ר' שלמה (שלמה'קה) גאלדמאן מזוועהיל זצ"ל - כ"ו אייר תש"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

Whiz
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 7:31 pm

Re: ר' שלמה (שלמה'קה) גאלדמאן מזוועהיל זצ"ל - כ"ו אייר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Whiz »

סטאר האט געשריבן:עס גייט זיין די שבת פאר די יארצייט ...כל ברכאין דלעילא ותתא ביומא שביעאה תליון ...ער ליגט אויפן הר הזתים?

יא.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

Re: ר' שלמה (שלמה'קה) גאלדמאן מזוועהיל זצ"ל - כ"ו אייר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

שמעתי אז די טאטע פון המגיד ר' אייזיק קרישעווסקי שליט"א אלס קינד אין חדר איז ר' שלאמקע געווען באזוכן, און האט זיך אויסגעדרוקט אז ער זעהט פענימער וואס גייען זעהן משיח צדקינו.
עוד יזכור לנו
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:45 pm

Re: ר' שלמה (שלמה'קה) גאלדמאן מזוועהיל זצ"ל - כ"ו אייר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד יזכור לנו »

איז דא אן אשכול אויף ר' אלי' ראטה?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ר' שלמה (שלמה'קה) גאלדמאן מזוועהיל זצ"ל - כ"ו אייר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פין הרה''ק רבי שלמה'קע מזוויהל זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

אלף בית האט געשריבן:
אינעם ספר צדיק יסוד עולם - תולדות הרה"ק ר' שלמה מזוועהיל, שטייט די מעשה. דער לשון דארט איז אז דער רבי האט געזאגט "א שאד, איך האב אים נישט פארכאפט"

אגב, דער רבי זי"ע איז אנגעקומען אנהייב ווינטער תש"ו אדער סוף זומער תש"ה?
פארגאנגענע וואך אין גליון מבאר רבותינו:
6E67998B-8E4E-4C37-8500-F43FD517DAD4.jpeg
6E67998B-8E4E-4C37-8500-F43FD517DAD4.jpeg (151.08 KiB) געזען 763 מאל
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: ר' שלמה (שלמה'קה) גאלדמאן מזוועהיל זצ"ל - כ"ו אייר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

https://kyweekly.com/
און דער קרית יואל וואכנשריפט די וואך ווערט געברענגט פון רבי דוד קרישעווסקי וואס דערציילט נאך פון רבי אפרים זלמן היילפרין וואס האט דאס געהערט פון ר' שלומקע זווילער איבער די חברות חנך לנער - פון מוסדות תורה ויראה (ירושלים)
רבי אפרים זלמן היילפרין זצ"ל דענווער-ירושלים בעמח"ס שומר אמנים, הקים את המפעל 'טהרת המשפחה'
הוא היה מקושר להרבה מצדיקי הדור ובתוכם הרה"ק ר' דוד משה מטשארטקוב ובנו הרה"ק ר' ישראל זי"ע,
און אין ארה"ק איז ער געווען זייער נאנט צו הרה"ק ר' שלמ'קה מזוועהיל זי"ע
אטעטשמענטס
R Shlumke Zviler.gif
R Shlumke Zviler.gif (61.26 KiB) געזען 708 מאל
R Shlumke Zviler Afroyem Holperen.gif
R Shlumke Zviler Afroyem Holperen.gif (186.54 KiB) געזען 708 מאל
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
משה בארא פארק
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 2:35 pm

Re: ר' שלמה (שלמה'קה) גאלדמאן מזוועהיל זצ"ל - כ"ו אייר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בארא פארק »

what is his fathers name?
מענדי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 12:56 pm

Re: ר' שלמה (שלמה'קה) גאלדמאן מזוועהיל זצ"ל - כ"ו אייר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדי »

משה בארא פארק האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 11:35 am
what is his fathers name?
עס שטייט דא מרדכי.

איז דא א בילד פון די ציון הקדוש?
איך האב נישט געזען אינעם גאנצן שמועס דא.
מענדי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 12:56 pm

Re: ר' שלמה (שלמה'קה) גאלדמאן מזוועהיל זצ"ל - כ"ו אייר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדי »

דאס האב איך געפונען אויף די הר הזיתים וועבזייטל.

