ר' אברהם זאב וואלף פרענקיל זי"ע אב"ד פשעווארסק בעל משיב כהלכה - ח' חשון תר"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

ר' אברהם זאב וואלף פרענקיל זי"ע אב"ד פשעווארסק בעל משיב כהלכה - ח' חשון תר"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

עס איז מיר לעצטענס אויסגעקומען אריינצוקוקן אין דער ריישער מעטריקל, האב איך דארט געזעהן חידושים איבער הגה''ק בעל משיב כהלכה זצ"ל וביתו וזרעו אחריו. היות כ'האב נישט געטראפן מען זאל דא האבן גערעדט פון איהם, עפן איך דא אויף א באזונדערע אשכול לכבודו. והנה לעולם וואלט שוין פון לאנג געמעגט זיין דא אן אשכול לתולדותיו של אותו צדיק, ווי עס פאסט להאי גאון וקדוש. אצינד ווערט דער עולם געבעטן זיך אנצורופען.
לעצט פארראכטן דורך הרב מגאליציען אום זונטאג יאנואר 02, 2022 7:11 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: ר' אברהם זאב וואלף פרענקיל זי"ע בעהמח"ס שו"ת משיב כהלכה - ח' חשון תר"ט לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

וועל איך דא שרייבן בקצירת האומר עטליכע ידיעות ממנו ומשפחתו, גענומען ברובו פון די ריישער מעטריקאל.

הגה"ק ר' אברהם זאב וואלף פרענקיל זי"ע [אב"ד פשעווארסק, מו"ץ בבראד, ואח"כ ברישא] איז געבוירן שנת תקמ''ה-ו' צו זיין פאטער הגה''צ שלשלת היוחסין ר' בנימין זצ"ל. וואו ער איז געבוירן איז נישט קלאר, [י"א אין לינסק, י"א אין א דערפל פאשאווא וי"א אין רישא].

ער איז נסתלק געווארן אין רישא תר"ט לפ"ק. לגבי יום פטירתו, הערשט א גרויסער טומל, יעדער געבט אן א צווייטער דאטום (א' חשון, ח' חשון, א' שבט, ט' שבט, כ"ח שבט, ועוד), א זעלטענע פלא אויף א גאון מפורסים בדורו, וואס איז נישט אזוי לאנג צוריק נסתלק געווארן.
איך וואלט אנגענומען אזוי ווי עס שטייט אין דור דעה, וואס ער איז מלפנים געווען א ריישער איינוואוינער. ער שרייבט אז דער משיב כהלכה איז נסתלק געווארן ח' חשון תר''ט. למעשה אין מעטריקאל שטייט אז ער איז אוועק ט' חשון תר"ט לפ"ק, אבער היות אז ט' חשון געפאלט אויף א זונטאג, קען מען אננעמען אז לעולם איז ער אוועק ח' חשון וואס איז געפאלן אום שבת קודש, דעריבער האט מען נישט געקענט פארשרייבן זיין פטירה ביז צומארגענס.

==========

ר' וואלף האט געהאט דריי זיווגים.

זיווג ראשון בת הה''ק ר' יעקב הורוויץ זצ''ל אבד''ק קאטילבורג חתן הה''ק רבי ר' שמעלקא זי''ע אבד''ק ניקלשבורג. [אזוי קומט אויס פון תאריך לידת בני', אז זו איז געווען זיווגו הראשון.]

זווג שני, הרבנית מרים בת הגביר הג"ר דוד נאטאנזאהן ז''ל רב דחייטים בבראד, ונתגרשה הימנו בשנת תק"פ לפ"ק (תולדות שלמה על הג''ר שלמה קלוגער), ער האט איר געהייראט נישט פריער ווי תקע''ד [שאז נולדה בתו מרת פרידא מזווגו הראשון] און ער האט איר אפגע'גט שנת תק''פ.

זיווג שלישי הרבנית לאה מפשעווארסק. עס איז דא וואס ברענגען אז איינע פון זיינע זיווגים זענען געווען א טאכטער פון הרה"ק ר' אברהם משה הגדול מפשעווארסק זצ"ל, לכאורה מיינט דאס הרבנית לאה וואס שטייט ברשימת פטירתה שמקורה מפשעווארסק. נפטרה ברישא בת 77 כ'-כ''א תשרי תרט"ז לפ"ק.

