רבי שלמה מראדאמסק התפארת שלמה זצ"ל - כ"ט אדר תרכ"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

מומחה יוחס האט געשריבן:היינט איז דער יא''צ פין דער הייליגע תפארת שלמה זי''ע ועכי''א

כידוע איז ער צוויי מאל געפארן קיין צאנז
איין מאל אויף שבועות
אין איין מאל סתם א שבת

נאך א יאר פין דער פטירה פין דער הייליגע רודומסקער זי''ע איז אויסגעקומען איינע זאל זיין אין צאנז ביי די הייליגע צאנזער רב זי''ע אין האט דערמאנט איבער דער יא''צ פין דער תפ''ש
הערענדיג דאס האט ער געהייסן מען זאל מאכן א ספעצילע סעודה [ער פלעגט זיך וואשען יעדען טאג כידוע] אין בשעת דער סעודה גערעדט די גרויסקייט פין איהם האט ער געזאגט אז בחיים חיותו האבן מיר איהם נישט דערקענט אזוי שטארק זיין גרויסקייט ווי יעצט

זי''ע ועכי''א

דער צאנזער רב זי"ע האט שוין דעמאלטס געהאלטן נאך די מקוה פארן דאווענען, הערענדיג אז סיז דעם תפארת שלמה'ס יארצייט איזער נאכאמאל געגאנגען אין מקוה און בשעת די סעודה האטער פארגעלערנט שטיקלעך פונעם תפארת שלמה על מועדים וואס איז שוין דעמאלטס געווען געדריקט, זיעואכי"א
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

הרבנית רבקה בתו של הרה"ק בעל תפארת שלמה זי"ע

אויפן אלטן ביה"ח אין צפת [פון אונטן זעהט מען איר מאנ'ס מצבה]
אטעטשמענטס
IMG_7123.JPG
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מיללער האט געשריבן:אויסער די דריי זון האט דער הייליגער תפא"ש געהאט דריי איידימער:

1. ר' ליפמאן ליטמאנאוויטש דער שווער פונעם שם משמואל מסאכאטשוב בנו ומ"מ האבני נזר
2. ר' ישראל בראן
3. ר' יחיאל הלוי לאנדא פון קאמינסק נפטר בצפת- שווער פון ר'' אביגדור עזרא זילבערשטיין פון ראדאמסק פאטער פון ר' אברהם שמואל צבי זילבערשטיין אב"ד טאראנטא.

רבי יחיאל ב"ר פלטיאל הלוי, נפטר ו' טבת תרע"ו
אטעטשמענטס
IMG_7159.JPG
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:אויסער די דריי זון האט דער הייליגער תפא"ש געהאט דריי איידימער:

1. ר' ליפמאן ליטמאנאוויטש דער שווער פונעם שם משמואל מסאכאטשוב בנו ומ"מ האבני נזר
2. ר' ישראל בראן
3. ר' יחיאל הלוי לאנדא פון קאמינסק נפטר בצפת- שווער פון ר'' אביגדור עזרא זילבערשטיין פון ראדאמסק פאטער פון ר' אברהם שמואל צבי זילבערשטיין אב"ד טאראנטא.


ר' ליפמאן ליטמאנאוויטש חדב"ן הרה"ק בעל תפאר"ש האט געהאט א זון בשם ר' יצחק שלמה ליטאמאנאוויטש, ער אזי געווען אן איידעם ביים חדות יעקב פון לאסק.

א לאדענונג צו די חתונה פון זיין זון ר' יחזקאל - לאחרת פטירתו - אונטערגעשריבן דורך זיין רביצין
http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 41#p236041

בילד
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:ר' שלמה חנוך מראדמאסק הי"ד! די נייעס ווערט באריכטעט אין הפרדס איבער די אומקום פון ר' שלמה חנוך מראדאמסק הי"ד.

דער איידעם ר' דוד משה הכהן ראבינאוויטש הי"ד איז אויך געווען אן אייניקל בא"ב פונעם תפארת שלמה, זייענדיג דער זוהן פון ר' נתן נחום הכהן ז"ל אדמו"ר מקרימילוב בן החסד לאברהם, אויסער ר' דוד משה האט דער קרימילובער רבי געהאט א זוהן ר' אלימלך וועלכער איז קודם געווען רב אין קאמינסק דערנאך אין זאוויערטשא, און א איידעם ר' חנוך העניך בורנשטיין בנו של השם משמואל מסוכוטשוב זצ"ל.




