רבי יואל מארגענשטערן משארמאש זצ"ל - כ' תשרי תשע"ח
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- קליינטשיגער
- שר חמש מאות
- תגובות: 755
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm
רבי יואל מארגענשטערן משארמאש זצ"ל - כ' תשרי תשע"ח
בד״ה הגאון האדיר הרב מ׳שארמאש זצ״ל.
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 24021
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
- קליינטשיגער
- שר חמש מאות
- תגובות: 755
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm
אבל בקרית יואל, מונרו:
הלילה נפטר האדמו"ר משארמאש, הרה"צ רבי יואל מורגנשטרן זצ"ל שהשתייך לקהילת סאטמר, ומתגורר בקרית יואל מונרו, לאחר המחלה הקשה שקיננה בגופו בשנה האחרונה.
האדמו"ר זצ"ל הנהיג את בני קהילתו בבית המדרש 'קהל בית נפתלי שארמאש' בקרית יואל, מונרו, והיה מתלמידיו הגדולים של בעל ה'ויואל משה' מסאטמר זצ"ל.
הרבי המשיך את מסורת רבו זצ"ל,
בתקופה האחרונה מצבו הדרדר ורבים העתירו בתפילה לרפואת רבי יואל בן הענטשא, לרפואה שלמה אך נגזרה הגזרה והוא השיב את נשמתו ליוצרה למגינת לב חסידיו ובני משפחתו
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

- פליגל
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5994
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
- לאקאציע: ביים פענסטער
קיסריה האט געשריבן:שם משפחתו שילדקרויט.
שם אביו ר' אורי שילדקרויט (ברייער) ע"ה נסתלק כשהיה עוד ילד פעוט כבן שנה או שנתיים, ואמו נשאת בזוו"ש עם ר' אברהם שמואל מארגענשטערן ע"ה.
אחיו הגדול להבחל"ח ר' יעקב שלמה ברייער נ"י קורא עצמו בשם משפחתית ברייער, אבל הנפטר זצ"ל קרא עצמו כשם משפחת אביו חורגו מארגנשטערן.
יהא זכרו ברוך
נאט אייך א גרינע...
ברוך דיין האמת.
א צדיק ועובד השם להפליא, זיין יגיעה און התמדה בתורה איז ממש לעגענדאר געווען. צב״ש אלס בחור זאגן די אידן וואס געדענקן ווי מפלעגט זען פרייטיג צו נאכטס סוף אדער נאכן טיש פון סאטמארער רבי זי״ע ווי ער פלעגט שוין אויפשטיין לויפן לערנען.
בעיני ראיתי ווי ער פרייטיג נאכמיטאג נאך די מקוה אין די גרויסע שול אין קרית יואל, ער פלעגט דארפן ווארטן אויף זיין דרייווער ר׳ נטע פארקאש פאר אפאר מינוט, ער פלעגט נעמען א ספר און זיך געזעצט לערנען אויפן קול כאילו ער גייט לערנען אפאר שעה.
פאדערט זיך באמת א לענגערע הערכה ווען סוועט זיין מער צייט.
תנצב״ה.

לעצט פארראכטן דורך ידעתי אום דינסטאג אקטאבער 10, 2017 8:47 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בד''ה
כמדומה לי איז ער געבוירען תש''ח און א חתן געווארן חוה''מ סוכות תשכ''ח
געווען ממש לא פסיק פומיה מגרסה במלא מובן המלה נאך פון אלס בחור
געחזרט הונדרעט'ער מאל ,ער האט געהאט א סדר צו ענדיגען יעדע דרייסיג טעג גאנץ שו''ע או''ח מיט יור''ד עם הנו'כ !!
שוין יארן וואס ער איז מחבר יום ולילה מיט תורה סיי ביים עלות און סיי ביום צאת ,כידוע כמה מעשיות נפלאות שהיה לו בזה.
היה לו השתוקקת נפלא למשיח כל ימיו ועשה כסדר רמזים על זה
יש עוד ועוד
חבל חבל אוי אוי אוי נפלה עטרת ראשינופ

