רבי יואל מארגענשטערן משארמאש זצ"ל - כ' תשרי תשע"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווליר »

2.PNG
2.PNG (376.58 KiB) געזען 5041 מאל
אלע אנטיסעמיטישע אטאקעס זענען די ציונים ימ"ש שולדיג
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

קאווליר האט געשריבן:
2.PNG


שכח פארן שיינעם בילד.
מיר ווארטן שוין זייער אויף דיינע רעקאדירונגען פונעם רב זצ''ל
ימי זכרון
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 20, 2017 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ימי זכרון »

עטליכע בילדער פון שארמאשער רב זצ"ל ביים פסח שני טיש פון כ"ק אדמו"ר ממאנטעווידעא זצוק"ל אין קרית יואל
קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

אין ספרים שטוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווליר »

3.PNG
3.PNG (709.51 KiB) געזען 4494 מאל
אלע אנטיסעמיטישע אטאקעס זענען די ציונים ימ"ש שולדיג
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

קאווליר האט געשריבן:
3.PNG

איז דאס נישט א בן-גמלא שילד?
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

לא לנו האט געשריבן:
קאווליר האט געשריבן:
3.PNG

איז דאס נישט א בן-גמלא שילד?


קוקט אויס ווי א טאוול פון 'מוסדות יטב לב ירושלים'.
קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווליר »

שמואל בארג האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
קאווליר האט געשריבן:
3.PNG

איז דאס נישט א בן-גמלא שילד?


קוקט אויס ווי א טאוול פון 'מוסדות יטב לב ירושלים'.

נכון
אלע אנטיסעמיטישע אטאקעס זענען די ציונים ימ"ש שולדיג
גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

מאנאלאגישע קלאג בריוו איבער פטירה פון כבוד קדושת רבי יואל מארגענשטערן משארמאש זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיוואלדיג »

אבי אבי רכב ישראל ופרשיו
שוין אריבער עטליכע טעג פון ווען איך האב געהערט די ביטערע בשורה אז דער שארמאשער רב זכר צדיק לברכה האט אונז איבערגעלאזט, אבער דאס הארץ וויל זיך נישט בארואיגן. שוין מער ווי צוויי וואכן זינט דינסטאג חול המועד סוכות אינדערפרי ווען כלל ישראל האט געכאפט א טרייסל מיט די הסתלקות, אבער מיינע געפילן זענען נאך פארקלעמט. וויאזוי גייט מען פון דא ווייטער? אונזער קליין מוח'ל פלאגט זיך צו אויפנעמען אז דאס איז עס... מער וועלן מיר נישט האבן די זכיה צו שטיין במחיצתו און זיך צוקוקן צו זיין התנהגות און עבודת הקודש. אונזער הארץ ברויך זיך ליידער צופאסן צו א מציאות אז עס וועט שוין מער נישט שפירן די ווארעמע ברכות פון דעם הייליגן רב זצ"ל. אוי געוואלד! וויאזוי שפרייזן מיר ווייטער פאראויס? וועלן מיר נאך קענען שפירן א פרייליך טעם אין א דאווענען, א שבת אדער יום טוב אן די יראת שמים'דיגע ערנסטקייט, און תענוג רוחני'דיגע שמחה ביים זיך צוהערען צו זיינע תפילות? אינמיטן עוסק זיין אין געשעפטליכע אנגעלעגנהייטן, לאזט זיך ארויס א זיפץ דערמאנענדיג זיך פון די פארלוסט. אויך ביים דרייווען מיין אויטא לאזן מיר די שווערע מחשבות שוועבן פארטראכט.
אזוי נאענט איז ער געווען צו דעם שארמאשער רב זצ"ל? טראכט איר אצינד צו זיך. עס איז שווער צו פארדייען די פטירה פון א נאענטער מענטש, ווער רעדט נאך אזא אדם גדול... אבער ניין, איך בין אינגאנצן נישט נאענט געווען צו דעם רב זצ"ל א פערזענליכע נאענטקייט. אין פאקט געדענקט איך מיר קיינמאל רעדן מיט אים איבער פערזענליכע זאכן. איז אויב אזוי וואס גייט פאר מיט אייך? וואס נעמט איר דאס צו אזא פערזענליכע שטאפל? די תשובה דערצו איז אז צו פארשטיין דאס, מוז מען זיך האבן געדרייעט במחיצתו הקדושה, און דאן וועט אייך נישט שווער זיין קיין שום פראגעס.
פארהאן פילצאליגע קוירסעס וואס לערנען אויס די מענטשן וויאזוי זיך צו פירן סוקסעספול ביים לעבן, צו קענען ארויסנעמען דאס מערסטע פון אונזערע מעגליכקייטן, אבער עס איז נישט פארהאן קיין קוירס צו אויסלערנען וויאזוי צו ווערן לעבעדיג. כדי צו באקומען א חיות מוז מען אדורכגיין די נאטורליכע מהלך און געבוירן ווערן צו א פאמיליע, און ווען דער קינד ווערט אן ערוואקסענער מענטש און זיין געשטעל איז אנטוויקעלט, קענען מיר אנהייבן אים לערנען וויאזוי ער זאל זיך אומגיין ביים לעבן אז ער זאל מצליח זיין.
עס איז דא פיל וועגן און מהלכים צו אויסלערנען א איד וויאזוי זיין הנהגה אין אידישקייט זאל אויסזעהן, פילצאליגע ספרים וועלכע זענען נתחבר געווארן דורך ראשונים ואחרונים, הבעש"ט ותלמידיו, און פיל מער, וועלכע זאגן אונז וויאזוי מיר זענען משיג אהבה ויראה, תורה ומעשים טובים, אבער אויסלערנען אן הנהגה קען מען נאר פאר א לעבעדיגע מענטש, אזא איינער וואס זיין גייסטיגע געשטעל איז אנטוויקעלט געווארן מיט די תורה'דיגע מהלך החיים, אזש דאס איז ביים אים לעבעדיג.
אט די אנטוויקלונג, די גדולה שימושה יותר מלימודה, האב איך באקומען ביים רב זצ"ל. די רוחניות'דיגע לעבן אין זיין מחיצה האט שטענדיג געזידט און געקאכט מיט אהבה צו קודשא בריך הוא ואורייתא וישראל, אויף א באלאנצירטע אופן וואס איז שווער צו טרעפן. אריינגעשפרייזט האט ער צום דאווענען מיט אזא ערנסטע געזיכט, אבער ווי נאר ער האט באמערקט א גאסט, אדער א איד וואס נויטיגט זיך אין א גוט ווארט האט ער באלד געהאט א פרייליך ווערטל. זייענדיג א גייענדיגע פירוש אויף די פסוק עוז וחדוה במקומו. די תפילות מיט אזא זיסע און הויכע שטימע, אויף זיין געשמאקע אייגענארטיגע נוסח, און זיין שפאצירן אויף די גאס מיט אזא זריזות און ענוות חן, מורמעלענדיג נאכאנאד בלעטער גמרא און פרקים משניות.
עס איז נישט געווען עפעס אינטערעסאנט אין זיין סדר היום, אדער עפעס א סארט הויכע הנהגה, וואס האט ארויסגעברענגט די ספעציעלע התפעלות, נאר דייקא די פשטות, מיט אזא אמת און תמימות האט אזוי איבערגענומען אלע וואס האבן זיך צוגעקוקט צו זיין עבודת הקודש. די דרשות התעוררות מיט אזא יראת שמים, דורכגעפלאכטן מיט אמונה פשוטה אין דברי חז"ל מיט א קריסטאל ריינקייט, אן די חשבונות רבים אשר בקשו בני האדם. ווי נעמט מען די פענע צו באשרייבן די הערליכע ימים טובים במחיצתו, זיין עולה זיין לתורה יעדע שבת אינדערפרי און די ריינע ברכות וואס ער האט אנגעווינטשן באנפין נהירין פאר אידן וואס האבן געבעטן א ברכה.
צו מיטלעבן און אויפוואקסן מיט דעם אין מיינע יוגענט יארן, איז געווען א עיבור ולידה רוחני, אריינבלאזנדיג דעם נשמת רוח חיים באפיו, צו מיטלעבן א פשוט'ע דאווענען אין די וואכן טעג, האט אריינגעבלאזן א חיות אין א דאווענען, און צו זעהן דעם רב זצ"ל זיך שאקלען אויף די גמרא צווישן מנחה און מעריב האט אריינגעגעבן א לוסטיגקייט אין לימוד התורה. און דאס צו פארלירן איז אן אבידה שאין לו תמורה. די מאמר וואס חז"ל זאגן "תלמוד חכם שמת הכל קרוביו" האט ביי מיר אצינד באקומען א לעבעדיגע באדייט בעוה"ר.
די געוואלדיגע בטחון און תקוה וואס דער רב זצ"ל האט געהאט אין ביאת המשיח איז געווען עד להפליא. ווען אימער ער האט גערעדט פון די גאולה שלימה איז דאס געווען מיט אזא אייפער און אמונה פשוטה, וואס איז זעלטן צו טרעפן. פארהאן אסאך ערליכע אידן וואס ווען זיי דערמאנען די גאולה שלימה ברענגט דאס ארויף ביי זיי טיפע קרעכצן, צוליב די אריכות הגלות וואס שלעפט זיך שוין נאענט צו צוויי טויזענט יאר, ואין אתנו יודע עד מה. עס איז ביי זיי א "תוחלת ממושכה מחלת לב". אנדערש איז אבער געווען ביים שארמאש'ער רב זצ"ל. סיי ווען ער האט דערמאנט די גאולה שלימה, ביים דאווענען , ביים אנווינטשן אדער ביים זאגן די דרשות האט ער קיין קרעכץ נישט געגעבן. נאר מיט א פרייליכקייט און האפערדיגע האפענונג. א התגלמות פון די ווערטער וואס דער בעל העקידה זאגט ווען ער טוט ערקלערן די מידת הביטחון: התקוה לדבר שהאדם מובטח בו שיבא כמו שיקוה לאור הבוקר, לא יטריד הנפש אבל ישמחנה, בהיותה משערת הטוב ההוא המבוקש והיותה בוטחת שיגיע. עס קלינגען נאך אין מיינע אויערן די זיסע און האפענונגספולע נוסח פונעם רב זצ"ל ביי די תפילת המוספין "וישמיענו ברחמיו שנית לעיני כל חי לאמר, הן גאלתי אתכם אחרית כראשית להיות לכם לאלוקים".
אונז האבן טאקע א חיוב צו קלאגן און וויינען אויף מיתת צדיקים, על האי שופרא דבלי בארעא, אבער דאס איז נישט די תכלית. וואס עס פארלאנגט זיך באמת פון אונז איז צו ארייננעמען אין אונזער נפש רוח ונשמה און איינזאפן, טופח על מנת להטפיח, וואס מיר האבן צוגעזעהן ביים אים זיין עבודת הקודש, אזוי ווי אלישא האט געזאגט פאר אליהו פאר ער איז ארויף בסערה השמים: ויהי נא פי שנים ברוחך אלי. מיר וועלן טאקע נישט קענען נאכמאכן זיינע געהויבענע עבודות אין תורה עבודה וגמילות חסדים, אבער בא חבקוק והעמידן על אחת, וצדיק באמונתו יחיה. אז מיר וועלן גלייבן אז די דרך התורה איז די איינציגע גליק וואס א מענטש האט אויף די וועלט, און דאס איז די איינציגע זאך וואס ער וועט מיט זיך מיטנעמען לעולמי עד ולנצח נצחים, וועט אונזער סדר היום ווערן איבערגעארבייט. אז מיר וועלן מעסטן אונזער עבודה מיט די מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי, נוצנדיג די מוסטער פון דעם רב זצ"ל פאר אונזערע אויגן וועלן מיר קענען איבערגעבן פאר אונזערע קינדער א געשמאק און לעבהאפט אין די תורה הקדושה על פי הדרך המסורה לנו מאבותינו מדור דור, וזכותו הגדול יגן עלינו ובעדינו עדי ביאת משיח צדקינו באנפין נהירין במהרה בימינו אמן.
רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע:
ואין לטעות... כי כל הנגררים אחריהם מזרע עמלק הן, חלילה לאמר כן, כי הדברים אמורים כאן רק על ראשיהן ומנהיגיהם מוריהם ומדריכיהם כתבניהם ודרשניהם אלו הם מזרע עמלק... אבל כל ההמון הנספח עליהם מזרע ישראל הולכים אחריהם כבהמה בבקעה
אוועטאר
נישט אלעס איז אמת
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:45 pm
לאקאציע: אין א וועלט פון שקר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט אלעס איז אמת »

