רבי יואל צבי ראטה אב"ד טיסא סאלקא נפטר א' דחוה"מפ תשי"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ציקוועטשטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע: אין קוועטש פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציקוועטשטער »

היינט איז געווען די לוי' פון זיין איינציג געבליבענע טאכטער הרבנית פיגא ראטטענבערג ע"ה אלמנת כ"ק הרה"צ מרדכי הלוי זי"ע (ממלא מקום חותנו) זייענדיג אלט 93-94 יאר.

איינע פון די מספידים האבן דערציילט א מורא'דיגע מעשה פון אים וואס ברענגט ארויס מורא'דיגע מסירת נפש פון דעם צדיק וקדוש. געווען איז דאס עטליכע יאר נאך די קריג ווען ער איז שוין געווען דאהי אבער זיין איינציגע טאכטער איז נאך געווען פארכאפט אין אייראפע, מען האט זיך געשיקט בריוון הין און צוריק אבער געטראפן האט מען זיך נישט. ווען זי האט שוין למעשה באקומען די שריפטן האט זי אפגעשריבען איר טאטענס אדרעס און אנקומענדיג אין ניו יארק האט זי באקומען א טעקסי וואס האט איר אפגעפירט צו איר טאטענס הויז אין די איסט סייד. זי קומט אן אהין אבער קיינער ווארט איר נישט אפ האט זי זיך ארום געפרעגט ביי אדורכגייער אויב זי איז ביים ריכטיגען אדרעס, וואס זיי האבן באשטעטיגט אז יא.. אבער קיינער איז נישט געווען אונטען. זי איז ארויף די שטיגן און אריין אין די דירה ווי זי האט געטראפן איר הייליגען טאטען לערנען הויך אויפן קול, ביז ער האט געהערט ווי זי רופט אים.. ער האט זיך נישט אויסגעדרייט צו איר נאר אויסגערופען: "פיגא! ביסט געבליבען ערליך??!!" און זי האט אויסגעפלאצט אין א געוויין און הויך אויסגעשריגען "יא!", נאר דאן האט ער זיך אויפגעשטעלט און איר אויפגענומען.
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ציקוועטשטער האט געשריבן:היינט איז געווען די לוי' פון זיין איינציג געבליבענע טאכטער הרבנית פיגא ראטטענבערג ע"ה אלמנת כ"ק הרה"צ מרדכי הלוי זי"ע (ממלא מקום חותנו) זייענדיג אלט 93-94 יאר.

איינע פון די מספידים האבן דערציילט א מורא'דיגע מעשה פון אים וואס ברענגט ארויס מורא'דיגע מסירת נפש פון דעם צדיק וקדוש. געווען איז דאס עטליכע יאר נאך די קריג ווען ער איז שוין געווען דאהי אבער זיין איינציגע טאכטער איז נאך געווען פארכאפט אין אייראפע, מען האט זיך געשיקט בריוון הין און צוריק אבער געטראפן האט מען זיך נישט. ווען זי האט שוין למעשה באקומען די שריפטן האט זי אפגעשריבען איר טאטענס אדרעס און אנקומענדיג אין ניו יארק האט זי באקומען א טעקסי וואס האט איר אפגעפירט צו איר טאטענס הויז אין די איסט סייד. זי קומט אן אהין אבער קיינער ווארט איר נישט אפ האט זי זיך ארום געפרעגט ביי אדורכגייער אויב זי איז ביים ריכטיגען אדרעס, וואס זיי האבן באשטעטיגט אז יא.. אבער קיינער איז נישט געווען אונטען. זי איז ארויף די שטיגן און אריין אין די דירה ווי זי האט געטראפן איר הייליגען טאטען לערנען הויך אויפן קול, ביז ער האט געהערט ווי זי רופט אים.. ער האט זיך נישט אויסגעדרייט צו איר נאר אויסגערופען: "פיגא! ביסט געבליבען ערליך??!!" און זי האט אויסגעפלאצט אין א געוויין און הויך אויסגעשריגען "יא!", נאר דאן האט ער זיך אויפגעשטעלט און איר אויפגענומען.

