רבי חיים קרייסווירטה זצ״ל - גאב״ד אנטווערפן - ט״ז טבת תשס״ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי חיים קרייסווירטה זצ״ל - גאב״ד אנטווערפן - ט״ז טבת תשס״ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

איינע פון די גאר בארימטע רבנים מובהקים א גדול בתורה וביראה וואס האט ארויסגעשטארט בדורינו אלס א בארימטער רב בישראל איז זיכער געווען הגאון הגדול המפורסם כבוד שמו תפארתו רבי חיים קרייסווירטה זצ״ל - גאב״ד מחזיקי הדת אנטווערפן יצ״ו

דער אנטווערפענער רב איז געבוירן ב׳ טבת (זאת חנוכה) שנת תרפ״א און שטאט וואוניטש וואס איז אין מעריב גאליציע צו זיין טאטען הרב המובהק רבי אברהם יוסף שערמאן רב העיר, ער איז געווען אן אייניקל פון הגאון הקדוש מאור הגולה רבינו חיים הכהן ראפּאפּורט זי״ע - אבדק״ק לבוב והגליל בעל ״שו״ת רבינו חיים הכהן״ אויך איז ער געווען אן אייניקל פון רבינו רבי יוסף תואמים בעל ״הפּרי מגדים״

און צו זיין מאמען האשה החשובה והצנועה מרת פערל בת הרב החסיד הגביר ר׳ אהרן קרייסווירטה ז״ל, פון זיין מאמעס זייט איז ער געווען אן אייניקל פון די הייליגע רבי׳ס דער בני יששכר, דער קאזניצער מגיד, דער רבי ר׳ מענדל׳ע מרימינוב, און דעם אוהב ישראל מאפטא.

דער אנטווערפענער רב איז געווען א געמיש פון א חסידיש גאליציאניש געברוירענער, דערנאך א חסידישער בחור פון טארנויב-קראקא און א בנש״ק א רעביש אייניקל, אבער שפעטער א ליטוויש געווארענער למדן, א גרויסער תורה ריז וואס ש״ס ופוסקים, בבלי, ירושלמי, רמב״ם, ראשונים, איז געווען שגור על לשונו - עוסק געווען בתורה כל ימיו מיט זיין געוואלדיגן מתנה פון א זכרון נפלא האט ער געדענקט אלעס וואס ער האט געלערנט, אבער פון די אנדערע זייט אפי׳ זייענדיג שקוע בלימוד התורה מיט געוואלדיגע עילוי׳שע כשרונות איז ער געווען איינער וואס האט געפינען ״אסאך״ צייט צו זיין פארנומען און אריינגעטון אין גמילת חסד אויך, שאפן גרויסע צדקות און טון שווערע טובות פאר בני ישראל.

אין די בר מצוה יארן האט ער געלערנט אין קלויז אין שטאט קראקא און טארנוב, ער איז שוין דאן באוויסט געווען אלץ אן אויסערגעווענדליכער עילוי ולמדן ווי ער איז באקאנט געווארן אלס דער ״קראקעווער עילוי״ ווען הגאון רבי מאיר שפירא איז געווען אין טארנוב האט ער באגעגענט דעם בחור חיים קרייסווירטה און געזהן אז דער בחור איז פון די כלים וואס ער דארף אלס איינע פון די לומדים ביי אים אין ישיבה האט ער אים געלאדענט צו קומען לערנען אין זיין בארימטע ישיבה יח״ל, דער רב האט טאקע אנגענומען דעם איינליידענונג אין געפארן לערנען אין די ישיבה אין לובלין אבער דאס איז שוין געווען נאך די פליצלומדיגע פטירה פונעם לובלינער רב זצ״ל.

דארט אין ישיבת חכמי לובלין האט ער אנגעקניפּט א קשר חזק מיטן באקאנטן משגיח רבי אברהם שמעון הלוי הוראוויץ זצ״ל - באקאנט אלס רבי שמעון׳לע זעליחאבער, ווי זיי האבן זיך געשריבן פארברענגט בפולפולי דאורייתא תמידין.

