רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד כ”ו סיון תש”ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

באקאנט וואס ר' עקיבה סופר פרעשבורגער רב (אויב געדענק איך גוט) האט אים געפרעגט. א רב ארבעט שווער א גאנצע וואך און שבת רוהט ער זיך אפ. א רבי ארבעט שבת אבער רוהט זיך אפ איבער די וואך. איר זענט א רב איבער די וואך און א רבי שבת, ווען רוהט איר זיך אפ?

מה כאן עומד ומשמש זאל ער אויך דארט נישט רוהען בין ער וועט אונז ברענגען אלעס גוט און די גאולה שלימה במהרה בימינו אמן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
ישראל אהרן
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 3:53 pm

רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אהרן »

ביהמ"ד גאלאנטא וומ"ס
אטעטשמענטס
גאלאנטא.PNG
גאלאנטא.PNG (55.09 KiB) געזען 1118 מאל
א איד פון אמאל
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2020 5:30 am

Re: רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א איד פון אמאל »

ישראל אהרן האט געשריבן:ביהמ"ד גאלאנטא וומ"ס


עס ער איבערגלאזט אסאך חשובע תלמידים איבער די גארער וועלט געהויבענע אידן
אפשר קען איינער מאכן א ליסטע פון די תלמידים אדער ברענגען א חלק
זיי זענען געווען זייער מקושר צו אים עד יומו האחרון

וואו איך פארשטיי האבן די תלמידים אין ירושלים אליין געבויעט א בית מדרש לזכרו,
די בית מדרש איז נאך קיים היינט ?
אוועטאר
ישראל אהרן
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 3:53 pm

רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אהרן »

א איד פון אמאל האט געשריבן:
ישראל אהרן האט געשריבן:ביהמ"ד גאלאנטא וומ"ס


עס ער איבערגלאזט אסאך חשובע תלמידים איבער די גארער וועלט געהויבענע אידן
אפשר קען איינער מאכן א ליסטע פון די תלמידים אדער ברענגען א חלק
זיי זענען געווען זייער מקושר צו אים עד יומו האחרון

וואו איך פארשטיי האבן די תלמידים אין ירושלים אליין געבויעט א בית מדרש לזכרו,
די בית מדרש איז נאך קיים היינט ?

אויף געוויסע יארן איז דא א רשימה,
די בית מדרש אין ירושלים תובב"א שטייט נאך אלץ, די תלמידים וואס האבען עס אויפגעשטעלט האבען עס איבערגעגעבן פאר'ן היינטיגען גאלאנטע רבי זז"ג.
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

Re: רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

איז דא ערגעץ געדרוקט מעשיות אויף אידיש פון גאלאנטא רב זי"ע?
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

Re: רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

שה אחד האט געשריבן:איז דא ערגעץ געדרוקט מעשיות אויף אידיש פון גאלאנטא רב זי"ע?

אין יסודות פון די וואך האב איך געזעהן אז זיי האבן אינטערוויו מיט א תלמיד
אויב דאס איז דיר אינטערעסאנט
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

Re: רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

איך רעדט פון די תולדות באופן כללי.
חקירות ודרישות
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2019 7:27 am

Re: רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חקירות ודרישות »

א איד פון אמאל האט געשריבן:
ישראל אהרן האט געשריבן:ביהמ"ד גאלאנטא וומ"ס


עס ער איבערגלאזט אסאך חשובע תלמידים איבער די גארער וועלט געהויבענע אידן
אפשר קען איינער מאכן א ליסטע פון די תלמידים אדער ברענגען א חלק
זיי זענען געווען זייער מקושר צו אים עד יומו האחרון

וואו איך פארשטיי האבן די תלמידים אין ירושלים אליין געבויעט א בית מדרש לזכרו,
די בית מדרש איז נאך קיים היינט ?



תלמידים ידועים:
הגה"צ ר' פישל סופר זצ"ל מטעמשוואר
הגה"ח ר' שמואל קראוס ז"ל מאנסי
הרה"ח ר' יונה הערצאג ז"ל
הרה"ח ר' צבי ראזענבערג ז"ל (אבי ר' יצחק)
הנגיד אליעזר משה בערנאט ז"ל
ועוד....

