רבי ישראל המגיד מקאזניץ - עבודת ישראל - י"ד תשרי תקע"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: רבי ישראל המגיד מקאזניץ - עבודת ישראל - י"ד תשרי תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

שמחהלע האט געשריבן:היינט די גרויסע יארצייט. זכותו הגדול יגן עלינו!

אמן ואמן
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: רבי ישראל המגיד מקאזניץ - עבודת ישראל - י"ד תשרי תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

כ'האב נעכטן געקוקט די הקדמה צו ספה"ק עבודת ישראל, בין איך געוואויר געווארן אז די נאמען "עבודת ישראל" האט דער אייניקל המו"ל געגעבן, ה"ה הרה"צ אברהם אלחנן בן הרה"ק מרדכי דוד מ'דאמבראווא זי"ע וחתן הרה"ק ממאגלניצא זי"ע, בהסכמת הצדיקים הנ"ל.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: די לויה פון רבי אלעזר אלימלך מראדום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

נחוניא האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:א באריכט אין JTA איבער די פטירה פון רבי אלעזר אלימלך מראדום בן רבי שמואל שמעלקא מקאזניץ חתן רבי אלעזר מקאזניץ
דאכט זיך אז ביז היינט איז נישט געווען באוואוסט זיין יארצייט

http://www.jta.org/1934/06/19/archive/c ... rabbi-dies

א בילד פון די לויה - געדרוקט אינעם ספר "ראשי בית אבותם" עמ' קס"ה.

viewtopic.php?p=3290359#p3290359
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בן בוזי האט געשריבן:משפחת אונגאר בווארשא - נכדי קאזניץ - לובלין - מאגליניצע

רבי אברהם אלחנן ב"ר שלום שמחה אונגאר

וויאזוי גייט דער יחוס צו די אובנדערמאנטע שושילתות?


איך זעה דארט א זון פון דעם ר' אברהם אלחנן בשם ר' יהושע העשקא דוד וזו' חנה אסתר לאה ב"ר יציק דוד

ועוד מבני המשפחה
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:תמונה המיוחס להמגיד מקאזניץ זי"ע:

אויף די בילד, ברענגט אראפ הרב אברהם אפרים גאטהייל בספרו קונטרס לחי ראי.זכרונות וסיפורים על הרב הקדוש רבי אהרל'ה מקאזניטץ הי"ד בן אחר בן להמגיד מקאזניטץ. וזה לשונו ,תמונה זו מיוחסת להמגיד הקדוש מקאזניטץ זי"ע,ועליה מודגש מנהגו הק' לפעול ישועה ע"י נתינת סתירה על הלחי,החסידים העומדים מהצד מחכים להפריע ג"כ את המגיד שגם הם יקבלו סתירה ויוושעו בכל משאלותם, עד כאן לשונו ,דאס הייסט אז מ'זעהט אויפן בילד וואו די מגיד גיט א'פאטש איינעם, און כידוע איז מען מיט א'פאטש פונעם הייליגען מגיד, געהאלפן געווארן ,זיע"א.


אויף די גנזים ליציטאציע איז פאר א צייט צוריק געווען א בעסערע ווערסיע פון די באקאנטע בילד פונעם קאזניצער מגיד, און האט אנגעבליך אויך דערויף א בילד פונעם זוהן רבי משה'לע פון קאזניץ זי"ע.
אטעטשמענטס
תמונת המגיד מקאזניץ - גנזים.jpg
תמונת המגיד מקאזניץ - גנזים.jpg (240.95 KiB) געזען 651 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי ישראל המגיד מקאזניץ - עבודת ישראל - י"ד תשרי תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט די הילולא קדישא פין די הייליגע קאזשניצער מגיד זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: רבי ישראל המגיד מקאזניץ - עבודת ישראל - י"ד תשרי תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

אין געציילטע טעג איז די יומא דהילולא קדישא בעז"ה, ערב חג הסוכות.

עס שטייט א פחד פון א נקודה אין פרי צדיק דף ק"ז, וזלה"ק: שמענו בשם המגיד מקאזניץ זצ"ל שאמר פעם אחת בערב יום הכיפורים, שגם אז בזמנו נמצא הכח של ג' האבות הקדושים, ואמר על הרב הקדוש מאפטא בעל אוהב ישראל זצ"ל שהוא בחינת אברהם, (כידוע ששמו היה אברהם יהושע העשיל). ועל הרבי מלובלין זצ"ל שהוא בחינת יצחק, (כידוע היה שמו יעקב יצחק). ואת עצמו שהיה שמו "ישראל" חשב כנגד בחינת יעקב רק חסר הכבש להקריב, ואמר שהוא מכוין הכוונת של הכהן גדול, ע"כ.
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: רבי ישראל המגיד מקאזניץ - עבודת ישראל - י"ד תשרי תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

געציילטע מאמרים וואס זיין זהון הרה"ק רבי משה אליקים בריאה זצ"ל שרייבט אויפען טאטען אין זיינע ספרים (קהלת משה, דעת משה, באר משה, בינת משה)

פעם אחת היה הה"צ הקדוש מו"ה זושע זצלה"ה עומד בבהכ"נ בשעה שכבוד הה"ק אאמו"ר [ה"ה הרה"ק המגיד מקוזניץ זצ"ל] זצלה"ה דרש ואמר השיעור שלו כדרכו בקודש, ובשמעו דיבוריו הקדושים נפל הרב מ' זושע זצלה"ה על פניו ובכה בכי' גדולה, ובסיום כבוד אאמו"ר זצלה"ה השיעור שאלהו מה זה שבכה כ"כ למאוד, והשיב הרה"צ זצלה"ה כי בעת החל הה"מ לומר השיעור באו כל פמליא של מעלה להקשיב דבריו הקדושים, וכי האיך ביכולת להתאפק אז בראות כל פמליא של מעלה עומדים ולא נשיב, הנה כעת הגיע העת והעונה להתוודות כראוי ולשוב בתשובה שלימה, לזאת בכיתי ונפלתי על פני, עכ"ל. (קהלת משה, לקוטים)
-
כמ"ש בכמה מקומות איך שאאמו"ר זללה"ה אמר לי בזה הלשון: תאמין לי בני שלא הי' שום מחשבה זרה שהי' לי מעת שנולדתי ועד עתה שלא באתה אלי בעת תפילתי, ובעזרת האל העלתי כולן למקורן ושורשן העליון אל המקום אשר הי' שם אהלם בתחילה, עכ"ל .
(בספרו באר משה, פ' יתרו ד"ה או יבואר ברמז הכתוב)
-
וכאשר עיני ראו בהה"ק אאמו"ר זצלה"ה שיצאה נפשו בדברו קדושת כתר, לולי שעוררהו וחזר רוחו בקרבו, עכ"ל. (בספרו קהלת משה, פ' ויחי ד"ה א"י לישועתך [ה'])