שפעטער איז ער אנגעקומען (אנטלאפען) קיין ליטא ווי ער איז אנגעקומען קיין קובנא, ווי ער האט געלערנט אין די דארטיגע ישיבת דליטא און זיך באקענט מיט דעם דרך הלימוד הליטאית.

זיין נאמען איז דארט אויך באוויסט געווארן אלס א עילוי נפלא א בחור כהלכה המיועד ליהות גדול בישראל דער סלאבודקער משגיח הגה״צ רבי אברהם גרודזינסקי זצ״ל דער ברודער פון הגה״ק רבי חיים עוזר מווילנא זצ״ל, האט געלייגט די האנט אויף דעם בחור חיים אין אים גענומען פאר אן איידעם פאר זיין טאכטער מרת שרה, אזוי איז דער חסידישער בחור פון פּוילן אריין אין א תורה׳דיגן ליטווישן שטוב.!

א שטיק צייט נאכן קריג האט ער געוואוינט אין בני ברק, האט זיך אבער געמאכט א סוכסוך ווער עס זאל פירן די ישיבת סלובודקה האט ער מרצונו הטוב נאכגעגבן און ליבערשט געקליבן אוועק צו שטיין פון מחלוקת, און כדי אויסצומיידן די מחלוקה איז דער רב בשנת תש״ט אוועקגעפארן וואוינען קיין אמעריקא אין זיך באזעצט אין שטאט שיקאגא, ווי ער איז געווארן אויפגענומען פאר ראש ישיבה פון ״ישיבת ביהמ״ד לתורה״ גערופן מיטן נאמען ״ישיבת סקוקי״ (א שטעטל צפון זייט פון אילינאוי מיטן נאמען Skokie צווישן שיקאגא אין מישיגען וואס באלאנגט נאך פארן פּראווינץ אין שיקאגא.) דארט האט ער געדינט אלס ראש ישיבה אין אריינגעשיינט מהוד תורתו אין משפיע געווען אויף די אמעריקאנער בחורים ביז זיי זענען געווארן אמתע בני תורה חשובים, וואס פילע זענען שפעטער געווארן רבנים, ראשי ישיבה, מנהלי מוסדות התורה, אין די געגנטער ארום. (דער רב פלעגט פארציילן אז אנהייב ווען ער האט זיך געצויגן קיין אמעריקא האט עס נישט געשמעקט פארן חזון איש און ער האט כמה פעמים געשיקט שליחות׳ן אז ער רופט אים צוריק קיין בני ברק און ער נעמט אחריות אויפן רב׳ס פרנסה נאר אבּי ער זאל צוריק קומען קיין בני ברק, פלעגט ער זיך אויסדריקן בבדיחא: לפי שיטת החזון איש האב איך א דין ראש ישיבת סלובודקה....)

דארט אין שיקאגא איז ער געווען ביז שנת תשי״ג.

זייענדיג באקאנט מיט דעם נאמען פון א ״כל בו״ פון א חסידיש גאליציאנער געברוינער, א פּוילישער עילוי, א ליטווישער למדן, א ידען ובקי בכל חדרי תורה, און א טיפע הבנה און פארשטאנד וויזוי זיך אומצוגיין מיט מענטשען, האבן אים די אנשי אנטווערפן גערופן לשרת בקודש אין באשיינען מיטן כתר הרבנות אין זייער שטאט, אזא מהות איז געווען פאר זיי זייער וויכטיג נאכדעם וואס דער שטאט אנטווערפן האט געהאלטן נאכן קריג און דער שטאט איז געווען אויף א שוואכן מצב סיי ברוחניות און סיי בשמיות, האבן זיי געזיכט א רב וואס איז פאסיג אויפצובויען און שטעלן דעם שטאט אויף די רעלסען פון אלע אספּעקטן, פארדעם איז טאקע דער גאון געווען דער פאסיגער קאנדידאט.

אבער די ישיבה אין קהילה אין שיקאגא האבן נישט אזוי שנעל מוותר געווען אויף זייער געלונגענעם באליבטן רב, און האבן אריינגעמישט פילע רבנים פון אמעריקא זאלן באפעלן דעם רב יא צו פארבלייבן אין שיקאגא, איינע פון די לאנגע בריוון וואס בעטן דעם רב בכל לשון של בקשה והסברה צו פארבלייבן אין אמעריקא איז געקומען פונעם רבין פון ליובאוויטש כ״ק אדמו״ר רבי מנחם מענדל זצ״ל.

