מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: רבי חיים האלבערשטאם מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simcha »

מעיין2 האט געשריבן:ווייסט איינער אויב צאנזער רב איז געווען קעגן הרה"ק ר' שלמה זלמן מ'וויעליפאלי?

יא, צוליב זיינע אפענע מופתים.
אויך געווען קעגן ר' מאיר'ל פרעמישלאנער וואס נעכטן געווען זיין יארצייט, צוליב די אפענע רוח הקודש וואס ער האט געפראוועט.

בכלל איז צאנזער רב געווען זייער שטארק צו האלטן די פשוטע אידישקייט, ווי עס איז באקאנט אין זיין תשובה אויף חסידות און ער האלט אלץ געהיטן אז חסידות זאל נישט רירן די פשוטע אידישקייט, דעריבער איז ער אויך ארויס אויף סדיגורא.
מעיין2
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2011 8:00 am

Re: רבי חיים האלבערשטאם מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעיין2 »

ר' מאירל פרימישלאנער? אינטערעסאנט, שינאווער האט געהאלטן פון אים כידוע. סאדיגער איז געווען עפעס אנדערש.
אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: רבי חיים האלבערשטאם מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simcha »

מעיין2 האט געשריבן:ר' מאירל פרימישלאנער? אינטערעסאנט, שינאווער האט געהאלטן פון אים כידוע. סאדיגער איז געווען עפעס אנדערש.

נישט ח''ו אז ער האט נישט געהאלטן פון אים, ער האט נאר נישט געהאלטן פון די אפענע רוח הקודש. אזוי אויך מיטן וויאליפאלער.
אז מען קריגט זיך אין דרכים אין עבודת ה' מיינט עס נאכנישט אז מען האלט נישט פון אים.
סדיגורא איז טאקע אן אנדערע זאך, אבער לכאורה איז עס אויך געקומען פון איין נקודה.
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: רבי חיים האלבערשטאם מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

איך האב געזעהן גשריבן אז די הייליגע צאנזע רב האט געזאגט אויף איהם אז זיינע מופתים איז נישט מסטרא דקדושה.
עס איז פאראהן עפעס א מעשה דערוועגן, וואס ער האט גערעד צו הרה"ק מהר"ש מבעלזא זי"ע ביים שידוך פון זייערע אייניקל הרה"ג רבי נפתלי פון שעלץ זצ"ל.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: רבי חיים האלבערשטאם מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simcha »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:איך האב געזעהן גשריבן אז די הייליגע צאנזע רב האט געזאגט אויף איהם אז זיינע מופתים איז נישט מסטרא דקדושה.
עס איז פאראהן עפעס א מעשה דערוועגן, וואס ער האט גערעד צו הרה"ק מהר"ש מבעלזא זי"ע ביים שידוך פון זייערע אייניקל הרה"ג רבי נפתלי פון שעלץ זצ"ל.

זיך אויף די מקור, נייגעריג.
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: רבי חיים האלבערשטאם מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

simcha האט געשריבן:

געזעהן עטליגע חודשים צוריק און די אויסגאבע 'אור הצפון'.
וועל איך נאכקוקן דארט פון ווי שטאמט עס.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
אשריכם ישראל האט געשריבן:די צאנז גריבובע רבי איז געווען א זעקסטע דור בן אחר בן צום דברי חיים זצ"ל
ער איז געווען א זון פון רבי ברוך מגריבוב רב הצעיר בצאנז
בן הרה"ק רבי מרדכי זאב מצאנז
בן הרה"ק רבי אריה לייביש מצאנז
בן הרה"ק רבי אהרן מקרייז צאנז
בן הרה"ק רבי חיים מצאנז

ווייט פאר איינער אין דעם רבין'ס גיל

דזימיגראד רבי איז אינגער און נאר א פיפטער דור. אזוי אויך די קלויזענבוירגער רבי'ס.

ער איז א פיפטע דור נישט א זעקסטע, פונקט ווי זמיגראד און קלויזענבארג. און זיין מאמע איז געווען א שוועסטער פארן זמיגראד'ער רבי'ס פאטער

און דו פארגלייכסט אינגסטע קינדער, צו עלצטע קינדער.

ווי ווייט איז באבוב ווייסטו?

ז'מיגראד און קלויזנבורג זענען א דור נענטער.
אבער כאמור זענען זיי פון די יונגערע קינדער פון צאנזער רב זי"ע.
אזוי אויך, אין קלויזנבורג איז עס פון א זיווג שני וואס ער האט חתונה געהאט אין אר"י נאכן קריג.

