שטארקע טיטלען בימים ההם, כידוע לחוקרים, אין בפרט ראה מאן גברא רבא מעיד, ה"ה רבי מנשה אליעזר, ראה לפנינו

אין תקצ"ג איז רבי נתן אהרן וואלף (מתלמידי החוזה) נאך געוועהן דיין אין ווישניצא, https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... 23&hilite=, ממילא איז דאס געשריבן נאך תקצ"ג ווען ער איז שוין געוועהן רב אין אושפיצין, רבי מנשה אליעזר נפטר תרמ"ט כמפורש על המציבה שלו ברימנאב, און עס שטייט דארט אויף איהם 'הישיש'

דעי מנשה אליעזר וואלף איז לדעתי געוועהן ראש הקהל אין שטאט רימנאב, אינאיינעם מיט רבי אריה ליבוש חיאל (ב"ר שמואל, בן הגאון רבי אליעזר הדיין), אין די אשכול 'בית החיים ברימנאב' האט שוין איינער אראפגעברענגט א הודעה פון א צייטונג ווי די צוויי ראשי הקהילה פון רימנאב שרייבן זיך אונטער: מנשה וואלף, ארי' לייבוש חיאל. די מציבה פון רבי מנשה אליעזר שטייט אין רימנאב, און מען זעהט פון די נוסח אז ער איז סיי געוועהן א ת"ח שלומד תורה יומם ולילה, סיי א חסיד מופלג, און סיי א עסקן העוסק למען הקהילה ('הוד עדתו'), אבער נישט א רב, ממילא איז ער כנראה דעי מנשה וואלף הראש הקהל, (אויף רבי אריה לייבוש חיאל שרייבט אויך זיין איידעם הגאון המופלא רבי אהרן גוטמאן מוואראנאב ,זצ"ל,), אין פרענומעראנטן פון רימנאב זעהט מען אמאל מנשה וואלף, און אמאל מנשה אליעזר וואלף, און כמעט אלעמאל שטייט זיין נאמען צוזאמען מיט ר' ליבלי חיאל

רבי אליעזר חיאל האט מען כנראה גערופען 'רבי אליעזר דיין' אזוי ווי די מנהג און אסאך שטעט ווען מען איז נאכנישט געוועהן געווינט צט משפחה נעמן בתחילת שנות 1800
צוליב דעם רופט איהם רבי מנשה אליעזא בשם רבי אליעזר דיין, און אזוי אויך ער אליין רופט זיך אין זיין חתימה 'הק' אליעזר דיין מרימנאב' 'דיין' איז א חלק פון זיין נאמען אין ער איז פון רימנאב, דאס איז נאר א השערה

חוץ ספר אהלי שם, (ומשם נעתק בחכמי גליציה, ובספר אוצר הרבנים), און די חתימה אויף ספר תולעת יעקב, האב איך דערווייל נישט געטראפן נאך א פלאץ וואס דערמאנט הגאון רבי אליעזר חיאל זצ"ל, דאס לאז איך פאר די חברים פון דעי אשכול

איך האב געטראפן איין אייניקעל ווס ווייסט זיין יחוס ביז רבי אליעזר, בקבלה.

איך ווייס אויך נישט די נאמען פון זוגתו
סטראפ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:12 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפ »

תיקון טעות
בסוף ספר תולעת יעקב חתמ'ענט זיך רבי מנשה אליעזר וואלף אזוי: הק' מנשה אליעזר וואלף מווישניצא (נישט 'מאושפיצין') בהרב ... נתן אהרן אבד"ק אושפיצין נ"י'
רבי מנשה אליעזר איז געקומען פון ווישניצא וויבאלד זיין טאטע איז דארט געוועהן דיין, שפעטער איז זיין טאטע נתמנה געווארן לאב"ד אושפיצין
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

איהר האט געזעהן דער ספר רימנוב ? [קרדיט: ויתן לך]
פון קוקן שנעל טרעף איך צוויי אינטערסאנטע פרטים אויף משפחת חיאל
אנהייב ספר איז דא א בילד פון ר' נפתלי חיל, אויף עמוד 182 איז דא אינטעסאנטע פרטים איבער דער משפחה