אנהייב זומער בשנת תשי״ד האט ער אפעציעל אנגענומען דאס רבנות פון שטאט אנטוווערפן.

אין אנטווערפּן האט ער אנגעקניפּט א קשר אמיץ וחזק מיט די צדיקים לבית פשעווארסק אנגעהויבן פון הרה״ק רבי איציקל זי״ע אין ווייטער איז עס געגאנגען צו הרה״ק רבי יענקעלע זי״ע, דאן ווען ער איז אנגעקומען לשרת ברבנות בעיר האט רבי איציקל נאך געוואוינט אין פאריז, ווען דער רב האט געהערט א שמועה אז הרה״ק מפעשווארסק פּלאנירט זיך צו באזעצן אין אנטווערפן איז ער גלייך געפארן קיין פאריז איינליידענען דעם רבי׳ן ער זאל טאקע קומען אהין וואוינען וואס שנעלער.

דער אנטווערפענער רב איז געווען א געוואלדיגע רעטארישער רעדנער ווי ער פלעגט אויפטרעטן ביי גרויסע כינוסים אין געהאלטן דעם עולם געשפאנט נאכזאגענדיג גאנצעטע לאנגע שטיקער מאמרי חז״ל לשונות פון ש״ס ופוסקים מיטן לשון עס האט אויסגעזהן ווי ער ליינט דאס פאר פון אינווייניג, מיט זיין קלארן שטימע ארויסזאגענדיג יעדעס אות, דערנאך איבערגעטייטשט אין יידיש מיט א געוואלדיגן חן.

דער רב איז געווען וועלט בארימט אויסער זיין גדלות בתורה, אויך אלס א גדול בצדקה ובגמילת חסד, א ריזן גבאי צדקה ווי ער האט ארומגערייזט איבער די לענג און די ברייט פון די וועלט שאפענדיג שווערע צענדליגע מיליאנען פאר אלע סארטן צדקה צוועקן.

דער אנטווערפּענער רב איז נסתלק געווארן ט״ז טבת שנת תשס״ב, און געברענגט געווארן למנוחה בעיה״ק אויפן הר המנוחות.
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

רבניש, זייער שיין...

די באבע העניא איז געווען נאר אן אייניקל פון בני יששכר, אבער די רעשט צדיקים איז די זיידע געווען נאר א תלמיד...
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

אימפעט האט געשריבן:רבניש, זייער שיין...

די באבע העניא איז געווען נאר אן אייניקל פון בני יששכר, אבער די רעשט צדיקים איז די זיידע געווען נאר א תלמיד...

אינעם ספר מי״ם חיים לתולדותיו, ברענגן זיי אז די זיידע איז געווען א תלמיד פונעם חוזה, ומצאצאי הבני יששכר, המגיד מקוזניץ, רמ״מ מרימנוב, ואהוב ישראל מאפטא זכר צדיקים לברכה.
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

הרב קרייסווירטה אליין (אין הקדמה צום ספר מגלה עמוקות על הרי"ף) שרייבט ער נאר נכדת בני יששכר, און ביים זיידן שרייבט ער תלמיד מובהק להאדמו"ר מלובלין, להרב המגיד מקוזניץ, להרב הצדיק מרימנוב ולהרב הצדיק מאפטא בעמח"ס אוהב ישראל ז"ל.

מי"ם חיים זעט אויס האט געמישט לכאורה...
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

אימפעט האט געשריבן:הרב קרייסווירטה אליין (אין הקדמה צום ספר מגלה עמוקות על הרי"ף) שרייבט ער נאר נכדת בני יששכר, און ביים זיידן שרייבט ער תלמיד מובהק להאדמו"ר מלובלין, להרב המגיד מקוזניץ, להרב הצדיק מרימנוב ולהרב הצדיק מאפטא בעמח"ס אוהב ישראל ז"ל.

מי"ם חיים זעט אויס האט געמישט לכאורה...

