מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
קראטשין
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 21, 2021 12:46 pm

Re: מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראטשין »

מארגן די יוד"ק
טייערע אידן העלפט ארויס ידידינו מרביץ תורה הגה"צ ר' איבערלעבר שליט"א
איי וועלט ברעכט היסטאריע! - $38,000 קאמפיין אין איין וואך פאר "איבערלעבער"
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
המבקש לכבוד התורה
הק' אבד"ק קראטשין
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

דינסטיג איז כ"ה

גליון בוני צאנז ערשיינט ווי די לעצטערע יארן מיט גאר שטארקע סחורה.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

געקומען באדאנקען
אין איינע פון די צאנזער אכסניות. וועלכע זענען שטענדיג פול געווען מיט אורחים וואס זענען געקומען פון אלע עקן לאנד צום הייליגן דברי חיים זי"ע, האט זיך איינמאל באוויזן א מאדנער פארשוין, מיט קורצע מאדערנע קליידער וועלכע האט אפילו נישט געהאט קיין צורה פון קיין איד. ער האט זיך אויסגעפרעגט ביי דעם בעל אכסניא ווי אזוי עס איז דער שטייגער ביים רבי'ן, ווען ער נעמט אן אורחים, און אזוי ווייטער.
דאס אויספרעגן זיך פון אזא שטייגער מענטש אויף די דאזיגע ענינים, האט ארויסגערופן פארוואוודערונג ביי אלעמען. זעענדיג די נייגעריגקייט פון עולם צו דערוויסן זיך מכח דעם אורח. האט אים דער בעל אכסניא אויסגעפרעגט פון וואנען ער איז, און נאך וואס ער באדארף צום צאנזער רב.
-איך שטאם פון ווין - האט דער פרעמדער דערציילט - פון א אסימילירטער ווינער פאמיליע, איך האב פון מיין קינדהייט אן געהאט א קליינעם שייכות צו אידן און אידישקייט, באלד נאך דער חתונה האב איך געמאכט אין ווין א געשעפט פון ברעטער און האלץ, ארום דער שטאט ווין איז פארהאן א ריזיגער וואלד וואס געהער צו דער רעגירונג, באקאנט מיט'ן נאמען דער "קייזער וואלד". מיט דער צייט בין איך געווארן אן מקורב מיט דער אדמיניסטראציע פון דאזיגן וואלד, מיט וועלכע איך האב אנגעהויבן האנדלען. איך האב ביי די הויכע מלוכה לייט שטארק נושא חן געווען, און זיי האבן מיר געעפנט א פרייע קאנטע צו באציען געהילץ פון דאזיגן וואלד אויף קרעדיט - א זאך וואס איז געווען קעגן געזעץ, דערפון בין איך געווארן א גרויסער עושר. דאס געשעפט איז גוט אוועק ווייל איך בין אימשטאנד געווען צו קאנקורירן אנדערע שווינדלערייען.
עס פארשטייט זיך אז צוליב די דאזיגע געשעפטן וואס איך האב געפירט, האב איך אינגאנצן פארגעסן אז איך בין א איד, מיין געשעפט איז געווען טעטיג שבת ווי אין דער וואכן, איבריגס בין איך דערצו געוואוינט געווען פון מיין פריהסטער יוגנט אן, עס האט אויף מיר קיין איבריגען איינדרוק נישט געמאכט.
זענדיג מיין הצלחה, האבן זיך אין מיר מתקנא געווען אונזערע האלץ סוחרים און האבן אריינגעגעבן א מסירה קעגן מיר אין דעם לאנדווירטשאפטליכן מיניסטעריום, אז איך האב אונטערגעקויפט די אדמיניסטראציע פון "קייזער וואלד" פון וואנען איך באצי מיין סחורה אויף קרעדיט און נאך אנדערע שווינדלערייען.
איך האב פון דער דאזיגער מסירה קיין אהנונג נישט געהאט, נאר איינמאל אין מיטן דער נאכט, ווען איך בין געווען פארזונקען אין א טיפן שלאף איז מיין וואוינונג פלוצים ארומגערינגלט געווארן פון זשאנדארן וועלכע האבן געמאכט אונטערזוכונגען אין מיין וואוינונג, צום סוף האט מען מיך אפגעפירט אין דער טורמע וואו עס זיצן קרימינעלע פארברעכער.
צומארגנס אינדעהפרי האט מיין פרוי אנגעהויבן ארומצולויפן אין פארשידענע מלוכה אמטן כדי זיך צו דערוויסן וואו מען האט מיך אוועקגעפירט אבער קיינער האט איר נישט געקענט געבן די מינדעסטע אינפארמאציע וועגן מיין גורל.
אזוי האט זיך מיין פרוי געפלאגט גאנצע פיר חדשים, כדי זיך כאטש צו דערוויסן וואס מיט מיר האט פאסירט, אבער זי האט זיך גארנישט געקענט דערוויסן, און איר פארצווייפלונג איז געווען אומגעהויער גרויס.
איינמאל האט זי זיך פארטרויט פאר א באקאנטן וועגן דעם אומגליק וואס האט איר געטראפן האט איר יענער גע'עצה'ט אז זי זאל פארן קיין צאנז, וואו עס געפינט זין א "וואונדער רבי" צו וועלכן מען קומט צופארן פון ברייט און ווייט מיט פארשידענע בקשות, און אלע ווערן געהאלפן.
מיין פרוי האט יענעם אויסגעהערט און הגם זי שטאמט פון אסימילירטע קרייזן און זי האט קיינמאל נישט געהאלטן פון די אלע "וואונדער רביים", אבער נישט האבנדיג קיין אויסוועג האט זי באשלאסן צו פארן קיין צאנז.
