ר' נתן הכהן אדלער מפראנקפורט - כ"ז אלול
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- יוסף שרייבער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4589
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm
על ס' שו''ת רעק''א דפו''ר ווארשא תקצ''ה. הקדשה אל ר' גבריאל הכהן אדלער אב''ד מירינגען ומדינת שווארצוואלד ואח''כ אב''ד אובערנדארף במדינת ווירטענבערג.הוציא לאור ספר לשון הזהב של דודו ר' דוד טעביל שיף. נולד תקמ''ט ונפטר תרי''ט.
מתחתיו חתימת אחיו ר' בער הכהן אדלער מחכמי ודייני פראנקפורט. נולד תקמ''ה ונפטר תרכ''ו.
אחיהם ר' נתן אדלער אב''ד האנובער, לונדון בעל נתינה לגר.
מתחתיו חתימת אחיו ר' בער הכהן אדלער מחכמי ודייני פראנקפורט. נולד תקמ''ה ונפטר תרכ''ו.
אחיהם ר' נתן אדלער אב''ד האנובער, לונדון בעל נתינה לגר.
- אידישע היסטאריע
- שר חמישים
- תגובות: 61
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 23, 2021 12:09 am
- לאקאציע: ביים מוכר ספרים
Re:
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:שמעתי מכהן א' ממשפחת אדלער[ שהם קרובי משפ' של הגה"ק רבי נתן ], שלהגה"ק רבי נתן אדלער זי"ע היו בן ובת , אבל הם נפטרו בילדותם ל"ע .
ומסיימים בטוב.
דער חתם סופר שרייבט אין א בריוו (געדרוקט כמדומה לי אין אגרות סופרים) אז ר' נתן אדלער האט געהאט איין זון און איין טאכטער, די טאכטער איז אוועק בילדותה און ר' נתן אדלער האט זיך ווייטער געפירט בשמחה, חוץ שבת ביי די הפטורה איז אים ארויסגעפאלן איין טרער פון זיין אויג. זיין זון האט איבערגעלעבט דעם טאטן און דער חתם סופר פלעגט אים שטיצן.
לפי זה איז דאס וואס הסרפד האט געשריבן:
איז א זוהן פון ר' נתן'ס טאכטער קען ער זיכער נישט זיין.הסרפד האט געשריבן:ר' דוד'ל לעלובער פון ירושלים האט געהאט איין איידעם ר' יהושע אהרן אדלער, וואס זיין פאטער האט געהייסן ר' נתן יהודה אדלער הי"ד פון אונגארן [נישט קיין כהן] , וואס די אייניקליך זענען מסופק צו ער איז געווען א זוהן פון א טאכטער אדער א זוהן פון א שוועסטער פון ר' נתן הכהן אדלער פון פ"פ. [געהערט פון זיינס איין אייניקל]יהיה כן האט געשריבן:געזהען עימיצן ציצייכענען הג"ר יהושע בוקסבוים זצ"ל הי"ד אב"ד גאלאנטא, אלס זיינס אן אייניקל, והוא חידוש בעיני וקרוב לומר שאולי משגה הוא, מי יודע?
מיר האפן ארויפצולייגן יעדע וואך-צוויי אן אפהאנדלונג איבער שטיקעלעך אידישע היסטאריע.
פאר הערות והארות קען מען זיך ווענדן אין אימעל צו [email protected]
פאר הערות והארות קען מען זיך ווענדן אין אימעל צו [email protected]
- אידישע היסטאריע
- שר חמישים
- תגובות: 61
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 23, 2021 12:09 am
- לאקאציע: ביים מוכר ספרים
Re:
ווען דער חיד"א איז געווען אין פראנקפורט איז דער פני יהושע שוין געווען געצווינגען צו פארלאזן די שטאט, צוליב די מחלוקת פונ'ם יעב"ץ מיט'ן ר"ר יונתן. דער חיד"א שרייבט אז ער האט באזוכט ביים פני יהושע אין ווירמייזא (וואו ער איז געגאנגען נאכ'ן אוועקגיין פון פראנקפורט).ווילוויסן האט געשריבן:דאס שרייבט הרב יוסף שרייבער, אין אשכול חתימות הקדשות הערות והגהות וכו'.טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:נו, וואס איז אינטערעסאנט?