כמו שהיה מרגלא בפומא דאאמו"ר זצלה"ה תמיד הפסוק הזה, כי הוא הנותן לך כח לעשות חיל (דברים ח, יח), עכ"ל. (בספרו דעת משה, פ' חיי שרה ד"ה א"י ויאמר אברהם)
-
וכאשר עיני ראו בהיות הרב הקדוש אאמו"ר זצללה"ה בק"ק בראד, ומידי עברו אצל הבתים למחוז חפצו, עמד אצל בית אחד כמתמיה. ושאלוהו מה נשתנה בית זה משאר בתים אשר כבודו מתמיה עליו, וענה כי לא יוכל לסבול טומאת הבית הזה. ואחר החקירה והדרישה, התודע כי במקום הזה שרפו זה זמן ספרי תולדות יעקב יוסף רח"ל, לזאת עלה צחנתו מטומאתו עוד לפניו, עכ"ל.
(שם, פ' ויגש ד"ה או יבואר ואת יהודה)
-
ובודאי יש כעת ג"כ קדושי עליון אשר בתוך התפילה יוכלו להתבטל ממציאות מחמת גודל התשוקה, וכאשר אירע לאאמו"ר זצלה"ה באמצע התפילה לגודל התשוק' והדביקות נתעלף בתוך התפילה עד שקראוהו בשמו ונתעורר, עכ"ל.
(שם, פ' שמיני ד"ה בבואכם אל אוהל מועד)
-
אלא הענין, דכל המקדש ומטהר עצמו, זוכה שיחופו עליו ממש הוי"ה העליון בעצמיות. וכאשר הרב הקדוש אאמו"ר זצלה"ה אמר לי, שהשי"ת ב"ה הלך לפניו תמיד, ולמראה עיניו ראה תמיד השם הוי"ה לנגדו. וממילא איש כזה כאשר יאמר כן יקום, וכמצביה עביד בחיל שמיא וארעא (דניאל ד, לב), וכאומרם ז"ל (מו"ק טז:) מי מושל בי צדיק, צדיק מושל ביראת אלקים (שמואל ב' כג, ג), עכ"ל.
(שם, לשבת הגדול ד"ה אור לארבעה עשר)
-
וזכורני כד הוינא טליא, הייתי תמיד מתמה עצמי על כבוד הרב הקדוש אאמו"ר זצלה"ה, שבראש השנה היה שמח למאוד, ולכאורה ביום ההוא לשמחה מה זו עושה. אמנם הוא הדבר אשר דברנו, מחמת שהוא ראשית השנה, יורד בו קדושה וטהרה וכל טוב לכל ימי השנה, עכ"ל. (שם, לראש חודש אלול ד"ה איתא בילקוט)
-
אוועטאר
ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am

Re: רבי ישראל המגיד מקאזניץ - עבודת ישראל - י"ד תשרי תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אברהם »

ידען בקורות הדורות האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:50 pm
כמו שהיה מרגלא בפומא דאאמו"ר זצלה"ה תמיד הפסוק הזה, כי הוא הנותן לך כח לעשות חיל (דברים ח, יח), עכ"ל. (בספרו דעת משה, פ' חיי שרה ד"ה א"י ויאמר אברהם)
א.PNG
א.PNG (103.58 KiB) געזען 317 מאל
ב.PNG
ב.PNG (93.07 KiB) געזען 317 מאל
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: רבי ישראל המגיד מקאזניץ - עבודת ישראל - י"ד תשרי תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

הרה"ק מרן הדברי חיים מצאנז זי"ע שרייבט אין זיין הסכמה אויף די ספר "עבודת ישראל" בזה הלשון: "אשר לפי דעתי אין בדורינו מי שישיג חכמתו".
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

זיידעניו האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 19, 2008 10:49 am
ווען דער הייליגער קאזניצער מגיד זצ"ל האט איינגעריסן זיין לעצטן יום כיפור, האט ער געזאגט צווישען זיינע ווערטער, רבוש"ע פארוואס קענסטו נישט זאגן די צוויי ווערטער סלחתי כדבריך, אויב פעלט דיר צדיקים האסטו אין פריסטיק דעם צדיק ר"ר מענדעלע פון רימנאוו זצ"ל, פעלט דיר די אורים ותומים האסטו אין לאנצוט דער צדיק ר' איציק'ל (דאס איז דער רבי פון לובלין זצ"ל) וואס שיינט אזוי ווי דער אורים ותומים. פעלט דיר בעלי תשובה, טוה איך איצט פאר דיר תשובה...
עס איז ידוע אז ווען די הייליגע רוזינ'ער האט געהערט די מעשה, האט ער געזאגט אז ער גלייבט באמונה שלימה אז דער קאזניצ'ער מגיד האט נישט געדאווענט ווייטער תפילת כל נדרי, ביז ער האט טאקע אליינס געהערט פונעם אייבערשטן די ווערטער "סלחתי כדבריך".
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי ישראל המגיד מקאזניץ - עבודת ישראל - י"ד תשרי תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט דער הילולא קדישא פון דער הייליגע קאזינצער מגיד זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי ישראל המגיד מקאזניץ - עבודת ישראל - י"ד תשרי תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבי ישראל ב"ר שבתי זי"ע, (האפשטיין), בעל עבודת ישראל, המגיד מקאזניץ

ער איז געבוירן אין שטאט אפטא, בשנת תצ"ז,

צו זיין טאטן הרה"ק רבי שבתי דער ספרים בינדער זי"ע,

און צו זיין מאמע הצדקת מרת פערל ע"ה,

ווי באקאנט איז דער הייליגער מגיד מקאזניץ געבוירן געווארן צו זיינע עלטערן אויף די עלטערע יארן, דער טאטע האט מען געקענט אלס דער ספרים בינדער פון שטאט אפטא, אבער צדיקים האבן מעיד געווען אז דער טאטע און די מאמע זענען געווען גאר הייליגע בעלי מדרגה ווי דער אייניקל רבי אלעזר מקאזניץ זי"ע האט מעיד געווען איז דער זיידע רבי שבתי געווען א בעל רוח הקודש,

