רבי משולם שרגא פייבוש היילפרין מברעזאן זצ"ל - שפת אמת

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

Re: רבי משולם שרגא פייבוש היילפרין מברעזאן זצ"ל - שפת אמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

האם רבי חנניה יוסף הלפרין מירושלים היה נכד מהמשפחה הזאת ?
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
שטאפיק
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
לאקאציע: עיה"ק ירושלם תובב"א

Re: רבי משולם שרגא פייבוש היילפרין מברעזאן זצ"ל - שפת אמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאפיק »

לא ממנו אבל אותו משפחה.
שמחם בבנין
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:47 am

Re: רבי משולם שרגא פייבוש היילפרין מברעזאן זצ"ל - שפת אמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחם בבנין »

איך דארף א בילד פין א אייניקל פין די שפ''א אין אמרי יהודה מברעזאן
הגה"צ ר' אשר ישעי' היילפרין אבד"ק דעמבניק וואס איז אוועק תשנ''ה - כ'גלייב אז איז דא עפעס בילדער פון איהם

יישר כח
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: רבי משולם שרגא פייבוש היילפרין מברעזאן זצ"ל - שפת אמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

ווען איך קוק אין ספרים שאנק פארן ספר שפת אמת איז עס אלץ די גור'ע שפת אמת..

איז דער ספר שפת אמת נישט אזוי פארשפרייט, אדער איז עס סתם א טעות פון די גבאי חק"ס?
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: רבי משולם שרגא פייבוש היילפרין מברעזאן זצ"ל - שפת אמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

ממה נפשך האט געשריבן:ווען איך קוק אין ספרים שאנק פארן ספר שפת אמת איז עס אלץ די גור'ע שפת אמת..

איז דער ספר שפת אמת נישט אזוי פארשפרייט, אדער איז עס סתם א טעות פון די גבאי חק"ס?

די וואס האבן ביידע שרייבן געווענדליך אין מפתח שפת אמת, שפת אמת ברעזאן.

סייווי ליגט עס אויפן זעלבן שעלוו (א"ב), ממילא קענסטע פריגן די קשיא אויף פארקערט...
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: רבי משולם שרגא פייבוש היילפרין מברעזאן זצ"ל - שפת אמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

כתוב וחתום האט געשריבן:

אינטערעסאנט, ווייל ווען איך הער עפעס נאכזאגן פון "שפת אמת" סתם, פארשטיי איך אז ס'מיינט שפת אמת פון ברעזאן. צו בין איך נישט גערעכט?

ממה נפשך האט געשריבן:

יא, זעסט אין מיינע ווערטער אנדערש?

געהערט אמאל אז האדמו"ר מ'באבוב האט געזאגט אינמיטן א שמועס "איך האב געזען אין שפת אמת, נישט דער קדמון נאר דער פון ברעזאן"...
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: רבי משולם שרגא פייבוש היילפרין מברעזאן זצ"ל - שפת אמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

כתוב וחתום האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:
כתוב וחתום האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:ווען איך קוק אין ספרים שאנק פארן ספר שפת אמת איז עס אלץ די גור'ע שפת אמת..

איז דער ספר שפת אמת נישט אזוי פארשפרייט, אדער איז עס סתם א טעות פון די גבאי חק"ס?

די וואס האבן ביידע שרייבן געווענדליך אין מפתח שפת אמת, שפת אמת ברעזאן.

סייווי ליגט עס אויפן זעלבן שעלוו (א"ב), ממילא קענסטע פריגן די קשיא אויף פארקערט...

אינטערעסאנט, ווייל ווען איך הער עפעס נאכזאגן פון "שפת אמת" סתם, פארשטיי איך אז ס'מיינט שפת אמת פון ברעזאן. צו בין איך נישט גערעכט?

יא, זעסט אין מיינע ווערטער אנדערש?

דארף מען שרייבן "שפת אמת גור" ביי די גור'ע און סתם זאל מיינען ברעזאן, נישט פארקערט.
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: רבי משולם שרגא פייבוש היילפרין מברעזאן זצ"ל - שפת אמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

כתוב וחתום האט געשריבן:געהערט אמאל אז האדמו"ר מ'באבוב האט געזאגט אינמיטן א שמועס "איך האב געזען אין שפת אמת, נישט דער קדמון נאר דער פון ברעזאן"...