בנוגע לייגן א בילד דארף מען עס טוישן צו א jpeg, און מאכן זיכער אז עס איז גענוג קליין
סטראפ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:12 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפ »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:

דעם ספר האב איך שוין געזעהן ב"ה, עס איז אויך דא נאך א ספר 'רימנוב', דארט איז דא נאך א שענערע בילד פון הגאון רבי יצחק נפתלי חיאל זצ"ל, איך האב עס אין א פי די עף, ווי לייג איך די פי די עף כדי צו קענען מאכן דערפון א לינק?
דעי עמוד 182 בצירוף נאך א פלאץ אין ספר רימנוב, בצירוף פרענומעראנטן אין ספר טעמי מצות, האט מיר געברענגט א שטארקע דורך בראך צו אינדענצעפערן אז רבי שמואל חיאל (אביו של ראש הקהל רבי אריה לייבוש) איז געוועהן א זוהן פון הגאון רבי אליעזר הדיין, עס פאדערט א לאנגע אריכות

אגב, א הערה בנוגע יזכור ביכער, די שרייבער פון דכי ביכער זענען בדרך כלל געוועהן ציונים אדוקים, איך האב שוין אפאר אמאל באמערקט אז זיי נעמען חשובע אידען און לייגן זיי אראפ אלס ציונים און האלב פריי, אמאל האב איך געזעהן ווי זיי שרייבן אזוי אויף א רב, איך האב עס אנגענומען מיט א פשטות, ביז איך האב געטראפן אין א אלטע ירחון א מאמר ארוך פון יענע רב ווי ער איז לוחם מיט ציין און נעגל אקעגן די פרייע ווינטן און די יארן פארן קריג.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

סטראפ האט געשריבן:
דעם ספר האב איך שוין געזעהן ב"ה, עס איז אויך דא נאך א ספר 'רימנוב', דארט איז דא נאך א שענערע בילד פון הגאון רבי יצחק נפתלי חיאל זצ"ל, איך האב עס אין א פי די עף, ווי לייג איך די פי די עף כדי צו קענען מאכן דערפון א לינק?
מאך עס פאר א jpeg דא אדער דא
סטראפ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:12 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפ »

סטראפ האט געשריבן:
תיקון טעות
בסוף ספר תולעת יעקב חתמ'ענט זיך רבי מנשה אליעזר וואלף אזוי: הק' מנשה אליעזר וואלף מווישניצא (נישט 'מאושפיצין') בהרב ... נתן אהרן אבד"ק אושפיצין נ"י'
רבי מנשה אליעזר איז געקומען פון ווישניצא וויבאלד זיין טאטע איז דארט געוועהן דיין, שפעטער איז זיין טאטע נתמנה געווארן לאב"ד אושפיצין
בילד פון סוף ספר תולעת יעקב, וואס רבי מנשה אליעזר שרייבט דארט
בילד
סטראפ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:12 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפ »

אויף די אנדערע זייט דעקל איז אויך דא א חתימה פון איינער 'ברוך מרגליות', און אפשר נאך א מרגליות
און פראפערטי רעקארדס פון רימנאב משנת תרי"ב איז דא א ברוך מרגליות, אזוי אויך אין פרענומעראנטן לספר נזיר השם תרכ"ט וספר רביד הזהב תר"ל, ברביד הזהב שטייט בדרך כלל ביי אלע נעמען ר' ווידער ביי רבי ברוך שטייט ה"ר
ווער קען זיין דעי ר' ברוך מרגליות, און וואס איז זיין שייכות אהער?
בילד
סטראפ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:12 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפ »

איינער ווייסט מער פרטים ווען רבי נתן אהרן וואלף איז געווארן רב אין אופיצין? אזוי קען מען משער זיין פון וועלכע יאר און ווייטער האט זיין זוהן געשריבן דאס אין ספר
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

