רבי משולם פייבוש הורוויץ מקרעמניץ זי"ע בעל "משנת חכמים"

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

רבי משולם פייבוש הורוויץ מקרעמניץ זי"ע בעל "משנת חכמים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הגאון הקדוש רבי משולם פייבוש הלוי איש הורוויץ זי"ע מגיד מישרים בעיר קרעמניץ איז געווען א זין פון הגאון רבי דוב בער זצ"ל און א אייניקל פון הגה"ק רבי מאיר פון טיקטין זי"ע.
ער האט געוואוינט כמעט אלע זיינע יארן אין קרעמניץ אין גליל וואהלין. פון זיינע תלמידים איז באוואוסט הגאון רבי יהושע העשיל באב"ד זי"ע טארניפאלער רב בעל "ספר יהושע".
אין זיין ספר "משנת חכמים" אויף משניות איז געדריקט הסכמות פון די גרעסטע רבנים פון זיין דור וועלכע זענען מעיד אויף זיין גדלות בתורה מיט אויסטערלישע לשונות.
ער איז נפטר געווארן ביום כ' כסלו, בערך אין די יארן פון תקל"ה - תקמ"ה, און ליגט אינעם קרעמניצער ביה"ח.
זיין טאכטער הרבנית הצדיקת גיטל ע"ה איז געווען חתונה געהאט צו הרה"ק רבי אברהם המלאך זי"ע א זין פון רבי ר' בער דער מעזריטשער מגיד זי"ע.

מיר האפען אז די עולם וועט זיך ווארעם אנרופן מיט מער אינפארמאציע איבער אים, אריינגרעכנט אויך א בילד פון זיין מצבה.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

1. ער איז ״נישט״ געווען קיין מגיד מישרים אין קרעמניץ, ער איז בלויז געווען א תושב דארט. אין די הסכמות פאר זיין ספר דערמאנט קיינער אז ער איז געווען א מ״מ דארט.
2. ער איז לכאורה גאנץ זיכער ״נישט״ געווען קיין אייניקל פונעם מהר״ם טיקטין, ר איציקל האמבורגער - אן אייניקל פון מהר״ם, לפי זה א שני בשנימיט עם - בא׳טיטל׳ט עם נישט מיט ש״ב, עס איז נישטא קיים ״שום״ פארלעסליכע מקור אז ער איז ״יא״ געווען, איין סברא אויף פאזיטיוו איז דא, אז ער האט געהאט א זוהן מיט׳ן נאמען ״מאניס״ דער מו״ל פון זיינע ספרים, ווי די מהר״ם׳ס קינדער האבן געהאט, דער מהר״ם טיקטינ׳ס שווער מווג ראשון האט געהייסן ר׳ מאניס כ״ץ.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

1. די מקור אז רבי פייבוש איז געווען מגיד מישרים - איז פון די בריוו וואס די מעזריטשער מגיד האט געשריבן צו אים און באטיטל'ט אים "מ"מ מק"ק קרעמיניץ".
2. די מקור אז ער איז געווען א אייניקל פון מהר"ם מטיקטין קומט פון די ספר "כרם ישראל" - ספר היחס של רוזין וטשערנאביל - לר' ראובן ז"ק (לובלין תר"ץ, דף טו ע"ב), און צייכנט צו אינטן: "כ"כ לי הרב ר' ישראל לערנער אב"ד דק' קרעמעניץ".
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

יציב פתגם האט געשריבן:1. די מקור אז רבי פייבוש איז געווען מגיד מישרים - איז פון די בריוו וואס די מעזריטשער מגיד האט געשריבן צו אים

... פון די חרסון'ע גניזה
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ספרו משנת חכמים דפוס ראשון אוסטראה תקנ"ו:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 26&pgnum=1

אויב וואלט ער געווען אן אייניקל פונעם מהר"ם טיקטין וואלט דען נישט הגה"ק רבי איציקל האמבורגער זי"ע געשריבן בהסכמתו דעם טיטול "ש"ב"? און דאס זעלבע דער הפלא"ה אין זיין הסכמה.

קיינע פון די אלע מסכימים און אזוי אויך דער זון ר' מנחם מניס בהקדמות, טוען נישט דערמאנען זאז ער זאל האבן געווען א מגיד משרים אדער סיי וועלכע פאסטן אין קרעמיניץ.

דאס זעלבע ביי די מסכימים אויפן צווייטן דרוק אין לעמבערג שנת תרס"ז:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=2

אויסער צאצאי חתנו המלאך, איז דא אייניקלעך דורך דעם זון ר' מנחם מניס?
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

איטשע האט געשריבן:1. ער איז ״נישט״ געווען קיין מגיד מישרים אין קרעמניץ, ער איז בלויז געווען א תושב דארט. אין די הסכמות פאר זיין ספר דערמאנט קיינער אז ער איז געווען א מ״מ דארט.

