ר' בער אפפענהיימער מפרעשבורג בעמח"ס מי באר

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מיללער האט געשריבן:הרב האוהב, תודה על דבריך, אבל אם קטן אתה בעיניך וכו'

להמשך, אין זיין ספר 'מי באר' זעהט מען זיין חריפות און בקיאות בש"ס ופוסקים, ער שרייבט זיך מיט די גרעסטע גאוני וגדולי הדור ווי; דער חתם סופר, קצות החושן, מהר"ם בנעט, בני הנו"ב ר' שמואל ור' יעקבקא סג"ל לאנדא, אחיו ר' חיים אפענהיים (אחיו קרא לעצמו בשם אפפענהיים ולא אפפענהיימער כמוהו) ובנו ר' בער אב"ד דרעזניץ, ר' דוד דייטש אב"ד עיר חדש, ר' ברוך ייטלס מפראג בעל טעם המלך, ר' ארי' לייב הפלאצקער גאון, מהר"ם מינץ מאויבן ישן, הברוך טעם וחתנו ר' מאיר יחיאל קאמינער, ר' אפרים זלמן מרגלית מבראד הבית אפרים, ר' אליעזר פלעקלס מפראג בעל תשובה מאהבה, ר' אלעזר לאנדא מבראד בעל יד המלך, ר' משה טויבש אב"ד סניעטין, ר' בנימין זאב רפ"פ מפאפא בעל חליפות שמלות בנימין, בעל ישועות יעקב מלבוב, אויך האט ער דארט אפאר תשובות צו א שוואגער בשם ר' ארי' לייב ראדינען אב"ד גאלאנטא, ברויך מען וויסען מער פרטים וויאזוי יענער איז געווען א שוואגער, אויך דערמאנט ער זיין איידעם ר' אברהם הירשלער פון וויען.

וישמע חכם ויוסיף לקח


דא איז די אינפארמאציע וואב כ'האב צוזאם געשטעלט פון זיין הקדמה און פון וואס הרב קינסטליכער לייגט צו.

ר' דוב בער אפפענהיימער איז געבוירען געווארען און שנת תק"כ צו זיין טאטע רבי יצחק פון פיורדא (ער רופט אים אן 'פחד יצחק') דער זוהן פון הגאון רבי בער אבד"ק פרידבורג והמדינה וואס זיין טאטע אדער טאטע'ס טאטע איז געווען א זוהן פון הגאון רבי דוד אפענהיים זצ"ל אבד"ק פראג והמדינה.

רבי בער אבד"ק פרידבורג איז געווען אן איידעם פון הגאון רבי ברוך כהנא ראפאפארט זצ"ל אבד"ק פיורדא.

רבי יצחק'ס פרוי (ר' בער'ס מאמע) איז געווען (ער רופט איר אן 'הצדיקת') מרת ריזל דער טאכטער פון 'הנכבד ר' קאפל דייטש ז"ל'. זעהט אויס משפחה מיט הגאון רבי דוד דייטש זצ"ל אבד"ק עיר חדש וואס שרייבט צו אים 'ש"ב'. אויב אזוי איז ער געווען אן אייניקל פון דער 'מור דרור' זצ"ל.

זיין טאטע רבי יצחק האט אים מיט זיין ברודער ר' חיים אפפענהיים געפירט לערנען קיין פיורדא, פשטות ביי הגאון רבי יוסף שטיינהארט אבד"ק פיורדא. ער שארייבט אויך זיין ברודער: "החידושים על שיטות והסוגיות קראתי בשם 'פלגי מים', בו יזכר זכרון הוא אחי הצדיק המפורסם הרב המאה"ג החריף הבקי מו"ה חיים אפפענהיים נ"ע, הטא הפיץ תורה ברבים, פעל ועשה צדקות הרבה בעיר מושבו דרעזניץ במדינת מעהרין".

ער ברענגט אויךך זיינע פעטערס, די זוהן פון הגאון רבי ברוך כהנא ראפאפארט זצ"ל אבד"ק פיורדא, זיי זענען, "הרב הגאון מו"ה ליב אבד"ק הארצפעלד, ואחיו הרב הגאון מו"ה הרש אבד"ק וואלערשטיין...הכהנים משרתי ה' ".