פונקט פארקערט האט ער געזאגט. כ'האב געזעהן אין שפ"א נישט פון ר' פייביש'ל ברעזאנער נאר פונ'ם רמ"ע מפאנו...
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re: רבי משולם שרגא פייבוש היילפרין מברעזאן זצ"ל - שפת אמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שמחם בבנין האט געשריבן:איך דארף א בילד פין א אייניקל פין די שפ''א אין אמרי יהודה מברעזאן
הגה"צ ר' אשר ישעי' היילפרין אבד"ק דעמבניק וואס איז אוועק תשנ''ה - כ'גלייב אז איז דא עפעס בילדער פון איהם

יישר כח

לינקס אויף דעם בילד

https://www.ivelt.com/forum/view ... 4#p3263802
אטעטשמענטס
4A62A0E5-8067-43ED-AB12-DA4D2F86A107.jpeg
4A62A0E5-8067-43ED-AB12-DA4D2F86A107.jpeg (38.74 KiB) געזען 790 מאל
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: רבי משולם שרגא פייבוש היילפרין מברעזאן זצ"ל - שפת אמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

היינט איז די גרויסע יארצייט זיעוכ"י!
הרחבה
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 5:23 am

Re: רבי משולם שרגא פייבוש היילפרין מברעזאן זצ"ל - שפת אמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרחבה »

זמן לא רב לפני הסתלקות מרן הצמח צדיק מויזניץ זי"ע, בשנת תרמ"ד, נשא בזיווג-שני את הרבנית הצ' מרת רבקה ע"ה, בת ש"ב הרה"צ רבי צבי הירש מפעטשניזין בן הרה"ק רבי דוד מזאבלטוב זי"ע בן מרן ה"אהבת שלום" זי"ע.
הרבנית רבקה באה אל בית הצמח צדיק עם כמה מצאצאיה, והם התגוררו בבית רבינו. בנה הרה"צ רבי מנחם מענדיל היילפרין זצ"ל מבערזאן מדוקלא הושפע מאוד מהנהגת קדשו של רבינו הצמח צדיק, וכל ימיו כאשר היה גר בדוקלא, נהג בהרבה ממנהגי ויזניץ.
מצו"ב תמונת הרה"צ רבי מנחם מנחם מענדיל הלפרין זצ"ל מבערזאן-דוקלא בנו חורגו של מרן הצמח צדיק זי"ע
האם ידוע למישהו יותר פרטים על הצדיק מדוקלא, מי היה אביו, מתי נפטר, וכו'?
אטעטשמענטס
4.jpg
4.jpg (118.03 KiB) געזען 346 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי משולם שרגא פייבוש היילפרין מברעזאן זצ"ל - שפת אמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט דער הילולא קדישא פון דער שפת אמת פון ברעזאן זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משולם שרגא פייבוש היילפרין מברעזאן זצ"ל - שפת אמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבי משולם שרגא פייבוש ב"ר נפתלי הירץ זי"ע, (האלפרין), בעל שפת אמת, מברעזאן

ער איז געבוירן בשנת תקע"ט,

צו זיין טאטן הרה"ק רבי נפתלי הירץ אב"ד ברעזאן זי"ע, מגדולי תלמידי החוזה מלובלין זי"ע,
דער טאטע זי"ע איז געווען א גאון עצום און א גרויסע בעל מקובל, און עס ווערט דערציילט אז דער הייליגער חוזה מלובלין האט דעם טאטן מצרף געווען אין די חבריא קדושה בעפאר זיין פטירה צו ברענגען די גאולה,
און צו זיין מאמע ע"ה וואס איז געווען פון די גזע פון הגה"ק רבי משולם פייבוש הלר בעל יושר דברי אמת מזבריז זי"ע, און נאך דעם זיידן האט ער באקומען זיין הייליגע נאמען משולם פייבוש,

