ר' מרדכי דוד כהנא זצ"ל, בעל גדולת מרדכי מספינקא - כ”ד תמוז תשע”א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

ר' מרדכי דוד כהנא זצ"ל, בעל גדולת מרדכי מספינקא - כ”ד תמוז תשע”א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

היינט, כ"ד תמוז תשע"א איז נפטר געווארן אין ירושלים עיר הקודש כ"ק מרן ר' מרדכי דוד כהנא זצ"ל מספינקא.

דער ספינקא'ר רבי איז געווען ממלא מקום אביו, הרה"צ ר' יוסף מאיר כהנא זצ"ל, אן אייניקל פון הרה"ק בעל אמרי יוסף מספינקא זי"ע.

דער ספינקא'ר רבי זצ"ל איז געווען מפורסם אלס א געוואלדיגער תלמיד חכם, ווען במשך פילע יארן איז ער געווען דער עורך פון אוצר הפוסקים, ער איז ממש געווען לא פסיק פומי' מגירסא. יומם ולילה איז ער געזעצן און געהאקט שטיקער, און ווען מען האט גערעדט מיט אים האט זיך געגאסן פון אים תורה און חסידות, זייענדיג א גאון אין ביידע.

בנוסף לזה איז ער געווען א חד בדרא אין דרוש. ווער עס האט אים נאר אמאל געהערט תורה זאגן, וועט מעיד זיין אז זיינס א תורה זאגן האט מען נישט אזוי שנעל פארגעסן.

ער האט תורה געזאגט מיט א געוואלדיגער נעימות מיט אן אלטן נוסח מקובל מבית אבותיו, און ווען ער האט זיך געעפענט דאס מויל האט זיך געגאסן פון אים פערל ווערטער, חידושים נפלאים מאוד, געבויעט אויף שטארקע יסודות פון די ספרי תלמידי בעש"ט ותלמידיהם, און אזוי אויך אויף די ספרים הק' פון אנדערע גדולי ישראל אשר מפיהם אנו חיים. ספעציעל האט ער אסאך געבויעט אויפפן רבי ר' יונתן אייבעשיץ, וועמענס ספרים זענען געווען שגור על לשונו ווי אשרי יושבי.

במשך פון איבער דרייסיג יאר וואס ער האט משמש געווען כממלא מקום אביו אלס ספינקא רבי, האט ער יעדן שבת געזאגט עטליכע מאל תורה, אריינגערעכנט איין תורה יעדן פרייטאג צו נאכטס, ווי ער פלעגט צוזאמם בינדן ברכת המזון מיט די פרשת השבוע. א קליין טייל פון די תורות אויף ברכת המזון זענען געדריקט געווארן אונטערן נאמען ברכת אבי.

דער ספינקא רבי איז געווען אן ענוותן ושפל ברך, ער האט זיך אראפגעלאזט צו יעדן איינעם, אן קיין אויסנאם, מיט א אויסערגעווענליכן ענוות חן, און א ליבליכער שמייכעל, און אזוי האט ער מקרב געווען פילע לבבות נשברות, אויף וועמען קיינער האט זיך נישט אומגעקוקט און דער ספינקא רבי האט זיי געמאכט שפירן ווי וויכטיגע מענטשן. ער האט זיך געזארגט פאר זיי און געזארגט פאר זייער כבוד און וואוילזיין.

זיין בית המדרש איז געווען ידוע אלס א ווארימער חסיד'ישער ווינקל, ווי מען האט געדאווענט מיט א ברען און א שלש סעודות האט געהאט א פארצייטישן טעם מיט ווארימע זמירות וועלכע האט אויפגעהויבן דעם מענטשן. דער רבי אליינס איז געווען גאר א ווארימער בעל תפילה, און האט געדאווענט בנוסח זידיטשוב כמקובל מבית אבותיו, אזוי אויך האט ער געקענט גאר אסאך אלטע חסידישע ניגונים וועלכע האבן זיך שטענדיג געהערט מבית מדרשו אויף רחוב סאלאנט.