==========

ער האט איבערגעלאזט דריי קינדער.

מזווגו הראשון:
א' הגה"צ ר' פנחס פרענקיל זצ"ל מרישא געבוירן אין רישא שנת תקס"ז (לפי רשימת פטירתו) או תקע"ב (לפי הצענזוס של 1870) לפ''ק, ונלב"ע כ''א אלול תרמ''ב לפ''ק. נשא לאשה מרת עלקא לבית איטינגא ע"ה, נפטרה כ"ב-ג' תשרי תרכ"ז לפ"ק.

ב' מרת פרידא ע"ה געבוירן שנת תקע"ד לפ''ק, נלב"ע בדמי ימי' כ"ה-ו' אב תר"ו לפ"ק. נישאה להגביר הג"ר שמואל קאהן ז"ל מרישא.

מזווגו השני:
ג' מרת אסתר ע"ה, געבוירן אין בראד תקע"ח לפ"ק, ונלב"ע י"ג חשון תר"ע לפ"ק. נישאה להגביר הג"ר אפרים מרדכי הנקרא מאטל פוזנר ז"ל מבראד.

==========

בני ר' פנחס פרענקיל מרישא

א' הה''ג ר' יהושע פרענקיל ז''ל נולד שנת תק''צ ברישא, ונלב"ע תרמ"ה-ו' לפ"ק. אשתו בזוו''ר מרת בילא לבית נאטאנזאהן (אם בתו רחל ע"ה), ובזוו"ש מרת אסתר האגער בת הרה"ק ר' יעקב זצ"ל אב"ד זאבליטוב (ממנה הוליד רוב בניו).

ב' מרת חנה ע''ה, נישאה להר"ר יעקב הורוויץ ז"ל מרישא.

ג' יונה פרענקיל, נולד תר"ג לפ"ק. לא ידוע שום פרטים עליו.

==========

בנות ר' שמואל קאהן מרישא

א' מרת ראכיל ע"ה נישאה להרה"ק ר' אברהם הורוויץ זצ"ל אב"ד שענדישוב.

ב' טויבא, נולדה תר"ג לפ"ק. נפטרה בת 4 י''ז-ח' אב תר"ז לפ"ק.


ע"כ ממעטריקאל רישא. עס זענען דארט אויך פארהאן פארשידענע פרטים אויף די ווייטערדיגער דורות, ולא עת האסף.
לעצט פארראכטן דורך הרב מגאליציען אום מוצ"ש יאנואר 08, 2022 7:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
דבריך יאיר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 3:33 pm

Re: ר' אברהם זאב וואלף פרענקיל זי"ע בעהמח"ס שו"ת משיב כהלכה - ח' חשון תר"ט לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבריך יאיר »

בספר זרעא קדישא (לינסק) יש הרבה ידיעות עליו ראה כאן http://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?1 ... width=1430
וגם בריש ספרו http://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?1 ... =P0007.LST
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: ר' אברהם זאב וואלף פרענקיל זי"ע אב"ד פשעווארסק בעל משיב כהלכה - ח' חשון תר"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

ייש"כ.
עטליכע הערות.

מש"כ בזרעא קדישא, אז בזוו"ר האט ער חתונה געהאט מיט מרת מרים נ"ז מבראד, ובזוו"ש מיט'ן טאכטער פון ר' יעקב קאטילבורג'ער חתן הרר"ש מניקלשבורג. זה אינו, נאר פונקט פארקערט, וכמו שכתבתי בעזה"י לעיל, ווייל דאס אמאל איז זיכער אז ר' וואלף'ס זוהן ר' פנחס איז געבוירן פון די טאכטער פון ר' יעקב מקאטילבורג, ווי די צאנזער רב שרייבט אין זיין הסכמה אויפ'ן משיב כהלכה, און אזויווי דער מו"ל ר' יהושע פרענקיל בן ר' פנחס הנ"ל איז מעיד אין די הקדמה. ווי שוין דערמאנט לויט'ן מעטריקל איז ר' פנחס געבוירן תקס"ז-ע"ב, און די טאכטער מרת אסתר וואס איז געבוירן מזיווגו עם מרת מרים נ"ז איז הערשט געבוירן אום תקע"ח, [כ"ה במצבתה בבראד אז זו איז אוועק שנת תר"ע בת צ"ב שנים], און דאס ווייסן מיר אויך אז ר' וואלף האט גע'גט אשתו מרת מרים שנת תק"פ (תולדות שלמה), איז דאך מוכרח אז בזוו"ר האט ער חתונה געהאט עם בת ר' יעקב מקאטילבורג, ובזוו"ש עם מרת מרים בת ר' דוד נ"ז.