עס איז ערשינען א ניי-ספר "זכר כהן" חידושים על הש"ס - מלוקט מתוך שרידי הכתבים של הגה"ק רבי דוד משה הכהן זצ"ל-הי"ד מראדומסק ור"י כתר תורה, באגלייט מיט הערליכע תולדות פון שושלת קרימילוב והמסתעף.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

בן אחר בן?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

איז היינט צו טאג דא אייניקליך בן אחר בן פונעם "תפארת שלמה זיע"א?.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

צדיק גוזר והקב"ה מקיים,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

ווען די תפארת שלמה זיע"א איז געווען די גרויסע שבועות אין צאנז האט די תפארת שלמה געדארפט אינמיטן טיש פונעם צאנזער רב ארויסגיין,און ווען ער איז צוריקגעקומען,איז געווען "א'גרויסע גידרענגעניש" פון דעם ריזיגן עולם וואס איז געווען דארטן,האט מען געמאכט א'וועג פארן תפארת שלמה,איז געווען דארטן א'פשוטע איד פון א'דארף נעבען לימענאוו,און ער איז געווען זייער א'ברייטער מענטש,ברייט ווי א' פאס,הויעך ווי א'טיר,און ער האט נישט געוואלט לאזען דעם ראדאמסקער רבי 'ן א'דארכגיין,און ער האט זיך אנגערופן,ביים רב זענען מיר אלע גלייך,נישט דא קייו מיוחסים,איז געקומען אינגעלייט און מ'האט אים אריבער געפירט.

ביים א'היים פארן,האבן לימנאווער אידן גענומען א'וועגעלע,צו זאמען מיט דעם עזות פנים ,"האט זיך איבערגדרייט דאס וועגעלע",און יענער פערשוין איז שווער פארוואונדערט געווארן,און ער איז געווארן א'קאליקער ל"ע,און נישט געקענט שטיין אויף זיין אייגענע פיס,און מ'האט אים צוריק געטראגן קיין צאנז,"און זיי האבין אים אריינגעטראגן אויף א'בעטיל צום צאנזער רב זיע"א",
האט ער א'קוק געטוהן אויף אים,און זיך אנגערופן,דאס איז נישט פון מיר,נעמט אים אריין צום ראדאמסקער רבי,און מ'האט אים אריין געטראגן צום תפארת שלמה,און ער האט אים אנגעקוקט,און אים אנגעשריגן, "דו עזות פנים שטיי אויף און טראג דיך אפ פון דא",האט ער זיך אויפגעשטעלט פונעם בעטיל און געגאנגען כאחד האדם.

(דאס האט פארציילט ר' חיים אלעזר שטענגיל ע"ה,וואס האט עס געהערט פון זיין זיידע הגה"צ ר' נפתלי מיללער ז"ל ראב"ד גארליץ).
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

געהערט פון א בעל דרשן.

איינמאל איז אריינגעקומען צום תפארת שלמה א ארימאן זיך אויסוויינען צו אים אז ער דארף חתונה מאכן א קינד ואין בידו לפורטה, האט אים דער תפארת שלמה געגעבן אן אדרעס צו איינע פון זיינע רייכע חסידים (כידוע האט געהערשט א שפע ביי זיינע חסידים ) אז ער זאל אהינגיין און יענער וועט אים העלפן.

מיט א שעמעוודיגען פנים קלאפט ער אריין צו יענעם גביר אינדערהיים און ווארט אז יענער זאל עפענען, ענדליך הערט ער טריט, די טיר מאכט זיך אויף און דער גביר באווייזט זיך, אנגעטוהן מיט א גארטל און האלטענדיג א תהילים צו א סידור און ס'האנט, ווי דער גביר כאפט וואס יענער וויל, גיבט ער אים א מאך מיט די האנט נו!נא! (א קענטליכע מינע די טעג... ) -ווי צו זאגן- נישט יעצט איך האלט אינמיטן דאווענען, זאגן תהילים, וואטעווער. דער עני שפאצירט אוועק און מיט א צוקלאפטן געמיט מאכט ער זיין וועג צוריק צום הייליגען תפארת שלמה, און מיט א וויינענדיגע שטימע פארציילט ער פארן רבין דעם נגיד'ס -נישט צו העפליכע- קבלת פנים, דער תפארת שלמה רופט זיך אן, 'נישט געזארגט', לאז עס פאר מיר.