פארגאנגענע וואך אין חתם סופר (די אלטע) איז דא א באקאנטע משל איבער דעם וואס איז געפארן אונטער די הרי חושך זוכן דיימאנטן און צוריק געקומען מיט פארשטינקענע חלב, בשם המגיד מקרעמניץ, ווייסט איינער ווער ס'איז דאס דער מגיד? דובנא מגיד אפשר?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

המגיד מקרעמניץ הוא הגאון המפורסם רבי יעקב ישראל הלוי שטערן זצ"ל - בעל שבט מישראל, אגודת אזוב ושפת אמת. נפטר ביום כ"ה כסלו תק"ס.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מצבה בבראד של ר' פיבוש מנחם מענדל הלוי קרעמניצער ב"ר שמואל שמחה, נכד הגאון ר' משולם פיבוש מקרעמניץ בעל משנת חכמים - נפטר ד סיון תרפו
http://de7e10d60824ed18ec97-1acea3f4d08 ... 150_14.jpg
בנן של קדושים
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:33 pm

אפשר וייסט איינער וואס טוהט זיך מיט'ן ביה''ח אין קרעמניץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנן של קדושים »

איך בין געווען דארט מיט א צייט צוריק אלס אייניקל פון הרה''ק ר' מרדכי קרעמניצער און ס'איז פאראן אגרויס ריזיגער ביה''ח אויף א שווערן בארג, איך אנגעהויבן ארויף קריכן וי פיהל איך האב געקענט און איך האב געזעהן עטליכע אלטע מצבות, ביניהם א מציבה פון יאר תע''ח אבער איך וייס נישט וואו ליגן די צדיקים דארט. קיין ספר נסיעות וואס איז אגרויס אויף קברי צדיקים אין אוקראינה בריינגט גארנישט ארום דעם
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

יציב פתגם האט געשריבן:די מקור אז ער איז געווען א אייניקל פון מהר"ם מטיקטין קומט פון די ספר "כרם ישראל" - ספר היחס של רוזין וטשערנאביל - לר' ראובן ז"ק (לובלין תר"ץ, דף טו ע"ב), און צייכנט צו אינטן: "כ"כ לי הרב ר' ישראל לערנער אב"ד דק' קרעמעניץ".

דארטן אין די הערה ברענגט דער כרם ישראל א ראיה דערצו, ווייל דער משנת חכמים האט געהאט א זון ר' מאניס, און דאס איז לכאורה נאך דער שווער פונעם מהר"ם טיקטין.
אבער אויפן זעלבן בלאט ברענגט ער אז לפי המסורה איז דער משנת חכמים געווען אן אייניקל פון רבי שאול וואהל, נאר מען ווייסט נישט דער סדר היחס, און ער איז משער אז די יחוס גייט דורך דער שווער בזיווג שני פונעם מהר"ם טיקטין ר' אפרים זלמן קאצנעלנבויגן בן רבי שאול מפינטשוב בן רבי משה מחעלמא בן רבי מאיר בן רבי שאול וואהל.
די צוויי זאכן איז לכאורה א שטיקל סתירה. אויף דער זון פונעם משנת חכמים הייסט מאניס נאך דער שווער פונעם מהר"ם טיקטין בזיווג ראשון, איז דער משנת חכמים נישט קיין אייניקל פון רבי שאול וואהל דורך דער שווער פונעם מהר"ם טיקטין בזיווג שני.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יציב פתגם האט געשריבן:המגיד מקרעמניץ הוא הגאון המפורסם רבי יעקב ישראל הלוי שטערן זצ"ל - בעל שבט מישראל, אגודת אזוב ושפת אמת. נפטר ביום כ"ה כסלו תק"ס.

פון וואנעט קומט די לעצטע נאמען "שטערן"? אין זכר למו אין זיינע ספרים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

farshlufen האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:המגיד מקרעמניץ הוא הגאון המפורסם רבי יעקב ישראל הלוי שטערן זצ"ל - בעל שבט מישראל, אגודת אזוב ושפת אמת. נפטר ביום כ"ה כסלו תק"ס.

פון וואנעט קומט די לעצטע נאמען "שטערן"? אין זכר למו אין זיינע ספרים.

ראה דבריו בהקדמה לספרו שבט מישראל
image - 2020-01-05T160417.665.png
image - 2020-01-05T160417.665.png (68.57 KiB) געזען 973 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי משולם פייבוש הורוויץ מקרעמניץ זי"ע בעל "משנת חכמים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט איז די הילולא קדישא פין הרה"ק רבי משולם פייביש מקרעמניץ זי"ע מחותנו של הרבי ר' בער זי"ע המגיד ממעזריטש (וואס איז נעכטן געוועהן די יא"צ)
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: רבי משולם פייבוש הורוויץ מקרעמניץ זי"ע בעל "משנת חכמים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

וועמענס תלמיד איז ער געווען בתורת הנגלה?