מורא'דיגע מעשה!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

ווען איז דער סאלקער רב געקומען אויף אמעריקא?
לחיים ולברכה!
ורחץ
שר האלף
תגובות: 1210
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 12:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ורחץ »

היינט געוועהן די יארצייט
זי״ע
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

אינטרעסאנט אז עס ווערט נישט געברענגט דערווייל אין די אשכול, איבער זיין רבנית בזוו"ש הרבנים מרים בריינדל בת הרב שלום נח ע"ה וואס'ז נסתלק געווארן 59 יאר שפעטער ווי אים אינעם זעלבן טאג, דהיינו ביידע האבן דעם זעלבן יאהרצייט. זי'ז געווען א זקנה מופלג כמאה שנה.

פאריאר ביי די פטירה האט די יעהרליכע שיירא וואס פארט צום ציון הק' אין לאנג איילענד צום יאהרצייט וואס פאלט דעם ערשטן טאג חוהמ"פ, האבן אויסגעווארט מיט'ן לווי' און מיטבאגלייט די מיטה ווי זי'ז געקומען לקבורה נעבן בעלה הק' זי"ע. און הערשט דאן צוגעגאנגען צום ציון הק' פונעם רב זצ"ל זאגן די מזמורים און משניות כמנהג ביומא דהילולא.

דאס יאהר איז די שיירא אפיציעל געגאנגען צום רביצין ע"ה נאכ'ן זיין ביים רב'ס ציון.

מען האט געלייגט די מציבה צום ערשטן יאהרצייט, זעט אויס ווי א הערליכע ארבייט אראפגעלייגט, וואס ביז דאן איז די צעטעלע אראפגעפאלן פון שטורעמעס וואס עטליכע עסקנים וואלונטירן האבן צוריקגעשטעלט.

זי האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק, און חסידים פון בעלה זצ"ל געדענקן איר און טוען לטובת נשמתה.
אטעטשמענטס
IMG-20180330-WA0009.jpg
IMG-20180330-WA0009.jpg (211.96 KiB) געזען 2160 מאל
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: רבי יואל צבי ראטה אב"ד טיסא סאלקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

וואס איז געוועהן די נאמען פון די ערשטע רעביצין הי"ד פונעם סאלקא רב זצ"ל בת הרה"ק רח"ש מקאסאן זי"ע?
זה הקטן גדול יהי'
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי יואל צבי ראטה אב"ד טיסא סאלקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

סדר תשליך עם תפילה להחיד"א. נדפס בסאטמר. מיניאטורי.
א קרוב מיט חזן קרויז פון אטאווע ?
אטעטשמענטס
YZROTH.jpg
YZROTH.jpg (127.04 KiB) געזען 1190 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: רבי יואל צבי ראטה אב"ד טיסא סאלקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

יודל קליין האט געשריבן:וואס איז געוועהן די נאמען פון די ערשטע רעביצין הי"ד פונעם סאלקא רב זצ"ל בת הרה"ק רח"ש מקאסאן זי"ע?

חי' דרעזיא
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: רבי יואל צבי ראטה אב"ד טיסא סאלקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבתו בביה"ח בית משה לאנג איילענד (חלקת סאטמאר)

(המצבה הישנה מונח על הקבר מהופך)
IMG_0946.JPG
IMG_0946.JPG (671.04 KiB) געזען 1101 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: רבי יואל צבי ראטה אב"ד טיסא סאלקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבת הרבנית בזיוו"ש - בביה"ח בית משה לאנג איילענד (חלקת סאטמאר)

IMG_0958.JPG
IMG_0958.JPG (395.32 KiB) געזען 1101 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: רבי יואל צבי ראטה אב"ד טיסא סאלקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבת בתו וחתנו ממלא מקומו - בביה"ח בית משה לאנג איילענד (חלקת סאטמאר)

IMG_0957.JPG
IMG_0957.JPG (444.4 KiB) געזען 1099 מאל
משה הירש
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 1:39 am

Re: רבי יואל צבי ראטה אב"ד טיסא סאלקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הירש »

מי היה בעלה הראשון של הרבנית מרים בריינדל ?
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: רבי יואל צבי ראטה אב"ד טיסא סאלקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

כ'האב געהערט א מעשה, אז די סאלקער רב איז געקומען צו איינעם אין חלום און אים געזאגט אז זיין ווייב איז אין א סכנה, ער האט זיך אויפגעוועקט און געזען א גוי אינעם צימער, פארשטייט זיך אז ער האט זיך גענומען מאכן קולות, און דער גוי איז אנטלאפן.

