רבי מיכאל אליעזר פארשלעגער מבאלטימאר זצ"ל - ט"ו חשון תשי"ט
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר מאה
- תגובות: 139
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm
רבי מיכאל אליעזר פארשלעגער מבאלטימאר זצ"ל - ט"ו חשון תשי"ט
ליפשיץ ער זאגט דאך א תלמיד פון אבני נזר, רעדט ער נישט פון ר' הערשל.
יאסל
איך ווייס פון וועם דו רעדסט, איך קען מיך אויך נישט דערמאנען זיין נאמען, ס'איז דא צו אים א תשובה אין דברי יואל, דער רבי שרייבט אויף אים דאכט זיך, בקי בכל חדרי תורה, ער איז געווען א תלמיד פון אבני נזר, און א מורא'דיגער גאון, ער איז אפאר מאל געקומען צום רבין, דער רבי איז אמאל געווען אין באלטימאר ביי אים, האט ער זיך אויסגעדרוקט אז ער האט נישט געגלייבט אז ס'איז נאך דא בימינו אזעלכע תלמידי חכמים.
ער האט געשריבן חידושי תורה, פעק אויף פעק, גאנצעטע זעק פון זיינע חידושים איז איבערגעבליבן אויף כל התורה כולו, זיינע קינדער זענען נישט געווען עפעס איי איי איי, ס'איז אנגעקומען צו א מוסד אין ארץ ישראל זיין לייברערי, און נאר איין ספר האבן זיי געדרוקט דערפון.
יאסל
איך ווייס פון וועם דו רעדסט, איך קען מיך אויך נישט דערמאנען זיין נאמען, ס'איז דא צו אים א תשובה אין דברי יואל, דער רבי שרייבט אויף אים דאכט זיך, בקי בכל חדרי תורה, ער איז געווען א תלמיד פון אבני נזר, און א מורא'דיגער גאון, ער איז אפאר מאל געקומען צום רבין, דער רבי איז אמאל געווען אין באלטימאר ביי אים, האט ער זיך אויסגעדרוקט אז ער האט נישט געגלייבט אז ס'איז נאך דא בימינו אזעלכע תלמידי חכמים.
ער האט געשריבן חידושי תורה, פעק אויף פעק, גאנצעטע זעק פון זיינע חידושים איז איבערגעבליבן אויף כל התורה כולו, זיינע קינדער זענען נישט געווען עפעס איי איי איי, ס'איז אנגעקומען צו א מוסד אין ארץ ישראל זיין לייברערי, און נאר איין ספר האבן זיי געדרוקט דערפון.
-
- שר מאה
- תגובות: 139
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
כיון שהגיע לידינו האמיר געקלערט צו דערגיין מער פרטים איבער דעם גאון וצדיק.
ר' מיכאל אליעזר פארשלעגער איז געבוירן בשנת תרמ"ה אינעם שטעטל לוביטש נעבן סאכאטשוב, פוילן צו זיין פאטער ר' אברהם משה ז"ל.
זייענדיג דארט אין די אינגע יארען איז ר' מיכאל אויפגעצויגען געווארן בבית מדרשו של הגה"ק בעל אבני נזר ז"ל אב"ד סאכאטשוב פון וועם ער איז געווארן א תלמיד מובהק ותורת רבו לא מש ממנו כל ימיו.
כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית שרה רייזל לבית פליישמאן ווי ער האט געוואונט אין לוביטש, דארט האט מען אים אנגעטראגען דאס רבנות פון די שטאט וואס ער האט למעשה נישט אנגענומען וועלנדיג קענען זיצען און לערנען אומגעשטערט.
ביי די ערשטע וועלט קריג איז ער געגאנגען קיין ווארשא וואו ער האט למעשה נישט געהאט פון וואס צו לעבן, דעמאלטס האט ער אויפן פארלאנג פון זיין פאטער וועלכער האט דעמאלטס געוויילט אין אמעריקא אין שטאט באלטימאר, אריבערגעוואנדערט בשנת תרפ"א קיין באלטימאר ווי ער האט אנגענומען א שטיקל רבנות פאסטן, אבער נאכדעם וואס די קהילה האט געצויגען צו רעפארם האט ער זיך פון דארט אויך אנטזאגט.
