רבי יהודא הורוויץ מסטיטשין זצ״ל - תרנ״ב - תשמ״ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי יהודא הורוויץ מסטיטשין זצ״ל - תרנ״ב - תשמ״ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

[align=center]כבוד קדושת מרן אדמו״ר הגה״ק פאמ״ק
רבי יהודא הורוויץ זצ״ל
אדמו״ר מסטיטשין[/align]

איז געבוירן צו זיין טאטען הרה״ק רבי יצחק (ר׳ איציקל) מסטיטשין זצ״ל. בן הרה״ק רבי משה׳לע מראזוואדוב זצ״ל, בן הרה״ק רבי אליעזר׳ל מדזיקוב זצ״ל בן מרן הרה״ק ה״זרע קודש״ מראפשיץ זי״ע.

ביום י״ג תמוז תרנ״ב.
אין סטיטשין ווי זיין טאטע איז געווען דער רב.

וקרא שמו בישראל ״יהודא״ ע״ש זקינו הק׳ בעל ״ייטב לב״ מסיגוט, דער שווער פון זיין הייליגען זיידן הרה״ק רבי משה׳לע מראזוואדוב זצ״ל.

(דער סטיטשינער רבי פלעגט זאגן אז ער ווינדערט זיך פארוואס מען האט אים נאר געגעבן א האלבע נאמען נאכן זיידן... און הלוואי זאל ער כאטש זיין האלב ווי דער זיידע...)

דער גרויסער זיידע הרה״ק מראזוואדוב איז געווען ביים ברית, הגם וואס ער איז נישט געווען דער סנדק ווייל ער האט קיינמאל נישט אנגענומען סנדקאות צוליב זיין ווייעכע נאטור האט ער דאס נישט דערהויבן. (בית דזיקוב פחדנים היו)

ביי די פיר יאר אלט האט זיין טאטע געשלאסן זיין שידוך מיט הרבנית הצ׳ חי׳ בת הרה״צ רבי יהושע שפירא מריבאטיטש בן הרה״ק הצבי לצדיק מבלאזוב זצ״ל (דער צבי לצדיק איז געווען א שוואגער מיט רבי איציקל, אן איידעם ביי רבי משה׳לע מראזוואדוב)
די חתונה איז פארגעקומען ביום ט״ו סיון שנת תרע״ב.

די רבי האט באקומען סמיכה פון הגאון רבי יהושע ווידערקער זצ״ל ראב״ד פשעמיש.

נאכן ערשטן וועלט קריג ווען די רבינס טאטע איז געפארן זיך באזעצן אין טארנא האט ער איבערגעגעבן דאס רבנות אין סטיטשין פארן זון רבי יודעל׳ע ווי ער איז געזעצן על כס הרבנות לדון ולהורות את המעשה ואת ההלכה אשר יעשו, וללמוד עם תלמידים את הדרך ילכו בה.

לאנגע יארן האט די רבי געווארט געהאלפן צו ווערן מיט קינדער, זיין טאטע הרה״ק רבי איציק׳ל האט אים געזאגט כאן אי אתה זוכה לילדים, דארפסט פארן קיין א״י און דארט וועסטו געהאלפן ווערן, בשנת תרצ״ו איז ער ארויף קיין ארה״ק קודם קיין טבריה דערנאך קיין ירושלים עיה״ק, ווי עס איז אים געבוירן געווארן זיין טאכטער הרבנית ע״ה, נאך אן ערך פון צוויי יאר איז ער צוריק קיין סטיטשין.

בעת פרוץ המלחמה בסוף תרצ״ט איז ער אנטלאפן קיין לעמבערג ווי פילע פליטים האבן זיך אויפגעהאלטן, שפעטער איז ער אנגעקומען קיין סיביר און געארבייט עבודת הפרך אין די געפרוירענע אומשטענדן אבער דורך דעם האט ער בחסדי ה׳ איבערגעלעבט די מלחמה.

בשנת תש״ב איז ער באפרייט געווארן פון סיביר מען האט די גאנצע שיירא געשיקט קיין סמארקאנד ווי זיי האבן געלעבט אונטער מער ארענטליכע אומשטענדן און זענען דארט ווייטער אנגעגאנגן מיטן לעבן.

