רבי שמואל הכהן שאטין (כ"ץ) - מהרשש"ך - י"ח תמוז תע"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

רבי שמואל הכהן שאטין (כ"ץ) - מהרשש"ך - י"ח תמוז תע"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

רבי שמואל איז געבוירן אין יאר תמ"ב צו זיין פאטער רבי יוסף יוזפא כ"ץ. ער איז געווען רב און ראש הישיבה אין פרונקפורט, און ער האט געדינט אין ישיבה דארט פאר העכער 30 יאר.
ער האט געמאכט די ספרים כוס הישועות חידושים אין מס' פון סדר נזיקין, עס ווערט אויך פארופן אלס חידושי מהרשש"ך; זיינע חידושים אויף אסאך אנדערע מסכת ווי ראש השנה, ביצה, כתובות, גיטין, קידושין איז פארברענט געווארן און קיינמאל געברענגט געווארן צום דריק.
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
Don't worry
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:29 pm

Re: רבי שמואל הכהן שאטין (כ"ץ) - מהרשש"ך - י"ד תמוז תע"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Don't worry »

זיידע פון מרן החתם סופר
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: רבי שמואל הכהן שאטין (כ"ץ) - מהרשש"ך - י"ד תמוז תע"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

עס ווערט דערציילט אז ווען דער חת''ס - אן איר אייניקל פון רבי שמואל - איז געווען 10 יאר אלט און ער איז געווען בישיבת רבי נתן אדלער איז געווען אייינגעפירט דארט אז די מציינים זאגן א שיעור. עס איז געקומען די צייט פארן חת''ס צו דרש'נען, אסאך אידן פון שטאט זענען זיך צוזאם געקומען צו הערן וואס נאך א מציין וועט דרש'נען. אזוי אויך איז זיין טאטע רבי שמואל סופר געקומען זיך באטייליגן און דארט געקוועלט זענדיג זיין יונגע תכשיט'ל דרש'נט פרעגט און ענפערט.

אינמיטן די שיעור האט משה'לע געזאגט אז זיין טאטע האט אים אמאל געזאגט א קשיא וואס זיין גרויסע זיידע רבי שמואל שאטין האט געפרעגט, און ער האט עס איבער געזאגט, און דער טאטע האט געקוועלט זענדיג ווי ער האלט אן די זיידעס מסורה און ער זאגט עס אפ אויפן לשון.למעשה האט משה'לע זיך אנגערופן אז 'במחילת כבוד זקיני' די קשיא איז נישט קיין קשיא...

רבי שמואל איז געווארן זייער בייז וויאזוי זיין יונג קינד קען אזוי פוגע זיין אין די כבוד פונעם זיידן, האט ער זיך אויפגעהויבן פון פלאץ, צוגעגאנגען צום שטענדער און דערלאנגט א פראסק פאר זיין משה'לע...

משה'לע האט זיך פארשעמט און אנגעהויבן אראפ גיין פונעם בימה, למעשה האט רבי נתן אים געזאגט אז ער האלט אינמיטן און ער זאל צוריק גיין ענדיגן, און ער איז צוריק.
שפעטער האט רבי נתן געזאגט פאר רבי שמואל אז פון דאן זאל דער חת''ס בלייבן וואוינען ביי רבי נתן אז ער זאל נישט קאליע גיין ווייל מיט א שטרענגע חינוך וועט ער קענען פארלירן דעם אפעטיט פון תורה.
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: רבי שמואל הכהן שאטין (כ"ץ) - מהרשש"ך - י"ד תמוז תע"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

אזוי אויך איז רבי שמואל געווען א גרויסע זאך ביים חת''ס.
בעפאר ער איז אוועק, האט ער געגעבן הנהגות פאר זיין זין הכת''ס און געזאגט אז זיינע זיידעס וועלן אים שטיין צו די זייט, פון זיין מאמעס זייט ר' עקיבא איגר און פון זיין זייט רבי שמואל שאטין.
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: רבי שמואל הכהן שאטין (כ"ץ) - מהרשש"ך - י"ד תמוז תע"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

