רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
רבונו של עולם באשטראף נישט די פרוי
איינמאל איז ר' לוי יצחק פון בארדיטשוב ארויס פון זיין שטוב מיט זיין טלית און תפילין גרייט צוגיין אין שול דאווענען און אינמיטן וועג האט אים א פרוי אנגעגאסן מיט א שיסל וואסער און אים אנגעשריגן און פארשעמט ווען ר' לוי יצחק איז אריין אין שוהל האט ער אויסגערופען רבונו של עולם איך בעט דיר באשטראף נישט די פרוי אויף דעם וואס זי האט געטוהן, ווייל זי האט עס זיכער נאר געטוהן ווייל איר מאן האט איר געהייסן, פון דעם קען מען זעהן די גרויסקייט פון ר' לוי יצחק בארדיטשובער אז ער האט איר גלייך מוחל געווען און געבעטן דעם אויבערשטען אז ער זאל איר נישט באשטראפן, דאס הייסט "מעביר על מדותיו.

- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24631
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
היינט נאכט די הילולא קדישא פון די סניגורן של ישראל דער הייליגע בארדיטשובער רב זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
-
- שר מאה
- תגובות: 154
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2022 10:59 am
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
הארה נפלאה מכ"ק האדמו"ר מקוידינוב שליט"א
מכאן: http://ladaat.web-star.co.il/showgil.as ... 5&gil=2945
מכאן: http://ladaat.web-star.co.il/showgil.as ... 5&gil=2945
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/tor ... A8?lang=heיקים האט געשריבן:אינטרעסאנט ווער איז עס? דער טאטע פון ר' משולם זוסיא דערבארעמדיגער מאורהייב האט געהייסן ר' דוב בער (בחאטין, ב"ר זאב וואלף מחאטין, ב"ר דוב בער בן הקדו"ל) אבער ער איז געבוירן תרע"ז בערך, אויב אזוי עס שטימט נישט.נחוניא האט געשריבן:כ"א אייר תרס"ד איז אין שטאט ארהיוב נפטר געווארן הרב ר' דוב בעריש אן אייניקל פונעם בארדיטשובער רב זצ"ל אין עלטער פון זיבעציג יאר.
ס'איז געווען אנאנדערער ר' דוב בער וואלף דערבארעמדיער וואס איז טאקע געבוירן תקצ"ד בערך (ב"ר אורי יוסף ב"ר זאב וואלף מחאטין הנ"ל) אבער יענער האט געלעבט און אוועק אין טיקעשפאלי. ??
הקדשה מר' דוב בעריש מחאטין נכד הקדושת לוי יעצט אויף אויקשען [קוקט נישט אויס אז זיי ווייסן]
עס שטייט נישט קיין ערגעץ אז סאיז אסור צו גלעטן א קאץ אינמיטן כל נדרי!
[פאר די אלע וואס פרעגן כסדר ווי שטייט עס]
-
- שר העשר
- תגובות: 26
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 10:33 am
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
ווי געפינט מען די ערשטע מקור פין די תפילה "גאט פון אברהם"?
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
אלטע גוטע שאלה עס איז דא מעין דעם נוסח אין גאר אלטע סידוריםדער אייזעל האט געשריבן:ווי געפינט מען די ערשטע מקור פין די תפילה "גאט פון אברהם"?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
קדושת לוי נדיר
- אטעטשמענטס
-
- BER56.jpg (273.38 KiB) געזען 1015 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
Re:
אן השערה וואס איך האב געהערט אז גאלדא די מאמע פון ר' משה איז א טאכטער פון רבי מרדכי בן רבי אליעזר ליפא פרענקל,נחוניא האט געשריבן:זייער שווער צו זאגן אז ר' אלימלך אללעך - פאטער פון ר' משה - איז געווען א פינפטע דור.שלמה ש האט געשריבן:עם איז מקובל אין די משפחה אז די זיידע ר' משה אללעך (ר' משה שוחט) האט זיך מתייחס געוועהן נאכן הייליגער בארדיטשובער, זיין טאטע ר' אלימלך דארף צו זיין א פיפטע דור,
איז אפשר פאר איינעם באקאנט ווי מען קען דאס פארבירן צו נאכגיין, זיי האבן געהאט א כתב יוחוס וואט איז געלעגן ביי איינער פון די משפחה און תל אביב אבער קוקט אויס דאס איז פארלוירן געווארן,
ר' משה איז געבוירן תר"י בערך, און אפשר אפילו פריער.