שלמה בן מרדכי גולדמן המכונה רבי שלומק'ה מזוועהיל. , נולד באוקריאנה, נובוהרד-וולינסקי. נפטר בתאריך כו אייר תש"ה בגיל 76.
upFile_tmpB4D51.jpg
upFile_tmpB4D51.jpg (121.31 KiB) געזען 625 מאל
מצבה:פ"נ האדמו"ר הרה"צ הק' הר"ר שלמה זצל"ה מזוויהל בן לאדמו"ר הר"ר מרדכי זצל"ה דור רביעי בן אחר בן לאדמו"ר הה"צ הק' יחיאל מיכל המגיד מזלטשוב זצלל"ה זיע"א ועכי"א נשמתו עלתה למרום כ"ו אייר תש"ה לפ"ק תנצב"ה
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: ר' שלמה (שלמה'קה) גאלדמאן מזוועהיל זצ"ל - כ"ו אייר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

היינט נאכט איז די יארצייט פונעם צדיק יסוד עולם הרב הקדוש המפורסם מופת הדור רבי שלמה בן רבי מרדכי זי"ע

די גרעסטע צדיקי הדור האבן זיך אויסגעדריקט גאר שטארק איבער זיין קדושה וטהרה

הרה"ק מהר"א מבעלזא האט געזאגט ער איז שייך צו 600 יאר צוריק נישט צו די היינטיגע וועלט

די הייליגע חזון איש פלעגט שיקען אידען צו אים להפקד בדבר ישועה ברחמים, די אמרי אמת פלעגט שיקען יעדע ערב יום כיפור א קוויטל צו רבי שלומ'קה די טאג אליין ווען די גרויסע צדיק איז נסתלק געווארן זאגט שוין אלעס יסוד שביסוד !
צפת דאמעריקא
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפת דאמעריקא »

shalsheles האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 31, 2023 2:00 pm
אלף בית האט געשריבן:
אינעם ספר צדיק יסוד עולם - תולדות הרה"ק ר' שלמה מזוועהיל, שטייט די מעשה. דער לשון דארט איז אז דער רבי האט געזאגט "א שאד, איך האב אים נישט פארכאפט"

אגב, דער רבי זי"ע איז אנגעקומען אנהייב ווינטער תש"ו אדער סוף זומער תש"ה?
פארגאנגענע וואך אין גליון מבאר רבותינו:
6E67998B-8E4E-4C37-8500-F43FD517DAD4.jpeg
זייער א אינטערסאנטע לשון פאר הרה"ק מסאטמאר זי"ע, עס זעהט אויס ווי א חב"ד'סקע ווארט.
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!
דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

צפת דאמעריקא האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 8:18 pm
shalsheles האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 31, 2023 2:00 pm
אלף בית האט געשריבן:
אינעם ספר צדיק יסוד עולם - תולדות הרה"ק ר' שלמה מזוועהיל, שטייט די מעשה. דער לשון דארט איז אז דער רבי האט געזאגט "א שאד, איך האב אים נישט פארכאפט"

אגב, דער רבי זי"ע איז אנגעקומען אנהייב ווינטער תש"ו אדער סוף זומער תש"ה?
פארגאנגענע וואך אין גליון מבאר רבותינו:
6E67998B-8E4E-4C37-8500-F43FD517DAD4.jpeg
זייער א אינטערסאנטע לשון פאר הרה"ק מסאטמאר זי"ע, עס זעהט אויס ווי א חב"ד'סקע ווארט.
פאר ר' שלמה'קע איז דער מעשה נאך מער אינטערסאנט .... וד"ל
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אליעזר לאנדא האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 8:40 pm
צפת דאמעריקא האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 8:18 pm
shalsheles האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 31, 2023 2:00 pm
אלף בית האט געשריבן:
אינעם ספר צדיק יסוד עולם - תולדות הרה"ק ר' שלמה מזוועהיל, שטייט די מעשה. דער לשון דארט איז אז דער רבי האט געזאגט "א שאד, איך האב אים נישט פארכאפט"

אגב, דער רבי זי"ע איז אנגעקומען אנהייב ווינטער תש"ו אדער סוף זומער תש"ה?
פארגאנגענע וואך אין גליון מבאר רבותינו:
6E67998B-8E4E-4C37-8500-F43FD517DAD4.jpeg
זייער א אינטערסאנטע לשון פאר הרה"ק מסאטמאר זי"ע, עס זעהט אויס ווי א חב"ד'סקע ווארט.
פאר ר' שלמה'קע איז דער מעשה נאך מער אינטערסאנט .... וד"ל

פארוואס? ער איז געווען פון די גדולים וואס האבן געהאלטן אז מען קען איהם נאך איבערטוישן, כדוגמת האמרי אמת ז"ל (עכ"פ בתחילה)

און פארן רבי'ן ז"ל איז פונקט פאסיג אזא ווארט צו זאגן.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
לבנה קריכער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 19, 2010 2:20 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לבנה קריכער »

הורוויץ האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2013 3:21 pm
זיס האט געשריבן:
לכבוד די יומא דהילולא פון הרה"ק רבי שלמ'קע זוועהילער זי"ע, וועל איך ברענגען עטליכע ליקוטים וואס איך האב מלקט געווען איבער דער צדיק.

