רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע-הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יוסיף דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסיף דעת »

יודל קליין האט געשריבן:
ורחץ האט געשריבן:ביי וועהם איז ר' זושא'לע [משולם זושא יצחק] געווען אן איידעם?

בזוו"ר איז ער געוועהן אן איידעם ביים באטור'ער רב זי איז אוועק אינג זייענדיג בלויז זעקס אין דרייסיג יאר אלט און דערנאך האט ער חתונה געהאט בזוו"ש מיט הרבנית עטל הי"ד בת הרה"צ רבי יודא לייבוש עהרליך זצ"ל מזידיטשוב-נירעדהאז

דא האט איהר א בילד פון די מציבה פון די ערשטע רעביצן

פונקט יעצט אריינגעקומען דא און איך זע אז היינט איז איהר יארצייט!!
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן פסוק יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

ליסקא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:מציבת הרה"צ ר' חיימ'ל האלבערשטאם ז"ל דומ"ץ סאטמאר בנו של הרה"ק מהרש"א מראצפערט זצ"ל, בעיר סאטמאר (קרעדיט; אברהם שלמה'לע)
בילד

כבוד ידידינו האספן הי"ו האט מזכה געווען דעם עולם מיט די חתימות פון דער זון פון ר' חיימ'ל מסאטמאר, ר' מרדכי דוב האלברשטאם מקערעסטיר חתנו של ר' אברהמ'לע בהרה"ק ר' ישעי'לע מקערעסטיר זצ"ל, און פונעם איידעם פון ר' חיימ'ל, ר' אברהם נפתלי האלבשטאם בהרה"ק ר' מענדל'ע מסטראפקוב זצ"ל.

viewtopic.php?p=624754#p624754

איך זעה אז מיר האבן נישט קיין פארפולקאמטע ליסטע פון צאצאי הרה"ק מהרש"א מראצפערט, אולי איז כדאי צו מאכען אזא ליסטע, מי מתנדב?

עס איז שווער צו ליינען די יום הפטירה. וויסט איינער ווען ער איז אוועק ?

ג' וישב - י"ט כסלו תש"ב
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע-הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

ר' שלום אליעזר'ל האט געהאט א טאכטער אשת ר' מענדל ראזענפעלד מ'קאמינקא-ביסטריץ זי איז געווען חתנוה געהאט בזו"ר מיט א אייניקל פין טריסק'ע מגיד
ווייסט איינער וואס איז די מקור ? אין ווער ער איז געווען? דאכט מיר איך האב נאכנישט געזען שרייבען זייו נאמען ווייסט איינער מער פרטים ??
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע-הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

