מי יודע האט געשריבן:עס איז מיר גיט האט געשריבן:פארוואס האט די ברך משה נישט געגעבען פאר א זוהן א נאמען נאך זיין טאטע, ווייל ער איז אוועק יונג?
אין פארוואס האבען זיינע קינדער יא געגעבען?
ער האט געהאט א חיים צבי בזיווג ראשון וואס איז אוועק ביי די קריג
פארציילט אדמו"ר מ'סאטמאר מהר"א אז ער און און אזוי אויך די אנדערע קינדער האבן קיינמאל נישט געוואוסט אז דער רבי ז"ל האט געהאט א משפחה פאר'ן קריג ווייל ער האט קיינמאל נישט גערעדט פון זיינע קריג יארן
ער האט זיך אלס געווינדערט אז ער האט א ברודער וואס הייסט נאכ'ן קדושת יו"ט און ער האט א ברודער וואס הייסט נאכ'ן ייטב לב פארוואס האט ער נישט קיין ברודער וואס הייסט נאכן עצי חיים?
האט ער איינמאל געפרעגט דעם טאט'ן פארוואס ער האט נישט קיין ברודער חיים הערש
האט אים דער טאטע געענטפערט "ווייל אזוי" נישט וועלנדיג רעדן פון יענע יארן
שפעטער האט שוין דער רבי געהערט אז עס איז געווען א משפחה פאר'ן קריג אבער פארדעם האבן זיי קיינמאל נישט געוויסט דערפון