דארט ברענגן זיי אויך נאר נאך דעם לשון פון רב קרייסווירטה אליינס וואס ער שרייבט אין הקדמה צום ספר מלא העומר פונעם פּלאצקער גאון איבער יוחס משפחתו, איך האב ספעציעל מדייק געווען ווייל עס איז מיר געווען א פלא אזא יחסן, אפשר איז דאס א טעות הדפוס ביים צעטיילן דעם תלמיד און מצאצאי נישט אויפן ריכטיגן מקום נאר אינעם מי״ם חיים.

דעם סדר היוחס פארצייכענט מתחת לקו ברענגן זיי טאקע נאר פונעם בני יששכר

דארף מיר זעהן דעם ארגינעלן מלא העומר אין די הקדמה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הערליך

(תיקון קל - חותנו ר' אברהם גרודזינסקי לא היה אחיו של הגרח"ע מווילנא אף לא ממשפחתו)
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

ווי עס קוקט אויס האט רב קרייסווירטה זיך געטוישט דעם נאמען פון זיין טאטענס נאמען ״שערמאן״ צו זיין מאמענס משפחה נאמען ״קרייסווירטה״ ווייסט איינער די סיבה דערצו?

אמאל איז געווען ביי פילע משפחות דער סדר איבערהויפט ביי רעבישע פאמיליעס צו ניצן ביידע נעמען סיי פונעם טאטען אין סיי די משפחה נאמען פון דעם מאמען.

נאר דעם מאמענס נאמען איז מיר נישט באקאנט.
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

רבניש האט געשריבן:ווי עס קוקט אויס האט רב קרייסווירטה זיך געטוישט דעם נאמען פון זיין טאטענס נאמען ״שערמאן״ צו זיין מאמענס משפחה נאמען ״קרייסווירטה״ ווייסט איינער די סיבה דערצו?

אמאל איז געווען ביי פילע משפחות דער סדר איבערהויפט ביי רעבישע פאמיליעס צו ניצן ביידע נעמען סיי פונעם טאטען אין סיי די משפחה נאמען פון דעם מאמען.

נאר דעם מאמענס נאמען איז מיר נישט באקאנט.

בדר"כ האט מען געמאכט אזוי אין פולין ליטא, כדי צו באקומען א פטור פון מיליטער. [ס'איז געווען א "מיכסה" פאר יעדע משפחה, וועגן דעם אסאך מאל האט מען געדארפט צייגן אז מ'געהערט צו א אנדערע משפחה].
ס'איז באקאנט למשל הגאון רבי נסים קארעליץ שליט"א, א פלומעניק פון חזון איש, זיין טאטע האט געהייסן רבי נחום מאיר ציבאלניק, זיין מאמע איז א שוועסטער פון חזון איש ממשפחת קארעליץ, ער האט געטוישט זיין נאמען פון ציבאלניק צו קארעליץ, כדי צו זיך פטר'ן פון מיליטער.
אזוי אויך הגאון רבי דוד פאבארסקי זצ"ל די טאטע פון הגרב"ד שליט"א, ר"י פאניבעז', ער האט געהייסן פריערט ר' דוד קאסטענאוויטש, ער האט געטוישט זיין נאמען כדי זיך צו פטר'ן פון מיליטער, [ער האט זיך צוגעלייגט אויך נאך א אידישע נאמען, "יהושע דוד", די נומען יהושע איז נישט געווען זיין עכט נאמען, ער האט עס "געבארגט" פון א אנדערע איד וואס האט געהייסן "יהושע פאבארסקי", און דורך דעם האט ער געקענט באקומען א פטור].
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

רבניש האט געשריבן:דער רב איז געווען וועלט בארימט אויסער זיין גדלות בתורה, אויך אלס א גדול בצדקה ובגמילת חסד, א ריזן גבאי צדקה ווי ער האט ארומגערייזט איבער די לענג און די ברייט פון די וועלט שאפענדיג שווערע צענדליגע מיליאנען פאר אלע סארטן צדקה צוועקן.

דער אנטווערפּענער רב איז נסתלק געווארן ט״ז טבת שנת תשס״ב, און געברענגט געווארן למנוחה בעיה״ק אויפן הר המנוחות.