היינט איז די יארצייט פון הרה"ק ר' שלום אליעזר'ל מראצפערט זי"ע עמיר שרייבן א סיפור פונעם צדיק:
און א"י האט געוואוינט א איד נאך די מלחמה (בפשטות האבן אסאך געהערט פון אים) הרה"ח ר' טובי' יואל שטיינער ז"ל ווען ער איז געווען א בחור איז ער געווען איין יאר ז' אדר אין שטאט קאלוב ביים יארצייט פון הייליגן קאלובער זי"ע דארט איז אויך אנוועזנד געווען הרה"ק ר' שלום אליעזר'ל זצ"ל און ס'איז געווען א קופקע ארום אים ווי מ'האט געשמועסט און ר' טובי' יואל האט זיך צוגעהערט, האט ר' שלום אליעזר'ל פארציילט אז זיין טאטע דער הייליגער צאנזער רב זי"ע האט אמאל געטראפן אין צאנז א איד פון די שטאט בריגל אינעם טאג פון די יארצייט פונעם ארי' דבי עילאי (אויב שטימען נישט די פרטים פון דעם חלק קען מען עס פאררעכטן) און די צאנזע רב פרעגט אים די וואוינסט דאך אין בריגל פארוואס ביזטו נישט דארט אויפן יארצייט, זאגט דער איד איך בין א כהן און איך קען ממילא נישט גיין צום ציון, האט אים צאנזע רב געזאגט מיט דעם אלעם ס'איז גענוג אז מ'איז באתריה דמר מברויך נישט זיין ביים ציון, ווען ר' שלום אליעזר'ל האט געענדיגט פארציילן די מעשה דרייט ער זיך אויס צו ר' טובי' יואל און ער זאגט אים די הערסט בחור'ל ס'איז גענוג אז מ'איז אין שטאט מ'ברויך נישט זיין ביים ציון, און ס''איז געווען א חידוש פארוואס ר' שלום אליעזר'ל זאגט אים עס.
נאך די מלחמה איז ר' טובי' יואל צוזאמען מיט נאך א גרופע אידן געגאנגען אויפן וועג צו זעהן אויב זיי האבן נאך ווי צוגיין אין די בלוטיגע אייראפע, אינווישן זענען זיי אדורך דעם הייליגן שטאט ליזענסק, האבן זיי באשלאסן לאמיר ארויפגיין צום ציון פון הייליגן ר"ר אלימלך זי"ע, אבער ר' טובי' יואל האט זיך דערמאנט וואס ר' שלום אליעזר'ל האט אים געזאגט אז ס'איז גענוג אז מ'איז אין שטאט מ'דארף נישט זיין ביים ציון, האט ער באשלאסן אז ער גייט נישט ארויף אבער די אנדערע אידן האבן יא געוואלט ארויפגיין, אבער ליידער זענען זיי נישט צוריקגעקומען ווייל ס'האבן זיך נאך געדרייט אויף די גאס גענוג אנטעסימיטן וואס האבן נישט געקענט צוקוקן ווי די אידן קומען צוריק אהיים און זיי האבן ליידער גע'הרג'עט די אידן און נאר ר' טובי' יואל איז געבליבן לעבן אין זכות פון הייליגן צדיק ר' שלום אליעזר'ל זיעועכ"י אמן.
(די מעשה האב איך געהערט פון אן אייניקל פון ר' טובי' יואל וואס איז געווען זייער נאנט מיט אים)
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע-הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

נישט קיין סתירה מיט די מעשה, אבער מיר ליגט אין קאפ אז די מימרא אז עס איז גענוג צו זיין אין שטאט פונעם ציון ביום היארצייט קומט פונעם תפארת שלמה, וואס איז אליינס געווען א כהן און ער איז געפארן קיין ליזענסק און זיך אסאך געפארעט פארן ציון הק' .
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
תולעת-ספרים
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2015 9:52 am

Re: רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע-הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולעת-ספרים »

ר' שלום אליעזר'ל האט געהאט א טאכטער אשת ר' מענדל ראזענפעלד מ'קאמינקא-ביסטריץ זי (איז געווען) [האט] חתנוה געהאט בזו"ר מיט א אייניקל פין טריסק'ע מגיד
ווייסט איינער וואס איז די מקור ? אין ווער ער איז געווען? דאכט מיר איך האב נאכנישט געזען שרייבען זייו נאמען ווייסט איינער מער פרטים ??

איהר ערשטע מאן האט גיהייסען רבי יהושע שמואל העשיל (בא"ב פון'ם הייליגע אפטא'ר רב זי"ע) בן רבי רבי יצחק מאיר העשיל מטריסק בן רבי שמואל מקרילאוויץ. זיין טאטע רבי יצחק מאיר איז גיוועהן א איידעם ביי רבי אפרים מרגליות אב"ד מאציוב בן רבי שמואל אב"ד מאציוב. רבי שמואל איז גיוועהן דער איידים פון הייליגען טיסק'ער מגיד.

דער יסוד שטייט אין די רשימות פון Jewish Gen, אין די פרטים פון ייחוס ארויף שטייט אין די כתבים פון הגה"צ מציעשנוב זצ"ל, וואס איז גיוועהן באקאנט פאר א ידען נפלא בכל עניני ייחוס.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע-הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

תולעת-ספרים האט געשריבן:

וואו זעט מען דאס אויף דזואיש זשען?