פילאָזאָף האט געשריבן:
רבי שמואל איז געבוירן אין יאר תמ"ב צו זיין פאטער רבי יוסף יוזפא כ"ץ. ער איז געווען רב און ראש הישיבה אין פרונקפורט, און ער האט געדינט אין ישיבה דארט פאר העכער 30 יאר.
ער האט געמאכט די ספרים כוס הישועות חידושים אין מס' פון סדר נזיקין, עס ווערט אויך פארופן אלס חידושי מהרשש"ך; זיינע חידושים אויף אסאך אנדערע מסכת ווי ראש השנה, ביצה, כתובות, גיטין, קידושין איז פארברענט געווארן און קיינמאל געברענגט געווארן צום דריק.
איינער ווייסט אויב ער האט נאך א ספר עפעס הישועות?
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
Don't worry
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:29 pm

Re: רבי שמואל הכהן שאטין (כ"ץ) - מהרשש"ך - י"ד תמוז תע"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Don't worry »

פילאָזאָף האט געשריבן:
אזוי אויך איז רבי שמואל געווען א גרויסע זאך ביים חת''ס.
בעפאר ער איז אוועק, האט ער געגעבן הנהגות פאר זיין זין הכת''ס (אזוי מיין איך) און געזאגט אז זיינע זיידעס וועלן אים שטיין צו די זייט, פון זיין מאמעס זייט ר' עקיבא איגר און פון זיין זייט רבי שמואל שאטין.
https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... =&pgnum=52
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: רבי שמואל הכהן שאטין (כ"ץ) - מהרשש"ך - י"ד תמוז תע"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

Don't worry האט געשריבן:
פילאָזאָף האט געשריבן:
אזוי אויך איז רבי שמואל געווען א גרויסע זאך ביים חת''ס.
בעפאר ער איז אוועק, האט ער געגעבן הנהגות פאר זיין זין הכת''ס (אזוי מיין איך) און געזאגט אז זיינע זיידעס וועלן אים שטיין צו די זייט, פון זיין מאמעס זייט ר' עקיבא איגר און פון זיין זייט רבי שמואל שאטין.
https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... =&pgnum=52
אוצר החכמה_זכרון בספר - סופר, שמחה בונם דוד_881024_1.jpg
╫É╫ò╫ª╫¿ ╫ö╫ù╫¢╫₧╫ö_╫û╫¢╫¿╫ò╫ƒ ╫æ╫í╫ñ╫¿ - ╫í╫ò╫ñ╫¿, ╫⌐╫₧╫ù╫ö ╫æ╫ò╫á╫¥ ╫ô╫ò╫ô_881024_1.jpg (140.05 KiB) געזען 326 מאל
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re: רבי שמואל הכהן שאטין (כ"ץ) - מהרשש"ך - י"ד תמוז תע"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

תמונת מצבתו בעיר פראנקפורט

viewtopic.php?p=612497#p612497
בני ציון
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 21, 2022 1:16 pm

Re: רבי שמואל הכהן שאטין (כ"ץ) - מהרשש"ך - י"ח תמוז תע"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ציון »

רעדנדיג פון ר' שמואל דער חתם סופר'ס פאטער, איז כדאי אויסצורעכענען די פלעצער וואו דער חתם סופר ברענגט אראפ דברי תורה און חידושים בשמו. בעניותי האב איך נאר געפינען צוויי פלעצער. די ערשטע איז אין 'תורת משה' פרשת וירא על הפסוק וירע הדבר מאד בעיני אברהם על אודת בנו (בראשית כא. יא.). און די צווייטער איז בהגהות שו''ע או''ח סימן רב בענין ניקוד 'שהכל נהיה' בקמץ או בסגל, וואו דער חתם סופר איז מעיד אז זיין טאטע האט אים אויסגעלערנט מיט א קמץ.

אויב איינער ווייסט פון נאך א פלאץ וואו דער חתם סופר ברענגט דברי תורה פון זיין טאטן זאל ער ביטע צוצייכנען.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”