רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול - י”ד אדר תר”ט-

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אוהב ספרים האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:ביי וועמען איז רבי מאיר יעקב בן המגן שאול געווען אן איידעם?

ר' דוד ליב גרינפעלד שרייבט: זוגתו מרת רחל בת ר' אברהם יעקב בוים ומרת איידל מעיר מעסיצסקא נפטר בת מ"ה שנה ביום כ"ב סיון תרל"ג

און ביי וועמען איז ער געווען אן איידעם בזיווג שני?
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובה דורך אוהב ספרים »

נחוניא האט געשריבן:

אינו מביא שם. רק לבית שימאנאוויטש ונולד להם בת בשם קריינדל.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי משה גרינפעלד אחיו של המגן שאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אויף ג'נישטייט אז ר' משה גרינפעלד פון מיהאלאוויץ, ברודער פונעם מגן שאול, איז געווען דער סופר פונעם ישמח משה.

האט דאס א מקור?
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: רבי משה גרינפעלד אחיו של המגן שאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

נחוניא האט געשריבן:אויף ג'נישטייט אז ר' משה גרינפעלד פון מיהאלאוויץ, ברודער פונעם מגן שאול, איז געווען דער סופר פונעם ישמח משה.

האט דאס א מקור?

כך כותב רד"ל בספרו מגן בית שאול בלי ציון מקור.
ארגינעל
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:26 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעל »

נחוניא האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:הרב מוציא לאור, אויב כאפ איך וואס דא גייט פאר איז רבי שאול ליטשיקערס שווער, ר' צבי הירש זאווידקער, אויך די שווער פון ר' אברהם עביר ראזענבערג מזאווידקא, וואס דאן גייט דאס אריין אינעם אלטן טענה'ריי אויב די ראזענבערג משפחה זענען אייניקלעך פונעם בעש"ט.

דאס איז יא קראנט אז רבי שאול ליטשיקער איז געווען א שוואגער מיט רבי אברהם עביר ראזענבערג מזאווידקא?

לאמיתו של דבר הי' שני כפרים בשם דומה, כפר אחת בשם 'זאווידקא' הנמצא סמוך לווערעצקי, שם גר החסיד המפורסם ר' אברהם עביר ראזענבערג ז"ל מזאווידקא, והשני כפר אחרת הסמוך לסאבראנץ וליטשיק ושם היה גר החסיד ר' צבי הירש מזאווידקא חמיו של הג"ר שאול יחזקאל מליטשיק זצ"ל.
'זאַוויטקאָ' געפינט זיך האַרט דערנעבן פון דעם שטעטל 'ליטשיק' אין די 'סאַבּראַנץ' געגענט אין 'סלאָוואַקיי' נאענט צום גרויסן שטאט 'מיהאַליוויץ', [עס איז אן אנדערער ווי די שטעטל 'זאווידקא' וואס געפינט זיך אין אין היינטיגן 'אוקריינא', ווי עס האט געוואוינט החסיד המפורסם רבי עביר ראזענבערג זצ"ל].
קוגן
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 5:23 am

Re: רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוגן »

נכדו של המגן שאול זיע"א - הרה"ג דוד שאול גרינפלד שליט"א מחבר הספרים בנאות דשא על התורה 5 כרכים [ועוד כמה כרכים בצרפתית]
מחותנו של הרה"ג מאיר צבי ברגמן שליט"א חתנו של מרן הרב שך זצוק"ל
בנאות דשא - בראשית
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

Re: רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

איז דא ערגעץ בילדער פון די מצבות פון די ביה"ח אין ליטשיק?
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

Re: רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

דאס איז איינס-צוויי בילדער, איך רעד פון אלע מצבות אויפ'ן ביה"ח.
אחרון של פסח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 07, 2018 10:06 pm

Re: רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחרון של פסח »

כבוד הרב שה אחד
די שטעטל ליטשיק האט נישט קיין בית החיים, אלע מתים פון ליטשיק האט מען געטראגן צום נענסטע גרויס שטאט מיהאלאוויץ.
ביטע געבן צו פארשטיין וואס איר זיכט.
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

Re: רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

אחרון של פסח האט געשריבן:כבוד הרב שה אחד
די שטעטל ליטשיק האט נישט קיין בית החיים, אלע מתים פון ליטשיק האט מען געטראגן צום נענסטע גרויס שטאט מיהאלאוויץ.
ביטע געבן צו פארשטיין וואס איר זיכט.