ער איז געווען א צדיק וחסיד ופרוש, א גאון בתורה, בעל כישרון נפלא בור סיד שאינו מאבד טיפה, ער איז געווען א איש קדוש מאוד, ער האט זיך געפירט זיין גאנץ לעבן מיט א געוואלדיגע קדושה וטהרה, א גרויסער עניו און בעל מידות נפלא, ער האט מקרב געווען יעדן אידיש קינד מיט א געוואלדיגע אהבה,

ער האט חתונה געהאט מיט דעם בת יחידו הרבנית הצדקת מרת חנה ע"ה,
בת הרה"ק רבי אשר ישעיה רובין בעל אור ישעי מראפשיץ זי"ע,
בן הצדיק הנסתר הרה"ק רבי אליעזר ליפמאן זי"ע,

דערציילט מען אז ווען דער הייליגער שווער דער ראפשיצער זי"ע איז געפארן צום חתונה האט אים דער צדיק הרה"ק רבי שמעון מיערסלוב זי"ע געזאגט לגבי זיין איידעם, וויסן זאלסטו אז דיין איידעם איז אזוי ווי א מין תחש, ווי גרעסער ער ווערט, אלס קלענער ווערט ער ביי זיך,

ער האט זיך מסתופף געווען בצלו פון די צדיקים בדורו, ובתוכם,

הרה"ק רבי אריה לייבוש ליפשיץ בעל האירה דבי עילאי מווישניצא זי"ע,
הגה"ק רבי אברהם דוד וואהרמן בעל אשל אברהם מבוטשאטש זי"ע,
הרה"ק רבי שמעון בעל תורת שמעון מיערסלוב זי"ע,
הגה"ק רבי יוסף שאול הלוי נאטאנזאהן בעל שואל ומשיב אב"ד לבוב זי"ע,
זיין שווער הרה"ק רבי אשר ישעי בעל אור ישעי מראפשיץ זי"ע,

נאך די חתונה איז ער געזעצן על התורה ועבודה על שולחן חמיו מיט א געוואלדיגע התמדה, די שווער האט גאר שטארק גערעדט פון די גדלות און קדושה פון זיין איידעם און אים גאר שטארק מכבד געווען, אויך האט דער שווער גאר שטארק מפליא געווען זיין געוואלדיגע מדות החסד וצדקה, וואס ווי באקאנט איז די שטוב פונעם צדיק רבי משולם פייבוש זי"ע געווען אפען פאר יעדן איד, מען האט ביי אים געטראפן א אוזן קשבת פאר יעדן איינעם מיט א געוואלדיגע אהבה,

דערציילט הרה"ק מיאסלא זי"ע, אז דער שווער דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע האט געהאט א מנהג, אז וויבאלד עסן צוקער איז דאך מותרות, דערפאר האט ער די צוקער ביי זיך אין שטוב פארשפארט, און יעדער וואס האט געברויכט צוקער פאר סיי וואס האט געברויכט בעטן פונעם רבין, כדי צו מחנך זיין די שטוב נישט זיך נאך געבן קיין מותרות,

און דערפאר האט דער איידעם רבי משולם פייבוש ווען ער האט געברויכט האבן צוקער פאר די קאווע צופרי, האט ער אזוי ווי יעדן געברויכט גיין צום שווער, און וויבאלד דער איידעם איז געווען א מתמיד עצום און יעדעס מאל ער האט דאס געטון האט ער ביי זיך געטראכט אז דאס איז דאך ביטול תורה ווייל ער ברויך גיין צום שווער און ווארטן ביים טיר ביז די שווער גיבט אים די צוקער, אבער דער איידעם האט די צייט אויס געניצט צו איבער טראכטן זיין גאנצע התנהגות און מאכן א חשבון הנפש אויפן גאנצן טאג, כדי ער זאל מתקן זיין זיינע התנהגות,

איינמאל איז א איד געקומען צום שווער דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע און ער האט זיך אויף געהאלטן דארט פאר צוויי וואכן, אבער דאן האט דער איד געוואלט אהיים גיין, אבער ער האט צו זיך געטראכט, אז דער ראפשיצער רב האט אים נאך בכלל נישט געגעבן קיין דרך אין עבודת ד',