עס איז דא א שטארקע עיון אין זיין ספר. דער נודע ביהודה שרייבט איז זיין הסכמה אז ער האט זיך אויסגעצייכנט אין מס' אהלות, "כי הוא ממש יחיד באהלות". מ'זעט טאקע אז אויף מס' אהלות איז דא די מערסטע שטיקלעך (כמדומה).

דער סדרי טהרות (ראדזין) אויף מס' אהלות ברענגט אים אסאך מאל, און איז זיך מפלפל מיט זיינע ווערטער, פעמים מוסיף, מקשה, ומתרץ וכו'.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
דבריך יאיר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 3:33 pm

Re: רבי משולם פייבוש הורוויץ מקרעמניץ זי"ע בעל "משנת חכמים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבריך יאיר »

מומחה יוחס האט געשריבן:היינט איז די הילולא קדישא פין הרה"ק רבי משולם פייביש מקרעמניץ זי"ע מחותנו של הרבי ר' בער זי"ע המגיד ממעזריטש [חותנו של הרה"ק ר' אברהם המלאך זי"ע] (וואס איז נעכטן געוועהן די יא"צ)
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי משולם פייבוש הורוויץ מקרעמניץ זי"ע בעל "משנת חכמים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי פייביש מקרעמניץ זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4108
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: רבי משולם פייבוש הורוויץ מקרעמניץ זי"ע בעל "משנת חכמים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

ס'דא וואס זאגן אז זיין טאטע רבי דוב בער איז געווען א ברודער מיט רבי צבי הירש מטשארטקוב,
דאס הייסט אז ער איז געווען א ערשטע שוועסטער קינד מיט האחים הקדושים דער ר"ר שמעלקא און הפלאה זי"ע.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי משולם פייבוש הורוויץ מקרעמניץ זי"ע בעל "משנת חכמים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

יציב פתגם האט געשריבן:

מיר האפען אז די עולם וועט זיך ווארעם אנרופן מיט מער אינפארמאציע איבער אים, אריינגרעכנט אויך א בילד פון זיין מצבה.
אין ספר מרכבת המשנה פי"ב מהלכות כלים הי"ג ברענגט ער א לאנגע שאלה פון "מהמופלא מ' וייבש מקרעמניץ" לכאורה הכוונה להבעל משנת חכמים
[לא ראיתיו מובא בהמהדו"ח של המשנ"ח]
מרכבת המשנה [א בעסרע לינק טרעף איך נישט]
הבעש''ט האט געשריבן:
ס'דא וואס זאגן אז זיין טאטע רבי דוב בער איז געווען א ברודער מיט רבי צבי הירש מטשארטקוב,
דאס הייסט אז ער איז געווען א ערשטע שוועסטער קינד מיט האחים הקדושים דער ר"ר שמעלקא און הפלאה זי"ע.
קוק צוריק לתחילת האשכול, אז עס איז כמעט זיכער נישט ריכטיג
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

מיללער האט געשריבן:

אויסער צאצאי חתנו המלאך, איז דא אייניקלעך דורך דעם זון ר' מנחם מניס?
אין די סקאליע'ר יחוס ווערט אויסגערערכנט אז זייער זיידע רבי אליעזר הלוי הורוויץ (דור רביעי מהשל"ה) פאטער פון רבי שמואל הלוי הורוויץ מוואחניווקא שווער פון הרה"ק רבי ברוך מיאמפאלע זי"ע איז געווען אן איידער ביי רבי משולם פייבוש הורוויץ מקרעמניץ זי"ע בעל "משנת חכמים".
זה הקטן גדול יהי'
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי משולם פייבוש הורוויץ מקרעמניץ זי"ע בעל "משנת חכמים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ער האט אויך געהאט אן איידעם רבי יקותיאל זלמן.
אויף זיין מציבה אין קרעמניץ שטייט: פ"נ הרבני המופל' הישיש מ' יקותיאל זלמן במ' יצחק חתן הגאון מו"ה משלם פייביש הלוי הרויץ בעל המח' ספר משנת חכמים נפטר ... טבת תקצ"א. (מעגליך אז די דאטום איז תקנ"א).
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי משולם פייבוש הורוויץ מקרעמניץ זי"ע בעל "משנת חכמים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מומחה יוחס האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 6:09 pm
היינט נאכט די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי פייביש מקרעמניץ זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: רבי משולם פייבוש הורוויץ מקרעמניץ זי"ע בעל "משנת חכמים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

איז כ' כסלו די יארצייט
פון ביידי רבי משולם פייוויש?
סיי דער סמיכת חכמים
און סיי דער בעל יושר דברי אמת
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”