שושלת הרה"ק רבי אשר ישעי' רובין מראפשיץ זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

שושלת הרה"ק רבי אשר ישעי' רובין מראפשיץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

זייער אסאך פארצווייגטע משפחות שטאמען ארויס פון ר' אשר'ל ראפשיצער, איך גלייב נישט אז ס'איז מיר אפי' מעגליך אויסצורעכענען אלע, אבער אביסל אפשר יא, און דער עולם זאל צולייגן וויפיל מעגליך,
הרה"ק ר' אשר ישעי' מראפשיץ חתן הרה"ק ר' נפתלי צבי מראפשיץ זי"ע בעל הזרע קודש,

דור א'
ר' מנשה מראפשיץ (ממלא מקומו)
ר' אהרן (מרימינוב)
ר' מענדל גלאוגובער (חתן האור לשמים)
ר' אלימלך סאקאלוב'ער
ר' יחיאל (קאלבאסאוו)

דור ב'
ר' מאיר גלאגוב'ער (חתן ר' יאסעלע דאמבראווא)
אחיו ר' יעקב יוסף (טאטע פון ר' אלעזר מסאסוב)
ר' יצחק בראדער בן ר' אלימלך מסאקאלוב (חתן השר שלום)

דור ג'
ר' יצחק טובי' רובין בן ר' מאיר (חתן הדברי חיים זי איז געוועהן די מפורסמת די רעבעצן נחמה'לע)
אחיו ר' ברוך מבריזדאוויץ, חתן ר' מענדל מזדוטשוב)
ר' נפתלי רובין מווישניצא חתן הדברי יחזקאל משינאווא, (וועמען זון איז ער געוועהן????)

דור ד'
ר' לייבוש טאמאשאווער בן ר' יצחק טובי (חתן ציעשנוב'ער רב)
ר' יעקב ישראל ישורין מסאסרעגן בן ר' ברוך
אחיו ר' מאיר יוסף רובין מקערעסטיר (חתן ר' אברהם'לע ב"ר ישעי'לע)

ס'איז דא נאך לייגטס צו
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

בדור ב' יש להוסיף ר' אהרן מראפשיץ (בן ר' מנשה)
ור' יעקב מבארניעוו בן ר' אהרן (מרימנוב)

בדור ג' ר' מנחם מענדל מגלגוב בן ר' אהרן מראפשי.
ביי ביי.
אוועטאר
אננעמער
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2012 9:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אננעמער »

דור א'
חתנו רבי פייוויש בערז'אנער בעל שפת אמת

דור ב'
בני ר' יחיאל מקאלביסאוו
ר' אשר ישעי' פון קאלביסאוו בן ר' יחיאל (איידעם ביי ר' סנדר'ל קאמארנער)
ר' אברהם אהרן טייטלבוים אן איידעם פון ר' יחיאל הנ"ל (עלטסטע זון פון ייטב לב)
הוי "מקבל" את כל אדם בשמחה
אוועטאר
אננעמער
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2012 9:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אננעמער »

דור ג'
זוהן פון שפת אמת פון בערז'אן - ר' אברהם זרח ארי' יהודה לייבוש בעל אמרי יהודה

קינדער פון ר' איציקל בראדער:

ר' שמעלקא סערעדער (די בלאז'ובער און סטיטשינער שטאמען פון אים)

ר' חיים מאיר יחיאל שפירא ראדאחאווער רב - אן איידעם (ער אליין איז געווען א קאריצער אייניקל, נאראלער רב ז"ל האט געהייסן נאל אים און געשטאמט פון אים)

חתנו ר' מאיר'ל משאץ (זיידע פון רוב שאצער אייניקלעך למשפחותיהם)

ר' אלימלך יאברובער
הוי "מקבל" את כל אדם בשמחה
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

צו צולייגן צו ר' איציקל בראדער'ס קינדער: ר' נפתלי ראדיחוב'ער
ENoam
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 01, 2011 2:26 am

יחוס הרבנית מירל-גולא (והרה"צ מאיר מגלוגוב) וצאצאיהם לנו"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ENoam »

.
יחוס הרבנית מירל-גולא (והרה"צ מאיר רובין מגלוגוב) וצאצאיהם, אל "הנועם אלימלך":

עיין שם: 66.199.166.105/forum/viewtopic.php?f=31&t=3820&p=538146&sid=0a1bad78c9cae4712262e4bfaaab52e3#p538146

ילדיהם:
הרב חיים-יחיאל רובין, מלימנא.
הרב שלום רובין, בריישא.
הרב יצחק-טוביה רובין, בצאנז.
הרב ברוך רובין, בקולומיאה-גרלא.

