רבי אליעזר האגער מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24619
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

רבי אליעזר האגער מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט איז די הילולא קדישא פין הרה"ק רבי אליעזר הגר בעל דמשק אליעזר מוויזניץ זי"ע

וועלן מיר קודם שרייבן אין קורצן שטריכן אין די לעבן שאפט פין די די הייליגע דמשק אליעזר זי"ע (בפרט ער האט נישט איבערגלאזט קיין דורות ליידער)

דער דמשק אליעזר איז געבוירן געווארן כ"ב שבט שנת תרנ"א געווארן צו זיין הייליגע פאטער דער אלטע וויזשניצער רבי'ן דער הייליגן אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע (ווען די זיידע די אמרי ברוך מוויזניץ האט נאך געלעבט), אין צו זיין מאמע א טאכטער פין די הייליגע אמרי נועם מדזיקוב זי"ע, - געוועהן די דריטע זוהן ביי זיין טאטע.

ער איז נסמך געווארן להוראה דורך די גרויסע גדולים, הגאון המהרש''ם פין ברעזאן, אין הגאון בעל מחזה אברהם פון בראד, הגאון רבי שמואל ענגל מראדימישלא זכר צדיקים לברכה

בשנת תרס"ז האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון הרה"ק רבי יצחק מאיר פין קאפיטשניץ זי"ע.
נאכן חתונה האט געוואוינט צייטווייליג אביסל ביי זיין שווער אין אביסל ביי זיין טאטע, בשעת די ערשטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן איז ער מיט געפארן מיט זיין שווער 'די קאפיטשניצער רבי קיין וויען, אין וויען האט געהאט קשרים מיט אלע גדולי הדור אין צדיקים וואס האבן געוואוינט דארטן..

ביי די סוף פין די ערשטע וועלט מלחמה זענען די חסידים געוואר געווארן אז די די אהבת ישראל פלאנט נישט צוריק צו קומען קיין וויזניצא, נאר פארבלייבט שוין אין גרויסווארדיין, האבן די שטאט יודן געבעטן אז די רבי זאל חאטשיג שיקן איינער פין די קינדער זאלן פירן די רבנות אין וויזניץ האט די פאטער געשיקט דעמאלס זיין זוהן די דמשק אליעזר בשנת תרפ"ב אין געווארן רב אין שטאט וויזניצא.

ער האט שטארק צוריק אויפגעהויבן די שטאט, נאך וואס איז חרוב געווארן נאך די מלחמה, אין שנת תרפ''ג האט ער געפענט די ישיבה אין וויזניץ וואס איז שפעטער ביזן לעצטן קריג געוועהן א תל תלפיות, זיינע תלמידים פלעגן רעדן מיט שטארקע בענקשאפט פין יענע יארן, זיי זענען געוועהן זעהר נאנט מיט די הייליגע דמשק.. וואס איז געוועהן א ראש ישיבה אין ווי א טאטע..

מיט די פטירה פין זיין הייליגע טאטע, די אהבת ישראל האט ער אנגעהויבן צו פירן אין שטאט וויזניצא, דער תפילות אין די טישן, ווען יודן פין די נאנט אין פון די ווייטענס זענען געקומען צו פארן להסתופף בצל הקודש, אין זיך ווארעמען מיט די לעכטיגע שיינע טישן, ער האט געהאט א מורא'דיגע צורה, וואס אפי' די גוים האבן געהאט דרך ארץ פאר איהם.

מיט גרויס ניסים איז ער געראטוועט געווארן ביי די לעצטע וועלט מלחמה אין איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל חודש ניסן שנת תש"ד, ווי די וויזניצער חסידים האבן זיך געפרייט מיט זיין אנקומען, אין ער האט פון פריש אויפגעמאכט די וויזניצער ישיבה, אין תל אביב, ווען ער האט ממנה געוועהן די נעפיו די רבי משה'לע דער שפעטער וויזניצער רבי בעל ישועות משה זצוק"ל פאר א ראש ישיבה.

ליידער איז ער געווארן נישט געזונט, אין די ביטערע טאג ב' אלול בשנת תש''ו איז ער נסתלק געווארן לחיי העולם הבא, אין די יונגער עלטער פין 55 יאהר, ווי א גרויסע לוי' איז פארגעקומען אין ירושלים עיה"ק מיט די השתתפות פין צדיקים אין רבנים, אין מען האט איהם געלייגט אין הר הזיתים לעבן די חלקת פין אדמור''י בית ראכמיסטריבקא.