אגב, שוין געווען אמאל אויסגעשומעס'ט אז פון צאנזער רב איז דא ארום צעהן רעכטע אור-אייניקלעך, לעומת פון די שינאווא רב זי"ע איז שוין נישט דא., והיא מהטעם הנ"ל.

כ'ווייס נישט וואס פארא אי ידיעה האט דא באפאלן אבער זמיגראד און קלויזנבורג זענען יו"ח פון גארליצע רב וואס איז בס"ה געווען איינס (אדער צוויי, איז דער קרייזע רב געווען עלטער פון ר' מאיר נתן?) אינגער קרייזע רב. מסתמא נישט געווען מער ווי 3-4 יאר חילוק אין עלטער פון קרייזע רב ביז גארליצע רב
ואגב די סטריזובע רביצין וואס איז לעצטנס אוועק איז נאך געווען אן אור אייניקל פון שינאווע רב
ועוד אגב דער סטראפקובע רב האט געהאט א זיהן בשנת תר"ץ (אדער אביסל שפעטער, כ'דענק נישט פינקטליך) וואס וואלט נאך געקענט זיין א בא"ב מיט אינז היינט א בן תשעים אדער עטוואס אינגער
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

עס איז דא אסאך פיפטע דור פון צאנזע רב ר' לייבל סטעמפל פון לונדון וכן האחים לבית פריש וואסער זענען איר איר אייניקלעך פון דברי חיים זייער מאמע איז געוועהן א טאכטער ר' בן ציון באבובער א איידעם פון ר' שלום אליעזר'ל
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

העלאו האט געשריבן:עס איז דא אסאך פיפטע דור פון צאנזע רב ר' לייבל סטעמפל פון לונדון וכן האחים לבית פריש וואסער זענען איר איר אייניקלעך פון דברי חיים זייער מאמע איז געוועהן א טאכטער ר' בן ציון באבובער א איידעם פון ר' שלום אליעזר'ל

ס'זענען דא הינדערטער אור אור אייניקלעך פון צאנזער רב.. וואס איז דער יחוס פון די וואס האסט אויסגערעכנט? אויפן שפיץ גאפל די באקאנטע: האדמורי"ם מסאטמאר און די געשוויסטער, האדמורי"ם מקלויזנבורג און די געשוויסטער, האדמו"ר מבאבוב און אלע זיינע קאזינס פון ביידע זייטן, בני ר' יוסף כ"ץ ועוד הרבה
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: רבי חיים האלבערשטאם מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

אה''נ איך האב נאר אנגעכאפט א דוגמא איך האב געמיינט צו זאגו אז פיפטע דור איז דא אסאך
אוועטאר
טראכט א מינוט
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

Re: רבי חיים האלבערשטאם מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט א מינוט »

וואס איז די ווייטסטע דור וואס איז דא פון צאנזער רב? איך קען צענטע איז דא ווייטער?
איך האב אמאל געמיינט אז... ווער ס'האט שכל טראכט (קרעדיט: מאטי אילאוויטש)
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי חיים האלבערשטאם מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

טראכט א מינוט האט געשריבן:וואס איז די ווייטסטע דור וואס איז דא פון צאנזער רב? איך קען צענטע איז דא ווייטער?

צענטע דור זענען אלע אור אור אייניקלעך פון ישועת משה וואס זיין שווער איז געווען א 5טער דור
פון ר' שלמה פון דענווער איז שוין דא זעקסטע דור, דאס איז 11 דורות פון צאנזע רב (פון די באבובע זייט, נישט הארנסטייפל אדער ראצפערט)
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: רבי חיים האלבערשטאם מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:

די ישועות משה האט שוין אויך א 5טער דור.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי חיים האלבערשטאם מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
טראכט א מינוט האט געשריבן:וואס איז די ווייטסטע דור וואס איז דא פון צאנזער רב? איך קען צענטע איז דא ווייטער?

צענטע דור זענען אלע אור אור אייניקלעך פון ישועת משה וואס זיין שווער איז געווען א 5טער דור
פון ר' שלמה פון דענווער איז שוין דא זעקסטע דור, דאס איז 11 דורות פון צאנזע רב (פון די באבובע זייט, נישט הארנסטייפל אדער ראצפערט)

די ישועות משה האט שוין אויך א 5טער דור.