ווען מיין פרוי איז געקומען צום צדיק מיט א קוויטל, האט דער רבי געענטפערט - פאר אהיים און זעה זיך מיט דיין מאן און זאג אים אז אויב ער וועט אויף זיך מקבל זיין אז מהיום והלאה וועט ער נישט מחלל שכת זיין בין איך אייך מבטיח אז ער וועט באלד ארויסגעלאזט ווערן אויף דער פריי.
- אבער, הייליגער רבי - האט מיין פרוי אויסגערופן אפארוויינטע - ווי אזוי קען איך זיך אויסשמועסן מיט מיין מאן, אז איך ווייס נישט וואו ער געפינט זיך, צו ער לעבט אפילו - פאהר אהיים - האט דער צדיק ווידער אפגעענטפערט - און אויפן וועג וועסטו זיך שוין דערוויסן וואו דיין מאן געפינט זיך.
אויפן וועג אהיימפארנדיג זיצנדיג אויף דער באן, האט מיין פרוי געגאסן טרערן אויף איר ביטערן גורל, זי האט זיך גארנישט געקענט באהערשן, ווייל זי האט נישט געזען קיין אויסוועג זיך צו דערשלאגן צו מיר, און מיר איבערגעבן די ווערטער פון צדיק. פארשידענע געדאנקען זיינען איר אין מוח אויפגעשווימען זוכענדיג עצות ווי אזוי זיך צו דערשלאגן צו עמיצן פון די רעגירונגס פארשטייער, פון וועמען זי וועט זיך קענען דערוויסן וואו איך בין אהין געקומען, אבער אומזיסט.
אין דעם זעלבן וואגאן קעגן איבער מיין פרוי איז געזעסן א מיליטער מאן פון א העכערן ראנג וועלכער איז געזעסן און זיך געוואונדערט, אט זיצט א פרוי שוין שיינע עטליכע שעה און גיסט מיט טרערן וואס זאל דאס באדייטן ? - וואס זענט איר אזוי פארצוגט? פארוואס וויינט איר אזוי אן אויפהער? וואס איז די סיבה? זאגט מיר, איך בעט אייך, אפשר וועל איך אימשטאנד זיין אייך צו העלפן, - האט אויסגערופן דער מיליטער מאן, מיט א גערירטער שטימע.
די ווערטער פון דעם הויכן אפיציר האבן געהאט א ווירקונג, און מיין פרוי האט אנגעהויבן דערציילן פאר דעם פרעמדן מאן איר טראגעדיע, ווי איר מאן וועלכער איז ערשט מיט א קורצע צייט צוריק געווען א רייכער און אנגעזעענער סוחר מיט א נאמען און אנגעזעהען אין די חשוב'סטע קרייזן, שמאכט איצט ערגעץ וואו אין א תפיסה און זי ווייסט אפילו נישט וואו ער איז אהינגעקומען.
אויסהערנדיג די רייד פון מיין פרוי, וועלכע האט אויך אנגערופן מיין נאמען האט זיך דער אפיציר אנגערופן: - ווירקליך א אינטערעסאנטער פאל - איך בין טורמע שעף אין דער ווינער צענטראל תפיסה און אייער מאן געפינט זיך אין דער דאזיגע תפיסה אונטער מיין רשות
עס איז איבריג צו שילדערן די פרייד פון מיין פרויי זעענדיג ווי די הבטחה פון צאנזער צדיק ווערט מקוים, בקיצור וואס זאל איך אייך לאנג דערציילן, אנקומענדיג קיין ווין האט דער טורמע שעף צוגעפירט מיין פרוי צו דער תפיסה און באוויליגט א זעאונג מיט מיר.
בעת דעם דאזיגן צוזאמענטרעף האט מיר מיין פרוי דערציילט אויף וואס פאר א וואונדערבארן אופן זי האט זיך צו מיר דערשלאגן און דעם באדינג וואס דער צאנזער צדיק שטעלט פאר מיין באפרייאונג.
פון אנפאנג האב איך זיך שטארק געוואקלט צו געבן א הבטחה אז איך וועל מער נישט מחלל שבת זיין ווי אזוי וועל איך דען קענען אויסקומען, האב איך זיך געטראכט נישט צו פארצייכענען אין שבת די טראנספארטן סחורה וואס קומען אן און גייען ארויס און ווי אזוי וועל איך בכלל קענען פירן אזא מסחר ווען דאס געשעפט וועט זיין געשלאסן איז דעם שבת'דיגן טאג, אבער נעמענדיג אין אכט אין וואס פאר א מצב איך געפין זיך און וואס פאר א שטראף מיך ערווארט אויב מען וועט מיך שטעלן פאר א געריכט און די טרויעריגע אויסזיכטן אויף דער צוקונפט, האב איך זיך ענדליך דעצידירט מסכים צו זיין אויף דער פאדערונג פון צדיק און גענומען אויף זיך מהיום והלאה מער נישט מחלל שכת צו זיין.
מיט טרערן אין די אויגן האט מיין פרוי אפשייד גענומען פון מיר, און גלייך פון דער תפיסה איז זי אוועק צו דער באן סטאנציע און גענומען א קארטע צו פארן קיין צאנז. בכדי מודיע צו זיין דעם רבי'ן אז איר מאן האט אויף זיך מקבל געווען אסצוהיטן שבת, אזוי ווי יעדער פרומער איד.
אנקומענדיג קיין צאנז. האט דער צדיק נישט געווארט ביז זי וועט אים דערציילן וועגן מיין באשלוס. נאר אזוי ווי זי האט זיך באוויזן אויף דער שוועל פון זיין צימער האט דער רבי א זאג געטאן - פארט אהיים אייער מאן איז דאך שוין אויף דער פריי!
און אזוי איז טאקע געווען, אהיימקומענדיג פון צאנז האט זי מיך שוין געטראפן אין דער היים און איצט בין איך געקומען קיין צאנז כדי פערזענליך צו דאנקען דעם צדיק פאר דעם חסד וואס ער האט מיט מיר געטאן.
זכותו יגן עלינו
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