פון די מצבות פון מיהאלאוויץ איז דא ערגעץ בילדער?
אחרון של פסח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 07, 2018 10:06 pm

Re: רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחרון של פסח »

ביליצר האט געשריבן:א חתימה אויף א ספר וז"ל "אברהם שלמה שו"ב גרינפלד שנת תרח"ץ לפ"ק "

דאס איז ר' אברהם שלמה בן ר' דוד לייב גרינפעלד. זיין טאטע ר' דוד לייב איז געווען דער שוחט אין מיהאלאוויץ און ווען ר' דוד לייב איז נפטר געווארן האט זיין זון איבערגענומען.
ביטע שיק מיר די חתימה
לייברערין
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

Re: רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייברערין »

פאריאר אזא צייט בין איך געווען ביי מקום מנוחתו פון ר' שאול יחזקאל ובנו ר' מאיר יעקב, ווי אויך ביי דו קרעטשמע פון ר' שאול יחזקאל ובנו, געווען אן היסטארישע מאמענט פאר מיר צו זיין און דו קרעטשמע ווי דו זיידעס און דו באבע שרה ליפשא האבן געוואינט.
דו קרעטשמע איז נארוואס געשפארט געווארן זעהט צליב קאוויד אדער וואס, האבן מיר געווארט אינדרויסן, ענדליך האבן מיר געטראפן עפעס א טלפון נומער אויף דו גראסארי וואס איז אונעם זעלבן בנין דער גראסערי איז אויך געווען צו געשפארט יענע שעות, מיר האבן גערופען דו נומער פון דו גראסרי, עפעס האבן זיי געזאגט, למשעה דערנאך זענען אפאר יונגע חברה אנגעקומען, אונז געגעבן סלאוואקישע ביר בחינם, עפעס א טי"פ האבן מיר געגעבען אפשר צען אמיריקאנע דולר, מיר האבן פארייכערט מיטן ביר, אוי איז דאס געווען געשמאק פאר'ן דמיון.
אינדערמיט איז א גוי אונז אקעגן געקומען מיט אן ארגינעלין חפץ פון דו גרינפעלד משפחה צו פארקויפען.. פאר אן אנדערעס מאל
אחרון של פסח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 07, 2018 10:06 pm

Re: רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחרון של פסח »

לייברערין האט געשריבן:פאריאר אזא צייט בין איך געווען ביי מקום מנוחתו פון ר' שאול יחזקאל ובנו ר' מאיר יעקב, ווי אויך ביי דו קרעטשמע פון ר' שאול יחזקאל ובנו, געווען אן היסטארישע מאמענט פאר מיר צו זיין און דו קרעטשמע ווי דו זיידעס און דו באבע שרה ליפשא האבן געוואינט.

ביטע קום אריין קלאר, וואס פאר א חפץ? און פון וואנעט ווייסטו אז עס ארגענעל? הרב לייברערין האסט אונז הינגעריג געמאכט ביטע מאך אונז זאט. אויב עס איז די באקוועמער ביטע קום אריין אין אישי

אחרון של פסח האט געשריבן:

א גלאזרנע אריגענעלע זעלצער באטיל - אזא פענס"י סטייל מיט א אדלער פון אויבען.
פאריאר האב איך געטראפן גענוי ווער פון דו גרינפעלד משפ' דאס באטיל האט געהערט - בלי"נ איך וועל ברענגען א בילד שפעטער
אחרון של פסח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 07, 2018 10:06 pm

Re: רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחרון של פסח »

מיר ווארטן אויפן בילד......
מגיד מרדכי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 11:48 am

Re: רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיד מרדכי »

יחוס של משפחות פערלשטיין - ווילליגער - פאשקוס לרבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול

רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול
בנו הרה"צ ר' מאיר יעקב זצ"ל
בתו מרת שרה ליפשא ע"ה אשת הרה"ח ר' בנימין פערלשטיין ז"ל ממונקאטש
בתה מרת מרים ווילליגער ע"ה אשת הרה"ג ר' מרדכי ווילליגער זצ"ל
טְרַאכְט גוּט, ווֶעט זַיין גוּט!
לייברערין
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

Re: רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייברערין »

לייברערין האט געשריבן:
אחרון של פסח האט געשריבן:
לייברערין האט געשריבן:
פאריאר אזא צייט בין איך געווען ביי מקום מנוחתו פון ר' שאול יחזקאל ובנו ר' מאיר יעקב, ווי אויך ביי דו קרעטשמע פון ר' שאול יחזקאל ובנו, געווען אן היסטארישע מאמענט פאר מיר צו זיין און דו קרעטשמע ווי דו זיידעס און דו באבע שרה ליפשא האבן געוואינט.
דו קרעטשמע איז נארוואס געשפארט געווארן זעהט צליב קאוויד אדער וואס, האבן מיר געווארט אינדרויסן, ענדליך האבן מיר געטראפן עפעס א טלפון נומער אויף דו גראסארי וואס איז אונעם זעלבן בנין דער גראסערי איז אויך געווען צו געשפארט יענע שעות, מיר האבן גערופען דו נומער פון דו גראסרי, עפעס האבן זיי געזאגט, למשעה דערנאך זענען אפאר יונגע חברה אנגעקומען, אונז געגעבן סלאוואקישע ביר בחינם, עפעס א טי"פ האבן מיר געגעבען אפשר צען אמיריקאנע דולר, מיר האבן פארייכערט מיטן ביר, אוי איז דאס געווען געשמאק פאר'ן דמיון.
אינדערמיט איז א גוי אונז אקעגן געקומען מיט אן ארגינעלין חפץ פון דו גרינפעלד משפחה צו פארקויפען.. פאר אן אנדערעס מאל
ביטע קום אריין קלאר, וואס פאר א חפץ? און פון וואנעט ווייסטו אז עס ארגענעל? הרב לייברערין האסט אונז הינגעריג געמאכט ביטע מאך אונז זאט. אויב עס איז די באקוועמער ביטע קום אריין אין אישי
א גלאזרנע אריגענעלע זעלצער באטיל - אזא פענס"י סטייל מיט א אדלער פון אויבען.
פאריאר האב איך געטראפן גענוי ווער פון דו גרינפעלד משפ' דאס באטיל האט געהערט - בלי"נ איך וועל ברענגען א בילד שפעטער
אן אלטער צוזאג
אטעטשמענטס
9AAA63C6-4D95-46DF-B511-CB5D101AE167.jpeg
9AAA63C6-4D95-46DF-B511-CB5D101AE167.jpeg (212.04 KiB) געזען 567 מאל
F90A4846-3301-4F17-923E-E37F109389B0.jpeg
F90A4846-3301-4F17-923E-E37F109389B0.jpeg (50.96 KiB) געזען 567 מאל
2C6EF812-3D26-4C40-9B4A-A63A447C5204.png
2C6EF812-3D26-4C40-9B4A-A63A447C5204.png (198.31 KiB) געזען 567 מאל
אחרון של פסח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 07, 2018 10:06 pm

Re: רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחרון של פסח »

יש"כ פאר די בילדער
ווער איז טאקע געווען די ארגינעלע בעל הבית פון די באטלעך?
לייברערין
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

Re: רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייברערין »

אחרון של פסח האט געשריבן:
יש"כ פאר די בילדער
ווער איז טאקע געווען די ארגינעלע בעל הבית פון די באטלעך?
יוסף גרינפעלד סאבראנץ
יכין
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 21, 2022 8:04 am
לאקאציע: לאנדאן

Re: רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכין »

ביי וועמען איז משה ליב בן ר' יהושע העשיל (בן אח המגן שאול) געוועהן אן איידאם?
אחרון של פסח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 07, 2018 10:06 pm

Re: רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחרון של פסח »

יכין האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 3:49 pm
ביי וועמען איז משה ליב בן ר' יהושע העשיל (בן אח המגן שאול) געוועהן אן איידאם?
ביי ר' יעקב בראדער פון לאדעמער. דא קענסטו זעהן א בילד פון די מצבה פון די ווייב פון ר' משה לייב, צארטל בת ר' יעקב.
אטעטשמענטס
צארטל בת ר' יעקב בראדער אשת ר' משה לייב גרינפעלד ממיהאלאוויץ

223031913_366937.jpg (339.62 KiB) געזען 377 מאל
אחרון של פסח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 07, 2018 10:06 pm

Re: רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול - י”ד אדר תר”ט-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחרון של פסח »