פארשטייצעך, א זעקסטע אויך?

ניין
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי חיים האלבערשטאם מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
טראכט א מינוט האט געשריבן:וואס איז די ווייטסטע דור וואס איז דא פון צאנזער רב? איך קען צענטע איז דא ווייטער?

צענטע דור זענען אלע אור אור אייניקלעך פון ישועת משה וואס זיין שווער איז געווען א 5טער דור
פון ר' שלמה פון דענווער איז שוין דא זעקסטע דור, דאס איז 11 דורות פון צאנזע רב (פון די באבובע זייט, נישט הארנסטייפל אדער ראצפערט)

קען נישט זיין. איך מאך זיכער א טעות, פון ר' שלמה מדענווער קען נאכנישט זיין קיין זעקסטע דור
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:217 HALBERSTAM Channe 1857 single Nowy Sącz C
לכאורה בתו מרת נחמה אשת ר' יצחק טוביה רובין תרי"ז

יפה כוונתם, במעטריקל מפורש שמ' נחמה נולדה ב-1857. ומסתבר שבצענסוס היה כתוב 'Chame' וטעה המעתיק.
(ואגב, במעטריקל רואים שבני משפחת הרה"ק מצאנז ישבו בבתים מס' 222 ו176, ואילו בצענסוס אתה מוצא 217 ו176, ויל"ע אם נשתנו המספרים או שנשתנו הבתים.)
אזלר
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 4:16 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזלר »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:איין אינטערעסאנטע ידיעה פאר די היסטאריע-פארשערס צווישן אונז: עס איז ארויף אויף JRI לעצטענס (ד"ה יולי 2019 למס') די צענזוס פון צאנז 1870 למס'. (עס איז אינטערעסאנט, אבער זייער צומישט, און איך האב נישט קיין נערוון עס מסדר צו זיין.)

אין הויז נומ' 217 טרעפט מען רבינו בעל האשכול וכמה ממשפחתו.

בית 217 רביה"ק מצאנז ומשפחתו, כלתו אשת ר' מאיר נתן, נכדו ר' שלמה מבאבוב ומשפחתו, ר' יוסף זאב מקשאנוב ומשפחתו, ר' משה מבארדיוב ומשפחתו, ר' נפתלי מקשאנוב
בית 176 ר' אהרן הקרייז'ר רב ומשפחתו, ר' משה מקשאנוב
בית 196 ר' משה משינאווא ומשפחתו

217 HALBERSTAM ILLEBIBLE 1869 single Nowy Sącz C
??

217 HALBERSTAM Salamon 1838 married Nowy Sącz [illegible] C
ר' שלמה מבאבוב נולד בצאנז תקצ"ח

217 HALBERSTAM Ryfka Helena 1845 married Kamionka, county Nowy Sącz C
אשתו מרת רבקה הענא נולדה בקאמינקא (לר' יהושע) בשנת תר"ה

217 HALBERSTAM Schulim Majer 1868 single Nowy Sącz C
שלום מאיר כנראה בן ר' שלמה (לכאו' ע"ש אביו וחו"ז מקאמינקא) וכידוע נתייסר ר' שלמה בצער גידול בנים

217 HALBERSTAM Bejle Matka 1825 widow(er) Dzików C
מרת בילא (מאטקא ??) אלמנת ר' מאיר נתן נולדה בדזיקוב (לר' אלעזר) בשנת תקפ"ה

176 HALBERSTAM Aron 1824 married Rudnik, county Nisko C
ר' אהרן הקרייז'ר רב נולד ברודניק בשנת תקפ"ד

176 HALBERSTAM Channa Elka 1830 married Dukla, county Krosno C
אשתו מרת חנה עלקא (בת ר' יעקב וויינבערגער מדוקלא) נולדה בדוקלא תק"צ

176 HALBERSTAM Lejb 15-Apr-1851 single Nowy Sącz C
בנו ר' ארי ליבוש אב"ד גריבוב צאנז נולד בצאנז תרי"א

176 HALBERSTAM Schulim 5-Oct-1856 single Nowy Sącz C
בנו ר' שלום אב"ד פיקעלע

176 HALBERSTAM Schmulka 16-Dec-1846 married Dukla, county Krosno C
בנו ר' שמואל שמעלקא מדוקלא

176 HALBERSTAM Estera 1844 married Brzesko C
אשת ר' שמואל שמעלקא בת ר' קלומניס קלמן בן ר' יוסף בן המאור ושמש

176 HALBERSTAM Rudla 1863 single Nowy Sącz C
כנראה בת ר' שמואל שמעלקא

176 HALBERSTAM Hirsch 1868 single Nowy Sącz C
כנראה בן ר' שמואל שמעלקא

217 HALBERSTAM Chajm 1796 married Rudnik, county Nisko C
רבינו הקדוש מצאנז נולד ברודניק (פארוואס רודניק ????) שנת תקנ"ו (או תקנ"ז)