זיין טאטע איז געבוירן תק"צ בערך און אפשר אפילו פריער.
דער עלטסטער דור חמישי פונעם קדושת לוי וואס איז ביי אונז פארשריבן איז געבוירן בשנת תר"ב.
א] רבי ישראל מפיקוב נולד תקכ"ג.
ב] בנו רבי שמואל שמעלקא נולד תקמ"א.
ג] בנו רבי אלימלך נולד תקס"א.
ד] בנו רבי לוי יצחק נולד תקפ"ג.
ה] בנו רבי חיים בער נולד תר"ב.
בפרט לויט ווי ר' בעריש וועבער איז משער אז משפחת אללעך זענען אייניקלעך פון רבי אליעזר ליפא פרענקעל, איז זיכער נישט מעגליך א פינפטער דור, ווייל רבי אליעזר ליפא איז ערשט געבוירן בשנת תקל"ז.
בכלל דארף מען וויסן אויב די יחוס פון ר' משה אללעך צום קדושת לוי ציט זיך דורך זיין טאטע ר' אלימלך אדער דורך זיין מאמע גאלדא.
Re: Re:
גאלדא בת רבי מרדכי פרענקעל איז געבוירן בשנת תקצ"ג. מער פרטים איבער איר איז נישט באקאנט.שלמה ש האט געשריבן:אן השערה וואס איך האב געהערט אז גאלדא די מאמע פון ר' משה איז א טאכטער פון רבי מרדכי בן רבי אליעזר ליפא פרענקל,נחוניא האט געשריבן:זייער שווער צו זאגן אז ר' אלימלך אללעך - פאטער פון ר' משה - איז געווען א פינפטע דור.שלמה ש האט געשריבן:עם איז מקובל אין די משפחה אז די זיידע ר' משה אללעך (ר' משה שוחט) האט זיך מתייחס געוועהן נאכן הייליגער בארדיטשובער, זיין טאטע ר' אלימלך דארף צו זיין א פיפטע דור,
איז אפשר פאר איינעם באקאנט ווי מען קען דאס פארבירן צו נאכגיין, זיי האבן געהאט א כתב יוחוס וואט איז געלעגן ביי איינער פון די משפחה און תל אביב אבער קוקט אויס דאס איז פארלוירן געווארן,
ר' משה איז געבוירן תר"י בערך, און אפשר אפילו פריער.
זיין טאטע איז געבוירן תק"צ בערך און אפשר אפילו פריער.
בפרט לויט ווי ר' בעריש וועבער איז משער אז משפחת אללעך זענען אייניקלעך פון רבי אליעזר ליפא פרענקעל, איז זיכער נישט מעגליך א פינפטער דור, ווייל רבי אליעזר ליפא איז ערשט געבוירן בשנת תקל"ז.
בכלל דארף מען וויסן אויב די יחוס פון ר' משה אללעך צום קדושת לוי ציט זיך דורך זיין טאטע ר' אלימלך אדער דורך זיין מאמע גאלדא.
לויט די יארן קען טאקע שטימען אז ר' משה אללעך וועלכער איז געבוירן בשנת תר"י בערך זאל זיין איר זון.
לפי זה קומט אויס די סדר היחס ווי פאלגענד
רבי לוי יצחק מבארדיטשוב בעל קדושת לוי (ת"ק-תק"ע)
א] חתנו - רבי אליעזר ליפא פרענקעל (תקל"ז-תקצ"ה)
ב] בנו - רבי מרדכי פרענקעל (תקנ"ט-)
ג] בתו - גאלדא (תקצ"ג-). אולי אשת ר' אלימלך אללעך
ד] בנם ר' משה אללעך (תר"י בערך)
עכ"פ ר' משה אללעך איז א פערטער דור, און אויב מען רעכנט אריין דעם קדושת לוי אינעם חשבון איז ער א פינפטער דור.
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
ווייסט איינער פון אימיצער ואוס איז עוסק מיט פארשן די אייניקלעך פונ׳ם קדושת לוי?
