חיי אריכי האט געשריבן: דער סטיטשינע רב פלעגט זיך וואונדערן פארוואס מ׳האט אים א נאמען געגעבן נאר א האלבן נאמען, פארוואס נישט ״יקותיאל״ ער האט אמאל געקלערט אז ס׳קען זיין ווייל יקותיאל איז איינע פון די נעמען פון משה רבינו, אין דער זיידע די ראזוואדאווע רב האט געהייסן ״משה״ וועגן דעם האט מען אים געגעבן נאר ״יהודה״
פלא והפלא! ידוע שלרבי טוביה טייטלבוים נכד הישמח משה ניתן השם ע"י הרופשיצער. הברית היה בשביעי של פסח ורצה לתת שם על שמו של משה רבינו אך ה'אריה דבי עילאה' טפח לו על שכמו לפני קריאת השם ולחש לו חותני בחיים.. אז נתן לו שם טוביה משמותיו של משה רבינו. חזינן ששם אחר משמותיו לא קפדינן.
חמרא טבא האט געשריבן:איז דאס זיכער אז ער'ט געהייסן נאכן ייט"ל? נאך וועמען האט רבי יודעלע דזיקובער געהייסן?
נאך וועמען האבן געהייסן : רבי אליעזר דז'יקובער רבי אברהם חיים לינסקער רבי משהלה רוזוודובער רבי מאיר האמרי נועם מיט זיין אלע ברידערס רבי ישראל רבי ראובן נאך וועמען האט געהייסן דער עטרת יהושע און נאך און נאך?
אלא מאי זיי האבן געגעבן עפ"י רוח הקודש און לאו דווקא נאך א זיידע.
מודה ומהלל האט געשריבן:מימין נראה תלמידו הרה"צ רבי מרדכי יהודה זילבער שליט"א
אינטערסאנט צו זעהן. אין די בילד שטייט ער די לעצטע, קוקט אויף זיין רבי'ן ווי אן עכטע חסיד... האט שוין איינער דעמאלס געחלומט אויף אים אז ער גייט ווערן זיין ממלא מקום? (א שטיקל מ"מ, בנוסף צו זיין אייניקל האדמו"ר שליט"א)
מודה ומהלל האט געשריבן:מימין נראה תלמידו הרה"צ רבי מרדכי יהודה זילבער שליט"א
נאדיר ס'גאנצע
Binder1_Page_079.jpg
נראה גם ר' שמשון מאנדל והמשבקי"ם ר' מענדל ליפשיץ ור' הערשל מאנדל
מימין לשמאל ר' ישראל שפאנגעלעט, כ''ק אדמו''ר מתולדות יהודה, הרה''ג ר' שלום גאלדהירש, ר' שמשון מאנדל, ר' מענדל ליפשיץ משב''ק, כ''ק אדמו''ר זי''ע, ר' העשיל מאנדל משב''ק, בחור ? ר' פנחס משה ראזענבלום [תשליך, פרוספערק פארק]
הייבט זיך נישט אן, ער איז נישט געווען קיין פחדן. די מישט מסתמא אויס אבותיו די צדיקים לבית זשיקוב וואס זענען געווען פחדנים דארט ווי זיי האבן געוואלט זיין פחדנים... (לענין קמיעות ולענין התגרות בחיצונים והזהירות שלא לעורר כוחם וכדומה), אויף אים אליין האב איך קיינמאל נישט געזעהן און געהערט אז ער איז געווען א פחדן. ס'נישט אינגאנצן ווי דו זאגסט די דזיקובער רביס זענען געווען בטבע פחדנים שלאפן אין די סוכה האט נישט קיין כי הוא זה שייכות מיט פחדנות, עס איז אן אלטע זשיקובע מנהג און קפידא נישט צו שלאפן אין די סוכה.
די מקור צו די מנהג, איז אז רבי יודעלע סטיטשינער האט זיך אזוי געפירט, געזעהן אזוי ביי זיין טאטן רבי איציקל סטיטשינער, געזעהן אזוי ביי זיין טאטן רבי משה ראזדובער, געזעהן אזוי ביי זיין טאטן רבי אליעזר זשיקובער.
גענוג מקור?
דברי פי חכם חן (א פרישע מעשה דאס יעדע מנהג פרעגט מען באלד מקור? גיי פרעג זיך נאך אביסל פאר דו פרעגסט)
וועגן דעם ענין פון נישט שלאפן אין סוכה ווערט געברענגט אין ספר נזר הקודש (מנהגי מנהגי בית ראפשיץ) אז אין דזשיקוב און אין שענדישוב, איז מען נישט געשלאפן. אבער אין ספר צל הקודש (מנהגי ראפשיץ אויף סוכות) ברענגט ער אז אין כמעט אלע ראפשיצע חצרות האט מען זיך אזוי געפירט, דזיקוב ראזוודוב , שענדישוב, פלאנטש, סטיטשין. ער ברענגט בעיקר אז די טעם איז געווען אז אין גאליציע איז געווען קאלט. אבער עס איז ידוע אז ס'איז געווען נאך טעמים. עיין viewtopic.php?f=3&t=35084&start=100
פחדים איז אין דזקוב געווען שטארק, כידוע אז מען האט געזאגט נעסער אנשטאט מעסער און חול המועד האט מען געוואונטשן א גוט יו"ט אנשטאט א גוטן מועד (נישט צו דערמאנען בית מועד...), ועוד, ואכמ"ל. (עס איז אוודאי נישט קיין סתירה מיט יראת ה' וואס כידוע איז די עיקר אריינלייגן די מדות אין עבודת ה'.) אבער מיט שלאפן אין סוכה האט עס לכאורה קיין שייכות נישט.