הג' רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי - י”ד ניסן תשע”ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

מי זה
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 22, 2019 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי זה »

יונה ישראל האט געשריבן:ווי קען מען זעהן יחוס משפחת וואזנער ?

בלאג תולדות ושורשים - משפחת וואזנער - 1
בלאג תולדות ושורשים - משפחת וואזנער - 2
אלטער היים
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער היים »

יונה ישראל האט געשריבן:ווי קען מען זעהן יחוס משפחת וואזנער ?

בנושא יחוס הרב וואזנער, איזה קשר היה לו עם הגה"ק רבי יהודה גרינוואלד אבד"ק סאטמאר? בתשובת שבט הלוי מכנה אותו דודי זקני
יונה ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 4:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה ישראל »

נחוניא האט געשריבן:ידיעה על פטירת ר' בנימין וואלף וואזנער ראש הקהל בסערדעהעלי, אבי אביו של הגר"ש וואזנער
http://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/c ... ew/2635481

איז געווען 2 אידן מיט די נאמען "בנימין וואלף וואזנער" ?
ווייל ר' מיכאל האפמאן פאפא האט געהאט א איידעם מיט די נאמען.... אין ער איז שוין אוועק פריער ווי כ"ו חשון תר"צ
סגל
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סגל »

יונה ישראל האט געשריבן:ווי קען מען זעהן יחוס משפחת וואזנער ?

כתי"ק פון די שבט הלוי איבער זיין יחוס
(ערשינען אינעם "בלאט" פסח העעל"ט)
אטעטשמענטס
יחוס שבה''ל.png
יחוס שבה''ל.png (434.19 KiB) געזען 2782 מאל
שויתי ה' לנגדי תמיד
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4856
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

Re: רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

מארגן נאכט איז די יארצייט פון מרן פוסק הדור רבן של ישראל בעל שבט הלוי זי''ע
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

קיקיון האט געשריבן:
גם למד בישיבת צעהלים אצל הה"ג ר' יוסף אלימלך כהנא ששימש לפני השואה כאב"ד אונגוואר.

אויב ריכטיג איז ער געווען מקבל שלישי פון חת"ס
הגה"צ מהריא"ך אבד"ק אונגוואר הי"ד איז געווען א תלמיד פון הגה"ק ר חיים צבי מאנהיימער זי"ע א תלמיד פון חת"ס

כמדומה אז ער האט עס געזאגט אויף מהרי"ץ דושינסקי וועלכער האט ארויסגעוויזן צו אים גרויס הרצה און ער האט ביי אים גענומען שימוש
הרב דושינסקי איז געווען א תלמיד פון ר' זעקל פאללאק וועלכער איז געווען א תלמיד פונעם הייליגן חת"ס

אלעס איז אמת
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22688
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

כתב יד קדשו של מרן פוסק הדור בעל שבט הלוי זי''ע (שיום הילולתו חל בליל התקדש החג) שכל ימיו היה מתריע ומעורר שלא לנסוע למלונות לימי הפסח שגורם לביטול כמה דיני ומנגי הפסח וליל הסדר, ולהישאר כל אחד בביתו פנימה לחגוג בצל משפחתו עם טעם יהודי.
והוסיף מרן בכי''ק משפט בלתי מובן ''ומאורעות הזמן יגידו לך עמי בא בחדריך,חבי כמעט רגע עד יעבור זעם...''
ולעת כזאת הגידו מאורעות הזמן שעל כל אחד לישב בביתו בימי הפסח עד יעבור זעם, והובן לכל פשר דברי קדשו.
הרב וואזנר נגד מי שנסעו לבתי מלון לפסח.jpg
הרב וואזנר נגד מי שנסעו לבתי מלון לפסח.jpg (52.7 KiB) געזען 1817 מאל
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

ואין פוצה פה.........
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7429
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

אהרן הלוי האט געשריבן:ואין פוצה פה.........