"עיינות נועם" - נכדי ונכדות הנו"א. [email protected]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ENoam האט געשריבן:.
יחוס הרבנית מירל-גולא (והרה"צ מאיר רובין מגלוגוב) וצאצאיהם, אל "הנועם אלימלך":

עיין שם: 66.199.166.105/forum/viewtopic.php?f=31&t=3820&p=538146&sid=0a1bad78c9cae4712262e4bfaaab52e3#p538146

ילדיהם:
הרב חיים-יחיאל רובין, מלימנא.
הרב שלום רובין, בריישא.
הרב יצחק-טוביה רובין, בצאנז.
הרב ברוך רובין, בקולומיאה-גרלא.

"עיינות נועם" - נכדי ונכדות הנו"א. [email protected]

הזמנה לחתונת בתו של רבי צבי הירש רובין ממישלניץ בנו של רבי יצחק טובי, הכלה נקראה ע"ש אמו של רי"ט - מירל גאלא :
http://search.archives.jdc.org/multimed ... _04412.pdf
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ווען איז ר' מנשה פון ראפשיץ נפטר געווארן

די יאר ווייס איך
תרכ"א

אבער וועלכן טאג?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:ווען איז ר' מנשה פון ראפשיץ נפטר געווארן

די יאר ווייס איך
תרכ"א

אבער וועלכן טאג?

אתמול, כ"ה חשון
אטעטשמענטס
New Picture (2).jpg
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

ווער קען מקשר זיין אלע היינטיגע רבנים למשפחת רובין צו הרה"ק ר' אשר ישעי' מראפשיץ זי"ע?
ה"ה האדמו"רים מגלאגוב, טאמאשאוו, קערעסטיר, דאמבראוו, דינוב, קאלביסוב, סאסוב, סאסרעגן, סוליצא, ראפשיץ, קאזניץ, באבוב, דאלינא, מאזשויא, ציעשינאוו, ווישניצא, אילנוב, בריזדאוויץ, ראדאוויץ, קאלאמייע וכו' וכו'
זה הקטן גדול יהי'
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

יודל קליין האט געשריבן:ווער קען מקשר זיין אלע היינטיגע רבנים למשפחת רובין צו הרה"ק ר' אשר ישעי' מראפשיץ זי"ע?

וועל איך פראבירן וויפיל איך קען, זאלן אנדערע משלים זיין:

(היות אז רוב פון די רבי'ס דערמאנט דא זענען מגזע דאמברוב, אין רוב פון דער גזע דאמברוב זענען סאסרעגענער אייניקליך, ענטפער איך אויף דעם סדר, פון סאסרעגען ארויף.)

האב"ד באבוב-45 איז בן האדמו"ר מסאסרעגען.
האדמו"ר מראפשיץ איז בן האדמו"ר ממוזשאי (כצ"ל).
האדמו"ר מסוליצא איז געוועהן זייער ברודער, כולם בני ר' יי"ו מסאסרעגען סוליצא.
האדמו"רים מבריזדאוויץ וקאלאמייע זענען פון דער משפחה אויכעט (בני האדמו"ר מסאסרעגען?).

האדמו"רים (לבית רובין) מקערעסטיר זענען אייניקליך פון ר' מאיר יוסף אחי ר' יי"ו מסאסרעגען, ושניהם בני ר' ברוך מגערלא-בריזדאוויץ-קאלאמייע וכו'.
האדמו"ר מדאלינא איז מגזע ר' חיים יחיאל מדאמברוב (אדמו"ר מדאמברוב מאנסי איז אויכעט איין אייניקל - צי זענען פארהאן נאך דאמבראווער רבי'ס היינט?) אחי ר' ברוך מבריזדאוויץ הנ"ל. האדמו"רים מציעשנוב וטאמאשוב זענען אייניקליך פון ר' יצחק טוביה מצאנז, נאך א ברודער. וכולם בני ר' מאיר מגלאגוב.

