ארפכשד האט געשריבן:הרב זארעכפעפער: עי' בשו"ת חתם סופר או"ח סי' קס"ג.
ועי' בשו"ת מהר"י מינץ סי' ט'.
שכוח ארפכשד, פאר די דעטאלע מראה מקומות. עס איז א פארגעניגן צו זען אז איר זייט א תלמוד חכם.
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
badatz האט געשריבן:ב''ה
היא הביאה בן ובת איתה הבת התחתנה עם הרה''ק ר' שלמהניו בן האדמוה''ז מסא''ג ובן שנתגדל אצל
האדמוה''ז מסא''ג והתחתן עם נכדת הבעש''ט זי''ע ולו הי' רק ג' בנות .הבת התארסה עוד בחיי קדוש ישראל מרוזין נבג''מ ובחיי אבי' הר'ר' הערש זי''ע כידוע הסיפור עם היחוס .
מיללער האט געשריבן:badatz האט געשריבן:ב''ה
היא הביאה בן ובת איתה הבת התחתנה עם הרה''ק ר' שלמהניו בן האדמוה''ז מסא''ג ובן שנתגדל אצל
האדמוה''ז מסא''ג והתחתן עם נכדת הבעש''ט זי''ע ולו הי' רק ג' בנות .הבת התארסה עוד בחיי קדוש ישראל מרוזין נבג''מ ובחיי אבי' הר'ר' הערש זי''ע כידוע הסיפור עם היחוס .
ווער זענען געווען די דריי איידימער?
איינער ווייס איך ר' אשר ישעי' הורוויץ מ"מ חותנו ברימינוב בעמח"ס מעדני אשר (בן האמרי נועם מזיקוב?)
מיר האבן שוין אמאל גערעדט איבער דעם סדיגורא-רימינובער רבי פון דאהי ר' יצחק פריעדמאן וועלכער איז געווען בנו של ר' שלמה'ניו הנ"ל ז"ל.
זיידעניו האט געשריבן:....א נאכט פאר די חתונה איז איינגעארדענט געווארן אן ארעם-מאלצייט פאר די ארעמעלייט (אן ארעמע חתונה), וואס ס'איז א מנהג אין א סאך רבי'שע הויפן דאס צו מאכען. מ'האט געגרייט פאר די ארעמעלייט שיינע טישן מיט עסן און טרונקען פון שענסטן און פון בעסטן כיד המלך, און בעיקר וואס מ'האט געטיילט פאר יעדן ארעמאן א שיינע מטבע. פאר דעם צוועק האט דער ישמח משה זי"ע געברענגט א גרויסען סכום געלט און עס געגעבן פארן מחותן אויסצוטיילען.
דער מחותן דער רב, איז ארום געגאנגען צווישן אלע ארעמעלייט א גוט אויפגעלייגטער און געטיילט ביד רחבה אזוי אז די ארעמעלייט זענען געווען העכסט צופרידן און גליקליך. ביים עק טיש איז געזעסן אן ארעמאן, אויך אים האט דער טאלטשווער רב דערלאנגט א מטבע פונקט ווי פאר אלע. "דער" אורח, האט אבער צו די וואונדער פון טאלטשווער רב - נישט געוואלט נעמען די מטבע, ער האט זיך איינגעפרארט ביים רב דער אבי הכלה, אז ער זאל אים געבן גאר א גרויסען סכום. דער רב האט אים פרובירט מוסיף זיין עטליכע מטבעות, אבער יענער האט זיך איינגעשפארט און האט נישט געוואלט נעמען ווייניגער וויפיל ער האט פארלאנגט דאס ערשטע מאל. דער מחותן האט זיך דא געטראפן אין א פארלעגענהייט, ער האט נישט געוואוסט וואס פאר אן עצה מ'גיט זיך דא. רופט ער זיך אן צו דעם איד, דאס געלט איז נישט מיין, דער מחותן דער אוהעלער רב האט דאס מיר געגעבן צו צוטיילען צווישן די ארעמעלייט און מיר אנגעזאגט וויפיל צו געבן יעדן אייינעם. איך האב פאר אייך אויך געהאלטן ביים מוסיף זיין פון מיין געלט, ווילט איר דאך אבער נישט, און א גרעסערן סכום האב איך נישט קיין רשות צו געבן פון דעם געלט, סיידן איך וועל פרעגן רשות פון בעה"ב, איך גיי אים שוין פרעגן.
דער טאלטשווער רב איז געגאנגען צום ישמח משה און דערציילט אים וועגן דעם מאדנעם ארעמאן. איך וויל אליין גיין און אנקוקען דעם ארעמאן - האט דער ישמח משה זיך אנגערופען. דער ישמח משה קומט אריין אין ביהמ"ד וואו די ארעמעלייט האבן געגעסן און הייבט אויף זיינע הייליגע אויגען און גיט א קוק דעם פרעמדן אורח און באטראכט אים גוט, און רופט זיך אן, גיט אים מחותן וויפיל ער פארלאנגט פארשטייט זיך אז דער רב האט אזוי געטאן. ער האט אהין געגעבן דעם "אורח" דעם סכום וואס ער האט פארלאנגט.
דער פארשטעלטער "אורח" איז געווען דער רבי ר' הערש מרימנוב, ער האט דערנאך געגעבן זיין ברכה און אנגעוואונטשן אז פון דעם זיווג זאלן ארויסקומען דורות און דורי דורות וואס וועלן באלייכטען די וועלט...
שישא האט געשריבן:זיידעניו האט געשריבן:דער פארשטעלטער "אורח" איז געווען דער רבי ר' הערש מרימנוב, ער האט דערנאך געגעבן זיין ברכה און אנגעוואונטשן אז פון דעם זיווג זאלן ארויסקומען דורות און דורי דורות וואס וועלן באלייכטען די וועלט...
ווייסט אפשר איינער דא ווי עס איז די ערשטע מקור פון די באקאנטע סאטמארע מעשה, אין תהלה למשה ווערט עס נישט געברענגט.