רבינו משה איסרליש - הרמ"א - מקראקא זצ"ל - ל"ג בעומר

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: רבינו משה איסרליש - הרמ"א - מקראקא זצ"ל - ל"ג בעומר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ס׳איז זייער אינטערסאנט.
מצד אחד, ווי איר ברענגט פון באלאבאן, איז ר׳ שמחה בונים שוין געווען אן איידעם בייןם רמ״א אום שנת שי״ג, דאס לפי חשבון, 9 יאר, איידער דרעזיל בת הרמ״א איז געבוירן געווארן. דרעזיל איז זיכער בת הרמ״א מזוגתו הרבנית קרענדיל, ווי עס ווערט געברענגט קלאר און דייטליך אין מגילת יוחסין לר׳ וואלף מווילנא חותן הש״ך, וועלכע האט זיך מתייחס געווען נאך איר.
אלזא, צו זאגן אז ר׳ שמחה בונים, האט חתונה געהאט מיט צוויי טעכטער איז נישט מן הנמנע. לאור זה וואלט איך געזאגט אז זוגתו הראשנה איז געווען א טאכטער פון הרבנית גאלדא בת הר״ר שכנא, און זוגתו מרת דרעזיל איז געווען א טאכטער פון הרבנית קרענדיל בת ר׳ משה עברליש.

דאך, וואלט איך געראטן מעיין צו זיין און דער ארגינעלע ביכל פון באלאבן, דאכציך אין פויליש, ס׳איז יתכן אז דער מתרגם, האט נישט ריכטיג איבערגעשטייטשט.
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

תגובה דורך כח און מח »

ווייסט מען עפעס איבער ר משה אויערבאך מרעגענסבורג קראקא זקינו של הרמא? כהאב געזעהן אין איינע פון די מאמרים פון רינ"ה קוואדראט בעל ה @קנקן ווס שרייבט אז ער איז אוועק נאך שנת שפ"ב, ווייסט איינער צו דאס איז קראנט? אויב יא איז דאס לכאורה א קלארע הוכחה דלא כהאומרים שהרמ"ה נולד בשנת ש"פ!

נחוניא האט געשריבן:
אפשר איז מעגליך אז חוואליש איז געווען די ערשטע רביצין?
אויף די מציבה פון גאלדא שטייט "בת עשרים כבת מאה לא נמצת בה עולה". בפשטות איז פשט אז זי איז נפטר געווארן שי"ב אלט זייענדיג צוואנציג יאר.
ווייטער רבי שמחה בונם שרייבט זיך שוין אלס איידעם פונעם רמ"א בשנת שי"ג.
איטשע האט געשריבן:

ר איטשא, עפעס שטימט נישט מיט אייער חשבון לויט ר נחוניא, אויב איז רבי שמחה בונם שוין געווען אן איידעם ביים רמא בשנת שיג, און זיין שוויגער איז געווען הרבנית גאלדא וועלעכע איז נפטר געווארן בשנת שיב זייענדיג 20 יאר אלט מיינט עס אז הרבנית גאלדא האט שוין געהאט א טאכטער ווען זי איז געווען 11 יאר אלט, און ר שמחה בונם איז געווארן אן איידעם ביים רמא ווען זיין רעביצין איז געווען קוים 10 יאר אלט... מאכט דאס סענס???

די איינציגסטע אופן לענד סזאל שטימען (אויב סאיז ריכטיג אז רבי שמחה בונם שוין געווען אן איידעם ביים רמא בשנת שיג) איז אז הרבנית גאלדא איז געווען דעם רמ"אס זיווג שני!
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

תגובה דורך להודות ולהלל »

כח און מח האט געשריבן:

אויפן מצבה פון זיין טאכטער מרת גיטל וואס איז אוועק אינעם יאר שי"ב שטייט שוין בת ר' משה ז"ל
איז ער זיכער אוועק פאר שי"ב.

א) טאמער ר' שמחה בונים איז נפטר געווארן ט' אדר שפ"ד, 29 בפברואר 1624 - איז נישט מסתבר אז ער איז שוין געווען א איידעם ביי דע רמ"א בשנת שי"ג (געווען אלט בערך 91 יאהר ביים פטירה?)
ב) זוג' מרת דרייזל איז נפטר געווארן מאנטיג א׳ דר״ח טבת שפ״ב ביי 40 יאהר, איז זי געבוירן געווארן בשנת שמ"ב, און 'מסתמא' חתונה געהאט נישט פאר שנ"ז (אלט געוועהן 15 יאר)
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובה דורך נחוניא »

להודות ולהלל האט געשריבן:

שפ"ב אדער שס"ב?

