החסיד רבי מענדל פוטערפאס זצ"ל - ד’ תמוז תשנ”ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

די ק.ג.ב. קוקט נאך ר' מענדל ז"ל טריט ביי שריט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

און יענע תקופה האבן די לובאוויטשער עסקנים אין לעמבערג געוואינט ווייט איינער פונעם אנדערען כדי זיי זאלן נישט ציען קיין אויפמערקזעמקייט ביי די רעגירונג,און ווען זיי האבן געוואלט שיקן פאלשע פולישע פאספארטן אדער מעלדונגען איינער צום אנדערן ,האבן זיי גענוצט לובאוויטשער פרויען אדער קינדער,וויבאלד די עלטערע איד'ן מיט די בערד האבן בולט געווען.

אמאל האט מען געשיקט ר' לייב דעמיכאווסקי וואס איז געווען זייער יונג נאכן בר מצוה מיט א'הודעה צו ר' מענדל ,פאר ער איז ארויס האט ער זיך גוט איינגע'חזר'ט די הודעה און ער האט זיכער געמאכט נישט פארגעסן קיין שום פרט פון די הודעה, וואס יעדער איינהאלט איז זייער וויכטיג.

ווען ער האט זיך דערנענטערט צו ר' מענדל'ס הויז ,האט ער גוט געקוקט פון אלע זייטן צו איינער קוקט אים נאך,און ער האט געזעהן א'מאשין (קאר) וואס שטייט אנטקעגן איבער די הויז און א'מענטש זיצט אין דעם,און ער האט פארששטאנען אז מ'קוקט נאך ר'מענדל ,און ער איז נישט צו געגאנגן צום הויז , נאר זיך געדרייט ארום און ארום די גאס ,און ער האט קלאר געמאכט אז מ'קןקט נאך ר'מענדל,ער האט טאקע מורא געהאט אריין צו גיין צום הויז,אבער ער איז יא אריין,און אים אינפארמירען וואס ער האט געזעהן.

אריין קומענדיג צו ר' מענדל זעהט ער ווי ער גרייט זיך אן פרישטאג,און ר'מענדל איז זייער אנגעצויגן וויילר' לייב וואלט שוין געדארפט זיין אכט א'זייגער צופרי,און וויבאלד ער האט זיך ארום געדרייט די גאס אהין און צוריק האט ער געשפעטיגט,פרעגט אים ר'מענדל וואו ביסט דו געווען? דיין פארשפעטונג האט מיר זייער אנגעצויגן,אבער ר' לייב האט זיך אויסגעדרייט פון אים צו זאגן,אבער ר' מענדל מיט זיין קלוגשאפט האט פארשטאנען אז עפעס קאכט זיך דא,און ער האט אים געדרוקט יא צו זאגן,וואס דרייסטו זיך אויס?האסטו געזעהן ווי מ'קוקט מיך נאך?,און ר' לייב האט געשאקלט מיטן קאפ אויף יא,און ר'מענדל טראכט א'מינוט און רופט זיך אן,הער מיך צו לייבקע,ווי לאנג מיר זענען אין די פרייהייט ,מוז ממשיך זיין מיט אונזערע ארבעט,ווען מ'וועט אים איינזעצן האט מען נישט קיין ברירה,אבער יעצט מוז מען אויסנוצען א'יעדע מינוט.

ר' לייב איז שיר נישט ארויס פון זיינע כלים הערן אזעלעכע ווערטער,כאטשיג די ידיעה וואס ר'מענדל האט יעצט געקריגן,און אויב מ'כאפט אים איז א'סכנה פאר זיין לעבן,האט זיך ר'מענדל אויפגעפירט מיט א'קאלטקייט,אזוי ווי ס'וואלט גארנישט פאסירט און אים איינגעלאדענט פאר פרישטאג,און ער האט פארברענגט מיט אים מיט א'פרייליכע געמוט,און זיך געווערטעלט,קוק נאר צו לייבקע איך האב אריין געלייגט די קארטאפל אין די טאפ,און צוגעלייגט אביסעלע אויל,און ס'איז ארויס גקומען די עגל.
אטעטשמענטס
345.jpg
345.jpg (9.03 KiB) געזען 3506 מאל
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום פרייטאג פעברואר 06, 2015 9:49 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

אוי זאגט ער דאך שטארק..

ווילאנג מיר זענען אויף די פרייהייט דארף מען אנגיין מיטן ארבייט!
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

"ומענדל לא יכרע ולא ישתחוה".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

אין א'קורצע וויילע האט די געהיימע רוסישע פאליציי, ארעסטירט ר' מענדל ז"ל אין לעמבערג,נאך פאר מ'האט איינגעזעצט ר' מענדל,האט ער בארואיגט דעם עולם ,אז זיי זאלן נישט זארגן,און ער גייט אלעס נעמען אויף זיינע פלייצעס,און ער האט אויך געזאגט אז אויב ארעסטירט מען נאך עסקנים,זאלן זיי עס אלס ארויפלייגן אויף אים,אז ער אליין האט ערלעדיגט די אנטלויפונג פון רוסלאנד.

די ק.ג.ב האט אויסגעפארשט ר' מענדל מיט גרויסע פייננוגען,און האבן געוואלט דערגיין פרטים וועגען די לויבאוויטשער עסקנים,אבער ר' מענדל האלט זיך ביי זיינס אז ער ווייסט פון גארנישט,און ער וועט מיט זיי נישט קאפערירען.

ער איז נישט נתפעל געווארן פון זיי,און ער האט זיך געפירט מיט זיי מיט א'עזות מצח,ווען די אויספארשער האבן אים געזאגט אז יעצט ביזסטו אין אונזערע הענט,האט זיי ר' מענדל גענטפערט קאלט בלוטיג,"נישט אין ענקערע כח האט איר מיר איינגעזעצט,און נישט מיט ענקערע כח גייט איר מיר באפרייען".