זיין פרוי איז געווען "אשה היקרה יטל בת השוע היקר ה"ה שלמה טעלש ז"ל. זייער טאכטער הינדלה האט חתונה געהאט מיא ר' אברהם הירשלער. אויך האט ער געהאט א זוהן "בכורי לבנים, הוא הבחור היקר כ"ה ברוך יחי' ".

בזווג שני האט ער חתונה געהאט מיט "אסתרל בת הנכבד ה"ה איצק בינאוויץ ז"ל".

זיין שווער הנגיד ר' שלמה טעלעש (ארענשטיין) איז אויך געווען דער שווער פון: רבי ארי' ליב פוקס אבד"ק וועסברין, רבי שלמה'ס ברודער'ס זוהן רבי ארי' יהודה ליב טובער טעלעש אבד"ק גאלאנטא, רבי אהרן משה גידונג אבד"ק פעזינג, און רבי משה ב"ר עקיבא פרידענטאהל אבד"ק טריטש ושאראגראד.

ר' בער איז נפטר געווארען און פרעשבורג י"ג תשרי תר"י. עס איז גדעדרוקט פיר תשובות פון חתם סופר צו אים, און ער ווערט דערמאנט און איגרות סופרים וועגען א השתדלות וואס ער האט געטוהן.

איך האב ערגעץ געזעהן אז ער איז געווען רב און אייבשיץ און עס איז דא א דרשה וואס ער האט געהאלטען לכבוד הקיסר.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון וועל איך פרובירן ברענגן די געוואלדיגע ברייטקייט פון ידידנו החשוב צו עטוואס מער א שלמות:
SPUSMN האט געשריבן: רבי יחזקאל'ס זוהן רבי אהרן יוסף שמואל זצ"ל וואס מען זאגט אויך אים אז ער איז געווען ממש ווי זיין טאטע (כ'מיין אז דער חתם סופר שרייבט עפעס אזוי צו אים) איז געווען א תלמיד פונעם שמן רוקח און געווארען אן איידעם ביי זיין רבי'ס זוהן דער שערי תורה. רבי אהרן יוסף שמואל זצ"ל האט ממלא מקום געווען זיין גרויסען טאטען על פי המלצת החתם סופר, און איז געווען דער שווער פון צוויי גרויסע תלמידי חתם סופר, רבי כלב פייבל שלעזיגער זצ"ל אבד"ק טאפאלטשאן און רבי פסח זינגער זצ"ל אבד"ק פ"ק וואס ווען ער איז נפטר געווארען ערב פסח האט דער כתב סופר זצ"ל געזאגט אויך אים אז ער איז געווען א קרבן פסח.

א) הגאון ר' אהרן יוסף שמואל ווערט אויך אנגעצייכנט אין אגרות סופרים אלץ תלמיד מרן החת"ס. (קען זיין נאר וויבאלד ער האט איהם מסמיך געוועהן להוראה).
ב) הגאון ר' כלב פייבל שלעזינגער איז געווען בלויז 12 יאר אלט ווען מרן החת"ס איז נסתלק געווארן, און איז א תלמיד פון כתב סופר.
ג) הגאון ר' פסח זינגער איז געוועהן אב"ד קירכדארף. דער אויסדרוק פון כתב סופר איז נישט געוועהן בעת פטירתו ווייל ער איז נסתלק געווארן בשנת תרנ"ח ווען די הייליגע כתב סופר האט שוין לאנג נישט געלעבט. נאר בחייו האט זיך די כתב סופר כעין אזוי אויסגעדרוקט אויף איהם, בעסער געזאגט "אין פסח שני בזה"ז"

SPUSMN האט געשריבן: דא איז די אינפארמאציע וואב כ'האב צוזאם געשטעלט פון זיין הקדמה און פון וואס הרב קינסטליכער לייגט צו.