געלייגט אין עטליכט אשכולות...
דו ווארטס אז מזאל ענטפערן בי ייעדן איינס?
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבת בנו הרה"ח ר' משה יהודה הלוי וואזנער ז"ל בביה"ח וויזניץ מאנסי

IMG-20201206-WA0010.jpg
IMG-20201206-WA0010.jpg (497.1 KiB) געזען 1353 מאל
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19924
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

בד"ה

הגאון רבי חיים מאיר וואזנער גאב"ד זכרון מאיר זצ"ל
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

מזל טוב!
[הרב] שמואל וואזנער - וויען
רבקה געלבער - בראטיסלאווא
מאורשים
אטעטשמענטס
6C9E82C1-E397-42B7-A104-84E1C40B5B75.jpeg
6C9E82C1-E397-42B7-A104-84E1C40B5B75.jpeg (333.65 KiB) געזען 1088 מאל
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8346
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

עוג מלך הבשן האט געשריבן:
מזל טוב!
[הרב] שמואל וואזנער - וויען
רבקה געלבער - בראטיסלאווא
מאורשים

וואס איז די צוזאמענשטעל פון די נעמען ביי די ערשטע מז"ט? גאנץ היימישע נעמען...

שלמה ווייס (בעקעריי), נח ליכטער (אבי הגה"צ אב"ד כונת הלב שליט"א), אלימלך רומפלער (בעלזא, געגעבן א מז"ט פאר א יח"ל בחור? 'עטרת תפארת צעירי אגודת ישראל'...), יונה פארסט (נייטרא?), יעקב הארנשטיין (נייטרא-מתיבתא לאנדאן), בערצי שפירא (אנטווערפן)
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער מז"ט איז נאך נישט דא געווען?

שוין געזען יארן צוריק.

יא, דאס איז געווען א לעכטיג קרעמל, וואוילע ערליכע בחורים, והעד, וואס פון זיי און זייערע דורות איז געווארן, כאטש די ווילד מאדערנע שטאט וואו זיי זיינען אויפגעוואקסן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8346
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אינטערעסאנט

דאס איז געווען א פריוואטע חבורה, אדער האט דאס געהאט מיט 'צעירי אגודת ישראל'?

די אלע האבן געלערנט אין יח"ל? (איך גלייב זיכער אז נישט).
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:אינטערעסאנט

דאס איז געווען א פריוואטע חבורה, אדער האט דאס געהאט מיט 'צעירי אגודת ישראל'?

די אלע האבן געלערנט אין יח"ל? (איך גלייב זיכער אז נישט).

גארנישט מיט יח"ל, ווין הבירה
עבד אברהם
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 23, 2020 5:21 pm

Re: רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבד אברהם »

קען איינער ברענגען די ווערטער וואס הגר"ש זצוק"ל האט געזאגט ביים "כינוס כלל ישראל" ערב ראש חודש סיון תשס"ב ?
רוב כוס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:15 pm

Re: רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוב כוס »

עבד אברהם האט געשריבן:קען איינער ברענגען די ווערטער וואס הגר"ש זצוק"ל האט געזאגט ביים "כינוס כלל ישראל" ערב ראש חודש סיון תשס"ב ?

דברות קודש און פסק הלכה פון מרן פוסק הדור בעל שבט הלוי זצוק"ל ביים כינוס כלל ישראל:

בעזרת השם יתברך בעזרת חי החיים ברוך הוא וברוך שמו

מורי ורבותי, גאונים וצדיקים, מנהיגי ישראל וואס האבן זיך פארזאמלט צוזאם מיט'ן כלל ישראל אלפי רבבות ישראל עם קדוש, למען יעמוד כחומה בצורה לשית עצה ולגדור גדרים ואיסורים נגד דעם גרויסן פרץ וואס האט פורץ געווען בגדרי הצניעות די המצאה פון אינטער-נעט און די כלים וואס זענען שייך צו דעם, די כלים גדולים די כלים קטנים.

עת לעשות לה' הפרו תורתך, איז געקומען די צייט לגדור גדרים אויף די י"ג פרצות וואס האט בעווה"ר שוין פורץ געווען, דער רודף און דער מסית ומדיח אינטער-נעט. וואס איז געשאפן געווארן בעצת בלעם הרשע נגד דעם יסוד פון אידישן פאלק, דעם תנאי וואס הקב"ה האט געגעבן ביי מתן תורה כה תאמר לבית יעקב ותגד לבני ישראל ואתם תהיו ממלכת כהנים וגוי קדוש! און חז"ל זאגן, אומעטום ווי ס'שטייט א לשון קדושה, רעדט מען פון א גדר נגד העריות, נגד דעם מאראלישן ירידה פון כלל ישראל חס ושלום, ווי רש"י זאגט אנהייב פרשת קדושים, דבר אל בני ישראל ואמרת אליהם קדושים תהיו, זאגט רש"י על פי חז"ל, פרושים מן העריות.