אנדערש ווי אלעמען וואס האבען געלייקענט אז זיי האבן צו טוהן מיט לויבאוויטשער חסידים,וואס דאס איז געווען א'שטארקע פארברעכען ביי די רוס'ן,האט ר' מענדל שטאלצירט מיט דעם אז ער איז א' חסיד פונעם לויבאוויטשער רבי, ר'מענדל האט גע'טענה'ט אז זיין צוועק צו אנטלויפען פון רוסלאנד איז,אז ער זאל קענען אנקומען צום רבי'ן ,איך האב גארנישט אנטקעגען רוסלאנד,והא ראייה,אויב וואלט די רבי געווען אין רוסלאנד,און איך אינדרויסען פון רוסלאנד,וואלט איך גע'גליסט און געטוהן אלע השתדלות'ן אנקומען קיין רוסלאנד,די זעלבע זאך ווי איך גליסט יעצט ארויס גיין פון רוסלאנד,און ער האט צוגעלייגט,אז אלע חסידים וואס מ'האט געכאפט בשעת וועלען אנטלויפען זענען נישט שולדיג,וויבאלד אז ער איז די וואס האט זיי צו גערעדט צו אנטלויפען,כדי זיך טרעפן מיטן רבי'ן.
אטעטשמענטס
מע1.jpg
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:ביים פארברענגן כטוב לבו של רבי מענדל זצ"ל ביין,בפרט אין פורים,פלעגט ער אזוי זאגען,פון פורים לערנען מיר אויס,ווי וויכטיג איז צו זאגען "לחיים אויף משקה"המשמח אלוקים ואנשים.

אין די שווערסטע ביטערע צייט פאר כלל ישראל,ווען זיי געפונען זיך אין א'שרעקליכע גזירה,גזרת המן,"להשמיד ולהרוג ולאבד את כל היהודים,מנער ועד זקן טף ונשים" רח"ל,טוהט מרדכי הצדיק מיט אסתר המלכה ,אלע מיטלן,בטל מאכן די גזירה למעלה מן הטבע,מיט תשובה טוהן,פאסטן, איינרייסען,לערנען מיט קינדער תינוקות של בית רבן, און מיט דעם אלעם,מאכן זיי א'כלי בדרך הטבע,מיט השתדלות ביים קעניג אחשוורוש.

אסתר המלכה האט זיך מוסר נפש געווען פאר כלל ישראל,סיי ברוחניות,און סיי בגשמיות, ווי ס'שטייט אין פסוק,"ובכן אבוא אל המלך אשר לא כדת,וכאשר אבדתי אבדתי",און צום ענדע,האט מצליח געווען אירע השתדלות,און די קעניג אחשוורוש שטרעקט איר אויס די גאלדענע שטעקן פון זיין האנט,און פרעגט איר,"מה לך אסתר המלכה ומה בקשתך עד חצי המלכות וינתן לך".

אין די צייט האט אסתר נישט געטראפן ווי א'בעסערע געלעגנהייט,נאר צו איינלאדענען די קעניג מיט המן צו א'סעודה,וואס זי האט אנגעגרייט.
אין ווען אחשורוש פרעגט איר מה בקשתך?,ענטפערט זי,מ'דארף מאכן נאך א'משתה,"ותען אסתר ותאמר,יבוא המלך והמן אל המשתה אשר אעשה להם",

נאר די פשט איז,כדי צו פארניכטען המן,און אויסמעקען עמלק,דארף מען מאכן א'פארברענגען,און נאכאמאל א'פארברענגען,מיט שבת אחים יחד,און זאגען "לחיים" און נעמען א'קאפ משקה עד דלא ידע,
,[פארשטייט זיך מיט געוויסע הגבלות],ווייל נאר דאס איז די איינציגסטע וועג צו געווינען המן,ביז ער זאל נישט האבען מער קיין תקומה.

אין די בילד זעהט זיך אן רבי מענדל זצ"ל כטוב ליבו ביין, ביי א'פארברענגען מיט א'באטל משקה.

די בילד איז שיין, קוקט אויס ווי א פעינטינג
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

מי יודע האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:

אין די בילד זעהט זיך אן רבי מענדל זצ"ל כטוב ליבו ביין, ביי א'פארברענגען מיט א'באטל משקה.

די בילד איז שיין, קוקט אויס ווי א פעינטינג

פערצופאל איז דאס א'ריכטיגע בילד און נישט קיין פעינטינג.
ועיין בתמונה פה, ומשם תדרשנו לטובה ולברכה.
אטעטשמענטס
phpThumb_generated_thumbnailjpg.jpg
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מאנטאג פעברואר 09, 2015 8:40 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

א' ציג האט אויך א'בארד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

ר' מענדל האט געוואוינט פון תשכ"ב ביז תשכ"ד אין סאמארקאנד,ביי איינער פון זיינע פארברענגענס,האט זיך ר' מענדל אנגערופן צו ר' אברהם זאלצמאן ז"ל,אברמ'ל דו ביסט יעצט געווארן א'פארטיגער בעל הבית,דו האסט א'שטוב,א'ציג מיט א'הונט,און יעצט האסטו אויך געקריגן א'גוטער איד אין שטוב,וועסטו מיר פרעגען וואספארא גוטע איד בין איך?איך האב דאך א 'גרויסע גוף,א'ברייטע בארד,און וואס נאך פעלט מיר?,און ר' מענדל האט זיך אונטער געלאכט הויעך.

און ר' מענדל האט צוגעלייגט,הילק'ה ( ר' הלל זאלצמאן),דו ווייסט דאך אז אין טשערנאוויץ האט מען מיך געוואלט דערלאנגען קוויטלעך,און וויפיל איך האב זיי מסביר געווען אז איך בין נישט א'גוטער איד,און נישט קיין רבי,האט עס גארנישט געהאלפן,און מ'איז כסדר געקומען צו מיר,ביז איך האב זיי פארטריבן מיט שארפע ווערטער,האבן זיי פארשטאנען אז איך בין נישט קיין גוטער איד,און זיי האבען מיך אפגעלאזט.

אמאל האט אים ר' מענדל געזאגט הילקה ביסט דאך צוויי און צוואנציג יאר אלט ,דו קוקסט אויס ווי א'יונגעל,און ס'ווייסט אויס,אז אפילו ווען דו וועסט זיין זיבעציג וועסטו אויכעט אזוי אויסקוקן,און ער האט זיך צו לאכט און געזאגט,אויך מיין משפיע ר' לייזער טשיטשערסקי ז"ל האט מיר אמאל געזאגט,מענדל דו ביסט א'יונגעל,און אויך ווען דו וועסט זיין זיבעציג יאר אלט,וועסטו בלייבן א'יונגעל.