די איד פלעגט א יעדן טאג מאכן א טבילה לעילו נשמת פונעם סאלקא רב, ווען די איד האט דערציילט די מעשה פארן סאטמארער רב זי"ע, האט אים די רבי געזאגט אז דאס מאכן א טבילה לעילו נשמתו יעדן טאג הייסט שוין גענוג קשר אז די סאלקא רב האט אים געראטעוועט.

קען איינער באשטעטיגן די געשיכטע?
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
משה הירש
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 1:39 am

Re: רבי יואל צבי ראטה אב"ד טיסא סאלקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הירש »

שמעתי מעשה כעין זה מאברך בשם טארים ואמר לי דבדי' הוה אולי כדאי לברר אצלו
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: רבי יואל צבי ראטה אב"ד טיסא סאלקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

איך האב געהערט די מעשה שוין אלס קינד. כ'געדענק נישט אויב דער גוי איז שוין געווען אין שטוב ממש אדער נאר ביים פענסטער פונקט העכערן פרוי, מיט א גרויסע מעסער.

דער איד האט נישט געהאט קיין שייכות בעפאר מיט'ן רב זצ"ל אבער לאחר פטירתו פלעגט ער זיך טובל'ן א טבילה לעילוי נשמתו. (אויב כ' געדענק גוט איז עס געווען די ערשטע טבילה ערב שבת).


ר' משה, אולי כדאי לך לברר עם הרב טארים...
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

והוא פלאי האט געשריבן:
11211 האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
זיין ציון איז אין לאנג איילענד בית משה סעמעטערי, אין די סאטמארע חלקה (כ׳בין איינמאל דארט געווען)
א בילד
די ספרי תורה ליגען לעבען אים
אטעטשמענטס
1BC84724-3F43-42B2-9E1F-98E5B427B77E.jpeg
1BC84724-3F43-42B2-9E1F-98E5B427B77E.jpeg (192.35 KiB) געזען 799 מאל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
ברית אבות
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 09, 2022 1:04 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברית אבות »

Kollel האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:
11211 האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
זיין ציון איז אין לאנג איילענד בית משה סעמעטערי, אין די סאטמארע חלקה (כ׳בין איינמאל דארט געווען)
א בילד
די ספרי תורה ליגען לעבען אים
וואס איז געווען די מעשה מיט די ספרי תורה?
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: רבי יואל צבי ראטה אב"ד טיסא סאלקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

יישר כח פארן ארויפברענגען דעם אשכול, זעענדיג די נאמען האב איך זיך דערמאנט פון א מעשה, ער האט געהאט א ניכטע אין שיכון סקווירא מרס שפיטצער ע"ה אשת הרה"ח ר' משה גדלי בת אחיו הרה"צ ר' יודעלע נאנאשער ז"ל הי"ד, נאכן קריג ביי איר חתונה פארן גיין צו די חופה האט זיך די כלה שטארק צואוויינט צו אים אז זי זעט זיך איינער אליינס און זי האט נישט געוואלט גיין צום חופה, האט ער איר געזאגט בזה"ל: "זארג זיך נישט כ'זע זיי אלע דא דיין טאטע מאמע, קענסט רואיג גיין צום חופה" וכך הוה, זי האט אויפגעשטעלט גאר א חשובע דור, בין בניה הרב יודל שפיטצער חברותא עם כ"ק האדמור מסקולען שליט"א, הרה"ג ר יצחק שפיטצער שליט"א מ"צ בשיכון סקווירא, ועוד
זי פלעגט אסאך דערציילן די מעשה, געהערט פון איר אייניקל.
וגם הרה"ק מסאטמאר זי"ע אמר עליו ער איז א בעל רוח הקודש (אדער צדיק אמת איני זוכר בדיוק)
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
הרחבה
שר חמש מאות
תגובות: 644
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 5:23 am

Re: רבי יואל צבי ראטה אב"ד טיסא סאלקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרחבה »

