רבי מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל - י"ט אייר תקע"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל - י"ט אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק רבי ר' מנחם מענדל מרימנוב , איז געוועהן א תלמיד פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע. ער האט אין די יונגע יארן געוואוינט אין די שטאט פריסטיק, און שפעטער האט ער געוואוינט אין רימנוב. עס איז ידוע אז ער האט געוואלט בימיו ברענגען משיח'ן, נאר עס וואלט געקאסט פיל אידישע קרבנות, און וועגן דעם האבן אנדערע צדיקים נישט געוואלט, און ער האט נישט מצליח געוועהן מיט זיין רצון. פאר זיין פטירה האט ער געזאגט "איך האב געוואלט ברענגען משיח בדורינו, אבער זיי האבן נישט געוואלט, אויב אזוי האב איך מורא אז מ'וועט נאך זעהן גרינע ווערים מיט קופערנע פיסקעס ביז דער גואל צדק וועט קומען" (דאס מיינט, אז עס וועלן נאך חלילה זיין גרויסע צרות ויסורים ביז משיח וועט קומען), אזוי האבן צדיקים נאכגעזאגט משמו.

ער איז נפטר געווארן י"ט אייר (ל"ד בעומר) שנת תקע"ה, זי"ע ועכ"י.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

הרה"ק רבי ר' מנחם מענדל מרימנוב זי"ע
אטעטשמענטס
k_Riminov5.JPG
k_Riminov5.JPG (25.63 KiB) געזען 11563 מאל
the SCY is the limit
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

ס'איז אינטערעסאנט, אז אין יענער צייט האט מען געשריבן אזעלעכע קליינע נסחאות אויף מצבות, אפי' פאר אזעלעכע הייליגע אידן.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

salads האט געשריבן:ס'איז אינטערעסאנט, אז אין יענער צייט האט מען געשריבן אזעלעכע קליינע נסחאות אויף מצבות, אפי' פאר אזעלעכע הייליגע אידן.


עס קען זיין אז דאס איז אן ענין פון סיימתי' לכולהו שבחא דמר וואס די גמ' זאגט, דאס הייסט אז ביי גרויסע אידן וואס מיר קענען נישט שאצן זייער גרויסקייט פאנגט מען ניטאמאל אן, אזוי ווי ביי די אבות הקדושים און שפעטער משה רבינו און די נביאים ווערן נישט גערופען מיט קיינע טיטלען ווי הרב אדער רבינו (פון פארדעם רעד איך).

איך ברענג אפיר דעם אשכול לכבוד דעם בעפארשטייענדן יארצייט, דארט אין רימינוב געפינט זיך אויך דער ציון פון משמשו וממלא מקומו ר' הערשעלע מרימינוב און אויך הרבנית מירש בתו של הנועם אלימלך.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק רבי מנחם מענדיל פון רימנוב איז געבוירן געווארן אין יאר תק"ה. זיין פאטער ר' יוסף וועלכער איז געווען א פשוטער אבער ערליכער איד, איז נפטר געווארן נאך איידער ער איז געבוירן געווארן. אלט-זייענדיג קוים צוויי יאר איז ער ל"ע פארבליבן א קיילעכדיגע יתום, ווען זיין מאמע איז אויך נפטר געווארן. ער איז אויפגעוואקסן און געלערנט מיט גרויס התמדה אין שטאט האמבורג. צדיקים האבן געזאגט אז זיין נשמה האט א ניצוץ פון דעם הייליגן "רי"ף", רב יצחק אלפסי זי"ע. רבי מנחם מענדיל האט טאקע פון זיין יוגנט-אטן אסאך געלערנט רי"ף. שפעטער איז ער נתקרב געווארן צום רבי'ן ר' שמעלקא, און ער האט ביי אים געלערנט אין זיין ישיבה אין ניקלשבורג. דער רבי ר' שמעלקא האט אים מקרב געווען צום דרך החסידות און ער איז געווארן פון די הייליגע תלמידים פון רבי'ן ר' אלימלך זצ"ל. נאך זיין חתונה האט ער געוואוינט אין פריסטיק און שפעטער אין רימנוב. נאך די הסתלקות פון רבי'ן ר' אלימלך האבן זיך די גרויסע תלמידים צעטיילט מיט זיינע הייליגע מדריגות און אויפ'ן רבי'ן רבי מענדעלע האט מען געזאגט אז ער האט גע'ירש'נט דעם הייליגן מח פון רבי'ן ר' אלימלך. ער האט געפירט אינעם שטאט רימאנוב ביז'ן לעצטן טאג פון זיין פטירה י"ט אייר תקע"ה, און פון זיינע דברי תורה איז איבערגעבליבן די ספרים מנחם ציון, תורת מנחם און דברי מנחם און נאך. זיעועכי"א
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער רבי ר' מענדעלע פון רימנוב איז געווען א תלמיד מובהק פון רבי'ן רבי אלימלך זי"ע. וויאזוי איז ער דערנענטערט געווארן צום רבי'ן ר' אלימלך? דאס האט אמאל דערציילט דער מאגלניצער רבי הגה"ק רבי חיים מאיר יחיאל זי"ע ("דער שרף") ווי פאלגענד: דער רבי ר' מענדעלע איז געווען אין זיין יוגנט א למדן און גרויסער ירא שמים, קיין חסיד איז ער נאך נישט געווען, און איז נישט געפארן צו קיין רבי'ן, נאר איז געזעסן און געלערנט טעג און נעכט בהתמדה גדולה ועצומה.