סטראפ האט געשריבן:
איינער ווייסט מער פרטים ווען רבי נתן אהרן וואלף איז געווארן רב אין אופיצין? אזוי קען מען משער זיין פון וועלכע יאר און ווייטער האט זיין זוהן געשריבן דאס אין ספר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7%99%D7%9F
סטראפ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:12 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפ »

שטייט טאקע דא 'נ"י' סיי ביי רבי אליעזר דיין און סיי ביי רבי נתן אהרן וואלף?
אטעטשמענטס
menashe.jpg
menashe.jpg (78.66 KiB) געזען 1055 מאל
סטראפ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:12 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפ »

מציבת רבי מנשה אליעזר בשלימות:
2
2
Menashe 2.jpg (190.4 KiB) געזען 1052 מאל
מתוך הנוסח:
שם תפארתו ונדבת רוחו נודע בשערים
הוד עדתו עסק בצרכי ציבור במישרים
לעשות צדק שש ומהר לגמול חסדים
ישיש נכבד עסק בתורת ה' לילות וימים
עובד אלוק חסיד ועניו חוטר מגזע ישרים

בראשי האותיות: מנשה אליעזר, נאכדעם שטייט בהרב המאה"ג מוה"ר ... אבד"ק אושפיצין

צוליב דעם נוסח האב איך געשריבן אז כנראה איז ער דעי מנשה וואלף וואס איז געוועהן ראש הקהל ציזאמען מיט נאך א אדם חשוב מאוד רבי אריה ליבוש חיאל זצ"ל
סטראפ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:12 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפ »

מסתבר אז רבי מנשה אליעזר אין געוועהן א מחותן מיט רבי ישכר בעריש פראגער זצ"ל אב"ד רימנאב
זעה דא אז רבקה וואלף נשאה לר' משה פראגער (מסתבר בן של ר' ישכר בעריש זצ"ל) ובתרל"א כבר נולד להם בן ברימנאב ישראל הערש, דאס הייסט אז רבקה איז שוין געבוירן לכל המאוחר תרי"א, רבי נתן אהרן בן ר' משנה אליעזר וואס האט געוויאנט און צאנז שטייט דארט און צענזוס אז ער איז געבוירן תרי"ב
אטעטשמענטס
prager.png
prager.png (59.73 KiB) געזען 1046 מאל
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

סטראפ האט געשריבן:
אין תר"כ איז ד א רעקארד פון די רעגירונג (גשר גאליציע) אז רבי מרדכי איז די רב (דאס הייסט דומ"ץ) אין רימנאב
13366nnnn.jpg
13366nnnn.jpg (236.57 KiB) געזען 1016 מאל
תרכב
content (1).jpeg
content (1).jpeg (66.07 KiB) געזען 1012 מאל
תרכו
content.jpeg
content.jpeg (64.29 KiB) געזען 1013 מאל
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

תרכג
handbuch_1863n.jpg
handbuch_1863n.jpg (252.88 KiB) געזען 1007 מאל
ער ווערט שוין דערמאנט אין דער ביכער עכ"פ משנת תרי"ט ואינו תח"י כרגע [מחמת הפילטער]
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

ער ווערט שוין דא דערמאנט בשנת תרי"ז
אטעטשמענטס
1857.png
1857.png (209.14 KiB) געזען 973 מאל
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

הרב מגאליציען האט געשריבן:
ער ווערט שוין דא דערמאנט בשנת תרי"ז
איך טרעף אייך נישט דארט ....

ערענסט גערעדט, איז תרי"ז דער ערשטע יאהר וואס עס איז דא א רשימה פון רבנים ? תרט"ז טרעף איך עס נישט
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
הרב מגאליציען האט געשריבן:
ער ווערט שוין דא דערמאנט בשנת תרי"ז
איך טרעף אייך נישט דארט ....

ערענסט גערעדט, איז תרי"ז דער ערשטע יאהר וואס עס איז דא א רשימה פון רבנים ? תרט"ז טרעף איך עס נישט
דאס איז דאך דער זעלבער לינק פון וואו איך האב פריער געברענגט אן אויסצוג.
און דער ביכל איז פון י"ז.
דאס געפונט זיך אויף עמוד 320 [168 פון דער PDF].
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

הרב מגאליציען האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
הרב מגאליציען האט געשריבן:
ער ווערט שוין דא דערמאנט בשנת תרי"ז
איך טרעף אייך נישט דארט ....

