סטאוו יא פיטא האט געשריבן:עס וועט זיין גיט האט געשריבן:עס איז דא עטליכע רביס וואס גייען נישט מיט ווייסע זאקען
סקלען שיבט הלוי איך מיין רחמסטריווקע גייט אויך נישט
צווייטע דריטע און פערטע דור תלמידי בעל שם זענען נאכנישט געגאנגען ווייסע זאקן, ס'האט זיך אנגעהויבן ביי תלמידי החוזה בעיקר
סקולען מיט שבט הלוי זענען דאך דריטע און פערטע דור...
במח״ג.
גיין ווייסע זאקן, אז א פארצייטישע מלבוש - יודן און אריסטאקראטישע גוים צוגלייך.
די גוים האבן זיך מאדערניזירט, יודן נישט.
פוילישע יודן פלעגן גיין אינדערוואכן, מיט א בעקעשע און ווייסע זאקן.
ס׳האט זיך קיינמאל נישט ״אנגעהויבן״״ ס׳האט זיך ס״ה קיינמאל נישט ״געענדיגט״.
עווענטועל, האט זיך די ווייסע זאקן געטוישט צו שווארצע אינדערוואכן, די בעקעשע איז קורצער געווארן (ס׳פלעגט זיין לענגער ווי היינט, און די אונטערשטע טייל איז געווען ברייטער), די פערטל שיך איז געווארן האלבע שיך.
די ספאדיקל האט זיך געביטן צו א קאפעליש.