בתש״ו איז די רבי אנגעקומען קיין אנטווערפן ווי ער האט געוואוינט פאר א שטיקל צייט און געפירט זיין הויף פאר די חסידי דיזקוב - ראזוואדוב וואס זענען אנגעקומען אהין נאכן קריג.

בטבת שנת תש״ז איז די רבי אנגעקומען בשעה טובה צום האפן פון נוי יארק, אנהייב האט ער זיך באזעצט אין די בראנזוויל געגענט אין ברוקלין. און בתש״ח האט ער זיך באזעצט און בארא פארק ווי ער האט געפירט זיין הויף אלע יארן ביז צו דער פטירה לחיי העולם הבא.

דער סטיטשינער רבי האט געלעבט מיט געוואלדיגע געגועים לשכינה הק׳ שתתגלה מלכותו בכל העולם, ולהגאולה שלימה שיהיה שמו שלם וכסא שלם, אזוי ווי סיז געווען דער דרך הק׳ לבית דזיקוב וראזוואדוב.

זיינע הייליגע טישן זענען געווען בהתעוררת וחדווה עילאה ובאש קודש ספעציעל די הייליגע תורת זענען געזאגט געווען מיט א געוואלדיגע התרגשות און ברען און צומאל אויך מיט א קול בכי, און איז בעיקר געווען באזירט אויף מעורר צו זיין אז דער אויבערשטער זאל זיך מרחם זיין ברוב רחמיו און משפיע זיין חסד ורחמים, ברכה ונחת, ברכות וישועות פאר אידישע קינדער, וכלשון קדשו: ״בני חיי ומזוני שהוא כוללת כל הישועות לנו ולכל ישראל״
און משלב געווען זיינע הייליגע תורת מיט דברי הדרכה אריינצוברענגן א רוח פון קדושה און השגות אין עבודת השם אינעם יונגן דור וואס איז געוואקסן נאכן קריג.

אויך זיין דאווענען איז געווען בבכי ובדמעות לעורר רחמים מרובים על עם ישראל וכל השפעות טובות.

די קוויטלעך נעמען - דאס פראווענען. איז געווען א עבודה רבה, ער האט געטראגן יעדן הזכרה על לוח ליבו הטהור, צו פויעלן און משפיע זיין פאר אידישע קינדער, און פילע עובדות ווייסן חסידים צו פארציילן פון זיינע אפענע אויגן און ווי ער האט געפויעלט ישועות ונחמות.

נסתלק ט׳ מר חשון שנת תשמ״ב
ומנוחת כבודו בטבריה

תורותיו נדפס בספר ״משנת יהודה״

בתו היחידה הרבנית חנה׳לע ע״ה - אשת יבלחט״א הרה״ג רבי עובדי' יודקאווסקי שליט״א - תלמיד ישיבת ביהמ״ד גבוה לעיקוואד.

נכדיו:
הרה״צ רבי אליעזר יהושע יודקאווסקי שליט״א - אדמו״ר מסטיטשין.
הרה״ג רבי צבי אלימלך שליט״א - ראה"כ בי-ם
והרה״ג רבי משה שליט״א
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבניש האט געשריבן:[align=center]כבוד קדושת מרן אדמו״ר הגה״ק פאמ״ק
רבי יהודא הורוויץ זצ״ל
אדמו״ר מסטיטישן[/align]

תורותיו נדפס בספר ״מנחת יהודה״
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

סטיטשינער רבי זצ"ל אויפ'ן וועג צו א חופה בחצר בית מדרשו
צו זיין רעכטע האנט איז זיין איידעם די טאטע פונעם היינטיגן רעבין און צו די לינקע האנט איז הגה"ח רבי נטע שארף ז"ל
פון פארנט גייט ר' מענדל ליפשיץ הי"ו משב"ק
Binder1_Page_001.jpg
Binder1_Page_001.jpg (210.82 KiB) געזען 6779 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

זה השלחן אשר לפני ה'