דער טאטע האט געצויגען זיין פרנסה פון בינדן ספרים אבער ווען ער איז אנגעקומען אויף די עלטערע יארן האט ער שוין נישט געקענט אזוי פיל ארבעטן האט ער געלעבט אין א גאר שווערע דחקות, האט זיך אמאל געמאכט א פרייטאג נאכמיטאג און ביים שטוב פון דעם צדיק רבי שבתי איז נישט דא קיין פרוטה פון וואס צו שבת מאכן, איז דער צדיק ר' שבתי אריבער צום בית המדרש און דארט עוסק געווען בתורה און זיך פארלאזט אויפן הייליגען באשעפער אז ער וועט שוין שיקן אויף שבת קודש,

ווען עס איז געווארן נאכט און מען האט גענדיגט דאווענען איז דער טאטע אהיים זיך גרייטענדיג צו טרעפן א טונקל הויז אן לעכט, אער אזוי ווי ער קומט אריין האט ער געטראפן א לעכטיג שטוב מיט פיינע פרישע חלות און וויין אויפן טיש צו געגרייט, פרעגט דער טאטע פון זיין רעבעצין פון ווי האסטו פארשאפט דאס געלט פאר די צרכי שבת קודש,

האט די מאמע געזאגט אז ביים אויפרוימען דעם שטוב האט זי געטראפן אן אלטן בגד מיט שיינע גאלדענע קנעפ, איך האב דאס גלייך גענומען און פארקויפט און פון דעם האב איך איינגעקויפט לכבוד שבת קודש, פארשטייט זיך אז צו די שמחה פון דעם צדיק ר' שבתי איז נישט געווען קיין גרעניץ,

דער צדיק ר' שבתי האט געזונגען שלום עליכם מיט גרויס התלהבות דקדושה און גלייך נאך קידוש האט זיך דער צדיק ר' שבתי ארויס געלאזט אין א טאנץ מיט גרויס שמחה לכבוד דעם גרויסן באשעפער וואס האט אים געשיקט די צרכי שבת, דער שמחה וואס דער צדיק האט געהאט האט געמאכט א גרויסע רעש און מעורר געווען א גרויסע שמחה ביי די פמליא של מעלה, און דער בעל שם טוב זי"ע האט דערפילט דעם גרויסן שמחה וואס האט זיך אפגעטון בעולמות העליונים,

גלייך נאכן זמן מוצאי שבת איז דער בעש"ט הקדוש זי"ע מיט קפיצת הדרך געפארן צום שטאט אפטא, און ער האט געלאזט רופן דעם רבי שבתי און ער פרעגט אים וואס איז דא פאר געקומען די וואך שבת אז די גאנצע פמליא של מעלה האט זיך מיט געפרייט, נאכדעם וואס דער רבי שבתי האט דערציילט די גאנצע מעשה ווי אזוי ער האט געהאט די צרכי שבת און ווי אזוי ער האט זיך ארויס געלאזט מאין א טאנץ לכבוד דעם שבת קודש, האט שוין דער בעש"ט פארשטאנען וואס די רעש אין הימל איז געווען,

דאן האט אים דער בעש"ט הקדוש געבענטשט דעם טאטן אז צום יאר זאל ביי אים געבוירן ווערן א בן זכר וואס וועט האבן א גאר הויעכע און הייליגע נשמה וואס ער וועט מיט דעם באלייכטען די וועלט און זכות וואס די טאטע האט געמאכט אזא נחת רוח אויבן אין הימל, צום יאר איז טאקע געבוירן געווארן צו די עלטערן א בן זכר און דער בעש"ט הקדוש איז געקומען צום ברית און געווען דער סנדק, דער בעש"ט הקדוש האט דעם קינד א נאמען געגעבן ישראל, און דער קינד איז געווען דער הייליגער מגיד מקאזניץ זי"ע,

ער איז געווען א גאון מובהק און א איש אלוקים קדוש נורא מאוד, און א בעל רוח הקודש, בעל מופת נפלא און א גרויסע פועל ישועות, זיין עבודת התפלה איז געווען פלאי פלאים, ער איז געווען א איש חלוש מאוד אין א גרויסע בעל יסורים, אבער זיין עבודת הקודש איז אייביג געווען מיט אש קדוש און א ברען כמלאך ד' צבקות, עס איז באוויסט אז רוב טאג האט דער צדיק געברויכט צוליב זיין חולשה אסאך ליגן אין בעט, אבער ווען עס איז אנגעקומען די זמן תפלה איז דער צדיק וקדוש ארויס געשפרינגען פון בעט און מען האט אים ממש נישט דערקענט, ער איז ממש געטאנצן און געדאווענט אז מען האט געזען אז ער באקומט ביים דאווענען הימלישע כוחות,

דערציילט מען אז ווען מען האט געפרעגט דעם הייליגען מגיד מקאזניץ זי"ע ווי אזוי ער האלט אויס די גרויסע יסורים וואס ער האט כסדר געהאט, האט דער צדיק געזאגט, דעם רגע וואס איז שוין אריבער איז דאך שוין אריבער, די רגע וואס קומט איז דאך נאכנישט דא, קומט דאך אויס אז נאר די רגע פון יעצט איז שווער, איין רגע קען איך אויס האלטן,

שוין פון אלס יונג קינד האט מען שוין געזען זיין גדלות בתורה ובקדושה, ער האט עוסק געווען בתורת הנגלה ובתורת הנסתר יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדה בקדושה וטהרה, ער האט דאן געלערנט אין די ישיבה פון הגה"ק רבי דוב בעריש הכהן אב"ד אפטא זי"ע און אויך ביי הגה"ק רבי מנחם אב"ד טארלא זי"ע, ער איז שוין דאן געווען מפורסם אלס א עילוי נפלא און א קדוש ישראל,

ער האט זיך מסתופף געווען ביי די צדיקי דורו ובתוכם,

הרה"ק רבי דוב בער המגיד הגדול ממעזריטש זי"ע,
הרה"ק רבי שמואל שמעלקא מניקלשבורג זי"ע,
הרה"ק רבי לוי יצחק בעל הקדושת לוי מבארדיטשוב זי"ע,
הרה"ק רבי אלימלך בעל נועם אלימלך מליזענסק זי"ע,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי ישראל המגיד מקאזניץ - עבודת ישראל - י"ד תשרי תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