געטוהן א גוטען שידוך, און געווארן א גביר
א בחור פון לימאנוב מיט'ן נאמען ישעי' צעללנער איז ל"ע פאר'יתומ'ט געווארן אלץ בחור, און ער איז געוועהן געצוואונגען צו זוכען עפעס א באשעפטיגונג פון וועלכען ער זאל ציען פרנסה , ווי אויך צוזאמענצושטעלין אפאהר גולדען כדי צו קענען חתונה האבען, האט ער זיך פארדינגען צו שטיין אין א געוועלב און פארקויפען ברוינפען.
נאך א לענגערע צייט ווען ער האט געזעהן אז עס האט זיך ביי אים אנגעזאמעלט א באדייטענדע סכום געלט האט ער זיך אויפגעהויבען און איז געפארען קיין צאנז זיך שואל עצה זיין מיט'ן הייליגען צאנזער רב וועגען א שידוך . היות ער האט נישט געוואלט איבערלאזען דאס געלט אין שטוב האט ער עס מיטגענומען קיין צאנז, ווען ער איז אנגעקומען און געווארט אין די רייע צו רעדען צום דברי חיים איז פונקט אונטערגעקומען פאר'ן צאנזער רב די מצוה פון צדקה פאר הכנסת כלה , און ווען דער דברי חיים האט נישט געטראפען ביי זיך קיין געלט האט ער אויסגערופען פאר די שטייענדיגע אידען : ווער עס וועט מיר יעצט בארגען הונדערט גולדען זאג איך צו אז ער וועט זיין אן עושר!,
ישעי' האט נישט לאנג געטראכט נאר ער איז באלד צוגעגאנגען צום דברי חיים און האט אנידערגעלייגט זיין גאנץ פארמעגען וואס האט גראדע באטראפען הונדערט גולדען. האט אים דער דברי חיים געזאגט: "ישעי'!" האסט זוכה געוועהן דערין האסט מכוון געוועהן די ריכטיגע צייט און וועסט זיין אן עושר!. און אזוי איז טאקע געוועהן ישעי' איז אהיימגעפארען און ער האט געעפענט א געשעפט און האט שטארק נושא חן געועהן ביי די פריצים וועלכע האבען אלע געקויפט נאר ביי אים און אין א קורצע צייט איז ער געווארען א גביר אדיר , און זיין פארמעגען האט דערגרייכט דריי הונדערט טויזנט גולדען וואס בימים ההם האט דאס געהייסען זעהר רייך. עס איז איבריג צו זאגען אז מיט אזא אוצר האט ער שוין געטוהן א פיינעם שידוך.
אוועטאר
קראטשין
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 21, 2021 12:46 pm