ואני תפלתי לך ה' עת רצון, איך וויל באגלייטן מיינע ווערטער מיט א תפלה לך ה' עת רצון, אלקים ברוב חסדך עננו באמת ישעך, דאס צו טוען בחלקו וואס האבן געטוען רבותינו הגדולים די אנשי כנסת הגדולה ווען זיי האבן געזען אז דער עוון פון יצה"ר פון ע"ז האט גורם געווען צום חורבן הבית ראשון כידוע, האבן זיך פארזאמלט די אנשי כנסת הגדולה בתורה ובתפלה ובבקשה ובתעניתים ובסוגיפים צו בעטן פון אייבערשטן ער זאל מחליש זיין דעם יצר פון ע"ז אז אידישע קינדער זאלן נישט נכשל ווערן. ואני תפלתי לך ה' עת רצון ווען ס'איז געקומען א עת רצון דאס דער כלל ישראל ברבבותיו האט זיך פארזאמלט, ער האט געפילט אז ס'איז געקומען די צייט צו מאכן גדרים וסייגים ואסורים לבל יעבור עלינו פורץ גדר די אינטער-נעט מיט אלע זיינע תולדות וואס האבן גורם געווען חורבנות פאר בתי ישראל, וואס האבן גורם געווען אז בחורים ובתולות זענען נצרח געווארן פון דעם עון, מ'האט זיך מתדרדר געווען רח"ל אין א וועג וואס פירט צו א שאול תחתית.

— און אזויווי דער רצון השם איז אז אין יעדן דור איז מחוייב די בתי דינים לעמוד בגדר ולעשות גדרים וסייגים איז מען זיך היינט צונויף געקומען לעשות גדרים וסייגים און אוועקצולייגן די יסודות אויפן עתיד ס'זאל נישט מער מעגליכקייט דאס דער רודף דער אינטער-נעט זאל מאכן אזא חורבן ווי ער האט געמאכט ביז יעצט.

דער תכלית פון די אסיפת קודש לשם שמים זאגט הקב"ה כולם נקבצו ובאו לך לכבוד ה' ולכבוד תורתו הקדושה, לקדושת ישראל לדורות, לעת כזאת ווען די צייט איז מסוגל פאר מתן תורה ווען הקב"ה האט געגעבן די הייליגע טעג פאר מתן תורה, והודעתם לבנך ולבני בנך יום אשר עמדת לפני ה' אלקיך בחורב באמור ה' אלי הקהל את העם ליראה אותי כל הימים אשר הם חיים על האדמה ובניהם ילמדון.

לעת כזאת וואס די צייט איז מסוגל לקראת זמן קבלת התורה זיך מעורר צו זיין להזעיק, צו רופן צו הקב"ה און לפשפש מעש בענין די כלי המשחית אינטער-נעט וואס רבים וחללים הפילה, האב איך מיך אויך בעזרת חי החיים מצרף געווען צו די גודרי גדר לעשות משמרת למשמרת, ווי חז"ל זאגן אומרים לנזיר סחור סחור לחמרא לא תקרב.

איך וויל זאגן א קיצור פון הוראות און פון הלכות וואס אן דעם האט מען נישט יוצא געווען די גרויסע אסיפת קודש. ווי א דבר פשוט אז א איד וואס ער דארף נישט צו זיין פרנסה די השתמשת בכלי אינטער-נעט, דארף ער נישט משתמש זיין און דארף אים נישט ברענגען אין שטוב און אפילו במקום עבודה, אפילו ווען דער אינטער-נעט איז מיט א פילטער.

די וואס איז איבערצייגט אז זיי דארפן א חלק פון אינטער-נעט לצורך פרנסתם, איז א איסור גמור און א תנאי בל יעבור, נאר משתמש זיין מיט א אינטער-נעט וואס האט דעם פילטער וואס דער מרחק איז די גאנצע מעגליכקייט אז מ'זאל נכשל ווערן חלילה וואס מ'איז נכשל געווארן עד היום.