217 HALBERSTAM Ryfke 1830 married Gorlice C
אשתו מרת רבקה (זיווגו הרביעי) בת ר' אלימלך טארים מגארליץ נולדה בגארליץ תק"צ

217 HALBERSTAM Channe 1857 single Nowy Sącz C
לכאורה בתו מרת נחמה אשת ר' יצחק טוביה רובין תרי"ז

217 HALBERSTAM Tille 1859 single Nowy Sącz married HEROWITZ C
מרת טילא אשת ר' אהרן הורוויץ מבייטש תרי"ט

217 HALBERSTAM Eliasar Schulim 28-Nov-1861 single Nowy Sącz C
ר' שלום אליעזר מראצפערט תרכ"ב (מען זאגט אז ער איז געבוירען חוה"מ פסח וכנדצ"ל סוכות)

217 HALBERSTAM Fradel 1863 single Nowy Sącz son of Schulim, born 21-Jun-1887, Kaminka C
מרת פריידיל (כן פוסק בעל דברי חיים בשמות גיטין וכן כתבה וכן היא על מצבתה) אשת ר אלעזר מאושפיצין תרכ"ג (זערנאך איז אפשר איהר זוהן ר' שלום

217 HALBERSTAM Schaja 1864 single Nowy Sącz C
ר' ישעיה מטשחויב תרכ"ד

217 HALBERSTAM Gicia 1865 single Nowy Sącz C
מרת גיטשא אשת ר' בצלאל יהושע מגלינא

217 HALBERSTAM Józef 1837 married Nowy Sącz C
ר' יוסף זאב בן ר' דוד מקשאנוב נולד בצאנז תקצ"ז

217 HALBERSTAM Cipora 1840 married Głogów, county Rzeszów C
אשתו מרת צפורה בת רמ"מ מגלאגוב

217 HALBERSTAM Oster Majer 30-Nov-1856 single Głogów, county Rzeszów missing documents C
בנו ר' אשר מאיר אב"ד בוכניא נולד בגלאגוב תרי"ז (שוין א אוהר איינקיל !!!)