איינמאל איז ער געזעסן אינמיטן די נאכט און זיך געפלאגט צו פארשטיין א שווערן רי"ף. ער האט זיך לאנג געמוטשעט און נישט געקענט טרעפן דעם ריכטיגן פשט, ער האט זיך דערפון זייער שטארק מצער געווען, ביז ער האט אויסגעבראכן אין א געוויין, און האט זייער שטארק געוויינט פארוואס ער האט נישט די זכי' צו פארשטיין די ווערטער פון רי"ף. אזוי וויינענדיג איז ער אנטשלאפן געווארן. האט ער זיך גע'חלומ'ט, ווי ער זעט דעם בעל הרי"ף אליין, האט ער געבעטן דער רי"ף ער זאל אים זאגן פשט אין זיינע ווערטער אין ספר הרי"ף אויף וואס ער פלאגט זיך שוין אזוי לאנג.

האט אים דער רי"ף געענטפערט: "איך בין דיר מייעץ, דו זאלסט פארן צום רבי'ן ר' אלימלך קיין ליזענסק, און אז דו וועסט דיך אין אים מדבק זיין, וועט דיר שוין גארנישט שווער זיין אין מיין ספר". ווען רבי מענדעלע האט זיך אויפגעכאפט פון זיין שלאף, האט ער זיך גלייך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו פארן קיין ליזענסק. איידער ער איז אנגעקומען קיין ליזענסק, האט דער רבי ר' אלימלך געזאגט צו זיינע תלמידים: "יעצט גייט צו מיר א בחור וואס השי"ת בארימט זיך מיט אים! ווייל ער וויל דינען השי"ת מיט אן אמת!" אנפאנג ווען רבי מענדעלע איז אנגעקומען קיין ליזענסק האט אים דער רבי ר' אלימלך אביסל מרחק געווען, אבער שפעטער האט ער אים גענומען זייער שטארק מקרב זיין ביז ער איז געווען פון די גאר נאנטע מקורבים צום רבין רבי אלימלך זי"ע. (ביז אהער שטייט אין ספר שיחות חיים וואס דער מחבר האט געהערט מפה קדשו פון מאגלניצער זי"ע)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער ציון המצוינת פון הרה"ק רבי מנחם מענדיל מרימאנוב זצ"ל געפינט זיך אינעם בית- החיים פון שטאט רימאנוב. אין די מלחמה-יארן איז דער גאנצער ביה"ח געוען תוהו-ובוהו. די דייטשע רשעים ימש"ו האבן אפגעמעקט יעדעס זכר פון די אור-אלטע מצבות, גלייך ווי זיי האבן געטון צו די אלע אנדערע אידישע הייליגטומער.

אויך דער הייליגער אוהל פון רבי מענדעלע איז נישט פארשוינט געווארן, אבער אין רימאנוב האט זיך דאן געפונען א איד וועלכער פלעגט אין די פריערדיגע יארן כסדר גיין אויפ'ן ביה"ח, און ער האט גוט געדענקט דער פונקטליכער מקום מנוחה, וואו עס ליגט דער רבי ר' מענדעלע זי"ע.