אבער אפילו דעם אינטער-נעט מיט א פילטער דעתינו על דעת תורה אז מען זאל אים נישט ברענגען אין שטוב, נאר צו מקום עבודה כדאי מונע צו זיין מכניס זיין דעם אינטער-נעט אין א אידישע שטוב.

אויב חלילה וחלילה עס טרעפן זיך נאך פורצי גדר וואס וועלן נישט מרחק זיין דעם אנדזשעקס?? דעם אסון פון אינטער-נעט, איז א איסור גמור על פי התורה אריינצוגיין אין זייער שטוב!

די גמרא זאגט אין בבא קמא דף פ' ע"א, אז ס'איז געווען א מעשה בחסיד אחד שהי' גונח מלבו, ער איז געווען א הארץ קראנקער צדיק, איינע פון די גרויסע צדיקי ישראל, און דער צדיק האט געברויכט צו די רפואה הייסע מילך פון א כבש, וואס דאס האט אים געברענגט די רפואה. אבער מ'ווייסט דאך אז חכמי ישראל האבן גוזר געווען אז מ'טאר נישט מגדל זיין אין ארץ ישראל א בהמה דקה, זענען געקומען די חכמי ישראל אים מבקר חולה זיין, און זיי האבן געזען דעם כבש, וואס איז א שטיקעלע פירצה נאר געווען, א קליין פירצה קעגן די תקנה פון אין מגדלין בהמה דקה בארץ ישראל, האבן חכמי ישראל געזאגט און געשטאנען ביי די טיר און אים געזאגט: גזלן בבית הדין, ואנו נכנסין בו! וכל שכן קל וחומר בן בנו של קל וחומר, אויב א איד האלט רח"ל דעם פורץ גדר אין זיין שטוב איז א איסור חמור און חרם על פי תורה אז מ'טאר נישט מבקר זיין די שטוב!

דער איסור פון השתמשת באינטער-נעט איז א גדר בצורה סיי אויפן קאמפיוטער, הן דורכן טעלעפאן, הן מתוך אלע כלים וכלים שונים! א דבר פשוט אז די אלע גדרים זענען נישט קיין חומרא וחסידות נאר חובה על פי התורה על כל אדם בישראל, הירא והחרד לדבר ה'! און ווער ס'איז נישט מקבל אויף זיך די גדרים איז ער א פורץ גדר מיט אלע תוצאות פון א פורץ גדר וואס די תוה"ק האט קובע געווען.

— און ס'איז א באזונדערע חוב אויף די אידישע עלטערן, אויף טאטעס און מאמעס משגיח צוזיין און בודק צוזיין די קינדער די ילדים מ'זאל נישט אריינברענגען די נוגע פון אינטער-נעט בלא פילטער!

דער זעלבער איסור און די זעלבע חוב איז חל אויף דעם מוסד החרדים, די ישיבות גדולות די ישיבות קטנות, בתי חינוך לבנות בנות ישראל הצניעות, אז ס'ליגט אויף די הנהלת המוסדות די הנהלת הישיבות אויף די ראשי ישיבות און אויף די מרבצי תורה א חוב גדול אז ס'זאל נישט נמצא ווערן די חבורא פון די תלמידים, אפילו איין תלמיד… וואס איז מנוגע וואס ער איז איינגעגריפן פון דעם באציל פון דעם חיידאק פון אינטער-נעט! וואס דער איינער תלמיד קען זיין א גורם אריבערצוברענגען דאס צו די אנדערע תלמידים!

א איסור גמור אויף מוסדות חרדים מ'טאר נישט ארייננעמען א תלמיד פון א משפחה וואס איז מחזיק א אינטער-נעט באיסור! א איסור גמור אויף די מוסדות החינוך פון אידישע טעכטער אז זיי טארן נישט ארייננעמען א תלמידה וואס קומט פון א משפחה וואס מ'איז נישט מקפיד מ'איז פורץ גדר אין דעם אינטער-נעט!

— און צום סוף, אזהרה צו די אבריכים און צו די הורים וואס זענען דואג לפרנסיו של צאצאים ובנותיהם בודק צו זיין בשבע חקירות ודרישות צי דער מקום עבודה איז באמת נקי מכל זה! אז דער מקום עבודה קען חלילה וחלילה משפיע זיין אויף א בת ישראל.

