רבי אברהם יצחק גליק זצ"ל אב"ד טאלטשאווא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

בדרך
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 10:02 am

רבי אברהם יצחק גליק זצ"ל אב"ד טאלטשאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך »

הגאון האדיר רבי אברהם יצחק גליק זצ"ל מחבר ספרי באר יצחק ויד יצחק היה נחשב לאחד מגדולי פוסקי הדור בתקופתו עד שהיו קהילות בהונגריה שהתנאי הראשון להצגת מועמדות של רב היה רק אם יש לו סמיכה מרבינו זצ"ל

בהונגריה היה מפורסם שהלכה כמותו בכל מקום ואליו הובא מארבע פינות העולם כל דבר הקשה כדי לשמוע מפיו את הלכה והיה מאיר לעולם בתשובותיו, וחביבות עד מאוד היה התשובות של רבינו זצ"ל בעיני גדולי ישראל שהעריכו את אישיותו העילאית ותמיד ביקשו את חוות דעתו הקדושה בהלכה ובהוראה
לעצט פארראכטן דורך בדרך אום דינסטאג יוני 28, 2022 6:18 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
בדרך
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 10:02 am

Re: הגה"ק רבי אברהם יצחק גליק זצוק"ל אב"ד טולטשווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך »

רבינו זצ"ל
אטעטשמענטס
IMG_20220626_072657_120.jpg
IMG_20220626_072657_120.jpg (36.15 KiB) געזען 719 מאל
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי אברהם יצחק גליק זצ"ל אב"ד טאלטשאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

לא נדפס! תשובה בהלכה מהגאון ר' אברהם יצחק גליק זצוק"ל אב"ד טאלטשאווא בעמח"ס "יד יצחק" נשלחה אל הגאון ר' יוסף הכהן שווארץ זצ"ל רב ק"ק "מחזיקי תורה" בגרוסוורדיין ובעמח"ס "ויצבר יוסף" כולו בכתב יד קדשו וחתימתו.



התשובה שלפנינו נשלחה ביום עש"ק פרשת מטות מסעי תרנ"ז, ועוסקת בהלכות שחיטה ע"י קטן. התשובה לא נדפסה עדיין בספר תשובותיו "יד יצחק", ולא נתפרסמה עד עתה.

הגאון ר' אברהם יצחק גליק נולד בשנת תקפ"ו לאביו ר' שמאי בעיר ווירטש. בילדותו כבר התפרסם לעילוי, ולמד בישיבתו של הגאון ר' שמואל שמעלקא קליין אב"ד סעליש. ואח"כ בישיבתו של הגאון ר' יצחק משה פערלס בבאניאהד. נישא בשנת תר"ו לבת הגאון ר' ישעי' באנעט בנו של המהר"ם באנעט. כיהן בתחילה שלש שנים כרבה של הולוש, ואחריה במשך עשרות שנים כרבה של טאלטשאווא. נחשב בדורו לאחד מגדולי המשיבים, ספרו שו"ת "יד יצחק" כולל תשובות לשאלותיהם של רבנים מכל רחבי הונגריה. נפטר בב' אייר תרס"ט.

הגאון ר' יוסף הכהן שווארץ נולד ביום כ"א אדר תרל"ה בעיר אויבער ווישאווא לאביו בעל ה"בית נפתלי" בנו של בעל ה"קול אריה". רבו המובהק היה הגה"ק ר' יעקב טננבוים אב"ד פוטניק בעמח"ס "נהרי אפרסמון". הוא נסמך להוראה ע"י הגה"ק ר' משה גרינוואלד מחוסט בעל ה"ערוגת הבושם", וע"י הגה"ק ר' שלום מרדכי הכהן ה"מהרש"ם מברעז'אן". נשא לאשה את בת הגה"ק ר' אלעזר דייטש אב"ד באניהאד בעמח"ס "פרי השדה", "תבואת השדה", ועוד. בבאניהאד ישב 26 שנים, עם פטירת חותנו שימש כדיין בעיר. בשנת תרפ"ד עבר לגרוסוורדיין ושם שימש כרב קהילת "מחזיקי תורה" עד לאחרית ימיו. הוא חיבר ספרים רבים, בהם ספרי שו"ת, חידושים ופלפולים, וברובם ספרים קטנים של הספדים והלכות שימושיים. הוא עסק בהוצאה לאור של כתבי אביו, חותנו ואחרים. עיקר עבודתו הספרותית הייתה בעריכת כתב העת התורני "וילקט יוסף" שיצא לאור בהונגריה במשך 20 שנה. במסגרת עבודתו זו בא בכתובים עם רבים מגדולי הדור ושמו נזכר בעשרות ספרי שו"ת. בשואת יהודי הונגריה נלקח יחד עם בני קהילתו למחנה אושוויץ שם נספה.