ווען די דייטשן ימ"ש האבן צוזאמגענומען די אידישע איינוואוינער פון שטאט, זיי אפצופירן צו די טויט-לאגערן קיין אוישוויץ, האט מען זיי אריבערגעפירט דעם ביה"ח, אויך דער איד האט זיך דארט געפונען, און ער האט אנגעוויזן פאר זיינע אחים-לצרה וואו עס איז דער הייליגער קבר פון רבי ר' מענדעלע. די אומגליקליכע אידן האבן זיך פאר א וויילע אפגעשטעלט און צום לעצטן מאל פארגאסן טרערן אויפ'ן צדיק'ס קבר.

דער טראנספארט איז טאקע שפעטער אפגעפירט געווארן קיין אוישוויץ און די אידן זענען צעטיילט געווארן אין פארשידענע לאגערן. דער איד איז פלאצירט געווארן אין א קאנצענטראציע לאגער, וואו ער האט אריינגעגעבן א קלאגע אז ער איז קראנק און ער קען נישט ארבעטן. ער איז באלד אריינגעשיקט געווארן אין שפיטאל און דערווייל זיך טאקע גע'פטר'ט פון די שווערע ארבעט.

איין נאכט האט זיך דער איד גע'חלומ'ט ווי ער געפונט זיך אינדערהיים אין רימאנוב און ער זיצט אין ביהמ"ד אינאיינעם מיט זיינע חברים וועלכע פארברענגען אין א לחיים, אבער ווען ער האט געוואלט געבן לחיים האבן זיי געשריגן אויף אים: ניין, דו ביסט נישט פון אונזערע! א פארוואונדערטער האט ער געפרעגט: פארוואס בין איך נישט פון אייערע, כ'האב דאך צוזאמען מיט אייך געדאוונט און געלערנט! זיי האבן אבער גארנישט געוואלט הערן און האבן גע'טענה'ט: דו ביסט נישט פון אונזערע.

עס האט אים זייער גע'ארט וואס זיי שליסן אים אויס פון די חברייא, און ער האט אנגעהויבן צו וויינען און שרייען: איך האב דאך געוויזן פאר'ן עולם וואו רבי מענדעלע ליגט, פארוואס בין איך נישט פון אייערע! הערנדיג דעם טענה האבן זיי זיך אנגערופן: אזוי, דו האסט געוויזן וואו רבי מענדעלע ליגט, אויב אזוי קומסטו דאך נישט דא, גיי שוין ארויס פון דא! און מיט די ווערטער האט ער זיך אויפגעכאפט.

זיין הארץ האט שטארק געקלאפט, די ווערטער "גיי ארויס פון דא" האט נאך געקלינגען אין זיין מח און אים נישט צורו-געלאזט. געפונענדיג זיך אין שאטן פון טויט האט דער איד געשפירט ווי די ווערטער רעדן צו אים און זיי ווארענען: גיי ארויס פון דא, גיי ארויס פון דא.

א דערשראקענער האט ער זיך אויפגעהויבן און מיט פחד ארויסגעלאפן צום א דירעקטאר, זאגנדיג אז ער איז פולקאם געזונט און ער וויל פארלאזן דעם שפיטאל. מ'האט אים טאקע באלד ארויסגענומען פון דארט און אים איינגעשטעלט אין אחן ארבעט'ס בריגאדע.

דער גרויסער נס וואס האט מיט אים פאסירט האט דער איד ערשט שפעטער געזען. עס איז אדורך קוים עטליכע שטונדן זינט ער האט פארלאזט דעם שפיטאל, ווען די עס-עס געסטאפא לייט ימ"ש זענען אנגעקומען און אועקגענומען אלע קראנקע פון שפיטאל. די רייכענדע קוימענס וועלכע ער האט באמערקט ווי-נאר ער איז אוועקגעגאנגען פון דארט, האבן מעיד געווען וואס זייער שיקזאל איז נעבעך געווען הי"ד.
ער האט מיט גרויסע ניסים איבערגעלעבט דעם קריג, און ווען ער פלעגט דערציילן וואס מיט אים האט פאסירט אין יענע פינסטערע טעג האט ער אויך דערציילט דעם סיפור וויאזוי ער איז ניצול געווארן ממות לחיים, אין זכות פון דעם גרויסן צדיק דער רבי ר' מענדעלע רימאנובע
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זיידעניו,