רבי שלמ'קעס דירה
עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז די שטוב פון רבי שלמ'קע זוועהילער זי"ע, דארט וואו ער האט געוואוינט און געפירט זיין ווירטשאפט, איז געווארן אן ארט וואו אידן זעען כסדר ישועות און רפואות.

וואס איז אזוי אויסטערליש אין רבי שלמ'קעס דירה? – אט הערט.

די דאזיגע דירה האט רבי שלמ'קע אליין געבויט. דאס איז געווען אין די ערשטע יארן ווען ער האט זיך געפינען אין ארץ-ישראל, דעמאלס ווען ווייניג מענטשן האבן געוויסט צו זאגן איבער די גרויסקייט פון רבי שלמ'קען
.
ווייסט איינער איה מקום כבודו? אוואו דער דירה איז?
קען איינער אנצייכענען די אדרעסע
משלנו
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 1:40 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משלנו »

לבנה קריכער האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 9:50 pm
הורוויץ האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2013 3:21 pm
זיס האט געשריבן:
לכבוד די יומא דהילולא פון הרה"ק רבי שלמ'קע זוועהילער זי"ע, וועל איך ברענגען עטליכע ליקוטים וואס איך האב מלקט געווען איבער דער צדיק.

רבי שלמ'קעס דירה
עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז די שטוב פון רבי שלמ'קע זוועהילער זי"ע, דארט וואו ער האט געוואוינט און געפירט זיין ווירטשאפט, איז געווארן אן ארט וואו אידן זעען כסדר ישועות און רפואות.

וואס איז אזוי אויסטערליש אין רבי שלמ'קעס דירה? – אט הערט.

די דאזיגע דירה האט רבי שלמ'קע אליין געבויט. דאס איז געווען אין די ערשטע יארן ווען ער האט זיך געפינען אין ארץ-ישראל, דעמאלס ווען ווייניג מענטשן האבן געוויסט צו זאגן איבער די גרויסקייט פון רבי שלמ'קען
.
ווייסט איינער איה מקום כבודו? אוואו דער דירה איז?
קען איינער אנצייכענען די אדרעסע
די דירה געפינט זיך אין די בית ישראל געגנט אויף רחוב רפפורט הארט נעבן ישבת זוועהיל און ישבת מיר אין ירושלים
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: ר' שלמה (שלמה'קה) גאלדמאן מזוועהיל זצ"ל - כ"ו אייר תש"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

הרב הקדוש המפורסם צדיק יסוד עולם מופת הדור רבינו שלומ'קה איז געבוירן בשנת תרכ"ט.
צו זיין טאטע הרה"ק רבי מרדכי מזוויהעל זי"ע,
בן הרה"ק רבי יחיאל מיכל זי"ע,
בן הרה"ק רבי משה ראש שושלת זוויהעל זי"ע,
בן הרה"ק רבי יחיאל מיכל המגיד מזלאטשוב זי"ע,
און ווי עס איז מקובל פון אבותיו הצדיקים נסתרים איז די משפחה געווען 72 דורות בעלי רוח הקודש.

און צו זיין מאמע די טאכטער פון הרה"ק רבי שלמה מגראנוב זי"ע,
מגזע רש"י הקדוש זי"ע, און פון הגה"ק בעל מגלה עמוקות מקראקא זי"ע.

ויקרא שמו בישראל שלמה נאך הרה"ק רבי שלמה מקארלין זי"ע

שוין אלס קינד איז ער געווען מפורסם אלס א ילד הפלא, און א עובד השם וואס אלעס וואס ער האט געטון איז געווען צו ברענגען א נחת רוח להבורא יתברך שמו.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת גיטל ע"ה, בת הגה"ק רבי אלתר בנציון גינזבורג זי"ע.
בשנת תרנ"ד איז ער געגאנגען לערנען ביי הרה"ק רבי דוד משה מטשורטקוב זי"ע, דארט האט ער געלערנט פאר זיבן יאר מיט א געוואלדיגע התמדה, און געווארן א בקי בש"ס.

ער איז געווען א איש קדוש א עניו ושפל ברך, און א בעל מופת גדול , און א בעל רוח הקודש, און א פועל ישועות.