ובזכות ווען אידישע קינדער וועלן האלטן די גדרים, ובזכות ווען אידישע קינדער וועלן ווילן זיין די מקבלים פון די גדרים וואס מנהיגי ישראל האבן זיי געמאכט, ובזכות אז ס'וועט דורכדעם נתרומם ווערן דעם אתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש, ובזכות אז מ'וועט אויפשטעלן א לגיון של מלך מלכי המלכים הקב"ה וואס וועט זוכה זיין מקבל צו זיין משיח צדקינו ברחמים גדולים בקדושה וטהרה, בין איך בטוח אז מיר האבן זוכה געווען זיך משתתף צו זיין א כינוס פון כלל ישראל וואס איז א כינוס של קידוש השם, וואס עס זאגט רבוש"ע עבדך אנחנו, מיר זענען דיינע עבדים און מיר ווילן גיין אין דיין וועג.

בזכות התורה ובזכות הקדושה ובזכות העבודה וועלן מיר זוכה זיין צו זעהן לגיונות לגיונות וואס וועלן זוכה זיין רוח אפינו משיח ה'. ויהי רצון מלפניך אבינו שבשמים אז איך זאל זוכה זיין צוזאם צו גיין מיט'ן כלל ישראל ווען ס'וועט קומען די צייט פון זכרו תורת משה עבדי, הנה אנכי שולח לכם את אליהו הנביא זכור לטוב והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם, נזכה ונחיה ונראה רוח אפינו משיח ה' בב"א.
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

ספר שבט הלוי, עם הקדשות המחבר הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער בכתב ידו וחתימתו. תשל"ז.

https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/app ... 99?lang=he

91.jpg
91.jpg (181.32 KiB) געזען 563 מאל
בעלזא אייניקעל
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:56 am

Re: רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלזא אייניקעל »

ווייסט מען אויף וועלכע גאס אין וויען ער האט געויונט ? אין וועלכע חדר איז ער געגנגען ?
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

בעלזא אייניקעל האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 8:03 am
ווייסט מען אויף וועלכע גאס אין וויען ער האט געויונט ? אין וועלכע חדר איז ער געגנגען ?
ער האט געוואוינט אויף Krummbaumgasse 1

ער האט געלערנט אין די תלמוד תורה וואס איז געווען אונטער די שיפשוהל קהלה (עדת ישראל) אויף Malzgasse 16 (היינט איז אין דעם בנין אויך א [די] היימישע תלמוד תורה.)
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!

שמחת עולם האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 11:52 am

שכוח.
וואס איז דאן מקור אויף Krumbaumgasse 1 ?

בעלזא אייניקעל האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 11:56 am

ס'איז ידוע אין וויען. און איך האב עס אליינס געהערט פון יודן וואס האבן געדענקט.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
לאנגער שטעקן
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 16, 2023 5:54 pm
לאקאציע: צווישן קאסוב און וויזשניץ...

Re: רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגער שטעקן »

שמחת עולם האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 11:59 am
בעלזא אייניקעל האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 11:56 am
שמחת עולם האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 11:52 am
בעלזא אייניקעל האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 8:03 am
ווייסט מען אויף וועלכע גאס אין וויען ער האט געויונט ? אין וועלכע חדר איז ער געגנגען ?
ער האט געוואוינט אויף Krummbaumgasse 1

ער האט געלערנט אין די תלמוד תורה וואס איז געווען אונטער די שיפשוהל קהלה (עדת ישראל) אויף Malzgasse 16 (היינט איז אין דעם בנין אויך א [די] היימישע תלמוד תורה.)
שכוח.
וואס איז דאן מקור אויף Krumbaumgasse 1 ?
ס'איז ידוע אין וויען. און איך האב עס אליינס געהערט פון יודן וואס האבן געדענקט.
שטייט אויך אזוי אין ספר ''אבי ההוראה''
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: הג' רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי - י”ד ניסן תשע”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

צ/ק
הג' רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי - י”ד ניסן תשע”ה

דער שבט הלוי איז אוועק פסח ביינאכט אין א"י. זיין יארצייט איז ט"ו ניסן, נישט י"ד בו.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”