Re: מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראטשין »

סמעטענע האט געשריבן:דינסטיג איז כ"ה

גליון בוני צאנז ערשיינט ווי די לעצטערע יארן מיט גאר שטארקע סחורה.

ביי מיר איז שוין געווען מאנטיג
טייערע אידן העלפט ארויס ידידינו מרביץ תורה הגה"צ ר' איבערלעבר שליט"א
איי וועלט ברעכט היסטאריע! - $38,000 קאמפיין אין איין וואך פאר "איבערלעבער"
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
המבקש לכבוד התורה
הק' אבד"ק קראטשין
אב לאנדאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:24 am

Re: מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב לאנדאן »

קראטשין האט געשריבן:
סמעטענע האט געשריבן:דינסטיג איז כ"ה

גליון בוני צאנז ערשיינט ווי די לעצטערע יארן מיט גאר שטארקע סחורה.

ביי מיר איז שוין געווען מאנטיג

האב איך עס נישט געזעהן היי יאר און לונדון.
אפשר קען איינער עס ארויפלייגען דא?
ווארקער חסיד
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 8:00 pm

Re: מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארקער חסיד »

מי מכיר עובדא מחסיד שנסע להרה"ק מבארדיטשוב זיע"א בצעירותו, ובזקנותו נסע להרה"ק מסאנדז ואמר שכעת מצא רבי פעם ראשונה בחייו.
האם יכול להתאים בכלל לפי סדר השנים?
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ווארקער חסיד האט געשריבן:מי מכיר עובדא מחסיד שנסע להרה"ק מבארדיטשוב זיע"א בצעירותו, ובזקנותו נסע להרה"ק מסאנדז ואמר שכעת מצא רבי פעם ראשונה בחייו.
האם יכול להתאים בכלל לפי סדר השנים?

פארוואס נישט ? אבער צוזאגען דאס ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

לשון קדשו של הדברי חיים מצאנז זי"ע על בן דורו הרה"ק רבי אהרן מטשארנאבל זצ"ל נזר דורינו קדוש השם !!!! אך לאהבת הצדיק
אטעטשמענטס
SAN2.jpg
SAN2.jpg (339.03 KiB) געזען 1187 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

Re: מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

אב לאנדאן האט געשריבן:
קראטשין האט געשריבן:
סמעטענע האט געשריבן:דינסטיג איז כ"ה

גליון בוני צאנז ערשיינט ווי די לעצטערע יארן מיט גאר שטארקע סחורה.

ביי מיר איז שוין געווען מאנטיג

האב איך עס נישט געזעהן היי יאר און לונדון.
אפשר קען איינער עס ארויפלייגען דא?

