רבי ישראל המגיד מקאזניץ - עבודת ישראל - י"ד תשרי תקע"ה
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
רבי ישראל המגיד מקאזניץ - עבודת ישראל - י"ד תשרי תקע"ה
הרה"ק רבי ישראל מקאזניץ זי"ע (בן הר"ר שבתי) - דער "קאזניצער מגיד", איז אין די יונגע יאטרן געוועהן א תלמיד פון הרה"ק רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זי"ע, און שפעטער א תלמיד מובהק פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע. דער קאזניצער מגיד האט געמאכט פיהל ספרים, טייל פון זיי זענען: עבודת ישדאל על התורה, בית ישראל אויף מסכתות הש"ס, נר ישראל און נזר ישראל על התורה, אבות ישראל על פרקי אבות, און מגיד מישרים על מסכת שבת. דער קאזניצער מגיד איז נפטר געווארן י"ד תשרי (ערב סוכות) שנת תקע"ה לפ"ק, זי"ע ועכ"י.
אין ספר אוצר ישראל ווערט געברענגט אז ווען דער הייליגער קאזשניצער מגיד זצ”ל איז אמאל געווען אין אפטא אויף די יארצייט פון זיין טאטע וועלכער ליגט אין אפטא, איז דער גאנצער שטאט געקומען צו לויפן צום גאסט מיט קוויטלעך און בקשות.
ווען דער אפטער רב זצ"ל איז געקומען באזוכען דעם גאסט וועלכער איז געליגן אין בעט צוליב זיין שוואכקייט, האט זיך דער אפטער רב אנגערופען, "איצט האט מען גארנישט אינזינען אלעס לויפט צו אייך", שפעטער זענען זיי געגאנגען דאווענען צוזאמען, נאכן דאווענען האט מען געפראוועט א סעודה לכבוד'ן גאסט. אינמיטן די סעודה האט זיך דער מגיד אנגערופען פאר'ן אפטער רב "דאכט זיך מיר אז איך האב היינט געזעהן אדם הראשון אין בית המדרש ווי ער רעדט צו אייך".
דערויף האט דער אפטער רב זצ”ל גענטפערט, ווען איך האב אנגעטוהן טלית ותפילין און איר זענט נאכנישט געווען אין ביהמ"ד איז מיר איינגעפאלען א געדאנק וויאזוי צו פארענטפערן אדם הראשון, דעריבער איז ער געקומען אפגעבן א יישר כח....
ווען דער אפטער רב זצ"ל איז געקומען באזוכען דעם גאסט וועלכער איז געליגן אין בעט צוליב זיין שוואכקייט, האט זיך דער אפטער רב אנגערופען, "איצט האט מען גארנישט אינזינען אלעס לויפט צו אייך", שפעטער זענען זיי געגאנגען דאווענען צוזאמען, נאכן דאווענען האט מען געפראוועט א סעודה לכבוד'ן גאסט. אינמיטן די סעודה האט זיך דער מגיד אנגערופען פאר'ן אפטער רב "דאכט זיך מיר אז איך האב היינט געזעהן אדם הראשון אין בית המדרש ווי ער רעדט צו אייך".
דערויף האט דער אפטער רב זצ”ל גענטפערט, ווען איך האב אנגעטוהן טלית ותפילין און איר זענט נאכנישט געווען אין ביהמ"ד איז מיר איינגעפאלען א געדאנק וויאזוי צו פארענטפערן אדם הראשון, דעריבער איז ער געקומען אפגעבן א יישר כח....
א חסיד איז אמאל געקומען צום קאזניצער מגיד זצ"ל מיט א זאק איבערן קאפ זאגענדיג אז ער פאסט משבת לשבת און גייט אנגעטון מיט א זאק צוליב זיינע עבירות, דער מגיד האט תופס געווען אז ער טוט דאס נישט מיט ערליכע כוונות, האט ער אים ערקלערט, "אויך דיר האט דער יצר הרע אריינגענארט אין זאק", אויספירנדיג אז ס'איז פיל ערגער איינער וואס זאגט נאר פאר אנדערע אז ער פאסט משבת לשבת, ווי איינער וואס פאסט טאקע משבת לשבת, ווייל דער ערשטער נארט בלויז א צווייטן, דאקעגען דער אנדערער נארט זיך אליין אויך אויס...