גייט אריבער א שטיק צייט און דער נגיד שטאט אפ א באזוך ביים רבין זיך צו געזעגענען און מזכיר זיין לטובה זיך, זיין שטוב, און זיינע געשעפטן, אזוי זיצענדיג ביים רבין, פרעגט אים דער רבי, ס'שטייט 2 מאל אין די תורה א אנאנימער 'איש' איין מאל ביי יעקב ויאבק איש עמו און איינמאל ביי יוסף וישאלהו האיש מה תבקש, פארוואס אין פ' וישלח מיינט דאס שר של עשיו און אין פ' וישב מיינט דאס מלאך גבריאל ?

איז אים דער תפארת שלמה מסביר, אז ווען איינער האט נישט קיין צייט צו בענטשען/העלפן א 2ט'ן איד ווייל 'הגיע זמני לומר שירה' איז עס שר של עשיו!, ווען איינער זעהט איינער איז אומבאהאלפן, און לויפט אים צו פרעגן 'האו קען איי העלפ יו ?' -נאך פאר יענער האט א געלעגענהייט צו בעטן-, דאס איז מלאך גבריאל!
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל ומשיב »

יוראפ האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אויסער די דריי זון האט דער הייליגער תפא"ש געהאט דריי איידימער:

1. ר' ליפמאן ליטמאנאוויטש דער שווער פונעם שם משמואל מסאכאטשוב בנו ומ"מ האבני נזר
2. ר' ישראל בראן
3. ר' יחיאל הלוי לאנדא פון קאמינסק נפטר בצפת- שווער פון ר'' אביגדור עזרא זילבערשטיין פון ראדאמסק פאטער פון ר' אברהם שמואל צבי זילבערשטיין אב"ד טאראנטא.

רבי יחיאל ב"ר פלטיאל הלוי, נפטר ו' טבת תרע"ו

איך האב א ספר מיט חתימות ר' יחיאל הלוי לאנדא חתן התפארת שלמה. אויף איינס שרייבט ער נאר יחיאל הלוי אבער עטליכע אנדערע איז דא א לאנגע חתימה יחיאל ישראל אלכסנדר זושא מקאמינסק, ער ווערט אבער איבעראל דערמאנט נאר מיטן נאמען ר' יחיאל, ווייס איך נישט וואס איז פשט.

אויכעט אויב איינער האט עקסעס צו אוצר החכמה אויב ער קען ביטע מעתיק זיין פון ס' מלכות בית ראדומסק וואס עס שטייט אויף ר' יחיאל בדף 443 וואלט איך געווען דאנקבאר.

אגב, איז דא פון עם דורות היינט צוטאגס?
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

סמארט איך האב נאך געהערט די מעשה פון ר' יענקעלע פשעווארסק
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

היינט איז די יאהרצייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

זכותו יגן עלינו ועכ"י
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

הרה"ק רבי שלמה הכהן ראבינאוויטש זיע"א בעל תפארת שלמה
בן הרה"ק רבי דוב צבי זיע"א מוולאשצאווי
כ"ט אדר ב' תרכ"ו


רבינו הרה"ק רבי שלמה הכהן ראבינאוויטש בעל תפארת שלמה מראדאמסק זי"ע נולד בוולאשצווי בשנת תק"ס לאביו הרה"ק דוב צבי הכהן ראבינאוויטש מוולאשצאווי זי"ע (בן הגה"ק ר' אריה ליבוש הכהן אב"ד שדה חדש זי"ע בן הגה"ק ר' אלעזר הכהן אב"ד וואדיסלב זי"ע שאצלו הי' ספר יוחסין באותיות מוזהבות עד אהרן הכהן ע"ה). ולאמו הרבנית הצדקנית מרת פרומט ע"ה בת הרה"ק ר' שלמה מפינטשוב בעל יקהל שלמה זי"ע (מצאצאי הגה"ק הב"ח זי"ע והגה"ק ר' נתן נטע שפירא בעל מגלה עמוקות זי"ע, ונכד להגה"ק בעל קיקיון דיונה זי"ע ונכד הגה"ק הרש"ל זי"ע עד רש"י הק' ז"ל ולמעלה בקודש עד דוד המלך)

עוד בעודו נער נתפרסם שמו בשם העילוי, וינק תורתו מרבותיו הגה"ק ר' אברהם צבי אב"ד פיעטרקוב בעל ברית אברהם זי"ע, הגה"ק ר' דוד חריף מפיעטרקוב בעל בית דוד זי"ע, והגה"ק ר' משה אהרן אב"ד קוטנא זי"ע. על גדלותו בתורה עוד בשנות בחרותו מסופר שכבר אז עשה רבינו חיבור גדול על מסכת כתובות סוגיות הש"ס וספר כללים.