אין דער צוגעצייכנטער מבוא פון מכון ירושלים לשו"ת משיב כהלכה, שטייט אז די משיב כהלכה האט געהאט א צווייטן טאכטער [פון די טאכטער מרת אסתר פאזנער מבראד ווייסן זיי נישט צו זאגן] וואס האט געהייראט ר' העשי מו"ץ ברישא, (דאכט זיך מיר דער מקור איז וואונדער אין מאורי גאליציא). דאס איז א פשוט'ן טעות. דאס איינציגסטער ארט ווי עס ווערט דערמאנט דער נאמען ר' העשי מו"ץ רישא, דאס איז אין די הקדמה לספר בארת המים פון דער רבי ר' הירש מרימאנוב. דער מו"ל האט דארט אריינגעדרוקט א קונטרס חידושי תורה פון דער משיב כהלכה, וואס ער האט געקריגן פון ר' העשי מו"ץ ברישא. אבער דארט שטייט בפירוש אז דער ר' העשי איז בלויז געווען א תלמיד פון דער משיב כהלכה, נישט אן איידעם. וז"ל: עוד הי' אתי בכתובים מפלפולא דאורייתא, מהרב הגאון האמיתי המפורסים החסיד הירא זרע קודש מוהר"ר זאב וואלף פרענקיל זצלה"ה מק' רישא אשר הי' בנעוריו אב"ד בפשעווארסק, דברי חידוד ופלפול בגפ"ת, אשר קיבלתי הדברים מפי מו"ר המופלג בתוי"ר מוהר"ר העשי ז"ל מו"ץ ברישא, אשר הי' תלמידו, עכ"ל.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: ר' אברהם זאב וואלף פרענקיל זי"ע אב"ד פשעווארסק בעל משיב כהלכה - ח' חשון תר"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

האמיר שוין מברר געווען, אז דער פשעווארסקער רב, דער משיב כהלכה, איז נסתלק געווארן אום ח' חשון תר"ט לפ"ק. עס איז אבער פארהאן א הארבע קשיא דערויף. אין שו"ת משיב כהלכה געפונט זיך א תשובה (אהע"ז סימן ב'), דאטירט יום א' פר' ואתחנן תר"ט לפ"ק, הייסט אז סוף שנת תר"ט איז ער נאך געווען בחיים חיותו. [און דאס איז שווער לכל הדעות, כו"ע מודו ער איז אוועק ווינטער תר"ט.]

אבער אין אמת'ן אריין איז דער דאטום אין תשובה א פשוט'ן גרייז, וצ"ל פ' ואתחנן תר"ח. דהנה, דער זעלבער שואל האט פריער געהאט אנגעפרעגט די שאלה פאר הג"ר יח"ל מייזליש אב"ד פרעמישלא, וואס דערויף האט ער איהם גענטפערט א תשובה געדרוקט בספרו שו"ת תפארת יוסף (אהע"ז סימן ט"ז). נאכ'ן תשובה פירט ער אויס אזוי: והנה הרב דק"ק רעדים [השואל] נסע אח"כ תיכף להרב הגאון אמיתי הצדיק המנוח מו"ה זאב וואלף פרענקיל ז"ל מרישא שהי' אבד"ק פשעווארסק, והסכים עמדי לדינא כו', וגוף תשובת הגאון הוא ת"י הרב מרעדים, עכ"ל. דאס איז די אויבנדערמאנטער תשובה אין משיב כהלכה אהע"ז סימן ב'.

