רבי יעקב קאפיל מליקאווע זצ"ל - ט"ו אדר א' תקכ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: רבי יעקב קאפיל מליקאווע זצ"ל - ט"ו אדר א' תקכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

ספר קדוש יעקב
להשיג הספר אצל המול:
הרב משה אביעזר ווייס
718-782-2949
אטעטשמענטס
קדוש יעקב 3.jpg
קדוש יעקב 3.jpg (173.79 KiB) געזען 1206 מאל
קדוש יעקב 4.jpg
קדוש יעקב 4.jpg (185.29 KiB) געזען 1206 מאל
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: רבי יעקב קאפיל מליקאווע זצ"ל - ט"ו אדר א' תקכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

איך זעה דא אז מען שרייבט אז ר' סענדר'ל קאמרנא'ר איז געווען א איידעם ביי איינער ר' יעקב משה איידעם פין רבי קאפיל האב איך געוואלט וויסעו צי איז דאס קראנט וויל איך האב אמאל געזען אז ער איז געווען א איידעם ביי ר' קאפיל אליינ'ס איז בכל אופן ווער איז געווען דער ר' יעקב משה ווי האט ער געוואינט וכ'
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי יעקב קאפיל מליקאווע זצ"ל - ט"ו אדר א' תקכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

כבוד הרב האט געשריבן:איך זעה דא אז מען שרייבט אז ר' סענדר'ל קאמרנא'ר איז געווען א איידעם ביי איינער ר' יעקב משה איידעם פין רבי קאפיל האב איך געוואלט וויסעו צי איז דאס קראנט וויל איך האב אמאל געזען אז ער איז געווען א איידעם ביי ר' קאפיל אליינ'ס איז בכל אופן ווער איז געווען דער ר' יעקב משה ווי האט ער געוואינט וכ'


אויפן תעודת נישואין (הייראטס אורקונדע) פון הרה״ק ר׳ יצחק יהודה יחיאל זצוק״ל מקאמארנא, שטייט דארט זיין טאטעס נאמען ״סענדר״ וזוגתו ״רחל בת קאפל״. אבער דאס שטימט נישט מיט די מסורה המקובל אצל צאצאיו אז די קאמארנ׳עס מאמע האט געהייסען ״חנה״ נישט רחל.

כידוע איז דער קאמארנא געווען א יתום מאב בעת נישואיו (בשנת תקפ״ב), צו זייין מאמע האט דעמאלץ געלעבט ווייס איך נישט כרגע, אבער עס איז זייער מסתבר אז פאר עפעס א סיבה האט מען געשריבן די באבעס נאמען במקום די מאמע.

איך האף בעז״ה צו מפרסם זיין א מאמר אויף די גאנצע סוגי׳, ובכן ווער עס האט וואס צו מוסיף זיין יבא ויתקשר אלינו [email protected].
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי יעקב קאפיל מליקאווע זצ"ל - ט"ו אדר א' תקכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

מעשה נורא פון ספר ׳תולדות רבינו׳ (מונקאטש תרצ״ח):
אטעטשמענטס
C22BF7B1-A9BD-49AF-B8D6-A24D0909408F.jpeg
C22BF7B1-A9BD-49AF-B8D6-A24D0909408F.jpeg (98.63 KiB) געזען 906 מאל
3D519947-0F98-44BC-A9F5-F2AE1BD01F54.jpeg
3D519947-0F98-44BC-A9F5-F2AE1BD01F54.jpeg (423.32 KiB) געזען 906 מאל
C595E17F-A782-47D0-8A54-68E08E1BF3FA.jpeg
C595E17F-A782-47D0-8A54-68E08E1BF3FA.jpeg (411.45 KiB) געזען 906 מאל
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי יעקב קאפיל מליקאווע זצ"ל - ט"ו אדר א' תקכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: רבי יעקב קאפיל מליקאווע זצ"ל - ט"ו אדר א' תקכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

יישר כח. אינטערעסאנט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: רבי יעקב קאפיל מליקאווע זצ"ל - ט"ו אדר א' תקכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

אינעם ספר "צבי תפארה" תולדות רבי צבי הירש מרודניק זי"ע (געדרוקט אין קרית צאנז נתני' בערל 15 יאר צוריק), שטייט אז רבי קאפיל ליקאווער זי"ע ליגט אין ביה"ח אין רודניק, איז דא עפעס אין דעם אדער סתם א טעות?

אויך שטייט דארט אז רבי קאפל ליקאווער האט געהאט א זוהן, שטייט נישט קיין נאמען, וואס איז געווען רב אין רודניק בערך בשנת תר"ל.
זה הקטן גדול יהי'
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

Re: רבי יעקב קאפיל מליקאווע זצ"ל - ט"ו אדר א' תקכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

איך גלייב שווער אז א יוד וואס איז אוועק און תקכ"ט זאל נאך האבען א זוהן ביים לעבן תר"ל...