מען האט שפעטער צוזאם גענומען די תורת אין ארויס געגעבן די ספר דמשק אליעזר וואס אויף די נאמען פין די ספר ווערט די רבי איבעראל דערמאנט.
דער רבי האט ליידער נישט איבער געלאזט קיין דורות.

דער ברידער דער אמרי חיים פין וויזניץ האט איבער גענומען דער ישיבה אין די תלמידים פין די דמשק אליעזר.

זיין הייליגע טאטע האט איהם זייער שטארק ליב געהאט, האט אמאל זיך אויסגעדריקט אז ווען כ'וועל קומען אויף יענע וועלט אין מען וועט מיר פרעגן וואס האב איך אויפגעטוהן אויף די וועלט, וועל איך זאגן אז איך האב איבערגעלאזט א זוהן אליעזר'ל...

זי"ע ועכי"א

ווער ס'האט וואס צו לייגן זאלן נישט צוריק האלטן
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24619
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי אליעזר הגר מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

דער ציון אין הר הזיתים
אטעטשמענטס
דער ציון הקדוש.jpg
דער ציון הקדוש.jpg (26.34 KiB) געזען 33018 מאל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24619
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי אליעזר הגר מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

צורתו הקדושה
אטעטשמענטס
דמשק אליעזר מוויזניץ.jpg
דמשק אליעזר מוויזניץ.jpg (52.37 KiB) געזען 33017 מאל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: רבי אליעזר הגר מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

מומחה יוחס האט געשריבן:מיט גרויס ניסים איז ער געראטוועט געווארן ביי די לעצטע וועלט מלחמה אין איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל חודש ניסן שנת תש"ד

ווען די רוסן ימ''ש האבן געגעבן די אולטימאטום פאר ראמעניע זיי צו איבער געבן בעסאראביע מיט צפון באקאווינא איז ער אנטלאפן קיין טשערנאוויץ און פון דארט קיין טעמעשוואר ווע ער האט זיך אויפגעהאלטן ביז תש''ד
פון טעמעשוואר האט ער אנגעפירט מיט ברייטפארצווייגטע פעולות הצלה פאר די אידן אין טראנסניסטריא ווי ער פלעגט שיקן געלט - כאטש וואס סאיז געווען אומלעגאל - מיט מסירות נפש ממש (זעה אהבת קדומים באריכות)
סאיז דא עפעס א מעשה מיט א מיידל פון טעמעשוואר וואס ער האט גענוצט פאר א שליח וויבאלד זי האט נישט אויסגעזעהן ווי א איד און ער האט איר צוגעזאגט עולם הבא, ווער סווייסט קען אריינקומען מיט פרטים

מומחה יוחס האט געשריבן:ער האט פון פריש אויפגעמאכט די וויזניצער ישיבה

נישט ריכטיג סאיז שוין געווען אפען ווען ער איז געקומען, ער האט געזאגט אז ווען נישט וואלט ער נישט געהאט די כוחות הנפש צו אנפאנגען פון פריש (מקור: חסיד מדור העבר)
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24619
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי אליעזר הגר מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מים חיים האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:

מומחה יוחס האט געשריבן:ער האט פון פריש אויפגעמאכט די וויזניצער ישיבה

נישט ריכטיג סאיז שוין געווען אפען ווען ער איז געקומען, ער האט געזאגט אז ווען נישט וואלט ער נישט געהאט די כוחות הנפש צו אנפאנגען פון פריש (מקור: חסיד מדור העבר)


פין ספר קדוש ישראל איז יא משמע אז ער האט אויפגעמאכט די ישיבה בשנת תרפ''ג... אין פין נאך מקורות געדענק איך אזוי..

אדרבה מען דארף מער מברר זיין
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: רבי אליעזר הגר מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

ס'איז אן ענין צו רעכענען זיינע פילע תלמידים כבנים וואס ער האט איבערגעלאזט
רבנים, אדמורי"ם, בעלי בתים נכבדים

צווישן זיי, זיין פלומעניק אדמו"ר הישועות משה מויז'ניץ זצוק"ל, אדמו"ר מסקולען זצוק"ל, גאב"ד מאנטשעסטער זצוק"ל
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: רבי אליעזר הגר מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

מומחה יוחס האט געשריבן:
פין ספר קדוש ישראל איז יא משמע אז ער האט אויפגעמאכט די ישיבה בשנת תרפ''ג... אין פין נאך מקורות געדענק איך אזוי..