זיין טאטע רבי יצחק האט אים מיט זיין ברודער ר' חיים אפפענהיים געפירט לערנען קיין פיורדא, פשטות ביי הגאון רבי יוסף שטיינהארט אבד"ק פיורדא. ער שארייבט אויך זיין ברודער: "החידושים על שיטות והסוגיות קראתי בשם 'פלגי מים', בו יזכר זכרון הוא אחי הצדיק המפורסם הרב המאה"ג החריף הבקי מו"ה חיים אפפענהיים נ"ע, הטא הפיץ תורה ברבים, פעל ועשה צדקות הרבה בעיר מושבו דרעזניץ במדינת מעהרין".

ר' בער איז נפטר געווארען און פרעשבורג י"ג תשרי תר"י. עס איז גדעדרוקט פיר תשובות פון חתם סופר צו אים, און ער ווערט דערמאנט און איגרות סופרים וועגען א השתדלות וואס ער האט געטוהן.

איך האב ערגעץ געזעהן אז ער איז געווען רב און אייבשיץ און עס איז דא א דרשה וואס ער האט געהאלטען לכבוד הקיסר.

א) הגאון ר' חיים אפפענהיים האט סוף ימיו משמש געוועהן ברבנות אין דרעזניץ.
ב) ער ווערט טאקע דערמאנט אין אגרות סופרים, אבער נישט אין א בריעף פון חת"ס, נאר אין א בריעף פון ישועות יעקב צום חת"ס בנוגע די ראש הרבנות אין מדינת מעהרין איבער עפעס א "רב הידוע" פון פולין וואס ר' בער איז משתדל דערפאר.
ג) הג"ר בער אופנהיים אב"ד אייבשיץ איז געוועהן א נעפיו פון אונזער ר' בער. ער וואר א זוהן פון אויבנדערמאנטן הג"ר חיים. ער ברענגט דברי תורתו פון זיין בן אחיו און זיין ספר מי באר (עי' תשובה י"ט, כ"ז, ס"א, פ"ג, צ"ו-ק')
לעצט פארראכטן דורך ללמוד וללמד אום מיטוואך דעצעמבער 21, 2011 10:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

נישטערנדיג נעכטן איבער ר' בער אפפענהיימער איז מיר אונטערגעקומען א מערקווירדיגער תשובה פון הגה"ק חיים הערש מאנהיימער זצוק"ל אין זיין שו"ת עין הבדלח סי' ד אין א תשובה צום קראקער רב הגה"ק ר' שמעון סופר זצוק"ל. פון דעם תשובה קען מען לפענ"ד זעהן אביסל וואספארא בליק אונזערע גדולים האבן אויף איהם געהאט.
וזה לשונו השייך לעניננו:
והנני עתה באתי על דברי תורה, להיות כי שבוע העבר נאמר לי מפי ידידי הרב מו"ה שמעון נאדאש נ"י (דאס איז הג"ר שמעון סידאן הנולד בנאדאש אב"ד טירנא תלמיד מרן החת"ס - יא"צ י"ט כסלו), בדם הרב מו"ה בער אפענהיים בעל מי באר, שתי השגות על רבנו הקדוש בספרו חתם סופר, וכתב עליו שהיה בשגגת העלם מרבנו, גמרא ערוכה ורש"י, וקרא תמה על בקי ומפורסם כמותו, הכי לא ידע או שכח גמרא מפורסמת.
ובשמעי זאת עמדתי מחריש ומשתאה מה הוא, מדוע לא ירא שיכווה בגחלתן של חכמים, ואמרתי עם לבי דלא מזיגנא רישאי אבי סדיא עד דמהפכנא בזכותו דרבנו הקדוש.
וכאשר חשבתי לדעת, כן עשיתי וכו' כי ידוע דרכו של רבינו שלא האריך בפלפול וכו' בהוציאו מקורן של דברים מדברי ראשונים או מה שהוציא מדרך פלפול האמיתי, ומצוה לפרסם לבל יפערו פיהם לבלי חוק, לתלות בוקי סרוקי בדברי רבנו או שגיאה, ואם יסכים מעלתו למה שאמרתי יכול להראותו להרב השואל להפיס דעתו ולמען דעת כל באי שער ספרו של רבנו לדקדק היטב בדבריו, כי דבריו קצרין, והמה קילורין לעינים, וכל דבריו ורמיזותיו המה גופי תורה וכו'
כתב רבינו הגדול בספרו וכו', ושאל השואל וכו', אלו דברי השואל. ואילו שאל כהוגן להבין דברי רבינו החרשתי, כי באמת מחוסרין הבנה וצריכין תיקון למי שאינו מספיק לו הקיצור, אבל לתלות בוקי סריקא ושגגת העלם בדברי רבנו לא נאה למעבד הכי, והיטב חרה לי על זה, ואומר אני דהחושד בכשרים לוקה בגופו ונעלם ממנו גמרא אחרינא, ומתוכו נראה בעליל שדברי רבנו ברור מללו ואין נהם׳ נפתל ועקש וכו' וסרה תלונת השואל במהרה וכו' מ"מ נקוט כלל זה בידך ודברי רבינו שרירין וקיימין וכו'
ועתה עודני עומד בתפלה לפני מעלתו שישיבני על דברי במהרה כי נכסוף נכספתי לדעת דעתו הרמה בזה ואל יחוש להוצאות בי דואר כי במה נחשב הוא.
הק' חיים צבי מאנהיימער
יום ב' פ' מקץ "מובטחני בכח רבינו הגדול זצלה"ה" (תר"ח) לפ"ק
אינטערעסאנט צו אנדייטן אז ר' בער איז שוין דענסטמאל געוועהן א זקן פון 88 יאר אלט און די צייט וואס הגאון המפורסם ר' חיים הערש מאנהיימער איז אינגאנצן געוועהן 34.
בדרך אגב, איז מיר אונטערגעקומען די תשובה גענוי אינעם טאג ב' מקץ ווען ס'איז געשריבן געווארן מיט 164 יאר צוריק
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