איינמאל ווען ער איז געווען שבת צופרי אין מקוה, און ער האט זיך גענדיגט טובל'ען האט ער געזאגט פאר א בחור אז ער זאל שנעל לויפען צום בעקעריי פון ר' זלמן שלעזינגער און זאגן אז עס איז אסור דאס צו טון, איז דער בחור געלאפן צום בעקעריי און געזעהן ווי רבי זלמן וויל גיסן וואסער אויף די טעפ טשאלענט וואס אידן האבן געברענגט בעפאר שבת צו האלטן ווארעם ביי אים אין אויווען און ער האט דאס געוואלט טון כדי די טשולענט זאל נישט פארטריקענט ווערן, אבער דאס איז א גרויסע שאלה, און דער הייליגער רבי שלומקע האט דאס מרגיש געווען בשעת ער איז אריין אין מקו' און געוואלט ראטעווען דעם ר' זלמן פון נכשל ווערן אין חילול שבת.

בשנת תרס"א ווען ער איז געווען 30 יאר אלט איז דער טאטע הרה"ק רבי מרדכי זי"ע נסתלק געווארן און דער זוהן רבי שלמה האט איבער גענומען דאס רבנות פונעם טאטן.
און אפילו דאס איז נישט געווען קיין גרינגע זאך פאר אים זייענדיג א גרויסע למדן, האט זיך דער רבי שלמה אריינגעווארפן בכל כוחו און פירן דעם עדה קדושה.

ער האט דארט אסאך לוחם געווען מיט די בונדיסטים און די ציונים וואס האבן זיך דאן פארשפרייט אין די שטעט אין רוסלאנד, און שפעטער ווען עס האט זיך אנגעהויבען די מהפכה מיט די בולשביסטית און די קומוניסטים האבן אנגעהויבען מאכן גזירות קעגן אידישע קינדער, האט זיך דער צדיק מוסר נפש געווען צו פארשפרייטן תורה צווישען אידישע קינדער און אפילו דאס איז געווען סכנת נפשות האט ער נישט געקוקט אויף זיך נאר מרביץ תורה געווען מיט א מסירת נפש.

ווען ער האט אנגעהויבען ליידן פון די קומוניסטן איז ער אנטלאפען קיין פולין, אבער דארט האט ער אויך געליטן און מען האט אים געוואלט צוריק שיקען קיין רוסלאנד, האט ער זייער געוואלט גיין קיין ארץ ישראל, מיט אסאך פעולות איז געלינגען צו באקומען די סערטיפעקיט צו גיין קיין ארץ ישראל.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: ר' שלמה (שלמה'קה) גאלדמאן מזוועהיל זצ"ל - כ"ו אייר תש"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

בשנת תרפ"ו האט זיך דער צדיק אריבער געצויגען קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין אייניקעל הרה"ק רבי מרדכי זי"ע, פארציילט דער אייניקעל אז ווען די שיף איז אנגעקומען קיין יפו האט דער צדיק אים געזאגט איך ווארף יעצט אריין דאס רבנות אונעם ים, און ער האט טאקע דארט אין ארץ ישראל נישט געוואלט אנעמען קיין רבנות.

אנפאנג האט ער געוואוינט אין אלט שטאט ירושלים און געלערנט אין ישיבת חיי עולם, שפעטער האט ער אפגעקויפט א שטח אונעם געגענט בית ישראל און דארט האט ער זיך געבויעט א קליינע דירה, ער פלעגט פארן איבעראל מיטן באס און נישט געוואלט האבן קיין גבאים.

זיין שטוב איז געווען אפען פאר יעדן וואס האבן געברויכט א סעודה זיך צו דערכאפן דאס הארץ, אדער אידן וואס האבן געהאט א צרה און געברויכט איינער זאל זיי אויסהערן איז דער צדיק אייביג געווען גרייט צו העלפן, ער האט באהאלטן זיין יחוס און נישט געוואלט מען זאל אים מכבד זיין.

ער האט עוסק געווען זיין גאנץ לעבן אין חסד מיט א באהאלטענקייט, ער האט באצאלט פאר 60 יונגעלייט וואס זענען געזעצן על התורה ועבודה, אויך האט ער אסאך ארימעלייט און אלמנות ארויסגעהאלפן מיט אלע צרכים וואס זיי האבן געברויכט, און דאס אלעס האט ער געטון מיט א באהאלטענקייט.

אויך האבן די נאנטע געוויסט אז דער צדיק האט נישט גערעדט קיין איבעריג ווארט און מקפיד געווען אויף כשרות אויף מאכלים מיט א מוראדיג הידור.
ער האט אסאך געפאסט, און ווען אידן זענען געקומען פאר ישועות האט ער געפאסט אנשטאט דעם איד כדי דער איד זאל געהאלפן ווערן מיט א ישועה, ער האט געהאט א מנהג יעדן ערב שבת קודש און יעדן ערב ראש חודש צו אויסזאגן גאנץ תהלים מיט א השתפכות הנפש.