אחר נשיאותו נתפרסם שם רבינו כגאון עצום בקי בנגלה ובנסתר איש קדוש ונורא אספקריא המאירה פאר הדור חסידא ופרישא צי"ע,

אבל גם בהיותו מפורסם לגאון וקדוש ואדמו"ר לאלפי חסידים נסע להסתופף בצל צדיקי דורו, ומהם הרה"ק ר' פישלי מסטריקוב זי"ע הרה"ק ר' משה בידרמאן מלעלוב זי"ע הרה"ק ר' ישעי מפשעדבורז זי"ע הרה"ק ר' ישכר בער מראדשיץ זי"ע הרה"ק ר' ראובן הכהן מזאבנע זי"ע הרה"ק ר' מאיר מאפטא בעל אור לשמים זי"ע הרה"ק ר' יחזקאל מקאזמיר זי"ע ועוד בצל שער קדשים צדיקי הדור, אשר כולם ענו אחריו כבר אז מקודש מקודש.

מספור שפ"א הפציר הרה"ק ר' עמנואל מפשעדבורז זי"ע ברבינו שיסע עמו לקאזמיר ונסע עמו, הרה"ק מקאזמיר היה לו ענין שבאם בא לו אורח חדש, לא הניח אותו בשבת ראשונה להיות אצלו אצל השלחן, וכאשר רבינו בא בפעם ראשון לקאזמיר הלך הרה"ק מפשעדבורז זי"ע עם הרה"ק ר' שמואל אליהו זי"ע בן הקאזמיר'ר לשאול את פי אביו מה לעשות עם הרב מראדאמסק, הלא באורח כזה מסתמא בטל הדין ומנהג הזה דאפילו בשבת ראשונה ג"כ צריך להיות על השלחן? כשמוע הרה"ק מקאזמיר זי"ע את זאת, השיב: גם אני נבוך בזה, מה לעשות, לכן אין לי עצה רק נשאלה נא את פי המלאכים בשעת שלום עליכם קודש הקידוש, ואדא מה לעשות! הם נבהלו מתשובה כזאת, והלכו יחד לרבינו על הסטאנציע להודיעו התשובה הנפלאה והנכבדה כזאת. ורבינו לא נתפעל כלל מזה, רק לאחר יציאת הרה"ק רש"א, אמר להר"ר עמנואל בזל"ק: די מלאכים וועלן ביי מיר פריער זיין! ונתפלא הרה"ק מפשעדבורז זי"ע, ושאל : ילמדנו רבינו הלא אם כ"ק בא לכאן להצדיק הזה, איך אתם אומרים דברים כאלה? והשיבו: חכם, אמאי לא תבין, דבר פשוט כזה, כי הלא אני אעשה קידוש מקודם הרה"ק מקאזמיר זי"ע, ואומר ג"כ שלום עליכם מקודם לו, א"כ ממילא יבואו אלי המלאכים קודם. (בנפלאות וצחות כאלה הסתיר רבינו עניניו) וכן הי' כי רבינו עשה קידוש מקודם ואח"כ שלח הרה"ק מקאזמיר זי"ע אחר רבינו שיבוא לשלחנו. (נפלאות התפארת שלמה)

בשנת תקצ"ד ביום י"ט אדר ב' שלחו לו קהל ראדאמסק כתב הרבנות, שמה נתקבצו אליו תלמידים וחסידים לאלפים, כי הי' אז כבר מפורסם לשר התורה ולצדיק הדור, ולבעל מופת נורא,

גדולי דורו שיחרו לפתחו, ומהם הרה"ק ר' נתן דוד משידלאויצע זי"ע הרה"ק ר' ישראל יצחק אב"ד מלאווא זי"ע הרה"ק ר' ארון מקראקא זי"ע הרה"ק ר' יעקב אב"ד ווידאמא זי"ע הרה"ק ר' הלל מראדישץ זי"ע הרה"ק בעל עבודות יששכר זי"ע הרה"ק בעל נפש חי' זי"ע וגם הרה"ק ר' חיים מצאנז בעל דברי חיים זי"ע שלח מבניו הק' לרבינו ללמוד ממנו תורה ועבודה.