דאן איז ער אריין אין שטוב פונעם איידעם דער צדיק מבערזאן זי"ע, און געטראכט אז אפשר וועט ער אים געבן א דרך אין עבודת ד', און ער זעט דעם איידעם ארום גיין ביי זיך אין שטוב אהין און צוריק, און דאן הערט ער ווי דער צדיק רבי משולם פייבוש זאגט, און פסוק (פרשת וילך ל"א) זאגט די תורה וַיֵּלֶךְ מֹשֶׁה וַיְדַבֵּר אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה אֶל כָּל יִשְׂרָאֵל, איז די שאלה איז דען משה רבינו געגאנגען צו יעדן איד אין שטוב און איבער געגעבן דעם דבר ד' פאר יעדן איד פרעזענליך,

נאר די פשט איז אז משה רבינו איז ארום געגאנגען ביי זיך אין שטוב אין א מוראדיגע דביקות, און ער האט דארט געזאגט דעם דבר ד', און דורך דעם איז דער דבר ד' אנגעקומען צו יעדן איד, ווייל דאס איז געווען דער כח פון דעם גרויסן רבין משה רבינו ע"ה, דאן האט דער איד שוין גוט פארשטאנען וואס דער צדיק מיינט צו זאגן, אז ווען מען קומט צו א רבין דארף די רבי נישט פרעזענליך זאגן דעם דבר ד', נאר יעדער איד וואס קוקט צו דעם עבודה פונעם רבין דארף ארויס נעמען א דרך אין עבודת ד',
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משולם שרגא פייבוש היילפרין מברעזאן זצ"ל - שפת אמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

בשנת תר"ה ווען זיין טאטע איז נסתלק געווארן, האט ער איבער גענומען דאס רבנות אין ברעזאן אלס ממלא מקום פון זיין טאטן, דאן איז ער באוויסט געווארן מיט זיין געוואלדיגע גדלות בתורה און זיין געוואלדיגע קדושה מיט וואס ער האט זיך געפירט, אויך איז ער געווען באוויסט מיט זיין געוואלדיגע אהבת ישראל וואס ער האט יעדן איד ליב געהאט אהבת נפש ממש,

ער איז געווען מפורסם אלס א גרויסע עניו, ער האט פון זיך באמת נישט געהאלטן, און כסדר געזאגט אז ער איז בכלל נישט העכער פון קיין שום איד, נאר וויבאלד ער האט געהאט א הייליגע טאטע און ער האט א שווער א קדוש וטהור, דאס געט אים די כח צו קענען מדרך זיין אידישע קינדער אויפן ריכטיגן וועג און געבן ברכות,

דערציילט מען אז מיט זיין גרויסע כח דקדושה האט ער כסדר געשפירט ווען די חסידים רעדן פון זיין גדלות אין ביהמ"ד, און דער צדיק איז ארויס געקומען און געבעטן מען זאל אויפהערן רעדן פון זיין גדלות ווייל דאס שטערט אים אין זיין עבודת ד',

ער איז געווען גאר שטארק מקושר מיט די צדיקים און גאונים פונעם דור, וואס אלע בפה אחד האבן מעיד געווען אז דער צדיק איז א קדוש וטהור און טוט אלעס נאר לשם שמים און האט גאר גרויסע כוחות דקדושה,

גאר אסאך פון זיין תורה האט ער מקבל געווען פון זיין הייליגען טאטן זי"ע, אבער דער קשר וואס ער האט געהאט מיט זיין הייליגען שווער דער בעל אור ישעי זי"ע איז געווען גאר שטארק, די שווער האט דעם איידעם גאר שטארק מכבד געווען און מעריץ געווען זיין גדלות בתורה ובקדושה, און כסדר געזאגט אז דער איידעם איז א איש האמת, און כסדר געזאגט פאר זיינע חסידים אויב ווילט איר לערנען דעם ריכטיגן מרת האמת, גייט צו מיין איידעם רבי משולם פייבוש זי"ע ווייל ער איז א איש האמת,