והנה נאך דער פסק פון דער משיב כהלכה, איז צוגעקומען א פרישער גביית עדות, מיום ב' ויחי תר"ט לפ"ק, וואס פון אויבנאויף האט געטוישט דאס גאנצען בילד, און אויף דעם ארויף האט דער פשעמישלער רב געשריבן א צווייטער תשובה (סימן י"ח בספרו הנ"ל). איז דאך מוכרח אז די תשובה פון פשעווארסקער רב איז געשריבן געווארן פאר ב' ויחי תר"ט, ועל כרחך אז עס איז אריינגעפאלן א טעות דערין, וצ"ל ואתחנן תר"ח.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: ר' אברהם זאב וואלף פרענקיל זי"ע אב"ד פשעווארסק בעל משיב כהלכה - ח' חשון תר"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

נאך א מקור מוסמך אז זיין יארצייט איז ח' חשון. - י"א דער שרייבער איז ר' דובעריש שו"ב דק"ק רישא (מח"ס דבש השדה), האט ער דאך אוודאי געוואוסט דער יארצייט פון ר' וועלוועל'ע פשעווארסק'ער וואס ליגט באגראבן אין רישא.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: ר' אברהם זאב וואלף פרענקיל זי"ע אב"ד פשעווארסק בעל משיב כהלכה - ח' חשון תר"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

דא אין די הערה שטייט אז דער משיב כהלכה האט געהאט א דריט'ן איידעם הג"ר מרדכי בן הג"ר סענדער חיים תבואות שור.

והוא טעות. בהקדמה להפלאה עמ"ס ברכות שרייבט זיין אייניקל בפירוש, אז ר' מרדכי איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק ר' יעקלי קאטילבורגער, דהיינו אז ער איז געווען א שוואגער פון ר' וועלוועל'ע פשעווארסק'ער.

כנראה, נעמט זיך זיין טעות פון שמן הטוב, דזה לשונו: הגה"ק מ' יעקב אבד"ק קאטילבורג, הוא חותן של הגאון מ' אברהם זאב וואלף אבד"ק פשעווארסק רישא, בע"ס משיב כהלכה, וחותן הג"מ מרדכי מבראד בן הג"מ סענדער חיים.

וכפי הנראה עינו הטעתו, ער האט געליינט וחותן הג"מ מרדכי מבראד, אז דאס איז א המשך צום משיב כהלכה, וזה אינו אלא נמשך למעלה על הגה"ק ר' יעקב מקאטילבורג, וכמפורש בדברי נכדו בהקדמה הנ"ל, וואס דאס איז דער מקור פון דער שמן הטוב.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
פלונסקער רב
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2022 4:06 am

Re: ר' אברהם זאב וואלף פרענקיל זי"ע אב"ד פשעווארסק בעל משיב כהלכה - ח' חשון תר"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלונסקער רב »

אין שו"ת משיב כהלכה ח"ב חו"מ סי' י"ד שטייט "ובעת היותי בק"ק טארני כאשר באתי בקושרים עם החריף מ' מענדיל זצ"ל"
וויסט איינער ווער דאס איז, און וואס איז די כוונה "באתי בקושרים"?
אזוי אויך אין סי' י"ג שרייבט ער א תשובה פאר הגאון ר' ישראל רפפארט פון טארנא, און רופט עם און "מחותני", אבער און סי' י"ב שרייבט ער א תשובה צו דעם זעלבן רב און דערמאנט נישט דעם קשר (באמערקט אז סאיז נישט קלאר ווען די תשובות זענען געשריבן געווארן, סי' י"ב שטייט י"ד אלול ת"ר, און סי' י"ג שטייט י"ג תשרי הר"ת, דאס הייסט אז סימן י"ג איז געשריבן געווארן אנהייב ת"ר כמעט א יאר פאר סי' י"ב, אבער ווען מ'קוקט אריין אין סי' י"ג קוקט אויס אז דאס איז א המשך פאר וואס ער שרייבט עם אין דער פריעדיגער תשו', און הייבט אן שרייבן "יקרתו מן ט"ו אלול", וואס דאס זעט אויס וואס ר' ישראל רפפארט האט צוריק געשריבן אויף סי' י"ב א טאג שפעטער פון י"ד אלול)
ווי אזוי איז דער ר' ישראל געווען א מחותן? און פארוואס דערמאנט ער נישט דעם קשר אין סי' י"ב?
קען זיין אז דער ר' ישראל רפפארט האט עפעס א קשר מיט דעם ר' מענדיל פון טארני?
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: ר' אברהם זאב וואלף פרענקיל זי"ע אב"ד פשעווארסק בעל משיב כהלכה - ח' חשון תר"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