זייער אינטערסאנט צי הערן
איז אביסל תקונים אויך די יחוס ר' יצחק מאיר בן ר' שמאל מקרילאוויץ בנו של ר' זושע מזנקוב וחתנו של המגיד מטריסק ר'יצחק מאיר חתן דודו ר' אפרים זלמן מרגלית אב"ד מאציוב חתן טריסק ובנו של ר'מאניש מ'מאציוב חתן ר' יעקב לייב מקאוולא [חותן המגיד מטריסק] בן ר' מרדכי מנעשחיז

איז אינטערסאנט פארוואס ברענגען די נישט כותבי תלדות ר' שלום אליעזר'ל זיין נאמען אין פארוואס איז נישט באקאנט די יחוס צי אפטא
קען זיין סאיז געווען א גט האט מען נישט גערעדט דערפין אין מען האט פארגעסן די פרטים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:איינע פון די טעכטער פון רבי זושא'לע מראצפערט האט חתונה געהאט נאך די קריג מיט הרה"צ בנש"ק רבי יואל בעער זצ"ל וועלכער האט שפעטער געוואונט אין בראזיל.

אין די ערשטע יארן נאך זייער האט רבי יואל ז"ל געוואנט אין וומ"ס, בייגעלייגט דריי באנזונדער בריוון פון יענע תקופה אין אנדערע יארן אויף צוויי באזונדערע אדרעסן; טעילאר סט. פולאסקי סט. און הארט סטריט

האט איינער א בילד פונעם ראצפערטער רבי'ן זצ"ל? ווען איז ער נפטר געווארן ואיה מקום מנו"כ?

עטליכע בילדער פון רבי יואל צווישן די יארן פון תש"ח-תשי"ט
אטעטשמענטס
Screenshot_20210406-155812~2.png
Screenshot_20210406-155812~2.png (632.49 KiB) געזען 1768 מאל
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע-הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

איך ווייס נישט צי דאס איז אמאהל דא געוועהן, אבער איך האב מיך יעצט באגעגנט דערמיט:

הייראט רשימה פון הרה"ק ר' שלום אליעזר'ל בראצפערט (1913 למס'):
(גענומען פון FamilySearch, דא)
RSAH.jpg
RSAH.jpg (39.2 KiB) געזען 1602 מאל
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע-הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן:איך ווייס נישט צי דאס איז אמאהל דא געוועהן, אבער איך האב מיך יעצט באגעגנט דערמיט:

הייראט רשימה פון הרה"ק ר' שלום אליעזר'ל בראצפערט (1913 למס'):
[...]

דאס געבורטס-דאטום פאר הרבנית מראצפערט איז גראדע א טעות - עס איז דער רוסישער דאטום! והנכון 13 יוני, דהיינו ה' תמוז, כפי שנרשם ברשימת לידתה:
HaR. miCherkass.jpg
HaR. miCherkass.jpg (84.97 KiB) געזען 1531 מאל
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע-הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

אפאר שאלות וועגען נכדי הרה"ק רבי שלום אליעזר'ל זי"ע

בנו רבי חיימ'ל דומ"ץ בעיר סאטמאר איז בזוו"ר געווען א איידעם ביי רבי אברהם פנחס שלום הלוי ראטנבערג מוואלבראם אין בזוו"ש ביי רבי ברוך רובין מבריזדאוויץ
בניו
ר' אלטר מאיר דוד חתן רבי יוסף מדעעש
ר' יעקב יצחק חתן ?
ר' מרדכי חתן רבי אברהם מקרעסטיר
חתנו רבי חיים ברוך פאנעט בן רבי יעקב אלימלך מדעעש
חתנו ר' אברהם נפתלי ה"ש בן רבי מנחם מענדל מסטראפקוב
מיין שאלה איז צי ער האט געהאט נאך קינדער אין ווער איז פין זוו"ר אין ווער פין זוו"ש ??

בנו רבי זושל'ע האט געהאט א בן יחיד ר' חיים ווי איז ער געווען א איידעם ?

