הגה"צ ר' יצחק דוב קאפלמאן זצ"ל ר"י לוצערן - ט"ו סיון תשע"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

והוא פלאי האט געשריבן:
בשמים האט געשריבן:דא שטייט אז ער האט געהאלפן אויסבאהאלטן יוסעלע שוכמאכער.

דא שטייט אז דער פריערדיגע ראש ישיבה פון לוצערן האט אויסבאהאלטן

ייש"כ פארן אויפמערקזאם מאכן, איך האב נישט באמערקט.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

די בילד וואס בשמים האט געברענגט מיט מהר"ש מבאבוב זצ"ל איז זייער אינטרעסאנט. דאכט זיך אז איך האב קיינמאל נישט געזעהן א בילד פונעם ר"י אונטער די הונדערט. איז ער אלץ געגאנגען אזוי מיט די פיאות אראפגעלאזט?
הנותן לשכוי בינה...
קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלת »

בשמים האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:
בשמים האט געשריבן:דא שטייט אז ער האט געהאלפן אויסבאהאלטן יוסעלע שוכמאכער.

דא שטייט אז דער פריערדיגע ראש ישיבה פון לוצערן האט אויסבאהאלטן

ייש"כ פארן אויפמערקזאם מאכן, איך האב נישט באמערקט.

די כוונה איז הגאון הצ' ר' משה סאלאבייציק וואס האט וועגען די מעשה זיך געדארפט אפזאגען פין זיין אמט אלץ ראש ישיבה
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

אויף קול נטרונא וועט אי"ה היינט שפעט ביינאכט זיין א שטיקל איבערזיכט איבער דעם ראש ישיבה'ס געוואלדיגע אש קודש קעגן
די קליפת הציונות והנגררים אחריהם.
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

מר. קליען האט געשריבן:
דרך אגב איך האב נישט געוואוסט ביז היצט אז ער האט זיך געדרייט ביים חפץ חיים זי"ע

נאכן רעדן מיט א תלמוד מובהק זאגט ער אז ס'איז א טעות פון קול מבשר אז ער האט למעשה געזען דעם ח"ח, וואס יא ער איז געפארן מיט זיין רבי'ן ר' שמעון
צו די לוי' , און כל ימיו האט ער טאקע באדויערט דעם פאקט אז האט נישט זוכה געווען צו זעהן דעם חפץ חיים בחיים חיותו.
ר' ברוך בער און ר' חיים עוזר האט ער יא גוט געקענט, ויש כמה עובדות שסיפר מהם.
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

בשמים האט געשריבן:
סאדע_באטל האט געשריבן:ווילאנג האט רב קאפעלמאן געלערנט ביי הגר"ש שקאפ ?

18 יאר



10 יאר
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

וואס איז די מקור אויף 10 יאר און און וואס איז די מקור אויף 18 ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לכאורה ווענדט זיך עס צי ער איז אלט געווען 101 אדער 106.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

I heard it from a talmid who the rush yeshiva himself told him that he learned 10 yrs by reb shimon.

1)the chufetz chayim passed away less then 80 yrs ago
2)reb shimon passed away 71 yrs ago.

So that means that he could be below the 100.

This is not a different how old he was. It's don't make him bigger or smaller if he was 97 or 101 or 112. I just like to make it clear. Because ppl. Like to be m'gazim because it's more dramatic!
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

רבבות אלפי ישראל ביי די לויה
http://cbci16.b1.gns.co.il/imagebank/or ... F7D69E.JPG
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

מיין טאטע זז"ג איז געפאהרען פון ירושלים קיין לוצערן
די הנהלה פון די ישיבה האט געוואלט אז גוטע ירושלים'ער בחורים זאלען העלפען הייבען דער ניווא פון ישיבה
דאס איז געווען גלייך נאך די מעשה פון יאסאלע
ר' משה איז נאך געווען דעמאלס אין לוצערן
מיין טאטע האט דערלעבט די חילוף משמרות
ר' משה האט געמוזט אוועקפאהרען פון קאנטאן לוצערן וועגען זיין חלק אין די "קידנעפינג" פון יאסאלע
מיין טאטע זז"ג געדענקט די חילוקים אין הנהגה צווישען ר' משה און הרב קאפעלמאן זכרונם לברכה
ר' משה פלעגט ארויס גיין שפאצירען מיט די בחורים ער איז מער געווען מעורב עם הבריות
משא"כ הרב קאפעלמאן האט מעהר נוהג געווען נשיאותו ברמה...
אלו ואלו דברי א-לוקים חיים
זכותם יגן עלינו...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלת »

ביי די לוויה האט הרב וואזנער געזאגט אז די רצון פין די ראש ישיבה איז געווען אז זיין זוהן ר' משה זאל ווייטער פירען די ישיבה

הרב משה קאפעלמאן איז א'ן איידעם ביי הגה"צ ר' שרגא פייוועל האלבערשטאם קשאנובער רבי פין ב"פ
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

עס איז טאקע אינטערעסאנט אז הרב קאפעלמאן זצ"ל האט געמאכט א רבי'שע חסידי'שע שידוך
איידער א ליטווישע ישיב'ישע שידוך
איז דער זוהן נוטה צו חסידות?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלת »

ער איז בכלל נישט נוטה צי חסידות, ער האט געלערנט אין לייקוואד
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אויב אזוי הרב קהלת שליט"א
וואס איז טאקע פשט אין דעם שידוך?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

msp האט געשריבן:אויב אזוי הרב קהלת שליט"א
וואס איז טאקע פשט אין דעם שידוך?