הרב ללמוד וללמד, איר האט מיר שטארק מהנה געווען, זאל דער אייבערשטער אייך בענטשען. וועגען ר' שמעון סידאן וואלט אויך כדי געווען צו האבען אן אשכול אויף אים. ער איז געווען פון די חשובע תלמידים פון חתם סופר, אבער נאכען טיילונג איז ער פשוט ארויס פון די גלייך געוויכט און געשטארבען פארביטערט פארוואס מען האט געמאכט דער טיילונג. אינטרעסאנט אז אויך רבי מאיר פערליס זצ"ל איז געווען פארביטערט פונעם טיילונג, אבער זיך געשלאגען ווייטער תורהדיג מיט די גדולי ישראל וועגען דער עצם געדאנק, און נישט אראפ געריסען ערליכע אידען. ר' שמעון לאידך גיסא וואס דער שטאט טירנוי (ווי רבי מיכאל בער זצ"ל איז געבוירען) האט זיך איבערגעקערט מיט אים, שרייבט און די הקדמות פון זיינע ספרים אז די ערליכע זענען גאר די פארדארבענע. כ'האב ערגעץ געזעהן אז זיינע קינדער האבען אים פארפירט און באד אריין ווייל זיי האבען שוין נישט געטויגט (אזוי ווי רוב פון די קעגנערס פונעם טיילונג האבען געהאט גרויס פרעשור פון זייערע קינדער און משפחה). דא איז א לינק וועגען אים. http://en.wikipedia.org/wiki/Shimon_Sidon
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך דעצעמבער 21, 2011 3:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

די קורצע חנוכה ארבייטס טעג לאזט פשוט נישט מסיח דעת זיין קיין איין מינוט פון וואס מ'טוט, אז מען זאל נאך פארלאזן דעם אפיס אין צייט צו קענען עספיען צו צונדען לפני שתכלה רגל מן השוק.
איך האב וואס צוצולייגן אויף הג"ר מאיר פערלס. ממש פחד'יגע ענינים וואס כ'האב געהערט אמאל פון הג"ר אליעזר דוד פריעדמאן. אי"ה ביי אן אנדער געלעגנהייט.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

הרב ללמוד
מיר ווארטן צו הערן/זעהן.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

נחמן נתן האט געשריבן:הרב ללמוד
מיר ווארטן צו הערן/זעהן.