אין ווער זענען געוען די קינדער פין חתנו רבי מנחם מענדל ראזנפעלד מביסטריץ ?
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע-הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

כבוד הרב האט געשריבן:ר' מרדכי דוב חתן רבי אברהם מקרעסטיר
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:איינע פון די טעכטער פון רבי זושא'לע מראצפערט האט חתונה געהאט נאך די קריג מיט הרה"צ בנש"ק רבי יואל בעער זצ"ל וועלכער האט שפעטער געוואונט אין בראזיל.

אין די ערשטע יארן נאך זייער האט רבי יואל ז"ל געוואנט אין וומ"ס, בייגעלייגט דריי באנזונדער בריוון פון יענע תקופה אין אנדערע יארן אויף צוויי באזונדערע אדרעסן; טעילאר סט. פולאסקי סט. און הארט סטריט

האט איינער א בילד פונעם ראצפערטער רבי'ן זצ"ל? ווען איז ער נפטר געווארן ואיה מקום מנו"כ?

עטליכע בילדער פון רבי יואל צווישן די יארן פון תש"ח-תשי"ט

אוועק איבער 30 יארע צוריק, ליגט אין בראזיל.
אלעס אויסגעשמועסט געווארן ברייטערהייט אינעם בד"ה אשכול ווען זיין רעבעצין איז אוועק
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

געהערט אז א רבי האט זיך אמאל אויסגעדריקט "נאכאמאל אז די חסידים זעהן נישט איין אין די גדלות פון ר' שלום לעיזרל, ווייל ווען יא וואלטן מיר אלע געבליבן אן מנין.."

וואס איז טאקע פשט? ער אידאך געווען א קינד פון הייליגע רב?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

סטיטשינער האט געשריבן:געהערט אז א רבי האט זיך אמאל אויסגעדריקט "נאכאמאל אז די חסידים זעהן נישט איין אין די גדלות פון ר' שלום לעיזרל, ווייל ווען יא וואלטן מיר אלע געבליבן אן מנין.."

וואס איז טאקע פשט? ער אידאך געווען א קינד פון הייליגע רב?

אזוי האט זיך זיין מחותן די הייליגע קדושת יו"ט זיך אויסגעדריקט בשעת די חתונה פין בנו די עצי חיים מיט די טאכטער פין רבי שלום אליעזר'ל
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

סטיטשינער האט געשריבן:געהערט אז א רבי האט זיך אמאל אויסגעדריקט "נאכאמאל אז די חסידים זעהן נישט איין אין די גדלות פון ר' שלום לעיזרל, ווייל ווען יא וואלטן מיר אלע געבליבן אן מנין.."

וואס איז טאקע פשט? ער אידאך געווען א קינד פון הייליגע רב?

ער האט זיך געפירט זייער בפשטות, מען האט נישט געזעהן אויף אים קיין גדלות.
די מימרא האט דער קדושת יום טוב געזאגט ווען ר שלום אליעזר האט גוואוינט אין טארנא, די גאליציאנע אידן זענען נישט געווען קיין מבין אויף אים, ער האט נישט געהאט קיין לחם לאכול.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ישרן האט געשריבן:

די גאליציאנע אידן האבן אים נישט געקענט אפילו שפעטער אויך.

זיין אייניקל דער באבובער רב ז״ל ווען ערט אנגעהויבן פארן קיין מיאמי אויפן עלטער און אנגעהויבן הערן פון די אונגערישע אידן מקצת שגב גדולתו איז ער געווארן זייער איבערגענומען און א שיינע תקופה האט ער דעמאלסט געהייסן פאר אידן וואס האבן געפרעגט איבער א נאמען צו געבן נאך רבי שלום אליעזר׳ל
דביה תחדי נפשא
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע-הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

הסרפד האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:איך ווייס נישט צי דאס איז אמאהל דא געוועהן, אבער איך האב מיך יעצט באגעגנט דערמיט:

הייראט רשימה פון הרה"ק ר' שלום אליעזר'ל בראצפערט (1913 למס'):
[...]