דער גאנצע צבי תפארה במחילת כבוד תורתם אדער רוב רובו דארף האבען דעקונג בכלל ווי מ'דארף זיין כביכול דער רבונו של עולם צו קענען מאכען א יש מאין.
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5230
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: רבי יעקב קאפיל מליקאווע זצ"ל - ט"ו אדר א' תקכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

ראש הקהל האט געשריבן:איך גלייב שווער אז א יוד וואס איז אוועק און תקכ"ט זאל נאך האבען א זוהן ביים לעבן תר"ל...

דער גאנצע צבי תפארה במחילת כבוד תורתם אדער רוב רובו דארף האבען דעקונג בכלל ווי מ'דארף זיין כביכול דער רבונו של עולם צו קענען מאכען א יש מאין.

די שטיקל דארט איז א העתקה פון פנקס הקהילות לפולין
די גאנצע ספר איז מיט געהריגע מקורות ומראי מקומות
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי יעקב קאפיל מליקאווע זצ"ל - ט"ו אדר א' תקכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

פנקס הקהילות לפולין איז עפעס יא א מקור?
זאגן אז איינער וואס איז אוועק בזקנתו תקכ"ט, א זוהן וואס איז אוועק בזקנתו תקע"ב און אייניקלעך וואס זענען אוועק בזקנותם תקע"ה - תר"י, זאל האבן א זוהן וואס איז אוועק תר"ל??
#קאַם-אָן-מען!
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5230
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: רבי יעקב קאפיל מליקאווע זצ"ל - ט"ו אדר א' תקכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

שטייט דארט לערך שנת 'תק"ל'... עס איז נאך אלס נישט קיין 'מקור'...
101.JPG
101.JPG (39.62 KiB) געזען 568 מאל
102.JPG
102.JPG (110.5 KiB) געזען 568 מאל
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: רבי יעקב קאפיל מליקאווע זצ"ל - ט"ו אדר א' תקכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

יארצייט שבת קודש הבעל"ט
זיעועכי"א
טודרוס
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 3:01 pm

רבי משה איילבוים מליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טודרוס »

איך ברענג דא אריבער מיינע תגובות איבער ר' משה איילבוים, ברודער פון ר"ר שמעון מיארסלוב (אייניקל פון רבי קאפל) (פונעם אשכול 'רבי שמעון מיערסלוב זצ"ל', פון דא):
טודרוס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 5:06 pm
אין די יערסלאוו'ער מעטריקלך טרעפט מען ר' יעקב מאיר שלעפריג איז געווען א איידעם פון ר' אברהם ליב מאנדל מליזענסק. נאכגייען דער יחוס פון דער צווייג, האב איך אנדעקט אז ר' אברהם ליב איז גאר אן איידעם פון ר' משה איילבוים פון ליזענסק, א ברודער פון ר"ר שמעון.

אין אנדערע ווערטער ד"ה משפחת שלעפריג זענען טאקע קרובים צום ר"ר שמעון אבער נישט אייניקלך, ווארשיינליך שטאמט דער טעות היות זיי האבן געוואינט אין יערסלוב און זיך געהאלטן משפחה.
טודרוס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 5:26 pm
לפי זה זענען זיי אבער יא אייניקלך פון ר' קאפל ליקאוו'ער. וואס ברענגט אונז אנצומערקן אן אינטערסאנטע זאך.

דער נאמען פון ר' אברהם ליב'ס רעבעצין (בת ר' משה איילבוים) איז 'הינדא שפרינצא', 'הינדא' איז ווארשיינליך נאך איהר באבע, ווי געשריבן בכמה מקומות אז דער ר"ר שמעון'ס מאמע האט געהייסט 'הינדא' (הגם איך האב נאך נישט געזעהן א קראנטע מקור דערצו), אבער 'שפרינצא' איז עפעס גאנץ א באקאנטע נאמן בקרבת נכדות הרר"א מליזענסק.

ווי באקאנט האט דער רר"א מליזענסק געהאט אן איידעם ר' ישראל א קרוב/אייניקל פון ר' קאפל ליקאוו'ער (זיידע פון ר' איציקל מפשעווארסק), הגם עס זענען דא מפקפקים אויף דער עצם שמועה (לגבי ר' קאפל), און עס הערשט א געפערליכע צומישעניש ווי אסאך זענען זיך טועה אז דער ר' ישראל איז דער פאטער פונ'ם ר"ר שמעון, וואס דאס איז מופרך מיסודו.

וואס ברענגט מיך צו טראכטן אפשר איז דער ר' משה איילבוים גאר געווען אן איידעם ביי משפחת הרר"א מליזענסק? לויט געוויסע מקורות האט זי געהייסן טאבא לבית עטינגער.

האט עטינגער עפעס צו טון מיט'ן נאמן פון דער ר"ר מיילך'ס טאכטע אסתר עטיל?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”