אדרבה מען דארף מער מברר זיין

איך באציה מיר אויף תש''ד אין תל אביב
20201206_150411000 (2).jpg
20201206_150411000 (2).jpg (480.74 KiB) געזען 32980 מאל

--
שוין צוריק צום ענין
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: רבי אליעזר הגר מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

ס'דא א בילד פון די מלחמה יאהרן וואס דערמאנט אביסל יבדלחט"א כ"ק האדמו"ר מויז'ניץ שליט"א פון ירושלים.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי אליעזר הגר מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

CA3E596C-F460-4B73-A41A-4084BE9CE223.jpeg
CA3E596C-F460-4B73-A41A-4084BE9CE223.jpeg (154.75 KiB) געזען 32910 מאל
אטעטשמענטס
D77CB5E4-4549-4E33-8EEB-BAC8F71EA27A.jpeg
D77CB5E4-4549-4E33-8EEB-BAC8F71EA27A.jpeg (684.39 KiB) געזען 32910 מאל
דביה תחדי נפשא
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

Re: רבי אליעזר הגר מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

מים חיים האט געשריבן:ווען די רוסן ימ''ש האבן געגעבן די אולטימאטום פאר ראמעניע זיי צו איבער געבן בעסאראביע מיט צפון באקאווינא איז ער אנטלאפן קיין טשערנאוויץ און פון דארט קיין טעמעשוואר ווע ער האט זיך אויפגעהאלטן ביז תש''ד

די מעשה איז געווען אז ווען די רוסן זענען אריין איז ער געווען אין קלויזענבורג, ער איז געפארן צו די חתונה פון זיין תלמיד ר' שמחה ערענסטער ע"ה (ברודער פון ר' משה ערענסטער ע''ה שפעטערדיגע איידעם פון זיין ברודער דער אמרי חיים זי''ע) און ווען ער האט געהערט אז די רוסן זענען אריין קיין וויזניץ איז שוין נישט צוריק אהין.
איך האב געהערט אז ווען ער איז געפארן קיין קלויזענבורג, האט ער געהייסן מ'זאל איין פאקן די ירושה חפצים, און ער האט געזאגט אז מיין הארץ זאגט מיר אז איך וועל שוין נישט צוריק קומען אהער, און מיין הארץ האט מיר נאך קיינמאל נישט אפגענארט.
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: רבי אליעזר הגר מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

מה ידידות האט געשריבן:די מעשה איז געווען אז ווען די רוסן זענען אריין איז ער געווען אין קלויזענבורג, ער איז געפארן צו די חתונה פון זיין תלמיד ר' שמחה ערענסטער ע"ה (ברודער פון ר' משה ערענסטער ע''ה שפעטערדיגע איידעם פון זיין ברודער דער אמרי חיים זי''ע) און ווען ער האט געהערט אז די רוסן זענען אריין קיין וויזניץ איז שוין נישט צוריק אהין.

איך האב אויך געדענקט בערך אזוי (אז ער איז געווען אין טעמעשוואר ביי א חתונה), אבער איך האב יעצט געליינט פון משה קאמיל ווי ער שרייבט אז ער איז דעמאלטס אנטלאפן צו טשערנאוויץ, מעגליך איז דא עפעס א טעות ער שרייבט עס נאר אגב אורחא
געדענקסט א מקור?
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

Re: רבי אליעזר הגר מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

ער שרייבט "שוין דער זעלבער נאכט האבן אלע רומענישע בעאמטע, ווי אויך אלע ישיבה בחורים, און די רבצין פון דמשק אליעזר, פארלאזט וויזשניץ אין דער ריכטונג קיין טשערנאוויטץ"
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: רבי אליעזר הגר מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

מה ידידות האט געשריבן:ער שרייבט "שוין דער זעלבער נאכט האבן אלע רומענישע בעאמטע, ווי אויך אלע ישיבה בחורים, און די רבצין פון דמשק אליעזר, פארלאזט וויזשניץ אין דער ריכטונג קיין טשערנאוויטץ"

מיין טעות
פארנדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:06 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

Re: רבי אליעזר הגר מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארנדיג »

חמרא טבא האט געשריבן:
CA3E596C-F460-4B73-A41A-4084BE9CE223.jpeg


דאס ערשטע בילד ר' חמרא איז נישט פון אמרי חיים זי"ע?
מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

Re: רבי אליעזר הגר מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

עם גיסו מקופיטשניץ.
אטעטשמענטס
עם גיסו מקופיטשניץ.png
עם גיסו מקופיטשניץ.png (279.8 KiB) געזען 32639 מאל
מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

Re: רבי אליעזר הגר מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

צורת קדשו.
אטעטשמענטס
1524795.jpg
1524795.jpg (33.2 KiB) געזען 32637 מאל
מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

Re: רבי אליעזר הגר מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

פארנדיג האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
די אטעטשמענט CA3E596C-F460-4B73-A41A-4084BE9CE223.jpeg איז מער נישט דאהי.