מיש מיר נאכאמאל אויף ביטע דעם "טיילונג אשכול" כ'מיין ס'באלאנגט אהין.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

לחיים ולברכה!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

איי, דאס מיינט אז עך וועל מיר מוזען נעמען צו יענעם אשכול. כ'האב עס נאך נישט א דורך געליינט ווייל דאס טוהט מען דורך מיטען גראבען פינגער, און צייט און געדולד דערפאר האבעך נאך נישט געטראפען. אוי איז דאס א נושא, נאך ווי א נושא, א נושא לדורות, ווען וועלט וואלט געווען וועלט און מיר וואלטען געהאט שכל, אבער מען צווינגט מיר דא דארטען אריין גיין, אפשר א גוטע זאך.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ללמוד וללמד האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן: דא איז די אינפארמאציע וואב כ'האב צוזאם געשטעלט פון זיין הקדמה און פון וואס הרב קינסטליכער לייגט צו.

זיין טאטע רבי יצחק האט אים מיט זיין ברודער ר' חיים אפפענהיים געפירט לערנען קיין פיורדא, פשטות ביי הגאון רבי יוסף שטיינהארט אבד"ק פיורדא. ער שארייבט אויך זיין ברודער: "החידושים על שיטות והסוגיות קראתי בשם 'פלגי מים', בו יזכר זכרון הוא אחי הצדיק המפורסם הרב המאה"ג החריף הבקי מו"ה חיים אפפענהיים נ"ע, הטא הפיץ תורה ברבים, פעל ועשה צדקות הרבה בעיר מושבו דרעזניץ במדינת מעהרין".


א) הגאון ר' חיים אפפענהיים האט סוף ימיו משמש געוועהן ברבנות אין דרעזניץ.


ר' חיים אפפענהיים אב"ד דרעזניץ איז נפטר געווארן מוצאי יוה"כ שנת ?ומנו"כ בעיר דרעזניץ, איך האב געטראפן נוסח מצבתו (מיט עטליכע טעותים וואס איך האב דא פאראכטען כפענ"ד) דא:
http://www.chewra.com/keshetnew/kweb/to ... 4429&kid=0
פ"נ
נכבה נרו במוצאי יום הכפורים
שנת ?
הרב המהאה"ג החריף ובקי בחדרי תורה כשושנה
בטרם נגזרה הגזירה נתקבל פה לרב ומורה
שלשלת היוחסין נובל מגדולים הקצין המפורסם לשבח
מהה"ר חיים אפפענהיים מפרעסבורג
איש גדול בענקים קדוש מרחם
גמל חסד וצדקה לעניים ואביונים
יועץ ונשוא פנים
הטה שכמו לסבול עול תורה ללמוד וללמד
הרביץ פה תורה בישראל זה קרוב לכ"ה שנים
והעמיד תלמידים הרבה
אשר מהם יושבים כסאות למשפט ועוסקים בתורה
עלה בישיבה של מעלה בקדושה ונשמתו בטהרה
תנצבה
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מליצי אש על ר"ח אפפענהיים:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 9&pgnum=79
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן:מליצי אש על ר"ח אפפענהיים:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 9&pgnum=79


דארט שטייט אז ער איז נפטר געווארן תקפ"ב, אין די דערמאנטע וועב-ארט שטייט 1882 וואס איז תרמ"ג, אבער די נוסח איז משמע תקפ"ג,ווייס איך נישט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נאך אן עם הארצות פון זיי: פ"ב = 82 ובכן רעדט מען פון תרמ"ג, דאס שטימט נישט מיט די יארן בכלל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

אישים ברענגט 2 דיעות לויט א הספד בכת"י של ר' יעקב קופל אלטקונשטאט נפטר בן נ"ב שנה במוצאי חג הסוכות תקפ"ג און לויט דער כלילת יופי נפ' בן נ"ח שנה במוצאי יוה"כ תקפ"ב, דער חת"ס שרייבט צו עם אין תקפ"ב.