רבינו הי בעל תפלה נפלא בניגוניו בקדושה וטהרה, שבהם בקע רקיעים ונכנס בלב כל שומעיו ונמס לב כל אדם והרהר אז בתשובה, ופעם אמר רבינו: תשובה היא מצות עשה מן התורה ויש לעשותה בשמחה.

ופעם שבק רבינו ביתו לחוג החג השבועות בצל הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע והדברי חיים זי"ע כיבד את אותו להתפלל שחרית לפני התיבה, אך רבינו אמר להרה"ק מצאנז זי"ע כי נוהג שלא לומר סדר הפיוטים בחזרת הש"ץ, אמר הדברי חיים זי"ע כי לכבודו ידלג גם הוא על הפיוטים.

רבינו עסק רבות לשפר ולתקן מקום הציון הק' בליזענסק של הרה"ק רבי ר' אלימלך בעל נועם אלימלך זי"ע ופעם אחת ערך שם רבינו סעודה גדולה, ואמר כי הרבי ר' אלימלך היה עתה כאן, ובירך את כל הצבור, וכן היה שכל מי שהיה נוכח שם בעת ההיא נושע בישועה שלימה.

והרה"ק ר' נתן דוד משידלאויצע זי"ע אמר על רבינו שיש לו עבודת השמחה יותר מלכל צדיקי דורו.

בליל שישי ערב ראש חודש ניסן כ"ט אדר שנת תרכ"ו קודם חצות הלילה נטל רבינו את ספר הזוהר בידיו הק', והתיישב על יד שולחן הלימודים ולמד בו מעט, זמן מה לאחר חצות הניח את ידיו וראשו על הספר, בבקור באו תלמידיו וחשבו שרבינו נרדם ולא רצו להעירו, כעבור כמה שעות כאשר ראו החסידים כי רבינו עדיין לא קם משנתו, הלכו ובדקו, ומה נדמהו לראות כי רבינו נסתלק לגנזי מרומים וראשו מונח על ספר הזהור ונשמתו בוקעת ועולה עד לכסא הכבוד.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

מדברי רבינו זי"ע ארבעה טעויות טעיתי במחשבתי.
א. חשבתי שמוכרי ספרים הינם למדנים = התברר שרובם ככולם בורים ועמי ארצות. ב. חשבתי שאנשי החברה קדישא הינם אנשים יראי שמים ובעל תשובה = וראיתי שכולם שותים לשכרה. ג. חשבתי שהבלנים נקיים, כיון שהמרחץ פתוח לפניהם = נוכחתי שהם מזוהמים. ד. והטעות הגדולה מכולם, חשבתי שהשמשים אצל צדיקים הינם יראי ה' = וראיתי כי רחוקים הם מכך
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

עס איז געווען אנגענומען אינדערהיים אז לערנען אין ספר תפארת שלמה איז מסוגל פאר שמחה און פאר פרנסה (בשם הרה"ח ר' ישעי ב"ר יקותיאל יהודה פייוול ז"ל)
עס איז מקובל אז לערנען דאס ערשטע שטיקעל פון פ' מצורע אין ספר תפארת שלמה איז מסוגל לרפואה
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

מיללער האט געשריבן:[בני ר' צבי מאיר אבד"ק ראדאמסק בן התפא"ש - בזוו"ר חתן ר' שמואל אליהו מזוואלין-מאדזשיץ ובזוו"ש חתן הגביר ר' גרשון לאנדא מקאמינסק

א. ר' יצחק מרדכי ראבינאוויטץ אב"ד פלאוונא מחבר ומ"ל תולדות התפא"ש בשם אהל שלמה
ב. ר' ישראל פנחס הכהן מ"מ אביו כאב"ד ראדאמסק - חתנו של ר' יהונתן אייבעשיץ מעיר אפטא
ג. ר' משה חיים
ד. ר' עמנואל גרשון אב"ד דעמבלין חתן מהר"י ממאדזשיץ
ה. ר' יעקב
ו. ר' אברהם דוד בעמח"ס מגדל דוד - נפ' בימי עלומיו כ"ג אב תרמ"ה ולא הניח אחריו זש"ק
ז. ר' יהשע נחום - עלה לירושלים ושם נפטר
ח. חתנו ר' משה מענדל (?)