דער מגיד מקאזניץ האט מעיד געווען אז ער האט שוין געהאט געלערנט איבער 800 ספרי קבלה נאך בעפאר ער איז אנגעקומען דאס ערשטע מאל צום הייליגען מגיד הגדול ממעזריטש זי"ע, אבער ווען ער איז אנגעקומען צום הייליגער מגיד איז ער געוואקסן גאר הויעך אין תורת הנסתר און געווארן א בקי בספרי האריז"ל און אויך דעם סידור האר"י וואס דער מגיד ממעזריטש האט געהאט,

נאכן פטירה פונעם הייליגען מגיד ממעזריטש זי"ע איז ער אריבער צום הייליגען רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, דארט איז ער שוין געווען באוויסט מיט זיין געוואלדיגע קדושה, אויך איז ער שוין דאן געווען באקאנט אלס א גרויסער פועל ישועות,

שפעטער נאכן פטירה פון דעם הייליגען רבי אלימלך מליז'נסק זי"ע, איז ער אריבער צום שטאט קאזניץ און דארט האט ער אנגעהויבן פירן זיין חסידות, דארט אין קאזניץ איז ער שוין געבליבען ביז צו זיין פטירה, דארט איז ער געווארן באקאנט אין גאנץ פולין אלס א גאון בנגלה ובנסתר און אויך אין אנדערע חכמות,ער איז דאן אויך געווארן מפורסם אלס א גרויסע בעל מופת נפלא און א גרויסער פועל ישועות, טויזענטער אידן זענען געקומען שעפן יראת שמים און אויך נעמען ברכות, אפילו די גוים פון שטאט זענען געקומען בעת צרה צו דעם צדיק,

עס איז באקאנט אז דער הייליגער מגיד מקאזניץ איז געווען איינע פון די דריי צדיקים וואס האבן געהאלטן ביי די מלחמה פון נפוליאון אז דאס איז מלחמת גוג ומגוג און עס גייט שוין קומען די גאולה שלימה, אבער ווי באקאנט האט זיך דאס נישט אויסגעארבעט און דער מגיד מקאזניץ און דער הייליגער חוזה מלובלין און רבי מענדעלע מרימנוב זענען אלע טאקע נסתלק געווארן דעם זעלבן יאר,

ער האט געהאט תלמידים צדיקים וקדושים צדיקי הדור,

הרה"ק רבי איתמר מקונסקוולה זי"ע,
הרה"ק רבי אלעזר מטארניגראד זי"ע,
הרה"ק רבי אריה לייבוש מלאנצוט זי"ע,
הרה"ק רבי יעקב צבי יאליש בעל מלא הרועים זי"ע,
הרה"ק רבי יהודה ליב מזקילקוב זי"ע,
הרה"ק רבי יחזקאל טויב ממודז'יץ זי"ע,
הרה"ק רבי יצחק מאיר אלתר בעל חידושי הרי"ם מגור זי"ע,
הרה"ק רבי ישכר בער הסבא קדישא מראדושיץ זי"ע,
הרה"ק רבי נפתלי צבי בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע,
הרה"ק רבי יעקב אריה מראדזימין זי"ע,
הרה"ק רבי משה בעל ישמח משה מאוהעל זי"ע,
הרה"ק רבי קלונימוס קלמן הלוי עפשטיין בעל מאור ושמש זי"ע,
הרה"ק רבי שמחה בונם מפשיסחא זי"ע,
הרה"ק היהודי הקדוש מפשיסחא זי"ע,
הרה,ק רבי צבי הירש מזידיטשוב זי"ע,
הרה"ק רבי צבי אלימלך בעל בני יששכר מדינוב זי"ע,
הרה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע,
הרה"ק רבי אשר ישעי בעל אור ישע מראפשיץ זי"ע,

הגה"ק רבי יהושע קראלער זי"ע האט דערציילט אז די מתנגדים פון שטאט קראלי האבן צוזאמען געשטעלט חתימות צו מכריז זיין א חרם אויף די תלמידי בעש"ט הקדוש זי"ע, ווען זיי זענען געקומען צו הגה"ק רבי יהושע פריינד מקראלי זי"ע און געבעטן אז ער זאל אונטער שרייבן אויף דעם חרם, האט רבי יהושע געזאגט, באמת קען איך נישט די חסידים און איך וויל זיי נישט קענען, אער א חרם קען איך נישט אונטער שרייבן, ווייל אויב זענען אלע חסידים אזוי ווי דער מגיד מקאזניץ קען מען אויף זיי נישט לייגען קיין חרם,

און רבי יהושע מקראלי האט זיי דערציילט די מעשה, איין טאג בין איך געווען אין דעם שטאט קאזניץ און מען האט מיך גערופן משלים זיין א מנין ביי דעם קאזניצער מגיד, איך האב דאן נאכנישט געקענט דעם מגיד מקאזניץ, אבער ווען איך בין אריין געקומען אין שטוב האב איך געמיינט אז מען האט מיך גערופן משלים זיין א מנין פאר א גוסס וואס האלט ביי די פטירה, ווייל דארט אין בעט איז געלעגן א איד פון קוים הויט און ביין, וואס ווי באקאנט איז דאס גאנצע חיות פונעם מגיד געווען א פלא אז ער האט בכלל געקענט לעבן זייענדיג אזוי שוואך,

אבער אזוי ווי מען האט פארן מגיד געזאגט אז עס איז דא א מנין און מען איז גרייט צו דאווענען, איז דער מגיד ארויס געשפרינגען פון בעט און זיך געשטעלט דאווענען מיט א ברען און א מסירת נפש און א גרויסע התלהבות דקדושה, און וועגן דעם מחזה וואס איך האב געזען איז נישט שייך צו לייגן אויף די חסידים קיין חרם,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי ישראל המגיד מקאזניץ - עבודת ישראל - י"ד תשרי תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבי פנחס מגניוושאוו זי"ע וואס איז געווען א תלמיד פונעם הייליגען מגיד מקוזניץ זי"ע האט געהאט א גרויסע השתוקקות צום ספר תנא דבי אליהו מיטן הייליגען פרוש זקוקין דנורא, אבער וויבאלד ער איז געווען א גרויסער ארימאן האט ער נישט פארמאגט דאס געלט צו קויפן דעם ספר,