יעצט שזכינו צו זיין מצבה זעהן מיר אז ביידע זענען האלב גערעכט ר' יעקב קופל איז גערעכט מיטען יאר תקפ"ג און דער כלילת יופי איז גערעכט מיט מוצאי יוה"כ.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

SPUSMN האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:הרב האוהב, תודה על דבריך, אבל אם קטן אתה בעיניך וכו'

להמשך, אין זיין ספר 'מי באר' זעהט מען זיין חריפות און בקיאות בש"ס ופוסקים, ער שרייבט זיך מיט די גרעסטע גאוני וגדולי הדור ווי; דער חתם סופר, קצות החושן, מהר"ם בנעט, בני הנו"ב ר' שמואל ור' יעקבקא סג"ל לאנדא, אחיו ר' חיים אפענהיים (אחיו קרא לעצמו בשם אפפענהיים ולא אפפענהיימער כמוהו) ובנו ר' בער אב"ד דרעזניץ, ר' דוד דייטש אב"ד עיר חדש, ר' ברוך ייטלס מפראג בעל טעם המלך, ר' ארי' לייב הפלאצקער גאון, מהר"ם מינץ מאויבן ישן, הברוך טעם וחתנו ר' מאיר יחיאל קאמינער, ר' אפרים זלמן מרגלית מבראד הבית אפרים, ר' אליעזר פלעקלס מפראג בעל תשובה מאהבה, ר' אלעזר לאנדא מבראד בעל יד המלך, ר' משה טויבש אב"ד סניעטין, ר' בנימין זאב רפ"פ מפאפא בעל חליפות שמלות בנימין, בעל ישועות יעקב מלבוב, אויך האט ער דארט אפאר תשובות צו א שוואגער בשם ר' ארי' לייב ראדינען אב"ד גאלאנטא, ברויך מען וויסען מער פרטים וויאזוי יענער איז געווען א שוואגער, אויך דערמאנט ער זיין איידעם ר' אברהם הירשלער פון וויען.

וישמע חכם ויוסיף לקח


דא איז די אינפארמאציע וואב כ'האב צוזאם געשטעלט פון זיין הקדמה און פון וואס הרב קינסטליכער לייגט צו.
' ".

זיין פרוי איז געווען "אשה היקרה יטל בת השוע היקר ה"ה שלמה טעלש ז"ל. זייער טאכטער הינדלה האט חתונה געהאט מיט ר' אברהם הירשלער. אויך האט ער געהאט א זוהן "בכורי לבנים, הוא הבחור היקר כ"ה ברוך יחי' ".



איך האב געטראפן די מציבה פון ר' אברהם הירשלער הנ"ל פון וויען, ער ליגט אין מאטעסדארף נפט' א' דפסח תרס"ט, אויף זיין מציבה שטייט אז ער איז געווען אן אייניקל פון הגאון ר' עקיבא איגר זצ"ל ואחיו ר' בונם איגר ממאטעסדארף, ווייסט איינער דעם סדר היחס?
אטעטשמענטס
hirschlerA.jpg
hirschlerA.jpg (29.09 KiB) געזען 4317 מאל
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

אפשר מיינט מען דער ערשטער ר' עקיבא.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

זייער אינטרעסאנט. דער יד חזקה'ס זוהן הגאון רבי אברהם משה אבד"ק פילא, זיין אלמנה האט חתונה געהאט מיט דער חתם סופר. זי האט דאכט זיך מיר געהאט צוויי קינדער מיט איר ערשטער מאן און איז דער באבע פון די הירשלער משפחה פון לאנדאן. יעצט איז דער שאלה וויאזוי גייט דער פאזעל.

-

הרב מיללער, פון ווי ווייסען מיר אויף זיכער אז דער רבי אברהם הירשלער פון וויען איז דער רבי אברהם הירשלער וואס איז געווען אן איידעם פון רבי בער אפענהיים? אויך, עס זענען דא נאך הירשלער'ס, רבי משה נחום פון וויען'ס משפחה און דארט דאכט זיך מיר אז דא א רבי אברהם הירשלער (אבד"ק ?) אטש.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

SPUSMN האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט. דער יד חזקה'ס זוהן הגאון רבי אברהם משה אבד"ק פילא, זיין אלמנה האט חתונה געהאט מיט דער חתם סופר. זי האט דאכט זיך מיר געהאט צוויי קינדער מיט איר ערשטער מאן און איז דער באבע פון די הירשלער משפחה פון לאנדאן. יעצט איז דער שאלה וויאזוי גייט דער פאזעל.