מ'דערציילט, אז ער איז געווארן זייער קראנק אין די ל' יאהרן, אין ער איז געקומען צו פארן צום הייליגן סטייפלער זי"ע אין בני ברק זיך צו מזכיר זיין, און דער סטייפלער האט איהם געזאגט א עצה טובה צו אריכות ימים, אנהויבן עוסק זיין בהכנסת כלה, געבויט אויף די לשון המשנה "וביקור חולים והכנסת כלה ולויית המת", זאגנדיג אז הכנסת כלה מאכט אז ס'זאל זיין א הפסק צווישן די ביקור חולים מיט הלוויית המת ל"ע.
זייט דעמאלטס האט ער עוסק געווען בעיקר אין די צדקה פון הכנסת כלה, געשיקט ריזיגע מיליאנען פאר די צדקה צוועק עקסטער.

זיין הפלא'דיגע בקיאות איז געווען א שם דבר. מ'האט אסאך ווערטלאך געזאגט אויף דעם.
ווען ער האט געוואלט ציטירן א גמרא, האט ער בדר"כ געליינט אויף דעם לשון אויסווענדיג די גאנצע עמוד גמרא, אפילו ווען ער האט געדארפט ארויס ברענגן פון דארט נאר א שורה.
מ'האט געזאגט אזא ווערטל, אז אמאל האט מען איהם מכבד געווען מיט שבע ברכות, האט ער געזאגט די ברכות אויסענווענדיג, און ער האט ממשיך געווען ווייטער די גאנצע עמוד גמרא כתובות ח' ע"א [באקאנט אז די גמרא הייבט זיך אהן דארט מיט שהכל ברא לכבודו און די אלע אנדערע ברכות]...
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

יישר כח הרב רבניש פאר אייער ארבעט להרמת קרן הוועלטל
דביה תחדי נפשא
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

מכירת חמץ, של גאב"ד אנטווערפען הרב קרייסווירטה זצ"ל
אטעטשמענטס
מכירת חמץ.jpeg
מכירת חמץ.jpeg (92.16 KiB) געזען 4050 מאל
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

דרשת הכתרה פינעם אנטווערפענער רב זצ"ל
אטעטשמענטס
דרשת ההכתרה.jpg
דרשת ההכתרה.jpg (40.29 KiB) געזען 4050 מאל
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

הרב קרייזוירט זצ"ל זאגט זיך אפ פין דער רבנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

דער קהילה האט זיך געכאפעט וואס איז געשהען, אין זיי האבען שנעל געשיקעט א שליח אין געברענגט פאר'ן רב א בריוו פין דער שטערקסטע גדולים בשעתו
פוסקי הדור הגאון הגדול הרב ר' שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל אין הגאון הגדול הרב אלישיב זצ"ל, אין דער סטייפלער זצ"ל אז ער זאל זיך נישט אפזאגען פין דער רבנות
אטעטשמענטס
ההתפטרות של הרב קרייזווירטה.jpg
ההתפטרות של הרב קרייזווירטה.jpg (645.45 KiB) געזען 4046 מאל
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אבן יקרה האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:דער רב איז געווען וועלט בארימט אויסער זיין גדלות בתורה, אויך אלס א גדול בצדקה ובגמילת חסד, א ריזן גבאי צדקה ווי ער האט ארומגערייזט איבער די לענג און די ברייט פון די וועלט שאפענדיג שווערע צענדליגע מיליאנען פאר אלע סארטן צדקה צוועקן.

דער אנטווערפּענער רב איז נסתלק געווארן ט״ז טבת שנת תשס״ב, און געברענגט געווארן למנוחה בעיה״ק אויפן הר המנוחות.

מ'דערציילט, אז ער איז געווארן זייער קראנק אין די ל' יאהרן, אין ער איז געקומען צו פארן צום הייליגן סטייפלער זי"ע אין בני ברק זיך צו מזכיר זיין, און דער סטייפלער האט איהם געזאגט א עצה טובה צו אריכות ימים, אנהויבן עוסק זיין בהכנסת כלה, געבויט אויף די לשון המשנה "וביקור חולים והכנסת כלה ולויית המת", זאגנדיג אז הכנסת כלה מאכט אז ס'זאל זיין א הפסק צווישן די ביקור חולים מיט הלוויית המת ל"ע.
זייט דעמאלטס האט ער עוסק געווען בעיקר אין די צדקה פון הכנסת כלה, געשיקט ריזיגע מיליאנען פאר די צדקה צוועק עקסטער.