צוביסלעך האבן אידן געזעהן זיין גדלות און מען האט אנגעהויבען קומען פאר ברכות און ישועות, מען האט אים דאן גערופען "רבי שלומקע", און אפילו נישט זייענדיג קיין רב האבן זיך טויזנטער אידן מדבק געווען אין דעם צדיק.
צוביסלעך איז ער באוויסט געווארן אלס א בעל מופת און א צדיק יסוד עולם.
ווען איינער איז געווען קראנק האט ער געזאגט א ער גייט אין מקו' און דערנאך האט ער געגעבן א תשובה, אידן האבן ביי דעם צדיק געזעהן ישועות חוץ לדרך הטבע.

בשנת תש"ב ווען די צייטן אין ארץ ישראל איז געווען גאר אנגעצויגן ווייל די נאציס ימ"ש האבן זיך דערנעטערט פון מצרים און מען האט נישט געוויסט וואס עס וועט פאסירן דארט אין ארץ ישראל.
איז דער צדיק רבי שלומקע צוזאמען מיט הרה"ק רבי ישראל מהוסיאטין זי"ע אריבער צום קבר פונעם אור החיים הקדוש זי"ע צו מתפלל זיין פאר הצלת אחינו בני ישראל בארץ ישראל הנתונים בצרה.
דאן האט הרה"ק רבי ישראל געזאגט אז די נאציס וועלן נישט אנקומען קיין ארץ ישראל ווייל די צוויי צדיקים האבן געזעהן א פייער ארום דעם קבר פונעם אור החיים הקדוש זי"ע.

דער צדיק האט די גאנצע צייט ווען די צווייטע וועלט מלחמה איז אנגעגאנגען פארגאסן טרערן אז אידישע קינדער זאלן געראטעוועט ווערן פון די רשעים, און ווי וואונדערליך האבן אידן פארציילט אז די טאג וואס די מלחמה האט זיך גענדיגט איז געווען בערך כ"ו אייר תש"ה ווען רוב אידן זענען דאן באפרייט געווארן פון די נאציס ימ"ש איז דער צדיק נסתלק געווארן.

אפילו זייענדיג גאר באהאלטן האט מען געקענט זעהן זיין גדלות ווען עס איז געקומען צו גאר שוווערע שאלות האט מען געקענט הערן זיין גאר פשוטע תשובות וואס איז געווען ביי אים ווי גאנץ פשוט, אבער די גדולים האבן ממש באוואונדערט אז א איד וואס מען זעהט נישט לערנען אזויפיל קען א געוואלד מיט תורה מיט א קלארקייט.

ער האט מאריך ימים געווען און פלעגט נישט גיין צו קיין אסיפות אלס עין הרע, איין יאר פאר זיין הסתלקות האט ער אויפגעשטעלט דעם ישיבות זוועהיל אין ירושלים.

ער האט איבער געלאזט זיין זוהן הרה"ק רבי גדליה משה זי"ע, וואס האט ממלא מקום געווען און ממשיך געווען דאס רבנות זוועהיל.

נסתלק לגנזי מרומים כ"ו אייר תש"ה, "יסוד שביסוד".
ומנוחתו כבוד איז אויפן הר הזיתים.

הונדערטער אידן זענען פוקד דעם ציון ביום היארצייט.
מען פארציילט אסאך מעשיות פון גרויסע ישועות וואס אידן זעהן ביי דעם ציון פונעם צדיק.

האדמורי"ם היינט וואס ציילען זיך צווישען זיינע אייניקלעך : האדמו"ר רבי גדליה משה מזוועהיל י"ם, האדמו"ר רבי משה נתן נטע מזוועהיל י"ם, האדמו"ר רבי יעקב לייב מזוועהיל מאנסי, האדמו"ר רבי אליעזר מזוועהיל מאנסי, האדמורי"ם משומרי אמונים, זוטשקא ב"ב, זוטשקא אמסנא, זוטשקא י"ם, ביאלא לענטשנא, אמשינאוו ב"פ, הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
לעצט פארראכטן דורך מרגלא בפומיה אום דינסטאג מאי 16, 2023 10:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: ר' שלמה (שלמה'קה) גאלדמאן מזוועהיל זצ"ל - כ"ו אייר תש"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

דער צדיק האט מפרש געווען די נוסח אונעם שטר תנאים "מצד האחד העומד מצד בנו החתן, ומצד השני העומד מצד הכלה" פארוואס זאגט מען די ווארט "מצד".
ווייל די עלטערן זאלן זיך נישט איינרעדן אז זיי ברענגען אריין דעם קינד צום שידוך.
דער באשעפער טוט אלעס, די עלטערן שטייען אין די זייט און זייער אחרית איז נישט ח"ו שטערן דעם באשעפער פון אויספירען דעם שידוך.