עס איז נאך דא תלמידים בחיים להדלח"ט
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

חקירות ודרישות האט געשריבן:תלמידים ידועים:

ר' קלמן אליעזר עקשטיין
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

הגה"צ רבי שמואל אונדסדורפר זצ"ל סיפר, כי כאשר נכנס פעם הגה"ק מגאלאנטא זי"ע אל כ"ק מרן מהרי"ד זי"ע, ומסר קוויטל, ובו שמו ושם אמו, קם
מרן זי"ע לכבודו, באמרו ששמו "יהושע בן מלכה", כמו אביו כ"ק מרן מהר"י זי"ע.
מעורב בין הבריות
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 26, 2016 10:11 pm

Re: רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעורב בין הבריות »

איז דא א בריוו ווי ער פרעגט אן ביי מהר"א מבעלזא איבער ארויפגיין קיין אר"י בעת די מלחמה?
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

יארצייט שב"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

אטעטשמענטס
141.jpg
141.jpg (215 KiB) געזען 676 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
פריעד
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 21, 2010 11:13 pm

Re: רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריעד »

די פארגאנגענע וואך שבת איז געווען די יארצייט. אין די גליון אז תתענג ת"ת ויואל משה קרית יואל האט א שיינע באשרייבונג. אויב איינער האט עס ביטע ארויפלייגן. יישר כח
אוועטאר
ישראל אהרן
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 3:53 pm

Re: רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אהרן »

הספר הקדוש אור פני יהושע
אטעטשמענטס
20220803_220041.jpg
20220803_220041.jpg (207.41 KiB) געזען 543 מאל
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

רבי ישעי' דרייזינגער - מגדולי תלמידי הגה"צ מגאלאנטא (בודאפעסט)
אטעטשמענטס
1373.JPG
1373.JPG (256.8 KiB) געזען 497 מאל
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

צילום מקורי של הרה"ק מגלאנטא. שנות ה'תר"פ
צילום מקורי של הגאון הקדוש רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלנטא - מגדולי הרבנים וטראשי הישיבות בהונגריה ובצ'כוסלובקיה. ככל הנראה צולם בתחילת כהונתו בגאלאנטא, בראשית שנות התר"פ [1920].
אטעטשמענטס
GALL.jpg
GALL.jpg (177.7 KiB) געזען 298 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד כ”ו סיון תש”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

הגה"ק רבי יהושע ב"ר יוסף זי"ע, הי"ד, (בוקסבוים), בעל אור פני יהושע, אב"ד גאלאנטא.

ער איז געבוירן אין שטאט פאפא, ט"ו אדר תרל"ז.
צו זיין טאטן הגה"ק רבי יוסף שו"ב בפאפא זי"ע.
וואס איז געווען אן אייניקל פון הגה"ק רבי נתן אדלער זי"ע פרנס בק"ק פינסק, און מען האט דערציילט אז דער זיידע רבי נתן האט 28 יאר געפאסט משבת לשבת.

ער איז געווען א איש קדוש א בקי בש"ס ופוסקים, און א בעל מחדש נפלא.
ער האט מרביץ תורה געווען פאר אסאך תלמידים, גרויסע גאונים זענען פון זיין ישיבה ארויסגעקומען, ער האט געהאט א מנהג צו זאגן א דרשה יעדן שבת אויף ענינים העומדים על הפרק.

ביי די 13 יאר האט ער געמוזט זיך פארדינגען צו ארבעטן פאר א שוסטער ווייל זיינע עלטערן האבן נישט געהאט קיין פרנסה אין שטוב.
יעדן טאג נאך די ארבעט איז ער אריבער לערנען מיטן דיין אין שטאט פאפא הגה"ק רבי משה יוסף האפמאן זי"ע, און ווען דער דיין רבי משה יוסף האט געזען דעם חשק וואס דער בחור'ל האט צום לערנען, האט ער זיך אפגעגעבן מיט אים מיט א געוואלדיגע איבער געגעבנקייט.
און זיי האבן יעדע נאכט געלערנט פאר 5 שעה רציפות.