ר' מענדל מטארנא מיינט לכאורה דער שובע שמחות.
מחותני מיינט גארנישט כידוע. מען קען דערויף נישט בויען.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: ר' אברהם זאב וואלף פרענקיל זי"ע אב"ד פשעווארסק בעל משיב כהלכה - ח' חשון תר"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

בנוגע דער תשובות וואס דו ברענגסט איז אזוי. דער דאטום אין סימן י"ב איז גרייזיג. י"ד אלול ת"ר איז געפאלן אום שב"ק [נישט ביום ג' ווי עס שטייט אין תשובה].
ה"ה סימן י"ג קען אויך נישט האבען געשריבען געווארען י"ג תשרי ת"ר. דאס איז אויך געפאלן שבת [נישט ביום ה' ווי עס שטייט אין תשובה].
נאר אין אמת'ן אריין איז סימן י"ג געשריבן געווארן שנת הר"ת, דהיינו תר"ה לפ"ק, וואס דעמאלטס איז י"ג תשרי טאקע געפאלן דאנערשטאג.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: ר' אברהם זאב וואלף פרענקיל זי"ע אב"ד פשעווארסק בעל משיב כהלכה - ח' חשון תר"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הרב מגאליציען האט געשריבן:
ייש"כ.
עטליכע הערות.

מש"כ בזרעא קדישא, אז בזוו"ר האט ער חתונה געהאט מיט מרת מרים נ"ז מבראד, ובזוו"ש מיט'ן טאכטער פון ר' יעקב קאטילבורג'ער חתן הרר"ש מניקלשבורג. זה אינו, נאר פונקט פארקערט, וכמו שכתבתי בעזה"י לעיל, ווייל דאס אמאל איז זיכער אז ר' וואלף'ס זוהן ר' פנחס איז געבוירן פון די טאכטער פון ר' יעקב מקאטילבורג, ווי די צאנזער רב שרייבט אין זיין הסכמה אויפ'ן משיב כהלכה, און אזויווי דער מו"ל ר' יהושע פרענקיל בן ר' פנחס הנ"ל איז מעיד אין די הקדמה. ווי שוין דערמאנט לויט'ן מעטריקל איז ר' פנחס געבוירן תקס"ז-ע"ב, און די טאכטער מרת אסתר וואס איז געבוירן מזיווגו עם מרת מרים נ"ז איז הערשט געבוירן אום תקע"ח, [כ"ה במצבתה בבראד אז זו איז אוועק שנת תר"ע בת צ"ב שנים], און דאס ווייסן מיר אויך אז ר' וואלף האט גע'גט אשתו מרת מרים שנת תק"פ (תולדות שלמה), איז דאך מוכרח אז בזוו"ר האט ער חתונה געהאט עם בת ר' יעקב מקאטילבורג, ובזוו"ש עם מרת מרים בת ר' דוד נ"ז.