זיין הפלא'דיגע בקיאות איז געווען א שם דבר. מ'האט אסאך ווערטלאך געזאגט אויף דעם.
ווען ער האט געוואלט ציטירן א גמרא, האט ער בדר"כ געליינט אויף דעם לשון אויסווענדיג די גאנצע עמוד גמרא, אפילו ווען ער האט געדארפט ארויס ברענגן פון דארט נאר א שורה.
מ'האט געזאגט אזא ווערטל, אז אמאל האט מען איהם מכבד געווען מיט שבע ברכות, האט ער געזאגט די ברכות אויסענווענדיג, און ער האט ממשיך געווען ווייטער די גאנצע עמוד גמרא כתובות ח' ע"א [באקאנט אז די גמרא הייבט זיך אהן דארט מיט שהכל ברא לכבודו און די אלע אנדערע ברכות]...

איבער זיין צדקה דאכט זיך האט ער געהאט א מעשה מיט ר' איציקל צו ר' יענקעלע נאך פריער ווי די ל' יארן, א חילוק צווישן איש ביי שרו של עשו או איש ביי מלאך גבריאל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

הרב קרייסווירטה זצ"ל
אטעטשמענטס
הגאון-רבי-חיים-קרייזווירט-זצל-גאבד-אנטוורפן-ארכיון-ה.-לזר-42-470x318.jpg
הגאון-רבי-חיים-קרייזווירט-זצל-גאבד-אנטוורפן-ארכיון-ה.-לזר-42-470x318.jpg (39.41 KiB) געזען 4042 מאל
הגאון-רבי-חיים-קרייזווירט-זצל.jpg
הגאון-רבי-חיים-קרייזווירט-זצל.jpg (128.47 KiB) געזען 4042 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

מיט הרה״ק מהר״י לייזער מפשעווארסק - בחתונה באנטווערפן, (מתוך ווידיאו נדיר משניהם)
אטעטשמענטס
IMG_2412.JPG
IMG_2412.JPG (205.57 KiB) געזען 4032 מאל
IMG_2411.JPG
IMG_2411.JPG (199.14 KiB) געזען 4032 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

יערסלוב האט געשריבן:דער קהילה האט זיך געכאפעט וואס איז געשהען, אין זיי האבען שנעל געשיקעט א שליח אין געברענגט פאר'ן רב א בריוו פין דער שטערקסטע גדולים בשעתו
פוסקי הדור הגאון הגדול הרב ר' שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל אין הגאון הגדול הרב אלישיב זצ"ל, אין דער סטייפלער זצ"ל אז ער זאל זיך נישט אפזאגען פין דער רבנות

עיקר חסר מן הספר.. דער אויספיר פון די מעשה ההתפטרות
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

יישר כח הרב רבניש פאר די הערליכע באשרייבונג. (אגב, אין געוויסע מקומות שטייט אז דער גאון איז געבוירן אין תרע"ח.)

איך וואלט נאר געוואלט צולייגן דעם וואונדערליכן אופן ווי אזוי הרב קרייזווירטה איז געראטעוועט געווארן ביים קריג; ער פלעגט דאס פארצייילן ברבים. (די מעשה האט פארשידענע גירסאות, איך פארצייל עס בקיצור לויט ווי איך האב עס געהערט יארן צוריק. ווער עס האט די פולע פרטים פון די געשיכטע זאל ביטע אריינקומען קלאר.)

געווען איז דאס אין תש"א ווען די פארשאלטענע נאציס זענען אריין אין זיין שטאט אין ליטא, און כדרכם האבן זיי ארויסגעפירט אלע אידן צום שיסן ר"ל. ווען עס איז געקומען די רייע אויף רבי חיים, האט ער געשעפשעט א תפלה אז ער זאל געראטעוועט ווערן בזכות וואס ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר א געוויסע בלינדע בחור וואס האט געלערנט דארט אין די ישיבה.