בערקע מישעלובין א'דריי יעריגע קינד,איז געווען א'קלוג און א'שארפער יונגעל איז ער צוגעגאנגען צו ר' מענדל און אים געזאגט,ר'מענדל קוק גוט,אונזערע ציג האט א'בארד,און דו האסט א'בארד,און מיט די ווארט האט ר'מענדל אסאך גענוצט ביי זיינע פארברענגענס,אז מיר אלע האבן א'בארד,איז וואסזשע איז די חילוק צוווישן אונז מיט די ציג,האט ער אויסגעפירט אז מ'דארף זיין פיל מיט תוכן,ווען נישט וועט מען ענדלען צום ציג.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מאנטאג פעברואר 09, 2015 8:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:

אין די בילד זעהט זיך אן רבי מענדל זצ"ל כטוב ליבו ביין, ביי א'פארברענגען מיט א'באטל משקה.

די בילד איז שיין, קוקט אויס ווי א פעינטינג

פערצופאל איז דאס א'ריכטיגע בילד און נישט קיין פענטיג.
ועיין בתמונה פה, ומשם תדרשנו לטובה ולברכה.

א באקאנטער בילד פון ר' מענדל
פון רעכטס ר' לייב מוצקין צום לינקס זקן חסידי חב"ד הרב מענדל מרוזוב (זון פון ר' חאניע הי"ד מזכיר הרבי רש"ב והרבי ריי"ת)
צו זיין רעכסטס דאכט זאך ר' מיכאל טייטלבוים גרויס בעל מסירת נפש
איין פון זיין באקאנטע סיפורי מסירת נפש איז זיין אריינגיין צום בית יתומים אין רוסלאנד פון מען האט געהאלטען א גרופ אינגעלאך
און זיי ארויסגעראטעפעט אויף שבת
אין אמעריקע האט ער געגרינדעט דעם ישיבה אהלי תורה וואו דארט לערנט מען שוין 60 יאר נאר למודי קודש כרצון קודשו פון רבי'ן
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אין א פריש ערשינענע באשרייבונג אויף כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א ווערט פארציילט, דאס די גאב"ד האט אין א תקופה געלערענט בחברותא מיט - פונאנדערגעשיידט - ר' מענדל ז"ל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

איר מיינט מסתמה דעם ראיון אין דעם עיתון כפר חב"ד דעם וואך?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

zugurnish האט געשריבן:איר מיינט מסתמה דעם ראיון אין דעם עיתון כפר חב"ד דעם וואך?

וואס זענען די צדדים לכאן ולכאן?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

איך האב געזען אז מען האט דעם גאב"ד אינטערוואויד אין כפר חב"ד האב איך געוואלט מברר זיין צי דאס מיינט איר
אדער אפשר אנאנער אינטערוואיו פון גאב"ד-nothing deeper then that
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

דערציילט מיר א א ידיד וואס האט מיט ר׳ מענדל׳ן פיהל פארברענגט זייענדיג אין לאנדאן:

א חבר זיינער פון ניו יארק האט זייער געוואלט באקענען מיט דעם ׳מענדל׳ וואס דער לאנדאנער חבר הערט נישט אויף רעדן מיט באגייסטערונג.

איין סוכות - מעגליך תשנ״ב/ג - האט ער זיך דערוואוסט אז ר׳ מענדל פארוויילט אין ניו יארק אויך יו״ט. איז ער אראפגעפארן איין חול המועד נאכט קיין קראון הייטס און געפונען ר׳ מענדל׳ן פארברענגן אין עטוואס א סוכה דארטן.

ר׳ מענדל איז געווען פארטוהן מיט זיין ידי״נ ר׳ מיכאל טייטלבוים (ערגעצוואו שוין דערמאנט דא), ווען א אידענע איז געקומען צום טיהר וועלנדיג רעדן א ווארט מיט ר׳ מיכאל.

ר׳ מיכאל הערט אויס די אידענע א מינוט צוויי, ענטפערט א ווארט צוויי.

אריינקומענדיג צוריק גיבט ר׳ מענדל א הייב די ברעמען ווי צו פרעגן, וואסיז די מעשה מיט די אידענע? (די צוויי האבן זיך פארשטאנען אויפן וואונק עפעס נשיט פשוט).

זאגט ר׳ מיכאל: ״ער׳ט (דהיינו די פרוי׳ס מאן) זיך גענומען צום... ווייזענדיגג אזוי מיט די הענט ווי איינער טרונקט פון פלעשל.

ר מענדל גיבט זיך אזא צע-ברום, נו!?... כלומר, זינט ווען ביסטו אזוי דערשראקן פון אביסל משקה? (עיין ערך התחתנותו של ר׳ מענדל בביתו של המיועד ליהיות חמיו).

ענטפערט ר׳ מיכאל, נעע... ברוינפן טרונקט ער, ניט משקה...

(מען ברויך קאנען דיזער קולטור צו דערהערן די מייסע...)
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

ר' מענדל גייט דורך געפערליכע פיינונגען ביי די נ.ק.וו.ד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט ר' הלל זאלצמאן שיחי',אז ר' מענדל פלעגט נישט צופיל רעדן פון די אויספיינונגען אין די ברוטאלישע אכזריות'דיגער וועג,וואס די רוסישע אויספארשער'ס האבן גענוצט,ארויס צונעמען איינציהאלטן פון אים,אבער פון די ביסעלע וואס ער האט יא פארציילט,קען מען זיך פארשטעלן ווי שווער אין ביטער איז ר' מענדל געווען אונטער די אכזר'ישע הענט פון די נ.ק.וו.ד.

די פאליטישע מצב אין רוסלאנד האט זיך געענדערט פון מאל צו מאל,אפאר יאר נאך די באפרייאונג פון ר' מענדל,ווען ר' מענדל האט געוויילט אין סאמארקאנד,איז ווידער געווען שווערע צייטן דארטן.
ר' הלל וואס האט געטוהן אין כלל עסקנות,האט אויסגעדרוקט זיין זארג און געזאגט,אויב וועט אויפשטיין נאך א'רשע ווי סטאלין (געווען נאך זיין טויט) ווער ווייס'ט וואס וועט פאסירן מיט מיר,האט זיך ר' מענדל אנגערופן,ווילסטו טאקע וויסן וואס ס'וועט פאסירן מיט דיר?,מ'וועט דיך איינזעצען ל"ע,און מ'וועט דיך אויספארשן,און מ'וועט דיך שלאגן מכות רצח,ביז דיין בלוט וועט שפריצן אויף די ווענט ל"ע,איך בין ממש געווארן אויפגעשוידערט, הערענדיג אזעלעכע ווערטער,האב איך געפרעגט ר' מענדל אזוי האט מען דיר געטוהן?,האט זיך ר' מענדל אויסגעדרייט און געזאגט,פרעג נישט וואס זיי האבן מיר געטוהן,איך זאג דיר וואס זיי טוהן.