שטארק מפורסם איז געווען אין ארץ ישראל דעם שבת אין מירון וועלכעס ער האט געפראוועט יערליך אום שבת בעפאר י"א תמוז, ווען עס איז דער יארצייט פון הרה"ק בעל עטרת צבי מזידיטשוב. הונדערטער אידן פון איבער גאנץ ארץ ישראל זענען זיך צוזאם געקומען ביים חלקת מחוקק ספון פון דעם הייליגן תנא רשב"י, וואו דער ספינקא רבי האט געפראוועט א שבת וועלכע האט זיך קונה שם געווען אלס "דער" שבת צו זיין אין מירון. א שבת אנגעפולט מיט חיות דקדושה, וואו מען האט זיך אנגעשעפט פון דעם באר מים חיים פון דעם ספינקא רבי, ביי זיינע ווארימע תפילות און געהויבענע טישן. דער ציבור פלעגט זיצן געשפאנט צו הערן די הפלא'דיגע חידושי תורה פליסן מפה קדשו כמה פעמים במשך דעם שבת קודש, אבער דער גולת הכותרת איז געווען ביי שלש סעודות אויף וועלכען דער ציבור האט זיך קוים געקענט דערווארטן.

אני הקטן האב אליינס געהאט די זכיה צו זיין דארט עטליכע מאל אויף דעם שבת קודש, און איך זאג אייך אז איך וועל דאס קיינמאל נישט פארגעסן. און דאס מערסטע איז מיר געווען א חידוש די פילע פרעמדע תלמידי חכמים און חסיד'ישע אידן, וועלכע האבן גאר נישט געהאט קיין שייכות מיט ספינקא אדער זידיטשוב, אבער פלעגן יאר יערליך קומען צו פארן אויף דעם שבת קודש זיך אנשעפן מנועם זיך תורתו פון דעם ספינקא רבין.

כלל ישראל האט פארלוירן א גרויסע אבידה מיט זיין פטירה, און מיר האפן אז מיר וועלן בקרוב זוכה זיין צו יקיצו וירננו שוכני עפר, ווען ער וועט אויפשטיין לתחי' בביאת מלכא משיחא במהרה בימינו אמן
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלת »

יישר כח! הערליך שיין באשריבען

א גאלעריע מיט בילדער פונ'ם גרויסען נפטר
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

ר' ברוך'ל פון אנטווערפען און איידעם ביי ר' יענקעלע, איז א ברודער?
זיי זעהן אויס זייער ענדליך.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

שטיקל גבאי האט געשריבן:ר' ברוך'ל פון אנטווערפען און איידעם ביי ר' יענקעלע, איז א ברודער?
זיי זעהן אויס זייער ענדליך.

יעצט געהערט אז ער איז טאקע א ברודער.
שכל קומט מיט די יארן...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יא, שטיקל גבאי
viewtopic.php?p=444751#p444751
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

שקויעך, נישט געזעהן עד עכשיו.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

רבינו זצ"ל פאריאהר ביי די חנוכה-ליכט.
אטעטשמענטס
20091218_11544927396_jpg.jpg
לחיים ולברכה!
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

יישר כח קהלת פאר די לינק. גאר שיינע בילדער טאקע, טייל פון זיי שוין גאנץ אלט.

בילד נומער 8 איז ווי ער זיצט ביי זיך אין ספרים צימער און לערנט. אזוי האט אויסגעקוקט זיין פשוט'ער צימער, (וועלכע איז אויך געווען די ווייבער שול פון זיין בית המדרש, און דא האט ער טעג און נעכט געהארעוועט אין תורה און געשריבן זיינע תורות און חידושים.

בילד 11 דער אויף זיין רעכטע זיין איז זיין גבאי, ר' הערשל בערקאוויטש, וועלכער איז נעבעך נפטר געווארן לעצטע וואך אין יונגן עלטער פון עטליכע אין פופציג יאר, נאך א לענגערע קראנקהייט. יהא זכרו ברוך. מען זעהט איהם אויך ביי בילד 13 ביי דעם רבינס לינקע זייט

ביי בילד 20 זיצט ער נעבן זיין ערשטן קאזין, ר' משה אליקים בריעה כהנא, בן ר' נחמן, מספינקא בני ברק. (אויפן נעקסטן בילד דערקענט מען הק' ר' ארי' לייבוש טייטעלבוים ז"ל הי"ד)

בילד 22 זיצט ער נעבן זיין שוואגער ר' יהושע ראזענבערגער אב"ד גמזו וקרית רמ"א ב"ש

בילד 30 און 31 זעהט מען צו זיין לינקע זייט זיין ברודער ר' משה נחמן. די אנדערע צוויי דארט זענען זיינע קינדער ר' אברהם יצחק (רעכטס) און ר' שלמה (לינקס)
לעצט פארראכטן דורך טהור-עיניים אום מיטוואך יולי 27, 2011 1:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יישר כח הרב טהור עינים האסט שיין ארויס געברענגט דעם עהליכן יוד וכו'
איך האב געווויסט אז ער איז א ערנסטער תלמיד חכם אבער איך האב נישט געהערט אז ער האט געקענט זאגן שיינע דרוש תורת עס איז מיר אינסערסאנט א יישר כח טאקע פאר דעםץ
איך האב איהם עטליכע מאל געזעהן הן ביים טיש הן אין אנדערע פלעצער .