וואו איז דער מקור הסיפור מיט'ן ציון פון ר' מענדעלע ביי די צווייטע וועלט מלחמה?
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איך האב עס געהערט פון א אלטע מלמד
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זיידעניו האט געשריבן:איך האב עס געהערט פון א אלטע מלמד


וואס האט עס געהערט פון?
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

מילער, זיידעניו

כ'האב שוין אויך געהערט די מעשה, (מיט עטליכע קליינע שנוים) אין מיט די ריכטיגע נאמען. דער איד לעבט נאך אין ירושלים, ער איז א ת"א חסיד, כ'ווייס אבער נישט צו כ'מעיג פורש בשם זיין.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

הרב פינטער פון פלעטבוש, (דער פון די ספרים) א רומענוב'ער אפשטאמיגער דערציילט א אינטערעסאנטע עובדא.

כידוע ליגט רבי ר' מענדעלע אויף א הויכע בארג אין שטאט רומנוב, פון ווי מ'קען זעין די גאנצע שטאט.

דער הייליגער רבי ר' מענדעלע האט צוואה געלאזט אז מ'זאל מאכן א פענסטער אין זיין אוהל קעגן שטאט. ער האט געזאגט אז רומנוב איז ר"ת רע מנעיריו, דעריבער זאל מען מאכן א פענסטער וואס זאל קיקן פון זיין אוהל צום שטאט, צו ווייזן אז ער איז געבליבן דער שומר העיר.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

די טאכטער פון רבי ר' אלימלך ליגט אינטערן אוהל
זי האט געהייסן מירוש
דער רבי ר' אלימלך מאמע האט אויך געהייסן מירוש
כידוע האט ר' מענדעלע אויסגעהאלטן די קינדער פון רבי ר' אלימלך
איין טאכטער ליגט אין פריסטוק דארט ווי ר' מענדעלע איז אויך געווען רב
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

ר' מענדעלע רעבעצין ליגט לעבן אים וואס מען זעט כמעט נישט ביי נאך תלמידי בעש"ט
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

אין מליצי אש ווערט געברעגט אז ער איז נסתלק געווארען תקע"ד לפ"ק
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

די סיבה פארוואס די רעבעצין ליגט נעבן ר' מענדעלע איז
ווייל איינמאל האט די רעבעצין אפאר טעג גארנישט געהאט קיין עסין וואס צי געבן פאר איר גרויסע מאן
איז זי געגאנגען צים בעקער זי זאל איר געבין א שטיקל ברויט האט דער בעקער געטאהנעט אז זי איז שילדיג אסאך געךט אבער אויב זי וועט אים פארקויםן איר עולם הבא איז ער גרייט צי געבן
האט זי פארקויפט איר עולם הבא
ווען זי האט געברענגט די ברויט האט זי געוויינט
האט ר' מענדעלע געפרעגט פאר וואס זי וויינט האט זי גענטפערט ווייל זי האט פארקויפט איר עולם הבא
האט ער גענטפערט ווען די ברענגסט ווען נישט יעצט די ברויט וואלט מיין חיות יעצט אויסגעגאנגען פון נישט עסן אזוי לאנג
אין וווען איינער ראטעוועט איינעמ'ס לעבן איז כאילו קיים עולם מלא
אין ער האט איר ציגעזאגט עולם הבא
וועגן דעם ליגט זי נעבן אים זי"ע
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

אמר הרה'ק מרימינאוו זי'ע ;
למה נסמכה מחלוקת קורח ועדתו לכ'ד מתנות כהונה
לומר לך שלא די שהחולקים על הצדיק אינם יכולים לעשות לו רעה ח'ו,
אלא אף אדרבא מוסיפים לו עי'ז יותר טובות ומתנות מן השמיים .
מנחם ציון פ' קרח
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

salads האט געשריבן:מילער, זיידעניו

כ'האב שוין אויך געהערט די מעשה, (מיט עטליכע קליינע שנוים) אין מיט די ריכטיגע נאמען. דער איד לעבט נאך אין ירושלים, ער איז א ת"א חסיד, כ'ווייס אבער נישט צו כ'מעיג פורש בשם זיין.