גם אני מצטרף לבקשה זו
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אה היינט נאכט די הילולא קדישא

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איך האב דער קונטרס בוני צאנז - אבער ווייסט נישט אויב כ'וועל מצליח זיין ארויף צו לייגן דאס
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

געפריווט... נישט געלונגן עס איז געשטאנען אזוי:

פייל איז צו גרויס: בוני צאנז תשפב קובץ ט-
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

dovidal האט געשריבן:לשון קדשו של הדברי חיים מצאנז זי"ע על בן דורו הרה"ק רבי אהרן מטשארנאבל זצ"ל נזר דורינו קדוש השם !!!! אך לאהבת הצדיק

נכתב בשנת?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אורח חדש
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2018 5:31 pm

Re: מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח חדש »

מומחה יוחס האט געשריבן:געפריווט... נישט געלונגן עס איז געשטאנען אזוי:

פייל איז צו גרויס: בוני צאנז תשפב קובץ ט-

לייג עס ביטע אויף א דזשאמבא מעיל לינק
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

דא האט איהר עס:

בוני צאנז - הדברי חיים מצאנז זי"ע

איך האף ס'איז געלונגען
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אורח חדש
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2018 5:31 pm

Re: מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח חדש »

מומחה יוחס האט געשריבן:דא האט איהר עס:

בוני צאנז - הדברי חיים מצאנז זי"ע

איך האף ס'איז געלונגען

יישר כח! געלונגען!
איר האט אפשר אויך די ערשטע 8 גליונות?
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

auc.jpg
auc.jpg (21.5 KiB) געזען 925 מאל

חתימת הגה"ק רבי נפתלי הירץ אשכנזי אב"ד לבוב זקנו של הרה"ק הדברי חיים מצאנז.

https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/sou ... 99?lang=he
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אורח חדש האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:דא האט איהר עס:

בוני צאנז - הדברי חיים מצאנז זי"ע

איך האף ס'איז געלונגען

יישר כח! געלונגען!
איר האט אפשר אויך די ערשטע 8 גליונות?

ניין
אבער די 6 אין 7 האב איך אינדערהיים

איך גיי עס נישט סקענען עס איז צו שווער פאר מיר...

מומחה יוחס האט געשריבן:

איך טראכט יעצט אפשר זאלסטו אליינס בעטן פין די מוציאי לאור.. אולי וועלן זיי קענען געבן...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אורח חדש
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2018 5:31 pm

Re: מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח חדש »

מומחה יוחס האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:
אורח חדש האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:דא האט איהר עס:

בוני צאנז - הדברי חיים מצאנז זי"ע

איך האף ס'איז געלונגען

יישר כח! געלונגען!
איר האט אפשר אויך די ערשטע 8 גליונות?

ניין
אבער די 6 אין 7 האב איך אינדערהיים

איך גיי עס נישט סקענען עס איז צו שווער פאר מיר...

איך טראכט יעצט אפשר זאלסטו אליינס בעטן פין די מוציאי לאור.. אולי וועלן זיי קענען געבן...

איר האט אפשר זייער קאנטאקט אימעיל?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אורח חדש האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:
אורח חדש האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:דא האט איהר עס:

בוני צאנז - הדברי חיים מצאנז זי"ע

איך האף ס'איז געלונגען

יישר כח! געלונגען!
איר האט אפשר אויך די ערשטע 8 גליונות?

ניין
אבער די 6 אין 7 האב איך אינדערהיים

איך גיי עס נישט סקענען עס איז צו שווער פאר מיר...

איך טראכט יעצט אפשר זאלסטו אליינס בעטן פין די מוציאי לאור.. אולי וועלן זיי קענען געבן...

איר האט אפשר זייער קאנטאקט אימעיל?

אימעיל נישט - אבער אויף די קונטרס איז דא א טעלעפאן נאמבער,
7183055132
8454812999

הצלחה
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אב לאנדאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:24 am

Re: מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב לאנדאן »

מומחה יוחס האט געשריבן:דא האט איהר עס:

בוני צאנז - הדברי חיים מצאנז זי"ע

איך האף ס'איז געלונגען

ייש"כ
אוועטאר
סעלפאן
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

Re: רבי חיים האלבערשטאם מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלפאן »

להודות ולהלל האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:יעדע יאר קומט ארויס א גליון נפלא דורך "בוני צאנז" היי יאר אויכעט? אויב יא, וואו קען מען עס באקומען? אויב ווייסט איינער ביטע מודיע זיין

נאוואדאי היי יאהר אויכעט.
גליון בוני צאנז

ארבעט שוין נישט איז שייך איבער צו לייגן נאכאמל?
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!
לאמיר פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm

Re: מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר פארשטיין »

לכאורה בין איך נישט אויפן גוטן פלאץ
אבער, ווייסט איינער ווי אזוי בוני צאנז הכנסות אורחים איז צוגעשטעלט פאר א שבת ? עסען ? שלאפען ? איז דא נאך איינער וואס שטעלט צו אין צאנז א שבת ?
ישר כח
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”