גלויה, מצב טוב מאד.
אטעטשמענטס
rsz_aygt.png
rsz_aygt.png (196.12 KiB) געזען 679 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: רבי אברהם יצחק גליק זצ"ל אב"ד טאלטשאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

מצבתו
מצבתו
183082729_1504724634569_large.jpg (35.24 KiB) געזען 638 מאל
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: רבי אברהם יצחק גליק זצ"ל אב"ד טאלטשאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

IMG-20220627-WA0095.jpg
IMG-20220627-WA0095.jpg (24.28 KiB) געזען 636 מאל
אוועטאר
המחפש
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 5:40 pm
פארבינד זיך:

Re: רבי אברהם יצחק גליק זצ"ל אב"ד טאלטשאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המחפש »

intellectual האט געשריבן:
183082729_1504724634569_large.jpg


ער איז געווען א גאון עצום בכל מכמני התורה, עס ווערט געברענגט א אינטרעסאנטע מעשה אין די הקדמה פון זיין ספר באר יצחק (אויף גיטין?) אז ער וואלט שיעור נישט אויסגעוואקסן א ע"ה וועגן איינעמס קנאה אויף אים אלס אינגל עיי"ש באריכות.
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: רבי אברהם יצחק גליק זצ"ל אב"ד טאלטשאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

זיינע עלטערן ר' שמעי ורחל גליק האבן יארן געווארט פאר קינדער, האבן זיי זיך פארגענומען אז אויב וועלן זיי זוכה זיין צו קינדער וועלן זיי פאסטן יעדע שני וחמישי ביזן מוועט דאס קינד אונטער פיהרן די חופה, וכך הוה.


אין הולוש האבן איהם פיל ארומיגע דערפער געבעטן צו נעמען דאס רבנות, ער האט אפגעזאגט און ליבערשט זיך מתפרנס געווען פון א פעלד פונעם פריץ פון וואס זיי האבן געקענט לעבן א ברייטע לעבן און ער האט געקענט זיצן און לערנען אומגעשטערט, ביז סהאט אויסגעבראכן א פייער און איז געווארן א יורד מנכסיו, אזוי איז ער אנגעקומען קיין טולטשוווא און האט איבערנעמען די כסא רבנות און געגרינדעט א ישיבה וואז איז געווען פון די חשובסטע ישיבות און אונגארן, ער האט 50 יאר משמש ברבנות געווען, ער איז פלוצים קראנק געווארן און אוועק אין עלטער פון 85 יאר.


ביי די לוויה האבן זיך באטייליגט טויזענטער, צווישן אנדערע ר' ישעילע קערעסטירער וועלעכע האט איהם מספיד געווען, דער לבושי מרדכי וועלעכער האט אוועקגעחלישט אינמיטן הספד, נירעדאהזער רב, ועוד.

תולדותיו:
בנו יחידו הרב מרדכי אוועק בחייו פונעם טאטן תרנ"ז
בתו אשת הרב אברהם יונגרייז בן מנוחת אשר מטשענגער
בתו אשת הרב יחזקאל בענעט געווען דיין א שטיק צייט אין טולטשווא דערנאך און דערנאך משמש געווען ברבנות אין ווארהאל במחוז סאטמאר.
בדרך
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 10:02 am

Re: רבי אברהם יצחק גליק זצ"ל אב"ד טאלטשאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך »

חידושי תורה 2 עמודים בכתב יד הגה"ק פוסק הדור המאיר לעולם בתשובותיו איש האלוקים רבי אברהם יצחק גליק אבד"ק טאלטשאווא, עם חתימת יד קדשו!


https://us.bidspirit.com/ui/lotPage/rar ... 9F?lang=he
אטעטשמענטס
IMG_20220808_103759_179.jpg
IMG_20220808_103759_179.jpg (170.53 KiB) געזען 533 מאל
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי אברהם יצחק גליק זצ"ל אב"ד טאלטשאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

היינט ב' אייר איז געווען די יארצייט
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי אברהם יצחק גליק זצ"ל אב"ד טאלטשאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

הגה"ק רבי אברהם יצחק ב"ר שמאי זי"ע, (גליק)
בעל באר יצחק, מטאלטשווא איז געבוירן אין שטאט ווירטשע נעבן דעברעצין, בשנת תקפ"ו.
אלס די בן זקונים צו זיין טאטן הגה"ק רבי שמאי זי"ע.
און צו זיין מאמע הצדקת מרת רחל ע"ה.