ער איז געבליבען וואונען אין באלטימאר עד פטירתו, ווי ער איז געזעצן עה"ת ועל העבודה מיט אן אויסטערלישע התמדה, בנוסף לזה איז ער געווען א גרויסע חובב ספרים ובמשך ימי חייוו האט ער אנגעזאמעלט איבער זיבן טויזנט בענדער ספרים וועלכע די קינדער האבן מנדב געווען צו א אוצר הספרים אין ארץ ישראל לאחר פטירתו, אינאיינעם מיט טויזענטער פון זיינע כתבי ידות בכל מקצועות התורה, פון וועלכע מעט מזעיר איז שפעטער געדרוקט געווארן בשם 'תורת מיכאל' הנ"ל.
מ'האט דא אויבן דערמאנט אז רביה"ק מסאטמאר זצ"ל האט ארויסגעצייגט א גרויס הערצה צו אים ווי מ'זעהט אין די תשובה וואס דער רבי שרייבט צו אים, וכמים פנים אל פנים איז געווען געדרוקט אין המאור ביי זיין פטירה א בריוו וואס ר' מיכאל האט געשיקט צום בעל המאור בנוגע דעם נגע הציונות ווען צווישען אנדערן שרייבט ער בזה"ל "והנה בדבר המאמר מהרה״ג הצדיק מסטמאר שליט״א, ידוע למר רבה נ״י תהלה לא׳ כי מסכים אני עמו עוד יותר ויותר" און ער שרייבט דארט וואס ער האט מקבל געווען פונעם אבני נזר איבער דעם ענין.
ביום ט"ז חשון שנת תשי"ט השיב נשמתו ליוצרו אין עלטער פון 74 יאר, ווי דערמאנט האבן זיינע קינדער נישט געפירט דעם זעלבן הילוך החיים ווי זייער פאטער, ער האט איבערגעלאזט צוויי זוהן און צוויי טעכטער והובל למנוחות אינעם 'סאטורען עוו. סעמעטערי' אין באלטימאר, מערילענד בחלקת בני ישרא' Section: D Row: 4 Lot: 2 יהא זכרו ברוך.

ווען הגאון ר' יצחק יעקב רודערמאן ז"ל איז געגאנגען קיין באלטימאר עפענען די ישיבה 'נר ישראל' האט ער פאר א צייט געואונט ביי הרב פארשלעגער אינדערהיים, לייענט דא אביסל איבער די התמדה בתורה מתוך הדחק פון הרב פארשלעגער, ווי אויך אן אינטערעסאנטער עפיזאד איבער זיין כבוד התורה.
אן אומקלארע בילד ווי הרב פארשלעגער לערנט פאר א שיעור אין די בני ישראל שול אין באלטימאר אין די ת"ש יארען (נישט זעכער וועלכער פון בילד איז הרב פארשלעגער)
- אטעטשמענטס
-
- hist_4_talmud.jpg (38.17 KiB) געזען 11153 מאל
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
אין איינער פון די קובצים איז געווען געדרוקט זייער א שיינעם בריוו פון הרב פארשלעגער צו מרן רביה''ק זי''ע, ער פרעגט אים אן ווי צו דאווענען, ווייל אין זיין שול איז געווען מחללי שבת, קען זיין די תשובה אין דבר''י באציט זיך אויף דעם, איך שרייב פון זכרון, איך געדענק נישט אלע פרטים גענוי
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
בלעטל האט געשריבן:פארשלאפן
דער דריטער פון רעכטס אנטקעגן די וואנט? אדער מיינט ער דריטער פון לינקס אנטקעגן די וואנט. ?
איך מיין אזוי. ווייל מ'זעט דער עולם קוקט אריין דעם קליינטשיג אידל אין פנים, און דערנעבן איז דא איינער וואס קוקט אים ממש אין פנים אריין, משא"כ דער דריטער פון רעכטס גייט אן אנדער סארט היטל..
מה דעתך?
Against the wall
מיינט איו ענגליש, מיטען רוקען צום וואנט
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
יהיה כן האט געשריבן:געזעהן יעצט אין געשעפט א נייער ספר 'מיכאל באחת' תולדות הגאון רבי מיכאל פארשלעגער זצ"ל
האט עס איינער געזעהן? רעקאמענדירט?? אינטערסאנט??
כ'הער עס איז פיין.