"גיוואלדיג" שיין ארויס געברענגט
געדענק!! צייט קומט נישט צוריק
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

זייער הארציג און שטארקע דיבורים!

געוואלדיג!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

געמאכט א פי די עף צו קענען ארויספרינטן
אטעטשמענטס
אבי אבי רכב ישראל ופרשיו - אייוועלט גיוואלדיג.pdf
(32.9 KiB) געווארן דאונלאודעד 180 מאל
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

מ'האט עס געטיילט ביי א שמחה
אטעטשמענטס
20171105_003016-1.jpg
20171105_003016-1.jpg (251.12 KiB) געזען 3936 מאל
ימי זכרון
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 20, 2017 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ימי זכרון »

ימי זכרון האט געשריבן:עטליכע בילדער פון שארמאשער רב זצ"ל ביים פסח שני טיש פון כ"ק אדמו"ר ממאנטעווידעא זצוק"ל אין קרית יואל
אטעטשמענטס
DSCN0747.JPG
DSCN0747.JPG (737.22 KiB) געזען 3734 מאל
משה סויבל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 8:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה סויבל »

נאך אביסל, ביטע
להחיות נפש רעבים
קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווליר »

היינט נאכט פאלט אויס די שלושים סעודה בבית מדרשו בקרית יואל 8 בערב
אלע אנטיסעמיטישע אטאקעס זענען די ציונים ימ"ש שולדיג
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