פשט איז אז אזוי איז געווען באשערט פון אויבן.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

הרב בשמים
אויף אזיין ארגומענט קען איך זיך נישט דינגען.....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאלת_חכם »

האט איינער געהערט א מעשה אז סאטמאר רבי זצ"ל האט אים געבעטן צו קומען ווערן א מגיד שיעור אין ישיבה? כך שמעתי היום
שאלת חכם חצי נחמה
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

האט הרב קאפעלמאן ז"ל געהאט א א פרוי און קינדער בעפאר'ן קריג?
קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלת »

דא האט איר א גליון וואס איז ארויסגעקומען תשס"ז
ווי עס ווערט באשריבען די היסטאריע פונ'ם ראש ישיבה אין די ישיבה אין קאפעללען
אטעטשמענטס
לוצערן-דינר סז.pdf
(208.2 KiB) געווארן דאונלאודעד 234 מאל
קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלת »

הרב קאפעלמאן ע"ה איז געבוירען אין חארקאוו אין אוקריינע. אויף זיין פאספארט שטייט אז ער איז געבוירען אין מאי 1905. יעדער איינער ווייסט אז אין די דאמאלט'דיקע צייטען איז דער דאטום דערמאנט אויף די פאספארטען על פי רוב נישט געווען אקוראט (ריכטיג). מען האט געוואוסט אז אויך זיין דאטום איז נישט געווען ריכטיג.
פאר בערך פופציק יאהר האט דער רעדאקטאר פון "למען תדע", וועלכער איז געווען איינער פון זיינע תלמידים אין די ישיבה "עץ חיים" אין קאפעללען (ביי אנטווערפען), געהאט א שמועס מיט'ן ראש ישיבה און האט איהם געזאגט "אז זיין מוטער תח' (היינט ע"ה) איז א געבוירענע ניינער (1909)" האט דער ראש ישיבה איהם געענטפערט "איך בין אויך א ניינער".
עס זענען דא אויך אנדערע באווייזען אז דער ראש ישיבה איז געבוירען אין 1909, אזוי אז ער איז נפטר געווארען אין עלטער פון 102 יאהר.
פאר די מלחמה איז ער געווען א תלמיד מובהק פונ'ם גרויסען גאון הרב שמעון שקאפ זצ"ל דער גראדנע ראש ישיבה און איינער פון די פילארען פון מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל. ער האט טאקע געראטעוועט זיינע כתבים און זיי זענען נאך די מלחמה אפגעדריקט געווארען. ער האט די כתבים געראטעוועט נישט נאר בכתב נאר אויך אין זיין קאפ.
בשעת די מלחמה איז ער אנטלאפען נאך רוסלאנד און איז פארשיקט געווארען נאך סאמארקאנד אין אוזבעקיסטאן (סיביר). דארט האט ער געלערנט מיט יינגלעך און בחורים בתוכם יבל"ח דער אנטווערפענער ר' נתן אפטערגוט נ"י.
נאך די מלחמה האט ער געקענעט צוריק ארויס פאהרען פון רוסלאנד און האט זיך באזעצט ערשט אין קראקע און דאן אין פראג (טשעכא-סלאוואקיי), ווי ער האט צוזאמען גענומען א פאר יתומים, איבערגעבליבענע פון די לאגערען און מיט זיי געלערנט. אינצווישען האט זיך אין אנטווערפען געשאפען א קאמיטעט צו באנייען די אלטע ישיבה פון היידע. זיי האבען אריבערגעברענגט דעם ראש ישיבה און זיינע תלמידים און מיט זיי געגרינדעט די ישיבה אין קאפעללען (15 קילאמעטער פון אנטווערפען).
דער ראש ישיבה האט געפיהרט די ישיבה בערך 9 יאהר לאנג, דאן איז ער געפאהרען נאך ניו-יארק ווי ער האט געעפענט די ישיבה "שערי יושר".
בערך צעהן יאר שפעטער איז ער אויפגענומען געווארען אלס ראש ישיבה אין לוצערן (שווייץ) ווי ער האט געפיהרט די ישיבה ביז זיין לעצטען טאג.
ת.נ.צ.ב.ה.

מתוך גליון למען תדע היו"ל ע"י ר' פנחס קארענפעלד מאנטווערפען
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

יישר כח זעהר שיין.

עס זעט עפעס אויס ווי דאס איז אויסצוגן פון א אלטן באשרייבונג.
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

שאלת_חכם האט געשריבן:האט איינער געהערט א מעשה אז סאטמאר רבי זצ"ל האט אים געבעטן צו קומען ווערן א מגיד שיעור אין ישיבה? כך שמעתי היום


יא סבאקאנט, אויך אסאך אנדערע זענען 'פארבעטן געווארן צו ווערן אין ישיבה .
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

שאלת_חכם האט געשריבן:האט איינער געהערט א מעשה אז סאטמאר רבי זצ"ל האט אים געבעטן צו קומען ווערן א מגיד שיעור אין ישיבה? כך שמעתי היום

אויף ק''מ איז דא א אינטערוויו מיט איינעם זאבעל וואס האט געלערנט ביי רב קאפעלמאן זצ''ל אין שערי יושר, פארציילט ער אז עס איז געווען א רעדע אז ער זאל ווערן א מגיד שיעור אין סאטמאר אבער איינער האט אונטערגעשטעלט פיסלעך אין די סאטמאר רבי זי''ע האט אים געהייסן עפענען אליין א ישיבה אין דעמאלט האט ער געגרינדעט די ישיבה שערי יושר
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ישר כח רב קהלת, איין קארעקציע סאמארקאנד איז נישט סיביר, איז פארשטענדליך אז ס'איז נישט קיין קאלטער מקום פארקערט דארט איז אביסעלע ווארעמער וואו ביינונז אין ניו יארק, אין די סאוועטישע צייטן פלעגן די רוסן אהינפארן אום ווינטער אויף דאטשע אווי די אמעריקאנער קיין פלארידע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”