איינמאל אין א שבת בראשית ביי מנחה האט זיך דער קאזניצער מגיד זצ"ל אנגערופן, "מיר האבן איצט געליינט ע'צי ג'פר ק'ינים ת' עשה, דאס איז ר"ת תקע"ג, א רמז אז אין דעם יאר וועט נאך זיין א מבול", דורכן יאר האט ער מערערע מאל דערמאנט "וואס וועט זיין מיט'ן ווייסיל" דאס איז א טייך נעבען קאזניץ, אינמיטן יאר איז געווען א פארפלייצונג אין די דערנעבענדיגע שטעט פילוב און קאזמיר, און ס'איז נישט אנגעקומען ביז קאזניץ, דאן האט מען געזען וואס דער צדיק האט פארשפארט מיט זיינע תפילות...
מ'האט אמאל געזען ווי דער הייליגער קאזניצער מגיד זצ”ל עסט אין א זילבערענע טעלער, די מענטשען האבן ביי זיך געטראכט פון ווי ס'נעמט זיך אזא עשירות צום מגיד, דער מגיד האט מרגיש געווען זייערע געדאנקן און ערקלערט אז א פרוי איז פריער געקומן בעטן פאר קינדער, דעריבער עסט ער אין א זילבערנע שיסל צו מאכען פון די אותיות עקר"ה, קער"ה...
דער הייליגער קאזניצער מגיד זצ"ל האט דערציילט, אז אין פלשיסחא האט איינער אמאל פארלוירן א נאדעל, ער האט דאס געזוכט א לענגערע צייט. ווען מ'האט דאס דערציילט פאר הרה"ק מפלשיסחא זצ"ל מיט וואונדער, צוגעבענדיג אז א נאדעל איז א קלייניקייט, האט דער צדיק ערקלערט, גערעכט איז ער. כאטש דער נאדעל איז ווערט בלויז עטליכע קאפליקעס אדער נאך ווייניגער, אבער וויבאלד ער האט זיך באנוצט דערמיט האט דאס ביי אים א חשיבות, אזוי ווי מיר זעען אז נאך די פלטירה פון א מענטש, וועט נאך די נשמה צוריק קומען צום גוף ביי תחיית המתים, ווייל דער גוף איז אים צונוץ געקומען זייענדיג אויף די וועלט.
עס ווערט דערציילט אויפן צדיק הרה"ק מקאזניץ זצ"ל אז ער איז געווען אזוי שוואך אז די דאקטורים האבן זיך געוואונדערט וויאזוי ער קען עקזעסטירן, זייענדיג אויסגעדארט אן א שטיקל פלייש, מ'האט אים געפירט צום בית המדרש מיט א בעטל, ווען ער איז אנגעקומען צום בית המדרש האט ער אראפגעווארפן די שיך, אויסשרייענדיג "מה נורא המקום הזה" און אריינשפאצירט אין בית המדרש כאחד האדם אן די שיך מיט ספעציעל דיקערע זאקן.
ווען דער הייליגער קאזניצער מגיד זצ"ל האט איינגעריסן זיין לעצטן יום כיפור, האט ער געזאגט צווישען זיינע ווערטער, רבוש"ע פארוואס קענסטו נישט זאגן די צוויי ווערטער סלחתי כדבריך, אויב פעלט דיר צדיקים האסטו אין פריסטיק דעם צדיק ר"ר מענדעלע פון רימנאוו זצ"ל, פעלט דיר די אורים ותומים האסטו אין לאנצוט דער צדיק ר' איציק'ל (דאס איז דער רבי פון לובלין זצ"ל) וואס שיינט אזוי ווי דער אורים ותומים. פעלט דיר בעלי תשובה, טוה איך איצט פאר דיר תשובה...
דער הייליגער קאזשניצער מגיד זצ”ל איז שוין אלס קינד געווען א חריף. ער האט אמאל געפרעגט פון זיין מלמד, פארוואס איז דאס אז א קרבן נדבה עסט מען דאס פלייש אין גאנץ ירושלים, און א קרבן חובה ווי א חטאת וכדומה מעג מען נאר עסן לפנים מן הקלעים? לכאורה וואלט געדארפט זיין פארקערט, ווען א איד האט א ריין הארץ און ברענגט א נדבה לה', זאל מען דאס עסן לפנים מן הקלעים, און א איד וואס האט געזינדיגט און דארף ברענגען א כפרה זאל מען עסן דאס פלייש אינדרויסן.