זיינע עלטערן האבן יארן געווארט פאר קינדער, און האבן ליידער פארלוירען אפאר קינדער יונגערהייט, האבן זיי זיך פארגענומען אז אויב וועלן זיי זוכה זיין צו זש"ק וועלן זיי פאסטן יעדע שני וחמישי ביזן מוועט דאס קינד אונטער פיהרן די חופה, וכך הוה.

זייענדיג גאר יונג האט מען שוין געזעהן אז דער קינד וועט זיין א גדול הדור.
ביי די 12 יאר איז ער שוין געווען א בקי נפלא בתורה וחריף עצום, און ער איז געגאנגען לערנען אין די ישיבה פון הגה"ק מסעליש זי"ע וואס איז דאן געווען אב"ד באלקאני.

שפעטער איז ער אריבער לערנען צו הגה"ק רבי יצחק צבי מארגרעטען אב"ד אבראהאם בעל בית דוד ותוקף התלמוד זי"ע.

פון דארט איז ער אריבער צו די ישיבה פון הגה"ק רבי משה פערלעס אב"ד באניהאד זי"ע, וואס דארט אין באניהאד האט ער געלערנט בחברותא מיט די צוויי גדולים
הגה"ק רבי אורי מיללער אב"ד שוסבורג זי"ע,
און הגה"ק רבי אברהם צבי יונג מבעריטטא אויאלוי זי"ע.
עס איז געווען א מחזה הוד ווי די דריי גדולים האבן דורך געטון צענדליגע סוגיות הש"ס מיט א געוואלדיגע קלארקייט.

בשנת תר"ו זייענדיג 20 יאר אלט איז ער שוין געווען באוויסט אלס א א גאון.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת חוה רייצא ע"ה.
(שפעטער האט מען צוגעלייגט פאר איר די נאמען שרה),
בת הגה"ק רבי ישעיה בנעט אב"ד קאלוב זי"ע,
בן הגה"ק רבי מרדכי בנעט בעל מהר"ם בנעט אב"ד ניקלשבורג זי"ע,
וחתן הגה"ק רבי אלעזר לעוו אב"ד סאנטוב זי"ע.

דאס עניות און דחקות פונעם רבין אין שטאט טאלטשווא איז געווען איום ונורא, אבער דער צדיק איז געזעצען און געלערנט יומם ולילה און די רעבעצין האט געהאלפן דעם חשובן מאן אז ער זאל נישט געשטערט ווערן פון זיין לערנען תורה.

ליידער איז די רעבעצין נפטר געווארן כ"ז טבת תרס"ז,
נאכן זיין פאר א שטיק צייט קראנק, און די רבי איז געווען גאר שטארק בצער פארלירענדיג זיין אשת חבר וואס איז אים אייביג געשטאנען צו די האנט און אזוי מחשיב געווען זיין תורה.

הגה"ק רבי אשר אנשיל יהודה מיללער בעל שמן אשר זי"ע, האט פארציילט אז ווען ער איז געגאנגען מנחם אבל זיין דעם רבין האט די רבי פארציילט אז עס איז געווען די צייט ווען ער האט געוואלט ארויסגעבן די צווייטע חלק פון זיין ספר שו"ת יד יצחק האט ער נישט געהאט פון ווי ער וועט האבן דאס געלט צו דריקען דעם חלק.

איין טאג איז דער דריקער געקומען צום רבין און געזאגט אז איינער א נדבן איז צו אים געקומען און זיך אנגעטראגן צו באצאלן דעם גאנצן סכום פארן דריקען דעם חלק פונעם ספר מיטן תנאי אז קיינער זאל נישט וויסן און די נאמען זאל נישט ווערן דערמאנט אונעם ספר,
די רבי איז געווען גאר בשמחה פון דעם און ער האט געבענטשט דעם נדבן מיט אלע ברכות.

שפעטער האט די רעבעצין מגלה געווען דעם סוד פאר איר מאן אז זעהנדיג ווי שטארק די רבי איז געווען בצער אז ער האט נישט דאס געלט צו דריקען זיין ספר, האט זי פארקויפט אלע תכשיטים וואס זי האט באקומען ביי די חתונה און דאס געלט געגעבן פארן דריקער כדי צו מאכן א נחת רוח פאר איר הייליגע מאן אז ער זאל קענען ארויסגעבן זיין ספר.