שפ"ב

"אויב איז רבי שמחה בונם שוין געווען אן איידעם ביים רמא בשנת שיג?!"
הערשט דארף מען וואוסן דער מקור צו דעם פאקט!
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבינו משה איסרליש - הרמ"א - מקראקא זצ"ל - ל"ג בעומר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

להודות ולהלל האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
להודות ולהלל האט געשריבן:
ב) זוג' מרת דרייזל איז נפטר געווארן מאנטיג א׳ דר״ח טבת שפ״ב ביי 40 יאהר, איז זי געבוירן געווארן בשנת שמ"ב, און 'מסתמא' חתונה געהאט נישט פאר שנ"ז (אלט געוועהן 15 יאר)
שפ"ב אדער שס"ב?
שפ"ב
וואס איז די מקור דערצו?
איך האב געזען וואס ברענגען שס"ב.
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: רבינו משה איסרליש - הרמ"א - מקראקא זצ"ל - ל"ג בעומר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

כהאב בטעות נישט געשריבן דעם ריכטיגן יאר, כהאב געזעהן אין איינע פון די מאמרים פון רינ"ה קוואדראט בעל ה @קנקן ווס שרייבט אז ר משה אויערבאך מרעגענסבורג קראקא זקינו של הרמא איז אוועק נאך שנת רפ"ב, אויב אזוי איז דאס לכאורה א קלארע הוכחה דלא כהאומרים שהרמ"ה נולד בשנת ר"פ! כפי מנהג יוצא אשכנז
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: רבינו משה איסרליש - הרמ"א - מקראקא זצ"ל - ל"ג בעומר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

להודות ולהלל האט געשריבן:
א) טאמער ר' שמחה בונים איז נפטר געווארן ט' אדר שפ"ד, 29 בפברואר 1624 - איז נישט מסתבר אז ער איז שוין געווען א איידעם ביי דע רמ"א בשנת שי"ג (געווען אלט בערך 91 יאהר ביים פטירה?)
קענסט זאגן אז סאיז שווערליך אזוי צי זאגן אבער אויסגעשלאסן איז עס נישט, ממילא אויב מאיר באלבאן האט אזוי געשריבן, און אויב ער האט ריכטיג געזעהן אזוי, קען עס שטימען, יא סאיז שווער אבער נישט אום מעגליך!

והנה באמת האט נחוניא געשריבן
נחוניא האט געשריבן:
אינעם ספר "תולדות היהודים בקראקא" (עמ' 121 הערה 28) שרייבט מאיר בלבן אז בשנת שי"ג (1553) חתמ'ט זיך רבי שמחה בונעם אונטער אלס אן איידעם פונעם רמ"א. אויך זעט מען אז בשנת שי"א איז רבי שמחה בונעם געפארן קיין ווילנא מיטן זיידן רבי ישראל איסר פאר מסחר.
אויב אזוי לייג צי נאך 2 יאר...
להודות ולהלל האט געשריבן:
ב) זוג' מרת דרייזל איז נפטר געווארן מאנטיג א׳ דר״ח טבת שפ״ב ביי 40 יאהר, איז זי געבוירן געווארן בשנת שמ"ב, און 'מסתמא' חתונה געהאט נישט פאר שנ"ז (אלט געוועהן 15 יאר)
גערעכט סאיז נישט מעגליך אז ער איז שוין געווען חתונה געהאט מיט זוגתו הרבנית דרעיזל אין שנת שיג, דער מדובר איז אז ער איז געווען 2 מאל אן איידעם ביים רמ"א, ואם כן אויב רבי שמחה בונם שוין געווען אן איידעם ביים רמא בשנת שי"א, איז אום מעגליך אז זיין שוויגער איז געווען הרבנית גאלדא וועלעכע איז נפטר געווארן בשנת שי"ב זייענדיג 20 יאר אלט...
אויב אזוי מוז זיין אז דער רמ"א האט געהאט נאך א זיוויג פאר הרבנית גאלדא, (ווי אויך וועט דאס זיין נאך אן הוכחה דלא כהאומרים אז דער רמ"א איז געבוירן בשנת ר"ץ)