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
האסט א pdf פון אלע מעשיות?Ban Mazel האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 1:04 pmרבונו של עולם באשטראף נישט די פרוי
איינמאל איז ר' לוי יצחק פון בארדיטשוב ארויס פון זיין שטוב מיט זיין טלית און תפילין גרייט צוגיין אין שול דאווענען און אינמיטן וועג האט אים א פרוי אנגעגאסן מיט א שיסל וואסער און אים אנגעשריגן און פארשעמט ווען ר' לוי יצחק איז אריין אין שוהל האט ער אויסגערופען רבונו של עולם איך בעט דיר באשטראף נישט די פרוי אויף דעם וואס זי האט געטוהן, ווייל זי האט עס זיכער נאר געטוהן ווייל איר מאן האט איר געהייסן, פון דעם קען מען זעהן די גרויסקייט פון ר' לוי יצחק בארדיטשובער אז ער האט איר גלייך מוחל געווען און געבעטן דעם אויבערשטען אז ער זאל איר נישט באשטראפן, דאס הייסט "מעביר על מדותיו.
https://capital.one/3Ly0pb9
פארדין 200 טאלער פארן עפענען קעפעטל וואן קרעדיט קארט
פארדין 200 טאלער פארן עפענען קעפעטל וואן קרעדיט קארט
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
עס קוקט אויס איר האט געטראפן א גוטע פארשער, ווייל אין אנדערע אשכול דערקלערט איר זיך אייניקל פונעם קדושת לוי
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
נעה, איך פערזענליך, בין איך נאך נישט איבערצייגט דערין!
כ׳האב שוין געמיינט אז איך האב עס, אבער ס׳שטעלט זיךך ארויס אז די מסורה איז נישט 100 פראצענט.
(מיין זידע האט געהייסן לוי יצחק, ע״פ עדות אמו״ר האט ער געהייסן נאכ׳ן קדושת לוי, מיין מומע. זאגט אז ער האט געהייסן נאך אן אלטער זייע וואס איז געוועזן ״א גרויסע רב״, און אז מיר זענען ממשפחת דערבארעמדיקער), אזוי אויך האט מיין באבע עטלעכע מאל געזאגט אויף מיין קאזין ע״ה וואס האט געהייסן לוי יצחק אז ער הייסט נאך ר׳ לוי יצחק בערדיטשעווער [דהיינו נישט נאך דער אויבנדערמאנטע זיידע]).
האט אימיצער אמאל געהערט פון ר׳ לוי יצחק הכהן ווילקאוויץ פון סיגעט?
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8352
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
נאו וועי איטשע!איטשע האט געשריבן: ↑מאנטאג מארטש 20, 2023 8:32 amנעה, איך פערזענליך, בין איך נאך נישט איבערצייגט דערין!
כ׳האב שוין געמיינט אז איך האב עס, אבער ס׳שטעלט זיךך ארויס אז די מסורה איז נישט 100 פראצענט.
(מיין זידע האט געהייסן לוי יצחק, ע״פ עדות אמו״ר האט ער געהייסן נאכ׳ן קדושת לוי, מיין מומע. זאגט אז ער האט געהייסן נאך אן אלטער זייע וואס איז געוועזן ״א גרויסע רב״, און אז מיר זענען ממשפחת דערבארעמדיקער), אזוי אויך האט מיין באבע עטלעכע מאל געזאגט אויף מיין קאזין ע״ה וואס האט געהייסן לוי יצחק אז ער הייסט נאך ר׳ לוי יצחק בערדיטשעווער [דהיינו נישט נאך דער אויבנדערמאנטע זיידע]).
האט אימיצער אמאל געהערט פון ר׳ לוי יצחק הכהן ווילקאוויץ פון סיגעט?
זאג מיר נישט, דו האסט אונגארישע בלוט אין זיך...?!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
וואו האסטו דא געפונען אונגארישע בלוט?אונגארישע הייזער האט געשריבן: ↑מאנטאג מארטש 20, 2023 11:33 amנאו וועי איטשע!איטשע האט געשריבן: ↑מאנטאג מארטש 20, 2023 8:32 amנעה, איך פערזענליך, בין איך נאך נישט איבערצייגט דערין!
כ׳האב שוין געמיינט אז איך האב עס, אבער ס׳שטעלט זיךך ארויס אז די מסורה איז נישט 100 פראצענט.
(מיין זידע האט געהייסן לוי יצחק, ע״פ עדות אמו״ר האט ער געהייסן נאכ׳ן קדושת לוי, מיין מומע. זאגט אז ער האט געהייסן נאך אן אלטער זייע וואס איז געוועזן ״א גרויסע רב״, און אז מיר זענען ממשפחת דערבארעמדיקער), אזוי אויך האט מיין באבע עטלעכע מאל געזאגט אויף מיין קאזין ע״ה וואס האט געהייסן לוי יצחק אז ער הייסט נאך ר׳ לוי יצחק בערדיטשעווער [דהיינו נישט נאך דער אויבנדערמאנטע זיידע]).