איינע פון די זעלטנע מאל וואס ר' מענדל האט גערעדט פון זיינע אויספארשונגען,האט ער פארציילט אז פאר די אויספארשונג,זיצט מען אוועק אסאך באשולדיגטע מענטשן אין א'גרויסע ווארט צימער,און די צימער איז געווען נעבן די אויספארשונג צימער,כדי די וואס ווארטן זאלן הערען די געשרייען וואס פארגליווערט די בלוט,פון די אויסגעפארשטע מענטשן,און אזוי ארויף לייגען אויף זיי א'ציטער אין א'שרעק,נאך פאר זיי גייען אריין אין די אויספארשונג צימער.

ווען די אויספארשונג צימער האט זיך געפענט,און מ'האט אויסגערופן די פאמיליע נאמען פון איינע פון די פארשולדיגטע ער זאל אריין קומען צום אויספארשונג,האבן זיי אנגעהויבן צו קוויטשן מיט יארמעליכע געשרייען,וויסענדיג,וואס ס'ווארט אים אפ אין צימער,זייער אפט נאך ווען מ'האט געהערט וויינען אין שרייען,פון אינעוויניג פון צימער,האט מען פלוצלינג געהערט א'שאס ,און שפעטער שא שטיל,ס'איז זייער גערינג זיך פארשטעלן וואס ס'איז דורך אין די קאפ פון די באשולדיגטע,וואס זענען געזיצן אין די ווארטונג'ס צימער,ר' מענדל צום מזל האבן די אויספארשער געלאזט לעבן, כדי ארויס צונעמען וויכטיגע איינציהאלטן פון אים.

ווען די אויספארשער האבן פארשטאנען,אז זיי וועלן נישט קענען ברעכען ר' מענדל,מיט קלעפ און פיינונגען,האבן זיי אים געוואלט צו רעדען אין א'פסיכילאגישע צו גאנג ,זאגענדיג דו פארשטייסט אז נאך אלס וואס דו האסט געטוהן,קומט דיך טויט שטראף,אבער אויב וועסטו מיט ארבעטן מיט אונז,וועט מען עס אויס פארטוישען מיט פינעף און צוואנציג יאר טורמע ל"ע,און אזוי וועסטו בלייבן לעבן .

ר' מענדל האט זיך נישט דערשראקן פון דעם ,און זיי געזאגט,איר ווייסט דאך זייער גוט,אז איך גלייב אין באשעפער,און איך בין זיכער אויב די אייבערשטער וויל אז איך זאל שטארבן ,כאטשיג אז איר וועט מיר באפרייען,קען איך אומקומען אין א'מאשין עקסעדענט (תאונת דרכים),אויף די אנדערע זייט,אויב וויל די אייבערשטער אז איך זאל בלייבן לעבן,וועט איר מיר בשום אין פנים ואופן קענען הארגענען.
אמאל זענען אריין געקומען צום אים אין צימער צוויי מענטשן,וואס האבן זיך פארגעשטעלט אלס פראפעסארן צו פסיכעלאגיע.אבער ער האט פארשטאנען אז דאס זענען יענע חברה פון די נ.ק.וו.ד.,און זיי האבן זיך אינטרעסירט ,וואס איז די כח פון די לויבאוויטשער חסידים,וואספארא אטאמישע כוח האבן זיי אין זיך.
אטעטשמענטס
מענ2.jpg
מענ2.jpg (10.68 KiB) געזען 3346 מאל
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

זיסע סיפורים, הרב רימנובער, זייט ממשיך, ויישר כחכם.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

עקבי הצאן האט געשריבן:זיסע סיפורים, הרב רימנובער, זייט ממשיך, ויישר כחכם.

המברך יתברך.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

הרב רימנובער, אפשר לייגט איר ארויף א פי די עף פון אלע אייערע סיפורים פון ר' מענדל? ס'איז דאך מתוק מדבש דאס!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

א גרויסן יישר כח רימענעבער, הערליכע סיפורים
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

ר' מענדל אין סיביר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

נאך ווען ר' מענדל איז דורך אלע אויספארשונגן ,און מ'האט אים גוט אויסגעפייניגט ווי ס'דארף צו זיין,האט זיך ר' מענדל געהאלטן ביי זיינס,ער האט גארנישט פארציילט פאר זיינע אויספארשער,
האבן זיי מחליט געווען,אים צו מאכן א'משפט,און מ'האט אויף אים אפגעמאכט טויט שטראף ל"ע,נאכן גזר דין האט מען אים אריינגעפירט אין די ווארטונגס צימער פאר טויט,אויפן וועג איז דורך נעבן אים איינער פון די אויספארשער,און אים געזאגט,פוטערפאס,דו ביסט א'בר מזל,ר' מענדל האט נישט פארשטאנען וואס די אויספארשער האט געמיינט,אבער שפעטער האט ער זיך דערוואוסט,אז אין די לעצטע מינוט איז אנגעקומען א'טעלעגראמע פון סטאלין מיט א'באפעל,אז די אלע וואס מ'האט נאך נישט אנגעיאגט צו הארגענען,זאל מען טוישן זייערע שטראף,פאר פינעף און צוואנציג יאר טורמע.

ווען ר' מענדל איז אנגעקומען קיין סיביר,האט ער מחליט געווען אז ער גייט נישט ארבעטן אין שבת, זאל זיך די וועלט איבערדרייען,ווען ס'איז אנגעקומען די ערשטע שבת ,איז ר' מענדל געבליבן אין לאגער און נישט ארויס ארבעטן,ער האט נישט געזוכט זיך אויסדרייען מיט תירוצים נאר געזאגט אז שבת ארבעט ער נישט,האט אים די נאטשאלניק געזאגט,אז דו גייסט יא גיין ארבעטן,גלייב מיר אז אונז האבן אסאך מיטלן דיר צו צווינגען ארבעטן אין שבת,ר' מענדל האט זיך נישט דערשראקן,און אים גענטפערט,איר קענט מיך טוהן וואס איר ווילט,אפילו אז איר וועט מיר אויפהענגען ,ארבעט איך נישט אין שבת,די ענדע איז געווען זיי האבען אים אפגעלאט,און ער האט נישט געארבעט אין שבת,פון די מעשה לערענט מען ארויס א'גרויסער מוסר השכל,אז מ'שטייט שטארק פאר די יסודות פון אידישקייט,אפילו די שטארקע קליפות טרעטן אוועק.