אויך האט אים זיין שווער פון גרויסע אהבה געגעבן די תפילין וואס ער האט געהאט בירושה פון זיין שווער הרה"ק רבי נפתלי צבי בעל זרע קודש מרופשיץ זי"ע, און אויך האט אים דער שווער מסמיך געווען להוראה, ווי מען זעט וואס דער זון הרה"ק רבי אריה לייבוש זי"ע שרייבט בזה"ל, "אאמו"ר נסמך מאת אריות שבחבורה בעלי אספקלריה המאירה מאת חותנו הצדיק הקדוש מו"ה אשר ישעיה זצללה"ה נשמתו באור החיים צרורה, ובעודו רך בשנים ניתן לו הסכמה ממנו שיכתוב ידו לד' מה שחידש בתורה הטהורה בתדירא, אף כי הוא היה מקפיד על זה והזהיר באזהרה",

לגבי זיין געוואלדיגע קדושה וטהרה און זיין אהבת ישראל, קען מען זען ווי זיין זון הרה"ק רבי אריה לייבוש זי"ע שרייבט אין די הקדמה פון דעם טאטן'ס ספר שפת אמת בזה"ל, " סוב"ר הרזי"ם חכם חרשים, ידיד ה' וידיד אנשים, חכם מקובל אלוקי נבון לחשים, בוצינא קדישא דחילא ופרישא כקש"ת משולם שרגא פייבוש זצוק"ל, צדיק חסיד ועניו, וחכמת אדם תאיר פניו לקבל כל אדם בסבר פנים יפות בנועם שיחתו, האיר מחשכים, ונשמע קולו בבואו לדבר בקודש ורבים מישיני אדמת עפר אולת הקיץ לחיי עולם בקול תפילתו, כל השומע אותו אף אם אבן הוא נימוח וכחץ כליותיו הפליח, ורוח חיים בקרבו הפיח",

זיינע הייליגע דברי תורה זענען געדריקט געווארן אין זיין הייליגען ספר שפת אמת,

ער האט איבער געלאזט זיין בן יחיד הרה"ק רבי אברהם זרח אריה יהודה לייבוש בעל אמרי יהודה מבערזאן זי"ע, ממלא מקום אביו בבערזאן,
אויך האט ער געהאט א זון הצדיק אשר ישעיה זי"ע וואס איז ל"ע נפטר געווארן בחייו פונעם טאטן ביי די 16 יאר אלט,

נסתלק לגנזי מרומים י"ט אלול תרל"ד, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט ברעזאן, און ביי זיין פטירה האט ער געבעטן אז מען זאל נישט פארמאכן זיין אוהל מיט א שלאס, נאר אזוי ווי זיין שטוב איז אייביג געווען אפען פאר יעדן איד בחייו, אזוי זאל זיין ציון זיין אייביג אפען פאר יעדן איד נאך זיין פטירה,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משולם שרגא פייבוש היילפרין מברעזאן זצ"ל - שפת אמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

דערציילט מען אז נאכן פטירה פונעם טאטן זי"ע איז דער זון הרה"ק בעל אמרי יהודה זי"ע געגאנגען צום הייליגען דברי חיים מצאנז זי"ע, און בתוך הדברים האט דער הייליגער צאנזער רב זי"ע געזאגט צום זון, ווי לאנג דער טאטע איז געווען בעולם הזה איז ער געווען רבי, אבער פון יעצט זענען מיר רבי'ס,

דערציילט הרה"ק בעל אמרי יהודה זי"ע אז ווען ער איז אנגעקומען צו זיך אין שטוב האט ער שוין געטראפן א קוויטל פון די רעבעצין פונעם דברי חיים מצאנז זי"ע, און זי שרייבט דארט, אז זי האט דעם קוויטל געשיקט צו אים, ווייל זי האט נאך קיינמאל נישט געהערט פון איר הייליגער מאן דער צאנזער רב זי"ע אזאנע ווערטער אויף איינעם אז ער איז א רבי, און דערפאר האט זי גלייך געשיקט א קוויטל צו אים,
--
דערציילט דער זון הרה"ק בעל אמרי יהודה זי"ע א מעשה נורא וואס פון דעם קען מען זען אז דער טאטן זי"ע האט געהאט רוח הקודש,

געווען איז דאס יום הקדוש ביינאכט בשנת תרכ"ז נאכדעם וואס מען האט גענדיגט כל נדרי און מען האט צוריק געלייגט די ספרי קודש אינעם ארון, האט זיך דער טאטע דער בעל שפת אמת זי"ע אויף געשטעלט און געזאגט א דרשה,