מברך על הכוס חתנו שליט"א
אטעטשמענטס
Binder1_Page_093.jpg
Binder1_Page_093.jpg (135.88 KiB) געזען 6775 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ארויסקומענדיג פון א שמחה אין בלאזובער ביהמ"ד מיט זיין שוואגער אדמור מבלאזוב זצ"ל
אטעטשמענטס
Binder1_Page_098.jpg
Binder1_Page_098.jpg (190.97 KiB) געזען 6775 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

דאס איז די זעלבע טרעפ וואס מ'זעט ביי אן אנדערען בילד ארויס קומען סאטמאר רבי זי"ע?
זוכט איר דוי?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

יע
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
בן מנחם
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 12:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מנחם »

דער בלוזובער רב איז געווען א זון פון רבי יהושע מריבאטיטש פארשטיי איך אויב זיי זענען געווען שוואגער׳ס

ווער פון זיי איז געווען עלטער?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער סטוטשינער רבי ביי א באזוך אין טאראנטא
אטעטשמענטס
F18_s3_f43_i1.jpg
F18_s3_f43_i1.jpg (197.39 KiB) געזען 6734 מאל
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

בצל אביו הרה"ק רבי איציקל זצ"ל
10 (2).jpg
10 (2).jpg (152.29 KiB) געזען 6704 מאל

52-עם בנו.jpg
52-עם בנו.jpg (183.37 KiB) געזען 6704 מאל
דביה תחדי נפשא
אוהב ציון
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ציון »

רבניש האט געשריבן:[align=center]כבוד קדושת מרן אדמו״ר הגה״ק פאמ״ק
רבי יהודא הורוויץ זצ״ל
אדמו״ר מסטיטישן[/align]

איז געבוירן צו זיין טאטען הרה״ק רבי יצחק (ר׳ איציקל) מסטיטשין זצ״ל. בן הרה״ק רבי משה׳לע מראזוואדוב זצ״ל, בן הרה״ק רבי אליעזר׳ל מדזיקוב זצ״ל בן מרן הרה״ק ה״זרע קודש״ מראפשיץ זי״ע.

ביום י״ג תמוז תרנ״ב.
אין סטיטשין ווי זיין טאטע איז געווען דער רב.

וקרא שמו בישראל ״יהודא״ ע״ש זקינו הק׳ בעל ״ייטב לב״ מסיגוט, דער שווער פון זיין הייליגען זיידן הרה״ק רבי משה׳לע מראזוואדוב זצ״ל.

(דער סטיטשינער רבי פלעגט זאגן אז ער ווינדערט זיך פארוואס מען האט אים נאר געגעבן א האלבע נאמען נאכן זיידן... און הלוואי זאל ער כאטש זיין האלב ווי דער זיידע...)

דער גרויסער זיידע הרה״ק מראזוואדוב איז געווען ביים ברית, הגם וואס ער איז נישט געווען דער סנדק ווייל ער האט קיינמאל נישט אנגענומען סנדקאות צוליב זיין ווייעכע נאטור האט ער דאס נישט דערהויבן. (בית דזיקוב פחדנים היו)

ביי די פיר יאר אלט האט זיין טאטע געשלאסן זיין שידוך מיט הרבנית הצ׳ חי׳ בת הרה״צ רבי יהושע שפירא מריבאטיטש בן הרה״ק הצבי לצדיק מבלאזוב זצ״ל (דער צבי לצדיק איז געווען א שוואגער מיט רבי איציקל, אן איידעם ביי רבי משה׳לע מראזוואדוב)
די חתונה איז פארגעקומען ביום ט״ו סיון שנת תרע״ב.

די רבי האט באקומען סמיכה פון הגאון רבי יהושע ווידערקער זצ״ל ראב״ד פשעמיש.

נאכן ערשטן וועלט קריג ווען די רבינס טאטע איז געפארן זיך באזעצן אין טארנא האט ער איבערגעגעבן דאס רבנות אין סטיטשין פארן זון רבי יודעל׳ע ווי ער איז געזעצן על כס הרבנות לדון ולהורות את המעשה ואת ההלכה אשר יעשו, וללמוד עם תלמידים את הדרך ילכו בה.