און נישט קיין קלענערע מערכה האט ר' מענדל געהאט אויס צו שטיין פאר כשרות,פארשטייט זיך אז ער האט נישט געגעסן פון די געקאכטע עסן וואס מ'האט פארטיילט פאר די ארעסטאנטן פון די לאגער,און ער האט זיך באגענוגט מיט א'ביסעלע טרוקענע ברויט,די גוי'שע ארעסטאנטן האבן אים פארציילט אז ס'איז געווען איינער דא מיט די נאמען יונה כהן הי"ד (פון די מסירות נפש'דיגע לויבאוויטשער חסידים) ,וואס ער האט כמעט גארנישט געגעסן,און א'קורצע וויילע איז ער שוואך געווארן און געשטארבן.

ר' מענדל האט פארשטאנען אז כדי איבער לעבן די פארפרוירענע סיביר ,מוז ער זיך מאכן א'געוויסע סדר,און עסן עפעס ווארעמס א'יעדע טאג,האט ער מחליט געווען אזוי ווי תפילין לייגען איז א'חוב יעדען טאג,אזוי דארף ער עפעס עסן ווארעמס א'יעדע טאג,כדי מקיים זיין "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם",האט ער זיך ערלעדיגט א'אייזערנע באקס(קופסה),און א'יעדן טאג האט ער גענומען א'שטיקעל ברויט וואס מ'האט טעגליך געטיילט,און זיי געקאכט אין וואסער,און אזוי האט ער געהאט א'הייסע געקעכטס,ווען ער האט דערגרייכט אביסעלע אויל ,האט ער דעמאלטס געהאט מעדני מלכים,ס'איז געווען צייטן וואס אפילו וואסער האט ער נישט געקענט באקומען,ווייל אלעס איז געווען געפרוירען, און ר' מענדל האט גענומען שניי און זיי צולאזט,און זיי אנגעווארעמט,אפילו נאך א'ביטערע שווערע טאג ארבייט,וען ער איז געווען טויט מיד האט ער דאס געטוהן,און די ווארעמע געקעכטס האט אים געהאלטן ביים לעבן אין סיביר.

ר' מענדל וואס האט פארשטאנען אז די לויבאוויטשער חסידים זארגען פאר זיין וואויל זיין,און ווייסן נישט צו ער לעבט נאך,האט געטראפן א'עצה ווי אזוי זיי מעלדן אז ער לעבט נאך.

פארציילט ר' לייבל דעמיכאווסקי אז אנהייב די יוד יארן,איז אנגעקומען א'גוי צו די שלאכטהויז (בית השחיטה) פון זיין טאטע ר' אפרים אין די מארקעט פון קאמאראווסקי אין מינסק,און ער האט אים אריינגערוימט אין אויער,איך האב מיך יעצט באפרייט פון סיביר,און דארט געפונט זיך א'ארעסטאנט מיט די נאמען מענדל מענדעלאוויטש (מענדל בן מענדל פוטערפאס ,ר' מענדל האט ליידער געהייסן נאך זיין טאטען) ער איז זייער א'חשובער און דערהויבענער איד,און אלע האבן אים זייער ליב,און מיר האבן ערלעדיגט פאר אים א'ספעציעלע פלאץ אז ער זאל קענען דאווענען,און מיר האבן אלע פראבירט אים נישט צו שטערן ביים דאווענען,ווען ער האט זיך דערוואוסט אז מ'גייט מיך אין די נאנט באפרייען,האט ער מיר געבעטן,אויב וועסטו זעהן א'איד ווי מיך מיט א'בארד און א'אידישע געשטעל,זאלסטו אים זאגען אין מיין נאמען,און אז איך לעב נאך ,און שפיר מיך גוט,(אך אין ווי צו שפירן אזוי גוט,פאר אלע שונאי ישראל געוואונטשן), און איך בין פיל מיט האפענונג אז אין די נאנט גייט מען מיך אויך באפרייען,און מ'זאל ניישט זארגען פאר מיך,אזוי אויך אין די פארפרוירענע סיביר גהינום,האט ר' מענדל געזארגט,צו שיקן לעבן צייכענס פאר די לויבאוויטשער חסידים אין רוסלאנד.

אין יאר תשי"ג האט געפייגערט סטאלין ימ"ש,מיט א'פלוצלימדיגע טויט,און ניקיטע חאראשצאוו וואס האט איבער גענומען זיין פלאץ,האט אנטפלעקט די שוידערליכע און גרויזאמע פאסירונגען וואס מ'האט געטוהן מיטן באפעל פון סטאלין,וועגן דעם האט ער באפרייט כמעט אלע ארעסטאנטען וואס מ'האט איינגעזעצט אין די יארן תרצ"ז-ח וועגן רעליגעזע פארברעכן,אדער אין די יאר תש"ז וועגן וועלן אנטלויפן פון רוסלאנד,און צוווישן די באפרייטע ארעסטאנטן איז געווען ר' מענדל מיט ר' משה וישעצקי ז"ל מיט נאך אסאך לויבאוויטשער חסידים.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

ר' מענדל באפריינדעט זיך מיטן רימניצער רבי זיע"א.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

ר' מענדל האט געוואינט א'וויילע אין טשערנאוויטץ,און יענע תקופה האט געוואוינט דארטן די רימניצער רבי זיע"א,וואס מ'האט נאך פארציילט אז ער פאסט א'יעדע טאג,און גייט אין מקוה,און דאווענט לאנגע שעות.

די לויבאוויטשער חסידים האבן געהערט פון זיין גרויסקייט,אבער נישט געכאפט התפעלות פון אים,זיי האבן געוואוסט אז הגם ער איז א'גרויסער צדיק,אבער אונז האבן אונזערע רבי,אויך ר'מענדל איז נישט נתפעל געווארן ,אבער נאך וואס מ'האט פארציילט ר' מענדל אז ער פאסט א'גאנצע טאג,און יעדע טאג גייט ער צום טייך און ברעכט די אייז און טובל'ט זיך דארטן,און דאווענט לאנגע שעות,איז ר' מענדל נתפעל געווארן ,און געזאגט אז ער מוז זיך טרעפן מיטן רימניצער רבי.