ווער קען העלפן?
אין ספר מגן בית שאול עמוד רנד ווערט געברענגט א מעשה בנוגע די קבורה פון ר' יהושע העשיל גרינפעלד ב"א פון הרה"ק ר' שאול ליטשעקער זצ"ל:
ממחרת השבת כאשר רצו להטמין את גופו הטהור בבית החיים דמיהאלוויץ לרגלי דודו ורבו הגאון הצדיק בעל "מגן שאול", לא הי' שם מקום ראוי לאחוזת קבר, וכנרשם בפנקס הישן של החברא קדישא הי' שם ענין פלאי. מחמת דוחק המקום, העמידו על קברו מצבה צרה וקטנה, כשהיא מחוברת ודבוקה עם המצבות משני הצדדים.
הרב ר' דוד לייב גרינפעלד שליט"א דער מחבר פונעם ספר מגן בית שאול שרייבט:
איך האב געהערט די מעשה פון צוויי מקורות א) פון מיין טאטע וואס ער האט געהערט די מעשה פון די דיין פון ק"ק סנינא ב) הרב ר' מאיר יעקב גרינפעלד ז"ל מירושלים\מיהאלאוויץ ג) מפי ר' חיים יוסף ב"ר משה צבי פריעדמאן ז"ל שהי' ראש הח"ק דק"ק מיהאלאוויץ לפיי המלחמה. און דער ר' חיים יוסף האט פארציילט וואס ער האט געזעהן אין די פנקס פון די ח"ק : 'שלא הי' מקום מספיק שם לאחוזת קבר, וזזו הקברים זמ"ז עד שנעשה מקום'
היינט ווען מען גייט אויפן בית החיים זעהט מען טאקע אז די מצבה פון ר' יהושע העשיל איז זייער א קליינע מצבה און מען זעהט אז עס איז ממש אריינגעשטופט וואס דאס איז טאקע א ראי' אז די מעשה איז אמת. הגם די מצבה פון ר' יהושע העשיל זון ר' משה לייב - ער ליגט איין מצבה אפגעריקט פון זיין פאטער - איז אויך גאר א קליינע מצבה אזוי ווי דער פאטער, א"כ אפשר איז דארט אויך געשהען די א נס?
בכל אופן כדי מברר צו זיין די מעשה מער פונקטליך איז אדער צו טרעפן די פנקס הישן פון די ח"ק, וואס אדערווייל איז עס נאך נישט אפירגעקומען. נאך א אופן איז צו טרעפן די אייניקלעך פון דעם ר' חיים יוסף פריעדמאן און זיי פרעגן אויב זיי ווייסן עפעס מער.
דער ר' חיים יוסף האט געוואוינט און בארא פארק און זיך געדרייט און מונקאטשע בית המדרש און ער ליגט און די מונקאטשע חלקה אין ניו זשורסי, איך האב שוין גערעדט מיט אסאך מונקאטשע אידן וואס האבן זיך געדרייט יענע יארן אין מונקאטש און קיינער געדענקט נישט דעם איד.
בייגעלייגט איז די בילד פון זיין מצבה נעבן אים ליגט זיין זון
ביטע ווער עס קען העלפן טרעפן זיינע אייניקלעך
אטעטשמענטס
חיים יוסף פריעדמאן גבאי דח"ק בק"ק מיהאלאוויץ

123.jpg (156.75 KiB) געזען 320 מאל
לגבי
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2022 8:38 pm

Re: רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול - י”ד אדר תר”ט-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לגבי »

היום י''ד אדר חל היארצייט.
לגבי
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2022 8:38 pm

Re: רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול - י”ד אדר תר”ט-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לגבי »