וועגן דער גבאי הרב ברקוביץ האב איך געהערט אז לאנגע צייט צירוק האט ער געזאגט פאר איינע פין זיינע גוטע פריינד אז ער וויל אוועק גיין פריער פין דעם רבי כדי ער זאל קענען צו גרייטן אויף יענע וועלט בערך אזוי האט ער געזאגט אין אזוי איז טאקע געוועהן ער איז יענע וואך אוועק א מעשה פלא
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

יא, איך האב אסאך תורות זוכה געווען צו הערן פון אים, און איך האב אויך זיין ספר ברכת אבי ביי מיר אינדערהיים און איך לערן אין דעם כסדר. איך האף נאר אז זיינע קינדער וועלן ארויסגעבן זיינע תורות, וועלכע ער פלעגט אליינס אפשרייבן. דאס וועט זיין אן אוצר בלום פון תורה און חסידות
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

נעכטן געהערט א גוט ווארט וואס איז געווען רגיל על לשונו אז ער האט רחמנות אויף די עשירים מיט די גרויסע דירות, וויאזוי וועלן זיי זיך קענען צוגעוואוינען צו אזא קליינעם קבר?...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: ר' מרדכי דוד כהנא זצ"ל, בעל ברכת אבי מספינקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

Re: ר' מרדכי דוד כהנא זצ"ל, בעל ברכת אבי מספינקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

צורת קדשו.
אטעטשמענטס
IMG_9309.jpg
IMG_9309.jpg (38.49 KiB) געזען 955 מאל
לעצט פארראכטן דורך מודה ומהלל אום דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 4:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

Re: ר' מרדכי דוד כהנא זצ"ל, בעל ברכת אבי מספינקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

מימין אחיו רבי אלתר אליעזר כהנא מזידיטשוב זצ"ל, ומשמאל בן דודו רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא ב"ב זצ"ל.
אטעטשמענטס
‏‏k9.jpg
‏‏k9.jpg (136.36 KiB) געזען 948 מאל
מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

Re: ר' מרדכי דוד כהנא זצ"ל, בעל ברכת אבי מספינקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

הבדלה באתרא קדישא מירון.
אטעטשמענטס
הבדלה במירון.jpg
הבדלה במירון.jpg (144.45 KiB) געזען 946 מאל
אוועטאר
עילוי'שע קאפ
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 9:19 pm

Re: ר' מרדכי דוד כהנא זצ"ל, בעל ברכת אבי מספינקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עילוי'שע קאפ »

"בעל גדולת מרדכי מספינקא" כצ"ל.
איך בין נישט קיין עילוי, אבער מיין קאפ איז עילוי'איש!
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: ר' מרדכי דוד כהנא זצ"ל, בעל ברכת אבי מספינקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

כאשר נכתב האשכול, עדיין לא היה הספר 'גדולת מרדכי'.
וכן היו הספרים 'ברכת אבי'.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

Re: ר' מרדכי דוד כהנא זצ"ל, בעל ברכת אבי מספינקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואנאוויטשער »


שכויח!
צוקער זיס!
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א
אוועטאר
עילוי'שע קאפ
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 9:19 pm

Re: ר' מרדכי דוד כהנא זצ"ל, בעל גדולת מרדכי מספינקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עילוי'שע קאפ »

על בראשית שמות מען האט קיינמאל נישט געדרוקט ווייטער וויס'ך נישט פארוואס,
איך בין נישט קיין עילוי, אבער מיין קאפ איז עילוי'איש!
אחד מעיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מעיר »

עילוי'שע קאפ האט געשריבן:על בראשית שמות.
מען האט קיינמאל נישט געדרוקט ווייטער וויס'ך נישט פארוואס,

געהערט אז באלד קומט ויקרא
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: ר' מרדכי דוד כהנא זצ"ל, בעל גדולת מרדכי מספינקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ביי וועמען איז דער ספינקער רבי געווען אן איידעם?
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

Re: ר' מרדכי דוד כהנא זצ"ל, בעל גדולת מרדכי מספינקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

נחוניא האט געשריבן:
ביי וועמען איז דער ספינקער רבי געווען אן איידעם?
ביי א איד מיטן נאמען: ר' משה מנחם הערשטיק ז"ל
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלם תובב”א
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”