האבן זיך די לויבאוויטשער חסידים געוואונדערט פארוואס ווערט ר' מענדל אזוי נתפעל פונעם רימניצער רבי,מער פון אלע אנ"ש?,אמאל ביי א'פארברענגן,האט זיך ר' מאטל קאזלינער אנגערופן,מיט זיין ספעציעלן שניט,איך וועל ענק מסביר זיין פארוואס אונז לויבאוויטשער חסידים ווערן נישט נתפעל פונעם רימניצער רבי און ר' מענדל יא,ווייל קיינער פון אונז פאסט נישט א'יעדען טאג,אדער דאווענען א'גאנצאע טאג,אדער ברעכט אייז און טובל'ט זיך דערונען,וועגן דעם פארשטייט מען נישט די גרויסקייט דערפון,אבער ר' מענדל ווייס דאך יא פון וואס די רעדע איז,ווייל ער אליין דינט דעם אייבערשטער אויף דעם שניט,וועגן דעם אז ר'מענדל האט געהערט אז ס'איז דא אזא איד,איז ער זייער נתפעל געווארן,ביז ער האט מחליט געווען אז ער מוז אים קענען.

און א'קורצע צייט האט זיך ר' מענדל שטאק באפריינדעט מיטן רימניצער רבי,און זיין זענען געווארן שטארקע גוטע פריינד,און די רימניצער רבי איז געווען א'לעבעדיגע איד,און ר'מענדל אויכעט,ביי זיינע פארברענגענס איז די רימניצער רבי געזעצן לאנגע שעות,און געגליכן אויס צו הערן ר'מענדל'ס חסידישע מליצשע ווערטער ,וואס ס'איז געזאגט געווארען מיט א'ספעציעלע חסידישע חן,און רימניצער רבי האט געהערט פון ר' מענדל'ס מסירות נפש פאר אידישקייט,און געשמאכט אסאך יארן אין טורמע און סיביר וועגן דעם, האט עס די רימניצער רבי זייער געשעצט.

און טשערנאוויטץ איז געווארן א'שטארקע נאנטשאפט די רימניצער רבי מיט די לויבאוויטשער חסידים, אזוי ווי ,ר' משה וישעצקי אדער ר' חיים זלמן קאזלינער ר'אברהם שמואל לעבענהארץ מיט נאך חסידים,ער האט געוואוסט פון די עקזסטאנץ פון די לויבאוויטשער ישיבות אונטער ערדיש,און ער האט געקענט לויבאוויטשער בחורים פון טשערנאוויטץ מיט די קאראפטן וואס לערנען דארטן.

אויפן בילד זעהט אן ר' מענדל מיט זיין שוואגער ר' שניאור זלמן סארבעראנסקי ז"ל.
אטעטשמענטס
מ22.jpg
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

שמעלקא טויב האט געשריבן:הרב רימנובער, אפשר לייגט איר ארויף א פי די עף פון אלע אייערע סיפורים פון ר' מענדל? ס'איז דאך מתוק מדבש דאס!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

שמעלקא טויב האט געשריבן:הרב רימנובער, אפשר לייגט איר ארויף א פי די עף פון אלע אייערע סיפורים פון ר' מענדל? ס'איז דאך מתוק מדבש דאס!

איך וועל בעז"ה בל"נ פראבירן.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

די אונטערשייד פון א'חסיד צו א'מתנגד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

בשעת ר' מענדל האט פארברענגט ביי א'חסידישע פארברענגן און ס'איז געווען כטוב לב המלך ביין,פלעגט ער צולייגן די נסיעה פון א'חסיד צו זיין רבי, וואס ס'האט נישט קיין פארגלייך אין אנדערע קרייזן,און אזוי פלעגט ער זאגן.

א'יעדע ערליכע איד האט א'רב א'וועג וויייזער,אזוי ווי די משנה לערענט אונז "עשה לך רב",און א'יעדע איד פירט זיך צוגיין און מקבל פנים זיין די רבי זיינע,אזוי ווי די באוואוסטע מאמר חז"ל,כאטשיג מ'גייט נישט צו פוס ,אבער פון צייט צו צייט גייט א'איד צום רבי'ן הערן פון אים דברי תורה,און זיך דורך רעדן מיט אים הוראות און הדרכות און עבודת השם.

א'חסיד פארט צום רבי'ן,און אויך א'עולמ'שער איד (א'ערליכע איד) פארט צו זיין רב,אבער מיט א'גאנצע אנדערע שניט.

די מתנגד ווען ער שפירט אז ס'איז געקומען די צייט צו פארן צו זיין רב,טוהט אים באנק אז ער לאזט אפ זיין שטוב,מיט זיין באשטימטע סדר וואס איז תורה מיט יראת שמים,אבער וויבאלד ער פילט אז מ'דארף פון מאל צו מאל זיך שטארקן אין תורה מיט יראת שמים,מוז ער אפלאזען זיין שטוב מיט זיין סדר היום,וואנדערן אויף די וועגן און אנקומען צו זיין רבי'ן,אבער ער טרייסט זיך אז די פארן איז נאר פאר א'קורצע וויילע,און א'חודש ארום וועט ער צוריק גיין צו זיין געהעריגע סדר היום.

ווען די פערד אין וואגן דערנענטערן זיך צו די שטאט ווי זיין רבי וואוינט,זעהט זיך אן די גרינע פעלדער מיט די בהמות וואס פאשען דארט ארום די שטאט,און איינע טייטעלט אים מיטן פינגער,אט דאס זענען די בהמות פון דיין רב,און ער ווערט נישט באצויבערט דערפון,טראכטענדיג,אז דאס זענען נישט מער ווי בהמות,פארוואס זאל איך באגייסטערט ווערן,און אמאל כאפט זיך אריין א'חוצפעדיגע מחשבה אין אים,"נו ,אויך מיין רב האט בהמות,ממש ווי מיך,ס'ווייזט אויס אז ס'איז דא עפעס פארגלייך צוווישן אונז".

ווען מ'דערנענטערט זיך נאך מער צום שטאט,זעהט זיך אן פון דערווייטענס די הייזער פון דעם רב'ס שטאט,און די "הויף" מיט זיין הויז געזונט,זיין שוהל און זיין וואוינונג ארט,און ער ווערט נאך אלס נישט באגייסטערט דערפון,"סוף סוף זענען דאס געווענליכע זאכן,ס' ענדילט אין וואס איך האב,די רב האט אויך א'שטוב מיט א'פאמיליע,א'שוהל,ס'איז זיכער אז ער איז זייער גרויס און דערהויבן,אבער נאך אלעמען איז דאס נישט "באין ערוך".