איינמאל האט ער פארציילט אז צו הגה"ק רבי עקיבא איגר זי"ע איז מען געקומען זאגן אויף איינעם אז ער איז אין א סכנה, ווייל ער האט נישט וואס צו עסן אין שטוב און ער איז עוסק יומם ולילה בתורה.

האט רבי עקיבא איגר געזאגט, דער מענטש וואס האט כל טוב ביי זיך אין שטוב און ער לערנט נישט קיין תורה, דער איז אין א גרעסערע סכנה.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי אברהם יצחק גליק זצ"ל אב"ד טאלטשאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

נאך די חתונה איז ער געווען סמוך על שולחן חמיו רבי ישעיה בנעט, דארט איז ער געזעצן על התורה ועבודה יומם ולילה.

גרויסע קהילות אונעם געגענט פון קאלוב ווי זיין שווער האט געוואוינט, האבן דעם גאון געוואלט אויפנעמען אלס רב ביי זיי אין שטאט ובתוכם די קהלה קדושה אין שטאט נירעדהאז, אבער דער גאון האט נישט געוואלט אנעמען עפעס וואס וועט אים שטערן פון לערנען.

ער האט דאן זיך איינגעהאנדעלט א פעלד אין שטאט באלאס און ער האט די פעלד ארויסגעגעבן באריסות וואס זיין ווייב האט פון דעם קער גענומען און ער איז פון דעם פעלד נתעשר געווארן.
ער איז ווייטער געזעצען און געלערנט מיט א געוואלדיגע התמדה, ער האט דארט אויך מייסד געווען א גרויסע ישיבה וואס איז שנעל באוויסט געווארן אלס איינע פון די גרעסטע ישיבות און די געגענט.

אבער מאת ה' היתה זאת,
פון הימל האט מען געוואלט אז דער גדול זאל נספרסם ווערן,
און אפאר יאר שפעטער האט א פייער אויסגעבראכן און זיין שטוב און זיין גאנצע פארמעגן איז פארברענט געווארן.

דאן האט ער אנגענומען דאס רבנות שטעלע אין שטאט טאלטשווא וואס דארט האט ער געדינט פאר 50 יאר ביז צו זיין פטירה, דארט האט ער מרביץ תורה געווען פאר טויזנטער תלמידים און אסאך גדולי תורה זענען פון דארט ארויסגעקומען.
אויך האט ער דארט אין טאלטשווא עוסק געווען אין צרכי ציבור און ארויסגעהאלפן פאר די אידן פונעם שטאט.

ווען ער איז אנגעקומען צום שטאט טאלטשווא האבן דארט געוואוינט נאר 60 משפחות, אבער ווען עס איז באוויסט געווארן אז דער גדול איז דארט געווארן רב האבן זיך אהינגעצוגען אסאך אברכי ישיבות, און אויך זענען הונדערטער בחורים וואס האבן געזיכט צו מקבל זיין תורה פון דעם גדול געקומען לערנען ביי אים אין ישיבה, אויך זענען געקומען אסאך גדולים נעמען די הוראה פון דעם גאון.

זייענדיג א גדול בתורה האט מען אים געפרעגט פארוואס ער האט אנגענומען דאס רבנות אין דעם קליינעם ישוב טאלטשווא וואס האט דאן נאך געהאט א קליינע צאל איינוואוינער'ס.

האט ער געזאגט אז אין רש"י פרשת לך לך שטייט "הדרך ממעטת את השם" האט ער געטייטשט.

אז עס איז דא א רבי וואס איז באמת א עם הארץ מיט דעם אלעם האט ער א גוטע נאמען אין זיין מדינה ווייל ער איז אין א קליינע שטאט אין קיינער קען אים נישט, אבער אויב ער פארט ארים און דערנעבענדיגע שטעט ווייסט יעדער אז ער איז א עם הארץ.
דאס מיינט רש"י "הדרך" אויב מען איז אויפן וועג און מען גייט ארים אין שטעט, "ממעטת את השם" ברענגט עס אראפ דעם נאמען.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי אברהם יצחק גליק זצ"ל אב"ד טאלטשאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

זיין התמדת התורה איז געווען עד אין לשער, גדולים בדורו האבן אויף אים געזאגט גרויסע שבחים, ובתוכם "האדם הגדול בענקים, גאון הגאונים, רבן של ישראל, שר התורה, עמוד ההוראה".