217 HALBERSTAM Achsa 1860 single Głogów, county Rzeszów C
בתו עכסה (האריכה ימים ????)

217 HALBERSTAM Naftali Herzch 1862 single Głogów, county Rzeszów C
בנו ר' נפתלי צבי מפיקעלע

217 HALBERSTAM Aron 1865 single Głogów, county Rzeszów C
בנו ר' אהרן אב"ד ביאלא ביליץ

217 HALBERSTAM Mojzesz 1849 married Gorlice C
ר' משה מברדיוב בן ר' ברוך מגארליץ

217 HALBERSTAM Rachela 1849 married Nowy Sącz C
אשתו מרת רחל בת ר' אהרן הקרייז'ר רב

217 HALBERSTAM Hil Natan 1866 single Nowy Sącz Stary Sącz C
בנו ר' יחיאל נתן

196 HALBERSTAM Mojses 1843 married Nowy Sącz h.# 1439/872 C
ר' משה משינאווא

196 HALBERSTAM Ester Mindel 1842 married Brzesko h.# 1439/872 C
אשתו מרת אסתר מינדל בת ר' מאיר צבי הירש טנענבוים מבריגיל

196 HALBERSTAM Mayem 1864 single Nowy Sącz h.# 1439/872 C
בתו מרת מרים אשת ר' יעקב יצחק בידערמאן משידלובצא

196 HALBERSTAM Itte 1866 single Nowy Sącz h.# 1439/872 C
בתו מרת איטא אשת ר' יעקב פ"ת אב"ד קולשין ופאדגורזע

196 HALBERSTAM Nastali 1869 single Nowy Sącz h.# 1439/872 C
בנו נפתלי ?????

196 HALBERSTAM Fejga 1870 single Nowy Sącz h.# 1439/872 C
בתו מרת פייגא אשת ר' אלימלך בינדיגר

176 HALBERSTAM Moses 1850 single Chrzanów, county Chrzanów h.# ILLEGIBLE C
ר' משה בן ר' דוד מקשאנוב תר"י

217 HALBERSTAM Naftali 1853 single Chrzanów, county Chrzanów C
ר' נפתלי בן ר' דוד מקשאנוב תרי"ג
אוועטאר
פונעם ווייטן תימן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 4:41 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונעם ווייטן תימן »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:עס איז דא אסאך פיפטע דור פון צאנזע רב ר' לייבל סטעמפל פון לונדון וכן האחים לבית פריש וואסער זענען איר איר אייניקלעך פון דברי חיים זייער מאמע איז געוועהן א טאכטער ר' בן ציון באבובער א איידעם פון ר' שלום אליעזר'ל

ס'זענען דא הינדערטער אור אור אייניקלעך פון צאנזער רב.. וואס איז דער יחוס פון די וואס האסט אויסגערעכנט? אויפן שפיץ גאפל די באקאנטע: האדמורי"ם מסאטמאר און די געשוויסטער, האדמורי"ם מקלויזנבורג און די געשוויסטער, האדמו"ר מבאבוב און אלע זיינע קאזינס פון ביידע זייטן, בני ר' יוסף כ"ץ ועוד הרבה

וכן האחים ר' יעקב יוסף הלברשטאם מבית חיים יהושע ור' ברוך דוד מסארוואש שליט"א
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פונעם ווייטן תימן האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:עס איז דא אסאך פיפטע דור פון צאנזע רב ר' לייבל סטעמפל פון לונדון וכן האחים לבית פריש וואסער זענען איר איר אייניקלעך פון דברי חיים זייער מאמע איז געוועהן א טאכטער ר' בן ציון באבובער א איידעם פון ר' שלום אליעזר'ל

ס'זענען דא הינדערטער אור אור אייניקלעך פון צאנזער רב.. וואס איז דער יחוס פון די וואס האסט אויסגערעכנט? אויפן שפיץ גאפל די באקאנטע: האדמורי"ם מסאטמאר און די געשוויסטער, האדמורי"ם מקלויזנבורג און די געשוויסטער, האדמו"ר מבאבוב און אלע זיינע קאזינס פון ביידע זייטן, בני ר' יוסף כ"ץ ועוד הרבה

וכן האחים ר' יעקב יוסף הלברשטאם מבית חיים יהושע ור' ברוך דוד מסארוואש שליט"א

ה"ה ערשטע קאזינס פון האדמו"ר מבאבוב...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אזלר
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 4:16 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזלר »

ביקסאד האט געשריבן:
בני יששכר האט געשריבן:דא
די דריטע רעבצין איז געווען די טאכטער פון ר' צבי הירש אונגאר די זין פון ר' מרדכי דוד אונגאר
זי האט געהאט
הרבנות נחמה אשת ר' יצחק טוביה רובין
הרבנות טילא אשת ר' אהרן הורוויץ מבייטש
הילד החריף לייביש ער איז אלט געווען 7-8 יאר ווען ער איז אוועק
ר' שלום אליעזר מראצפערט
ר' ישעיה מטשעחוב
הרבנות פריידיל אשת ר' אלעזר רויזנפעלד מאושפיצין
הרבנות גיטשע אשת ר' בצלאל יהושע מאשקאוויץ מגלונא
נאך דעם וואס זי איז געבוירן זי איז רעבצין נפטר געווארן.
אזלר
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 4:16 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזלר »

איטשע האט געשריבן:ווייסט איינער צו עס איז היינט דא בנמצא די מצבות פון צאנזער רב'ס ערשטע און צווייטע רביצין?

און די דריטע? און פערטע?

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזלר »

אזלר האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:ווייסט איינער צו עס איז היינט דא בנמצא די מצבות פון צאנזער רב'ס ערשטע און צווייטע רביצין?

און די דריטע? און פערטע?
און אויב עס איז נישט דא קיין מציבה צו ווייסט איינער ווי עס איז מנו"כ
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: רבי חיים האלבערשטאם מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

די ערשטע גאנץ זיכער אין צאנז
די צווייטע, קען זיין ערגעץ אנדערש
זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: רבי חיים האלבערשטאם מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא »

ס'דא עפעס א שארפע בריוו פון די צאנזע קינדער, וועגן א מעשה ביכל אויפ'ן צאנזע רב,
איינער ווייסט פון וואס איך רעד?
פון וועלעכע ביכל רעדט מען?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”