לאנגע יארן האט די רבי געווארט געהאלפן צו ווערן מיט קינדער, זיין טאטע הרה״ק רבי איציק׳ל האט אים געזאגט כאן אי אתה זוכה לילדים, דארפסט פארן קיין א״י און דארט וועסטו געהאלפן ווערן, בשנת תרצ״ו איז ער ארויף קיין ארה״ק קודם קיין טבריה דערנאך קיין ירושלים עיה״ק, ווי עס איז אים געבוירן געווארן זיין טאכטער הרבנית ע״ה, נאך אן ערך פון צוויי יאר איז ער צוריק קיין סטיטשין.

בעת פרוץ המלחמה בסוף תרצ״ט איז ער אנטלאפן קיין לעמבערג ווי פילע פליטים האבן זיך אויפגעהאלטן, שפעטער איז ער אנגעקומען קיין סיביר און געארבייט עבודת הפרך אין די געפרוירענע אומשטענדן אבער דורך דעם האט ער בחסדי ה׳ איבערגעלעבט די מלחמה.

בשנת תש״ב איז ער באפרייט געווארן פון סיביר מען האט די גאנצע שיירא געשיקט קיין סמארקאנד ווי זיי האבן געלעבט אונטער מער ארענטליכע אומשטענדן און זענען דארט ווייטער אנגעגאנגן מיטן לעבן.

בתש״ו איז די רבי אנגעקומען קיין אנטווערפן ווי ער האט געוואוינט פאר א שטיקל צייט און געפירט זיין הויף פאר די חסידי דיזקוב - ראזוואדוב וואס זענען אנגעקומען אהין נאכן קריג.

בטבת שנת תש״ז איז די רבי אנגעקומען בשעה טובה צום האפן פון נוי יארק, אנהייב האט ער זיך באזעצט אין די בראנזוויל געגענט אין ברוקלין. און בתש״ח האט ער זיך באזעצט און בארא פארק ווי ער האט געפירט זיין הויף אלע יארן ביז צו דער פטירה לחיי העולם הבא.

דער סטיטשינער רבי האט געלעבט מיט געוואלדיגע געגועים לשכינה הק׳ שתתגלה מלכותו בכל העולם, ולהגאולה שלימה שיהיה שמו שלם וכסא שלם, אזוי ווי סיז געווען דער דרך הק׳ לבית דזיקוב וראזוואדוב.

זיינע הייליגע טישן זענען געווען בהתעוררת וחדווה עילאה ובאש קודש ספעציעל די הייליגע תורת זענען געזאגט געווען מיט א געוואלדיגע התרגשות און ברען און צומאל אויך מיט א קול בכי, און איז בעיקר געווען באזירט אויף מעורר צו זיין אז דער אויבערשטער זאל זיך מרחם זיין ברוב רחמיו און משפיע זיין חסד ורחמים, ברכה ונחת, ברכות וישועות פאר אידישע קינדער, וכלשון קדשו: ״בני חיי ומזוני שהוא כוללת כל הישועות לנו ולכל ישראל״
און משלב געווען זיינע הייליגע תורת מיט דברי הדרכה אריינצוברענגן א רוח פון קדושה און השגות אין עבודת השם אינעם יונגן דור וואס איז געוואקסן נאכן קריג.

אויך זיין דאווענען איז געווען בבכי ובדמעות לעורר רחמים מרובים על עם ישראל וכל השפעות טובות.

די קוויטלעך נעמען - דאס פראווענען. איז געווען א עבודה רבה, ער האט געטראגן יעדן הזכרה על לוח ליבו הטהור, צו פויעלן און משפיע זיין פאר אידישע קינדער, און פילע עובדות ווייסן חסידים צו פארציילן פון זיינע אפענע אויגן און ווי ער האט געפויעלט ישועות ונחמות.

נסתלק ט׳ מר חשון שנת תשמ״ב
ומנוחת כבודו בטבריה

תורותיו נדפס בספר ״משנת יהודה״

בתו היחידה הרבנית חנה׳לע ע״ה - אשת יבלחט״א הרה״ג רבי עובדי' יודקאווסקי שליט״א - תלמיד ישיבת ביהמ״ד גבוה לעיקוואד.