מספר ר' משה דוד טאבאק שליט"א מה ששמע מאביו ר' בנציון ז"ל, שכאשר שהה רביה"ק האמרי חיים זי"ע בארה"ב, הסתופף בצילו הגה"צ רבי יואל צבי ראטה זצוק"ל אב"ד טיסא-סאלקא, הוא הגיע כמה פעמים לטיש של רבינו, וכיבדוהו כראוי. פעם נכנס לביהמ"ד ויזניץ בוומסב"ג כשרבינו אחז באמצע אמירת התורה, הוא עמד בצד והקשיב, היתה זאת תורה עמוקה, לאחר התורה יצא ובדרכו פגש הסאלקער רב בר' בנציון, ואמר לו בהערכה: אינני יודע אם יש כאן הרבה אנשים שהבינו את התורה שאמר הרבי!
רבינו זי"ע היה הולך אז לטבול במקוה של 'קליוולאנד' ברח' בעדפארד, פעם אירע ולא היתה אפשרות להיכנס שם למקוה, הלך רבנו לטבול במקוה של סאלקא ברח' מארטאן, והסאלקער רב יצא מגדרו לכבד את רבנו, ואף שימשו [ב'מאיר החיים' מובא שהרב רבי יודא ליכטענשטיין מבעטלאהן זצ"ל הוא שייעץ לרבינו ללכת למקוה של סאלקא, ורבנו הכיר לו טובה על כך].
כשיצא רבינו מהמקוה, שאל הסאלקער רב את רבינו: יעקב אבינו שלח את יהודה לתקן לו 'בית תלמוד', למה לא שלחו לתקן לו מקוה? על אתר השיב לו רבינו: ב' פעמים תלמוד בגימטריא תתק"ס!
אוועטאר
טאקע א חכם
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 20, 2022 9:09 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאקע א חכם »

ברית אבות האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:
11211 האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
זיין ציון איז אין לאנג איילענד בית משה סעמעטערי, אין די סאטמארע חלקה (כ׳בין איינמאל דארט געווען)
א בילד
די ספרי תורה ליגען לעבען אים
וואס איז געווען די מעשה מיט די ספרי תורה?
ליידער געוועהן א שריפה און ווי די הלכה איז אז מלייגט ספרי תורה נעבן א תלמוד חכם האט רביה''ק מסאטמאר געהייסן לייגן נעבן איהם זאגנדיג אז ער איז א ריכטיגער תלמוד חכם
טאקע א חכם האט געשריבן:
נישט יעדער חכם איז טאקע א חכם...
וואודרידזשער
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 2:29 pm

Re: רבי יואל צבי ראטה אב"ד טיסא סאלקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואודרידזשער »

כ״ק גאב״ד וואודרידזש שליט״א
דרשה אצל סעודת הילולא לע"נ הגאון נפלא בנגלה ובנסתר רבי יואל צבי ראטה זי״ע אב״ד טיסא-סאלקא
ב' דחוהמ"ד פסח תשפ"ג - בביהמ"ד סאלקא מאנסי
https://www.kolhalashon.com//New/Media/ ... e=35006367
אטעטשמענטס
6B0DA736-1C5F-403C-A861-5B480110F82A.jpeg
6B0DA736-1C5F-403C-A861-5B480110F82A.jpeg (142.98 KiB) געזען 538 מאל
לעצט פארראכטן דורך וואודרידזשער אום פרייטאג אפריל 14, 2023 5:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: רבי יואל צבי ראטה אב"ד טיסא סאלקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

איינער ווייסט וויאזוי מען קומט אן צו זיין ציון פון צעלימער רב'ס ציון?
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: רבי יואל צבי ראטה אב"ד טיסא סאלקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

4 מינוט צו דרייווען. 17 מינוט צו שפאצירן.
די פראגע איז אויב מ'קען דורכשניידן ביי די דיקע בלויע צירקלען, דאן ברויך עס נעמען שנעלער.
אטעטשמענטס
Screenshot_20230414_155317_Maps.jpg
Screenshot_20230414_155317_Maps.jpg (153.09 KiB) געזען 427 מאל
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: רבי יואל צבי ראטה אב"ד טיסא סאלקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

פליגל האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 4:00 pm
4 מינוט צו דרייווען. 17 מינוט צו שפאצירן.
די פראגע איז אויב מ'קען דורכשניידן ביי די דיקע בלויע צירקלען, דאן ברויך עס נעמען שנעלער.
א גרויסן יישר כח!
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
וואודרידזשער
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 2:29 pm

Re: רבי יואל צבי ראטה אב"ד טיסא סאלקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואודרידזשער »

שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”