ליסקא איז די עכטע נאמען פון שטאט.dovidal האט געשריבן:איז דאס רבי מענדעלע לינסקער ? ליסקא ?
זעהט די הסכמה
רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 864
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
- לאקאציע: עיה"ק ירושלם תובב"א
Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו

ווייס איךשטאפיק האט געשריבן:ליסקא איז די עכטע נאמען פון שטאט.dovidal האט געשריבן:איז דאס רבי מענדעלע לינסקער ? ליסקא ?
זעהט די הסכמה
אבער פארוואס שרייבן זיי קיינמאל ניט לינסק ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו
עותק הגה"ק רבי מנחם מענדל ראבין אב"ד לינסק אבי הרה"ק רבי נפתלי צבי מרופשיץ.
https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/app ... 9F?lang=he
https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/app ... 9F?lang=he
Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו
אם מותר לשאול על דבר גדול מאן יימר, כי איני רואה שם חוץ שאנשים החיים אתנו מאשרים מאיזה סיבה, מה ההוכחה שמדובר בלינסק ?
הרי רובין והורביץ יש הרבה מאד בכל עיירות, ואף שיכול להיות שכן, הרי יכול להיות שלא, יש איזה הוכחה לכך.
הרי רובין והורביץ יש הרבה מאד בכל עיירות, ואף שיכול להיות שכן, הרי יכול להיות שלא, יש איזה הוכחה לכך.
Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו
וודאי שמותר לשאול, מען קין אלעס אויסשמועסן רוהיגערהייט.
קודם קוקט מען וואס עס שטייט אינעם ספר שלפנינו "שייך להגאון מהר"ם ראבין" און בלועזית Marcus Rabin, Mandel Horowitz.
דהיינו א גאון וואס זיין ערשטע נאמען הייבט זיך אן מיטן אות מ וואס האט געהייסן ראבין (נישט רובין) און אויך מענדל הארוויץ.
דערנאך קוקט מען ווען די כתבים הנ"ל זענען געשריבן געווארן. פון די צורת הכתב והדיו קוקט עס אויס צו זיין פון די ערשטע האלב משנות התק.
יעצט שטעלט מען צאם די פאקטן אז א גאון מענדל ראבין/הארוויץ פון יענע יארן מיינט רבי מענדעלע לינסקער.
דערנאך פרעגט מען אן ביי די מומחים הידועים פון די גזע דהיינו הרבנים האחים הארוויץ מו"ל הספר הנפלא זרעא קדישא-לינסק וואס האבן שוקל געווען די זאך און צוגעקומען צו די זעלבע מסקנה. אויך איז די ספר געווען למראה עיני המבין הרב שמעריל ציטראנענבוים.
גראדע איז דער ספר שפעטער געווען פאר לאנגע יארן אין א געוויסע גאליציאנע אוסף.
צו מען קען על סמך דעם מתיר זיין א עגונה לשוק? געוויס נישט, אבער דאס איז די נענסטע צום אמת וואס מען קען מברר זיין, ספעציעל ווען עס איז היינט כמעט גארנישט פארבליבן פון רבי מענדעלע לינסקער.

יישר כח פארן שיינעם ענטפער, אבל עדיין לא נושענו
פארוואס עפעס איז ער דער איינציגסטער גאון בשם מ' אין תקופת הת"ק
מ'קען זאג אז ס'איז אפשר ער, אבער ס'איז נישטא קיין שום הוכחה מדבריך, ס'ווערט עפעס אראפגעשטעלט ווי א פאקט בלי שום ספק, עס האט נישט קיין ראי'.
ווער זאגט בכלל אז מארקוס רובין און מאנדל הורביץ איז איינס? חוץ מזה איז ידוע אז די רבנים האבן געהייסן בשם ראבין, זייער גאנגבאר, מסתמא ווייסטו
נאכן קוקן גרונטליכער יעצט, זעט מיר אויס, אז עס שטייט דארט, מארקוס רובין, ... נאך איינער רובין.. אין לעמבערג, דערנאך מאנדעל האראוויטץ, אונטן שטייט 'ברין' זעהט אויס.