ערענסט גערעדט, איז תרי"ז דער ערשטע יאהר וואס עס איז דא א רשימה פון רבנים ? תרט"ז טרעף איך עס נישט
דאס איז פון י"ז. פון דארט האב איך דאך פריער געברענגט אן אויסצוג. ע"ש עמוד 320 [168 פון דער PDF].
איך האב עס מתקן געוועהן אפאר מינוט צוריק [ווי לאנג נעמט אייך צו שרייבן דער תגובה ? ....]

אגב עס וואלט געוועהן כדאי צו לייגן לינקס צו אלע ביכער [אולי כשאפנה]
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:

ערענסט גערעדט, איז תרי"ז דער ערשטע יאהר וואס עס איז דא א רשימה פון רבנים ?
[אולי כשאפנה]
נאך א שאלה. פון ווען האבן זיי אנגעפאנגען אריינלייגן וועסט-גאליציאנער רבנים?
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

הרב מגאליציען האט געשריבן:
נאך א שאלה. פון ווען האבן זיי אנגעפאנגען אריינלייגן וועסט-גאליציאנער רבנים?
איהו מותיב לה ואיהו מפרק לה.
פון תרכ"א
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
סטראפ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:12 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפ »

הרב מגאליציען האט געשריבן:
ער ווערט שוין דא דערמאנט בשנת תרי"ז
געוואלדיג! ישר כח!
פאר תרי"ז האט איינער בודק געוועהן?
דאס וואס ער ווערט נישט דערמאנט אין תרכ"ו מיינט אז ער האט שוין נישט געלעבט? עס הייסט אז ער איז נסתלק געווארן תר"ל, ווי אויך האט זיין זוהן ממלא מקום געוועהן
אפשר איז ער דעמאלט נישט געוועהן די אפציעלע רב מטעם?
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

סטראפ האט געשריבן:
הרב מגאליציען האט געשריבן:
ער ווערט שוין דא דערמאנט בשנת תרי"ז
געוואלדיג! ישר כח!
פאר תרי"ז האט איינער בודק געוועהן?
ווי געשריבן פריער איז פאר תרי"ז נישט דא א רשימה פון רבנים
לא בדקתי היטב, קוק אליינס תרי"ד תרט"ו תרט"ז
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
הרב מגאליציען האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
הרב מגאליציען האט געשריבן:
ער ווערט שוין דא דערמאנט בשנת תרי"ז
איך טרעף אייך נישט דארט ....

ערענסט גערעדט, איז תרי"ז דער ערשטע יאהר וואס עס איז דא א רשימה פון רבנים ? תרט"ז טרעף איך עס נישט
דאס איז פון י"ז. פון דארט האב איך דאך פריער געברענגט אן אויסצוג. ע"ש עמוד 320 [168 פון דער PDF].
איך האב עס מתקן געוועהן אפאר מינוט צוריק [ווי לאנג נעמט אייך צו שרייבן דער תגובה ? ....]

אגב עס וואלט געוועהן כדאי צו לייגן לינקס צו אלע ביכער [אולי כשאפנה]
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 6#p1591336
סטראפ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:12 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפ »

דאס האב איך געטראפן אין די האנט בוך פון שנת תרכ"ח
ר' ארי' לייבוש חיאל האט געהאט א זיץ און די לאקאלע מיניסיפל פון די סאנוק קרייז, כדי צו פארטרעטן די אידען, אזוווי ווי עס ווערט געברענג און האנט ביכער פון די שפעטערע יארן, ער איז געוועהן די אויבענדערמאנטע ראש הקהל פון רימנאב (ב"ר שמואל ב"ר אליעזר הדיין), אבער דא זעהט אויס עפעס אנדערש, איינער קען דאס מפענח זיין?
אטעטשמענטס
לייב חיאל.png
לייב חיאל.png (23.08 KiB) געזען 836 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”