ווען מען איז אים געקומען פרעגן א עצה פאר קינדער וואס זאלן האבן יראת שמים, האט ער געזאגט אז מען זאל בענטשן ברכת המזון פון א סידור.
אויך ווען איינער איז געקומען פרעגן אויף תיקון המעשים, האט דער צדיק געזאגט אז גיין צאמקלויבען צדקה איז דאס בעסטע תיקון המעשים.

אינמאל האט מען אים געפרעגט פארוואס דער צדיק הרה"ק מהוסיאטין זי"ע לעבט מיט א הרווחה און די רבי לעבט א לעבן מיט עניות.
האט ער געזאגט אז עס איז דא צוויי מינע צדיקים איינער איז א "צדיק הדור" און איינער איז א "צדיק יסוד עולם" און דער הוסיאטינער איז דער צדיק הדור און דערפאר לעבט ער א לעבן מיט הרווחה, אבער איך בין דער "צדיק יסוד עולם" וואס יסוד מיינט אז איך ליג אויף דער ערד און דערפאר לעב איך א ארימע לעבן.

הגה"צ רבי אלי' ראטה זי"ע האט אמאל געברענגט פארן צדיק א נייע בגד און דאס געלייגט אויפן טיש, האט דער צדיק געזאגט אז פאר יעדן מענטש איז באשערט א סכום הנאה וואס ער זאל האבן פון די וועלט, און אויב א מענטש האט הנאה מער ווי דעם אויף די וועלט ווערט עס אראפגערעכנט פון זיינע זכותים אויפן עולם האמת, אבער אויב קומט פאר א מענטש א הנאה אויף די וועלט און ער האלט זיך צוריק פון הנאה האבן איז מען דורך דעם מוסיף פאר דעם מענטש הנאה אמיתיות אויפן עולם העליון.

אזוי ווי רבינו הקדוש זי"ע האט אויפגעהויבען זיינע הייליגע הענט פאר זיין הסתלקות און געזאגט אז ער האט נישט הנאה געהאט פון די וועלט.
לכאורה רבינו הקדוש האט געפירט א רייכע לעבן, ווי אזוי פארענטפערט מען וואס רבינו הקדוש האט געזאגט.

נאר יעדעס מאל עס איז פאר רבינו הקדוש אינטער געקומען א הנאה אויף די וועלט האט ער דאס מקדיש געווען פארן גרויסען באשעפער, און דורך דעם האט מען אים געשיקט נאך און נאך הנאות ווייל עס איז דאך סיי ווי סיי נאר געווען פארן באשעפער און נישט פאר אים, און נאך דעם מאמר האט דער הייליגער רבי שלומקע מזוויהעל זי"ע אנגענומען דעם נייעם בגד.

הגה"צ רבי בנימין רבינוביץ זי"ע האט געזאגט אז איינמאל אלס בחור איז ער געזעצן און געלערנט אונעם ביהמ"ד תפארת ישראל, אינמיטן הערט ער ווי איינער זאגט אים אריין עפעס אין אויער, ווען ער דרייט זיך אויס זעהט ער רבי שלומקע מזוויהעל זי"ע און דער צדיק זאגט אים, "בחור'ל לערן אויפן קול, וועסטו געדענקען וואס די לערנסט".

הגה"צ רבי נטע פריינד ז"ל האט פארציילט אז ער איז איינמאל געווען מיט רבי שלומקע מזוויהעל זי"ע אין מקו', און ער האט דערמאנט א קרוב זיינער וואס איז נישט געזונט געווען, האט זיך דער רבי שלומקע א טובל געטון און ווען ער האט ארויסגענומען זיין קאפ פון מקו' האט ער געזאגט "גיי זאג איר אז ס'איז גארנישט", און כך הוה די קרוב איז געזונט געווארן.

הרה"ח רבי שניאור אייזענבאך ע"ה האט פארציילט א מעשה וואס ער האט מיטגעהאלטן, ביי א איד איז א קינד זייער נישט געזונט געווארן, איז דער איד געגאנגען צום חזון איש זי"ע זיך מזכיר זיין, האט דער חזון איש געזאגט פאר דעם איד גיי צו הרה"ק מזוויהעל זי"ע.

