רבני עיר חוסט וחכמיה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

מיללער האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע זאך איז דא אין חוסט, אז דריי רבנים מיט זייערע רביצינס ליגן אלע אינעם זעלבן אוהל, דאס זענען; דער הייליגער מהר"ם שיק, דער בית היוצר און דער ערוגת הבשם

דאכצעך, אז נאר די רביצין פון ערוגת הבשם ליגט אין יענעם אהל, אבער די אנדערע צוויי רביצינס נישט. והבילדער יוכיחו
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבה פון הגה"ק בעל "רחמי האב" זי"ע
אטעטשמענטס
1.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

רעכטס מצבה פון בעל "נפש טובה", אינדערמיט פון "רחמי האב".
אטעטשמענטס
י.jpg
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1740
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

הלשון האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע זאך איז דא אין חוסט, אז דריי רבנים מיט זייערע רביצינס ליגן אלע אינעם זעלבן אוהל, דאס זענען; דער הייליגער מהר"ם שיק, דער בית היוצר און דער ערוגת הבשם

דאכצעך, אז נאר די רביצין פון ערוגת הבשם ליגט אין יענעם אהל, אבער די אנדערע צוויי רביצינס נישט. והבילדער יוכיחו

די רביצין פון בית היוצר ליגט אויפ'ן הר הזיתים
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יציב פתגם האט געשריבן:מצבה פון הגה"ק בעל "רחמי האב" זי"ע

יישר-כח

וואס איז פשט פון דער בילד אויבן אויף די מצבה?
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

איימעניט האט געשריבן:הרה"ג ר' ישראל הלוי ענגעלמאן ז"ל
אייניקל פונעם נודע ביהודא און א תלמיד פונעם מהרש"ג
אויף זיין מצבה שטייט העמיד תלמידים הגונים
אטעטשמענטס
IMG_505.JPG
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

ווייסט איינער אפשר וועלכע צייט אין יאר תרצ"ג איז הגה"ק רבי יוסף צבי דושינסקיא זי"ע אוועקגעפארן פון חוסט קיין ארץ ישראל? און מער פרטים וואס איז פארבונדען דערמיט.

די קבלת פנים אין אה"ק פאר מהרי"ץ דושינסקיא איז פארגעקומען ו' אלול תרצ"ג, און די נסיעה האט זיכער געדויערט מער ווי א חודש צוויי אדער מער, ווייל א חודש פריער ביום ו' מנחם אב איז נפטר געווארן די חוסטער דיין רבי שמואל דוד הכהן פרידמאן זצ"ל און ביי די לויה זענען אלע קאנדידאטן פאר די חוסטער רבנות פארבעטן געווארן אויפצוטרעטן מיט דברי הספד, ובתוכם דער ויגד יעקב מ'פאפא זצ"ל, רבי יואל וועליטשקער-אשכנזי זצ"ל הי"ד אב"ד טרעסיף און רבי יהושע גרינוואלד זצ"ל - וועלכער איז צום סוף ערוועלט געווארן אלס רב אין חוסט.
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

דאכט זיך מיר איך האב אמאל געזעהן אין ספר "מרפה לנפש" פונעם פריימאן'ער רב הגה"צ ר' רפאל זילבער זצ"ל אז ער האט געוואוינט אין חוסט אין פלעגט פארלערנען שיעורים אין ביהמ"ד עץ חיים אדער עצי חיים, כ'האב נישט די ספר תחת ידי נאך צוקוקן אבער אזוי ליגט מיר אין מיין שוואכע זכרון
זה הקטן גדול יהי'
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

דו מיינסט דאס
אטעטשמענטס
חוסט פריימאן.JPG
הנותן לשכוי בינה...
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

יא יא דאס מיין איך טאקע,
איך זעה אז די ביהמ"ד האט טאקע געהייסן עצי חיים, האט עס געהאט עפעס שייכות מיט סיגוט'ער חסידים?
זה הקטן גדול יהי'
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

יא ס'איז געווען א סיגוטער קלויז מיט 150 מתפללים, געגרינדעט נאכ'ן עצי חיים'ס הסתלקות
דער סאטמאר רב זצ"ל איז געקומען זיך משתתף זיין ביים חנוכת הבית פון די שוהל
הנותן לשכוי בינה...
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9623
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

איך זיך חומר או אינפא על ר זלמן גראסמאן מחוסט= היה לו סאדע פאבריק
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
ארגינעל
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעל »

מיללער האט געשריבן:מציבה פונעם חוסטער דיין רבי שמואלד דוד פר"מ זצ"ל אויף די לינקע זייט פונעם אוהל הרבנים.
נעבן אים איז די מציבה פונעם דערמאנטן רבי משה טעיטשער ז"ל