האדמו"ר מדינוב איז דער פאטער פון האב"ד קאלבסוב (אויזער אז עס דא א צווייטען וואס רופט זיך אזוי - איז דא א קאלבסוב'ער רבי א בן אחר בן פון ר' יחיאל ב"ר אשר'ל?), נכד ר' אלטר משה חיים מגלאגוב.
איך ווייס נישט וועליכער אדמו"ר מסאסוב איר מיינט, אבער לכאורה רעדט זיך פון איין אייניקל פון ר' אלעזר מסאסוב אחי ר' אלטר משה חיים הנ"ל, ושניהם בני ר' יעקב יוסף מגלאגוב, אחי ר' מאיר הנ"ל, ושניהם בני ר' מענדל מגלאגוב ב"ר אשר ישעיה מראפשיץ.

האדמו"ר מווישניצא איז נכד ר' אהרן ב"ר אשר ישעיה.

אילנוב און קאזניץ, ווייס איך נישט ווער דיע אדמו"רים זענען.

פון ר' מנשה, ר' אלימלך און ר' יחיאל בני ר' אשר'ל איז לכאורה נישט דא קיין אייניקליך בן אחר בן וואס זענען רבי'ס בימינו
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

אננעמער האט געשריבן:דור ג'
זוהן פון שפת אמת פון בערז'אן - ר' אברהם זרח ארי' יהודה לייבוש בעל אמרי יהודה

קינדער פון ר' איציקל בראדער:

ר' שמעלקא סערעדער (די בלאז'ובער און סטיטשינער שטאמען פון אים)

ר' חיים מאיר יחיאל שפירא ראדאחאווער רב - אן איידעם (ער אליין איז געווען א קאריצער אייניקל, נאראלער רב ז"ל האט געהייסן נאל אים און געשטאמט פון אים)

חתנו ר' מאיר'ל משאץ (זיידע פון רוב שאצער אייניקלעך למשפחותיהם)

ר' אלימלך יאברובער

די בלאזשווער מיטן סטיטשינער שטאמען נישט פון רבי שמעלקע פון סערעט זצ"ל.

די ברודער מוזשאי סוליצא ולהבלחט"א סאסערעגן שליט"א שטאמען פון אים.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

יוצאי חלציו של הרה"ק רבי אשר'ל פון ראפשיץ זצוק"ל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

הסרפד האט געשריבן:
יודל קליין האט געשריבן:ווער קען מקשר זיין אלע היינטיגע רבנים למשפחת רובין צו הרה"ק ר' אשר ישעי' מראפשיץ זי"ע?
ה"ה האדמו"רים מגלאגוב, טאמאשאוו, קערעסטיר, דאמבראוו, דינוב, קאלביסוב, סאסוב, סאסרעגן, סוליצא, ראפשיץ, קאזניץ, באבוב, דאלינא, מאזשויא, ציעשינאוו, ווישניצא, אילנוב, בריזדאוויץ, ראדאוויץ, קאלאמייע וכו' וכו'

וועל איך פראבירן וויפיל איך קען, זאלן אנדערע משלים זיין:

(היות אז רוב פון די רבי'ס דערמאנט דא זענען מגזע דאמברוב, אין רוב פון דער גזע דאמברוב זענען סאסרעגענער אייניקליך, ענטפער איך אויף דעם סדר, פון סאסרעגען ארויף.)

האב"ד באבוב-45 איז בן האדמו"ר מסאסרעגען.
האדמו"ר מראפשיץ איז בן האדמו"ר ממוזשאי (כצ"ל).
האדמו"ר מסוליצא איז געוועהן זייער ברודער, כולם בני ר' יי"ו מסאסרעגען סוליצא.
האדמו"רים מבריזדאוויץ וקאלאמייע זענען פון דער משפחה אויכעט (בני האדמו"ר מסאסרעגען?).

האדמו"רים (לבית רובין) מקערעסטיר זענען אייניקליך פון ר' מאיר יוסף אחי ר' יי"ו מסאסרעגען, ושניהם בני ר' ברוך מגערלא-בריזדאוויץ-קאלאמייע וכו'.
האדמו"ר מדאלינא איז מגזע ר' חיים יחיאל מדאמברוב (אדמו"ר מדאמברוב מאנסי איז אויכעט איין אייניקל - צי זענען פארהאן נאך דאמבראווער רבי'ס היינט?) אחי ר' ברוך מבריזדאוויץ הנ"ל. האדמו"רים מציעשנוב וטאמאשוב זענען אייניקליך פון ר' יצחק טוביה מצאנז, נאך א ברודער. וכולם בני ר' מאיר מגלאגוב.