הגה''ק ר' שאול יחזקאל זצוקללה''ה איז געבוירן בערך בשנת תקנ''ד צו זיינע עלטערן ר' אברהם שלמה זצ''ל דומ''ץ איהעל אין זיין מאמע מרת שרה ליפשא אן אייניקל פון הרב ר' העשיל מקראקא בעל חנוכת התורה.
מהאט אים א נאמען געגעבן שאול יחזקאל נאך צוויי גדולי הדור, אויך אייניקלעך פון הרבי ר' העשיל מקראקא, הגה''ק ר' שאול מאסטערדאם זצוקללה''ה בעל בנין אריאל און ר' יחזקאל סג''ל לאנדא אב''ד פארג זצוקללה''ה בעל נודע ביהודא.
ער איז געגאנגן לערנען ביים הייליגן חתם סופר אין פרעשבורג, ווען די הייליגע ישמח משה איז געווארן רב אין איהעל איז ר' שאול יחזקאל געבליבן אין איהעל און געווארן א תלמיד מובהוק און שטארק באליבט ביים הייליגן ישמח משה זי''ע.
בשנת תקע''א ווען ער איז אלט געווען זעכצן יאר שרייבט ער שוין אויף זיין גליון חידושים וואס ער האט געהערט ''מרבו הישמח משה'' מאוהעל.
זיין הייליגן רבין די ישמח משה האט זיך זייער משתשע געווען מיט אים אין געשריבן אז מען זאל אים רופן ''מורינו ר' שאול און שרייבט ווייטער ''ויסמוך משה את ידיו עליו סמיכה בכל כחו''.
אין יאר תקע''ג האט ער חתונה געהאט צו הרבנית הצדיקת מרת מלכה ע''ה בת החסיד המפורסם מוה''ר ר' צבי הירש מזאוואדקא זלה''ה וועם מען האט גערופן ר' הערשעלע זאווידקער. מורינו ר' שאול האט זיך נישט געוואלט באנוצן מיטן כתר תורה און נישט אנגענומען קיין רבנות,
ווען ער האט שוין געמוזט האבן פרנסה זיך צו קענען שפייזן איז ער אריין צו זיין רבי'ן הישמח משה און געבעטן ער זאל אים פארהער'ן הל' שחיטה, אבער זיין רבי האט נישט געוואלט נאר אים געגעבן א בריוו אין געשיקט צום רב אין אנגוואר, ער האט נישט געפרעגט זיין רבי'ן פשט נאר געטוען וואס מען האט געהייסן און געפארן קיין אנגוואר טראכטנדיג אז מסתמא איז ער נישט ראוי צו עוסק זיין און שחיטה און זיין רבי נישט וועלנדיג אפזאגן שטופט אים סתם אפ, און אויפ'ן בריוו שטייט זיכער פארוואס ער איז נישט ראוי', ווען הגאון אב''ד אונגוואר האט געליינט די בריוו פונעם ישמח משה וואו ער שרייבט אזאלעכע גרויסע זאכן, האט ער געבעטן פון ר' שאול צו בלייבן נעבן אים, און יעדן טאג האבן זיי אינאיינעם זיך מפלפל געווען אין לערנען, און ר' שאול האט זיך זייער געוואודערט פארוואס ער איז אים אזוי מכבד,
איין טאג איז ר' שאול געזעצן און געלערנט און פון בי''ד שטיבל האט ער ארויס געהערט א דין מיט א פארפאלק וואס האט זיך ל''ע געג'ט און מען קריגט זיך ארום אויף די נכסים, ווען זיי זענען ארויס האט די רב געפרעגט ר' שאול האסט געהערט די טעהנריי? און אים געזאגט די גאנצע דין תורה,
און דערנאך האט די רב געזאגט פאר ר' שאול אז ער האלט אז ער זאל אפקויפן די הויז אין ליטשיק פון די פארפאלק, האט זיך ר' שאול געוואונדרט און געזאגט איך האב נישט קיין געלט, איך בין אהער געקומען צו באקומען א כתב קבלה צו קענען שחט'ן און ברענגן פרנסה און שטוב, האט אים די רב גענטפערט אז מען דארף נאר געבן א חלק פון די געלט, האט ער געזאגט דאס האב איך אויך נישט האט אים די רב געזאגט די געלט וועל איך דיר געבן,
די קומענדיגע טאג ווען די פארפאלק איז געקומען הערן די פסק דין האט זיי די רב אריינגעשיקט צום אינגערמאן אין בית המדרש און מען האט געמאכט די גאנצע קנין און געשריבן שטר.
און פון די קליינע אחוזה אין ליטשיק האט אייביג געשיינט די ליכטיקייט פון ר' שאול וואו ער האט מייסד געווען חדרים לתלמיד תורה און מקרב געווען אידן צום אייבערשטן, און אין זיין זכות איז פון דעם ארץ לא זרועה ארויסגעוואקסן תלמידי חכמים און חסידים ואנשי מעשה.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”