אין דער צוגעצייכנטער מבוא פון מכון ירושלים לשו"ת משיב כהלכה, שטייט אז די משיב כהלכה האט געהאט א צווייטן טאכטער [פון די טאכטער מרת אסתר פאזנער מבראד ווייסן זיי נישט צו זאגן] וואס האט געהייראט ר' העשי מו"ץ ברישא, (דאכט זיך מיר דער מקור איז וואונדער אין מאורי גאליציא). דאס איז א פשוט'ן טעות. דאס איינציגסטער ארט ווי עס ווערט דערמאנט דער נאמען ר' העשי מו"ץ רישא, דאס איז אין די הקדמה לספר בארת המים פון דער רבי ר' הירש מרימאנוב. דער מו"ל האט דארט אריינגעדרוקט א קונטרס חידושי תורה פון דער משיב כהלכה, וואס ער האט געקריגן פון ר' העשי מו"ץ ברישא. אבער דארט שטייט בפירוש אז דער ר' העשי איז בלויז געווען א תלמיד פון דער משיב כהלכה, נישט אן איידעם. וז"ל: עוד הי' אתי בכתובים מפלפולא דאורייתא, מהרב הגאון האמיתי המפורסים החסיד הירא זרע קודש מוהר"ר זאב וואלף פרענקיל זצלה"ה מק' רישא אשר הי' בנעוריו אב"ד בפשעווארסק, דברי חידוד ופלפול בגפ"ת, אשר קיבלתי הדברים מפי מו"ר המופלג בתוי"ר מוהר"ר העשי ז"ל מו"ץ ברישא, אשר הי' תלמידו, עכ"ל.
על מ' מרים גרושת הגאון הנזכר איז מיר אויס געקומן מעיין צו זיין, איך האף צו שרייבן מיט מקורות, אבער לע"ע בין איך רושם לזכרון:
1) בזו"ר (תקס"ח) היתה אשת ר' שאול אשכנזי מאסטראה (ב"ר לייביש אחי ר' משולם זלמן אב"ד לובלין) וממנו ילדה בת, מ' חיה, אשת ר' יוסף דאווידזאהן מבראד בן הגאון אב"ד ווארשא. (ואולי עוד בן, ואכמ"ל.) ר' שאול איז שוין אין תקע"ה געוועהן איין איידים בזו"ש אין קאזמיר.
2) בזו"ש נישאת (תקע"ח) להג' ר' אברהם וואלף, וברשומות בראד נקרא בשם 'ריישער' או 'רזשעשאווער'. בתם מ' אסתר נישאת לר' מרדכי פאזנער (וברשומת נישואיה נקראת 'רושער'/פרענקיל). כאמור נתגרשה מראז"ו בתק"פ.
3) בזוש"ל (תקפ"ו) נישאת להגביר (האלמן?) ר' אלכסנדר זיסקינד מינץ מבראד, וילדה לו עוד בנים על בניו מזו"ר, ולכן תמצא על מצבת בנם ר' שמואל מינץ בבראד שהוא נכד ר' דוד נאטאנזאהן.
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: ר' אברהם זאב וואלף פרענקיל זי"ע אב"ד פשעווארסק בעל משיב כהלכה - ח' חשון תר"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

הסרפד האט געשריבן:
על מ' מרים גרושת הגאון הנזכר איז מיר אויס געקומן מעיין צו זיין, איך האף צו שרייבן מיט מקורות, אבער לע"ע בין איך רושם לזכרון:
2) בזו"ש נישאת (תקע"ח) להג' ר' אברהם וואלף, וברשומות בראד נקרא בשם 'ריישער' או 'רזשעשאווער'. בתם מ' אסתר נישאת לר' מרדכי פאזנער (וברשומת נישואיה נקראת 'רושער'/פרענקיל). כאמור נתגרשה מראז"ו בתק"פ.
אלעס [אויסער די גט] טרעף איך טאקע אין בראדער מעטריקל הנעתק בגשר גאליציע.

ומכאן ראי' למ"ש במגיו"ח שטערנהעל אז מעיקרא האט ר' אברהם וואלף געהייסן 'ריישער' כשם משפחת אביו, דערנאך ווען ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין רישא האט ער געטוישט זיין פאמיליע נאמען צו 'פרענקל'. [עפעס ליגט מיר אין קאפ אז אין זרעא קדישא הנ"ל געפעלט איהם דאס נישט ודעתו אז ער האט פון אלעמאל געהייסן פרענקל, ואין הספר לפני כעת. אבער כאמור פון דא איז מוכרח אז דאס איז יא אזוי געווען.] דעריבער בנישואי מרת אסתר [בשנת תקצ"ו], ווען איר פאטער האט שוין געוואוינט אין רישא מיט'ן נאמען פרענקל, האט מען געשריבן ביידער נעמען.

אגב, כעת ראיתי אויף גשר גאליציע אז מ' אסתר איז געבוירן בשנת תקע"ט (ולא תקע"ח כמש"ל).
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
מתוק לחכי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 21, 2021 7:39 am

Re: ר' אברהם זאב וואלף פרענקיל זי"ע בעהמח"ס שו"ת משיב כהלכה - ח' חשון תר"ט לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתוק לחכי »