איין ערב שבת קודש נאך חצות איז אנגעקומען א איד אין שטאט און ער האט געהאט א גרויסע זעקל מיט ספרים און צווישן די ספרים האט ער געהאט א תנא דבי אליהו מיטן פירוש הזקוקין, דער איד איז צוגעקומען צום צדיק רבי פנחס און זאגט אים, איך הער אז די ווילסט זייער האבן דעם ספר מיטן פירוש הזקוקין, דא האסטו דעם ספר, אבער רבי פנחס האט געזאגט פאר דעם איד אז ער האט נישט די געלט צו באצאלען פאר דעם ספר, האט אים דער איד געזאגט, נעם דעם ספר ביז נאך שבת, און אויב די וועסט נישט האבן די געלט וועל איך צוריק נעמען דעם ספר,

נאך שבת קודש האט רבי פנחס געזיכט דעם איד מיט די ספרים, אבער קיינער אין שטאט האט נישט געוויסט צו זאגן פון א איד וואס איז געקומען מיט ספרים דא אין שטאט, עס איז געווען א גרויסע חידוש פאר רבי פנחס און דער ספר איז געבליבן ביי אים,

שפעטער ווען רבי פנחס איז געפארן צו זיין רבין דער מגיד מקאזניץ זי"ע, אזוי ווי ער קומט אריין צום רבין און די רבי געט אים שלום עליכם זאגט אים די רבי, וויסן זאלסטו אז דער איד מיט די ספרים איז געווען אליהו הנביא ז"ל וואס איז דיר געקומען ברענגען דעם ספר תנא דבי אליהו וויבאלד די האסט געהאט א גרויסע השתוקקות צום ספר, האט דער תלמיד געזאגט אויב אזוי וועל איך געבן דעם הייליגען ספר א מתנה פארן רבין,

דער הייליגער קאזניצער מגיד זי"ע האט איבער געלאזט גאר הייליגע ספרים,

אור ישראל, על תיקוני זוהר,
בית ישראל, על מסכת אבות, ועל תלמוד בבלי,
יקר מפז, על התורה,
נזר ישראל, על ספר הזוהר,
עבודת ישראל, על התורה,
שארית ישראל, פירוש על מדרשים,

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער,

הרה"ק רבי משה אליקים בריעה בעל דעת משה מקאזניץ זי"ע, ממלא מקום אביו בקאזניץ,
בתו הצדקת מרת פערל ע"ה, אשת הרה"ק רבי אבי עזרא זליג שפירא מגרעניץ זי"ע, דער טאטע פונעם הייליגען שרף ממאגלניצא זי"ע,
הרה"ק רבי מרדכי זי"ע, וואס איז נפטר געווארן יונגערהייט,
חתנו הרה"ק רבי יחזקאל הלוי ב"ר יהודה אריה מזוואלין זי"ע,

דערציילט מען אז דעם לעצטן יום הקדוש האט זיך דער הייליגער צדיק דער מגיד מקאזניץ איינגעריסן ביים באשעפער אז ער זאל שוין שיקן די גאולה שלימה, ווען ער איז אנגעקומען ביי כל נדרי צו די ווערטער "ויאמר סלחתי כדבריך" האט דער צדיק וקדוש זייער געוויינט און געבעטן רבוש"ע זאג שוין די אויך די ווערטער סלחתי כדבריך, אויב פעילט דיר נאך צדיקים אין דעם דור, האסטו דאך דעם גרויסן צדיק רבי מענדעלע מרימנוב וואס איז שקול קעגן אלע צדיקי הדור, אויב פעילט דיר די אורים ותומים, דאס האסטו דאך אויך דעם הייליגען חוזה מלובלין, אויב פעילט דיר בעלי תשובה, איז דאס אויך נישט קיין פראבלעם, ווייל איך בין גרייט צו תשובה טון פאר גאנץ כלל ישראל, דערפאר בעט איך הייליגע טאטע זאג שוין די ווערטער סלחתי כדבריך און ברענג שוין די גאולה שלימה,

אבער ערב סוכות האט שוין דער הייליגער קאזניצער מגיד געזען אז ליידער איז דער זמן הגאולה נאכנישט געקומען, און דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע איז צו אים געקומען און אים אנגעזאגט אז און א קורצע צייט וועט ער זיין מיט אים בעולם העליון,

האט ער געהייסן פאר זון אז ער זאל גיין זאגן פאר דעם הייליגען חוזה מלובלין אז ער זאל אויפהערן מיט דעם מלחמה צו ברענגען די גאולה, דאן האט דער הייליגער מגיד אנגעכאפט זיין דיוקנא קדישא און ער איז נסתלק געווארן, אבער ליידער איז באקאנט אז מען איז נישט אנגעקומען אין צייט צו מודיע זיין פארן חוזה די ווערטער און עס איז געשען וואס עס איז געשען און אויך דער הייליגער חוזה איז נסתלק געווארן דעם זעלבן יאר,

נסתלק לגנזי מרומים ערב סוכות י"ד תשרי בשנת תקע"ד, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט קאזניץ,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי ישראל המגיד מקאזניץ - עבודת ישראל - י"ד תשרי תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"צ רבי ישראל הכהן שווארץ זי"ע א זון פונעם הייליגען קול אריה זי"ע האט דערציילט א מעשה, אז הרה"ק רבי צבי אורנשטיין מלעמבערג זי"ע האט אים דערציילט א מעשה, אז דער הייליגער קצות החושן זי"ע האט געהאט א זון הגה"ק רבי דוד מפאדייס זי"ע וואס האט ארויסגעגעבן דעם הייליגען ספר אבני מילואים פון זיין הייליגען טאטן זי"ע,

די פראבלעם איז געווען אז די חסידים האבן דעם ספר נישט געוואלט קויפן וויבאלד דער הייליגער קצות און אויך זיין זון רבי דוד זענען געווען גרויסע מתנגדים פונעם דרך החסידות און די אידן אין פולין זענען רוב געווען פייערדיגע חסידים,

האט אים א איד געגעבן אן עצה, פאר צום הייליגען קאזניצער מגיד און אויב וועט ער דיר געבן אן המלצה וועלן די חסידים אויך קויפן דעם ספר, אויך האט דער איד געבעטן אז ווען ער גייט צום קאזניצער מגיד זאל ער אים מזכיר זיין ווייל ליידער ווארט ער שוין יארן צו געהאלפן ווערן מיט קינדער,

