טראק דרייווער האט געשריבן:איטשע האט געשריבן:א באנדע פאנטאזירערס.
דער מגלה עמוקות גייט דאך צוליב דעם נישט ווערן א לוי למפרע.
וואס איז די ראי' אז ער איז דוקא נישט געווען קיין לוי? פון דעם וואס ער שרייבט זיך נישט אינטער סג"ל איז א שוואכע ראי'. איז דא עפעס שטערקערע ראיות, אדער איר פאנטאזירט אויף די פארקערטע זייט?
"
פאנטאזירט אויף די פארקערטע זייט?" סיריעסלי?
האסט א ראיה אז דער מג"ע איז נישט געווען קיין כהן?
שטייט נישט אין זיינע ספרים אדער די קינדער'ס כתבים און נישט אויף די מצבה
די שאלה איז וואס איז די עלטסטע כת"י וואס זאגט אז א לוי איז א בא"ב פונעם מגלה עמוקות
ווייסטו פון א כהן אדער לוי וואס אין זיינע ספרים איז נישטא קיין זכר דערפון?
אויב זענען דא שפירא'ס וואס זענען לוויים און זענען אויך אייניקלעך פונעם מגלה עמוקות (נישט בא"ב) איז דאך פשוט פון וואנעט דער טעות איז געשאפן. ואין צריך לפנים…