הרב מגאליציען האט געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 6:20 pm
ב' מרת פרידא ע"ה געבוירן שנת תקע"ד לפ''ק, נלב"ע בדמי ימי' כ"ה-ו' אב תר"ו לפ"ק. נישאה להגביר הג"ר שמואל קאהן ז"ל מרישא.
כנראה שר' שמואל הוא אחיו של הגאון ר' אלעזר הכהן זצ"ל אב"ד פאלטוסק סאכטשוב (חתנו של החוות דעת) בעמח"ס חי' מהרא"ך.
ומשמע לי שהי' לו גם זיווג שני.
וזה עפימ"ש בקונטרס גזע ישי (נדפס תרי"ד, סי' א' אות ב') שמונה שם מחותניו של הגביר ר' וואלף מיכל (אביו של המהרא"ך), וביניהם: הגאון אבד"ק פשעווארסק ז"ל שדר בק' רישא.
ובהמשך (בסי' ג'): החכם השלם הנגיד ר' דודיל בערמאן ז"ל, לו הי' בן מופלג בתורה וביראה ועשה לילות כימים ללמוד תורת ד', שמו ר' שמואל הכהן ז"ל, וחבל על דאבדין שלא הגיע לארבעים שנה, והניח אחריו בת יחידה האשה 'גישה' נשאת להר' שמואל בר' וואלף מיכל כהן, שהי' חתן הרב מפשעווארסק.
פלונסקער רב
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2022 4:06 am

Re: ר' אברהם זאב וואלף פרענקיל זי"ע בעהמח"ס שו"ת משיב כהלכה - ח' חשון תר"ט לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלונסקער רב »

מתוק לחכי האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 6:52 pm
הרב מגאליציען האט געשריבן: זונטאג יאנואר 02, 2022 6:20 pm
ב' מרת פרידא ע"ה געבוירן שנת תקע"ד לפ''ק, נלב"ע בדמי ימי' כ"ה-ו' אב תר"ו לפ"ק. נישאה להגביר הג"ר שמואל קאהן ז"ל מרישא.
כנראה שר' שמואל הוא אחיו של הגאון ר' אלעזר הכהן זצ"ל אב"ד פאלטוסק סאכטשוב (חתנו של החוות דעת) בעמח"ס חי' מהרא"ך.
ומשמע לי שהי' לו גם זיווג שני.
וזה עפימ"ש בקונטרס גזע ישי (נדפס תרי"ד, סי' א' אות ב') שמונה שם מחותניו של הגביר ר' וואלף מיכל (אביו של המהרא"ך), וביניהם: הגאון אבד"ק פשעווארסק ז"ל שדר בק' רישא.
ובהמשך (בסי' ג'): החכם השלם הנגיד ר' דודיל בערמאן ז"ל, לו הי' בן מופלג בתורה וביראה ועשה לילות כימים ללמוד תורת ד', שמו ר' שמואל הכהן ז"ל, וחבל על דאבדין שלא הגיע לארבעים שנה, והניח אחריו בת יחידה האשה 'גישה' נשאת להר' שמואל בר' וואלף מיכל כהן, שהי' חתן הרב מפשעווארסק.
צריך לומר שמו כך: "ר' וואלף מיכל'ס כהן", כלומר ר' זאב וואלף, בנו של ר' יחיאל מיכל, כפי שהביא בנו הגאון ר' אלעזר אב"ד פאלטוסק סאכאטשוב בהגדה של פסח שהו"ל, ובעמ' 4 מביא מצבת זיכרון לאביו וז"ל: ...אבי הרבני הנגיד מוה' זאב וואלף ב"ר יחיאל מיכל הכהן ומנוחתו כבוד בווארשא..."
מתוק לחכי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 21, 2021 7:39 am

Re: ר' אברהם זאב וואלף פרענקיל זי"ע אב"ד פשעווארסק בעל משיב כהלכה - ח' חשון תר"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתוק לחכי »

אכן כצ"ל.
ואיידי ד... בגזע ישי מונה שם בין המחותנים של הג"ר וואלף: הגביר ר' אביש רומליבר גיסו של הרב הגאון ר' יעקב ארנשטיין מלבוב, [בעל הישועות יעקב].
שמו הי' הג"ר אברהם אבוש אשכנזי. שהי' חתנו של הג"ר מרדכי זאב אביו של הישועות יעקב.
וברשימותי שהג"ר אברהם אבוש הי' אחיו של הג"ר יעקיל מהורימלוב חותנו של החוות דעת. ולדאבוני לא רשמתי המקור לזה. ואם יימצא מי שיכול לעזור לי בזה אכיר לו טובה.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: ר' אברהם זאב וואלף פרענקיל זי"ע אב"ד פשעווארסק בעל משיב כהלכה - ח' חשון תר"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