ער האט ממאס געווען בהבלי עולם הזה, און געווען א הצנע לכת עם ה', ער האט געלערנט תורה יעדע מינוט, און מרביץ תורה געווען לאלפים.

ער איז געווען איינע פון די גדולים בהלכה אין אירופה,
זיינס א פסק הלכה איז געווען אנגענומען אין אלע ארימיגע געגענטער, און די תשובות זענען געדריקט געווארן אין זיין חיבור יד יצחק וואס האט געהאט קרוב צו 900 בירורים בהלכה.

ער האט געהאט א סדר היום אויסגערעכנט.
ער האט אנגעהויבען פונעם עלות השחר און גענדיגט שוין נאך חצות הלילה, ער האט עוסק געווען מיט זיינע שיעורים קבועים אין אלע חלקים פין די תורה פון תורה שבכתב צו תורה שבע"פ און בהלכה, אויך איז זיין עבודת התפילה געווען מיט א געוואלידיגע התלהבות.

זיינע שיעורים פאר זיינע תלמידים איז געווען מיט א געוואלדיגע קלארקייט, און עס זענען פון זיין ישיבה ארויסגעקומען גדולים בתורה.

זיין איידעם הגה"ק רבי יחזקאל בנעט זי"ע, האט פארציילט אז אפילו זייענדיג דער רב פון שטאט און עוסק געווען אין די צרכים פונעם שטאט האט ער נישט מבטל געווען קיין צייט פאר גארנישט אויף די וועלט, ער איז זיין גאנץ לעבן קיינמאל נישט געפארן אויף קיין אפרי אפילו ער האט דאס געקענט ניצן פאר זיין געזונט, האט ער דאס נישט גורס געווען בכלל, דאס איינציגסטע זאך וואס ער האט זיך יא משתתף געווען איז געווען ביי די אסיפות הרבנים וואס איז פארגעקומען למען קיום הדת.

ער איז געווען א געוואלדיגע עניו, אויך איז ער געווען א צוגעלאזענע מענטש און דערפאר זענען זיינע תלמידים געווען זייער מקושר צו זייער רבין.

ער האט אסאך געלט געשיקט פאר די אידן אין ארץ ישראל,
און געהייסן אז מען זאל קויפן אתרוגים פון ארץ ישראל כדי מיט דעם צו שטיצן די אידן פון א"י.

ער האט איבער געלאזט זיינע חשובע חיבורים.
ספר באר יצחק, על מסכת גיטין ב' חלקים,
ספר באר יצחק, על מסכת חולין ב' חלקים,
שו"ת יד יצחק, ג' חלקים מיט קרוב צו 900 תשובות בהלכה.
אויך האט ער ארויסגעגעבן דעם ספר פרשת מרדכי פון זיין זיידן הגה"ק רבי מרדכי בנעט זי"ע.

ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער.
הגה"ק רבי מרדכי זי"ע, וואס איז ליידער נפטר געווארן בחיו פונעם טאטן בשנת תרנ"ז,
בתו מרת אסתר פראדל ע"ה, אשת הגה"ק רבי אברהם יונגרייז זי"ע, בן הרה"ק רבי אשר אנשיל בעל מנוחת אשר זי"ע,
בתו מרת חיה רבקה ע"ה, אשת הגה"ק רבי יחזקאל בנעט אב"ד וואראל זי"ע,

נסתלק לגנזי מרומים ב' אייר תרס"ט.
ומנוחתו כבוד איז אין טאלטשווא.

ביי די לוי' האבן זיך באטייליגט גדולי דורו,
צווישן די גדולים איז געווען
הרה"ק רבי ישעי'לע מקרעסטיר זי"ע, הגה"ק בעל לבושי מרדכי זי"ע,
והגה"ק אב"ד נירעדהאז זי"ע,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: רבי אברהם יצחק גליק זצ"ל אב"ד טאלטשאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

יצויין אז זיין ציון איז היבש נאנט צו קערעסטיר און אשאד אז נישט קיין סאך האבען שכל זיך אריבערצוכאפן.
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: רבי אברהם יצחק גליק זצ"ל אב"ד טאלטשאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

דף בכתי"ק הגאון ר' אברהם יצחק גליק אב"ד טאלטשאווא בעל 'יד יצחק' עם ארבעה חתימות.

https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/app ... A7?lang=he

60.jpg
60.jpg (336.65 KiB) געזען 254 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”