קאווליר האט געשריבן:היינט נאכט פאלט אויס די שלושים, סעודה בבית מדרשו בקרית יואל 8 בערב


האסט פארגעסן צו לייגן א שטרעכעלע נאך די ווארט שלושים, ס'האט אויסגעקוקט אז די "שלושים סעודה פאלט אויס היינט נאכט" בבית מדרשו בקרית יואל...
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

סעודה און ווילמסבורג,
ווייסט איינער אויב עס גייט אויכט זיין און שארמש בימה"ד?
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (45.28 KiB) געזען 3354 מאל
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שטייט נישט אז ס'איז א סעודה, נאר א "מעמד זכרון והתעוררות".
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

אלט מאנרא האט געשריבן:סעודה און ווילמסבורג,
ווייסט איינער אויב עס גייט אויכט זיין און שארמש בימה"ד?

נאופ
קוק די אדרעסס אויפן צעטיל
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווליר »

משה סויבל האט געשריבן:נאך אביסל, ביטע
להחיות נפש רעבים

Capture.PNG
Capture.PNG (712 KiB) געזען 3292 מאל
אלע אנטיסעמיטישע אטאקעס זענען די ציונים ימ"ש שולדיג
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

ער פלעגט צומאל האבן עטליכע בחורים אויפאמאל, מענטשן זענען געקומען צו פארן צו לייגן תפילין מיט די בר מצוה בחורים.
willibugy
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 29, 2010 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך willibugy »

אז מרעדט שו'ן פון לייגן תפילין, איך האב געהערט אז ער פלעגט זאגן אז מזאל כורך זיין די רצועות של יד על פת היד, פארן אנטוהן של ראש, אפשר ווייסט איינער פשט.
וויליאמסבורג...א מחי' גאר...
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

וקשרתם. מוז זיך קענען האלטן
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

קאווליר האט געשריבן:
willibugy האט געשריבן:
מאתים האט געשריבן:
גיי שוין גיי האט געשריבן:
פישל האט געשריבן:כ'וועל נישט מקבל זיין דעם לשה"ר, פונקט ווי כ'בין נישט מקבל אנדערע לשון הרע'ס אויף ערליכע אידן ת"ח. עס איז איבריג צו זאגן אז מען האט נישט געזען ביי קיין איין ערליכן איד פון פריערדיגן דור אזא זאך ווי לערנען אינמיטן דאווענען. און דער פיוט לכה דודי איז אויך געווען א חלק פונעם גאנצן דאווענען, וואס מען האט אויסגענוצט מקבל שבת צו זיין מיט א שמחה און התרוממות, און נישט צו לערנען אין דעם זמן, כאילו דאס גאנצער ענין פון קבלת שבת איז עפעס א לאנגווייליגע זאך, חס מלהזכיר.

ווי שוין דערמאנט פריער האט ער געהאט א ענין צו האלטן א געוויסע חסידישער ספר ביי בואי בשלום (געדענק נישט וועלעכע. אויב איינער קען ביטע צוצייגן). ממש ביז לעצטענס מיט מסירות נפש. קען זיין דאס מיינט אונזער קאווליר

ווי שוין ערווענט אויבן ספה"ק " מאור ושמש"

אולי מחמת זיין קפידא מחבר צו זיין יום ללילה, וואס דעמאלס איז דער זמן, ומי יבוא בסוד קדושים.

המברר מקחו של צדיק כאלו מקיים עשרת הדברות

לשון המג"א (סי' א' סק"א): בשל"ה כתב סוד לחבר יום ולילה בתורה או בתפילה הן בבוקר הן בערב עכ"ל.
וכזאת הועתק בשו"ע תניא (ס"ח), ובמ"ב (סק"ב).
אמת לאמיתו
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 5:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת לאמיתו »

קאווליר האט געשריבן:
משה סויבל האט געשריבן:נאך אביסל, ביטע
להחיות נפש רעבים

Capture.PNG



wow wow! נאסטאלגיע....
די זעלבע פלאץ געלייגט תפילין פאר 17 יאר צוריק ביים רב זי"ע,

זיך דערמאנט פון אלטען ביהמ"ד דאס טיש דאס עמוד און די סינק אין די זייט, ווי די רב האט פארבראכט ביז 8 יאר צוריק, געדאווענט מיטן רב צענדליגע צאל בין הזמנים אלס בחור, חכל על דאבדין (בין על הרב זי"ע ובין על הביהמ"ד)

איך דערמאן מיר ביים לייגן תפילין בין איך געווען א שוואנץ און געמאכט על מצות פארן ארויפלייגן אויפן קאפ (כמנהג רבינו), האב איך געכאפאט א פסק פון רב אז ס'איז קעגען א מג"א
חותמו של הקב"ה אמת
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”