האט אימיצער אמאל געהערט פון ר׳ לוי יצחק הכהן ווילקאוויץ פון סיגעט?
זאג מיר נישט, דו האסט אונגארישע בלוט אין זיך...?!
"ר׳ לוי יצחק הכהן ווילקאוויץ״ איז נישט מייט זיידע... בארואיגט אייך.
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
זענען דאס זיינע צוויי טעכטער?
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
גָאט פוּן אַבְרָהָם אוּן פוּן יִצְחָק אוּן פוּן יַעֲקֹב: בֶּעהִיט דַיין לֵיבּ פָאלְק יִשְׂרָאֵל פוּן אַלֶעם בֵּייזֶען אִין דַיינֶעם לוֹיבּ, אַז דֶער לִיבֶּער שַׁבָּת קֹדֶשׁ גֵייט, אַז דִי װָאךְ אוּן דֶער חֹדֶשׁ אוּן דֶער יָאר, זָאל אוּנְז צוּא קוּמֶען צוּ אֱמוּנָה שְׁלֵמָה, צוּ אֱמוּנַת חֲכָמִים, צוּ אַהֲבַת חֲבֵרִים, צוּ דְּבֵקוּת הַבּוֹרֵא בָּרוּךְ הוּא, מַאֲמִין צוּ זַיין בִּשְׁלֹשׁ עֶשְׂרֵה עִקָּרִים שֶׁלָּךְ, ובִּגְאוּלָה קְרוֹבָה בִּמְהֵרָה בְיָמֵינוּ, וּבִתְחִיַּת הַמֵּתִים, וּבִנְבוּאַת מֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם:
רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם דּוּ בִּיזְט דָאךְ הַנּוֹתֵן לַיָּעֵף כֹּחַ, גִיבּ דַיינֶע לִיבֶּע אִידִישֶׁע קִינְדֶערְלִיךְ אוֹיךְ כֹּחַ דִּיר צוּ לוֹיבֶּען אוּן נָאר דִיךְ צוּ דִינֶען אוּן קֵיין אַנְדֶערְן חָלִילָה נִישְׁט, אוּן אַז דִי װָאךְ אוּן דֶער חֹדֶשׁ אוּן דֶער יָאר זָאל אוּנְז קוּמֶען צוּ גֶעזוּנְד אוּן צוּ מַזָּל אוּן צוּ בְּרָכָה וְהַצְלָחָה אוּן צוּ חֶסֶד אוּן צוּ בָּנֵי חַיֵּי אֲרִיכֵי וּמְזוֹנֵי רְוִיחֵי וְסִיַּעְתָּא דִּשְׁמַיָּא לָנוּ וּלְכָל יִשְׂרָאֵל וְנֹאמַר אָמֵן:
נשאלתי היום למה חוזר אחר אמירת מַאֲמִין צוּ זַיין בִּשְׁלֹשׁ עֶשְׂרֵה עִקָּרִים שֶׁלָּךְ גם שלשה מהי"ג עיקרים ובִּגְאוּלָה קְרוֹבָה בִּמְהֵרָה בְיָמֵינוּ, וּבִתְחִיַּת הַמֵּתִים, וּבִנְבוּאַת מֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם: ?
קבלתי זאת באישי
זייער א גוטע קשיא!
אולי רוצים פשוט להזכיר בתחילת השבוע לסימנא טבא את הגאולה ואת זכותא דמשה רעיא מהימנא אשר בזכות משה ניגאל כמובא באוהחה"ק
גם זה נתקבל

- DOVOR.jpg (166.55 KiB) געזען 565 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
האט מען עפעס לעצטינס אנדעקט עפעס פון בארדיטשובער רב זי"ע איבער דעם נוסח התנאים וואס מען ליינט אין סאטמאר שבועות ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
טעות לכאורה
רבי דוב בעריש בן הקדושת לוי ?
רבי דוב בעריש בן הקדושת לוי ?
- אטעטשמענטס
-
- DOVBER.jpg (66.7 KiB) געזען 407 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
דובערש בן הקדושת לוי ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
-
- שר מאה
- תגובות: 178
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2023 6:16 pm
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
מקור ?
וואס איז דיין ארבעט/באשעפטיגונג? (אנקעטע)
viewtopic.php?t=68541
viewtopic.php?t=68541
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 894
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2020 4:19 pm