ראיתי באחד מהמייחסים שכתבו כך

הרה"צ ר' שלמה ברוך שמלהויזן מח"ס שברי לוחות ודומ"צ פעסט, ורב דקהל חברה תהלים
בן הרה"צ ר' אברהם (וזו' ברכה)
חתן הרה"צ ר' אברהם הכהן זצ"ל (שנסתלק בקיצור ימים)
בן הרה"צ ר' צבי מאיר זיע"א
בן הרה"ק התפארת שלמה זיע"א


קומט אויס אז ס'שטימט נישט מיט וואס הרב מילער שרייבט, אז
א) שמו אברהם דוד
ב) לא השאיר אחריו זש"ק


מי יודע ביד מי האמת?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

לחיים לחיים
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

לחיים לחיים לחיים

לחיים טובים ולשלו'
זכותו יגן עלינו די נשמה זאל האבן עלי' אין אלע יודן א ישועה
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בתוךשארישראל »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:עס איז מקובל אז לערנען דאס ערשטע שטיקעל פון פ' מצורע אין ספר תפארת שלמה איז מסוגל לרפואה


תפארת שלמה פ' טהרה מאמר הראשון סגולה לרפואה
אטעטשמענטס
תפארת שלמה סגולה לרפואה.png
תפארת שלמה סגולה לרפואה.png (57.47 KiB) געזען 2944 מאל
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא
חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm

רבי שלמה חנוך מראדאמסק זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של שמחה »

היינט איז די יארצייט !
איז פארהאן א באזונדער אשכול איבער איהם ?
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

חיים של שמחה האט געשריבן:היינט איז די יארצייט !
איז פארהאן א באזונדער אשכול איבער איהם ?

האסט מיר דערמאנט, האב איך דא viewtopic.php?f=31&t=31223 ארויף געשטעלט וואס איך האב פון אים
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אינעם היינטיגען 'עלון מאסיפת המורשת':
viewtopic.php?p=1373986#p1373986
ערשיינט אן אינטערעסאנטער געפונס איבער א ספר וואס האט באלאנגט פארן הייליגען תפארת שלמה וועלכע געפונט זיך היינט אין די ביבליאטעק פון די בארימטע 'הארווארד קאלידזש' אין מאסאשוסעטס.

איך לייג דא ביי א לינק צום ספר "הילולא רבא דצדיקיא" אויף גוגל-בוקס:
https://books.google.com/books?id=2As-A ... &q&f=false

איז פארהאן נאך ספרים מיטן חותם פונעם תפאר"ש צו קענען צושטעלן צו דעם?
אטעטשמענטס
content.jpg
RadomskStamp.png
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

חותמת של הגה"ק בעל תפא"ש זי"ע
חותמת של הגה"ק בעל תפא"ש זי"ע
-חותמת_של_האדמו'ר_מראדמוסק.jpg (14.11 KiB) געזען 6611 מאל
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ייש״כ פאר אט די ספר׳ל.
דער ספר זעהט אויס געדרוקט שנת תרכ״ג.
אסאך פאר ווען הרב לעווענשטיין פון סעראצק האט פארפלייצט דער יודישע מארק מיט פאלשע יארצייטן אין זיין ספר דור ודור ודורשיו.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הר' איטשע, ביטע שרייב מיט דרך ארץ אויף די גאון וצדיק דער סעראצקער רב זצ"ל!
ארי וואהרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארי וואהרמאן »

איך וויל דא מיטיילען וועגען די משפחה אין איינקלעך פין דער היילגע תפארת שלמה זכותו יגן עלינו !
א) התפארת שלמה זצ״ל
ב) בנו הרה׳צ ארי׳ לייבוש זצ״ל
ג) בנו הרה״צ איתמר זצ״ל
ד) בנו הרה״צ ישראל פנחס ז״ל הי״ד
נאך די קריג זענען געבלובען לעבען צוויי טעכטער פין ר׳ ישראל פנחס
אשת ר׳ אהרן עקשטיין ע״ה מחשובי חסידי באבוב
אשת ר ׳ יוסף כרמעל ע״ה מחשובי חסידי גור
זיי האבען ב״ה פארצווייגטע חסידשע משפחות
איינער פין ר׳ אהרן עקשטיין איינקלעך איז הרה״ג לייבוש פראנד שליט״א רב דבית המדרש ראדאמסק אין בארא פארק
אן איידעם פין ר׳ יוסף כרמעל איז הרה״ג דוד אלעווסקי שליט״א ראש ישיבת גור אין בארא פארק !!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”