אבער ווי פארשטענדליך זעהט די גאנצע פשעטל אויס פאלש און ווי מהאט קיינמאל נישט געוויסט דערפון וועלן מיר ווייטער נישט וויסן דערפון!!!
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: רבינו משה איסרליש - הרמ"א - מקראקא זצ"ל - ל"ג בעומר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

אגב אז מרעדט שוין פון ר שמחה בונם האב איך אמאל געזעהן פון וקשטיין אז לפי דעתו האט ר שמעון וואלף בו ר יצחק בן ר שמחה בונם געהאט 3 זיוויגים, און לויט דעם וויל ער זאגן (דברים דחוקים מאוד) אז דער טאטע פונעם פנים מאירות איז געווען אן איידעם ביי ר שמעון וואלף ממילא איז דער פנים מאירות געווען אן אייניקל פונעם רמ"א, אויב איינער ווייסט אפשר וועלעכע מאמר פון וקשטין דאס איז וועל איך זייער הנאה האבן.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: רבינו משה איסרליש - הרמ"א - מקראקא זצ"ל - ל"ג בעומר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

כח און מח האט געשריבן:
אגב אז מרעדט שוין פון ר שמחה בונם האב איך אמאל געזעהן פון וקשטיין אז לפי דעתו האט ר שמעון וואלף בו ר יצחק בן ר שמחה בונם געהאט 3 זיוויגים, און לויט דעם וויל ער זאגן (דברים דחוקים מאוד) אז דער טאטע פונעם פנים מאירות איז געווען אן איידעם ביי ר שמעון וואלף ממילא איז דער פנים מאירות געווען אן אייניקל פונעם רמ"א, אויב איינער ווייסט אפשר וועלעכע מאמר פון וקשטין דאס איז וועל איך זייער הנאה האבן.
דער ארטיקל איז אן השערה באזירט אויף איין געוויסע נוסח פון א געוויסע מעשה, ואידך זיך גמור, הרב וועקשטיין האט עס געשריבן בלויז אלס אן השערה.
נישט לאנג דערויף איז עס שוין אריין אלס דברים וצקים אין די יחוס בספרי להורות נתן...
יעצט דארך מען שוין אויפווייזן.

הייסט אז ער האט עס למעשה אויך נישט אנגענומען?

באשטעטיגט

אהא, שכח! איך האב עס שוין געזעהן ברענגען למעשה בשמו און כהאב בכלל נישט פארשטאנען וויאזוי מקען אפילו טראכטן אז דער פנים מאירות זאל זיין אן אייניקל פון רמא און ער ברענגט אים הונדרעטער מאל און אפילו פעם אחת באטיטלט ער אים נישט אלס זיידע בו בזמן וואס אנדערע קרובי משפחה באטיטלט ער יא, כוועל גיבן צוויי דוגמאות ווי סאיז זייער בולט:
בח"ב סימן ד' שרייבט ער: ראיתי לדודי הש"ך שכתב בסי' קצז על מה שכתב רמ"א וכו'
שם סימן כ"ב: ולפי הצעה זו יש לישב קושיות דודי הש"ך בחו"מ סי' ס"ו שהניח דברי רמ"א בצריך עיון וכו'
דעם ש"ך באטיטלט ער אלס פעטער, און דעם זיידן נישט? !
חוקר משפחות
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:19 am

Re: רבינו משה איסרליש - הרמ"א - מקראקא זצ"ל - ל"ג בעומר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר משפחות »

כיצד בעצם אנו יודעים שמרת גאלדא, בתו של רבי שכנא, היתה אשת הרמ"א?
אנו יודעים שהרמ"א התייחס לרבי שכנא כחמיו. אנו יודעים ממג"י וואלף ווילנא שהרמ"א היה חתן רבי שכנא בזוו"ר. אנו יודעים שמרת גאלדא בתו של רבי שכנא נפטרה בקראקא, אבל גם בפנקס הח"ק, וגם על המצבה לא נזכר שהיא היתה אשת הרמ"א. אני רואה שפרידברג בלו"ז מחליט שגאלדא היא שהיתה אשת הרמ"א, אבל האם יש לכך מקור?