א תלמיד איז אמאל געגאנגען שפאצירן מיט זיין רבין דער גאלאנטער רב, און דער תלמיד האט געפרעגט דעם רבין, אויב רבי משה יוסף זי"ע האט געהאט רוח הקודש, האט דער גאלאנטער רב געזאגט, רוח הקודש ווייס איך נישט, אבער גילוי אליהו האט ער זיכער געהאט, און דערציילט דעם מעשה.
אמאל ווען זיין רבי ר' משה יוסף זי"ע איז אוועק געפארן פון שטאט, האט ער דער גאלאנטער רב דער תלמיד ארויסגענומען פון ספרים שאנק א סידור האר"י וואס איז געווען א קבלה סידור, און ער האט דארט מתפלל געווען א תפלה און צוריק געלייגט דעם סידור.
ווען דער רבי איז צוריקגעקומען האט ער געזאגט פארן גאלאנטער רב, "אליהו הנביא האט זיך מגלה געווען צו מיר און ער האט מיר געזאגט אז אין הימל האט מען שטארק הנאה געהאט פון דיין תפלה, אבער דו ביזט נאך צו יונג צו דאווענען אין דעם סידור".

פאר צוויי יאר האט ער געלערנט אין ישיבה פון הגה"ק רבי דוד פריעדמאן זי"ע אין שטאט צעהלים, דארט האט דער יונגער גאון געהארעוועט אויף תורה מיט א געוואלדיגע התמדה, אז מען האט דערציילט אז די צוויי יאר האט זיך דער בחור נישט אריינגעלייגט אין בעט אפילו נישט שבת קודש, און ער האט טאקע דארט געהאט א געוואלדיגע הצלחה אין תורה און ביז א קורצע צייט איז ער געווען באוויסט אלס דער בעסטער בחור אין דעם ישיבה.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד כ”ו סיון תש”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

ביי די 16 יאר איז דער גאון בעצת פון זיין רבין רבי משה יוסף דיין אין פאפא זי"ע, געפארן לערנען אין די ישיבה פון הגה"ק רבי שמואל רוזנברג בעל באר שמואל אב"ד אונסדארף זי"ע.
דארט אין ישיבה פון זיין רבי האט ער געהארעוועט אויף תורה בהתמדה גדולה און מתוך דחקות מאוד, ער האט דארט מקיים געווען פשוטו כמשמעו "פת במלח תאכל ועל הארץ תישן, ער האט זיך דאן כמעט נישט געלייגט אין קיין בעט.

עס זענען געווען אידן וואס האבן דעם גאון מיט חכמה געגעבן געלט און עסן אז ער זאל זיך קענען דערהאלטן צו ווייטער לערנען.
דער גאון איז דארט אין ישיבה באוויסט געווארן אלס א גאון וקדוש, דער ראש ישיבה רבי שמואל האט זיך משתשע געווען מיט דעם תלמיד און זיך מפלפל געווען טעגליך, און געזאגט אויף דעם תלמיד בזה"ל "אולי הוא היותר מובחר שבתלמידי".

ער האט נאך 6 יאר לערנען ביי רבי שמואל מקבל געווען הוראה פון זיין רבי דער ראש ישיבה, אויך האט ער באקומען סמיכה פון הגה"ק בעל לבושי מרדכי ממאד זי"ע.

אויך איז ער דורך זיין רבי דער באר שמואל זי"ע נתקרב געווארן צו הרה"ק משינאווא זי"ע וואס דארט איז ער נתקרב געווארן צום דרך החסידות.
דער שינאווא רב האט זייער מחבב געווען דעם גאון רבי יהושע זי"ע, ער האט פאר דעם יונגן גאון איבער געגעבן אסאך תורה און חסידות.
דער גאלאנטער רב האט יארן שפעטער נאך דערמאנט די תורה וואס ער האט מקבל געווען פונעם שינאווער רב, צווישן די זאכן וואס ער האט מקבל געווען דארט אין שינאווא איז געווען צו נזהר זיין אין יעדן דין פון שולחן ערוך און זיך נישט אוועק רירען קיין קוצו של יוד.
און דער הייליגער גאלאנטער רב איז טאקע זייער נזהר געווען זיין גאנצע לעבן דעראויף, און דאס איבערגעגעבן פאר זיינע תלמידים.
נאכן הסתלקות פונעם שינאווא רב, איז ער געפארן קיין מונקאטש צום בעל דרכי תשובה זי"ע, וואס האט דעם גאון זייער מכבד געווען און אסאך פארברענגט מיט אים אין תורת הנגלה והנסתר.