דאס געבורטס-דאטום פאר הרבנית מראצפערט איז גראדע א טעות - עס איז דער רוסישער דאטום! והנכון 13 יוני, דהיינו ה' תמוז, כפי שנרשם ברשימת לידתה:
HaR. miCherkass.jpg

אין וועלכע שטאט איז זי געבוירן?
וועלכע יאר? תרכ"א?
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע-הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דאס פעקל איז פארשוואונדן געווארן
עס האט דערציילט הרה"ח ר' חיים יעקב דייטש ע"ה, אז אינדערהיים אין אונגארן וואו ער פלעגט האנדלען מיט פעל, לעדער, וכדומה, האט זיך אמאהל געמאכט אז מען איז געקומען ביי אים אונטערזוכען די סחורות, און זיי האבן דערווישט א געוויסע סחורה, וואס איז געוועהן אומלעגאל צו האנדלען דערמיט, עס האט אים געדראעט א הארבע שטראף, ר' חיים יעקב איז אין גרויס צווייפל געלאפען קיין ראצפערט צו רבי שלום אליעזר אויסגיסן זיין הארץ, אנקומענדיג קיין ראצפערט אין הויז פון רבי שלום אליעזר זצ"ל איז ער געוואויר געווארן אז רבי שלום אליעזר האט אנגעזאגט פאר'ן גבאי'ן ר' הערש אלימלך דים ע"ה אז ער זאל קיינעם נישט אריינלאזען יהי' מי שיהי'.
ר' חיים יעקב ערקלערט פאר ר' הערש אלימלך אז דא האנדעלט זיך אין פיקוח נפש מארגן דארף פארקומען דער משפט אין געריכט אין בערעגסאז און אויב קומט ער ארויס שולדיג ווארט אויף אים דאס ערגסטע רח"ל. און ער זעהט נישט קיין אויסוועג ווי זיך צו פארטיידיגן וויבאלד זיי האבן אזעלכע קלארע באווייזן, ר' הערש אלימלך גייט אריין און גיבט איבער די רייד פאר רבי שלום אליעזר'ל, אבער צו זיין באוואונדערונג איז די תשובה ווייטער, ער זאל קיינעם איצט נישט אריינלאזן.
ר' חיים יעקב איז געוועהן שטארק צובראכן און ער האט געבעטן דעם גבאי ר' הערש אלימלך ער זאל רחמנות האבן אויף אים און עפענען די טיר, אבער ר' הערש אלימלך האט זיך נישט געוואגט עובר צו זיין אויף דעם רבי'ס באפעהל, ר' חיים יעקב האט נאך געמוזט כאפן די באן קיין קליינווארדיין און פון דארט קיין בערעגסאז, און וואוסענדיג אז טאמער וועט ער נישט ערשיינען אין געריכט איז ער זיכער פאראורטיילט צום ערגסטען רח"ל איז ער געזעסען דארט אין בית המדרש מיט א ציטער נישט וואוסענדיג וואו זיך אהין צו טוהן דא ווערט שוין שפעט און ביז עטליכע מינוטן דארף שוין די לעצטע באן אפפאָרן קיין קליינווארדיין, און דער רבי איז נאך אלץ פארשפארט, ר' חיים יעקב האט נישט געוואוסט זיך אן עצה צו געבן צו ער זאל ווארטן אדער פאָרן?
פלוצלונג קומט דער גבאי צו לויפן און רופט אים אין איילעניש "גיי שוין דער רבי רופט דיך" ער איז תיכף אריינגעלאפען צו רבי שלום אליעזר'ל ז"ל, און גענומען אים דערציילען וואס דא גייט פאר.