-

הרב מיללער, פון ווי ווייסען מיר אויף זיכער אז דער רבי אברהם הירשלער פון וויען איז דער רבי אברהם הירשלער וואס איז געווען אן איידעם פון רבי בער אפענהיים? אויך, עס זענען דא נאך הירשלער'ס, רבי משה נחום פון וויען'ס משפחה און דארט דאכט זיך מיר אז דא א רבי אברהם הירשלער (אבד"ק ?) אטש.


איבער די קינדער פון ר' אברהם משה קאלישער מפילא, זעהט דא:
viewtopic.php?p=363454#p363454
הרבנית שרל האט געהאט צוויי טעכטער עם זיווגה הראשון ר' אברהם משה קאלישער אב"ד פילא, א) מרת גליקל שנפטרה בילדותה, ב) מרת פראדל ראדיש אשת ר' יוסף גינז בן הג"ר בונם איגר-גינז אב"ד מאטערסדארף אחי הגרעק"א
.

איך ווייס נישט אויף זיכער אז דער מדובר (פון די מציבה) איז טאקע געווען אן איידעם ביי ר' בער אפענהיים, ס'קען טאקע זיין אז ס'איז א טעות ווייל לויט די יארען ברויך מען קלערן צו די רעדע איז פון אים.

איבער ר' אברהם ב"ר משה נחום האט איר שוין געשמועסט אויבן, א ברודער פון ר' אליעזר דוד הירשלער פון אטש, אויך האבן מיר אינעם פרעשבורגער אשכול איבער ר' שמעון הירשלער דומ"ץ בפרעשבורג מיט א בילד פון זיין מציבה.
viewtopic.php?p=588393#p588393

-

מ'ברויך ווייטער זוכען, דאס איז פשוט אז ווער איז אן אייניקל פון ר' יוסף גינז ב"ר בונם איגר, איז אן אייניקל פון ביידע ברודער, סיי הגרעק"א און סיי אחיו ר' בונם איגר ממאטעסדארף, די שאלה איז ווי הירשלער קומט צו גינז.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

איך מיין אז רבי יוסף גינז איז געווען דער שווער פון די זיידע פון די הירשלער'ס (אפשר רבי משה נחום'ס). כ'האב ביי מיר און דער היים דער יחוס בריוו פון די לאנדענער הירשלער'ס, און דארט שטייט וויאזוי זיי זענען אייניקלעך פון רבי אברהם משה קאלישער אב"ד פילא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

SPUSMN האט געשריבן:איך מיין אז רבי יוסף גינז איז געווען דער שווער פון די זיידע פון די הירשלער'ס (אפשר רבי משה נחום'ס). כ'האב ביי מיר און דער היים דער יחוס בריוו פון די לאנדענער הירשלער'ס, און דארט שטייט וויאזוי זיי זענען אייניקלעך פון רבי אברהם משה קאלישער אב"ד פילא.


אפשר איז דער ר' אברהם דעמאלטס טאקע דער זון פון ר' משה נחום (ברויך מען שוין אפטיילען דעם אשכול אויבער משפחת הירשלער) דער חידוש איז טאקע פ"וו מען זאל נישט שרייבען שם אביו אויף די מציבה.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ווארט נאר א מינוט, איך דערמאן זיך אז דער ירועות שלמה איז געווען אן איידעם פון רבי בונם איגר, און די לאנדענער הירשלער'ס זענען טאקע אזוי אייניקלעך פון ירועות שלמה און פון רבי בונם איגר (א חוץ פון וואס זיי זענען אייניקלעך פון רבי עקיבא איגר דורך רבי אברהם משה מפילא).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

איידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

להיריעות שלמה היה שני זיווגים
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

שישא האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:ביזט זיכער אז דער חתם סופר האט געמיינט דער מחבר פון ספר מי באר? עס האט דען געפעלט און פרעשבורג תלמידי חכמים וואס זענען שוין געווען אנגעשטעקט? פון ווי וויסען מיר אז ער האט געמיינט אים?


בס' סופר המלך, על רבי פישל סופר מפרשבורג, שי"ל אשתקד בארה"ב, ראיתי מדובר אודות היחס בין הח"ס לר' בער הנ"ל, ומביא עוד מראי מקומות בענין.

וועלכע עמוד?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”