בשנת תר"ס האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון הרבני הנגיד הגה"ק רבי מאיר חיים בלוך מאוהעל זי"ע, און אזוי ווי זיין שווער איז געווען א עושר, האט אים דער שווער אויס געהאלטן פאר איבער 10 יאר, און דער גאון רבי יהושע איז יענע יארן געזעצן על התורה ועבודה מיט א אויסטערלישע התמדה.
אפילו זייענדיג אזוי אריינגעטון אין לערנען און נישט מפסיק זיין פאר גארנישט, האט אבער דער גאון עוסק געווען אין צדקה און גמילות חסדים מיט א געוואלדיגע ברען, ער האט אסאך ארימעלייט געהאלפן, און דאס אלעס איז צוגעגאנגען מיט א געוואלדיגע באהאלטנקייט.

בשנת תר"ע איז זיין שווער געווארן א יורד ל"ע און מער נישט געקענט אויסהאלטן דעם איידעם, דער גאון רבי יהושע האט זייער געוואלט זיין א נהנה מיגיע כפו, אבער דער אונסדארפער רב האט דעם תלמיד זייער מפציר געווען אז ער זאל אנעמען א רבנות פאסטן.
פונקט דאן איז ליידיג געווארן דאס רבנות אין שטאט מאגענדארף, ווען דער פריערדיגע רב הגה"ק רבי שאול בראך זי"ע איז געווארן אויפגענומען אלס רב אין שטאט קראלי, האט דער אונסדארפער רב גע'שתדל'ט אז מען זאל דעם תלמיד אויפנעמען אלס רב אין מאגענדארף.
ער איז טאקע אויפגענומען געווארן פאר רב דארט אין שטאט מיט א געוואלדיגע כבוד און הערצה, און די קהלה קדושה האט זיך מיט דעם רב שואל עצה געווען אין יעדע זאך סיי רוחניות און סיי בגשמיות.

אויך האט ער דארט אויפגעשטעלט זיין גרויסע ישיבה, און ווי באקאנט האט זיין רבי דער אונסדארפער רב געשיקט 17 פון זיינע בעסטע תלמידים זאלן גיין לערנען אין די ישיבה פון זיין תלמיד דער גאלאנטער רב.
דער אונסדארפער רב האט פאר די תלמידים צו געזאגט אז זיי וועלן צוקומען צום ריכטיגן תכלית דארט ביים גאלאנטער רב, ער האט דארט אסאך כוחות אריינגעלייגט אין הרבצת התורה פאר זיינע תלמידים און אריינגעברענגט א חשקת התורה און יראת שמים און מדות טובות.
ווען מען איז געקומען דערציילן פארן אונסדארפער רב אז די ישיבה פון זיין באליבטן תלמיד איז זייער מצליח, איז ער געווארן אזוי נתרגש, אז ער האט געבעטן אז מען זאל אריינרופן זיין רעבעצין, און געזאגט "דו הערסט וואס מען זאגט אויף אונזער רבי יהושע'לע, אז מען לערנט אין זיין ישיבה בהתמדה רבה".

דערציילט מען אז דער הייליגער גאלאנטער רב פלעגט יעדע נאכט ביים ליינען קר"ש וויינען אז אלע בחורים וואס לערנען ביי אים אין ישיבה זאלן גיין אויפן ריכטיגן וועג, און בלייבן אויפן וועג וואס מען האט מקבל געווען פון די צדיקים הראשונים, און אפילו שבת האט דער צדיק אויך זיך נוהג געווען מיט די תפלה און די טרערן, אלעס פאר די הצלחה פון זיינע געטרייע תלמידים.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד כ”ו סיון תש”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

בשנת תרפ"ב ווען עס איז ענג געווארן דאס פלאץ אין זיין ישיבה, האט דער גאון אריבער געצויגן דעם ישיבה קיין גאלאנטא, און די קהלה אין מאגענדארף האבן זיך גאר שווער געזעגנט פון זייער באליבטן רב, אבער דער גאלאנטער רב האט זיי מסביר געווען אז לצורך דעם ישיבה מיז ער זיך אריבער ציען קיין גאלאנטא.
דאן האט ער איבער גענומען דאס רבנות פון הגה"ק רבי יוסף צבי דושינסקיא זי"ע וואס איז דאן געווארן אויפגענומען אלס רב אין שטאט חוסט.