אויב שטייט טאקע אזוי, איז עס אפשר איינע פון די לעמבערגע ת"ח
הרב @הסרפד קענסט העלפן אויסליינען ?

נאכאמאל עס שטייט נישט ראבין אדער ראבינער הורוויץ. עס שטייט קלאר אז דער גאון'ס משפחה נאמען איז געוואן ראבין. נא אדרבה געב א שיס אפאר נעמען פון גאנים ממחצית הראשון של שנות הת"ק וואס זייער משפחה נאמען איז ראבין, זייער ערשטע נאמען הייבט זיך אן מיט מ, און זיי הייסן אויך הארוויץ.
Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו
האסט זעט אויס נישט פארשטאנען אדער געליינט וואס איך שרייב, ווייל איך באריר די אלע זאכן.יש מבין האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:48 pmנאכאמאל עס שטייט נישט ראבין אדער ראבינער הורוויץ. עס שטייט קלאר אז דער גאון'ס משפחה נאמען איז געוואן ראבין. נא אדרבה געב א שיס אפאר נעמען פון גאנים ממחצית הראשון של שנות הת"ק וואס זייער משפחה נאמען איז ראבין, זייער ערשטע נאמען הייבט זיך אן מיט מ, און זיי הייסן אויך הארוויץ.
משפחה נאמען רובין איז געווען גאר א גאנגבארע נאמען פאר רבנים, געווען היבש אסאך.
עס שטייט נישט אז ער הייסט אויך הורביץ, דאס איז דיין חידוש.
עס שטייט אויך נישט אגב אז דער גאון'ס נאמען הייבט זיך אן מיט א מ"ם, עס קען זיין ער האט געהייסן מהר"ם, אבער דאס איז שוין נישט אזוי מסתבר.
נאך אלע מעשיות זע איך נאך אלץ נישט די ברירות אפילו לשיטתך איז עס נישט מער ווי א ספק א גוטע השערה, אדער מער, אבער בכלל נישט קיין דבר פשוט.
Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו
ער שרייבט דאך קלאר אז ס'איז אייגענע השערות ווייל ווער דען קען עס זיין
קודם איז ווי די זאגסט אסאך צדיקים האט מען גערופן ראבין אלס ראבינער אין די אלטע היים אין שטיפענעשט האט מען די צדיק רבי אברהם מתתיהו גערופען " מארלה ראבין " צדיקים וואס האבן געהייסן מ ראבין איז רבי מאיר ראבין פון גלאגוב, רבי מענדעלע רובין פון גלאגוב ( רובין און ראבין איז דאך ממש איינס אזוי ווי איינער שרייבט הגר אדער האגער משפחה נאמען רובין זענען דא חתימות פון זיי עטליכע שרייבן רבין, אדער ראבין, אדער רָבין, און עס זענען דא אייניקלעך (פון די גלאגובער משפחה) וואס האלטן דאס פאר א מסורה און שרייבן נאך היינט אזוי.
אפשר איז עס איינער משפחה מיט רבי שמואל אהרן ראבין תלמיד פון צאנזער רב וואס ער אליין האט געהאט א זון רבי מנחם מענדל ראבין אדער גאר א ערליכע שוסטער מיסטער ראבין פון די אלטע היים....
בקיצור אזוי צו אזוי איז עס נישט ברור, דאס אז ס'איז געווען למראה עיני רבי שמערל זאגט דאך גארנישט.. לאמיר הערן וואס ער האט געזאגט... אז די ווילסט וויסן מער מאך א טעלעפאן קאל צו איינער פון די הורוויץ וואס זיי שרייבן הער פון אים און זיי פושט די ספק ספיקא ביז דערווייל איז עס א תיקו

קען אויך זיין א קרוב פון ר' מענדלע לינסקער, איינער פון די משפחת רובין פון לינסק, וואס האבן געהייסן רובין און געווען א רבני'שע משפחה.
Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו
די גארליצע אשכול לעבט נאך? (ארבעט נישט ביי מיר)מיללער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 29, 2010 8:07 amאויסער דעם ראפשיצער רב זצ"ל, האט ר' מנחם מענדל מלינסק געהאט נאך א זוהן ר' יעקב יוקל מבאלחוב, וועלכער איז שוין דערמאנט געווארן אין אנדערע אשכולות (בעיקר אינעם גארליצער אשכול).