האדמו"ר מדינוב איז דער פאטער פון האב"ד קאלבסוב (אויזער אז עס דא א צווייטען וואס רופט זיך אזוי - איז דא א קאלבסוב'ער רבי א בן אחר בן פון ר' יחיאל ב"ר אשר'ל?), נכד ר' אלטר משה חיים מגלאגוב.
איך ווייס נישט וועליכער אדמו"ר מסאסוב איר מיינט, אבער לכאורה רעדט זיך פון איין אייניקל פון ר' אלעזר מסאסוב אחי ר' אלטר משה חיים הנ"ל, ושניהם בני ר' יעקב יוסף מגלאגוב, אחי ר' מאיר הנ"ל, ושניהם בני ר' מענדל מגלאגוב ב"ר אשר ישעיה מראפשיץ.

האדמו"ר מווישניצא איז נכד ר' אהרן ב"ר אשר ישעיה.

אילנוב און קאזניץ, ווייס איך נישט ווער דיע אדמו"רים זענען.

פון ר' מנשה, ר' אלימלך און ר' יחיאל בני ר' אשר'ל איז לכאורה נישט דא קיין אייניקליך בן אחר בן וואס זענען רבי'ס בימינו

דינוב'ער רבי שליט"א פון מאנסי (טאטע פון אב"ד קאלבסוב) זיין מאמע איז געווען בת רבי אשר'ל פון קאלבאסוב בן רבי יחיאל זצ"ל בן רבי אשר'ל פון ראפשיץ ,קומט אויס אזוי, אז ער איז צווי מאל א'אייניקל פון רבי אשר'ל פון ראפשיץ ,איינמאל בן אחר בן צו בנו רבי מענדעלע פון גלאגוב,און איינמאל דורך. בנו רבי יחיאל זצ"ל.

און אויך סאסאווער רבי שליט"א פון ארץ ישראל מיט זיין טאטע רבי ליפא'לע זצ"ל פון סאסאוו (חדב"ן הרה"ק מסאקמער זצוק"ל )זענען אייניקלך פון רבי מנשה'לע בן רבי אשר'ל פון ראפשיץ זצוק"ל.

צו די ליסטע פון יוצאי חלציו פון הרה"ק רבי אשר'ל פון ראפשיץ זצוק"ל קען מען צו לייגען קאזלאווער רבי שליט"א פון בארא פארק ובנו קארוב'ער רב שליט"א,אלע שאצע רבי'ס שליט"א, מעליץ (אשדוד).
וואידיסלאווער רב שליט"א,רבי משה הלברשטאם זצ"ל דיין העדה החרדית ואחיו טשאקעווע רבי שליט"א,אלע יוצאי חלציו פון הרה"ק רבי אתמר'ל פון נאדווערנא זצוק"ל, סטראזשניץ, זוטשקא, נאדווערנא, סקאליא רבי זצוק"ל,הרה"צ רבי אלחנן היילפרין שליט"א פון לאנדאן הבירה,אלע ספינקא רבי'ס שליט"א,נאראל'ער רב זצ"ל, יאברובער רבי שליט"א,רבי יעקב הורוויץ שליט"א ראש ישיבת בית מאיר,קאסאנער רבי' שליט"א בן רבי ישארל'טשע זצ"ל ובני רבי משולם זצ"ל מ'קאסאן,קאזאוו'ער רבי פון מאנסי, סאלקא רב (ראטענבערג),זידיטשויבער רבי'ס שליט"א, זידיטשויב בערעגסאז,קאלבאסאוו ירושלים, בערעגסאז רבי פון פתח תקוה זצ"ל (פאלאק),אלע קרעטשניפער רבי'ס שליט"א,עטשעד,קאליב (ארץ ישראל),טעטש, לאנצהוט, שינאווע שליט"א, סטרעטין (בארא פארק),חוסט'ער רבי שליט"א (לייפער),רב דקהל חסידים (בארא פארק),דאמבראווא שליט"א (מאנסי),זשעלין.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דינסטאג יאנואר 13, 2015 4:25 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

הסרפד האט געשריבן:אילנוב און קאזניץ, ווייס איך נישט ווער דיע אדמו"רים זענען.
[/quote]

אב"ד אילנוב ב.פ. איז מחותן מיט הרה"צ ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א (בנו הרב יעקב רובין שליט"א חתן רח"א שליט"א) דאכצעך אז ער איז א זון פון ר' פנחס ז"ל וואס מ'רופט דאלינא רבי,
און קאזניץ'ע רבי ז"ל פון סי געיט איז נפ' געווארן א פאר יאר צוריק און ער האט א זון וואס איז ממלא מקומו
זה הקטן גדול יהי'
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