אין גאלאנטא האבן דאן געוואוינט אסאך אשכנז'ישע אידן, אבער באלד מיטן אנקום פונעם גאלאנטא רב האט ער אנגעהויבן אריינצוברענגען דארט די דרך החסידות.
אויך די ישיבה האט דארט אין גאלאנטא זיך גאר שטארק פארברייטעט, עס האט צו זיך צוגעצויגען פון די בעסטע בחורים פון די גאנצע געגענט, עס האבן דארט געלערנט בערך 300 בחורים, דער רב האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות אין די תלמידים, ער פלעגט אליין פארלערנען פאר זיינע תלמידים סיי אין גמרא רש"י תוספות און מפרשים, אויך האט ער פארגעלערענט שיעור פשוט, אויךשולחן ערוך אורח חיים.

ער האט פארמאגט א וואונדערבארן כוח הסברה און דרך הלימוד וואס ער האט מקבל געווען פון זיין רבין דער אונסדארפער רב זי"ע וועלכער איז געווען א תלמיד פונעם הייליגען כתב סופר זי"ע אב"ד פרשבורג א זוהן פון דעם גאון דער הייליגער חתם סופר זי"ע,

אויך האט ער יעדן טאג פארגעלערנט מוסר פאר די בחורים, און טראץ וואס ער איז געווען גאר שטארק פארנומען זייענדיג דער רב פון שטאט, זענען אבער די תלמידים געווען ביי אים דאס וויכטיגסטע פון אלעם, ער האט זיך פרעזענליך אפגעגעבן מיט יעדן בחור.
אויך איז דער גאון געווען שטארק בידידות מיט הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע און די צוויי צדיקים האבן אסאך פארברענגט אין תורה, אמאל האט זיך דער אהבת ישראל אויסגעדריקט אויפו גאלאנטא רב בזה"ל "דער גאלאנטער רב ווערט גערעכנט ווי איינער פון די תלמידי בעל שם".
אויך דער צדיק הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע האט אמאל זיך אויסגעדריקט בזה"ל, "דער גאלאנטער רב האט זיך אליין ארויפגעכאפט, טראצדעם וואס ער האט נישט געשטאמט פון א חסיד'ישע משפחה, האט ער זיך מיט געכאפט".
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד כ”ו סיון תש”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

זיינע דברי תורה זענען געדריקט געווארן אונעם ספר אור פני יהושע, דורך זיינע תלמידים נאך די מלחמה,

ער האט געהאט זיינע קינדער.
הגה"ק רבי אברהם יצחק אב"ד ור"ם קעשענע זי"ע, הי"ד, אומגעקומען על קידוש השם ביים צווייטע וועלט מלחמה,
הגה"ק רבי יוסף דומ"ץ גאלאנטא זי"ע, הי"ד, אומגעקומען על קידוש השם ביים צווייטע וועלט מלחמה,

בדרך נס האט די יד השם געפירט אז די צוויי קינדער האבן איבער געלעבט דעם וועלט מלחמה, און דורך דעם איז געבליבן דורות פון דעם הייליגן צדיק זי"ע,

הגה"ק רבי יונה בוקסבוים זי"ע,
הגה"ק רבי שמואל בוקסבוים זי"ע, וואס זיין איידעם איז אדמו"ר מגאלאנטא וויליאמסבורג שליט"א

אויך האט דער גאון איבער געלאזט גרויסע תלמידים, ובתוכם.
הגה"צ ר' פישל סופר זצ"ל מטעמשוואר
הגה"ח ר' שמואל קראוס ז"ל מאנסי
הרה"ח ר' יונה הערצאג ז"ל
הרה"ח ר' צבי ראזענבערג ז"ל
הנגיד אליעזר משה בערנאט ז"ל
הרה"ח רבי ישעי' דרייזינגר ז"ל מבודאפעסט.