חוקר משפחות האט געשריבן:

אגב, פרידברג בלוחות זכרון, ליד העתק מצבתה של מרת גאלדא, שם הוא קובע שהיתה אשת הרמ"א, מפנה לדרכי משה על יו"ד, סי' ק"י, אבל כל שכותב שם הרמ"א הוא ששכנא היה חמיו. האם יתכן שגאלדא היתה בת של רבי שכנא שנפטרה בקראקא, אבל בכלל איננה אשת הרמ"א? ואשת הרמ"א היא בת אחרת שאיננה ידועה בשמה (ואכן בעל מג"י וואלף ווילנא לא זיהה אותה בשמה). ואם כן, כל התהיות סביב שנת הפטירה של גאלדא, ושנת הלידה שלה, ביחס לילדיו של הרמ"א, אינן רלוונטיות. ועדיין אין לנו תשובה האם דרעזיל היתה בת בתו של שכנא, או בתה של קרענדיל.

ואולי ראיה שגאלדא אכן היתה אשת הרמ״א מכך שנכתב עליה על גבי המצבה ״הרבנית״?
מכל מקום במעלות היוחסין לראז״מ דן ארוכות בשאלה האם הרמ״א היה חתנו של ר״ש ומראה שכן, אך לא מזכיר את מרת גאלדא. ויתכן כי שמה נשכח, גם במג״י ווילנא, כי נפטרה בגיל כה צעיר.
נותרת השאלה אם צאצאי רש״ב הם צאצאי רבי שכנא. לשיטתו של ראז״מ אכן כן. ומביא לכך ראיה מהעתק מג״י שמצא מכת״י התב״ש שרש״ב (כנראה) היה חתן הרמ״א מבת המלך וכו׳, וצ״ב
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבינו משה איסרליש - הרמ"א - מקראקא זצ"ל - ל"ג בעומר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פון דער הייליגע רמ"א זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
OFFLINE
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2023 12:43 pm

Re: רבינו משה איסרליש - הרמ"א - מקראקא זצ"ל - ל"ג בעומר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך OFFLINE »

עטליכע בילדער פונעם רמ"א שוהל
9 - רמ''א שוהל.jpg
9 - רמ''א שוהל.jpg (95.01 KiB) געזען 284 מאל
8 - רמ''א שוהל.jpg
8 - רמ''א שוהל.jpg (91.65 KiB) געזען 284 מאל
7 - רמ''א שוהל.jpg
7 - רמ''א שוהל.jpg (86.86 KiB) געזען 284 מאל
OFFLINE
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2023 12:43 pm

Re: רבינו משה איסרליש - הרמ"א - מקראקא זצ"ל - ל"ג בעומר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך OFFLINE »

4 - רמ''א שוהל.jpg
4 - רמ''א שוהל.jpg (97.98 KiB) געזען 283 מאל
5 - רמ''א שוהל.jpg
5 - רמ''א שוהל.jpg (91.96 KiB) געזען 283 מאל
6 - רמ''א שוהל.jpg
6 - רמ''א שוהל.jpg (78.9 KiB) געזען 283 מאל
OFFLINE
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2023 12:43 pm

Re: רבינו משה איסרליש - הרמ"א - מקראקא זצ"ל - ל"ג בעומר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך OFFLINE »

3 - רמ''א שוהל.jpg
3 - רמ''א שוהל.jpg (69.19 KiB) געזען 282 מאל
1 - רמ''א שוהל.jpg
1 - רמ''א שוהל.jpg (65.48 KiB) געזען 282 מאל
2 - רמ''א שוהל.jpg
2 - רמ''א שוהל.jpg (104.03 KiB) געזען 276 מאל
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

Re: רבינו משה איסרליש - הרמ"א - מקראקא זצ"ל - ל"ג בעומר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

?If you are already uploading pictures, why do you not upload the entrance ticket
אטעטשמענטס
כרטיס כניסה.JPG
כרטיס כניסה.JPG (68.62 KiB) געזען 230 מאל
OFFLINE
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2023 12:43 pm

Re: רבינו משה איסרליש - הרמ"א - מקראקא זצ"ל - ל"ג בעומר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך OFFLINE »

להודות ולהלל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 3:49 pm
?If you are already uploading pictures, why do you not upload the entrance ticket
איך האב נישט געצאלט קיין שום טיקעט
אפשר די מארגן הנסיעה האט געצאלט, ווייס איך נישט.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”