נכדיו:
הרה״צ רבי אליעזר יהושע יודקאווסקי שליט״א - אדמו״ר מסטיטשין.
הרה״ג רבי צבי אלימלך שליט״א - ראה"כ בי-ם
והרה״ג רבי משה שליט״א

והרה''ג רבי אהרן יודקאווסקי - לעיקוואד עיה''ת
אוהב ציון
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ציון »

חמרא טבא האט געשריבן:בצל אביו הרה"ק רבי איציקל זצ"ל
10 (2).jpg

52-עם בנו.jpg

קיפ איט קאמינג !!!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

עוד
34.jpg
34.jpg (102.4 KiB) געזען 6623 מאל

33 (2).jpg
33 (2).jpg (66.36 KiB) געזען 6623 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבי איציקל ורבי יודעלע ובתו חנה'לע
38-2.jpg
38-2.jpg (289.08 KiB) געזען 6587 מאל
דביה תחדי נפשא
אוהב ציון
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ציון »

חמרא טבא האט געשריבן:רבי איציקל ורבי יודעלע ובתו חנה'לע
38-2.jpg

א גרויסען יישכ"ח, האסט נאך אמעריקאנער בילדער ,טישן און בארא פארק וכדו'
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אוהב ציון האט געשריבן:

אי"ה עוד חזון למועד
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
פריידאנזוהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 10:40 am

תגובה דורך פריידאנזוהן »

א גרויסער דאנק הערליכע בילדער
איך האב אמאל געזעהן א שיין קאלירטע בילד פונעם רבי'ן געכאפט דורך Trainer Studio איינער ווייסט ווי איך קען שאפן יענער בילד?
אוועטאר
פריידאנזוהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 10:40 am

איך זיך א בילד פון רבינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריידאנזוהן »

אדער סיי וועלעכע שיין קאלירטע בילד?
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

חמרא טבא האט געשריבן:רבי איציקל ורבי יודעלע ובתו חנה'לע
38-2.jpg

רבי יהודא׳לע מיט ווייסע זאקן ביים טאטען?

ווער איז דער אנדער יונגערמאן
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

א משב"ק הוס האט ער געהייסן כ'געדענק נישט דער ערשטער נאמען
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

אינעם ״משמיה דר׳ תנחום״ מאת הרה״ח ר׳ תנחום פורסט ז״ל. ברענגן זיי כמה עובדות ווי דער טאטע רבי איציקל האט אים כסדר געהייסן פארבלייבן אינדערהיים ימים טובים ווען ער האט געוואלט קומען להסתופף בצל אביו, ער פלעגט אים זאגן ״די פיר אליינס״

זעהט אויס אז ער איז טאקע געווען א גאנצער רבי בחייו פונעם טאטען.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

תפילות ועריכת השלחנות שבת שקלים תרפ"ב אין די ראזוואדאווער חברה בני משה הורוויץ שול אין די איסט סייד
אטעטשמענטס
סטיטשין.png
סטיטשין.png (73.07 KiB) געזען 6477 מאל
דביה תחדי נפשא
אוהב ציון
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ציון »

חמרא טבא האט געשריבן:
אוהב ציון האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:רבי איציקל ורבי יודעלע ובתו חנה'לע
38-2.jpg

א גרויסען יישכ"ח, האסט נאך אמעריקאנער בילדער ,טישן און בארא פארק וכדו'

אי"ה עוד חזון למועד

עד מתי ?????
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

חמרא טבא האט געשריבן:תפילות ועריכת השלחנות שבת שקלים תרפ"ב אין די ראזוואדאווער חברה בני משה הורוויץ שול אין די איסט סייד

אין תרפ"ב געוואוינט אין ניו יארק?

זיכער אן אנדערער ר' יודאלע סטיטשינער

געטראפען
355 East 4th Street
--Chesed Shel Emes Beth Hilel
1933-34.

מורשת חכמי אמעריקא אלערט
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

וואס מיינט דאס א אנדערע?
אויך נכד רוזוואדוב? ווי קען עס זיין?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”