ביים אנהייב פון די צווייטע וועלט מלחמה האט הרבני הנגיד ר' יונה הערצאג ע"ה א תלמיד חביב פונעם הייליגען גאלאנטא רב, אונטער געקויפט א דייטש אז ער זאל אריבערשווערצן דעם גאלאנטא רב צום שטאט ווערבוי און פון דארט וועט ער געראטעוועט ווערן פון די דייטשן ימ"ש.
אבער דער צדיק האט בשום אופן נישט געוואלט איבער לאזן זיינע תלמידים, און געבליבן ביזן לעצטע מינוט מיט זיינע געטרייע תלמידים.

בשנת תש"ד ווען די דייטשן האבן זיך שוין געגרייט צו אינוואדירן אונגארן, האט דער גאלאנטא רב געהאלטן א דרשה ברבים, ווי ער האט ארויסגעברענגט אז מען דארף זיין גרייט אויף מסירת נפש און ח"ו קיינמאל נישט פארלירן די אמונה אונעם גרויסן באשעפער, און ער האט עטליכע מאל איבער געזאגט די דרייצן אני מאמינ'ס און זיין פנים האט געפלאמט פון גרויס התלהבות.

כ"ג סיון תש"ד האט מען דעם גאלאנטא רב מיט די גאנצע קהלה קדושה פון שטאט אפגעפירט מיט די באן צום טרויעריג בארימטן פארניכטונג'ס לאגער אוישוויץ.
אונעם באן האט דער צדיק איבער געזאגט די אני מאמינ'ס מיט די אידן און געזאגט בזה"ל "מיר פארן גלייך אין גן עדן", אויף די באן איז געווען א קליין קינד און ער האט געפרעגט דעם רב ווי מען פארט, האט דער צדיק געזאגט "צום הייליגן באשעפער", און ער האט מעורר געווען די אידן און געזאגט "לאמיר זים רייניגן פון אלע עבירות, ווייל בקרוב וועלן מיר זיין אין די מחיצה פונעם הייליגן תנא רבי עקיבא וחבריו".

זייענדיג אויפן באן שבת קודש, איז דארט געווען א פרוי וואס האט זייער געוויינט, ווען דער רב האט געפרעגט פארוואס זי וויינט, האט די פרוי געזאגט ווייל זי האט זיך דערמאנט אז יעדן שבת קודש פארנאכטס פלעגט זי צינדן ליכט, און יעצט האט זי נישט קיין מעגליכקייט צו צינדן ליכט, האט דער גאלאנטא רב זיך אנגערופן, אז זי זאל זיך נישט זארגן ווייל זי וועט נאך בעז"ה ווייטער אנצינדן לעכט לכבוד שבת, און לפלא די פרוי איז טאקע באפרייט געווארן און איבער געלעבט די מלחמה.

שבת קודש כ"ו סיון איז דע גאנצער טראנספארט אנגעקומען קיין אוישוויץ, דער גאלאנטער רב האט געהייסן אז מען זאל מאכן די ברכה פון מצוות קידוש השם בשם ומלכות, און ער האט דערנאך מחזק געווען די אנדערע אידן און זיי האבן זיך צוזאמען מקדש ומטהר געווען און געזינגען אני מאמין, און אזוי איז דער הייליגער רב אומגעקומען על קידוש השם דורך די פארשאלטענע דייטשן ימ"ש צוזאמען מיט די אנדערע אידן פון זיין שטאט.

ארץ אל יכסה דמם ואל יהיה מקום לזעקתם עדי עד ישקיף ה' ויראה בצרת עמו ויגאלנו ברחמיו שנית לעיני כל חי בביאת גואל צדק בב"א.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד כ”ו סיון תש”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

עס איז באקאנט אז דער גאלאנטער רב איז געווען א גרויסער שינאווער חסיד, און ער פלעגט רעדן פון דעם אש קודש וואס דער הייליגער שינאווער רב האט געהאט און זיין עבדות הקודש.
דער שינאווער רב האט געהאט א מנהג צו זאגן ברכת התורה אין זיין פריוואטע צימער, און מען פלעגט אויף מאכן די פענסטער און דער עולם האט געקענט מיטהאלטן און הערן די ברכת התורה פון דעם צדיק.