ער האט אנגעהויבן מיט די ווערטער, די פסוק זאגט (תהילים ל. י"ג) לְמַעַן יְזַמֶּרְךָ כָבוֹד וְלֹא יִדֹּם ד' אֱלֹקי לְעוֹלָם אוֹדֶךָּ, האט די טאטע זי"ע מסביר געווען , אז עס איז דא צוויי בחינות פון דאנקען דעם גרויסן באשעפער,

איינס איז ווען א איד באקומט א טובה און ווערט געהאלפן מיט א ישועה, דאן דאנקט דער איד דעם באשעפער אויף די חסדים וואס דער באשעפער האט מיט אים געטון, און דאן קומט די שבח והודאה צום באשעפער אויף א גרינגערן אופן,

דאן איז אבער דא א מענטש וואס ח"ו עס איז געקומען א צרה, אבער אזוי ווי חז"ל זאגן דאך "חיים אדם לברך על הרעה, כשם שמברך על הטובה", און ח"ו אויב דער באשעפער שיקט יסורים של אהבה פאר א איד מיט מיתות בנים רח"ל, דארף א איד אויך לויבן און דאנקען דעם גרויסן באשעפער, ווייל מאיתו לא תצא הרעה, און מען דארף מקבל זיין די יסורים באהבה, און דאן האט דער הייליגער צדיק מבערזאן זי"ע מסיים געווען זיינע ווערטער בזה"ל, "איין פאטש אויף אמאל איז נאך צו דערליידן אבער נישט קיין צוויי, צו צוויי פעטש האבן מיר נישט קיין כח"

דער עולם האט נישט פארשטאנען וואס די ווערטער פונעם צדיק האט געמיינט, אבער ליידער אפאר וואכן שפעטער יום א' דחנוכה זענען ביידע קינדער פונעם רבין קראנק געווארן מיט א שרעקליכע מחלה, און די מצב האט זייער נישט גוט אויסגעזען ביי ביידע קינדער,

ליידער ח' טבת תרכ"ז איז דער זון הצדיק אשר ישעי זי"ע נפטר געווארן, אבער בחסדי ד' יתברך איז דער זון רבי לייבוש זי"ע געזונט געווארן און זיך ארויסגעדרייט, דאן האט מען שוין פארשטאנען וואס דער צדיק האט געזאגט יום הקדוש,
--
ווי דערמאנט האט דער הייליגער צדיק אנגעזאגט בעפאר זיין פטירה, אז דעם מקום פון זיין ציון זאל אייביג זיין אפען פאר אידן אז מען זאל קענען גרינג צו קומען צום ציון הקדוש, און דער זון הרה"ק בעל אמרי יהודה זי"ע האט אויף דעם זייער מקפיד געוען און נישט געלאזט דעם שומר פונעם ביה"ח לייגן א שלאס אויפן ציון הקדוש,

איין צופרי האט דער זון דער אמרי יהודה זי"ע געזאגט אז די נאכט איז דער טאטע געקומען אין חלום און געהאט תערומות אז היתכן מען האט פארשלאסן זיין ציון הקדוש און א איד האט נישט געקענט צו קומען צום ציון אנצונדען א ליכט,

אזוי ווי דער זון האט דאס גענדיגט זאגן, איז א איד אין ביהמ"ד כמעט צוזאמען געפאלן, און ווען מען האט דעם איד דערמינטערט האט ער דערציילט, אז ער האט א מנהג אז אונעם טאג פונעם יארצייט פון זיינע עלטערן וואס ליגען אינעם ביה"ח ווי דער רבי ליגט, גייט ער אייביג ארויף צו ציון פונעם רבין און צינט אן א ליכט לעילוי נשמתו פונעם צדיק,