רבי חיים, זייענדיג דער עילוי פון די ישיבה, האט געקריגן א פריוואטע באקוועמע בעט ביי איינער פון די שטאטישע גבירים. ווען דער בלינדער בחור איז אנגעקומען אין די ישיבה, האט רבי חיים אים אוועקגעשענקט דעם זכות צו קענען שלאפן אויף דעם בעט, און ער איז פון דאן געשלאפן אויף דער ערד. איצט, שטייענדיג בין מות לחיים, האט רבי חיים געהאפט איז די חסד וואס ער האט געטוהן מיט דעם צובראכענעם בחור זאל אים ביישטיין.

און וואונדער איבער וואונדער, רבי חיים מצא חן אין די אויגן פון דעם נאצישן הויפט-אפיציר! ער האט זיך אנגערופן: "דו האסט א מוטער? איך האב אויך א מוטער, און איך וועל דיר לאזן לעבן." ער האט גענומען זיין רעוואלווער, א שיס געטאהן אין דער זייט און געלאזט רבי חיים גיין. מיט די נשמה אין די האנט, האט דער גאון ווייטער געוואנדערט ביז ער איז אנגעקומען בשלום קיין א"י.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

מונאוויטש האט געשריבן:יישר כח הרב רבניש פאר די הערליכע באשרייבונג. (אגב, אין געוויסע מקומות שטייט אז דער גאון איז געבוירן אין תרע"ח.)

אינעם יידישן וויקיפּידיע בלעטל...
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

רבניש האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:יישר כח הרב רבניש פאר די הערליכע באשרייבונג. (אגב, אין געוויסע מקומות שטייט אז דער גאון איז געבוירן אין תרע"ח.)

אינעם יידישן וויקיפּידיע בלעטל...

און דא:
http://www.geni.com/people/Rav-Chaim-Kr ... 1615500190
http://www.myheritage.com/names/chaim_kreiswirth
http://www.findagrave.com/cgi-bin/fg.cg ... d=86873378
http://www.revach.net/stories/gedolim-b ... -Gain/1566
http://torahdownloads.com/s-216-rabbi-c ... wirth.html
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

מונאוויטש האט געשריבן:

איינער פונעם צווייטן ירשענען זיי דעם טעות.....
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

די מעריעדזש רעקארד וואס איך האב געפונען אויף דזשואיש דזשען.

Kreiswirth Marriage.jpg
Kreiswirth Marriage.jpg (189.96 KiB) געזען 3960 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

מתלמידי הרב קרייסווירטה בישיבת סקוקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

באגעגען איך יעצט אז איינע פון זיינע תלמידים אין די יארן פון שיקאגא איז דער באוויסטער מחבר און דרשן פון קורות הדורות עם ישראל הרב בערל וויין, מלפנים בכמה מקומות בארה״ב ובניהם מאנסי, ומיאמי, וסגן נשיא של הOU, ער פארופט זיך אלס תלמיד מובהק של הגר״ח קרייסווירטה, און אויך באקומען סמיכה פון אים.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

בקריאת תנאים

98908.jpg
98908.jpg (70.16 KiB) געזען 3805 מאל
יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום זה מכובד »

רבניש האט געשריבן:אין די בר מצוה יארן האט ער געלערנט אין קלויז אין שטאט קראקא און טארנוב, ער איז שוין דאן באוויסט געווען אלץ אן אויסערגעווענדליכער עילוי ולמדן ווי ער איז באקאנט געווארן אלס דער ״קראקעווער עילוי״

אין קובץ אורות רבותינו - טשערנאביל גליון ב עמ' קיח ווערט געברענגט אז הרה"ק רבי ישעי' מטשעחויב זי"ע האט מייסד געווען אפאר ישיבות אין גאליציא, און דער ראש ישיבה אין זיין ביהמ"ד אין קראקא האט ער ממנה געווען הגאון רבי חיים קרייזווירטה וועלכער איז נאך געווען אין די בחורישע יאהרן און געווען באוואסט אלס דער עילוי פון קראקא, עיי"ש עוד בענין זה.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”