אמאל איז דער גאלאנטער רב אנגעקומען דער ערשטער און זיך געשטעלט ביים פענסטער כדי צו קענען מיט האלטן די ברכת התורה, אינצווישן זענען נאך חסידים אנגעקומען און צוביסלעך איז געווארן א גאר שטארקע געדרענג און דער גאלאנטא רב איז געווארן צעדריקט צום וואנט אין ער האט נישט געקענט כאפן דעם אטעם.
פלוצלונג האט דער דברי יחזקאל מפסיק געווען מיט די ברכת התורה און ער האט זיך אויסגעדרייט און פארמאכט דעם פענסטער אינמיטן די ברכת התורה, אזוי ארום איז זיך דער עולם צוגאנגען און דער גאלאנטא רב האט זיך געקענט כאפן דעם אטעם.

איינמאל האט דער גאלאנטער רב זי"ע מכבד געווען איינע פון זיינע תלמידים א בעל מנגן, אז ער זאל זינגען א ניגון, דער תלמיד האט אנגעהויבן זינגען, אבער נאך א שטיק צייט האט דער גאלאנטער רב זי"ע זיך גענומען קלאפן אויפן טיש אז דער תלמיד זאל שוין אויפהערן צו זינגען.
אלע אנוועזנדע האבן געקוקט מיט וואונדער אויפן תלמיד, פראבירנדיג צו פארשטיין פארוואס דער רב האט אים געהייסן זינגען און נאכדעם האט דער רב געהייסן אז ער זאל אויפהערן זינגען, אבער דער תלמיד האט זיך געשעמט און ער האט קיינעם נישט געזאגט די סיבה פארוואס דער גאלאנטא רב האט אים געהייסן אויפהערן צו זינגען.

אבער שפעטער האט דער תלמיד מגלה געווען און געזאגט אז ער האט גאר גוט געוויסט פארוואס דער רבי האט אים געהייסן אויפהערן צו זינגען דעם ניגון, נאר דאן בשעת מעשה האט ער זיך געשעמט צו זאגן, אבער יעצט האט ער געזאגט דעם מעשה.
אויפן וועג פארנדיג צום רבין זי"ע בין איך פארבייגעפארן א פלאץ ווי די סאלדאטן האבן מארשירט צום טאקט פון א ניגון, און האבנדיג א געפיל צו נגינה, איז מיר אריין אין קאפ א תנועה פון דעם ניגון וואס זיי האבן דארט געשפילט, און ווען די רבי האט מיך מכבד געווען מיט א ניגון, האב איך אריינגעדרייט יענע תנועה אין דעם ניגון וואס איך האב געזינגען, אבער דער צדיק האט גלייך מרגיש געווען אז דער תנועה איז נישט מצד הקדושה, און דערפאר האט ער מיר גלייך אפגעשטעלט אינמיטן זינגען.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד כ”ו סיון תש”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

איינמאל האט דער גרויסער גאון רבי עקיבא סופר זצוק"ל דער פרעשבורג'ער רב געוויילט אויף שבת אין גאלאנטא, און פרייטאג צונאכט'ס איז ער געקומען צום גאלאנטא רב'ס טיש, און ער האט מיט געהאלטן ווי אזוי די גאלאנטא רב מיט זיינע בחורים טאנצן אויפ'ן ניגון רננו צדיקים.

האט ער זיך אנגערופן צום גאלאנטא רב זי"ע מיט וואונדער, גאלאנטא רב ווען רועט איר זיך אפ?, מיט אזא התנהגות נבול תבול, געווענטליך א ראש ישיבה לערנט מיט זיינע תלמידים א גאנצע וואך און שבת רועט ער זיך אפ, ווידער א רבי רועט זיך אפ אינמיטן וואך און שבת פירט ער טיש, איר לערנט א גאנצע וואך מיט אייערע תלמידים, און שבת פירט איר טיש, ווען רועט איר זיך אפ.