הסרפד האט געשריבן:האדמו"ר מדינוב איז דער פאטער פון האב"ד קאלבסוב (אויזער אז עס דא א צווייטען וואס רופט זיך אזוי)

איך האב טאקע איהם געמיינט אזוי ווי איך האב געשריבן אין אנפאנג משפחת רובין, אבער בדרך אגב איז דא נאך רבנים וואס רופן זיך מיטן נאמען קאלביסוב, און מאנסי אליינס איז דא צוויי הרב מענדל רובין שליט"א אב"ד קאלביסוב און הרב ישראל מאיר טייטלבוים שליט"א אב"ד קאלביסוב און אין וויליאמסבורג אויף לינטש סטריט איז די די קאלביסוב'ער רבי ר' דוד ראזענבוים שליט"א און אין ארץ ישראל איז געוועהן א פאלאק בן אדמו"ר מבערעגסאס זצ"ל בנו חורגו פון הרה"ק מבעלזא זי"ע וואס האט זיך אויך גערופן אדמו"ר מקאלביסוב אבער ליידער איז ער שבלחל"ח און איך ווייס נישט אויב ער האט א ממלא מקום
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

די קרעטשניףער רביס זענען ראפצישער אייניקלעך?
ווי אזוי?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

דאכט זיך מיר אז ר' יעקב הורוויץ ע"ה פון מאנסי איז א אייניקעל באח"ב,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז ר' יעקב הורוויץ ע"ה פון מאנסי איז א אייניקעל באח"ב,

ניין, דער אריגינעלער משפחה נאמען פון די ריגליצער הורוויץ'ן איז 'טענצער'. אויזער דעם זענען זיי לויים.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

אדמור"י קרעטשניף נכדי ראפשיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:די קרעטשניףער רביס זענען ראפצישער אייניקלעך?
ווי אזוי?

די היינטיגע אלע קרעטשעניפער רבי'ס שליט"א רחובות ירושלים וכו', זענען זייערע מאמעס אייניקליך פון רבי איתמר'ל ראזענבוים פון נאדווערנא זצוק"ל וואס זיין רעבעצן הרבנית מלכה ע"ה איז געווען בת רבי אשר'ל פון קאלבסוב זצוק"ל.

ובנוסף לזה איז רבי הערשעלע קרעטשניפער זצוק"ל מאמע געווען א'אייניקל פון רבי אברהם אהרן פון קאלבאסוב זצ"ל (בנו בכורו פונעם "ייטב לב" זצוק"ל) וואס איז געווען א'איידים ביי רבי יחיאל פון קאלבאסוב בן רבי אשר'ל פון ראפשיץ זצוק"ל.

בדרך אגב פלעגט רבי הערשעל'ס זצוק"ל מאמע אים זאגען אז ער זאל נישט פארגעסן פון זיין סיגוט'ע יחוס,און ער האט זיך טאקע גערופן קרעטשניף סיגוט,און זיך געפירט אביסל סיגוט'ע מנהגים.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

הסרפד האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז ר' יעקב הורוויץ ע"ה פון מאנסי איז א אייניקעל באח"ב,

ניין, דער אריגינעלער משפחה נאמען פון די ריגליצער הורוויץ'ן איז 'טענצער'. אויזער דעם זענען זיי לויים.

גערעכט,
אבער אייניקלעך זענען זיי?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:גערעכט,
אבער אייניקלעך זענען זיי?

מיר דאכט זיל אז זיי זענען אייניקליך פון ר' מנשה בן ר' אשר'ל
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

ביי די טעם זקנים אויף קול מבשר זאגט ר' מאיר גליקמאן אז אמת'דיג איז ער א רובין בא"ב פון ר' אשר'ל, וועלכע רובין איז דאס?
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

ווער דער ר' מאיר איז ווייס איך נישט, אבער די באקאנטע משפחת גליקמאן נכדי ראפשיץ זענען אייניקליך פון ר' יצחק מסאסניווצא (וואס האט גענוצט דער פאס פון א ייד וואס האט געהייסן גליקמאן) ב"ר אשר ישעיה מזאלקווא נכד ר' אלימלך ב"ר אשר'ל.
הרב ר' אשר
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 5:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב ר' אשר »

ר' שמואל רובין פין ב"ב ז"ל איז אויך א ראפשיצער אייניקל, וויסט איינער ווי אזוי?
וחיי עולם נטע
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

בן?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”