אז ר' נתן אדלר איז אלט געווען בלויז 14 יאר (אויב נישט 13) ביי די פנ"י'ס פטירה און פארט האט ער זיך געהאלטן אלס א 'תלמיד' פון אים.(כידוע איז דער חיד"א געווען אין פראנקפורט 80 טעג און האט געוואלט טרעפען ר' נתן וכאשר ראוהו פעם אחר התפלה המליץ עליו 'הנה נא ידעתי כי איש אלקים קדוש הוא עבר עלינו תמיד',ר' נתן היה אז לפי החשבון ילד בן 11.)
מיר האפן ארויפצולייגן יעדע וואך-צוויי אן אפהאנדלונג איבער שטיקעלעך אידישע היסטאריע.
פאר הערות והארות קען מען זיך ווענדן אין אימעל צו [email protected]
פאר הערות והארות קען מען זיך ווענדן אין אימעל צו [email protected]
- אידישע היסטאריע
- שר חמישים
- תגובות: 61
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 23, 2021 12:09 am
- לאקאציע: ביים מוכר ספרים
Re:
בןהרחמן האט געשריבן:איך האב געטראפן אינעם אבני זכרון http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 28&hilite=
א נוסח המצבה פון האשה הזקנה מרת צערלי אשת המנוח מהו"ר שמעון אדליר כ"ץ ז"ל בת המנוח כ"ה שמואל ווינדמיהל כ"ץ ז"ל, דאס איז לכאורה די מוטער פון ר' נתן אדליר, (זעה אינעם פריער בייגעלייגטן אויסשניט אויף די לעצטע שורה נאכן נאמען מוהר"ר נתן אדליר, שטייט די ווערטער "צום ווינדמיהל" וואס איז לכאורה ע"ש זקינו ר' שמואל ווינדמיהל). אויף דעם זייטל http://www.steinheim-institut.de/cgi-bi ... b&inv=3391 האבן זיי נישט קיין בילד פון די גאנצע מצבה נאר שטיקלעך, די חברה דארט האבן קוקט אויס נישט געוואוסט ווער דאס איז ווייל איך זעה אז זיי האבן נישט געשריבן גארנישט ביי אירע קינדער.
די הייזער אין פראנקפורט האבן אלע געהאט נעמען, און אסאך פראנקפורטער אידן האבן זיך נאכדעם גערופן - אפיציעל אדער אומאפיציעל - ע"ש זייער הויז (וואס איז בדרך כלל אריבערגעגאנגען פון דור צו דור). אין אסאך אלטע דאקומענטן קען מען טרעפן א נאמען מיט "צום ----" דערנאך.
דא איז א שטיקל באשרייבונג איבער די 'ווינדמיהל הויז' אויף א וועבסייט וואס האט דאקומענטירט יעדע געביידע פון די פראנקפורטער געטא. מערק די 'לאגא' פון די הויז.
http://judengasse.de/ehtml/H042.htm
מיר האפן ארויפצולייגן יעדע וואך-צוויי אן אפהאנדלונג איבער שטיקעלעך אידישע היסטאריע.
פאר הערות והארות קען מען זיך ווענדן אין אימעל צו [email protected]
פאר הערות והארות קען מען זיך ווענדן אין אימעל צו [email protected]
Re: ר' נתן הכהן אדלער מפראנקפורט - כ"ז אלול
דער חזן הרב ישראל הכהן אדלר שליט"א האט מיר געזאגט אז ער איז אן אייניקעל בן אחר בן פון ר' נתן אדלר.
לויט די אשכול קומט עס אויס אוממעגליך.
ווייס איך שוין נישט. טאמער איך טרעף אים נאכאמאל, 'על איך אים פרעגן דערוועגן.
לויט די אשכול קומט עס אויס אוממעגליך.
ווייס איך שוין נישט. טאמער איך טרעף אים נאכאמאל, 'על איך אים פרעגן דערוועגן.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24620
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: ר' נתן הכהן אדלער מפראנקפורט - כ"ז אלול
היינט נאכט דער יארצייט פון דער הייליגע צדיק רבי נתן אדלער זי"ע רבו המובהק פון דער הייליגע חתם סופר זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Re: ר' נתן הכהן אדלער מפראנקפורט - כ"ז אלול
עותק הגה"ק רבי נתן אדלער מפראנקפורט רבו של מרן החת"ס. עותק הגאון רבי דוד ווייסקאפ אב"ד וואלערשטיין תלמיד החת"ס. אסיפת זקנים, דפו"ר, ליוורנו, תקל"ד.
https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/app ... 98?lang=he
https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/app ... 98?lang=he
- ישראל אברהם
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 410
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am
Re: ר' נתן הכהן אדלער מפראנקפורט - כ"ז אלול
מנהגי בית הכנסת של הגה"ק רבי נתן אדלער זצוק"ל