איז דער איד אריבער צו רבי שלומקע און מזכיר געווען זיין קינד, רבי שלומקע איז גלייך געלאפן אין מקו' און ווען ער האט ארויסגענומען דעם קאפ פון מקו' האט ער דעם איד געזאגט אז ער זאל זיך אינטערנעמען צו מדקדק זיין און הבדלה וועט דער קינד געזונט ווערן, האט דער איד טאקע מודה געווען אז לעצטענס איז ער נתרשל געווארן און הבדלה, דער איד האט זיך דאס אינטערגענומען און זיין קינד האט געהאט א רפואה שלמה.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: ר' שלמה (שלמה'קה) גאלדמאן מזוועהיל זצ"ל - כ"ו אייר תש"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

דער צדיק פלעגט אסאך גיין צום כותל המערבי, ער פלעגט מקפיד זיין צו גיין דורכ'ן "שער שכם" וויבאלד די אנדערע וועג דורך "שער יפו" דארף מען דורך גיין פלעצער וואס זענען נישט געהעריג צניעות'דיג.
איין ערב שבת האט דער באגלייטער געזאגט פארן צדיק אז דער דרך שכם איז א סכנה ווייל די אראבער'ס ווארטן אפ אידן און ווילן זיי מזיק זיין, אבער דער צדיק האט נישט געוואלט הערן פון גארנישט, טאקע שפאצירענדיג דורך שער שכם זענען ארויסגעקומען אפאר אראבערס און געשלאגן דעם צדיק.
ווען דער באגלייטער האט געזאגט פארן צדיק "איך האב דאך געזאגט פארן רבין אז מען קען כאפן שלעק דא אויף דעם וועג" האט דער צדיק מיט א פשטות צוריק געזאגט "בעסער א קלאפ און די גוף, ווי איידער א קלאפ און די נשמה".

ר' מרדכי פריימאן פארציילט אז איינמאל איז ער געגאנגען פרעגן וועגן א שידוך, און כדרכו בקודש האט ער געזאגט אז מארגן נאך די מקו' וועט ער ענטפערן.
די קומענדיגע טאג ווען דער צדיק איז צוריק געקומען פון די מקו' האט ער אנגעקלאפט ביי מיר אין שטוב און געגעבן די תשובה,
ער האט זיך נישט געהאלטן פאר עפעס און עס האט אים געפאסט אריינצוקלאפן אין שטוב צו געבן דעם תשובה.

די טאטע הרה"ק רבי מרדכי הראשון זי"ע האט מקפיד געווען זיך צו וואשען די הענט דווקא פון א כלי וואס האט נישט קיין הענטליך, און ער האט ביי זיך אין שטוב געהאט אסאך אזאנע כלים.
איין טאג ווען מען האט פארן טאטן געברנגט די כלים זענען איינס נאכן אנדערן אראפגעפאלן און זיך צובראכן,
האט מען געברענגט נייע כלים פונעם שאפע האט דער טאטע געזאגט אז די זענען נאכניטש גע'טובל'ט געווארן און נישט געוואלט זיך משתמש זיין דערמיט.
ווען דער קינד שלמה האט געפרעגט דעם טאטן פון ווי ער ווייסט אז די כלים זענען נאכנישט גע'טובל'ט, האט די טאטע געזאגט מיט וואונדער "מיין קינד די זעסט נאכנישט".
און פאר זיינע ארימיגע האט דער טאטע געזאגט, דער זוהן זעהט גאנץ גוט נאר ער פירט זיך מיט א באהאלטענקייט.

אלס קינד ווען ער איז געווען ביים טאטן אין שטוב האט א איד אריין געקלאפט, ווען דער קינד האט אויפגעמאכט דעם טיר, האט דער איד געזאגט אז ער ברויך זיך זייער וויכטיג מזכיר זיין פארן טאטן, האט דער קינד געזאגט אז די טאטע איז נישט יעצט אינדערהיים,
אבער ער האט געזעהן אז דער איד איז זייער בצער, האט ער געפרעגט דעם איד וואס גייט פאר.
האט דער איד געזאגט אז ביים עסן איז אריין א ביין אין זיין האלז און ער האט געפערליכע יסורים אונעם האלז און דערפאר איז ער זיך געקומען מזכיר זיין ביים טאטן.
די צער פון דעם איד האט צוגעטרעטן צום הארץ פון דעם קינד שלמה, האט ער פאר דעם איד געזאגט נעם א גלעזל אויל און טרינק דאס אויס וועט זיך די ביין אוועקריקען און עס וועט דיר גרינגער ווערן, דער איד האט געפאלגט און לפלא די ביין איז ארויס.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ר' שלמה (שלמה'קה) גאלדמאן מזוועהיל זצ"ל - כ"ו אייר תש"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