אבער נעכטן איז געווען די יארצייט פון איינע פון די עלטערן און ווען ער איז אנגעקומען צום ציון פונעם צדיק איז דאס געווען פארשלאסן, און ער האט נישט געהאט די כח אראפ צו גיין צום שומר צו בעטן אז ער זאל אויף מאכן דעם ציון, און נאכאמאל ארויף גיין צום ציון, דאן האט דער הייליגער אמרי יהודה הנאה געהאט אז ער האט זיך אייביג געפירט ווי דער הייליגער טאטע האט געבעטן אז דער ציון זאל נישט פארשלאסן ווערן, ווייל דער הייליגער צדיק מעולם העליון האט געוואלט אייביג זיין אפען כדי צו העלפן א איד בעת צרה אדער סיי וואס יענער ברויך, בְּחַיֵּיהֶם וּבְמוֹתָם לֹא נִפְרָדוּ,
--
לערן א משנה און צינד אן ליכט לעילו נשמת:
*הרה"ק רבי משולם שרגא פייבוש ב"ר נפתלי הירץ זי"ע.*
די זכות פונעם צדיק וועט זיכער מיגן זיין.

עוֹשֶׂה אָדָם אֶת שָׂדֵהוּ שָׁלֹשׁ שָׁלֹשׁ אַשְׁפַּתּוֹת לְבֵית סְאָה. יָתֵר מִכָּאן, מַחֲצִיב, דִּבְרֵי רַבִּי שִׁמְעוֹן.
וַחֲכָמִים אוֹסְרִין, עַד שֶׁיַּעֲמִיק שְׁלֹשָׁה, אוֹ עַד שֶׁיַּגְבִּיהַּ שְׁלֹשָׁה.
עוֹשֶׂה אָדָם אֶת זִבְלוֹ אוֹצָר. רַבִּי מֵאִיר אוֹסֵר, עַד שֶׁיַּעֲמִיק שְׁלֹשָׁה, אוֹ עַד שֶׁיַּגְבִּיהַּ שְׁלֹשָׁה.
הָיָה לוֹ דָבָר מֻעָט, מוֹסִיף עָלָיו וְהוֹלֵךְ.
רַבִּי אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה אוֹסֵר, עַד שֶׁיַּעֲמִיק שְׁלֹשָׁה, אוֹ עַד שֶׁיַּגְבִּיהַּ שְׁלֹשָׁה, אוֹ עַד שֶׁיִּתֵּן עַל הַסָּלַע:
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משולם שרגא פייבוש היילפרין מברעזאן זצ"ל - שפת אמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

יארצייטן פון צדיקים י"ט אלול
אטעטשמענטס
IMG-20230903-WA0011.jpg
IMG-20230903-WA0011.jpg (125.78 KiB) געזען 249 מאל
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משולם שרגא פייבוש היילפרין מברעזאן זצ"ל - שפת אמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

זי"ע
אטעטשמענטס
IMG-20230903-WA0010.jpg
IMG-20230903-WA0010.jpg (52.7 KiB) געזען 248 מאל
IMG-20230903-WA0012.jpg
IMG-20230903-WA0012.jpg (26.18 KiB) געזען 248 מאל
IMG-20230903-WA0013.jpg
IMG-20230903-WA0013.jpg (92.47 KiB) געזען 248 מאל
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: רבי משולם שרגא פייבוש היילפרין מברעזאן זצ"ל - שפת אמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

הרחבה האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 7:20 am
זמן לא רב לפני הסתלקות מרן הצמח צדיק מויזניץ זי"ע, בשנת תרמ"ד, נשא בזיווג-שני את הרבנית הצ' מרת רבקה ע"ה, בת ש"ב הרה"צ רבי צבי הירש מפעטשניזין בן הרה"ק רבי דוד מזאבלטוב זי"ע בן מרן ה"אהבת שלום" זי"ע.
הרבנית רבקה באה אל בית הצמח צדיק עם כמה מצאצאיה, והם התגוררו בבית רבינו. בנה הרה"צ רבי מנחם מענדיל היילפרין זצ"ל מבערזאן מדוקלא הושפע מאוד מהנהגת קדשו של רבינו הצמח צדיק, וכל ימיו כאשר היה גר בדוקלא, נהג בהרבה ממנהגי ויזניץ.
מצו"ב תמונת הרה"צ רבי מנחם מנחם מענדיל הלפרין זצ"ל מבערזאן-דוקלא בנו חורגו של מרן הצמח צדיק זי"ע
האם ידוע למישהו יותר פרטים על הצדיק מדוקלא, מי היה אביו, מתי נפטר, וכו'?
אטעטשמענטס
דער יוד ווארשא כא טבת תרפג.JPG
דער יוד ווארשא כא טבת תרפג.JPG (110.16 KiB) געזען 219 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
הרחבה
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 5:23 am