פארװאס זאל מען נישט מעגען? אדרבא און אזא דור יתום איז יעדער אזא מעשה נאך װיכטיגער און חיזוק אין דער אמונה! און עס איז אינו דומה װען מען פארציילט מיט א נאמען װי אן א נאמען (ספיעצעל װען דער איד לעבט לאויוש״ט)
(נ.ב.
װען מען האט עס דיר פארציילט האסט די אויך געקלערט אז אפשר טארסט די עס נישט הערען.. עכ״פ אל תמנע טוב)
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

לכבוד ההילולא,
פעם אחת שאל החוזה הקדוש מלובלין את הרה"ק רבי מנחם מנדל מרימנוב זי"ע אם יש לו חסידים ןיענהו כן, יש לנו ב"ה חסידים, ובמה הנם חסידים, שאל שוב החוזה הקדוש, חסידים שלנו ענהו הרה"ק מרימנוב, שוקדים על עיון הש"ס ותוספות, אם כן נענה אחריו החוזה הק', הנם באמת חסידים.
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

איז אמת אז הרה"ק ר' מענדלע מרימנוב האט געהייסן 'טארים' אויף זיין לעצטן נאמען?
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

סאיז א גרויסע סגולה צו צינדן ליכט לע"נ

איך ווייס אפאר מענטשן וואס זענען שוין געהאלפען געווארען מיט גרויסע ישועות פארן צינדען 40 טעג לעכט לעילוי נשמת ר' מנחם מענדל ב"ר יוסף.

און איך אליין קען זאגען איך בין אויך געהאלפען געווארען ב"ה.



צ.נ.צ.ב.ה.
Normal is just a setting on the washing machine
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

דער פאייע רב ז"ל פון וויליאמסבורג האט נאכגעזאגט פון זיין פאטער, א תלמוד פון שינאווע רב זי"ע, אז ער האט געהערט פון שינאווע רב אז רבי ר' מענדעלע האט געזאגט. אז בחיים חיותו האט ער געשאקלט מיט אלע עולמות, לאחר פטירתו וועט ער זיך שטעלן אויף דו לענג און דו ברייט א טובה צו טיען פאר דו וואס וועלן צונדן א ליכט לעילו נשמתו.

וויאויך האב איך געהערט פון ר' נתן יוסף מייזעלס ז"ל נאכזאגן פון פאאיע רב אז דער פאייער רב האט דערציילט אז דער שינאווע רב האט נישט געלאזט צונדן קיין ליכט ביי זיך אין בהמ"ד ביי קיין שום יאהרצייט, חוץ ביי רבי ר' מענדעלע רומענובער'ס יאהרצייט האט מען געצונדן אזוי פול ליכט ווי מ'האט נאר געקענט אז אלע לאדענעס פון דו פענסטער זענען שווארץ געווארן פון אזוי פול ליכט.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

קהת

דו סגולה אנצוצונדן א ליכט לעי"נ רבי ר' מענדעלע, איז אפי' נאר איין ליכטל און אפי' נאר איין טאג.
אבער טאפעלט איז שטערקער, און טריפלט זיכער, א.א.וו.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

דער הייליגער רבי ר' מענדעלע מרומענובער האט 22 צוויי און צוואנציג יאהר געזאט תורה אויף פרשת המן, און דאדורך משפיע געווען פרנסה פארן גאנצן דור.

ר' יענקעלע זאגט נאך אויף'ן טעיפ פון ר' אליעזר דזשיקעווער זי"ע אז "דער רבי ר' מענדעלע האט אראפ געברענגט אזא השפעה אז מלאכים זענען אראפ געקומען און זיך פארשטעלט ווי גוים איינצוקויפן ביי אידן, אז זיי זאלן האבן פרנסה."

אוי ווי נעמט מען אין היינטיגער דור אזא רבי ר' מענדעלע...
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

מען זאגט נאך פון צדיקים אז דער רבי ר' מענדעלע איז געווען "א שם הו-י-א איינגעהילט אין א בעקוטשע"
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”