בלית ברירה איז דער זון רבי דוד געפארן צום קאזניצער מגיד מיטן ספר אבני מילואים, פארשטייט זיך אז דער הייליגער קאזניצער מגיד איז מוראדיג נתפעל געווארן פון דעם הייליגען ספר און ער האט געגעבן א שיינעם המלצה אז די חסידים זאלן קויפן דעם ספר, ווען רבי דוד איז אוועק האט ער זיך געכאפט אז ער האט פארגעסן צו מזכיר זיין דעם איד וואס האט אים דאך א גרויסע טובה געטון, איז רבי דוד צוריק געפארן צום מגיד און מזכיר געווען דעם איד אז ער זאל געהאלפן ווערן מיט קינדער,

ווען ער איז צוריק געקומען צום מגיד האט אים דער הייליגער מגיד מסביר געווען דעם גאנצן ענין על פי סוד אז דורך דעם וועט דער איד געהאלפן ווערן מיט קינדער, און דער רבי דוד איז אוועק געפארן, ווען מען האט געפרעגט פון רבי דוד וואס עס איז געווארן מיט דעם איד וואס האט נישט געהאט קיין קינדער, האט רבי דוד זייענדיג א גרויסער מתנגד געזאגט, בעוונותינו הרבים איז דער איד געהאלפן געווארן מיט א בן זכר, דורך דעם ברכה פונעם הייליגען קאזניצער מגיד זי"ע,
--
דער הייליגער מנחת אלעזר זי"ע שרייבט אז איינמאל איז צום הייליגען קאזניצער מגיד זי"ע געקומען א עלטערע פארפאלק און דער מאן האט געזאגט אז ער וויל זיך גט'ן פון זיין ווייב, האט דער הייליגער צדיק געפרעגט פון דעם מאן וואס גייט פאר, האט דער מאן געזאגט אז די ווייב איז אים פארמיסט געווארן, האט די ווייב געזאגט פארן צדיק, ווען אונז האבן חתונה געהאט בין איך געווען גוט נאר נאכן לעבן אזוי מיט מיין מאן אזוי פיל יארן בין איך פארמיסט געווארן,

האט דער הייליגער צדיק אויפגעהויבן זיינע הייליגע הענט צום הימל און ער האט געזאגט, רבוש"ע דיינע אידן ביים מעמד הר סיני זענען דאך געווען אזוי שיין און לויטער, ליידער מיט דעם שווערן עול הגלות זענען זיי פארמיסט געווארן מיט עבירות און צרות, אבער די קוק אויך אויף דיין פאלק ווי אזוי זיי האבן אויס געזען ביי מעמד הר סיני און לייז אונז שוין אויס פון דעם ביטערן גלות,
--
הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע האט נאך געזאגט פונעם הייליגען קאזניצער מגיד זי"ע, אז ער האט אמאל געזאגט, עס וואלט געווען אסאך בעסער ווען רבקה אמינו ע"ה וואלט זיך ווען נישט אריין געמישט ביי די ברכות פון יצחק אבינו ע"ה, ווייל אויב וואלט עס געגאנגען ווי יצחק אבינו האט געוואלט און ער וואלט געגעבן די ברכות פאר עשיו און יעקב אבינו וואלט געקומען בעטן פון זיין טאטן וואס וועט זיין מיט מיר, וואלט דאך יצחק געזאגט פאר עשיו אויב די וועסט נישט האלטן די תורה וועט יעקב אבינו האבן די אויבער האנט, וואלטן די אידישע קינדער ווען געהאט יעצט אין גלות די ברכות, אבער ליידער יעצט האט עשיו הרשע דער אויבער האנט ווייל אידישע קינדער זענען נעבעך פארשמירט מיט עבירות,
--
הרה"ק רבינו יואל מסאטמאר זי"ע האט איין פסח אויפדערנאכט דערציילט, אז ביים הייליגען קאזניצער מגיד זי"ע נאכן סדר האט מען געקלאפט אויף די טיר, איז דער אייניקל דער הייליגער מאגלניצער זי"ע געגאנגען אויף מאכן די טיר, איז ער געקומען זאגן פארן זיידן אז ביים טיר שטייט א איד מיט א מוראדיגע הדרת פנים, איז דער זיידע דער הייליגער מגיד קעגן געלאפן דעם איד און אים מקבל געווען מיט א מוראדיגע שמחה,

נאכדעם האט דער אייניקל געפרעגט דעם זיידן, דער זיידע האט געהאט גילוי אליהו הנביא ז"ל ווייל מען איז דאך געוואוינט אז פסח ביינאכט קומט דאך אליהו הנביא צו יעדן אידישע שטוב, האט דער הייליגער מגיד מקאזניץ געזאגט פארן אייניקל, דאס איז געווען מיין הייליגע רבי דער מגיד הגדול ממעזריטש זי"ע, און דער הייליגער קאזניצער מגיד האט צוגעלייגט, גילוי נשמות פון צדיקים איז גרעסער ווי גילוי אליהו הנביא,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי ישראל המגיד מקאזניץ - עבודת ישראל - י"ד תשרי תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

דער הייליגער קאזניצער מגיד זי"ע האט געהאט דריי מעשיות וואס ער פלעגט דערציילן שבת מברכים חודש ניסן און ער האט געזאגט אז דאס איז מסוגל אז אידישע קינדער זאלן האבן א שפע גדול אויף צרכי יו"ט,
--
דאס ערשטע מעשה איז געווען, אז א איד האט פאר פרנסה געשווערצט ברוינפען דורך דעם גרעניץ און פון דעם האט ער געמאכט שיין פרנסה, איינמאל האט דער איד פראבירט אריבער צו טראגן א פעסל ברוינפען און מען האט אים געכאפט מיט די סחורה און עס האט אים געווארט א שווערע משפט,

איד דער איד געפארן צום הייליגען צדיק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע און ער האט מזכיר געווען אז עס ווארט אים א שווערע משפט, האט דער הייליגער רבי אלימלך געהייסן פאר דעם איד, אז ביים משפט זאל ער זאגן אז דער פאס איז פשוטע וואסער, כך הוה ווען דער איז איז געקומען צום משפט האט ער געזאגט פארן שופט אז דער פאס איז וואסער, מען האט דאס בודק געווען און מען האט געזען אז דאס איז וואסער און מען האט דעם איד באפרייט,