נאך איידער ער האט פארענדיגט שטרעקט רבי שלום אליעזר אויס די האנד און זאגט אים "גיי לחיים ולשלום, וועסט מצליח זיין, אייל דיך שנעל צום צוג טאמער וועסטו פארשפעטיגען" ר' חיים יעקב שטייט נאך צעמישט און צעטומעלט, אבער רבי שלום אליעזר איילט אים ווייטער "נו אייל דיך צו און זעה דיך נישט צו פארזוימען".
ר' חיים יעקב נעמט זיך לויפן ארויס און איילט זיך צום באן וואס האט זיך שוין אנגעהויבן צו גרייטן צום פאָרן.
אויפ'ן באן באגעגענט ער א גוי פון זיין שטאדט וועמען ער האט גוט געקענט און זעהט אז ער טראגט א פעקל פרעגט אים ר' חיים יעקב וואס טוסטו דא און וואו אהין פארסטו? ענטעפרט אים דער גוי אז ער איז געשיקט געווארן פון דער פאליציי איבערצוגעבן דעם פעקל אין בערעגסאזער געריכט.
ווי ר' חיים יעקב באטראכט דעם פעקעל זעהט ער דארט זיין נאמען געשריבען דערויף און אויך די סחורה וואס מען האט ביי אים געכאפט האט ער פארצויגען א שמועס מיט אים.
ווען די באן האט זיך אפגעשטעלט אין קליינווארדיין זענען זיי ביידע אפגעשטיגען אין זענען אריינגעגאנגען אין א קרעטשמע זיך אפרוהען אין זיך אנווארעמען אביסעל ביז די באן קיין בערעגסאז וועט אפפארן.
דער בעל הבית פון דעם גאסט הויז איז געוועהן א איד ר' יעקב שווארץ. איז ר' חיים יעקב צוגעגאנגען צו אים און דערציילט די גאנצע געשיכטע און זאגט אים הער אויס רבי שלום אליעזר האט מיך געשיקט דוקא מיט די באן ס'איז קלאהר אז ער האט געזעהן וואס דא טוט זיך. דו מוזט יעצט זעהן ווייטער צו ערלעדיגען די זאך ווייל איך מוז תיכף ווייטער פאָרן.
ר' יעקב האט געגעבן דעם גוי א שטארקע משקה פון וואס ער איז תיכף אנטשלאפען געווארן דערנאך האט ער גענומען דאס פעקל און עס באגראבען, ר' חיים יעקב איז אנגעקומען אין געריכט און דער ריכטער נעמט אים זידלען א חוצפה פון א זשידא... אזא פארברעכען... ר' חיים יעקב אבער לייקענט שטיין און ביין עס הייבט זיך נישט אהן ס'איז סתם א בלבול אויף אים.
דער ריכטער הערענדיג ווי ער לייקענט אלעס אפ שרייט ער אים אהן "ווארט נאר באלד וועט מען ברענגען די סחורה מיט אלע באווייזען וועסטו שוין גארנישט קענען אפלייקענען". ר' חיים יעקב אבער האלט זיך ביי זיינס עס איז שקר וכזב די גאנצע מעשה.
מען האט געווארט און געווארט און דער גוי באווייזט זיך נישט. נאך דעם ווי עס איז שוין דורכגעגאנגען א צוויי שעה האט זיך דער ריכטער אויפגערעגט פון אומגעדולד און האט געזאגט אז טאמער קומט ער נישט אהן ביז עלף אזייגער ביסטו פריי.
פארשטייט זיך אז דער גוי איז נישט אנגעקומען און דער ר' חיים יעקב דייטש איז געווארן באפרייט.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל !
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