לעצט פארראכטן דורך מאתים אום דינסטאג אקטאבער 10, 2017 8:57 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
'ומאתים לנוטרים את פריו'
- עירמאנט'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2321
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm
נפלה עטרת ראשינו
עטליכע נקודות
אליין געהערט פון יבלחל"ח זצ"ל אז מיום עמדו על דעתו איז נישט אריבער א עלות אדער א שקיעה וואס ער זאל נישט לערנען, עפעס נאכגעזאגט א מג"א אז מזאל מחבר זיין יום ולילה מיט תורה, אפילו גאנץ לעצטענס אין שפיטאל איז ער אויך געווען פארנומען ווען עס איז דער עלות.
ידוע אז ביי זיין חתונה אליין האט ער איבערגע'חזר'ט גאנץ מס' פסחים.
אויף זיין התמדה אין יגיעת התורה קען מען באמת נאכפארציילען ממש גוזמאות, פלעגט גיין אלס בחור אין מקוה צופרי מיט די זאקן אין די הענט, כדי ער זאל דאס נישט ברויכן אנטון צוויי מאל, ועוד משונה'דיגע מעשיות.
ער האט געדענק א געוואלד מיטן לשון, איך געדענק פון א מחבר וואס האט מיר אמאל פארציילט, אז ווען ער פלעגט זוכן א פסוק אין תנ"ך, (דאס איז געווען נאך פאר די קאמפיוטער עפאכע) פלעגט ער פרעגן שארמאשער רב ז"ל, ער פלעגט דאס וויסן לויט ווי דער פסוק ווערט אראפגעברענגט אין ש"ס.
איין מערקבארע זאך, עס איז ביי אים מקויים געווארן דער ותשחק ליום אחרון, אפילו נאכן קראנק ווערן, האט זיך זיין מוהט און סדר היום גארנישט געטוישט, די זעלבע שמייכעל, מען האט געזען אז ער שרעקט זיך נישט, ממש ווי דער אוהח"ק טייטש איינע פון די 42 פשטים, אם בחקותי תלכו, אם בחקותי, דהיינו אם תהיה עוסקים בתורה, תלכו, אז המיתה יהיה בבחינת תלכו, כמו א' שהולך מבית לעלייה. דאס אליין איז פאר מיר געווען א מורא'דיגע מוסר ספר, איך געדענק נישט נאך איינעם אין אזא מצב זאל אזוי בלייבן די זעלבע.
דא נאך א געוואלד צו שרייבן, מברויך זיך נאר צוזאם קלויבן.

- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 329
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 9:11 am
-
- שר האלף
- תגובות: 1817
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
- לאקאציע: הייליגע שטעטל
געווארן א איידעם ביי הגהײצ משארמאש בברכת הקוהײט מ'סאטמאר טראץ ער האט געליטן פין אסמא אין נישט געהאט קיין ייחוס
געווארן מנהיג פאר חסידי סאטמאר לעיקוואד פין תשכײח ביז תשײמ
נאך זיין שווער פטירה תשמײה האט ער איבערגענומען קהילה קדושה שארמאש
געווען א מתמיד עצום מאוד געלערנט 18 שעה א טאג בשבתך בביתך ובלכתך בדרך
מחבר יום ולילה מיט מסירות נפש 365 טעג א יאר צענדליגער יארן ביז מוצאי יוהײכ היי יאר( געלערנט ביים עלות השחר )
גאר שטארק משטוקק געווען אויף די גאולה שלימה
געווארן מנהיג פאר חסידי סאטמאר לעיקוואד פין תשכײח ביז תשײמ
נאך זיין שווער פטירה תשמײה האט ער איבערגענומען קהילה קדושה שארמאש
געווען א מתמיד עצום מאוד געלערנט 18 שעה א טאג בשבתך בביתך ובלכתך בדרך
מחבר יום ולילה מיט מסירות נפש 365 טעג א יאר צענדליגער יארן ביז מוצאי יוהײכ היי יאר( געלערנט ביים עלות השחר )
גאר שטארק משטוקק געווען אויף די גאולה שלימה
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 329
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 9:11 am
- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.