עס איז דא דארט א בריוו ווי ער שרייבט אז זיין רבי דער אבני נזר האט געהאלטן איבער ציונות "פונקט ווי ר' יואליש"!! און ער ברענג דארט א גאנצע מעשה איבערדעם.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
און דער איד איז געלאפען לעצטענס עטליכע וואכן א בשרייבונג וועגען אים, ווי זיי האבען אים אראפ געלייגט האב מיר דא געהאט נישט לאנג צירוק ממש איינער גדולי הדורות
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
- יוסף שרייבער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4589
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:יהיה כן האט געשריבן:געזעהן יעצט אין געשעפט א נייער ספר 'מיכאל באחת' תולדות הגאון רבי מיכאל פארשלעגער זצ"ל
האט עס איינער געזעהן? רעקאמענדירט?? אינטערסאנט??
כ'הער עס איז פיין.
עס איז דא דארט א בריוו ווי ער שרייבט אז זיין רבי דער אבני נזר האט געהאלטן איבער ציונות "פונקט ווי ר' יואליש"!! און ער ברענג דארט א גאנצע מעשה איבערדעם.
אינטרעסאנט אז אין בית סאכאטשאב ווייסט מען נישט דערפון... ובכלל וואס איז דער תכלית צו לייקענען שמש בצהרים? מן המפורסמות די חיבת ציון פונעם אבני נזר ובנו השם משמואל.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- יוסף שרייבער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4589
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
יוסף שרייבער האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:יהיה כן האט געשריבן:געזעהן יעצט אין געשעפט א נייער ספר 'מיכאל באחת' תולדות הגאון רבי מיכאל פארשלעגער זצ"ל
האט עס איינער געזעהן? רעקאמענדירט?? אינטערסאנט??
כ'הער עס איז פיין.
עס איז דא דארט א בריוו ווי ער שרייבט אז זיין רבי דער אבני נזר האט געהאלטן איבער ציונות "פונקט ווי ר' יואליש"!! און ער ברענג דארט א גאנצע מעשה איבערדעם.
אינטרעסאנט אז אין בית סאכאטשאב ווייסט מען נישט דערפון... ובכלל וואס איז דער תכלית צו לייקענען שמש בצהרים? מן המפורסמות די חיבת ציון פונעם אבני נזר ובנו השם משמואל.
קודם זאל איינער לייגען דעם בריוו, דערנאך וועט מען קענען דעבאטירן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- יוסף שרייבער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4589
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
לכתחילה אריבער האט געשריבן:יהיה כן האט געשריבן:געזעהן יעצט אין געשעפט א נייער ספר 'מיכאל באחת' תולדות הגאון רבי מיכאל פארשלעגער זצ"ל
האט עס איינער געזעהן? רעקאמענדירט?? אינטערסאנט??
כ'הער עס איז פיין.
עס איז דא דארט א בריוו ווי ער שרייבט אז זיין רבי דער אבני נזר האט געהאלטן איבער ציונות "פונקט ווי ר' יואליש"!! און ער ברענג דארט א גאנצע מעשה איבערדעם.
ראיתי מעשה ונזכרתי מה שראיתי זה זמן זמנים טובא בספר הסאכטשאווי אביר הרועים, וכמדומני שבהנוגע לסאכטשאוו אין אחר דבריו כלום
- אטעטשמענטס
-
- אביר הרועים - ממלוק, צבי יהודה - HebrewBooks-11.jpg (341.66 KiB) געזען 3983 מאל
-
- אביר הרועים - ממלוק, צבי יהודה - HebrewBooks1.jpg (306.5 KiB) געזען 3983 מאל
יוסף שרייבער האט געשריבן:ווער איז דער מו"ל פונעם ספר?
רבי בן ציון בערגמאן.
דער ספר האט הסכמות פון דעם גאב"ד רבי יצחק טובי' ווייס שליט"א, און פון רבי שאול אלתר שליט"א בן הפני מנחם מגור.
---
דער בריוו פון אים פאר 'המאור' איז נתפרסם געווארן אין 'המאור' נאך די פטירה פון רבי מיכאל'ן, דער מו"ל שרייבט דארט אז דער בריוו האט ער דערהאלטן פון אים א יאר פאר דעם, נאך די פראטעסט אין וואשינגטאן אין יאר תשי"ח, און די דרשה פון בעל ויואל משה מסאטמאר אין דעם כינוס כללי פון התאחדות הרבנים וואס איז דעמאלטס נתפרסם געווארן אויפן 'המאור' אויכעט, און אצינד מיט זיין פטירה האט זיך דעראמנט דאס צו מפרסם זיין.
עס קען זיין עפעס מאדנע?
ספיציעל אז מען ווייס אז אין 'המאור' איז פאראהן נאך זאכן וואס איז נישט הונדערט פראצענט...