בן בוזי האט געשריבן:אויפן
ערשן בלאט פון דער אשכול איז דא א בילד פונעם מציבה איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז אויפן מציבה שטייט אויף געשריבן אז זיין נאמען איז געגעבן געווארן נאכן הייליגער בארדיטשובער רב.
דער גאנצער מציבה בכלל איז אינטערעסאנט (געשריבן עפ"י צוואתו) צום סוף דערמאנט מען אז ער האט משמש געווען בקהלתינו ערוגת הבשם (ס'זעהט אויס געשריבן שלא עפ"י צוואתו) ס'איז אינטערעסאנט אזא אויף שריפט אויף א מציבה (אריין אין אינטערעסאנטע אויפשריפטן אויף מציבות, אשכול), און מסתמא האט ער געהאט א פשוטער כוונה דערביי אז דער בארדיטשובער רב זאל זיין זיין מליץ יושר -א גוטער אדוואקאט אויף יענער וועלט, דאך איז עס אינטערעסאנט. זי"ע
אז מען רעדט וועגן דעם נוסח המציבה עפ"י צוואתו
דארף מען אפשר מעורר זיין אז
אויף די מצבה שטייט המפורסם אן א יו"ד, עס איז מיר געווען א חידוש ווייל ער איז געווען א שטארקער בעלזער חסיד און אין בעלז איז געווען א קפידה צו שרייבן המפורסים מפסיק צו זיין צווישן די ס' און די מ' (כן הם על כל המצבות של אדמור"י בעלזא וראה תל תלפיות (עמוד 438) בענין זה
למעשה איז געדרוקט געווארן לעצטענס דער ספר בצלם דמות תבניתו און עס איז אריינגעדרוקט די קאפיעס פון די כתב יד פון זיין צוואה, און ער שרייבט קלאר "המפורסים" מיט א יו"ד,
זעהט אויס אז מען האט געמיינט אז עס איז א גרייז, ואולי צריך שאלת חכם אם צריכין לתקנו כצוואתו? ודי בהערה זו