אבער דער איד איז גלייך צוריק געקומען צום הייליגען רבי אלימלך און געזאגט, רבי די פאס איז געווארן וואסער אבער יעצט האב איך נישט פון וואס צו מאכן קיין פרנסה, האט דער הייליגער רבי אלימלך געזאגט, דאס פאס איז צוריק ברוינפען, גיי טראג עס אריבער און יעצט וועט עס דורך גיין בשלום, דער איד האט געפאלגט דעם צדיק און ער האט דאס אריבער געטראגן און האט דאס פארקויפט פאר גוט געלט און געהאט א שפע פאר צרכי יו"ט,
--
דער צווייטער מעשה איז געווען, עס איז געווען א מלך וואס האט פארלוירען זיין טייערע רינגל און דער מלך האט געמאלדן אז ווער עס איז גרייט צו זיכען דעם רינגל וועט ער געבן א גרויסע סכום געלט, איז געווען א איד דארט אין שטאט א גרויסער ארימאן, האט זיך דער איד געמאלדן אז ער איז גרייט צו זיכען דעם רינגל, דער מלך האט אים טאקע געגעבן א גרויסע סכום געלט, האט דער איד גענומען דאס געלט און צוגעגערייט א שיינעם יו"ט פסח פאר זיך און זיין משפחה,

איז געווען דארט אין שטאט א גלח א גרויסער רשע וואס זיין נאמען איז געווען "דיינו" און ער האט נישט אויס געהאלטן אז דער איד האט גענומען געלט פונעם מלך און ער זיכט בכלל נישט דעם רינגל, איז דער גלח דער רשע געגאנגען צום מלך און ער האט געזאגט פארן מלך, די מיינסט אז דער איד זיכט דיין רינגל, בכלל נישט ער האט נאר גענומען דאס געלט פון דיר און דאס רינגל גייט אים בכלל נישט אן,

איז געווען דאן פסח ביינאכט און דער גלח האט געטראגן דעם מלך צום שטוב פון דעם איד און זיי האבן זיך געשטעלט ביים פענסטער און זען טאקע ווי דער איד רעכט אפ א סדר ווי איינע פון די נגידים פון שטאט, דער מלך איז געווארן אין כעס אז דער איד האט אים אפ גע'נער'ט, אבער דאן איז דער איד אנגעקומען צו פזמון דיינו, האט דער איד געהאט א מנהג, ער האט געזאגט דעם גאנצן פזמון און דאן האבן אלע קינדער געשריגן "דיינו",

דאן האט דער מלך פארשטאנען אז דער איד מאכט דא א פארשט ארבעט וועגן דעם גניבה און זיי זענען אנגעקומען צום החלטה אז דער גנב פון דעם רינגל איז געווען דער גלח דיינו, האט דער מלך געהייסן אז מען זאל איינשפארן דעם גלח, און סוף האט זיך דער גלח מודה געווען אז ער האט טאקע גע'גנב'ט דעם רינגל, און דער איד האט געהאט א שפע פאר צרכי יו"ט,
--
דעם דריטען מעשה וואס דער הייליגער קאזניצער מגיד זי"ע האט דערציילט, איז געווען א איד וואס האט געארבעט ביים פריץ, האט דער פריץ געזאגט פארן איד, די ווייסט אז אויב איך געב דיר נישט קיין פרנסה וואלסטו אויס געגאנגען פאר הונגער, האט אבער דער איד געזאגט, ניין די גיבסט מיר נישט פרנסה, נאר דער גרויסער באשעפער ער געט פרנסה, האט דער פריץ אפגעזאגט דעם איד און געזאגט לאמיר זען ווער עס געט דיר פרנסה, דער איד האט טאקע נישט געהאט קיין געלט צו צוגרייטן דעם פסח,

דער פריץ האט געהאט א גרויסער אוצר פון גאלדענע רענדליך, אויך האט דער פריץ געהאט א מאנקי וואס האט געוואוינט ביי אים אין שטוב, דער פריץ האט זיך זייער משתשע געווען מיט זיין אוצר און ער פלעגט כסדר אריין גיין אין זיין אוצר און ער האט באקוקט די גאלדענע רענדליך און דאס אריין גענומען אין מויל און דאס בודק געווען,

איין טאג בעפאר פסח האט דער מאנקי מיינענדיג אז דער פריץ עסט די גאלדענע רענדליך, האט דער מאנקי זיך גוט אנגעגעסן מיט גאלדענע רענדליך, פארשטייט זיך אז דער מאנקי האט נישט מעריך ימים געווען נאר דער מאנקי האט גע'פגר'ט, האט דער פריץ געהייסן פאר זיין בדינער אז ער זאל נעמען דעם מאנקי און דאס אריין ווארפן פארן איד אינדערהיים ווי חוזק מאכן פון דעם איד, אזוי ווי דער באדינער האט אריינגעוארפן דעם מאנקי אונעם שטוב פונעם איד, האט זיך אנגעהויבן גיסן גאלדענע רענדליך און דער איד האט געהאט א שפע פאר צרכי יו"ט,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי ישראל המגיד מקאזניץ - עבודת ישראל - י"ד תשרי תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

דער הייליגער צדיק רבי חיים זאנוויל ב"ר משה מריבניץ זי"ע האט געזאגט, אז דערמאנען ליל שישי דעם נאמען פונעם הייליגען קאזניצער מגיד זי"ע "רבינו ישראל בן פערל" איז א סגולה פאר א רפואה שלימה פאר אלע חולה ישראל,
--
הרה"ק רבי משה קאזניצער זי"ע דער זון פונעם מגיד מקאזניץ האט דערציילט, אז איינמאל איז ע געזעצן ביים טיש פון זיין טאטן און דארט איז אויך געווען דער הייליגער צדיק הרה"ק רבי ר' זושא מאניפאלי זי"ע און דער הייליגער טאטע דער קאזניצער מגיד האט געזאגט תורה, מיט א מאל האט זיך דער הייליגער רבי ר' זושא גענומען זייער וויינען, ווען רבי משה האט אים געפרעגט פארוואס ער וויינט אזוי, האט דער הייליגער רבי ר' זושא געזאגט, יעצט בשעת ווען דער מגיד זאגט תורה זענען די מלאכי השרת געקומען הערן די תורה, און איך זושא שעם מיך אזוי פון די מלאכים מיט מיינע עבירות און דערפאר וויין איך,
--
דער הייליגער זון הרה"ק רבי משה מקאזניץ זי"ע שרייבט אין זיין ספר באר משה, אז איינמאל איז ער געפארן מיטן טאטן צום שטאט בראד, אינמיטן האט זיך דער טאטע אפגעשטעלט ביי א הויז און ער שטייט און קוקט אויף דעם הויז, האט ער געפרעגט דעם טאטן, טאטע וואס קוקסטו אזוי אויף דעם הויז, האט דער הייליגער מגיד מקאזניץ געזאגט, איך ווייס נישט פארוואס אבער פון דעם הויז קומט ארויס א געפערליכע ריח ממש נישט צום אויסהאלטן,