און אויך ווען ער שטייט און ווארט ענדליך צו זעהן זיין רב,צו שלום נעמען און הערן תורה פון זיין מויל,גייט ער נישט ארויס פון זיינע כלים,סוף כל סוף איז מיין רב נישט מער ווי בלוט אין פלייש,נאר וואס דען,ער קען גאנץ ש"ס,און ראשונים מיט אחרונים,ער איז בקי אין שאלות ותשובות ספרים,ער האט א'גרויסער וויסענשאפט און די כתבי מוסר מיט חקירה,זיין מויל שארט פערל ווערטער,און זיין יראת שמים איז לתפארת,און בין אויך נישט אינגאנצן א'גארנישט,איך קען א'האלבע ש"ס,געלערנט א'טייל פון די ראשונים מיט אחרונים,און האב אויך געפענט ספרי שאלות ותשובות,איך האב מיך געפלאגט און מעיין געווען אין ספרי מוסר וחקירה,ס'איז טאקע דא א'אונטערשייד צוווישן אונז,א'גרויסע אונטערשייד,איך קען אסאך לערנען פון אים,אבער מ'דאף זיך נישט מתרגש זיין צו פיל.

און די צייט כאפט זיך אריין א'מחשבה פון די זייט,יא,בעזרת השם,און נאך צוויי וואכן גיי איך זיין אינדערהיים,און צוריק גיין צו מיין באשטימטע סדר היום,צו הארעווען על התורה ועבודה...

אנטקען דעם,דער חסיד,ווען ער פארט צו זיין רבי, שוין אסאך פריערט איז ער זייער באצויבערט,און גרייט זיךאן, און ווארט אויף די געגלוסטע מינוט,אז ער וועט זעהן זיין רבי,מ'קען זאגן אז א'גאנצע יאר האט ער אויף דעם געהאפט און גע'שטרעבט ,צו זעהן זיין רבי,און ווען מ'הייבט שוין אן צו פארן ,בפועל ממש,און ווי מ'קומט אלס נענטער ,אזוי שטארק'ט זיך אן זיין הארץ בענקענישן מיט די געפילען און די גלוסט'עניש צום רבי.

ווען די וואגן דערנענטערט זיך צום שטאט ווי די רבי וואוינט,און יענער ווייזט אן מיט די פינגער און זאגט "אט דאס זענען די בהמות פונעם רבי",און ער קוקט אויף זיי מיט א'בענקעניש, און טראכט,טאקע דאס זענען נאר בהמות,אבער זיי האבן אזא זכות צו זיין די בהמות פונעם רבי,הלוואי וואלט איך זוכה געווען צו זיין "די בהמה פונעם רבי"
,אזוי ווי די באקאנטע חסידישע ווארט (ווערט געברענגט אין אגרות קודש פונעם רבי נשיא דורנו) אז א'חסיד איז די בהמה פון א'רבי,אזוי ווי א'בהמה זארגט נישט פאר זיין פרנסה,דאס איז די בעל הבית זארג,זי דארף צו טוהן אירע'ס,צו געבן מילעך,אזוי איז זי גאראנטירט פאר אירע עסן מיט אלעס גוט פונעם בעל הבית,אזוי אויך א'חסיד,ער דארף נישט זארגן פאר זיין פרנסה און שפייז,ער דארף נאר צו טוהן וואס זיין בעל הבית פאדערט פון אים,און דעמאלטס זארגט זיין בעל הבית פאר זיינע אלע גשמיות'דיגע באדערפענישן.

ווען מ'קומט נאך נענטער צום שטאט,און ס'זעהט זיך אן די הייזער פון שטאט,ווערט ער באגייסטערט,מיר זענען אנגעקומען קיין לויבאוויטש,צום רבי'ס שטאט,ירושלים פונעם גלות,ווען ער זעהט פונדערווייטענס די הייזער ,די שוהל,די הויז געזונט פונעם רבי'ן קען ער נישט איינהאלטן זיינע געפילען,אט,זעהט מען שוין די"בית המקדש" "בית רבנו שבבל",אט דא איז די פלאץ ווי די שכינה רוהט,וואס האט זיך באזעצט דארטן,דאס איז נישט קיין חלום,איך בין שוין ממש בגשמיות ביים רבי'ן,און סגייט דורך א'מחשבה אין זיין מוח,הלוואי זאל איך אויך ברוחניות זיין ביים רבי'ן.

מיט פיהל ברען מיט התרגשות אנטפאנגט ער דעם רבי'ן.מיט א'פארכט,און א'ציטער,ער איז מבטל זיין גאנצע מציאות,און ער גיבט זיך און גאנצען איבער צום רבי'ן מיט זיינע אנווייזונגען,און פראבירט כסדר איבער חזר'ן די הייליגע רייד וואס ער האט געהערט פונעם רבי'ס מויל,וואס דאס זענען ביי אים ממש "געגיבן געווארן פון סיני".

און ווען ס'קומט די צייט זיך שיידן בגשמיות פונעם רבי'ן און זיך א'היים קערן,דערמאנט ער זיך,אז נאך א'שטיקל צייט וועט ער ווידער צוריק קומען דא,און זיין ביים רבי'ן.

אונטערשטע בילד. איז די שטעטל לויבאוויטש מיט ארום הונדערט יאר צוריק, דערנעבן לויפט דורך די טייך ביראזינא.
אטעטשמענטס
ח3.jpg
new_showpic.asp.jpg
ליובאויטש לאתרי (Small).jpg
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

קיפ אפ יאר גוד ווארק

נהנתי במאוד מהארטיקלן שלך

צריכים לעשות פארברענג
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

די שמחה פון ר' מענדל פון זיך טרעפן מיט'ן רבי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט ר' הלל זאלצמאן שיחי' מחסידי לויבאוויטש אין קראון הייטס, אז אין איינע פון די מאל וואס איך בין געגאנגען וויזיטן ר' מענדל אין סאמארקאנד,האט ער מיר געזאגט הילקה!וואס זאגסטו? איך האב געשריבן דעם רבי'ן (הרה"ק רבי מענדל זצוק"ל פון לויבאוויטש) אז איך האב דערלאנגט א'גיבעט פאר א'ערלויבענישט ארויס צו גיין פון רוסלאנד,אבער זיי האבען מיר ווידער אנטזאגט,האט ר' מענדל ממשיך געווען און געזאגט, די רבי מאנט פון אונז זייער א'שווערע עבודה,אז ס'זאל זיין גלייך צום בעש"ט עבודה,אז די יא און די ניין זאלן זיין גלייך,דאס מיינט אז אז איך זאל דערהייבן מיט די זעלבע פרייליכקייט די ניין זייערע, אזוי ווי זיי וואלטן מיר געגיבן א'ערלויבנישט,און דאס איז זייער א'שווערע ארבעט.