דאס ערשטע בילד ר' חמרא איז נישט פון אמרי חיים זי"ע?

אכן זו תמונת אחיו ה"אמרי חיים" זי"ע.
מצורפת תמונתו בצעירותו.
אטעטשמענטס
‏‏בצעירותו.jpg
‏‏בצעירותו.jpg (118.03 KiB) געזען 32616 מאל
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: רבי אליעזר הגר מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

מה ידידות האט געשריבן:די מעשה איז געווען אז ווען די רוסן זענען אריין איז ער געווען אין קלויזענבורג, ער איז געפארן צו די חתונה פון זיין תלמיד ר' שמחה ערענסטער ע"ה (ברודער פון ר' משה ערענסטער ע''ה שפעטערדיגע איידעם פון זיין ברודער דער אמרי חיים זי''ע) און ווען ער האט געהערט אז די רוסן זענען אריין קיין וויזניץ איז שוין נישט צוריק אהין.

אין סאמוש-אויוואר וואס איז אין די געגנט פון קלויזענבורג
--
בטעמעשוואר
דא טעמעשוואר.jpg
דא טעמעשוואר.jpg (20.61 KiB) געזען 32606 מאל
דא בטעמעשוואר 3.png
דא בטעמעשוואר 3.png (188.99 KiB) געזען 32606 מאל
דא בטעמעשוואר מסדר קידושין.png
דא בטעמעשוואר מסדר קידושין.png (283.84 KiB) געזען 32606 מאל
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: רבי אליעזר הגר מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

מרן ה'דמשק אליעזר' עם האחים הרהק ה'אביר יעקב' ורבי שלמה מסדיגורא.jpg
מרן ה'דמשק אליעזר' עם האחים הרהק ה'אביר יעקב' ורבי שלמה מסדיגורא.jpg (8.02 KiB) געזען 32591 מאל
מרן ה'דמשק אליעזר' בברית מילה בתל אביב בשנת תשד תקופה קצרה לאחר עלותו לארהק.jpg
מרן ה'דמשק אליעזר' בברית מילה בתל אביב בשנת תשד תקופה קצרה לאחר עלותו לארהק.jpg (13.61 KiB) געזען 32591 מאל
מרן ה'דמשק אליעזר' לאחר חופה בתל אביב.png
מרן ה'דמשק אליעזר' לאחר חופה בתל אביב.png (162.98 KiB) געזען 32591 מאל
ארי וואהרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 9:47 am

Re: רבי אליעזר הגר מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארי וואהרמאן »

דער אביר יעקב מ׳סדיגרא איז געווען זיין שוואגער ( אויך אן איידעם אין קופישניץ ) האט ליידער אויך נישט איבער געלאזט קינדער ! תנצב״ה
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: רבי אליעזר הגר מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

אבן יקרה האט געשריבן:ס'איז אן ענין צו רעכענען זיינע פילע תלמידים כבנים וואס ער האט איבערגעלאזט
רבנים, אדמורי"ם, בעלי בתים נכבדים

צווישן זיי, זיין פלומעניק אדמו"ר הישועות משה מויז'ניץ זצוק"ל, אדמו"ר מסקולען זצוק"ל, גאב"ד מאנטשעסטער זצוק"ל

ר' ישראל אברהם שטיין מפאלטישאן זצ"ל
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי אליעזר הגר מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

מיט הה״ק רבי יוסף צבי דושינסקי זצ״ל
אטעטשמענטס
A089DE75-7B20-4F64-8118-18386CB10062.jpeg
A089DE75-7B20-4F64-8118-18386CB10062.jpeg (622.96 KiB) געזען 27391 מאל
דביה תחדי נפשא
אוסף החסיל
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:19 pm

Re: רבי אליעזר הגר מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוסף החסיל »

זיך אויפהאלטנדיג אין טעמעשוואר האט ער געטוען גדולות ונצורות פאר די אידן וואס זענען פארשיקט געווארן קיין טראנס-ניסטער.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי אליעזר הגר מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ווען איז זיין רביצין נפטר געווארן?
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: רבי אליעזר הגר מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זי"ע - ב' אלול תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

.
אטעטשמענטס
damesek.jpg
damesek.jpg (106.12 KiB) געזען 889 מאל
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”