האט דער זון בודק געווען וואס אין דעם הויז איז פאר געקומען, האט מען מברר געווען אז אין דעם הויז האט געוואוינט יארן צוריק א גאר גרויסער מתנגד, און ווען עס איז ארויס געקומען די הייליגער ספר תולדות יעקב יוסף וואס איז געווען דאס ערשטע ספר אויפן דרך החסידות פונעם בעש"ט הקדוש זי"ע האט דער מתנגד אין דעם הויז פארברענט דעם הייליגען ספר, און דאס איז געווען די ריח וואס דער הייליגער קאזניצער מגיד האט געשפירט ארויס קומען פון דעם הויז,
--
הרה"ח רבי אלי' ראטה ז"ל פון ירושלים האט דערציילט די מעשה, איין ערב יום הקדוש איז דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע געווען ביי זיין רבין דער הייליגער קאזניצער מגיד זי"ע, איז דארט אין שטוב פונעם מגיד געווען א קליין מיידל א אייניקל פונעם קאזניצער מגיד, און דער זיידע האט געהאט געקויפט א מתנה פארן אייניקל אבער דער קליידער אייניקל איז נישט געווען צופרידן פון דעם מתנה, אבער דער זיידע דער הייליגער מגיד האט פראבירט צו איבער רעדן דאס קינד אז זי זאל זיין צופרידן מיט די מתנה, האט דער מגיד געבעטן דעם הייליגען ראפשיצער רב אז ער זאל אים צו העלפן איבער רעדן דאס קינד,

נאכדעם וואס דער קינד איז ארויס צופרידן, האט דער הייליגער ראפשיצער רב געפרעגט דעם רבין, רבי אין אזא הייליגען טאג ווי ערב יום הקדוש איז דער רבי פארנומען מיטן איבער רעדן דעם אייניקל אויף די מתנה, האט דער הייליגער קאזניצער מגיד געזאגט, וואס ברויך איך אין אזא הייליגע טאג ווי יום הקודש זאל דאס אייניקל ח"ו האבן א שוער הארץ אויף מיר, וועגן דעם האב איך דאס נאך געוואלט פאריכטען בעפאר יום הקדוש, דאס האט געמיינט א צדיק וואס האט מורא געהאט אפילו פון א קליין קינד אז דער קינד זאל נישט ח"ו האבן א שווער הארץ אויף אים,
--
דער הייליגער קאזניצער מגיד זי"ע אלס קינד האט אים איינמאל דער טאטע געשיקט לערנען אין די ביהמ"ד פון שטאט און ער האט אים געגעבן א ליכט און געזאגט אז ווען דער ליכט לעשט זיך אויס זאל ער גלייך אהיים קומען, ווען דער מגיד האט זיך געזעצט לערנען האט דאס גורם געווען א גרויסע נחת רוח אויבן אין הימל פון די תורה לשמה פונעם מגיד, האט מען געמאכט אז די ליכט האט געבערנט לענגער ווי געווענליך און אזוי האט דער קינד געקענט לערנען לענגער,

ווען דער קינד איז אהיים געקומען האט זיך דער טאטע וואס איז געווען א גאר הייליגער איד פאר געשטעלט אז דער קינד האט פארברענגט די צייט מיט שטותים וועגן דעם איז ער אהיים געקומען אזוי שפעט, האט אים דער טאטע אנגעשלאגן, האט דער קאזניצער מגיד געזאגט, אויב וואלט איך געזאגט פארן טאטן אז עס איז געשען א נס און די ליכט האט געברענט לענגער ווי געווענליך וואלט מיר די טאטע געגלייבט ווייל די טאטע האט געוויסט אז איך זאג נישט קיין ליגענט, אבער ווי איידער צו דערציילן פארן טאטן אז עס איז מיר געשען א נס האט זיך ענדערשט געלוינט צו כאפן די שלעק פונעם טאטן,
--
איז געווען א גרויסער חסיד פון דעם הייליגען קאזניצער מגיד א גביר וואס האט געהאט א אכסניא ווי ער האט אריין גענומען יעדן איד אומזונסט, איין טאג האט אויס געבראכן א פייער און די גאנצע אכסניא איז פארברענט געווארן, איז דער איד געקומען צום הייליגען רבין און געפרעגט דעם רבין פארוואס איז זיך אים געקומען דעם עונש,

האט דער הייליגער קאזניצער מגיד זי"ע געזאגט, די מצוה פון אריין נעמען געסט הייסט אש"ל וואס דאס איז "אכילה שתיה לויה" די האסט נאר מקיים געווען דעם געבן עסן און טרינקען, אבער די האסט נישט ארויס באגלייט די געסט און ווען מען נעמט ארויס דעם "ל" פון אש"ל ווערט דאס א"ש וועגן דעם איז געקומען א פייער,
--
לערן א משנה און צינד אן ליכט לעילו נשמת:
הרה"ק רבי ישראל ב"ר שבתי זי"ע.
די זכות פונעם צדיק וועט זיכער מיגן זיין.

הַבֹּסֶר, מִשֶּׁהֵבִיא מַיִם, אוֹכֵל בּוֹ פִּתּוֹ בַּשָּׂדֶה.
הִבְאִישׁ, כּוֹנֵס לְתוֹךְ בֵּיתוֹ.
וְכֵן כַּיּוֹצֵא בוֹ בִּשְׁאָר שְׁנֵי שָׁבוּעַ, חַיָּב בְּמַעַשְׂרוֹת:
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי ישראל המגיד מקאזניץ - עבודת ישראל - י"ד תשרי תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

.
אטעטשמענטס
IMG-20230929-WA0000.jpg
IMG-20230929-WA0000.jpg (40.56 KiB) געזען 234 מאל
IMG-20230929-WA0002.jpg
IMG-20230929-WA0002.jpg (83.58 KiB) געזען 234 מאל
IMG-20230929-WA0004.jpg
IMG-20230929-WA0004.jpg (102.86 KiB) געזען 234 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”