חמרא טבא האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:געהערט אז א רבי האט זיך אמאל אויסגעדריקט "נאכאמאל אז די חסידים זעהן נישט איין אין די גדלות פון ר' שלום לעיזרל, ווייל ווען יא וואלטן מיר אלע געבליבן אן מנין.."

וואס איז טאקע פשט? ער אידאך געווען א קינד פון הייליגע רב?

ער האט זיך געפירט זייער בפשטות, מען האט נישט געזעהן אויף אים קיין גדלות.
די מימרא האט דער קדושת יום טוב געזאגט ווען ר שלום אליעזר האט גוואוינט אין טארנא, די גאליציאנע אידן זענען נישט געווען קיין מבין אויף אים, ער האט נישט געהאט קיין לחם לאכול.

די גאליציאנע אידן האבן אים נישט געקענט אפילו שפעטער אויך.

זיין אייניקל דער באבובער רב ז״ל ווען ערט אנגעהויבן פארן קיין מיאמי אויפן עלטער און אנגעהויבן הערן פון די אונגערישע אידן מקצת שגב גדולתו איז ער געווארן זייער איבערגענומען און א שיינע תקופה האט ער דעמאלסט געהייסן פאר אידן וואס האבן געפרעגט איבער א נאמען צו געבן נאך רבי שלום אליעזר׳ל

טאקע אינטערעסאנט צו הערן, מיין זיידע ז"ל א עכטער אויבערלענדישער איד פלעגט פארן אויף צווייטע טעג סוכות צו ר' שלום אליעזר'ל קיין ראצפערט, הגם צו א צווייטן חסיד'ישן רבי'ן איז ער (לכאורה) קיינמאל געפארן.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע-הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

דעי וואך משולחן מלכים (ניחום אבלים ביי משפחת בעער) הערליכי זאכן וועגן רבי ש"א ומשפחתו
אין עוד מלבדו
שטאפיק
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
לאקאציע: עיה"ק ירושלם תובב"א

Re: רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע-הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאפיק »

נחוניא האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:איך ווייס נישט צי דאס איז אמאהל דא געוועהן, אבער איך האב מיך יעצט באגעגנט דערמיט:

הייראט רשימה פון הרה"ק ר' שלום אליעזר'ל בראצפערט (1913 למס'):
[...]

דאס געבורטס-דאטום פאר הרבנית מראצפערט איז גראדע א טעות - עס איז דער רוסישער דאטום! והנכון 13 יוני, דהיינו ה' תמוז, כפי שנרשם ברשימת לידתה:
HaR. miCherkass.jpg

אין וועלכע שטאט איז זי געבוירן?
וועלכע יאר? תרכ"א?

לכאורה טשערקאס.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע-הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

שטאפיק האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:איך ווייס נישט צי דאס איז אמאהל דא געוועהן, אבער איך האב מיך יעצט באגעגנט דערמיט:

הייראט רשימה פון הרה"ק ר' שלום אליעזר'ל בראצפערט (1913 למס'):
[...]

דאס געבורטס-דאטום פאר הרבנית מראצפערט איז גראדע א טעות - עס איז דער רוסישער דאטום! והנכון 13 יוני, דהיינו ה' תמוז, כפי שנרשם ברשימת לידתה:
HaR. miCherkass.jpg

אין וועלכע שטאט איז זי געבוירן?
וועלכע יאר? תרכ"א?

לכאורה טשערקאס.

וואס עפעס טשערקאס? רבי מאטל׳י האט דארט געוואונט?
דביה תחדי נפשא
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע-הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

חמרא טבא האט געשריבן:
שטאפיק האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:איך ווייס נישט צי דאס איז אמאהל דא געוועהן, אבער איך האב מיך יעצט באגעגנט דערמיט:

הייראט רשימה פון הרה"ק ר' שלום אליעזר'ל בראצפערט (1913 למס'):
[...]

דאס געבורטס-דאטום פאר הרבנית מראצפערט איז גראדע א טעות - עס איז דער רוסישער דאטום! והנכון 13 יוני, דהיינו ה' תמוז, כפי שנרשם ברשימת לידתה:
HaR. miCherkass.jpg

אין וועלכע שטאט איז זי געבוירן?
וועלכע יאר? תרכ"א?

לכאורה טשערקאס.

וואס עפעס טשערקאס? רבי מאטל׳י האט דארט געוואונט?

יא, אנטשולדיגט פארן נישט מסביר זיין, דאס איז פון די טשערקאסער געבורט מעטריקל. איך האב דארטן געקוקט ווייל אזוי שטייט אין דעם הייראט רשימה.
(וואס איז פשט אז דער הארנאסטייפלער האט געהערט צו קהל ראדאמישל, ווייס איך נישט.)
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”