ווען אין דער מלמד האט אים מכבד געווען מיט'ן תירוץ, האט ער ערקלערט, אז דעם בעל עבירה קען מען נישט געטרויען און מ'מוז אים אריינעמען אין בית המקדש דארטן עסן, דאקעגן דער וואס פארמאגט א ריין הארץ און ברענגט נדבות, קען עסן וואו ער וויל, ער דארף נישט עסן אין בית המקדש.
ווען אין דער מלמד האט אים מכבד געווען מיט'ן תירוץ, האט ער ערקלערט, אז דעם בעל עבירה קען מען נישט געטרויען און מ'מוז אים אריינעמען אין בית המקדש דארטן עסן, דאקעגן דער וואס פארמאגט א ריין הארץ און ברענגט נדבות, קען עסן וואו ער וויל, ער דארף נישט עסן אין בית המקדש.
זיינע יונגע יארן האט דער צדיק הרה"ק המגיד מקאזניץ זצ"ל געלעבט אין אויסטערליש דחקות, קיינער האט זיך אויף אים נישט אומגעקוקט. איינמאל איז אים אויסגעקומען צו באזוכן דעם צדיק הרה"ק ר' לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל, וואס איז נאך דאן געווען רב אין זעליחאב.
ארויסגייענדיג האט דער קדושת לוי ארויסבאגלייט דעם געהויבענעם גאסט. נישט קוקנדיג אויף די גרויסע פרעסטן איז ער ארויס אויפ'ן גאס אן זיין מאנטל. שטייענדיג א לאנגע צייט אויף די גאס, איז אים קאלט געווארן, האט ער געבעטן פון גאסט ער זאל אים בארגן זיין מאנטל אויף אייניגע מינוטן. נאכ'ן שטיין אזוי א קורצע וויילע, האט זיך דער קדושת לוי אנגערופן, דא האסטו דיין מאנטל, ס'איז מיר שוין ווארים, איך האב ערלעדיגט אז פאר דיר זאל אויך ווארים ווערן. א קורצע צייט שפלעטער איז דער נאמען פון צדיק נתפלרסם געווארן איבער די וועלט...
ארויסגייענדיג האט דער קדושת לוי ארויסבאגלייט דעם געהויבענעם גאסט. נישט קוקנדיג אויף די גרויסע פרעסטן איז ער ארויס אויפ'ן גאס אן זיין מאנטל. שטייענדיג א לאנגע צייט אויף די גאס, איז אים קאלט געווארן, האט ער געבעטן פון גאסט ער זאל אים בארגן זיין מאנטל אויף אייניגע מינוטן. נאכ'ן שטיין אזוי א קורצע וויילע, האט זיך דער קדושת לוי אנגערופן, דא האסטו דיין מאנטל, ס'איז מיר שוין ווארים, איך האב ערלעדיגט אז פאר דיר זאל אויך ווארים ווערן. א קורצע צייט שפלעטער איז דער נאמען פון צדיק נתפלרסם געווארן איבער די וועלט...
דער הייליגער קאזניצער מגיד זצ”ל האט דערציילט, אז ווען דער צדיק הרה"ק ר"ר זושא מאניפלאלי איז געשטאנען פאר א שייד-וועג און נישט געוואוסט אין וועלכע ריכטונג ער דארף גיין, האט ער געקוקט מיט זיינע הייליגע אויגן וואו עס געפינט זיך דער שם הוי' און דארט איז ער געגאנגען. האט דער מגיד זצ”ל צוגעגעבן, ביי יעדן ספק וואס א מענטש האט אין זיין לעבן, דארף ער קוקן ווי אזוי עס קומט ארויס א כבוד שמים און אזוי זאל ער טאן. דאס זאגט דער פלסוק, זה הדבר אשר צוה ה' תעשו, זאלסט וויסן וואס דו האסט צו טאן, וירא אליכם כבוד ה', דארט וואו עס קומט ארויס א כבוד שמים.