לחיים לחיים טובים ולשלו' זי"ע ועכי"א

יישר כח פאר מרגלי' בפומיה פאר די שיינע ענינים..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: ר' שלמה (שלמה'קה) גאלדמאן מזוועהיל זצ"ל - כ"ו אייר תש"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

תקופת פטירתו של ר' שלומ'קה היתה בסוף ימי הזעם עת מלחמת העולם השניה , והיום בו נסתלק ר' שלומ'קה היה יום נפילת הנאצים לפני צבאות בנות הברית, כ"ו אייר תש"ה בספירת יסוד שביסוד, ואמרו העולם כי בשמים היה הוא מנהיג את המלחמה ומשפעל מה שפעל למפלת הרשעים כבר יכול היה להסתלק !!

בכל אשר דרכה רגלו השאירה הופעתו של רבינו שובל של ברכה וישועה, פרנסה ורפואה. והיו בעלי המכולות בירושלים אומרים, כל אחד מהם בפני עצמו, שמאז דרכה רגל רבינו בחנותם בכדי לקנות משהו, נכנסה ברכה בעמלם וראו ריבוי של שפע במסחרם. כל אחד מהם למן היום בו הופיע רבינו לראשונה בחנותו !
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: ר' שלמה (שלמה'קה) גאלדמאן מזוועהיל זצ"ל - כ"ו אייר תש"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מרגלא בפומיה האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 10:38 pm
הרב הקדוש המפורסם צדיק יסוד עולם מופת הדור רבינו שלומ'קה איז געבוירן בשנת תרכ"ט. צו זיין טאטע הרה"ק רבי מרדכי מזוויהעל זי"ע,
בן הרה"ק רבי יחיאל מיכל זי"ע, בן הרה"ק רבי משה ראש שושלת זוויהעל זי"ע, בן הרה"ק רבי יחיאל מיכל המגיד מזלאטשוב זי"ע,
און צו זיין מאמע די טאכטער פון הרה"ק רבי שלמה מגראנוב זי"ע
ויקרא שמו בישראל שלמה נאך הרה"ק רבי שלמה מקארלין זי"ע
וואס איז די מקור אז האט געהייסן נאך רבי שלמה מקארלין?
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: ר' שלמה (שלמה'קה) גאלדמאן מזוועהיל זצ"ל - כ"ו אייר תש"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

נחוניא האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 11:46 am
מרגלא בפומיה האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 10:38 pm
הרב הקדוש המפורסם צדיק יסוד עולם מופת הדור רבינו שלומ'קה איז געבוירן בשנת תרכ"ט. צו זיין טאטע הרה"ק רבי מרדכי מזוויהעל זי"ע,
בן הרה"ק רבי יחיאל מיכל זי"ע, בן הרה"ק רבי משה ראש שושלת זוויהעל זי"ע, בן הרה"ק רבי יחיאל מיכל המגיד מזלאטשוב זי"ע,
און צו זיין מאמע די טאכטער פון הרה"ק רבי שלמה מגראנוב זי"ע
ויקרא שמו בישראל שלמה נאך הרה"ק רבי שלמה מקארלין זי"ע
וואס איז די מקור אז האט געהייסן נאך רבי שלמה מקארלין?
קובץ שושילתא ב

SharedScreenshot.jpg
SharedScreenshot.jpg (262.7 KiB) געזען 231 מאל
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: ר' שלמה (שלמה'קה) גאלדמאן מזוועהיל זצ"ל - כ"ו אייר תש"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

איך האב געזען אין גליון אורות תשע"ח אז ער איז מטיל ספק בזה אז רבי שלמה מגראנוב אבי אמו של רבי שלומקע זאל האבען געווען א איידעם [עכ"פ ביי די זיוויג]
בי רבי איצק'ל גראנובע'ר [בנו של רבי מרדכי מקרעמניץ וחתנו של רבי שלום שכנא מפראהביטש]
ווייסט איינער מער פרטים ?

כבוד הרב האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 10:13 am
איך האב געזען אין גליון אורות תשע"ח אז ער איז מטיל ספק בזה אז רבי שלמה מגראנוב אבי אמו של רבי שלומקע זאל האבען געווען א איידעם [עכ"פ ביי די זיוויג]
בי רבי איצק'ל גראנובע'ר [בנו של רבי מרדכי מקרעמניץ וחתנו של רבי שלום שכנא מפראהביטש]
ווייסט איינער מער פרטים ?
למעשה זעה איך עס אויך דא
אבער איך זעה נישט קיין המשך אין די שמועס איך בין נייגעריג צי עס איז דא א שטיקל מסקנא ?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”