מתוק לחכי האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 11:13 pm
אכן כצ"ל.
ואיידי ד... בגזע ישי מונה שם בין המחותנים של הג"ר וואלף: הגביר ר' אביש רומליבר גיסו של הרב הגאון ר' יעקב ארנשטיין מלבוב, [בעל הישועות יעקב].
שמו הי' הג"ר אברהם אבוש אשכנזי. שהי' חתנו של הג"ר מרדכי זאב אביו של הישועות יעקב.
וברשימותי שהג"ר אברהם אבוש הי' אחיו של הג"ר יעקיל מהורימלוב חותנו של החוות דעת. ולדאבוני לא רשמתי המקור לזה. ואם יימצא מי שיכול לעזור לי בזה אכיר לו טובה.
אינו נכון, כי שם אביו (כמו שיוצא מפנקס בי"ד בראד כמה פעמים) של ר' אביש היה ר' יעקב אשכנזי (הנקרא הרימלובער), שאגב, נשא את מחונתו, גרושת ר' מרדכי זאב.
מתוק לחכי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 21, 2021 7:39 am

Re: ר' אברהם זאב וואלף פרענקיל זי"ע אב"ד פשעווארסק בעל משיב כהלכה - ח' חשון תר"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתוק לחכי »

תודה. איפה אוכל למצוא הפנקס בי"ד בראד?
ולפי"ז הי' גיסו של החוות דעת?
מתוק לחכי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 21, 2021 7:39 am

Re: ר' אברהם זאב וואלף פרענקיל זי"ע אב"ד פשעווארסק בעל משיב כהלכה - ח' חשון תר"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתוק לחכי »

ומה נענה למה שכתוב בשו"ת מהרא"ש (להג"ר אלכסנדר שמואל בן פינחס דוד היילפרין, לבוב תרנ"ו): אם אם אמי, מ' זעלדא אחות אשת הגאון בד"ז מו"ה אפרים זלמן מרגליות מבראד, והמה בנתי' דמוריין בת הרב הגאון מ' ליב אשכנזי שהי' נקרא ר' ליב רומלובר, 'ובנו' הי' חתן הגאון הגדול מוה' מרדכי זאב האבד"ק לבוב...
בני בנים הרי הן כבנים???
פלונסקער רב
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2022 4:06 am

Re: ר' אברהם זאב וואלף פרענקיל זי"ע אב"ד פשעווארסק בעל משיב כהלכה - ח' חשון תר"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלונסקער רב »

נקודה למחשבה!
לר' שמואל הכהן בן ר' זאב וואלף מיכל'ס (או ליפסיקער) וחתן רבינו ר' אברהם זאב וואלף אב"ד פשעווארסק, היה חתנו הרה"ק ר' אברהם משענדישוב, לבנו בכורו קרא 'אלתר זאב' שנודע מאוחר יותר כאב"ד סטריז'וב, האם קרא לבנו זה אחר רבינו אב"ד פשעווארסק (וכמובן את השם אברהם לא יכל לתת...), או אחר ר' זאב וואלף מיכל'ס מווארשא?!
מתוק לחכי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 21, 2021 7:39 am

Re: ר' אברהם זאב וואלף פרענקיל זי"ע אב"ד פשעווארסק בעל משיב כהלכה - ח' חשון תר"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתוק לחכי »

אולי כיוון על שניהם... [שיושפע בעשירות כר' וואלף לייפציגער, ובתורה כהמשיב כהלכה...].
האם ישנו רשימה של שמות ילדיו וסדר הולדתם? אולי נוכל לנחש מזה.
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: ר' אברהם זאב וואלף פרענקיל זי"ע אב"ד פשעווארסק בעל משיב כהלכה - ח' חשון תר"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

מתוק לחכי האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 9:26 am
אולי כיוון על שניהם... [שיושפע בעשירות כר' וואלף לייפציגער, ובתורה כהמשיב כהלכה...].
אגב המשיב כהלכה הי' לו תורה וגדולה במקום אחד
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”