און איינער פון לויבאוויטשער רבי'ס בריוו'ן וואס ער האט דערהאלטן,האט אים די רבי מעודד געווען,אז ער זאל נישט זיין געפאלן ביי זיך,און סוף סוף וועט ער פארלאזן רוסלאנד.

ווינטער תשכ"ד ,איז אנגעקומען די ריכטיגע מינוט,וואס ר' מענדל האט אזוי שטארק געווארט דערויף נאנט צו צוואנציג יאר,און ער האט דערהאלטן א'ערלויבענישט צו פארלאזען רוסלאנד,ווען איך בין געוואויר געווארן דערוועגן ,בין איך צו געלאפן אים אנצוואונטשן פארן דערהאלטן די ערלויבענישט.

ווען איך טרעף ר' מענדל,האב איך אים געגעבן די האנט פאר מזל טוב,און פון רוב התרגשות,האב איך אים געוואלט דערלאנגען א'חסידישע קוש,אבער ר' מענדל האט זיך דערווייטערט פון מיר,און געזאגט,אז ביי חסידים דרוקט זיך עס אויס אויף א'אנדערע וועג,האט מיר ר' מענדל פארציילט,וועגען די חסידישע קוש וואס די רבי רש"ב (רבי שלום בער זצוק"ל פון לויבאוויטש) האט דערלאנגט פאר זיין זון די רבי ריי"ץ (רבי יוסף יצחק פון לויבאוויטש) ,וואס דאס איז געווען ווען די ריי"ץ איז געווען א'קליינער יונגל און געליגן אין בעט,און ווען זיין טאטע די רבי רש"ב איז צוגעגאנגען צו אים און געוואלט דערלאנגען א'חסידישע קוש,אנשטאט די קוש האט ער דעמאלטס געזאגט א'חסידישע מאמר,און יארן ארום ביי זיין בר מצוה האט אים זיין טאטע דערלאנגט דעם מאמר,זאגענדיג צו אים,אז דאס איז א'חסידישע קוש.

נאכדעם האט ר' מענדל ווייטער דערמאנט דעם רבי'ס בריוו,און געזאגט,הילקה!וואס זאגסטו? די רבי מאנט פון אונז די ארבייט פונעם בעל שם טוב זיע"א,אז די יא און די ניין זאל זיין גלייך ביי אונז, שטעל זיך פאר,אז איך זאל דארפן צו גלייכן די מוט מיינע יעצט,אזוי ווי דעמאלטס,ווען זיי האבן אנטזאגט מיין בעטעניש.

מ'קען זיך זייער גרינג פארשטעלן די צובראכענקייט אונזערע,פארן זיך אפשיידן פון ר'מענדל,מיט דעם אלעם האבען מיר זיך זייער געפרייט,מיט ר' מענדל'ס פרייד,אז סוף כל סוף, פארלאזט ער רוסלאנד.

ווען ר' מענדל האט גערעדט פאר זיין נאנטע,פון פארלאזן רוסלאנד,איז ער געווען פול מיט בענקענישט און מיט גלוסטענישט פאר די מינוט וואס ער וועט זוכה זיין ,צו זעהן דעם רבי'ן,כאטשיג זיין אייגענע פאמיליע האט ער נישט געזעהן פאר צוואנציג יאר,(זיי זענען שוין געווען אין ענגלאנד),האט ער נישט גערעדט פון די טרעפן זיך מיט זיין פאמיליע אזוי ווי ער האט גערעדט פון זיך טרעפן זיך מיט'ן רבי'ן.

די לעצטע מאל ווען מיר האבן זיך געטראפן אין סאמארקאנד,האט מיר ר' מענדל אויסגעפרעגט און אויסגעפארשט פונקטליכע איינציהאלטן פון אלעס וואס מיר האבן אויף געטוהן פאר אידישקייט אין סאמארקאנד,וויפיל מניינים איז פארהאנען,און וואו,די עלטער פון די מתפללים,און וויפיל איד'ן דאווענען און א'יעדע מנין,וויפיל קינדער לערנען אין די חדרים,און וויפיל בחורים לערנען אין די ישיבה, וויפיל אינגעלייט באטייליגן זיך אין די פארברענגענס,און ווער זענען די יונגעלייט וואס טוהן און די ציבור'שע עניינים,און ר' מענדל האט מדייק געווען אין א'יעדע פרט,האב איך אים געפרעגט מיט א'וואונדער,"די האסט מיך דאך אמאל אנגעשריגן פארוואס געדענק איך די זאכן?,האט ער מיר געזאגט,אז יעצט איז אנדערשט,ווען איך וועל אנקומען צום רבי'ן, וועט מיך די רבי אויספרעגן,דארף איך איבער געבן א'פונקטליכע דין וחשבון אלעס וואס מ'טוהט.

און יענע געלעגנהייט האט מיך ר' מענדל געפרעגט,הילק'ה! דו געדענק'סט וואס דו האסט מיך געזאגט גלייך ווען איך בין אנגעקומען קיין סאמארקאנד?,איך האב נישט געוואוסט וואס ער מיינט,האט מיר ר'מענדל דערמאנט,אז אין איינע פון אונזער שמועס'ן האב איך מיר אויסגעדרוקט,אז א'יעדע איינער וואס קומט קיין סאמארקאנד ווערט דערהויבן מיט די צייט,דעמאלטס האט עס ר' מענדל נישט געגליכן,און מר געקניפט, און געזאגט,נו,נו,א'יעדע איינער ווערט דערהויבן אין דיין סאמארקאנד,
היינט,האט ר'מענדל אויסגעפירט,טראכט איך אנדערשט,ס'ליגט עפעס אין דיינע ווערטער.
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

נורא נוראות, הערליך שיין.

אבער האבן זיי געהאט חדרים אין רוסלאנד?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”