ר' משה טעטשער ז"ל דער ראש הקהל אין חוסט איז געווען א קרוב משפחה מיט'ן חוסטער דיין ר' שמואל דוד פריעדמאן ז"ל, דעם חוסטער דיין'ס מאמע מרת רחל און ר' משה טעטשער'ס שוויגער מרת בילא [די מוטער פון זיין ווייב מרת מלכה] זענען ביידע געווען טעכטער פון הרבני החסיד המפורסם ר' יעקל פארקאש ז"ל, ר' יעקל פארקאש האט געעפענט דער ערשטער חסידי'שער ביהמ"ד אין חוסט, דער ביהמ"ד איז געווען סטאנציאנירט אינעם מאגאזין-געביידע וואס איז געווען אין זיין הויף, אין די שפעטערע יארן האט דארט געדינט אלס בעל תפלה אין די ימים נוראים זיין אייניקל הרה"ח ר' משה טעטשער ז"ל.
לעצט פארראכטן דורך ארגינעל אום דינסטאג מארטש 29, 2016 6:47 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

יציב פתגם האט געשריבן:אין די שטאט חוסט האבען געוואוינט אסאך חשובע רבנים און תלמידי חכמים, עס איז כדאי צו עפענען א אשכול איבער זיי.
די רבני העיר:
הגה"ק מהר"ם א"ש זצ"ל.
הגה"ק רבי יעקב גאטליעב זצ"ל.
הגה"ק מהר"ם שיק זצ"ל.
הגה"ק רבי עמרם בלום זצ"ל בעל שו"ת "בית שערים".
הגה"ק רבי יואל צבי ראטה זצ"ל בעל שו"ת "בית היוצר".
הגה"ק רבי משה גרינוואלד זצ"ל בעל "ערוגת הבושם".
הגה"ק רבי אברהם יוסף גרינוואלד זצ"ל בעל שו"ת "אבני שהם".
הגה"ק רבי יוסף צבי דושינסקיא זצ"ל בעל שו"ת "מהרי"ץ".
הגה"ק רבי יהושע גרינוואלד זצ"ל בעל שו"ת "חסד יהושע".
די דיינים:
הגה"צ רבי יעקב קטינא זצ"ל בעל "רחמי האב".
הגה"צ רבי שמואל דוד הכהן פריעדמאן זצ"ל בעל שו"ת "שרגא בטהרה".
הגה"צ רבי יעקב הכהן פריעדמאן זצ"ל הי"ד.
רבנים און תלמידי חכמים:
הרה"ק רבי ישראל יעקב לייפער מנדבורנא-חוסט זצ"ל.
הגה"צ רבי פנחס נפתלי ירושלמי זצ"ל בעל "נפש טובה".

איך וועל בעטן וועס ס'קען זאל צושטייער געבן מיט נאך נעמען, בילדער, מצבות, מעשיות, בריוו'ן, דאקומענטן, ועוד, ועוד.

וואס איז מיט הגה"צ רבי נפתלי לאנדא חוסט'ר דיין זצ"ל ?
ארגינעל
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעל »

תרנגול האט געשריבן:ר' משה טעטשער ז"ל איז געווען ראש הקהל און כלל-טוער אין חוסט. ער איז געווען א שטארקער וויזניצער חסיד, א נאנטער מקורב מיטן אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע.
אט איז א בילד פון ר' משה אינאיינעם מיטן אהבת ישראל אויף א וואגן, ווען דער אהב"י האט באזוכט אין חוסט אין יאר תרצ"א.

די אכסניא פונעם אהבת ישראל איז ביי יענעם באזוך איז געווען אין שטוב פון הרה"ח ר' יעקל (יעקב) ראזענפעלד דער זון פון ר' משה טעטשער. עס איז געווען אויסגעהאנגען פארנט פון די אכסניא א שילד מיטן אויפשריפט 'מה טובו אוהליך יעק"ב משכנותיך ישרא"ל'
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

אין די פארגאנגענע חדשים איז הערליך איבערגעבויעט געווארן די אהל הק' אין חוסט, מקום מנוחתם פון 3 רבני חוסט זצוק"ל
אטעטשמענטס
Chist 1.JPG
Chist 2.JPG
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

פרעגער האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע זאך איז דא אין חוסט, אז דריי רבנים מיט זייערע רביצינס ליגן אלע אינעם זעלבן אוהל, דאס זענען; דער הייליגער מהר"ם שיק, דער בית היוצר און דער ערוגת הבשם

דאכצעך, אז נאר די רביצין פון ערוגת הבשם ליגט אין יענעם אהל, אבער די אנדערע צוויי רביצינס נישט. והבילדער יוכיחו

די רביצין פון בית היוצר ליגט אויפ'ן הר הזיתים

ווייסט עמיצער ווי זי ליגט אויפן הה"ז, און וויאזוי קומט זי אן קיין א"י?
ארגינעל
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעל »

יציב פתגם האט געשריבן:אין די שטאט חוסט האבען געוואוינט אסאך חשובע רבנים און תלמידי חכמים, עס איז כדאי צו עפענען א אשכול איבער זיי.
די רבני העיר:
הגה"ק מהר"ם א"ש זצ"ל.
הגה"ק רבי יעקב גאטליעב זצ"ל.
הגה"ק מהר"ם שיק זצ"ל.
הגה"ק רבי עמרם בלום זצ"ל בעל שו"ת "בית שערים".
הגה"ק רבי יואל צבי ראטה זצ"ל בעל שו"ת "בית היוצר".
הגה"ק רבי משה גרינוואלד זצ"ל בעל "ערוגת הבושם".
הגה"ק רבי אברהם יוסף גרינוואלד זצ"ל בעל שו"ת "אבני שהם".
הגה"ק רבי יוסף צבי דושינסקיא זצ"ל בעל שו"ת "מהרי"ץ".
הגה"ק רבי יהושע גרינוואלד זצ"ל בעל שו"ת "חסד יהושע".
די דיינים:
הגה"צ רבי יעקב קטינא זצ"ל בעל "רחמי האב".
הגה"צ רבי שמואל דוד הכהן פריעדמאן זצ"ל בעל שו"ת "שרגא בטהרה".
הגה"צ רבי יעקב הכהן פריעדמאן זצ"ל הי"ד.
רבנים און תלמידי חכמים:
הרה"ק רבי ישראל יעקב לייפער מנדבורנא-חוסט זצ"ל.
הגה"צ רבי פנחס נפתלי ירושלמי זצ"ל בעל "נפש טובה".

איך וועל בעטן וועס ס'קען זאל צושטייער געבן מיט נאך נעמען, בילדער, מצבות, מעשיות, בריוו'ן, דאקומענטן, ועוד, ועוד.

לעצטנס באגעגנט אין א ספר צווישן די פרענומעראנטן אין שטאט חוסט אויסגערעכנט:
רבי משה גרינוואלד [הערוגת הבשם זי"ע] אב"ד
רבי אליעזר דוד גרינוואלד [הקרן לדוד זי"ע] ראב"ד חוסט
ווייסט איינער צוזאגן פון א תקופה אז דער קרן לדוד זאל האבן געדינט אלס ראש בית דין אין חוסט?
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

יציב פתגם האט געשריבן:ווייסט איינער אפשר וועלכע צייט אין יאר תרצ"ג איז הגה"ק רבי יוסף צבי דושינסקיא זי"ע אוועקגעפארן פון חוסט קיין ארץ ישראל? און מער פרטים וואס איז פארבונדען דערמיט.

די קבלת פנים אין אה"ק פאר מהרי"ץ דושינסקיא איז פארגעקומען ו' אלול תרצ"ג, און די נסיעה האט זיכער געדויערט מער ווי א חודש צוויי אדער מער, ווייל א חודש פריער ביום ו' מנחם אב איז נפטר געווארן די חוסטער דיין רבי שמואל דוד הכהן פרידמאן זצ"ל און ביי די לויה זענען אלע קאנדידאטן פאר די חוסטער רבנות פארבעטן געווארן אויפצוטרעטן מיט דברי הספד, ובתוכם דער ויגד יעקב מ'פאפא זצ"ל, רבי יואל וועליטשקער-אשכנזי זצ"ל הי"ד אב"ד טרעסיף און רבי יהושע גרינוואלד זצ"ל - וועלכער איז צום סוף ערוועלט געווארן אלס רב אין חוסט.

מיין באבעשי שתחי' עמו"ש געדענקט עס גוט, די וואך גערעדט מיט איר דערוועגן
מאך המוציא
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2018 4:28 am

הגה"ק רבי יהודא גרינפעלד מסעמיהאלי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאך המוציא »

הגה"ק מסעמיהאי איז געווען אן איידעם אין חוסט און איז געווען מחשובי הת"ח דארט במשך 17 יאהר.
בנו דער מהרש"ג איז דארט געוואקסן און ווען דער טאטע איז געווארן רב אין סעמיהאי איז דער מהרש"ג געבליבן אין חוסט בישיבת המהר"ם שיק.
ארגינעל
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעל »

ארגינעל האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:אין די שטאט חוסט האבען געוואוינט אסאך חשובע רבנים און תלמידי חכמים, עס איז כדאי צו עפענען א אשכול איבער זיי.
די רבני העיר:
הגה"ק מהר"ם א"ש זצ"ל.
הגה"ק רבי יעקב גאטליעב זצ"ל.
הגה"ק מהר"ם שיק זצ"ל.
הגה"ק רבי עמרם בלום זצ"ל בעל שו"ת "בית שערים".
הגה"ק רבי יואל צבי ראטה זצ"ל בעל שו"ת "בית היוצר".
הגה"ק רבי משה גרינוואלד זצ"ל בעל "ערוגת הבושם".
הגה"ק רבי אברהם יוסף גרינוואלד זצ"ל בעל שו"ת "אבני שהם".
הגה"ק רבי יוסף צבי דושינסקיא זצ"ל בעל שו"ת "מהרי"ץ".
הגה"ק רבי יהושע גרינוואלד זצ"ל בעל שו"ת "חסד יהושע".
די דיינים:
הגה"צ רבי יעקב קטינא זצ"ל בעל "רחמי האב".
הגה"צ רבי שמואל דוד הכהן פריעדמאן זצ"ל בעל שו"ת "שרגא בטהרה".
הגה"צ רבי יעקב הכהן פריעדמאן זצ"ל הי"ד.
רבנים און תלמידי חכמים:
הרה"ק רבי ישראל יעקב לייפער מנדבורנא-חוסט זצ"ל.
הגה"צ רבי פנחס נפתלי ירושלמי זצ"ל בעל "נפש טובה".

איך וועל בעטן וועס ס'קען זאל צושטייער געבן מיט נאך נעמען, בילדער, מצבות, מעשיות, בריוו'ן, דאקומענטן, ועוד, ועוד.

לעצטנס באגעגנט אין א ספר צווישן די
Thilim Amurois Thoires.pdf
תהלים אמרות טהורות לבעל נועם מגדים - פרענומעראנטן חוסט
(186.19 KiB) געווארן דאונלאודעד 49 מאל
פרענומעראנטן אין שטאט חוסט אויסגערעכנט:
רבי משה גרינוואלד [הערוגת הבשם זי"ע] אב"ד
רבי אליעזר דוד גרינוואלד [הקרן לדוד זי"ע] ראב"ד חוסט
ווייסט איינער צוזאגן פון א תקופה אז דער קרן לדוד זאל האבן געדינט אלס ראש בית דין אין חוסט?

Thilim Amurois Thoires.pdf
תהלים אמרות טהורות לבעל נועם מגדים - פרענומעראנטן חוסט
(186.19 KiB) געווארן דאונלאודעד 49 מאל
נאדווערנער אייניקעל
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2016 3:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאדווערנער אייניקעל »

רבי ישראל יעקב מחוסט.jpg
רבי ישראל יעקב מחוסט.jpg (170.39 KiB) געזען 1893 מאל
הרה"ק רבי ישראל יעקב זי"ע פון חוסט
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

יציב פתגם האט געשריבן:די דיינים אין חוסט:
הגה"צ רבי יעקב קטינא זצ"ל בעל "רחמי האב".
הגה"צ רבי שמואל דוד הכהן פריעדמאן זצ"ל בעל שו"ת "שרגא בטהרה".
הגה"צ רבי יעקב הכהן פריעדמאן זצ"ל הי"ד.

לויט ווי איך ווייס איז דער דיין הגה"צ רבי יעקב הכהן פריעדמאן זצ"ל הי"ד
געווען א זון פון הגה"צ רבי שמואל דוד הכהן פריעדמאן זצ"ל

איך בין נאר נייגעריג, אויב ער איז געווארן דיין נאך פטירת אביו איבערנעמענדיג דעם פאטער'ס פלאץ, אדער ער איז שוין געווען דיין דארט נאך בחיי אביו?
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

דאכט זיך מיר א זער איז שוין געווען א דיין אין זיין טאטנ'ס עלטערע יאהרן, איך פראביר זוכן פון וואו איך געדענק עס.
אוועטאר
טשולענט בונדלעך
שר האלף
תגובות: 1022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 2:18 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשולענט בונדלעך »

ארגינעל האט געשריבן:
תרנגול האט געשריבן:ר' משה טעטשער ז"ל איז געווען ראש הקהל און כלל-טוער אין חוסט. ער איז געווען א שטארקער וויזניצער חסיד, א נאנטער מקורב מיטן אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע.
אט איז א בילד פון ר' משה אינאיינעם מיטן אהבת ישראל אויף א וואגן, ווען דער אהב"י האט באזוכט אין חוסט אין יאר תרצ"א.

די אכסניא פונעם אהבת ישראל איז ביי יענעם באזוך איז געווען אין שטוב פון הרה"ח ר' יעקל (יעקב) ראזענפעלד דער זון פון ר' משה טעטשער. עס איז געווען אויסגעהאנגען פארנט פון די אכסניא א שילד מיטן אויפשריפט 'מה טובו אוהליך יעק"ב משכנותיך ישרא"ל'

דאכט זיך מיר איך האב אמאל געזעהן עפעס א קונטרס אויף ר' משה טעטשער איינער ווייסט ווי מקען דאס באקומען?
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”