אין ספר החכמה מאין (אות ס') ווערט געברענגט אז הרה"ק ר' איציקל סטוטשינער ז"ל האט אמאל דערציילט אז הרה"ק המגיד מ'קאזשניץ זצ"ל האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, "כ'קען נישט זאגען א גוט ווארט אויף קרח ווייל ער האט דאך מצער געווען משה רבינו, אבער איך קען אויך נישט זאגען שלעכטס אויף אים ווייל ער איז דאך געווען דער זיידע פונעם רבי'ן פון לובלין זצ"ל." (ווי באקאנט האט זיך דער רבי פון לובלין זצ"ל אמאל אויסגעדריקט, "דער הייליגער זיידע קרח") מערקווירדיג אז אין ספר "עבודת ישראל" פונעם קאזשניצער מגיד זצ"ל איז נישטא קיין חידושי תורה אויף פרשת קרח...
אין ספר אמרי דבש ווערט דערציילט אז דער שינאווער רב זצ"ל פלעגט דערציילען אז דער קאזניצער מגיד זצ"ל פלעגט זאגן גאר ווארימע מוסר דרשות אזש אז דער עולם איז געפאלען אין חלשות פון גרויס התעוררות, נאך די דרשה האט ער געפראוועט א סעודה, און גערופן די סעודה א "סעודת ברית" באזירט אויפן פסוק "ומלתם את ערלת לבבכם"...
וישלח מלאכים אל בלעם בן בעור וכו' (כב-ה) ואם תאמר מפני מה השרה הקב"ה שכינתו על גוי רשע ? כדי שלא יהי' פתחון פה לאומות לומר אילו היו לנו נביאים חזרנו למוטב, העמיד להם נביאים והם פרצו גדר עולם. (רש"י) לכאורה בלייבט דאך ווייטער שווער ווייל די אומות העולם קענען ווייטער האבן א פתחון פה אז צו זיי האט מען אבער נישט געשיקט קיין נביא אמת אזוי ווי משה רבינו, נאר להבדיל א רשע ווי בלעם ימ"ש. האט אויף דעם געענפערט דער הייליגער רבי ר' בונם פון פשיסכא זצ"ל, מיט א מעשה וואס האט מיט איהם פאסירט, ער איז אמאהל געגאנגען צו בערלין זיך צו היילן די אויגן, ווען ער איז אנגעקומען קיין בערלין האט ער אנגעהויבן צו זיכן א גוטן דאקטער, האט מען איהם מייעץ געווען אז ער זאל אפשר גיין צו א גרויסן דאקטער וואס היילט אויס מענטשן מיט סגולות, האט אויף דעם דער רבי געענפערט, איך בין דא געקומען ווייל די תורה האט געזאגט "ורפא ירפא" דאס הייסט אז די תורה האט איבערגעגעבן א כח אין א דאקטער אז ער זאל מעגן אויסהיילן בדרך הטבע, אבער אויב איר הייסט מיר זיך אויסהיילן מיט כוחות שלא על פי דרך הטבע, קען איך דאך שוין גיין צו דעם ריכטיגן גדול און צדיק הדור דער הייליגער קאז'ניצער מגיד. די זעלבע איז אויך דא, די אומות העולם גלייבן דאך נישט אז די אלע אותות ומופתים זענען העכערע כוחות, נאר צופעליגע געשעענישן, וועגן דעם האט מען זיי אויך געגעבן א נביא וואס זאל זיי ווייזן אז עס איז יא דא אזא זאך ווי העכערע איבערנאטירליכע כוחות, וועגן דעם וועלן זיי נישט קענען האבן קיין פתחון פה, ווייל אויב זיי האבן שוין יא געגלייבט אין אזעליכע זאכן, וואלטן זיי שוין געדארפט גלויבן אין דעם אמת'ן נביא, משה רבינו.
-
- שר מאה
- תגובות: 118
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 8:00 pm
און אזוי האט עס ליידער אויסגעקוקט פון אינעוויינוג פארן איבערבויען
- אטעטשמענטס
-
- 2.jpg (48.98 KiB) געזען 14313 מאל
לעצט פארראכטן דורך אפשר אום דאנערשטאג מארטש 18, 2010 8:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.