מו"ה רבי משה יוסף פריעדלענדער ז"ל פון ירושלים דערציילט אז עס איז געווען איין פסח אויפדערנאכט ווען דער צדיק האט אפגעראכטן דעם הייליגען סדר נאכט און עס האט זיך פארצויגען ביז אינדערפרי ווען מען האט שוין געברויכט ליינען קריאת שמע, האט איינע פון די קליינע קינדער א פרעג געטאן דעם טאטן, "טאטע פארוואס ווען מען ליינט קריאת שמע מאכט מען צו די אויגן און מען לייגט אויך ארויף די רעכטע הענט אויף די אויגן בשעת מען זאגט דעם ערשטן פסוק אין קר"ש.
האט דער הייליגער צדיק מסביר געווען 4 טעמים, אבער רבי משה יוסף ז"ל האט געזאגט אז נאר צוויי געדענקט ער,
1) אז דאס איז כדי צו שטארקן אונזער אמונה אונעם גרויסן באשעפער אז אפילו מען זעט גארנישט און מען האט פארמאכט די אויגן דארף א איד גלייבן אז דער באשעפער איז דא און נאר ער פירט די וועלט.
2) אמאל קען א מענטש זעהן עפעס וואס איז קעגן זיין שכל און פארשטאנד, דארף א איד דאך זאגן אז גם זו לטובה אז אלעס וואס דער באשעפער טוט איז זיכער פאר אונזער טובה, וועגן דעם לייגט מען די הענט אויף די אויגן אפילו די אויגן זענען סיי ווי פארמאכט, ווייל אמאל קען א מענטש עפענען די אויגן און זעען עפעס וואס איז קעגן זיין שכל, און כדי צו מחזק זיין די אמונה לייגט מען אויף ארויף די הענט אויף די אויגן, און די הענט זענען אויך מרומז אויף אמונה ווייל עס שטייט דאך "ויהי ידיו אמונה".

א תלמיד פונעם גאלאנטא רב זי"ע האט דערציילט אז ער האט געקענט א איד וואס האט געוואוינט אין שאפראן וואס האט אים פארציילט אז ווען ער איז געווען א בחור האט ער געלערנט אין די ישיבה פונעם גאלאנטא רב, און ער האט ביינאכט געלערנט ביי א ליכט, און ער האט איינגעדרימלט און די פייער האט זיך אין אים אנגעכאפט און רוב פון די הויט פון זיין גוף איז ליידער אפגעברענט געווארן.

דער גאלאנטא רב האט געהאט א הבטחה פון זיין רבי דער גאון מאונסדארף אז יעדע צייט וואס איינע פון זיינע תלמידים וועלן ח"ו נישט געזונט זיין, זאל ער קומען אויף זיין קבר און מתפלל זיין און ער וועט האבן א ישועה.
בשעת די מעשה איז דער גאון מגאלאנטא געווען אין פרעשבורג, איז ער ארויף צום ציון פון זיין רבין און מתפלל געווען ביים ציון אז דער תלמיד זאל האבן א גאנצע רפואה בקרוב, נישט לאנג דערנאך האט דער תלמיד געהאט א גאנצע רפואה און עס איז אים צוריק געוואקסן א נייע הויט און ער איז אינגאנצן געזונט געווארן.
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד כ”ו סיון תש”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

הקדשה משלוח מנות מהגה"ק רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא.

ספר ישמח לב על פרקי אבות, מרבי יצחק זלמן גינסבערגער. בודאפעסט, תרפ"ד.

על השער הקדשה מעניינת בכתי"ק הגאון מגאלאנטא "ב"ה שמחת פורים-שנים מבורכות ויזכה לאור תורה ולעבוד הבורא כעתירת ידידו .. דו"ש הק' יושע בוקסבוים חוב"ק גאלאנטא יע"א"

עם חותמו כאב"ד גאלאנטא.

https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/app ... A2?lang=he


19.jpg
19.jpg (124.31 KiB) געזען 57 מאל
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: רבי יהושע בוקסבוים אב"ד גאלאנטא זי"ע הי"ד כ”ו סיון תש”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

איז דא איינער וואס קען זיך אויס מיט זיינע נוסחאות און ניגונים? כ'האב געטראפן א ריקארדינג פון מיין זיידע, א תלמיד, כ'בין נייגעריג אויב ס'איז זיין רבי'ן נוסח.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”