Re: רבי משולם שרגא פייבוש היילפרין מברעזאן זצ"ל - שפת אמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרחבה »

בן בוזי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 3:50 pm
הרחבה האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 7:20 am
זמן לא רב לפני הסתלקות מרן הצמח צדיק מויזניץ זי"ע, בשנת תרמ"ד, נשא בזיווג-שני את הרבנית הצ' מרת רבקה ע"ה, בת ש"ב הרה"צ רבי צבי הירש מפעטשניזין בן הרה"ק רבי דוד מזאבלטוב זי"ע בן מרן ה"אהבת שלום" זי"ע.
הרבנית רבקה באה אל בית הצמח צדיק עם כמה מצאצאיה, והם התגוררו בבית רבינו. בנה הרה"צ רבי מנחם מענדיל היילפרין זצ"ל מבערזאן מדוקלא הושפע מאוד מהנהגת קדשו של רבינו הצמח צדיק, וכל ימיו כאשר היה גר בדוקלא, נהג בהרבה ממנהגי ויזניץ.
מצו"ב תמונת הרה"צ רבי מנחם מנחם מענדיל הלפרין זצ"ל מבערזאן-דוקלא בנו חורגו של מרן הצמח צדיק זי"ע
האם ידוע למישהו יותר פרטים על הצדיק מדוקלא, מי היה אביו, מתי נפטר, וכו'?
לפי זה יוצא שהגרמ"מ היילפרין מבערזאן דוקלא נישא לא יאוחר משנת תרמ"ג, והיינו שכאשר נישאה אימו הרבנית רבקה, הוא גם כבר היה נשוי, ולא נתגדל בבית הצמח צדיק.
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע: אין ביבליאטעק

Re: רבי משולם שרגא פייבוש היילפרין מברעזאן זצ"ל - שפת אמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

מיללער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 4:40 pm
אננעמער האט געשריבן:
חתנו רבי פייוויש בערז'אנער בעל שפת אמת
וואלט אולי כדאי געווען אן אשכול נפרד למשפחת היילפרין-ברעזאן נכדי בעל שפת אמת וראפשיץ, אבער לאמיר דערווייל מאכן אביסל סדר.

צאצאי הרה"ק רבי משולם שרגא פייבוש היילפרין אב"ד ברעזאן בעמח"ס שפת אמת - בהרה"ק רבי נפתלי הירץ היילפרין וחדב"ן (בזוו"ש) הרה"ק רבי אשר ישעי' מראפשיץ זצוק"ל

בניו מזוו"ר
א. בנו ר' חנניה יוסף
ב. בתו ברכה אשת ררבי יעקב יעקבקא היילפרין מסוקוליבקא בעמח"ס ברכת יעקב ויעקב לחק
מזוו"ש בהרה"ק מראפשיץ
ג. רבי אברהם זרח ארי' יהודא לייבוש היילפרין מברעזאן בעמח"ס אמרי יהודה חתן הרה"ק רבי יואל משאץ

בני רבי [אזא"י] ליבוש מברעזאן:
א-א. בנו רבי שרגא פיבוש היילפרין אב"ד זאביע וברעזאן - חתן ר' פנחס מזאביע נכד הרה"ק מקאריץ
א-ב. בנו רבי אהרן היילפרין מברעזאן חתן רבי מאיר משאץ
א-ג. בנו רבי מתתיהו חיים היילפרין אב"ד דאבשיץ
א-ד. בנו רבי טובי' יחיאל מיכל היילפרין מסאסאוב - חתן הרה"ק רבי שלמה מסאסוב
א-ה. בנו רבי יואל היילפרין מזשילין
פאריגע וואך איז אוועק מרת קלאנג פון ב”פ (viewtopic.php?p=4800985#p4800985) זי איז געווען די לעצטע אייניקל פון רבי לייביש בערזאנער און כמדומני אויך די לעצטע אור אייניקל פון רבי פייוויש בערזאנער
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”