ר' יוקל מבאלחוב האט געהאט א זון וועלכער האט אים ממלא מקום געווען אין באלחוב, ר' מנחם מענדל הורוויץ בעמח"ס שושנת יעקב על חו"מ, זיין זוהן ר' לוי יצחק הורוויץ איז געווען שפעטער דער רב אין באלחוב, דא האט אן אייניקל ארויפגעשטעלט בילדער פון די דריי מציבות הרבנים ממשפחת הורוויץ מבאלחוב.
ווי דערמאנט איז ר' שמואל ט"ב אב"ד גארליץ ב"ר אלעזר ניסן בן מרן היש"מ, געווען אן איידעם ביי ר' מנחם מענדל מבאלחוב הנ"ל.
איך בין דא מעתיק א תגובה פונעם ארטיגען אשכול וועלכע באהאנדלט דעם איידעם פון ר' לוי יצחק מבאלחוב
Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו
עס עקזיסטירט נאך, דער לינק איז אפילו ריכטיג, משום מה ארבייט עס נישט. אפשר אויף דעם פארמאט:
מיללער האט געשריבן: ↑מאנטאג מארטש 01, 2010 9:09 amמען האט דא דערמאנט ר' מנחם מענדל הורוויץ מבאלחוב, וועל איך דא צושטעלן איבער אים וואס איז געמאלדון געווארן אויף די שפאלטענעס פון 'זשאיש זשען' רבנישע אפטיילונג, און אפשר אז עס וועט עפעס ווערן קענען די גבאים מאכען א באזונדערע אשכול איבער די איש-הורוויץ משפחת הלווים.מיללער האט געשריבן:ר' שמואל איז געבוירן צו זיין פאטער ר' אלעזר ניסן ט"ב אב"ד דרוהביטש בן מרן הישמח משה מאוהעל און צו זיין מוטער בתה של הרה"ק ר' אהרן מחודרוב, כשהגיע לפרקו איז ער געווארן אן איידעם ביי הרה"ק ר' מנחם מענדל הורוויץ מסקאהל ובאלחוב בעמח"ס שושנת יעקב על חושן משפט, ב"ר ישראל יעקב יוקל מבאלחוב.
אויפן פלאץ פון ר' מנחם מענדל מבאלחוב איז אויפגענומען געווארן זיין זוהן ר' לוי יצחק הלוי איש-הורוויץ אלס אב"ד באלחוב, דער ר' לוי יצחק האט געהאט אן איידעם ר' גור-ארי' הכהן הורנשטיין וועלכער איז ווייזט אויס געווען א באיאנער חסיד און ליגט אין וויען סמוך ונראה צו רבו מבאיאן זצ"ל (ווי אויפגעקריצט אויף זיין מציבה, זעה בילד).
היצט, דער נאמען 'גור ארי' און 'הארנשטיין' געפונען זיך ביידע אין חב"ד (ווי ערווענט האט דער מהריי"צ געהאט אן איידען ר' מנחם מענדל הארנשטיין וועכלער איז געווען א חבד'סקער אייניקל) איז די שאלה צו דער איז אויך פון די ליובאוויטשער משפחה, און ווי ער קומט קיין באיאן?
-
- שר האלף
- תגובות: 1808
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am
Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו
עס מאכט נישט אסאך אויס, אבער דער לינק איז נישט ריכטיג [שטייט index במקום viewtopic]
וכצ"ל viewtopic.php?p=328206#p328206
Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו
יישכ”ח
מ'האט געמעקט דעם אנדערן אשכול ממילא ברענג איך עס אהער,
(אהל נפתלי סימן רכז)
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 71&hilite=
ער שרייבט אז ר’ יוקל איז געווען פארכאפט אין די שטאט בארדיטשוב ביי תלמידי הרמ”ד שר”י און חברת ברלין והיה לאביו צער על זה ובשביל זה נסע לר’ מיכלי זלאטשיווער ונעשה חסיד